מען ווערט אייביג הייזעריג אין קאנטרי?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

אחראי: thefact

מען ווערט אייביג הייזעריג אין קאנטרי?

הודעהדורך חיים של פרנסה » מיטוואך יולי 28, 2010 9:59 pm

שאלה:
דא אין קאנטרי זענען מיר אן א שיעור הייזעריג.

אני בעניי, בין מורא'דיג שווער אפעקטעד מיין קול, מען קען נישט געהעריג זינגען און זאגן.

מיין אידענע, איז הייזעריג,

מיינע קינדער, הייזעריג, מיינע געסט, הייזעריג, סזעהט אויס ווי מיר האבן עפס א אנדערע פראבלעם ווי סתם.

אפשען 1:
ווייסט איינער צו זאגן אויב אין א באנגעלוי וואס די שימל איז דער איינוואוינער, וועלן די דאטשע געסט ליידן פון הייזעריגקייט?
אפשען 2:
האט דאס פשוט צו טון מיט שלאפן? איך מיין אז נישט "נאר" דאס איז די סבה. אפילו כוועל מודה זיין אז מיר שלאפן דא עטוואס ווייניגער, אבער נישט נאר דאס דארף זיין די סבה.
אפשען 3:
איז די לופט אין קאנטרי בכלל אנדערש, אפילו אן די שימל?

כקען זייער נוצן הילף אויב איינער איז באקאנט, כאטש זאל זיין צרת רבים חצי נחמה.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר חמישים
 
הודעות: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:23 pm

ולאחיו יאמר חזק!

הודעהדורך חיים של פרנסה » מיטוואך יולי 28, 2010 10:30 pm

באמת אין ולאחיו יאמר חזק.

עס איז א אמת'ע פראבלעם וואס דארף א אמת'ע הילף.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר חמישים
 
הודעות: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:23 pm

הודעהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 28, 2010 10:36 pm

שימל איז א ריזיגע פאקטאר אין א שטימע וואס שטיקט זיך ווי זעמל ביי ובתורתך.
אוועטער
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
 
הודעות: 21611
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

הודעהדורך מאשקע » דאנערשטאג יולי 29, 2010 7:50 am

אויף די שאלה צי מ'ווערט אייביג הייזעריג אין קאנטרי, איז די ענטפער: ניין, נאר זומער...

ס'קען זיין אז ס'האט מיט זיך איבערשרייען אויף די קינדער, אדער רופן די משפחה פון די אנדערע עק קאנטרי צו קומען עסן סאפער פאר א גוט יאר, אדער פון אריינשלינגען בטעות וואסער פון סווימינג פול, אדער פון די נארהאפטיגע קולעי וואסער.
Let our servers rest in pieces
אוועטער
מאשקע
מ. ראש הקהל
 
הודעות: 11435
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 15, 2006 3:40 am
געפינט זיך: אין די חיפוש

הודעהדורך צייטליך » דאנערשטאג יולי 29, 2010 8:13 am

ר' חיים. יאך בין אויך אין קאנטרי. טאקע נאר די וויק-ענד'ס, אבער איך האב נאכנישט באמערקט דעם פראבלעם. נאר אויף די קינדער וויבאלד זיי שרייען זיך איבער אין די דעי קעמפ אדער ביים שפילן אין הויף.

אויב ביסטו פארנומען מיט אקטיוועטי'ס וכדו' דאן איז דאס די סיבה דערביי. ווען מ'שרייעט אסאך און זינגט אסאך ווערט מען הייזעריג. קיין חילוק וויפיל שימל עס ליגט אין באנגעלוי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטער
צייטליך
מ. ראש הקהל
 
הודעות: 7415
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 01, 2006 7:13 pm
געפינט זיך: ערגעץ דא אין די געגענט.

