א טאטע אין יו"ט חנוכה / ט.ב. שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע אין יו"ט חנוכה / ט.ב. שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א טאטע אין יו"ט חנוכה / ט.ב. שאץ מאץ

אלעס האט זיך אנגעהויבן פון איין טעלעפאן קאל...., ווען אין א זונטאג נאכמיטאג רופט מיך אן אונזער ידיד מאנ"ש מיטן ניק "אונגארישער" אויף מיין סעל. און זאגט מיר קורץ און שארף הרב שאץ דו ווייסט אז דעם שבת האט מען געבענטשט ר"ח כסלו?
ש"מ: יא איך ווייס.
אונגארישער: נו?.....
ש"מ: נו וואס?,
אונגארישער: אן ארטיקל.....
ש"מ: כ'ווייס כ'האב שוין טאקע לאנג נישט געשריבן איך בין געוועהן אביסל ביזי, אבער ס'האט זיך מיר נישט געמאכט קיין טעמע, און אן א טעמע שרייב איך נישט,
אונגארישער: איך רעד פון "א טאטע יו"ט חנוכה" ארטיקל!!!
ש"מ: אה דאס איז מיר נישט בייגעפאלן,
אונגארישער: איך דערמאן דיך גענוג פרי, איך וויל נישט וויסן פון קיין מעשיות, איך ווארט אויף אן ארטיקל...
ש"מ: ביסט גאנץ א פיינע בעל תאוה..., וועמיר זעהן, אז דער באשעפער וועט מיר חונן דעת זיין מיט איידיעס וואס צו שרייבן וועלמיר שרייבן,
אונגארישער: גוט, כל טוב,
ש"מ: א גוטן טאג....

איר פארשטייט א מעשה?....., מ'געט א פינגער און מ'בעט א האנט, ווייל איך האב געשריבן א טאטע שבת, תשרי, ר"ה, יו"כ, סוכות, ועוד, מוז איך שרייבן נאך?...., אלא מאי ווייזט אויס אז יא, כיון דהתחיל פסק'נט מען המתחיל במצוה אומרים לו געמיר..., דעריבער זינגט ער מיר דא, אָז (אגמור) געמיר בארטיקל מזמור חנוכת הקרעטשמע.....

הכנות לחנוכה
פון ווי הייבט מען אן?, פארשטייט זיך פון די הכנות, אה חנוכה, אזא זיסע ווארעמע יו"ט, א יו"ט וואס ווארמט אן די ביינער אין די קאלטע ווינטער נעכט, די אכט טעג חנוכה האבן דאך אזא אייגנארטיגע שמעק, די ניגונים די נוסחאות אלעס איז אזא געמיש פון וואכעדיגע רוחניות, ס'אידעך נישט קיין יו"ט וואס די איסור עשיית מלאכה שיידט אפ די מענטשהייט פון די וואכעדיגע וועלט, ס'איז אכט טעג וואס די ארבעט גייט אן געהעריג מ'לויפט אין די געשעפטן און דאך איז חנוכה....

דעריבער וואלט זיך געזאגט אז אין חנוכה דארף זיין מער הכנה ווי סתם א יו"ט, בשלמא פסח, שבועות, סוכות, בלויז דאס פייף פונעם שבת פייפער אליין ברענגט אריין דעם מענשט אינעם יו"ט אריין, מ'פארט נישט, מ'ארבעט נישט, די יו"ט'דיגע ברכו פונעם חזן ברענגט אריין אין הארץ א געפיל און א רושם פונעם יו"ט, אזוי אז אפי' מיט ווייניג הכנה קען מען צוגיין צום יו"ט'דיגן קידוש און דאך שפירן אז ס'איז יו"ט, ווידעראום חנוכה קומט מען אהיים פון די ארבעט און גלייך מיט די ארבעט'ס רושם צינד מען אן דעם אור הגנוז... ס'איז עפעס פון דרום צו צפון מיט אזא ווייטן אפשייד,
נמנו וגמרו אז ס'פאדערט זיך הכנה יעדע נאכט באזונדער צו צוגיין צו די חנוכה לעכט מיט עטוואס פירוד און אפשייד פון די ארבעט, און עטוואס דערהויבנקייט פון די ימי המעשה און עולם העשי' צום נר מצוה ואורות הגנוזות.

(אין תפארת שלמה שטייט אז חנוכה דארף האבן מער הכנה ווי סתם א יו"ט, ער פארענפערט מיט דעם דעם ב"י'ס קושיא, אז די ערשטע טאג כאטש ס'איז נישט געוועהן א נס, מאכט מען זיך א כלי להכנה מקבל צו זיין דעם אור פון אלע אנדערע נעכט חנוכה, ווי אויך אין באר משה להרה"ק ר"מ מקאזניץ איז ער מאריך אז די ברען פון די אור חנוכה ווענט זיך לויט די הכנה,
כאטש וואס ס'שטייט אין ישמח ישראל אז חנוכה איז מצותו מפתח ביתו מבחוץ, חנוכה קען מען צוקומען אפי' מ'איז מבחוץ אינדרויסן אן קיין שום הכנה עיי"ש, דאך איז כדאי דאס ביסל הכנה מרגיש צו זיין אפס קצהו פון דעם אור הגנוז דעם פינק וואס ליגט באהאלטן אין יעדן איד)

אין אופני הכנה איז שווער צו זאגן פונקטליך וואס מ'דארף טון, אבער ס'איז קלאר אז יעדע ביסל הכנה וואס טאטע טוט ווערט דערשפירט דורך די קליינע ריינע נשמה'לעך פון די זיסע קינדער וואס האבן אזוי ליב דעם יו"ט חנוכה,

