ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

דאנציגער דאס איז די ערשטע מאל וואס איך באזיך די דאזיגע אשכול. איך בין זייער איבערגענימען פון די סחורה דא! איך האף אז פון היינט ווערט דאס די מקום ווי מען גייט איבערבייסן ביי די לאונטש ברעיק!
thanks
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מ]
~ מ'דארף אנהייבן טרוימען, איין טאג וועט פאסירן די נמשל.
~ מזל און יושר האבן זיך נישט באשוואוירן.
~ מ'מוז משוגע ווערן, כדי צו מצליח זיין.
~ מ'מעג זיך אמאל אויסוויינען, אבער זיך נישט דערין איינגעוויינען..
~ מ'קען נישט וויסן פון וועלכע פארזעעניש עס וואקסט ארויס דאס יופי. הזהרו בבני עניים שמהן תצא תורה [נדרים פא ע''א]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דאנציגער האט געשריבן:
~ מ'מעג זיך אמאל אויסוויינען, אבער זיך נישט דערין איינגעוויינען..


גוט ווארט.
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

דאנציגער האט געשריבן:~ לערן דיר א משוגעת, ס'וועט דיר צוניץ קומען אין נויט..

אזוי דוד המלך ע"ה
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שטארק שטארק איינס ביי איינס

יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

אזוי זיס און לעכטיג, און די נאז אזוי בא'חנ'ט.. א קליינע בלומעלע ביים הארצן, און ס'קוקט ארויס צום נייעם וועלטל וואס איז נאר וואס אנטפלעקט געווארן יעצט פאר זיינע אויגן.
א וועלטעלע פון זון און פרישע לופט, ריינע קלימאט און לעכטיגע פרימארגן, און די טוי אויף זיין פנימ'ל גלאנצט – דאס יונגע זאנג, א תוצאה פון אויסווארטן חדשים לאנג, ווען ס'וועט קומען די פרילינג און ס'וועט זיך נעמען שפראצן, מ'וועט פלוצים קענען זען די הארוואניע און שווערע האפענונג, אז די נייע תבואה באווייזן זיך מיט איר יונגע צויבער שיינהייט.
אירע בלעטערלעך איידל ווי זיידן גלאט, און מילעך הארעלעך אויפן שפיץ פונעם זאנגעלע, וואס פון דארט וועט ערשיינען מיט די צייט פירות.
יעדע קליינע ווינטעלע וויגט איר – דאס זאנגעלע, און דאס עצם ניי געבוירענעם ריטל, בייגט זיך מיטן ווינט, און קרעכצט מיט א שטילע תנועה, א אטעם און א דערלייכטערונג, ווען די זון שיינט איבער די וואלקענעס, און גלעט די נייע געוואקסענע ביימעלע.
און עס ווערט נישט יונגער, ווען די זומער ווערט מער אין קראפט, און די קליינע בלעטער-ציינדעלעך פאלן אראפ, און איר ארט ערפילן קאלירטע גרעזעלעך און בלעטער, און דאס קנאפ פונעם קערל, פון דארט קוקט ארויס דער איינפלאנצער מיט האפענונג, אז עס וועט אויסוואקסן א פרוכט, א שלימות, א תוצאה לברכה וואס אויף דעם האט ער מיט טרערן איינגעזייעט און געהאפט און אויסגעווארט.
ס'דאך נישט דווקא אז ס'וואקסט און ס'שפראצט, אז מ'איז שוין צופרידן, ניין. מ'ווארט אויפן עצם פרוכט זאל וואקסן, ווייל דאס עיקר פרי איז דאס עיקר האפענונג, און נישט בלויז די בלעטערלעך און בלומעלעך ארום, און אויך נישט דאס זאנגעלע און ריטעלע וואס ווערט וואס א טאג שטייפער און העכער.
אוודאי איז מען צופרידן אז עס וואקסט, און נישט אז ס'פארפאלן געווארן נאך פאר'ן שפראצן צו חלילה שפעטער ביים בליען – אינעם פרילינג, און נאך שפעטער ביים קליינעם קערעלע וואס צייגט אלץ יסוד פונעם פרוכט וואס ווערט וואס אמאל גרעסער.
און דאס זאנגעלע ווערט שטערקער, עס אנטוויקלט זיך אלץ ביימעלע, און זיין שטאם ווערט דיקער, זיינע הענטעלעך גרעסער, און צווייגעלעך ווערן אליינס שטאמען – פון פארצווייגטע הענגלעך פונעם גרויסן שטאם, און אלע טראגן אויף זיך אומ'צאליגע בלעטער, און די בלעטער הערעלעך, און די פיצל קליינע קערעלעך וואקסן אויף פרוכטעלעך זיסע און געשמאקע.
און דאס גרויסן שטאם האלטן אויף זיינע ברייטע חוט השדרה דעם גאנצן משפחה, ס'איז עהם נישט שוווער, אדרבה ס'איז זיין נחת לרוב, אז ער געדענק ער האט אנגעהויבן מיט א זאנגעלע, און ער איז א ביימעלע געווארן, און געווען אנגעוויזן אויף אנדערע זאלן עהם גלעטן, הוטן, באוואסערן און צערטלן טאג און נאכט, אין זון און אין רעגן טעג.
ס'איז שוין היבש הייס, די זומער האט אויסגעשטערקט אירע פליגלען, און דער זון פון אויבן באקט אויפן העכסטן גראד, די קליינע צווייגעלעך און בלעטער טאנצן און שפרונגען ארום, ווייל זיי פליען מיטן ווינט און ווערן רויט פארקאכט מיטן היץ, ווען ס'איז פיין זומער, און ס'איז אמאל פאר זיי פארשוויצט צו ווערן, און אמאל דווקא פארגעניגן.
