בלאט 4 פון 7

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:52 am
דורך ווער בין איך?
איך נוץ גא מיט די אייפאון Theme

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:14 am
דורך שוועמל
איך האב אינסטולט עניסאפט גענוי ווי פארגעשריבן אינעם ערשטן תגובה פון אךשמח, אנגעשטעלט צו עניסאפט און אויך סעלעקטעד היברו ביי לענגוויטשעס אין סעטטינגס, אבער משום מה זעה איך נישט אויפן קיבארד קיין שום וועג וויזוי צו סוויטשן צווישן די לענגויטשס, ענגליש/היברו, בלייבט אלעמאל ביי ענגליש.

קען איינער העלפן?


אויך האב איך אינסטולט פערפעקט קיבארד (פריי) מיט היברו דערפאר, סעים פראבלעם, איך זע נישט אין ערגעץ וואו צו טוישן צווישן לענגוויטשעס.

נאך א פראבלעם, די פעיזש טייטלס אויפן בראוזער קומען אויס פארקערט לינקס אויף רעכטס. דער אשכול ליינט זיך ורביה דרואביק ראפ דיורדנע.

הילף ביטע.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:43 am
דורך שוועמל
שוין אויסגעפיגערט, מען דארף סווייפן רעכטס אויף לינקס צו סוויטשן לענגוויטש.


אבער פערפעקט קיבארד זע איך נאך אלץ נישט וויזוי.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:04 am
דורך תרגום יונתן
וועלכע ברואזער? ביי מיר פלעגט אזוי זיין אין אפערא מאביל. א צייט האבן זיי ריליעסט אן אפגרעיד וואס האט דאס פארראכטן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:22 am
דורך farshlufen
שוועמל, א לענגערע דרוק אויפן ספעיס באר קנעפל האסטו פרובירט?

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 12:04 pm
דורך ולא מיין
איך פרוביר דאונלאודן עני סאפט קיבארד היבראו אבער סקומט ארויף אן עראר, אינסטאל 919
וואס מיינט דאס און וואס קען איך טוען דערצו?

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 12:07 pm
דורך farshlufen
דו האסט גענוג פלאץ?

פארוואס קלערסטו אז עס האט נאר מיט די ספעציפישע עפפ.

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 2:24 pm
דורך ולא מיין
איך האב שוין דאונלאודעד מערערע עפפס ובתוכם עני סאפט קיבארד די מעין, און נאר דא האב איך די פראבלעם, א"י למה.
אפשר האט עס מיט מיין פילטער?

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 2:29 pm
דורך private
איז דא א סווייפ קיבארד פארן אייפאון?

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 7:49 pm
דורך קנאפער ידען
private האט געשריבן:איז דא א סווייפ קיבארד פארן אייפאון?

איך האב נישט קיין אייפאון, אבער א סערטש זאגט אז עס איז דא גאר אסאך.
דא האסטו איינס:
https://itunes.apple.com/us/app/id577705038?mt=8

געשריבן: מאנטאג מארטש 03, 2014 11:23 pm
דורך private
Thank you

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 4:51 pm
דורך ולא מיין
איך האב גאו קיבארד סאיז דא צוויי סארט קיבארד ס וויאזוי קען איך מאכן אז סזאל אלעמאל ארויפקומען די זעלבע ססארט קיבארד

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2014 5:42 pm
דורך ולא מיין
נאכן אויספרובירן גאו קיבארד און עני סאפט קיבארד, זע איך אז גאו האט א מעלה, למשל ביי די ווארט tomorrow אויב איך שרייב 2 מאל די M וועט עס אליינס זיך פאררעכטן, משאכ ביי עני וועט דאס נישט פאסירן, ווייל ס'פאררעכט נישט למפרע, היינו נאכן שרייבן די צוייטער M וועט ער פרובירן צו מעטשן מיט אנדערע ווערטער מיט די אנהייב פון tomm.
לאידך עני סאפט געבט דיר די אפשאן צו סעיווען נייע ווערטער משאכ גאו האט נישט אזא אפשאן.
ווייסט איינער אנדערש??b

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2014 11:14 pm
דורך עקבי הצאן
מענין לענין ווי קען מען האבן נאך יודישע פאונטס אויפן ענדרויד, כגלייך נישט די פאונט וואס סאיז דא

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2014 11:49 pm
דורך קנאפער ידען
עקבי הצאן האט געשריבן:מענין לענין ווי קען מען האבן נאך יודישע פאונטס אויפן ענדרויד, כגלייך נישט די פאונט וואס סאיז דא

דאס קען מען נאר אויף א גערוטע פאון.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 2:40 pm
דורך אורייתא
דאכט זיך אז ביי גוגעל קיבאורד איז אויך דא די מעלה אז ער פארטוישט די ווערטער אויף די גוטע ספעלינגץ אפילו ביי היברוא

