ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

זייער שיין און אינטערעסאנט, א גרויסן שכוח פארן נעמען די צייט און אפשרייבן אייער שבת.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מנשה וואס וועט זיין וועגן 'גילוי'?

עניוועי מנשה, ס'איז אביסל שווער צו גלייבן, אבער אויף דערווייל גלייב איך
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מנשה זיימער מוחל, יאך האב הערשט געליינט פון אינמיטן דעם זיבעטן בלאט, האב איך נישט מגיב געווען ביז אהער.
דו סורפרייזט מיך ביי יעדע תגובה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כ'סאכדעס ועוד ל'צייטליך. איך האב יעצט צוריק געליינט עטליכע בלאט און שטארק הנאה געהאט.

אבער עקסטערע פון דיין באשריבונג איבערן שבת באזוך ביי ר' ליפא זז"ג. איך בין איבעראשט פון וואס אלץ די שרייבסט דא.

א גרויסן יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

און אז מ'שטייט ביים ברעטל, מיטן פנים צום ציבור, האלט מען מיט יעדענס הלוך ילך.. און אזוי שטיי איך מיר ביים געוועלב טישל, און גלייב מיר אן נאטיצן איבער אלץ און אלעמען..
דא כאפ איך אריין ציפעס.. אזויווי איר הערט! פרענדלי פינטשעס ווי מ'רופט עס.. ווייל א גוטע חבר מיינע וויל מיך יעצט וויכטיג באגריסן, און אזוי אריינקומענדיג, און יאגנדיג אריין צווישן די אייעל'ס, האט ער מיר געלאזט פילען זיינע אומגעשניטענע נעגל.. ווייל ס'דאך געווען ימי המצרים, און די האר און נעגל איז עהם געוואקסן ווי א מלחמה געפאנגענער.
הכלל, רעכען מיר דעי טשאקלעד.. איין מינוט, אויך א סופער סנעק, וויפיל קאסט א סענדוויטש – רעכן צו א וואסער, כ'גיי עס באלד נעמען. ווי ליגט מיין טשאקלעד, האסט גערעכנט די סופער סנעק? נעם עס אראפ! אקעי, מה יקר?.. פרעגט ער ווי א געלערנטער פייטן פונעם מחזור..
און איך דארף שטיין גלייכגילטיג, ווי א געשולטער עבד.. און בלויז פרעגן מיט רעספעקט - וואס גלייכט דער הער? און פאר זיינע שמוציגע גרין קופערנע פרוטות וואס ער זייעט ארויס פונעם אונטערשטן זיץ טאש, דארף איך מיך מבזה זיין, און לאזן איינשמעלצן די נערווען מיט כח.
און דא האנדעלט מען נישט מיט 'איין' קאסטומער, וואס מיינט אז ווען מ'האט געשמועסט 'נעשה אדם' האט מען עהם געמיינט.. ס'פארעמט זיך אזעלכע פיגורען אין אסאך סיטואציעס, און שלאגט אויס איבער מיינע אויסגעהארעוועטע קרעפטן, וואס פראבירן אלעס אבי צו געבן די בעסטע סערוויס, און נישט חלילה באליידיגן איינע פון די הויעך געשפריצטע מאכערייקעס.. וואס קאנען זיך צעבייזערן יעדע ליאדע מינוט, אויף וואס ס'שמעקט זיי נאר 'נישט' פאסיג..
נאר וואס ריקט זיך צו איינע פון די קונדן, און הייבט אן באלמוטשענען מיט מאדנע פראגן. זאגט נאר, וויפיל קאסטן די פערזשוכען [פיטשעס בלע''ז], און וויפיל קומט אין א באקס..? איר הערט א באמבע פראגע.. נו גיי צייל וויפיל בונדלעך ליגן אין זאק..
מ'הייבט אן ארויפלאדענען קוואנטומען מיט סחורה, וואס מ'האט אזוי אויסגעוועלט פון צווישן די בערג ירקות ומעדנים וממתקים. דא ליגן צווישן אלע אוגערקעס, ארבוזן, ציבעלע, מערן, און קארטאפל, אויך אפאר פארשעמטע נאך גרינע פאמידארן [טאמעטאס בלע''ז] און בעריקעס, מיט א צעביילטע מעלאן און סטרושקעס זאנגן. די דאזיגע – זאג ער, זענען פאר האלבן פרייז ביטע.. ער מורמעלט מיר צו, כ'האב מיך צוגעכאפט באצייטענס, בעפאר ס'קומט מרת וואלשטאק און כאפט מיר אויס די גאלדענע 'פארפוילטע' מציאות'ער..
איך הער אז די מאראנצן זענען אויף 'ספעשעל'?? מ'קאן דאך נישט זאגן חצי בחינם, יענער וויל דאך פאר די געלט אין די וועלט נישט הייסן קבצן.. ממילא הייסט עס 'ספעשל'.. און יא, מיר פארמאגן א גרויסע אויסוואל פון אלערליי פרוכטן און גרינסן.
- רוימישע עפל, ספאנישע ציבעלע, כשר'ע פאמידארן, געטרונקענטע פאפריקע, געשטויסענע ניסלעך, און געזאלבטע קוזשעטן.. אייער-פאמידארן [עג טאמעיטא] און טרויבן-פאמידארן [גרעיפ טאמעטא] געשלאגענע ארבוזן, און געגלעטע נאקטארינען.
געשיילטע קארטאפל, און געשטעקעלטע פלעצל געבעקסן [פאטעטא טשיפ און פרעצל בלע''ז] געפרעגלטע קארן שטיקלעך, און קאקאוי באדעקטע רייז בלעזעכלעך.. [טשאקלאד רייז קעיק] קאלט געקאכטע וואסער מיט יאגדעס נאך טעם.. [פלעיווערד סאדע] טיי מיט לימענע שטרענג אהנע קאלירן.. עפל זאץ און פייגן אויף א טאץ..
וואס דארף מען מער? מ'האט רעטעך און כריין בימות הגשם והקיץ.. און דאך איז מען נישט צעפרידן.. 'פארוואס האט איר נישט קיין מילגרוימען?? מיסיס סיפי תחי'.. ס'נישט די סעזאן יעצט.. אבער, כ'מיין אז מיין קאזין איז געווען אין בובעריק און ס'יא געווען יונגע צוויבל מיט מאסקיטאס, אלטע זויערע איגערקעס מיט א לאנגע גרינע בארד..
נו? וואס קאן איך טאן, גייט אהין און ס'זאל אייך וואויל באקומען.. דרך אגב קויפן טאקע אלע זויערע מילעך און איגערקעס, מיר האבן היבש פרישע אין סטאק..
נו, אז ס'קומט ציילן די בעקעלעך און קאנטעינערס וואס איר האט זיך אנגעקויפט פאר אלע שכנים און שמחות בליעה''ר, וועט איר מיך לאזן אפציילן די זעקס און פופציג שטיק, און ביים ענדיגן זאגן 'אה, איך מיין אז עס ליגן דא זעקס און פופציג בעקעלעך.. וויפיל פאטעטא טשיפס? כ'ווייס נישט.. און איך צייל זיי אפ גיך, ס'באטרעפט כמנין בנים ובנים בנים.. נאכן ציילן, אה! כ'דערמאן מיך, ס'ליגן דא כמנין בנים ובנות זקנים ונערים..
נו, וואס באצאלט איר.. אה! כ'האב די נאמבער פון די פיי סאמעך קארטל.. לייגט ארויף דאס גאנצע! מיט די בעקעלעך און שמירעכצער?? מיסיס רעבעצין.. איך גלייך נישט צו זיצן אין טורמע.. איך האב נאך אסאך האוים ווארק.. אפשר איר נישט..
מאכט נישט קיין מייסעס.. לייגט עס ארויף.. איך בין דאך אייער ברודערס א מחותן פון ביידע זייטן.. און וואס פאר אמחותן וועט איר זיין ווען מ'וועט מאכן א דין וחשבון?.. הא הא??
יא יא.. כ'האב גוטע מחותנים פון ביידע זייטן.. איך בין שפראך לאז ..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געוואלדיג געוואלדיג!!!

האלב דערפון ברויך אריינגעפירט ווערן אין שפראך פארום.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'מיין מ'דארף עפענען א דאנציג פארום ספעשל.
אוי ביסטו זיס, כאפלעין געלאכט.
נישט דא די ווערטער, יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א-חוץ פין די זיסע שמייכעל האב איך מיך אסאך ווערטער געלערענט..
גיימיר מאכען חזרה מארגען...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מנשה, איר זענט ממעכטיג! די אויסדרוקן אייערע מיט די שמות הנרדפים אויף די עסנווארג זענען ווערט אן אשכול אינעם שפראך פארום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מתוק מנשה
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מנשה, א הארציגן יישר כח, (כ'בין אויך אמאל געשטאנען ביי א רעזשיסטער, איי נאו עקזעקטלי וואט אר יו טאלקינג אבאוט.) דיינע אויסדרוקן, זענען עפעס סאמטינג ספעשל. אן עקסטערן דאנק, פארן מיך מאכן שמייכל'ן אנפאנג טאג, (כ'הער אז ס'איז אנפאנג יעצט.) גיי אן.

מענטשן האבן הנאה.

יישר כחכם.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

העי מעען יו אר טו גוד טו בי טרו.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מנשה, איך וועל בלויז איבערזאגן וואס אלע האבן שוין דא געשמיסט און געברימט.

איר זענט אסאך העכער און בעסער ווי גוט! איז זענט אויסערגעווענליך גוט.

אוי, דער אידישער שפראך און אירע געשטעקעלטע פלעצל געבעקסן, צו ס'איז די פאמיראדן, וויזוי ס'זאל נישט זיין, געשטעקעלטע אדער אפגעבאקענע, געשיילטע אדער זויערע, מילגרוימען אדער עפל זאץ אנע קאלירן. עס איז וואונדערבאר!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

מנשה כהאב הנאה פין איעדעס ווארט דיינע, סמתוק מדבש

אוי צייטי האקט אריין

אקעי יאפס טאקע אזוי
Liberalism is a mental disorder
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ב''ה
אה, דער עולם שפרונגט פאר שמחה.. וואס איז? אבאמא האט צוגעגעבן 'קעש' אויפן פיי סאמעך קארטל..
ולשמחה מה זו עושה.. מ'כאפט זיך צו צום ביינדל וואס מ'ווארפט אונז פאר, צו פארשטאפן דאס מויל פונעם פאלק.
ווער האט דא פארדינט? וויפיל האמיר פארדינט?
דאס אמעריקאנער שיטה פון פארפייניגן דאס מאסן, גייט אלץ מיט דעם גאנג, מ'שטאפט אן דעם אקס, אז ביים שעכטן זאל ער זיין פעט און געשמאק.. מ'געבט אלע סארטן פראגראמען, געלטער מיט בענעפיטן, אזוי אז וישמן העם ויבעט, מ'שווימט אין איזי מאני.. דאן שיקט מען ארויס די נאכקוקער'ס, די געהיים פאליציי, וואס קומען צוריק מיט פעט געפאשעטע פישעלעך..
אה מיט וואס א סאדיסטישע שמייכל די חברה'לייט נעמען אויף די געכאפטע קרבנות, ווי מ'האט מכלומרשט געוואלט 'באגראבן אמעריקא'.. מיט 'גאנבענען', און אמעריקא האט טאקע געפילט אז ס'דא א לאך אין די אקאנעמי, און האבן נישט געוואוסט ווי די געלט רינט אויס, און דאס איז עס! מ'האט געכאפט דעם גנב החוטר בספינה..
די פארשטונקענער אבאמא! וכל ה'חד גדיא.. פון ווי נעמטסטו בכלל אזויפיל געלטער צו שטאפן דעם פאלק? ווער ווייסט וועלכע טעראר קוועלער פילן אונז אן די מיילער יעצט, און אפשר גאר פון די באראבעוועטע געלטער פונעם אמעריקאנער פאלק גופא. ווי איינער זאגט, מיר געבן דיר אזויפיל, יעצט געב אונז אפ מיט רעכט דאס זעלבע געלט אין אנדערע פארעמען, טעקס און טעקס און טעקס, פענעלטי און פענעלטי און נאך אפאר אויסגערעכענטע געלט זויגעריי..
וואס הייסט, אמעריקא איז ממש א מלכות של חסד.. ס'קומט אבאמא א קוש אינעם שמוציגן פרצוף אריין, אזא זיסקייט פון א בעל חסד מופלא.. ער גייט טוישן אמעריקא, ער גייט אונז אויף די פיס שטעלן.. הא הא.. לאמיר נאר געבן א טיפערן און 'קלוגערן' בליק אריין אינעם אמת, וועמער זען ווי ער באגראבט אונז סיסטעמאטיש, און מיר פאכענען נאך צו איהם מיט ביידע הענט מיט דאנק און לידער.
די אמעריקאנע תפיסות זענען פוהל מיט יודען! אט די וואס האבן געמאכט אז אמעריקא זאל ליידן פונעם אקאנעמי.. די אלע איבריגע רוצחים און טעראריסטן זאלן זיך ווייטער שוואוילען און פרייען.. אבער די נידערטרעכטיגע שעפסעלעך וואס האבן אראפגעכאפט שטרוי פונעם וואגן, זאלן באצאלן זייער לעבנס פרייז!..
די ווילדע חיות טורפות וועלן קריגן אומזיסטע עסן און וואפן, גערעכטיגקייט און פובלעסי, ווייל איך בין דאך דיין ברודער, איך הייס דאך כאסעין פון ממזר זייט, און אבאמא פון קאקאוי טשאמבאוי סייט.. מ'דארף פארשווארצן דאס וועלט, אז די ווייסקייט זאל אונז נישט פארבלענדן די פינקע פארוויינטע פארדראגטע אויגן..
לאמיר צונעמען די ענין.
זיי געבן 'וויק' זעקס דאלער פאר 'פרישע פרוכט', צוואנציג דרייסיג דאלער פאר בעבי פוד, פאר מילעך ברויט און אייער, כ'מיין ס'שיינט דאך ממש ווי 'תומכי שבת דאמעריקא'.. עזר לעניים.. מתן בסתר.. יד ועזר.. עזר למרפא.. ווייסעך וואס נאך..
אבער!!! דערוואגן זאלסטו נעמען 'איין' פעני מער! וועסטו דערלייגן דאס גאנצע ביז אהער, און נאך ארויפצאלען א פעפעריגן פרייז, אז ס'וועט דיר שוין נישט שמעקן צו בעטן א נדבה.. איין נישט גוטע שריט מיט זיי, און דו קענסט בארן קלאפן מיט אלע פראגראמען. די גראסעריס געשלאסן, די אייגענטומער מיט קייטלען און די איבריגע איז היסטאריע.
פארוואס, ווייל אמעריקא זוכט 'דזשאסטיס'.. אה אזעלכע יושר לייט, אמת וצדק נשקו.. פאר איין טעות אין וויק, יא, איין טעות, קאסט עס אפ דעם געכאפטער שעפסעלע אפאר צענדליגע טויזענט טאלער קנס, און אויסער די פארליר פון פ.ס. און וויק לייסענס.