און דער גרויסער שטאם איז עהם קיל, ס'איז באשיצט פון אומצאליגע גראבע צווייגן און א שפע בלעטער פרוכט, און די שאטן פון אלע צווייגן, צווייגעלעך, בלעטער און בלומעלעך, אלע צוזאמען זענען באזעצט ווי א ריזן מיליטער, דאס איז זיין תוצאה.
די תוצאה פון טעג און וואכן ארויפברענגן פרישע יניקה פון די ערד קוואלן, מפרנס זיין מיט זאפט און קראפט די אלע צווייגן און בלעטער בלומעלעך און פאקטישע פרוכטן לתפארת, מיט די ריין זיסע וואסער וואס דאס שטאם ציט חיונה פון קוועלער און געבט ארויף לדורות אחריו, און לעומת זה טוען די יונגע חברה אויפן שפיץ בוים זאמלען די זונען שטראלן און רעגן און ווינטען וואס געבן לעבהאפט צוריק פארן שטאם פון אונטן, וואס האלט אויס דאס געוויכט פון זיי אלע.
און אז ס'קומט סוף זומער, און די פרוכטן וואקסן אויף ווי עס האט זיך געוואלט, זיי זענען פעטע זיסע סחורה, א נחת און א פרייד פאר די פלאנצער און די וואס טראגן בעול, און זיי שיידן זיך פונעם בוים און לויפן ווייטער אנזייען פרישע ביימעלעך. נו פאר דעם האט מען אלץ געהאפט, אז זיי זאלן ממשיך זיין ווייטער און טון זייער פליכט כי לכך נוצרת.
אלול בלאזט א ווינטל, און שליידערט לייכט אראפ די דיקע שווערע פארבליבענע פרוכטן אויפן בוים, און דער שטאם קען נישט אריינרעדן, די צווייגן קענען זיי נישט צוריק אויפהענגן אויף זיך, זיי זענען זעלבסשטענדיג, זאלן זיי זיך אליינס אנפלאנצן זייער משפחה.
און תשרי חשון טרייבן שוין אראפ – נישט נאר די קלענערע פארבליבענע פרוכטן בלעטער און צווייגעלעך, נאר אויך די וועטער ווארפט ארונטער גראבע שטיקער צווייגן, וואס זענען נישט אומשטאנד זיך צו האלטן קעגן די מאורעות הזמן, און זיי ווערן פריצייטיג פארפאלגט פארפוילט צובראכן און באזייטיגט פונעם בוים.
און דער עצם בוים, דער דיקער שטאם, ער ווייסט גוט, אז ס'קומט ווינטער האט ער קיין ברירה נישט, ער ווערט אנטבלויזט פון אלע תענוגים, ס'מער נישט די זונען שטראלן אזוי שטענדיג, און די צווייגן באשיצן עהם שוואך, זיי אליינס זענען אנטבלויזט פון בלעטער פרוכט און זאנגעלעך.
זיי האבן אפגעטון זייער פליכט פארן יאר, און פעלצן זיך איין מיט א דיקן געפלאכטענעם קארע, וואס ווערט א דיקע שאלעכטץ ארום זייער הארטע קערפער, און האפן איבערלעבן דאס ווינטער און דערלעבן פרישע דורות ווי די השגחה וועט זיי באשערן.
דער שטאם האלט זיך פעסט אן אין די פארפרוירענע ערד, ווען אלע רוחות שבעולם שטופן עהם ארום, און אויף א הויעכע שיכט שניי לייגט זיך אויף זיין קאפ און רוקן צו לאסט, און וויל עהם איינברעכן, אראפקלאפן, און ער בייגט זיך טאקע, דאס בוים קריגט א הויקער, אבער לאזט נישט נאך, און האלט אויס דאס ווינטער עד הסוף, אז ער איז זוכה.
זיינע שכנים האבן נישט אלע אויסגעשטאנען דעם ווינטער, באלד נאך ט''ו בשבט ווען ס'קומט א פרישע יניקה פארן נייעם יאר, און א טייל שכנים זענען טיילווייז געבראכן, עטליכע סתם אונטערגעבראכן און עמטליך אויסגעלייגט ווי א באגראבענער.
אבער ס'איז עהם א נחת צו זען, אז ווי נאר אדר בלעטערט אראפ צום סוף חודש, האבן זיך זיינע פאריעריגע אייניקלעך פארוויקעלט אין זייערע ערד קאמערן, און כאטש זיינע קינדער וואס האבן די פרוכטעלעך געבוירן, און אויך זייערע צווייגן זענען נישט געבליבן דערלעבן די פרישע דורות, אבער די אייניקלעך די פארוועלקטע און עמטליך פארפוילטע פרוכט לאזן איבער קערעלעך למשמרת, פאר א פרישע יאר מיט חיות, און די קערעלעך כאפן זיך צו מיט הערעלעך צו ווארצעלעך און צו ווייכע פעטע ערד.
די פעטע ערד ווייסט פון חודש ניסן, און הייבט זיך אויף א קעפעלע, און שטעקט ארויס פון לעכעלע, און א קליינע זאנגעלע לייגט ארויס א צונג, און אטעמט די פרילינג..
און אודך...
אזוי זיס און לעכטיג, און די נאז אזוי בא'חנ'ט.. וכו'
א קליינע בלומעלע ביים הארצן, און ס'קוקט ארויס צום נייעם וועלטל.. וכו'.
אירע בלעטערלעך איידל ווי זיידן גלאט, און מילעך הארעלעך אויפן שפיץ פונעם זאנגעלע, וואס פון דארט וועט ערשיינען מיט די צייט פירות. וכו'.
דור הולך ודור בא, והארץ לעולם עומדת..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אזוי שיין, אזוי טיף
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

לכאורה האט געשריבן:אזוי שיין, אזוי טיף

גא"מ, ס'האט מיר גאר געכאפט די וועג ס'איז אראפלייגט און די שפראך דערפון, הערליך!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דאנציגער האט א פעדער פון גאלד!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פאראינטערסירט האט געשריבן:דאנציגער האט א פעדער פון גאלד!

כ'ווייס נישט צו די פעדער איז טאקע גאלד
אבער ס'גיסט גאלד !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

פיר מענטשן האבן הנאה געהאט.. קוקט אויס
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

דאנציגער האט געשריבן: מענטשן האבן הנאה געהאט!
אז יענער קען קענסטו אויך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סך מער ווי פיר מענטשען האבען הנכה געהאט - דער עולם שפארט נאר די תגובות ווייל עס דרייעט זיך ארום א שמועה אז מען קען נאר שרייבען צוואנציג טויזענט תגובות.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דאנציגער האט געשריבן:פיר מענטשן האבן הנאה געהאט.. קוקט אויס

פון מיין אישי האטסו אינגאנצן פארגעסן?

שוין, עמיר זיך דא בשער בת רבים באדאנקען פאר ידידנו הנעלה שיחי' פאר'ן מהנה זיין דעם עולם מיט זיינע טאלטנטן. הן בכתיבה הן בדיבור הן במראה ואי אפשר לפרטם כי רבים ויהיו נא בעינכם כאילו הייתי פורטם. הכל יודך והכל ישבחוך.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דאנציגער האט געשריבן:פיר מענטשן האבן געשריבן אז זיי האבן הנאה געהאט.. קוקט אויס
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אריינגעבלאנזשעט דא, און איך האב זייער הנאה געהאט, זייער גוט געשריבען, כה לחי.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

נ]
~ נאך יעדע קאכעריי בלייבט צייכענס, ווענדט זיך נאר וויאזוי ס'האט זיך פארקאכט.
ס]
~ ס'אמאל בעסער א הווא אמינא פון א ישועה, ווי א מסקנה פון א פראסק.
~ ס'נישטא אזא שלעפער, ווי א געיאגטער רוח.
~ ס'נישט אזוי געפערליך די שריפה, ווי דאס גערוך וואס עס לאזט איבער.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מ.
מוז טאקע נישט זיין אז יעדע ווארט וואס עס איז גאר גוט קומט פין מנשה , אבער א ווארט וואס עס קומט פין מנשה איז גאר גוט