איך וואלט געזאגט אז כאטש מענטשן האבן א מסורת אבות און גלייכן צו טון וואס זיי האבן געזעהן ביי די טאטעס, און מכח דעם וואס ער גלייבט אזוי אין מסורת אבות וויל ער נישט זיין פרומער פון זיין טאטן און וויל נישט צולייגן קיין שום הוספה מדילי', אבער היינטיגע צייטן איז אנדערשט, היינט איז א זמן וואס מ'מוז מוסיף זיין ענינים און פרומקייטן והידורים כאטש מ'האט דאס נישט געזעהן ביים טאטן, דיין טאטע האט נישט קיין אינטענעט דו יא (והא ראי' אז דו ליינסט דעם ארטיקל....) דארפסטו האבן מער הידורים פון דיין טאטן, א גרעסערע חתן מנורה האסטו?.... אפי' גרעסער פון דיין טאטן'ס..., נו פארוואשע זאל מען נישט זיין גרעסער מיט נאך זאכן, אויב דיין טאטע גייט נישט אין מקוה פאר חנוכה לעכט שאדט נישט אז דו זאלסט יא גיין, עכ"פ די ערשטע נאכט לכה"פ ווי יעדן ערב יו"ט ווען מ'גייט פאר די ערשטע טאג יו"ט אין מקוה, אז דיין טאטע זינגט נאר 5 צו 10 מינוט פון די האלבע שעה זמירות, שאדט נישט מוסיף צו זיין נאך און נאך זמירות, מ'דערלייגט נישט פון מוסיף זיין סיי וועלכע הידור אין א יו"ט.

בנוגע הכנות יעדע נאכט קען א מקוה זיין א שטארקע טרייב קראפט און א הבדלה פונעם עולם העשי' ביז צו די חנוכה לעכט, פאקטיש נאך א מקוה פילט מען זיך אפי' בגשמיות פריש, פשוט מ'ווערט פריש פון פיזישע מידקייט, אויסער די חלק הרוחני וואס א מענטש שפירט זיך העכער נאך א מקוה, קומט נאך צו דאס אז די קינדער זעהן דעם טאטן מיט נאסע פיאות אהיים קומען נאך מעריב צו חנוכה לעכט צינדן, דאס גיבט זיי דעם מעסעדש חברה דא קומט עפעס פאר... דאס איז נישט סתם א לעכט געצינדעכטס...., דער טאטע גייט אין מקוה די מצוה ברענט אין אים!!!,

אויב דער טאטע דרייווט אהיים יעדע נאכט פון די ארבעט קען מען אינטערוועגנס הערן א שיעור פון עיניני חנוכה, די אויסוואל איז גרויס קע"ה, אויב זיצט מען אין א קאר, טרעין, באס, געפירט דורך א דרייוער, קען מען נעמען א ספר'ל אפי' א ליקוט און זעהן איינס צוויי גוטע ווערטער אויף חנוכה יעדע נאכט, אז נישט כאטש צווישן מנחה ומעריב אריין קוקן אין א ספר בין גברא לגברא מעניני דיומא, בני יששכר, זרע קודש, דברי חיים, צו דברי יואל, צו סיי וועלכע ספר וואס מ'שפירט א טעם דערון, דאס איז פארן טאטן אליין געזאלין ער זאל אליינס זיין אין די מצוה און האבן עטוואס שייכות צו די נירות חנוכה, ווייל אז דער טאטע האט די מינדעסטע שייכות מיט הדלקת הנירות שפירט דאס שוין אטאמאטיש זיין קינד,

ווער רעדט נאך א טאטע וואס האט שוין גרעסערע קינדער און זיי אליין לערנען שוין אין חדר אין ישיבה מגודל קדושת אור חנוכה, און דאס קינד אליין שפירט שוין א שטיקל טעם אינעם צינדן, וואס פארא פנים האט דעם טאטנס צינדן בעת ער אליין איז קאלט ווי אייז און דער זון איז שוין א בר הכי און א בעל מדריגה ביים צינדן.... דאכט זיך ס'איז גארנישט קיין געשמאקע טעם,
מיין ר"י ז"ל פלעגט זאגן אז דער יצה"ר פון אמעריקא איז זיך נישט אפצושטעלן א רגע, גיי, לויף, פלי, און קום, טיים איז מאני, נאר טראכט נישט...., דער בעל דבר פארלייגט כוחות מ'זאל אלעס טון נאר זיך נישט אפשטעלן א רגע מיט התבונונות, און דאס איז די ערשטע תפקיד פון א טאטע בימי חנוכה, צו זאגן פאר זיין אייגענעם הו הא "סטאפ", לייגן א האלד אויף דעם גרויסן כף הקלע פון אמעריקא, און נעמען עטליכע מינוטן פאר זיך, פאר מיין נשמה, זיך צו צוגרייטן צום חנוכה לעכט צינדן, (שטייצעך דעם שווארצן בערי לייגן אויף וויקאציע פאר א שטונדע).

אין אסאך מקומות האט מען זיך נוהג געוועהן אנצוטון בגדי שבת צום צינדן, איך גלייב אז בגדי שבת איז א שטארקע געפיל און מצב פאר די גאנצע שטוב ווען מ'זעהט דעם טאטן אנטון דעם שטריימל בעקיטשע, (למען האמת, ביי מיין טאטן אין שטוב איז מען נישט געגאנגען קיין בגדי שבת צו חנוכה לעכט, אבער מן השמים איז מיר אויסגעקומען אז מיין חתונה נישט מער געדאכט איז אויסגעפאלן יום ה' לשבוע אור ליום כ"ב כסלו, איז די ערשטע נאכט חנכה געוועהן זונטאג נאכט, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, האב איך געהאט א שטריימל מחמת שבע ברכות, דאנארשטאג איז געוועהן מוצאי שבע ברכות האב איך נאך אלס געהאט דעם שטריימל, פרייטאג צונאכטס און מוצש"ק ווייטער א שטריימל, נו אז כ'האב שוין גאנץ חנוכה געהאט א שטריימל האב איך מיר אנגעטון דעם שטריימל זאת חנוכה זונטאג נאכט אויך, ומן אז ועד היום הזה צינד איך מיטן שטריימל)
זייענדיג אמאל חנוכה ביי מיין גרויסן ברודער אין שטוב, האב איך געזעהן ווי ער טוט אן בלויז זיין בעקטישע צום צינדן, ס'איז מיר זייער געפאלן כ'האב הנאה געהאט פון דעם בייפאל, סיי ס'הייסט נישט משנה געוועהן ממסורת אבות, און סיי ס'איז מוסיף געוועהן א טעם און א הידור צו חנוכה, דאכט זיך אז ס'איז גאנץ א שיינע איינפיר זיך אנטון א בעקטישע לכבוד חנוכה...

אויב נישט די בעקיטשע כאטש אנטון דעם שבת'דיגן גארטל, צו וואס זאל מען צינדן די הייליגע חנוכה לעכט מיט אזא דינעם מנחה מעריב גארטל... מ'דארך מאכן כאטש עפעס א שינוי פון סתם א קר"ש שעל המטה ליינען.

הדלקת המנורה
די שיינע חתן מנורה איז אויסגעפיצט ער ליגט שוין גרייט אויפן קליינעם נר מצוה טישל און ווארט גרייט מ'זאל אים אנצינדן, לאמיר זיך פארשטעלן דעם בילד ווי די קינדער שטייען ארום מיט שפאנונג און ווארטן דער טאטע זאל צורעכט מאכן זיין מנורה, קומט זיך דער טאטע מיט עטליכע גלעזלעך פון נר מצוה מ'געט אזא ברעך אראפ דעם קעפל און ויסעו מ'איז גרייט...... יאלא.... מ'קען שוין זאגן ברוך...
עה נעה.... רבותי! ס'האט נישט קיין פנים, ס'איז נישט קיין חינוך...

וואס יא?, ווי שוין געשריבן אין די פאריגע ארטיקלען דארף די ימים טובים און די מצות זיין מערקבאר און ס'דארף זיין קארילפול מיט זאכן וואס ווערט אריין געקריצט אין זייער מח מיט אהבה און טעם מיט געשמאק צו יעדן דבר מצוה, ווי אנדערשט איז ווען א טאטע קומט אהיים מיט די נאסע פיאות און נעמט ארויס א גרויסן שטיק קאטן, (נישט די פיצי קאטן באלס נאר די גרויסע שטיק) און ציפט אראפ דערפון אביסל און הייבט אן צו דרייען קנויטן, ס'ווערט א מערכה פון קנויטן געדרייעכטס, מ'פסקנט וועלכע קנויט איז גוט און וועלכע נישט (פארשטייט זיך די קינדער זענען די גדולי הפוסקים...) איי ואת"ל דיינע קנויטן ברענען נישט אזוי שיין, וואסא חילוק, מיינסט מ'דארף אין הימל דיינע שיינע פלעמעלעך?, מ'דארף פון דיר דיינע אייגענע פעולות וואס דו טוסט און פלאגסט דיך לכבוד חנוכה, מ'דארף אין הימל דיין דרייען קנויטן...., מ'דארף דיין מחשבה און מעשה וואס מ'לייגט אריין אין א מצוה, צו ס'ברענט שיין צו נישט איז דיר נישט נוגע,

נאכדעם וואס דער קנויט איז שוין אינעווייניג גיסט מען אריין דעם אויל, איי א פחד וויפיל כוונות און יחודים איז דא ביים גיסן דאס אויל, נישט אימזיסט האבן צדיקים געזאגט אז דער קדושת לוי וואלט ווען אויסגעגאסן ס'גאנצע אויל, (אני כשלעצמי צינד דוקא אין מיין מנורה זעלבסט, איך האב פיינט די געלעזלעך וואס מ'לייגט ארויף אויפן מנורה ווייל דאס הייסט נישט געצינדן אין א זילבענע מנורה, ס'איז אפשר געצינדן אין גלאזענע גלעזלעך..., אבער נישט יעדער מנורה איז געמאכט און אויסגעשטעלט אזוי, פערצופאל מיין מנורה איז דא אזעלכע לעכער אז קען מען צינדן אינעווייניג גוט און באקוועם) די אויל איז יעצט אינעווייניג און מ'מען אנצינדן דעם וואקסענעם שמש אין זאגן דעם לשם יחוד.

יש שנוהגים קודם צו זאגן דעם לשם יחוד און נאכדעם אנצינדן דעם לעכט - שמש, ויש שנוהגים קודם אנצוצינדן און מיטן ברענעדיגן לעכט זאגט מען דעם לשם יחוד, (הגה: וכן אני נוהג), כאטש ס'איז דא היינט א אויסוואל פון זאגער'ס מיט שיינע דיזיינטע בלעטער ווי מ'קען געפינען אלע לשם יחוד'ס מיט די נוסח הברכות, דאך האט מער טעם און מער רושם פאר די קינדער ווען מ'מישט אויף א דיקן סידור (א שטייגער ווי מיין טאטנס אלטן יעב"ץ סידור) און דארטן זאגט מען דעם לשם יחוד, ס'איז נאך א פעולה אינעם ערנסקייט פונעם זמן, ס'מאכט עס מער אפציעל ווען מ'נעמט א דיקן סידור מער ווי נעמען אזא איינצעלענעם בלעטעל אדער א דינעם קונטרס און זאגן דערון דעם נוסח.

דער וואקסענעם לעכט האט דאך אזויפיל חן, סיי ווען מ'וויל אפמשל'ן א אלטע לעכט מאלט מען אים אפ אין א געלן קאליר מיט די ארפאגערינטע טראפן צו די זייט ווייל דאס איז די ארגינעלע קאליר, נו פארוואשע זאל איך צודעקן דעם בא'חנ'ט לעכטל מיט זילבער?..... לאמיר אים לאזן ארגינעל...,
ס'איז דא מנהגים שונים, אסאך מנהגים איז צו נעמען דעם שמש וואס מ'צינדט אן און דאס בלייבט דער שמש יענע נאכט, ווידער אסאך פירן זיך צו האבן א שמש פון אויל און נאכן צינדן ווערט דער וואקסענע שמש – אנצינדער אויסגעלאשן, אבער הכל מודים אז מ'מאכט א ברכה מיטן שמש אין די הענט, נו פארוואשע זאל מען זיך אויסקלויבן דאס קלענסטע סייז לעכטל?.... איז דען נישט מער כבוד צו מאכן א להדליק נר חנוכה מיט א שעשה נסים אויף אביסל א גרעסערע וואקסענעם לעכטל?....
(אוי איז געוועהן געלעכטערס אין מקוה איד'ס שטיבל פאר א יאר ערב חנוכה ווען אני הקטן האב זיך אויסגעקליבן א וואקסענעם לעכטל...., דער מקוה איד האט גלייך געזעהן מיט וואס פארא סחורה ער האט דא צו טון, היות איך האב אים אפגעפסל'ט כמעט אלע לעכט מיטן אויסרייד אז רוב לעכט זענען צו קליין, מיטאמאל זאגט ער מיר ער האט עפעס פאר מיר, ער איז אריין אין די בעק קלאזעט און ארויס געברענגט 2 גרויסע וואקסענע לעכט שריים פון די יו"כ'דיגע עמוד לעכט....., די קלענערע פון זיי האב איך גענומען און באשלאסן אז ס'איז פיין....., דער עולם ארום האט זיך פיין אונטער געשמייכלט... אבער איך האב געהאט א שמחת חנוכה מיט אזא גראבן לעכט אין די האנט האט זיך געזאגט א להדליק נר חנוכה מיט א שעשה נסים אזש די ווענט האבן געציטערט.... מיט אט דעם לעכטל האב איך געצינדן יעדע נאכט מיין שמש פון אויל, און זאת חנוכה האב איך אים געלאזט אויסברענען ווי ער האט טאקע געברענט ביז צופרי.....)
(דער שאץ ארבעט אויף אלע פראנטן...., גיין אין מקוה, אנטון א בעקיטשע, אוועק ווארפן די גלעזלעך, דרייען קנויטן, ניצן א דיקן וואקסענעם לעכט, א גראבן יעב"ץ סידור, ס'לעבט זיך דא......)

ויהי נועם ד' אלקינו עלינו וגו' כוננהו....., מ'איז שוין גרייט, די קינדער זענען דא, די קינדער'ס מנורה'ס זענען שוין אויך גרייט, איצטער זאגט מען אזא נא! נא! מ'זעהט צו יעדער איז שוין דא, און מ'הייבט אן מיט א ברען אויפן חנוכה נוסח ברוך..... אהההההתה..... וכו',
זייט וויסן אז ס'שטייט אין יסוד יוסף אז די מלאכי מעלה קומען אראפ פון אויבן זעהן ווי אידן מאכן די ברכה להדליק נר חנוכה...., יא, ווי דו מיט דיין וואקסענען לעכטל זאגט שעשה ניסים מיט א שמחה, דאס איז א גדולה פאר די מלאכים און זיין קומען דאס זעהן!!!

דער טאטע דארף צינדן קודם און נאכדעם די קינדער (ס'איז אזוי להלכה מער אויסגעהאלטן), ווי אויך דארף דער טאטע זיכער מאכן אז די מנורה'ס פון די קינדער זענען צוגעגרייט כדת וכראוי, די קאלירדיגע לעכט זענען אריין געשטעקט געהעריג אין די קינדערישע מנורות, (אויב די לעכער פון די קינדער מנורות זענען צו ברייט קען מען זיי אנפילן מיט קלעי הנקראי פלעי דאו און דערנאך אריין שטופן זייערע לעכטל אינעווייניג) אייייי הנירות הללו אנו מדליקין...... על נסיך... ועל ישועתיך..... דאס נייע פלעמל הייבט אן צו שפרינגען מיט אזא פרישקייט כאילו ער טאנצט אונטער פון שמחת היום,

איצטער כאפ א בליק אויפן זייגער פון ווען די האלבע שעה הייבט זיך אן....., יעצט קענען די קינדער צינדן (במקום שנוהגים אז די קינדער צינדן אליין) ווארט אויס זייער צינדן, לאז יעדן מאכן א ברכה להדליק נר חנוכה און דערנאך קען מען זינגען מעוז צור וכו' הזמירות הנהוג, ס'איז שיין ווען דער טאטע קען זיצן מיט די קינדער ארום זיין מנורה און זינגען זמירות לחנוכה, מ'קען זינגען וואס קומט אונטער די האנט, אבי מ'זינגט לכבוד חנוכה שקבועה רבותינו להלל והודאה,

די האלבע שעה ווערט שיין אנגעפילט מכל מיני זמירות שבעולם (וועלכע ניגונים צו זינגען אויפן וועלכן פיוט האט אונזער קאלעגע לחיים ולברכה מייסד געוועהן א באזונדערע אשכול אין היכל הנגינה, עיי"ש ותמצא נחת). ווען מ'ענדיגט די האלבע שעה מאכט מען זיכער אז די מנורה איז מסודר אויף א פלאץ ווי די גאנץ קליינע וועלן דאס נישט אומווארפן, איינמאל ס'איז שוין דורך די האלבע שעה מוז ער שוין מער נישט ליגן דווקא ביים טיר פון דיינונג רום, ער קען ליגן אויפן טיש מער פארזיכערט, יעצט קען מען טועם זיין בסעודת הרשות פון די פאנקעס, דאונאטס, אדער לאטקעס, לכבוד חנוכה.

שפילן דריידל
שפילן דריידל מיט די קינדער איז זייער א געשמאקע זאך, דא איז אויך גולטיג די כלל אז מ'מוז נישט דוקא אנהאלטן מסורת אבות מיט די געים'ס און די שפיל וויאזוי דאס גייט צו, מ'קען שפילן וויאזוי מ'וויל, און מיט וואס מ'וויל, צו אספערין קענדיס, ניסלעך, צו פעניס אדער גאר דיימס, אדער זאזא'ס...., פערצופאל פלעגט מען ביי אונז שפילן דריידל זייער שפאנענד און ציענד פאר די קינדער, דהיינו, אז ס'איז דא א באנק מיט אסאך (למשל) קענדיס, יעדע שפילער באקומט 6 צו 8 קענדיס, און די שפיל הייבט זיך אן, מ'בעט פונעם באנק א מספר למשל מוישי הייבט אן ער בעט 4 קענדיס פון באנק, מ'דרייט מיטן דריידל און מ'קוקט ווי ער פאלט,
נ' איז א גרויסע נישט – גארנישט,
ג' באקומט ער דאס גאנצע וואס ער האט געבעטן 4 קענדיס,
ה' האלב פון זיין פארלאנג 2 קענדיס,
ש' שטעלט ער אריין מדילי' אין באנק 4 שטיק לפי זיין בקשה,

קומט אויס אז ווען איינער בעט א פארלאנג ביים דרייען דאס דריידל איז ער אויף א ריסק צו פארלירן אדער געווינען, און אזוי דרייט זיך דער מזל, ביי איינעם שיינט די מזל מיט אסאך גימלעך, און ביי איינעם דרייט זיך די מזל פארקערט מיט אסאך ש'ס, און צומאל ווערט דער עושר א יורד, און דער יורד א עושר, לדעתי איז דאס א שטארק מוסר לעקציע און א היפשע וועג ווייזער אויס צולערנען די קינדער וויאזוי דאס לעבן דרייט זיך ווי א גלגל החוזר, היינט פארדינט מען, מארגן דערלייגט מען, און צומאל פארקערט היינט דערלייגט מען און מינוט שפעטער פארדינט מען...., ווי אויך אז מ'זאל האלטן קאפ נישט צו בעטן פון באנק אזא מספר וואס איז מער ווי זיין אייגענע פארמעגן, ווייל אויב אין פאל ל"ע ער וועט חלילה באקומען א שין וועט ער מוזן באצאלן ס'גאנצע מספר וואס ער האט פארגעלייגט, (א שטארקע לעסאן אין ביזנעס...)
דאס אז דער טאטע שפילט אליין מיט איז בכלל זייער א גוטע פילינג פאר די קינדער און ס'ברענגט א נאנטקייט, ווען האט נאך דאס קינד א געלגענהייט אז זיין טאטע שפילט מיט אים מיט א שפיל, ווייל מיינסטנס טאטע זיצן נישט אויפן פלאר מיט די קינדער און שפילן נישט העם העם מיט די קארעלעך..., יעצט יא.

חנוכה געלט
קינד און קייט ווייסט פון דעם זיסן ווארט "חנוכה געלט", פורים, כאטש וואס מ'גייט נאך געלט מבקר עד ערב האט זיך נאכנישט איינגעגעבן דעם נאמען "פורים געלט", פארוואס?, מיין מאמע זז"ג (פון פאריגן דור) זאגט מיר אז דאס איז בכוונה אזוי געווארן, ווייל געווענדליך געפאלן די גוי'שע חגאות אין די זעלבע צייט ווי להבדיל חנוכה, און היות זיי האבן אזא נארישע מנהג צו געבן מתנות, ובעיקר פאר די קינדער ווי מ'רעדט זיי איין אז דער יוזל קומט באישון לילה און ברענגט די מתנה פון הימל...., ער בכבודו ובעצמו לייגט עס אנידער אונטערן בעט אין חלום...., איז געוועהן א שטארקע קפידה במקומינו אלס חקות הגוי נישט צו געבן מתנות אין די טעג, צו מאכן א צווישנשייד פון די גוים, און פון דעם איז נשתרבב געווארן די מנהג צו געבן "חנוכה געלט",

זייער אסאך זאגן אז בזמנינו דארף מען מער נישט חושש זיין אויף די אלע ענינים וויבאלד די הבדל איז סייווי גרויס צווישן אידן און להבדיל די גלויביגע גוים, און מ'קען צוריק גיין צו מתנות, עכ"ז האלט איך אז געלט האט מער חשיבות ווי א מתנה, ראשית א מתנה איז נאר איינמאל א הנאה, ווידער געלט איז דא א הנאה צוויי מאל, איינס ביים באקומען די געלט, און צוויי ביים קויפן עפעס מיט די געלט, ווען א קינד קלויבט זיך צוזאם געלט כדי צו קויפן עפעס, איז דאס א עקסטרעמע הנאה פיל מער ווי ווען ער באקומט אליינס א מתנה,

שנית נישט אלץ קען מען צוטרעפן וועלכע מתנה צו קויפן, וואס איז פאסיג און וואס וועט צוטרעפן צום פונקט, ווידער מיט געלט פארשפארט מען דעם קאפ וויי, און זיי אליין קויפן זיך וואס זיי האבן ליב, אדער שפרן זיך צום נעקסטן געלעגנהייט צו האבן גענוג געלט צו קענען קויפן א גרעסערע זאך, אזא זאך וואס ער וואלט נישט באקומען אין איין חנוכה, קען ער קויפן מיט עטליכע חנוכה'ס צוזאמען.

קיצור די קינדער האבן זיך צוזאמען געקליבן געלט "חנוכה געלט" דארף דער טאטע שטיין אויף די וואך וואס מ'קויפט מיטן געלט, און אויך אויסלערנען די קינדער אז מ'קען אוועק לייגן געלט, אין א קאסע, ס'זאל זיך פארמערן ברוב הימים,
וויזוי גייט נאר דעי ניגון?... מיין זיידע און מיין באבע!!! האבן מיר געגעבן חנוכה געלט.... האב איך געקויפט א דריידל די שענסטע אויף די וועלט.....

סעודת חנוכה – פארטיס
וויפיל טינט און וויפיל קי בארד קענפלעך זענען שוין געדריקט געווארן איבער די טעמע פון "חנוכה פארטי'ס", טיפיקל שאץ אראפ צו רייסן די נארישע זינלאזע פארטיס, אבער ניין, נישט דאס איז מיין ציל דא, הגם ס'האט באמת נישט קיין פשט ווען איך מוז זיצן ביי א חנוכה פארטי הערן ווי מיין שוועגערן ליינט אויס א גראם אויף מיין ב"ב, וואס לויטעט איבער איר דורכפאל פון א צובראכענע קערידש....., נעבאך...., ליידיגע קעפ, ליידיגע מוחות, זיי פראבירן זייער פוסטקייט ארויף צו ווארפן אויף די מענער זיי זאלן ווערן אריין געשלעפט אין די שטותים והבלים, אבער אונז וויל מיר נישט פארקריכן פונעם קעפל "א טאטע אין יו"ט חנוכה" און אויב ווילן מיר שרייבן איבער חנוכה פארטיס וואלט דער קעפל געדארפט זיין "א מאמע אין יו"ט חנוכה", נאר וואס?, מ'קען נישט פיקסן די וועלט, אויב דער מצב איז אזוי דארף דער טאטע מיטגיין אינגאנצן,

קודם דארף דער טאטע זיכער מאכן אז די קינדער עסן געהעריג בעפאר מ'גייט ארויס צום חנוכה פארטי, כאטש ס'איז דא גרייט דארט במקום הפארטי א סעודה, דאך זאלן די קינדער עסן פון פריער מכח צוויי סיבות איינס דארט קען מען נישט קאנטרעלירן די קינדער צו זיי עסן צו נישט, און א קינד אן עסן איז נישט מן הישוב (צומאל מיט עסן אויך נישט....) און צוויי אז מ'עסט פון פריער זענען די קינדער מער רואיג ווען זיי קומען אן דארט, איי וועסטו פרעגן צו וואס שרייבן מיר דאס פאר טאטן אינעם טאטנס טאג בוך חנוכה?, איז די תירוץ ווייל די פרוי איז ביזי מיט איר סאלאט אדער גראם וואס זי דארף טראגן צום פארטי ממילא האט זי נישט קיין צייט צו געבן צו עסן פאר די קינדער, וועסטו עס שיינערהייט טון....

וויאזוי די מנהגים ביים חנוכה פארטי זעלבסט איז ווייס איך נישט, ווייל אין יעדע מקום פירט מען זיך אנדערשט, דער עיקר אז מ'זאל האלטן א אויג אויף די חברה מ'זאל זיך נישט צוזאם כאפן און פארמיידן קריגערייען צווישן די חברה....

בעיקר קען מען און מ'דארף לייגן א דגוש אז די חנוכה זאלן ווערן אויסגעטייטשט אויפן תורה'דיגן וועג, אז די לעכט זענען הייליג ווער עס קוקט אריין אין די לעכט באקומט הייליגע אויגן, און מיט די חנוכה לעכט ווערט נשפע א רוח ממרום צו פארשטיין בעסער דאס לערנען,

כי נר מצוה ותורה אור,
נר מצוה מאכן אזויפיל מצוות וויפיל קערעקטער'ס ס'איז דא אינעם חנוכה ארטיקל, והוא: 19360
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

הרב ש"ץ גיבסט אריין א באזונדערע מתוקות יעדען יו"ט, יישר כח על העבר ועל העתיד!
נו גוט, נו שוין!
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

ריזיג, ייש"כ.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אין מיין לעבן נאכנישט געהערט אזא שיעור כללי ודרשת הכנה לחג ווי שאטץ האט מיר יעצט געגעבן!!!


עס איז מיר געווארן טיעף איינגעקריצט אין די דורכגעפרוירענע ביינער. איך גיי יעצט לערנען א שטיקל חסידיש ספר הכנה לחג, אזוי ווי צדיקים האבן ערווענט אז ווען עס איז דא א התעוררות זאל מען דאס גלייך אריינלייגן אין א דבר טוב אזוי האט דאס א קיום.

נאכאמאל א גרויסן ישר כח מו"ר (רבי שלמדו תורה!, אבער נאך ווי.) שאטץ, און אן עקסטערן דאנק פאר אונגארישער פארן דערמאנען שאטצ'ן.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אונגארישער שכח, פארן בעטן,

און שאץ פארן געבן, אה, אבער געגעבן אזוי כמו שכתוב, הערליך שיין, אנגעצינדן דעם ליכט, אנגעוויזן אויף דעם שיין, געטאטעלט מיט די פינגער,די לעכטיגע טעג ווילט זיך שוין אנקומען, די ווארטעניש, די גלוסטעניש, האסטו דאך אזוי אנגערייצט, דו רייצט, דו צייגסט, די רייסט דעם וואכעדיגע ווינטערדיגע בן אדם, אריין צו דעם יו"ט ווארעמע הייליגע חנוכה טעג,
אזוי ווי אלעמאהל מיט דיין זיסען שפראך, און חסידישן טעם, דער חן פון אמאהל גיסטו אזוי שיין אויס מיט די טינט וואס אין דיין פעדער, דער טונקעלער היינט פארטרייבסטו פון האריזאנט, האסט אונז פארטרויעט און ערלויבט אין דיין וועלטעלע אריין שפאצירן, און פון דיינע געדענקענישן עפעס נוצן מאכן,

א פרייליכען תמיד,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח הרב מ'שאץ, אריינגעברענגט דעם יום טוב מיט א פעסטקייט (לאמיך אפ מיטן קאלענדער, יעצט איז חנוכה!)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כח, ר' שאץ לעבן
זאל דיר השי"ת געבן
דאס וואס יעדער איד טוט שטרעבן
גוטע קינדער צו ערוועבן
מיט כל טוב וכי טוב דערנעבן.

א לעכטיגער חנוכה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

א ווארעמען יישר כח פאר הרב ר שאץ מאץ פארן אונז נישט אנטוישן אין אראפ ליגן דעם הכנות צים חנוכה אין דעם חנוכה אליין מיט אזא ווארעמקייט אין טעם

יישר כח
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פרינטער פרינט
.........
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקט פארקערט »

שאץ מאץ, זייער שיין און געשמאק צו ליינען, יישר כח, וחילך לאורייתא. ;l;p-
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

יישר כח ש"ץ המרוצה לקהל.
כ'האבעס נאך נישט געליינט, אבער כ'שטעל דיר אויפ'ן חזקה, בקרוב האף איך עס צו ליינען.

כ'זעה אז דו גייסט מיט מיט לחיים, ווען זיי געבן ארויס אן אלבום, געסטו אן ארטיקל, שבת; יעדע יו"ט; וכו'; נאכאמאזעל דו בעטס נישט קיין זעכצען דאללער...(גלייב מיר, מענטשן וואלטן דיר געצאלט...)
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

1*1 זיי שטיל באלד העט ער אנהייבן בעטן געלט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ש"ץ א געוואלטיגע חיזיק און מיר וועלן אי"ה פראבירען אויסציפאלגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יישר כח שאץ

איך מיין אז דער שמועס וואס שאצל ברענגט אראפ מיט אונגארישער איז נישט מער ווי א מילתא דבדיחותא פארן לערנען
איר האלט טאקע אז פונקט דער "אונגארישער" פון אונז אלע האט "געדענקט" אז ס'קומט חנוכה, פלאס אז מען דארף שרייבן א ארטיקל?
ווי אזוי זאגט דער יארמער רב, ס'איז נישט קיין דזשאוק, ס'איז א פלעינער ליגנט
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ניין, ס'איז אמת ויציב 1000 פראצענט, פרעגטס אים אליין, ער האט מיר באמת גערופן ממחרת מברכים החודש... מיט די בקשה איך זאל שרייבן מעניני חנוכה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ווארד די האסט באמת נישט געהאט עפעס אנדערש וואס מגיב צי זיין דא ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אונגארישער
איך האב דיר נישט געמיינט חלילה צו באליידיגן, אויב האסטיך באליידיגט זיי מיר מוחל :roll:
ס'איז נאך פאר זאת חנוכה
און באמת א יישר כח פארן אונז אלע אינזין האבן,

איך האב מגיב געווען בעפאר איך האב עס געליינט
אבער יעצט אויב וויל איך מגיב זיין גייט מיר עס קאסטן אסאך צייט וואס איך האב נישט אין מיין באזיץ

איך וועל אנכאפן עטליכע נקודות וואס איך האב שטארק הנאה געהאט
די געדאנק פון גיין אין מקוה (ובעיקר פאר די וואס ווילן חלילה נישט משנה זיין און אז די טאטע איז נישט געגאנגען וויל ער אויך נישט גיין)
קודם כל דיין טאטע איז מסתמא אהיימגעקומען 9 ביינאכט ווען די מקוה איז שוין געווען פארשפארט ועוד... פירטס אליין אויס הונדערטער תירוצים
והאחרון והוא העיקר וואס שאצ האט געשריבן

בענין שטריימל, דער שאצ מאכט מיר עס שוין באלד אנטון

בענין אייגענע קנויטן בין איך מחולק, זה קלי איז לענ"ד חל אויף שיינע לעכט אויך, נאר וואס, אוודאי דארף מען נישט לויפן גראד צו די ברעיק אפ'ס, ס'איז דא א מיטל וועג אויך

איך מיין אבער שאצל אז העיקר שכחת, מיר ווארטן אויף א ארטיקל איבער חנוכה פארטיס
(קוק נאר ווי ער איז תובע בפה)

עניוועי, נאכאמאל א גרויסע שכויעך פאר שאצל און אונגארי
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

באקומען אין אישי

הרב שאץ מאץ שליט"א
איך האב איין הערה אויף דיין חנוכה ארטיקל,
מילא חודש תשרי ביסטו געוועהן פארנומען וואס א טאטע דארף אלס טון מיט זיינע קינדער, האסטו זיך פארלייגט בעיקר מיט די בנים,
וואס טוט זיך אבער מיט די מיידלעך?, פון זיין רעדסטו אינגאנצן נישט?, סוף כל סוף איז חנוכה זייער יו"ט אויף (אף הם הי' באותו הנס) סקול איז נישטא, עסן מילכיג'ס אזי ביי זיי מער עסק ווי ביי די בנים, אפשר וואלט געוועהן כדאי דו זאלסט ווידמען אפאר שורות מיט נקודות וואס זענען נוגע פאר א טאטע פון מיידלעך.

שכוח


א גוטע נקודה, און א וויכטיגע הערה, איך האף ווי אמשנעלסטן צו ראגירן...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיר קעכנען קוים ווארטן ר' שאץ, פאראיארן האב איך מיך שוין געמוטשעט מיטן מציאות אז די [גרויסע] מיידלעך זענען מקנא די [קליינע] אינגלעך מיט די מנורה צינדן און זמירות ווען זיי באקומען פולפאכיגע אטענשאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

הרב שאץ;

קודם א הערצליכען דאנק אויף דיין אינהאלטרייכע ארטיקעל, ס'איז באמת רייך אין אינהאלט אין אין געשמאק,
יעצט צי מיינע הגהות:
1) דו האסט געשריבען:
"מיינסט מ'דארף אין הימל דיינע שיינע פלעמעלעך?, מ'דארף פון דיר דיינע אייגענע פעולות וואס דו טוסט און פלאגסט דיך לכבוד חנוכה, מ'דארף אין הימל דיין דרייען קנויטן...., מ'דארף דיין מחשבה און מעשה וואס מ'לייגט אריין אין א מצוה, צו ס'ברענט שיין צו נישט איז דיר נישט נוגע"
אויף דעם בין איך זיך חולק אויף דיר אין לפי עניית דעתי איז עס אן ענין פין "התנאה לפניו במצות" אז עס זאל זיין א שיינע גרויסע פלאם אין אויב די אייגען געמאכטע זענען גוט אויף כפרות דאן איז בעסער צי ניצען די געקויפטע(לכאורה דארף יעדער טוהן לפי טבעו איינעם איז וויכטיגער די שיינע פלעמעלעך אין פאר א צווייטען איז וויכטיגער צי מאכען אליין די קנויטען ואלו ואלו דא"ח) וואס עס איז דא געוויסע סארטען וואס ברענען הערליך שיין, אין ס'דא גענוג ארבעט עס צי אנגרייטען וואס די קינדער וועלען זעהן.

