טהור-עיניים האט געשריבן: איך זעה זיי האבן געטוישט א מעידזשאר זאך, אויף די עס 4 איז אינטן די לינקע קנעפל געווען אזא מעניו קנעפל. אויב האב איך געוואלט זעהן אלע אפענע עפפס האב איך געדרוקט און אראפגעהאלטן דעם מיטלסטן קנעפל. יעצט האבן זיי געמאכט דעם לינקען קנעפל אז עס זאל מיר ווייזן אלע אפענע עפפס, און ווען איך דרוק אראפ דעם מיטלסטן קומט ארויף עפעס וואס איך האב נאך נישט אן צו וויסן וואס ער וויל פון מיר. ווידער אויב וויל איך דעם מעניו אדער אפציעס אין א עפפ, קען איך גיין פייפן, איך ווייס נישט ווי עס צו טרעפן.
יישר כח למפרע
זיי האבן געמאכט אז די מיטעלסטע קנעפל איז די קעמרא, די לינקע דערנעבן איז זי עפפס עס וועט דיר נעמען א קורצע צייט זיך צוגעוויינען אבער סי נישט שלעכט
יישר כח פאר אלע מגיבים און איך אנטשולדיג זיך פאר'ן באלעסטיגן דא, אבער איך האב נישט קיין ברירה און איך וויל זיך אביסל אפרעדן פון הארצן.
איך געוואוין זיך אזוי שווער צו צו א נייעם כלי, און איך האב שוין ב"ה פאר די לעצטע פאר יאר דעם געלעקסי עס 4 און איך האב נישט געזוכט צו טוישן, אבער די ספעציפישע כלי וואס איך האב האט שוין געמאכט גאר שטארקע קונצן, איך האב זיך געוואנדן צו די קאמפאני פאר וועמען איך ארבעט, דורך וועמען איך האב די טעלעפאן און זיי האבן מיר געזאגט אז איך קען באקומען א נייע, איך האב געבעטן נאכאמאל דעם עס פיר, אבער זיי זאגן עס איז מער נישט עוועילעבל, האב איך אנגעפרעגט אין א היימישן סעל סטאר וועלכע איך זאל נעמען און זיי האבן מיר געזאגט אז דער עס 7 איז דער בעסטער, האב איך דאס געבעטן און טאקע באקומען, דערווייל פיל איך ווי איך ווער משוגע פונעם.
איך האב פארלוירן א גרויס'ן טייל פון מיינע קאנטאקטס, בערך א פערטל, טוישענדיג צו דעם נייעם טעלעפאן (און הפלא ופלא איז עס נעלם געווארן פון דעם אלטן טעלעפאן אויך), דערווייל, זוכנדיג איינעם פון מיינע קאנטאקטס, טרעף איך עם נישט, אבער ווען איך האב געדייעלט זיין נומער איז עס ארויפגעקומען, אבער ווידער אין דעם רשימה פון קאנטאקטס איז עס נישט דא צום געפונען.
אויסער דעם האב איך געספענדט אסאך שעות אויף דעם אלטן טעלעפאן מסדר זיין און צאמשטעלן געדאפלטע קאנטאקטס, איך האב אויך מסדר געווען אז קאנטאקטס וואס האבן נאר א אימעיל אדרעס זאל'ן זיך נישט ווייזן אין דעם אפיציעלן קאנטאקטס רשימה, דערווייל אין דעם נייעם טעלעפאן איז אלעס בטל ומבוטל, עס הערשט אן אנדרלמוסיא אין דעם קאנטאקטס אז עס איז א שרעק, און דאס איז כמעט די וויכטיגסטע זאך אין דעם טעלעפאן.
בכלל אין דעם עס 7 טרעף איך ניטאמאל אזא אפציע פון עס מסדר זיין. אויסער דעם זעה איך אז מיינע קאנטאקטס זענען געליסטעט צוויי מאל, איין מאל מיט אן אראנדזשן בעקגראונד און איין מאל מיט א ווייסן, גיי פארשטיי וואס דאס מיינט.
איך ווער פשוט צודרייט פון דעם, אויב איינער קען מיר העלפן מיט דעם וואלט איך אים אמת'דיג דאנקבאר געווען דערפאר.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
איך האב נישט קיין S7, אבער די גאנצע קאנטאקטס עפפ אין אנדרויד צריך תיקון גדול. די פראבלעם קען קומען פון מערערע סיבות, אבער רוב מאל ווערט א חלק קאנטאקטס געסעיווד ביי גוגל און א חלק אויפן טעלעפאן (צב"ש ביי ווערייזאן).
סעמסאנג האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע ריקאל אויף אלע נאוט 7, זיי זאגן אז זיי האבן עס אויפגעהערט צו פראדיצירן. דאס קומט אין ליכט וואס 5 נאוטס האבן אויפגעריסן נאכדעם וואס זיי האבן געהאט די נייע אפדעיט פון סעמסאנג.
the verizon messeges app can be used with a other number on the s7? i used it by the iPhone with a different number then the phone but by the android it came by default and i cant change the number. is any one here with experience with that?
האב איך געהאט אמאל אזא פראבלעים, viewtopic.php?f=81&t=13428&start=328 איך געדענק נישט ווי נאך איך האב געשריבן וועגן דעם, למעשה האט מיר ווערייזן געזאגט פאריאר אז ביזדערווייל קען מען נאר טוישן די נאמבער ביי אייפאון אדער טעבלעט, נישט אויף ענדרויד.
ביי די קאנטעקטס איז ממש פאריקט. ביים עס 4 האב איך פלעין געהאט אן אפשען נישט צו זעהן אין די קאנטעקטס די אלע קאנטעקטס וועלכע האבן נישט קיין טעלעפאן נאמבער. ביים עס 7 האב איך עס נישט. יעצט האב איך הונדערטער קאנטעקטס וואס האבן זיך אליינס באשאפן דורך אימעילס וואס איך האב באקומען, וואס די קאנטעקטס האבן גארנישט חוץ א אימעיל אדרעס וואס איך ווייס ניטאמאל וואס דאס איז און איך זעהן נישט ווי איך קען לויז ווערן דערפון.
די וועקער זייגער איז ערגער געווארן. ביים אלטן האט עס געקלונגען איין מינוט, ביים נייעם קלונגט עס 5 מינוט סטרעיט. איך זעה נישט אז איך קען עפעס טון דערצו.
יעצט האב איך געמאכט דעם סאפטוועיר אפדעיט און איך זעה אז ביים קאלענדער האבן זיי אראפגענומען דעם אפציע פון מאכן יעדע זאך אן אנדערע קאליר. דאס איז מיר געווען זייער א וויכטיגע זאך, בפרט אז דער מוח געדענק בעסער קאלירן ווי סתם ווערטער, עס האט מיר געהאלפן זעהן [און געדענקען] עקסטער יעדן אפוינטמענט אדער איווענט. יעצט אז אלעס איז די זעלבע קאליר איז עס מיר פיל שווערער.
אויסער דעם טויג עפעס נישט מיט דעם דערמאנער. ביים אלטן האט ער מיר אלעמאל דערמאנט מיינע איווענטס, איך ווייס נישט פארוואס און אפילו וואס, געשעהט ביים עס 7, אבער פאר סאם ריזען האלט איך אין איין פארזעהט איווענטס, עפעס דערמאנט ער מיך נישט דערפון געהעריג.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends