ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
לכבוד ידידינו היקרים שיחיו לעולמי עד ולא עד בכלל..
מיט גרויס פרייד, טוה איך אייך אלע מעלדן, אז יעך בין צוריק אין סערוויס. און ומחה השם דמעה, מ'קען שוין לאכן נאכאמאל, מ'האלט שוין אט אט נאך ספירה, און כ'טאנץ שוין מיט פרישע פעדער און טינט, אויף ווייס געדעקטע פאפירן, וואס גלייכן זיך צו לאזן פארפלעקן פון מיינע קרעפל תורות על הסדר.
לאמיר נאר אנווארעמען די גיסטע..

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
איך ווייס נישט ווי כ'זאל אנהייבן, און ווי כ'זאל מיך צעלאזן.
אבער היות, היינט צו טאגס ארבעט איך אין א גראסערי, און כ'שטיי ביים געוועלב טישל, און איך 'רעכען' מיך אפ מיט יעדן בייזוויליגער קליענט. האב איך אסאך צו דערציילן מענין לענין באותו ענין.
צוערשט, אז קרעמער האט דערמאנט וועגן לאלי פאפס. האב איך מיך דערמאנט א עפיזאד, ווי א קליין קינד איז געקומען איינקויפן ''א מיני טשאקאלאדע' און ווען איך זאג עם, ס'קאסט 45 סענט, פרעגט ער מיך בתמימות, 'כ'האב עס געקויפט פאר מיין עלטערע שוועסטער א מתנה, איר קענט עס פליז דעליווערן אהיים..??
אה, דאס תמימות האט דאך אזויפיל חן, ס'ווערד אלע מתוקות'ן שבעולם. די טייערע זיסע בחנ'טע תמימות'דיגע שאלות, וואס געבט מיך פון צייט צו צייט א בוסט פארן טאג.

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
איין מינוט מיסיס קאצנעלנבויגנפיס תחי', די טאמאטן און איגערקעס איז אויכעט אייער'ס?
יא יא..
נו וואס זאגט איר נישט. ביז ווי איז אייער ארדער..
אה, כ'האב דא דרייסיג אייז פאפס, זיבן קענדי ספריי, אכט פרוטלעטער, אלעס צוזאמען האב איך דריי און פערציג ביסעליס, אלעס קאסט די זעלבע פרייז??
זאל זיין דריי און פערציג, די זעלבע פרייז, אבער ביז ווי ווייט ציט זיך אייער ארדער..
אה, כ'האב נאך א קעריטש.. וויפיל איז דעליווערי? איר מאכט נאך יעצט אזוי שפעט דעליווערי?
גראדע יא..
אה, איך פרעג סתם.. מיין מאן טראגט עס אהיים..
שוין, שוין, ווי האלט די ביל????
מיסיס קאץ וכו' די סך הכול איז דריי הונדערט דאלער און פערציג סענט 'סטרייט'..
WOW WOW וואס האט געקאסט אזויפיל געלט....? אפשר די מעלאנע? וואס, די טשאקלעט קאסט אזויפיל?? כ'האב געמיינט ס'איז אויף סעיל.. וואס הייסט, א קראס די סטריט קאסט עס ביליגער.. עה! כ'ווייסנישט פארוואס כ'האב מיך איינגערעדט דא איז ביליג..
אקעי מיסיס הינט, איימסארי מיסיס קאץ. איר זענט פארטיג? כ''האף איר פארשטייט איז זענט נישט דער בן יחיד דא אין געשעפט, ס'שטייט א לאנגע רייע אינטער אייך.
אמת.. עם עם.. מיין מאן האט געזאגט אז ער גייט באקומען א טשעק נעקסטע וואך... איר קענט אפשר פליז זיין אזוי גוט און עס דערווייל לייגן אויף האלד ?
ניין, איר קענט נישט אויפשרייבן מער ווי הונדערט און פופציג!
וואס? הונדערט און פופציג איז דאך ממש ברויט מילעך און פוטער... דאס איז ווייט פון יושר מיסטער מנשה קאפשטיק. איר מעגט זיין א הארץ שטיק און רחמנות האבן, איך גיי באצאלן , מיין מאן האט געזאגט אז ער איז נישט קיין גנב..
מיסיס קאץ וכו', הונדערט פופציג שרייב איך אויף. און די איבריגע איז אייער אחריות, איך האב נישט קיין געדולט, איך שרייב באצאלט, און איר זאלט אליין געדענקן אז איר דארפט צאלן פאר אייער ביסן.. אבער נעקסטע וואך, קלערט אפילו נישט פון איינקויפן מחרצנים ועד זג, ביז איר האט אויסגעצאלט די ביל.
אויוויי וואס טוהט מען - קווענקעלט זי.. שוין, ווייסט איר וואס.. אויב שוין ממילא אזא ביל, לייגט צו צוויי קעיסעס סעלצער.. און א באקס גרעיפדזשוס און עפלסיידער.
[ווי איינער זאגט, ביז כ'וועל באצאלן, וועט נאך זיין א לאנגע טרוקענע זומער, ממילא געבט מיר ביזן שענק א זיפ משקה כ'זאל נישט פארטריקענט ווערן ביז איך דערשלעפ מיך צום נעקסטן גראסערי, און איך זעץ זיי אויכעט אן..]

- שמיי_דריי
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט
סאכדעס האט געשריבן:יוי אידאס טיפיקל מנשה... געלויבט איז דער פון אויבן, וואס האט דיך צוריקגעברענגט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ליינענדיג די לעצטע תגובה, איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק, צו ווען מנשה שרייבט נישט אז דאס איז ער, צו איך וואלט ווען נישט אליין געכאפט.. סידעך אזוי טיפיקל..
מנשה, זייער גוט, מיר ווארטן דא אויף נאך..
א חתימה ברויך מען האבן ?
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
אז מ'רעדט שוין. פארשטיי איך נאכנישט אינגאנצן, וויאזוי כ'האב מיך פארדינט דעם 'נארמאלע' נאמען 'דאנציגער'.
מעשה שהיה כך היה, כ'האב געוואלט שרייבן אונטערן קאפשטיק, און ס'האט זיך סותם געווען, ווי כאילו כ'בין א שונא אינעם קרעטש.
האב איך מיך ממש אויסגעטוהן די הויזן פארן מערכת, זאל מיך פרגיטיגן און צוריק אריינלאזן אינעם קרעם.
בין איך דורך זיי משונה שם געווארן, 'דאנציגער', גראדע קען איך עהם דעם דאנציגער, ער איז א היבשע ביזנעסמאן, און כ'וואלט געקענט ניצן זיין נאמען בדיעבד, אבער ווי קומט דאס אז איך בין גאר דאנציגער אליין 'פארקיפס'..
מיילע מייןצינגער, צו מיין שרייבפינגער, אבער גאר דיין צינגער, מיטן גרויסן גראבן טייטל פינגער
שוין, לא המדרש העיקר, לאמיר כאפן א שנאפס ליקער, און ווידער משמח זיין דעם קרעמל פון אויסגעזויגענע סברות, וואס פאלט מיר איין און ליגט מיר אויפן 'צינג' וואס רוהט אינעם ''קאפשטיק', וויבאלד מ'האט 'משנה'' געווען פאר 'מנשה', זאל נאר שמחה נישט זיין דער פאר'לוסט', נאר אך טוב וחסד ירדפונו כל ימי חיינו אמן ואמן וכן יה''ר וכן למר.