א גוט זיס לעכטיג יאר
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ב''ה
אך! א בארג גרעיט און קויטיקע וועש, און צווישן זיי ליגט עס.. ווי קומט דאס אפילו אן אהער?.. וואס קען מען טון, אזא טייערע חפץ און אזוי שמוציג געווארן, שטויביג צעקנייטשט, שוויציג שווארץ און פארשמעקט, כ'וויל עס אוודאי נישט איבערלאזן אזוי, חלילה נישט אוועקווארפן, זיכער נישט! ס'ווארט פשוט אויפן וואש-מאשין זאל עס איינשלונגען, און ארויסגעבן א בריה חדשה; אזויווי ס'איז לכתחילה געווען - שיין ריין און מכובד'דיג.
ס'דאך אזא טייערע ארטיקל, ס'דאך ממקור טייערער פון זיידענעם סאמעט, און איידעלער פון כאטש וועלכע ווייעכער פעלצל. וואס קען מען דערמיט מאכן, און וויאזוי מאכט דאס צוריק ריין צום באנוץ.
נישט איינער האט געשריגן, ווארף עס אוועק, ס'נישט ווערד זיך פאטשקענען דערמיט מער, א שמאטע געווארן, ס'מער נישט קיין כבוד פאר דיר דאס האלטן.
אין קאפ אריין האט מען מיר געהאקט און געמוטשעט, אמאל איז עס געווען א יחוס – ווען מ'האט זיך דערמיט געטראגן מיט שטאלץ אונטער חופה שטאנגן, ס'האט שימערירט פון גלאנץ איידל און פראכט, אבער היינט איז עס פארזינדיגט און שמוציג, מה אנוש כי תזכרנו..
ס'קומט מיר אפילו נישט אין באטראכט! כ'ווייס אז ס'מיר נישט געשמאק צו דארפן פאטשקענען דערמיט, ווער ווייסט, אז כ'וועל דערמיט זיך באגיין מיט די שטערקסטע זייף, וועט עס דען צוריק ריין ווערן ווי כ'האב עס דאן געקויפט? כי אם תכבסי בנתר ותרבי לך בורית.. ס'ליגט ווי א פארשעמטע שמאטע, און כ'זאל ווען זיך באגיין דערמיט ווילד, וועט עס דען אויסדויערן דעם רייניגונג פראצעדור – ביז ס'זאל נישט טאקע בלייבן א שמאטע אן קיין נוצן?
יא, די בעסטע פארשלאג וועט זיין דערפאר, אז מ'וועט עס איינווייקן פאר כאטש א גאנצער מאנאט, און אפשר מער.. זאל זיך עס גוט אויסווייקן אין וואסער פון תורה און אין בלעטער געווירצן פון תהילים כאהלות; און וועט מען דעמאלטס זען אויב ס'וועט גרייט זיין אריינצוגיין אינעם גרויסן וואש מאשין.
הערשט נאך א חודש, אז ס'וועט זוכה זיין און געלונגען, אז ס'וועט אדורכגיין דעם פראבע, און וועט טיילווייז זיין שוין אויסגעווייקט ריינער, מעגליך ס'וועט זיין גרייט איינצושטעלן עס אריינלייגן אינעם גרויסן עלעקטראנישן וואש פאס, און ס'וועט עס גוט אויפשאקלען, גוט אויסרייבן, או אז יכנע לבבם..
דאס זייד-פלושענעם סחורה טאר מען נישט ווילד וואשן, נאר איידל דעליקאט עס אפרייבן ביי האנט, צוביסלעך נישט געכאפט און געווארפן, נאר מיט רחמנות אפקראצן א פלעקל נאך א פלעקל, די שמאלץ פעטיגע פלעקן אפווייכן פונעם קליידל, און עס נאכאמאל און נאכאמאל וואשן, אז ס'זאל ארויסקומען כאטש דאס שלעכטן גערוך, דאס איינגעגעסענעם קלעבאכץ, און דאן נאך א סעסיע א גוטע פון סור מרע, קען מען האפן אז דאס עשה טוב פונעם מעכאנישער וואש טאפ וועט עס ברענגן ריינער פון כאטש א צייט צוריק.
