ווער האט עקספיריענס מיט ענדרויד פאונס?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

ווער האט עקספיריענס מיט ענדרויד פאונס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך זוך עמיצער וואס קען ארויסהעלפן מיט אינפארמעישאן איבער די נייעסטע ענדרויד מאדעלן בפרט און איבער ענדרויד בכלליות. ווי אויך ווי אזוי פארגלייכט זיך דאס קעגן דעם בב?

א דאנק

געשריבן אויפן הטס איווא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פונקט אין צייט רב אך שמח, שוין גאנצע זעקס טאג וואס איך ארבעט אויף אייך...

www.xda-developers.com
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

נע, ווען דו ארבעטסט ווען אויף מיר וואלט איך שוין געווען דא לאנג....

געארבעט מיט די ריכטיגע כוונות האט הרב קרעמער זאל זיין געזונט' ותחח"ל, וואס האט מיר געהאלפן זיך צוריק אריינגלידערן אהער.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב געהאט א אינדראוד פאון. אבער אזויווי עס איז נישט קאמפעטיבל מיט היברו האב איך עס צוריקגעשיקט צו זיי.
אין מיין אפיניאן: אויב וועט אנפאנגן צו ארבעטן אידיש דעראויף איז עס בעסער ווי א בב.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די נייע ענדרויד פאונס האבן שוין היברו.

טיפ, יעדע פראגע איבער היברו אויף עני פאון זוכט אויף אין העברעאישע זייטליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך שרייב דאך די תגובה אויף מיין
Htc Evo
וואס איז א סופער געוואלדיגער סעלפאן!!
ס'האט א מיליאן מעלות איבער די אנדערע סארט סעלפאןס וואס זענען אויפן מארקעט. און אוודאי היבש בעסער ווי דער בב.
ס'האט טאקע נאכנישט דעם
Push
וואס בב האט וואס מאכט אז אימעילס זאלן גראד אריינקומען, אבער פאר רוב היימישע אידעלעך וואס ברויכן נישט דעם בבערי פאר ביזנעס איז ענדרויד היבש מער צוגעפאסט!!!
Cnet
האט אין זייער רעוויו געשטעלט דעם איווא העכער דעם נייעם אייפאון 4 טראץ אירע געוואלדיגע מעלות
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

רוב היימישע אידעלעך דארפן נישט......... כ'הער גוט?

ווער ס'דארף נישט די פאר פיטשער'ס וואס בלעקבערי שטעלט צו דארף עס טאקע נישט, פאר ווער ס'ברויך עס יא אינישטא קיין שום פאהן וואס שטייגט עס איבער!

מענטשן פרעגן אויב דעס איז בעסער ווי בב אדער איז יענץ איז בעסער, די תירוץ איז ס'איז אירעלעווענט! קיין שום פאון האט נישט קיין בב"מ און אימעיל זוי גוט ווי אויפן בב. אויב די גייסט פארדעם דאן ביסטו סטאק מיטן בערל. קיין שום פאון וועט עס נישט ריפלעסן.

און אויב ברויכט איר עס נישט דאן איז בלעקבערי בכלל נישט אזא גוטע פאון מען זאל צודעם קאמפערן.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

ליין גוט:

וואס בב האט וואס מאכט אז אימעילס זאלן גראד אריינקומען, אבער פאר רוב היימישע אידעלעך "וואס ברויכן נישט דעם בבערי פאר ביזנעס" איז ענדרויד היבש מער צוגעפאסט!!!

די יונגעלייטלעך וואס דרייען זיך ארום מיט די בלעקבעריס דארפן גאר וויכטיג די אימעילס אין די סעקונדע ואס עס קומט ארריין?

נאר וואס דען? בשעתו איז דאס געווען די בעסטע שנעלסטע פאון און מען עס באקומען פאר חצי בחנם און בב סערוויס אינגאנצן אומזיסט, ועוד ס'געווען גאנץ א רייסעריש פאון, האבן זיך די יונגווארג דערמיט ארומגעגארטלט.
יעצט איז מען סטאק דערמיט ווייל מען איז אנגעבונדן מיט א גאנצע קייט פון חברים אויפן בב מעססענדזשער איז זיך שווער דערפון אוועקצורייסן. איך ווייס נאר נישט מיט וואס בבמ איז אזויפיל בעסער ווי גוגל טאלק צום ביישפיל, אחוץ אז מען קען נאר שמועסן מיט ווער ס'האט א בב מה שאין כן גוגל ט וואס איז אפן פאר יעדן!!

אגב, אין מיינע טעסטס זע איך ווי אינטערנעט ארבעט פיל שנעלער אויפן ענדרויד ווי בב, און דאס איז נאך אויף
3g
ווארט נאר ווען
4g
וועט זיך אויפרייסן אין ניויארק ווי שנעל ער וועט לויפן. מ'וועט אים גארנישט קענען אפשטעלן..
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב געהאט די HTC HERO. עס איז געווען א מחי'דיגע פאון, אבער אן היברו.

אבער אזויווי דו זאגסט. איף ווייס נישט צו ווען מיין ב"ב קאנטראקט וועט אפלויפן וועל איך צוריקגיין צו אנדראויט. איך האב שוין א גאנצע טשעין מיט חברים אויף בב"מ, און איך וויל עס נישט פארלירן.

אויב יעדער פון זיי וועט מסכים זיין צו גיין אויף טאלק, וועל איך אפשר צוריקגיין צו אנדרויט.