הודעהדורך דארפסמאן » דאנערשטאג יולי 29, 2010 2:15 pm

ר' חיים קודם כל שלום עליכם שוין לאנג נישט געזען און געהערט פון דיר,

און לויט ווי איך קען דיך מאכט עס סענטס אז די ביסט הייזעריג, נאר מיין שאלה איז פארוואס ביסטו נישט הייזעריג א גאנץ יאר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
אוועטער
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
 
הודעות: 4939
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 14, 2006 3:52 pm
געפינט זיך: אין דארף

הודעהדורך מאשקע » דאנערשטאג יולי 29, 2010 2:16 pm

זאג מיר נישט אז חיים של פרנסה איז יאסי גרין...
Let our servers rest in pieces
אוועטער
מאשקע
מ. ראש הקהל
 
הודעות: 11435
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 15, 2006 3:40 am
געפינט זיך: אין די חיפוש

הודעהדורך דארפסמאן » דאנערשטאג יולי 29, 2010 2:19 pm

נישט עד כדי כך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
אוועטער
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
 
הודעות: 4939
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 14, 2006 3:52 pm
געפינט זיך: אין דארף

הודעהדורך צום זאך » דאנערשטאג יולי 29, 2010 2:20 pm

ער זאגט דאך אז ער הייסט "חיים" גרין.
מקום שנהגו לרכוב ב'אדסי רוכבים. ולעולם אל ישנה ממנהג המקום. הג"ה, ובמקומות הללו לוקחים אדסי טעון כולו משום הידור מצוה.
אוועטער
צום זאך
שר האלף
 
הודעות: 1923
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פבואר 25, 2009 4:31 pm
געפינט זיך: רעסט עריע

הודעהדורך חיים של פרנסה » דאנערשטאג יולי 29, 2010 11:53 pm

די סיבות האט יעדער גוט ארויס, שכויח, אבער כבין אנגעווייטאגט, האט איינער א וועג ארויס?
ווי א איד, א EZ וועג ארויס,
די לאנגע וועג איז: צו אונטערנעמען א "שווייגעניש", ווען כקען ווען צו יעדן שרייבן אזוי סאך ווי מען שרייבט אין אייוועלט, וואלט מען אפשר נישט געדארפט אזוי פיל רעדן בכלל, אבער למעשה אז מען הערט נאר אויס ווען מען "רעדט" מוז מען דאך האבן א עצה ווי אזוי צו רעדן,

נא ווער קען די טייטש פון ואתה תחזה?

טרינקען לויזע אייער ווייס איך שוין, עני טינג עלס?
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר חמישים
 
הודעות: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:23 pm

הודעהדורך מאשקע » פרייטאג יולי 30, 2010 12:20 am

אז דו שלאפסט נישט ביינאכט, איז נישט קיין וואונדער אז דו ביזט הייזעריג. מידקייט איז א שטארקע גורם אז די קול זאל שנעלער ווערן אפגעדינט איבער'ן טאג.
Let our servers rest in pieces
אוועטער
מאשקע
מ. ראש הקהל
 
הודעות: 11435
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 15, 2006 3:40 am
געפינט זיך: אין די חיפוש

הודעהדורך שטארק זיך » פרייטאג יולי 30, 2010 4:26 pm

חיים,

א שנעלע עצה ווייס איך נישט צו עס איז, אבער פארט אן עצה.

טרינק אסאך וואסער, נישט אויף איינמאל, יעדע שעה טרינק א צוויי פולע גלעזלעך.

שעפשע (wisper) נישט, עס שאדט פאר די שטימע צומאל מער ווי זיך איבערשרייען, שווייגן קען יא העלפן.

רעד אויף א העכערע אקטאוו, עס איז געזונטער פאר די שטימע און מען הערט דיך בעסער און קלארער אן שרייען.

בעת א שמועס זאל זיך ענדערש יענער זיך אנשטרענגן דיך צו הערן, ווי איידער דו זאלסט זיך אנשטרענגן געהערט צו ווערען.

הצלחה.
שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע!
שטארק זיך
שר האלף
 
הודעות: 1496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm


צוריק צו ולאחיו יאמר חזק

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און 2 געסט