זאל איך ערווארטן ס'זאל ווערן ממש ווי ניי? איז עס מעגליך? איז דא האפענונג אז ס'זאל נישט בלייבן קיין שאטן פון א פלעק, קיין קנייטש אדער ריס ביי די שפאלטן – צו חלילה אינדערמיט? ס'יתכן.. מיט נאך השתדלות כסדר און אומ'ערמידליכע עבודה. נישט געכאפט, אבער נישט אפגעשטעלט!
ס'קומט א נייע יאר, מ'וויל דאך דאס טייערקייט האבן אויפן גרויסן זמן, מוז עס געוואשן זיין, און אפשר דווקא יעצט איז די זמן ווען אלע ווילן די סחורה וואשן, וועט זיין ביי די האנט גרינגערע מיטלען פאר מיר אויך איינצוהאנדלען, צו הערן עצות פון ערפארונג און גוטע מעטאדן וויאזוי דאס ריין צו וואשן, אז ס'זאל צוריק קומען דאס יופי כבתחילה.
כ'טוה שוין דעם וואש מאשין אנציען און דרייען – מאכנדיג גרייט צום עמטליכער רייניגונג פראצעס, און מ'הערט שוין וואויען און קרייען, ווי דאס שטימע פונעם מעכאנישער וואש מאשין בלאזט ווי מיט שופרות, שובו בנים.. מאכט אייך גרייט צום גינסטיגן טאג פון קדושה וטהרה, כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם..
מיט ציטערדיגע הענט און פלאטערנ'דיגע הערצעלע, כאפט איך אן מיט פאטערליכקייט דיר מיין טייערע חפצא, דאס זיס חנ'וודיגע טייערקייט, און כ'שטופ עהם אריין אינעם גרויסן וואש טאפ, ווען ס'פאלט הייסע וואסער פונעם מאשין וואס מישט זיך אויס מיט דיינע טרערן און כביכול מיינע טרערן.. איך וויל אזוי שטארק דיר זען ריין ווי די טאג וואס כ'האב דיר איינגעהאנדעלט אלץ חמדה גנוזה.
פון אלע זייטן רעגנט טרערן, און הייסע קאכעדיגע וואסער נישט סתם, וואס קאכט אויף יעדע מעגליכע פלעק וואס האט זיך פאר'עקשנ'ט אין דיר אנצוכאפן מיט שרצים פינגער, זאל עס פון דיר אראפגיין, עליך לא יצלח וכל לשון תקום אתך.. אראפ פון דיר, די מאשין וועט זיך דרייען און דיר אויפקאכן, און אראפשווענקן יעדעס פינטעלע פון פרעמדע אנשיקעניש, אראפ אינעם אפלויף ביזן טיפן גרונד, ותשליך במצולות ים..
ס'דרייעט זיך אהער ס'דרייעט זיך אהין, די מאשין שפריצט ווידער וואסער, און דרייעט זיך נאכאמאל לויפט ווידער ארום, א מקוה'לע א נטילת ידים, א תפילה בכוונה מיט טרערן, אפאר בלעטער גמרא, א גלעזעלע חסידות פולווער, א לעפעלע מוסר, און ס'גליטשט אראפ א שיכט שמוץ, גרויע געדעכטע אלטע פלעקן שלענגלן זיך ארונטער אן מאכט, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.
ס'שטעלט זיך אפ, מ'גייט הפסקה, מ'מאכט א הויעכע ברכה אויף א שטיקל לעיקאך – א גוט יאר א זיס יאר, א גמר חתימה טובה.. מיט אהבת הבריות, מיט אהבת האמת, מיט אהבת התורה הקדושה, אין די צייט וואס עס ווערט דאס טייערסטע הייליגסטע חפץ אויסגעזויבערט פריש און ריין.