בד"וו. גוגל טאלק קען מען מאכן גרופס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

סתם_אזוי האט געשריבן:בד"וו. גוגל טאלק קען מען מאכן גרופס?


אויפן קאמפיוטער דורך דשימעיל קען מען אינווייטן נאך קאנטעקטס אין א טשעט.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אהא. ווען מען קען ווען עס מאכן דורך די פראגרעם טאלק וואלט מען טאקע געקענט דאמפן די סטופיד ב"ב וואס קראכט שוין באלד אזוי סאך ווי א סענטראו.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אויפן בב איז גוגל טאלק גאנץ לימיטעד, אבער אויפן ענדרויד וואס איז א גוגל פאון קען מען אינווייטן נאך חברים צום שמועס. כ'זע נאכנישט אויב מ'קען מאכן גרופס אזוי ווי אויפן בב - דערווייל...

אויך איז דא נאך פילע אפשענס ווי צב'ש אףף די רעקארד, ווען מ'וויל שמועסן אן אומרעקארדירטן שמועס..

בכלל איז אלע גוגל פראגראמען גאר גוט אויף דעם פאון, ווי מעפס וואס איז שרכקליך שנעל און מיט גאר גוטע אפציעס, ווי אויך איז דא א באזונדערע עפפ גוגל נעוויגעשאן וואס איז אזוי ווי א געהעריגע
GPS
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

אוודאי האט ענדרויד push אימעיל.... מערסטענס 5 סעקונדעס אפגערוקט, אסאך מאל איז עס מיר אנגעקומען פארן בב.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך האב געהאט פאהש אימעיל אויפן פאלם-טריא/סענטרא אויך.
אוי דערמאן מיך נישט פון יענע צייט'ן...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס איז טאקע די חילוק פון א פלעינע פאון וואס האט א גימעיל אפפ פאר אימעילס, און א בב?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב געהאט פאהש אימעיל אויפן פאלם-טריא/סענטרא אויך.
אוי דערמאן מיך נישט פון יענע צייט'ן...


וויאזוי?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'האב געהאט עפעס א טירט פארדי אפליקעשען וואס האט געארבעט מיט איימעפ. דאס איז געווען בערך 3 יאר צוריק היינט איז שוין מסתם דא בעסער'ס און שענער'ס.

די חילוק פון אנדערע טעלעפאנן מיט בלעקבערי איז אסאך, איינע פון די עיקר איז אז בלעקבערי איז געבויט פאר ביזנעס-לייט נישט פאר קיין טוי, ס'איז א רילייעבל טעלעפאן און אימעיל קלייענט. אנדערע זענען מער פאר נער'ישקייטן. די לעצטע פאר יאר האט בלעקבערי זיך גענומען 'אויך' אריינשניידן (מיט גרויס סוקסעס) אויך אין די אנדערע ליין פון מאכן שיינע גרעפיגס מיט קעמרע'ס ווידיאו'ס וכו', און די זעלבע צייט האלטן זיי אן די רילייעבילעטי פונעם כלי.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

Print from your phone with Gmail for mobile and Google Cloud Print

http://gmailblog.blogspot.com/2011/01/p ... l-for.html
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס די כלי איז? איז דאס פונקט ווי אייפעד צו עפעס אנדערש, איך זע דא א ווארט ענדרויד האב איך עס דא אריינגעווארפן

http://www.dhgate.com/p_ff8080812bd50e4 ... hpa-bmwp-1

יישר כח למפרע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

מי יודע האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס די כלי איז? איז דאס פונקט ווי אייפעד צו עפעס אנדערש, איך זע דא א ווארט ענדרויד האב איך עס דא אריינגעווארפן

http://www.dhgate.com/p_ff8080812bd50e4 ... hpa-bmwp-1

יישר כח למפרע

יא עס איז א android tablet אבער עס איז זייער א שוואכע כלי קעגן וואס עס איז דא א היינט איך וואלט אייך קיינמאל עס נישא גע'עצה'ט צו קויפן
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

לאטצי, וואס זאגסטו צו דעם motorola xoom?

עס זעט אויס צו זיין פון די פלאי הבריאה, אבער דער פרייז, ה' ירחם...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח לאטצי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ענדרויד איז נומ' 1 אויפן מארקעט?

ליינט דא

איך מיין מען קען שוין אויפמאכען אן ענדרויד ווינקל אזווי בלעקבערי ווינקל
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דאס איז די מעלה פין ענדרויד, ס'כמעט נישט דא קיין פראבלעמען, ס'נישט דא צו סאך וואס צו בעטן קיין הילף.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

לייבי, אן ענדרויד ווינקל וועט ווארשיינליך פריער אדער שפעטער געעפנט ווערן, ווייל ס'מיר ברור אז א היבשער עולם וועט אנקומען דערצו ובפרט אויב און ווען בבמ וועט אויפעפענען איר מסנג'ר סערוויס צום אנדרויד.

אן ענדרויד ווינקל מיינט נישט דווקא פראבלעמען. עס קען מיינען עצות טיפס וכו' און ווען מ'לייגט צו עפפס איז דאך נישטא קיין ענדע פון וואס צו שרייבן איבער די וואונדער וואס מ'קען דא געפונען.

למשל, האב איך לעצטנס ארויפגעריקט אן עפפ וואס טוט אוטאמאטיש רעקארדירן אלע מיינע טעלעפאן קאלס.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”