2) איך פיר זיך צי ניצען דעם אוילענעם שמש צי צינדען די ליכטאלעך די מעלה איז אז די לעכאלעך ווערען נישט אנגעטראפט מיט וואקס אין עס בלייבט ריין (כ'פיל אן די שמש אויל נאר א דריטעל צי א האלב כדי איך זאל עס קענען בייגען אין צינדען דערמיט ערשט נאכען צינדען גיס איך צי אויל אנצופילען

3) מיר ווארטען אויף דיין ארטיקעל איבער א מאמע אין די מיידלעך אין יו"ט חנוכה (נאר טראכטען דערפין קאסט א ברייטער שמייכעל)

4) נאכאמאל א שכוח פאר דיין ארטיקעל כ'האב הנאה וויזוי די נעמסט ארום א נושא צים באווינדערען

ידידך:
לאקשען
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

באקומען אין אישי (פונעם זעלבן שרייבער וואס האט מיר געשריבן די פאריגע ה"פ, צו וואס ער שיקט נאר הגהות פריוואט ווייס איך נישט)

וז"ל פון די ה"פ אין אישי

כבוד הרב שאץ מאץ שליט"א
איך האב שוין ראגירט איבער דעם נישט ווידמען א קאפיטל איבער די מיידלעך, איצט וויל איך נאר מוסיף זיין א קליינע נקודה, כאטש דו שרייבסט נאר בדרך הלצה איבער דיין גרויסן לעכט וואס איז געבליבן שריים פון יו"כ, האב איך געפינען א ב"ח אין הל' חנוכה ס' תרע"ג וז"ל כתב בדרשות מהר"ש מאוסטרייך גם א"ל לקנות מן השמש שעוה שנטף מן הנרות בב"ה לתקן מהן נירות לחנוכה, וטעמו כיון דאיתעבד בי' חדא מצוה ליעבד בי' מצוה אחריתי כדאמר גבי עירוב, עכ"ל הב"ח,
דאס איז א סמך צו ניצן דעם ביהמ"ד לעכט שריים פון נירות חנוכה, אשריך שכוונת לדעת הב"ח.


ישר כח פאר די גוטע צושטעל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

לאקשען ברעט האט געשריבן:2) איך פיר זיך צי ניצען דעם אוילענעם שמש צי צינדען די ליכטאלעך די מעלה איז אז די לעכאלעך ווערען נישט אנגעטראפט מיט וואקס אין עס בלייבט ריין (כ'פיל אן די שמש אויל נאר א דריטעל צי א האלב כדי איך זאל עס קענען בייגען אין צינדען דערמיט ערשט נאכען צינדען גיס איך צי אויל אנצופילען


פאר די וואס פירן זיך יא צו ניצען שעוה לעכט, איז דאס טאקע א פראבלעם, קען איינער אפשר געבן א גוטן עצה דאס זאל נישט פאסירן?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שאץ מאץ האט געשריבן:באקומען אין אישי

הרב שאץ מאץ שליט"א
איך האב איין הערה אויף דיין חנוכה ארטיקל,
מילא חודש תשרי ביסטו געוועהן פארנומען וואס א טאטע דארף אלס טון מיט זיינע קינדער, האסטו זיך פארלייגט בעיקר מיט די בנים,
וואס טוט זיך אבער מיט די מיידלעך?, פון זיין רעדסטו אינגאנצן נישט?, סוף כל סוף איז חנוכה זייער יו"ט אויף (אף הם הי' באותו הנס) סקול איז נישטא, עסן מילכיג'ס אזי ביי זיי מער עסק ווי ביי די בנים, אפשר וואלט געוועהן כדאי דו זאלסט ווידמען אפאר שורות מיט נקודות וואס זענען נוגע פאר א טאטע פון מיידלעך.

שכוח


א גוטע נקודה, און א וויכטיגע הערה, איך האף ווי אמשנעלסטן צו ראגירן...


דאס איז קלאר אז די מיידלעך זענען חנוכה מקנא די יונגלעך וואס צינדן די מנורה (נאכדעם וואס די יונגלעך זענען מקנא די מיידלעך יעדן זונטאג....)
למעשה צוליב די קנאה אליין איז נישט וויכטיג צו מאכן א עסק, די עסק דארף יא זיין צוליב אף הן הי' באותו הנס, און מיידלעך זענען בכלל אין די יו"ט, צו מיט יהודות, צו ווייל די הלכה זאגט אז מ'טוט נישט קיין מלאכה די האלבע שעה, ווייל זיי דארפן זיין א חלק פון די מצוה,

מ'דארף עכ"פ צולייגן קאפ צו געבן אזעלכע פונקציעס פאר די מיידלעך אז זיי זאלן שפירן ווי א חלק פון די זאך,
למשל הייסן פאר רחל'ע זאל ברענגען יעדע נאכט די שוועבלעך אנצוצונדן דעם שמש, און קלאר זאגן אז דאס איז איר דשאב יעדע נאכט, ווייל דאס איז אזויווי זי אליין צינדט די מנורה,
דומה לזה נאכן לשם יוחד ווען מ'גראד אויס די מנורה געבן צו האלטן דעם ברענדיגן שמש פאר דאס מיידל, ביים שפילן דריידל זאלן זיי אנהייבן פריער ווייל דאס איז אנשטאט די מנורה, אדער ביים עסן מילכיג זאלן זיי באקומען א חלק בראש און זאגן אז דאס איז צוליב זייער אישפוזין פון "יהודות"

ס'איז נאך דא אסאך צו רעדן איבער די חלק פון חינוך הבנות, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א צווייט מאל,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רעדנדיג פריער אויפן טעלעפאן מיט א גרויסן ת"ח ובקי בספרי הבני יששכר זאגט ער מיר אז אויך אין בני יששכר טרעפט מען א רמז צו נוצן די שיריים פון די יום כיפור ליכט אויף חנוכה:

מאמרי חדשי כסלו טבת מאמר ד' הלל והודאה, אות ק"א בסופו:

ומעתה תתבונן מנהג ישראל תורה מצוה להרבות נרות ביוה"כ והסיום בנרות חנוכה כי אימא עילאה תשוב"ה עד הוד איתפשטת הבן:
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'האב אריין געכאפט עס צו ליינען נאך פאר חנוכה. ב"ה.

שצ"ל, ביסט עמעיזינג, הערליך אראפ געלייגט, און יישר כחכם, מיר האבן שטארק הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”