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 6:14 pm
דורך קנאפער ידען
אורייתא האט געשריבן:דאכט זיך אז ביי גוגעל קיבאורד איז אויך דא די מעלה אז ער פארטוישט די ווערטער אויף די גוטע ספעלינגץ אפילו ביי היברוא

און SwiftKey קיבארד האט דער מורא'דיגע מעלה, אז מ'גיבט אים רשות צו ליינען דיינע אלטע אימעילס, און ער גיבט די פרעדיקשענס לויט דעם.
דער מעסיוו מעלה פון דעם איז אז ער גיבט די גוטע ספעללינג אפילו פון אידיש [נישט נאר העברעאיש] אויב מ'האט געשריבן אידיש.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 9:57 pm
דורך נשמה
פארוואס קען נאך נישט ארויסקומען א קיבארד וואס מ'זאל קענען 'גליטשן' פון איין ווארט צום צווייטן. איך האב שוין געשריבן פאר איינע פון די קאמפעניס, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי דארפן א דאטא בעיס פון -גאנץ' יודיש.
מ'דארף פשוט מאכן אזא דאטא בעיס. אריינלייגן אדער אפירקראצן פון ערגעץ.
יודיש האט אסאך ווערטער וואס האבן ו' ואו'ס פארפארן פארגאנגען פארלייגט פארריקט (די תפילין) א.א.וו.
מענטשן מוטשען זיך אזוי שטארק ביים טייפן. מ'דארף האבן א 'סלייד איט' פאר יודיש. א גליטש מיטן פינגער 'פארוואונדערטער' איי-וועלט .

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 11:38 am
דורך נשמה
מ'דארף ווען האבן א דאטא בעיס פון אלע יודיש ווערטער, דערנאך וועט עס די קאמפעני נעמען און מ'וועט האבן א slide it אין יודיש. וואס קען מען טון? זאל איינער זיך אראפזעצן און זיך נעמען אריינטייפן
פארוואסערן. פארוואסער. פארוואסערונג. פארוואסערונגען. פארוואסערט. מ'דארף עס ווען קענען מאכן און בכלל וויפיל שאצט איר איז דא יודישע ווערטער. "גע שוב כדי לשמור"

איינער האט שוין געטראכט דערפון?.

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 12:13 pm
דורך מי הוא זה
SwiftKey איז דער בעסטער עפפ פאר דעם, אין מיינע אויגן.

עס לערנעט זיך פין דיין שרייבן, א יעדן טאג ווערט עס בעסער אין בעסער, עס קוק וואס די טייפסט אין אזווי לערנעט ער אם דיינע איינגירטגייט ווי אזוי די שרייבסט

ממש גאוואלדיג, קיין איינע פין די אנדערע טוט דאס נישט

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 2:38 pm
דורך נשמה
יוא הער. איך טייפ יעצט אויף סוויפטקע. אבער איך טראכט צו מ'קען זיי אריינשיקן א גאנצער דאטאבעיס פון אלע יודישע ווערטער. אזוי ווי ס'דא אן ענגלישע לענגוועטש דיקטיאנערי, אזוי קען מען מאכן א יודישע דיקשאנערי., איך מיין זיי וועלן עס גערן אריינלייגן אין זייער ווייעכ-ווער. מ'דארף צאמשטעלן איינמאל פאר אלעמאל א יודישע דיקשענערי. וואס זאל האבן אלע יודישע ווערטער, ס'וועט נישט האבן קיין שייכות מיט 'עברית' קיבארד. י "יודיש" אזוי וועט שטיין אין ס'ליסט.

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 3:07 pm
דורך נשמה
בקיצור. מ'דארף איינמאל פאר אלעמאל מאכן א ריזן דאטא בעיס וואס וועט אנטהאלטן אין זיך אלע 'יודישע' ווערטער און שוין. ס'דארף ווען זיין א זאך וואס יעדער קען ווען צולייגן זיינע דריי ווערטער אדער אזא פראגראם וואס וועט נעמען אלע ווערטער פון אייוועלט, עס דורכזיפן און נאר איין ווארט וועט קענען שטיין. בקיצור... האסט עפעס א גרינגערע עצה ווי שטיין און טייפן אלע יודישע ווערטער.

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 3:09 pm
דורך נשמה
איך טראכט צו איך זאל ענדערש רעדן צום לאמפ.

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 4:11 pm
דורך שמעק_טאביק
נשמה האט געשריבן:אדער אזא פראגראם וואס וועט נעמען אלע ווערטער פון אייוועלט

וועלכע ווערטער למשל?
שטייצעך?
זאלצי?

געשריבן: זונטאג מארטש 30, 2014 6:00 pm
דורך מי הוא זה
נאכדעם וואס די טייפסט אסאך אידיש וועט זיך דע קיבארד אויסלערנען, אין נעקסטע מאל וועט זיך עס שרייבן אסאך שנעלער