א לויף צו א מצוה, א סעודת יו''ט, א הייסע תפילה, די מאשין דרייעט זיך, עס שווענקט אפ, לאז ארונטער די אלטע וואסער, א פלייץ טרערן א לאנגע שמונה עשרה – מלכיות זכרונות שופרות, א טינק אין האניג, ס'שמעקט א מחיה, די פאסיגע זייף פאר די נשמה, מחיתי כעב וכענן.. ס'ממש צום הארצן, מ'כאפט שוין די סוכה ברעטער, מ'האנדעלט שוין ארבע מינים, מ'איז מקדש הלבנה – אזוי ריין שפיגלדיג – מתרפקת על דודה.
אז ס'קומט שוין צום קלימאקס, ווען שוין געשוואנקן און געשוואנקן, געגלעט און געריבן, געווארפן און געדרייעט, אויסגעמוטשעט און צעקנייטשט, שטייט דאס חפצא'לע נאך אויס דאס נעילה, ווען די מאשין דרייעט עהם שנעלער און שנעלער, און ער ווערט טרוקענער און דארשטיגער, און מ'הערט א גערויש.. דאס מאשין ארבעט אויפן העכסטן טעמפא, און דאס געשריי גייט איבער אלע כוחות, שמע ישראל ה' הוא האלוקים.. און עס געבט זיך א האסטיגער שטעל אפ.
ויאמר ה' סלחתי כדבריך, דאס נשמה'לע איז צעטראסקעט און פארקאטשעט, אבער ריין! ציכטיג ווייס אז עס פארבלענדעט יעדעס קרומע אויג, עס קומט ארויס גאר שיין, ווייל אפילו אויב יבוקש את-עוון ישראל ואיננו, ואת-חטאות יהודה ולא תימצאינה כי אסלח לאשר אשאיר.
און אצינד מיט שמחה איר אויסשפרייטן און לאזן טאנצן אויפן לעכטיגע זון, זאלן אירע שטראלן אויך איר גלעטן און אויסגראדן, אויסביגלען און ארומנעמען מיט פרישקייט – פיין שמעקעדיג פון די פיינסטע רויזן און געוואוקסן, די הדסים די ערבות די אתרוג ולולב, יעדע שפירט זיך ווי איינס געבינדן אינעם כלל.
ס'טאנצט זיך אויפן קילן הערבסט ווינטל, און טרוקענט זיך אויס פונעם שטראם טרערן וואס זי האט פארגאסן פאר די לעצטע תקופה נאכאנאנד, יעצט איז עס זיעה דקדושה, ווארעמקייט אויפן קאלטן ווינטער, אייגעהילט תחת כנפי השכינה בצילא דמהימנותא, פון זי שטאמט לכתחילה, יבוא דודי לגנו, און זען דאס גלאנץ און שיין פון זיין אוצר'ל.
אויסגערייניגט אויסגעגלעט, ריין ציכטיג זויבער, און שיינט און ס'געבט נחת רוח ליוצרו וקונו, וואס איז מעביר אשמות בכל שנה ושנה. מלך על כל הארץ מקדש השבת וישראל ויום הכיפורים.
א גוטע יאר...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

פרינטער פרינט....

נשמה שפראך!!
יישר כח גדול.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

דאנציגער האט געשריבן:...


viewtopic.php?f=3&t=35125&p=1526549#p1526547
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדאוונע!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

פ]
~ פאר קונצן ברויך מען אויך נערווען.
~ פאנטאזיע, איז א בריקל צום פארשטאנד.
~ פון וועמען דו דארפסט דיך שעמען, יענער וועט דיך נישט פארשעמען.
~ פלעגן די שטוב איז באלדיגע רווחים, פלעגן די קינדער איז דורות רווחים.
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

נישט נארמאל גוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

ברוך אשר לא חיסר בעולמו כלום, וברא בו בריות טובות להנות בהם בני אדם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”