ווייל אמעריקא וויל דיך געבן ברויט, זאלסטו נישט נעמען אייזקרים, פעטער שמואל וויל דו זאלסט עסן ברויט וועט ער דיר דאס שטאפן מיט א בעיסבאל שטעקן.. איי מיר איז בעסער עפעס אנדערש, טאטי אמעריטשקע האט געהייסן יעצט עסן ברויט..
דו קויפסט פאר כסף מלא א טשאקאלאדע, געב אראפ טעקס! דער ברוינער טשאקאלאדע פרעזידענט דארף דיין שטייער, ער האט פארשפראכן טשעינדש.. פון וועמענס טשעינטש מיינט איר וועט ער דאס נעמען.. פון מיינע טשעינטש.. פון יעדע פעני וואס איך שפענד אין געשעפט, כאפט ער אראפ מיט געזעץ אויס.. א דאלער דא, אפאר גרייצער דארט.. דאס מעג מען.. אבער נעמען דריי פעניס מער פון די רעגירונג קאסע, דאס איז קאנטער-רעוואלוציע..
דו ביסט דער גורם אז אמעריקא זאל נישט קענען געבן בערג מיט קארטאפל פאר אלע אלע אלע שרצים אין די דריטע וועלט לענדער..
איי אמעריקא, מיט איין מיסעל וואס זיי שיסן 'בטעות' איר הערט ! בטעות, אז ס'פליעט ארויס א מיסייל צום מאדים, קאסט עס אפ דאפעלט און טריפעלט מער, וויפיל אלע גנבים האבן געגאנבעט אין אמעריקא פאר די לעצטע פופציג יאר.
און פארוואס שיקט אמעריקא זייער האב און פארמעגן צום לבנה צום מאדים צום בויבעריק? פאר גוטהארציגקייט? פאר דזשאסטיס? פאר רחמנות אויף ארעמע? פאר וועלכע צוועק, זאג מיר אויס די סוד?? פאר גאווה און נקמה אין יעדן וואס קלערט אנדערש ווי אנקעל סעם.
ניין, נישט בין לאדין, ער מעג, מ'רעדט פון בערקאוויטש ראפאפארט און האראוויץ, אייזנבערג בלום מאשקאוויטש און אלע גאנאבים.. וואס זענען גורם א חורבן אינעם אמעריקאנעם אקאנעמי, ווייל זיי האבן געשווינדעלט.. געגאנבעט א שטרוי פון אמעריקעס גארביטש טראק.. זיצן זאלן זיי זיצן די יודעלעך, זאלן זיי וויסן אז מ'נעמט זעך נישט.. פעטער סעמי וועט געבן צו לעקן, זאלסטו לעקן, און ווען ער וועט דיר געבן צו שמעקן, זאלסטו אפווישען די נאז, אנ'נעמען דאס שטראף מיט פרייד, און קיין פיפס נישט לאזן הערן.
פארוואס טאקע? ווייל ''חסד – לאומים – חטאת'' פארדעם!!! יעדע פעני וואס דער גוי האט דיר געשאנקן, וועסטו עס נאך אפצאלן כפלי כפליים, און ער וועט דיר חלילה נישט לאזן מאכן א נאך ברכה, נאך איידער דו פארדינסט צו פילן א טעם וועט ער דיר דאס ארויסקוועטשן מיטן דם התמצית, אז דו וועסט שוין חרטה האבן פארוואס די ביסט בכלל א אמעריקאנער סיטיסען.
איין מעניט? מנשה רעדט שטותים?? ווארט צו וועסטו אליין זאגן דאס זעלביגע, כ'האף אז נישט באקריוודעטערהייט, נאר מיט איינזעעניש. פון די קרבנות פון ביז אהער, פון אייגענע ברודער קרובים און כלל ישראל.
איי וואס זאלן מיר טוהן? גארנישט! יאכלו ענווים וישבעו.. אבער זאג נישט אמעריקא איז חסד, ניין אמעריקא איז חזיר! ווילאנג דו קענסט מעלקן דעם שוויין און אפציען באצייטענס כל הכבוד, אבער אז נישט, וועט עס שטונקען עד חרמה! ביז אלע וועלן שרייען 'מנשה אמת ושיטתו אמת..'
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

WOWOWOWOWOWOWOOWOW

אינטערסאנט אז עס איז מיר נישט בייגעפאלן פריער אינעם טאג אז מיר וועלן האבן צו הערן און צו זאגען פון אונזער לאקאלער גראסערי-מאן ר' מנשה.

איר זאגט דאך אזוי מין גוט, שפתים ישק! (אייער 'לעכטיגע' פרצוף).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך הערליך....
מנשה די ביסט דאך אזוי ווייטאגלעך גערעכט,
מיט אזא שיינעם פעדער אין אזא קלארען דעת.
מתוק מתוק....
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

אמעריקע ווייערט אריין בדרך כבוד אין די שיעף'ע טאשן ווארע פאר מהודר'דיגע ד' מינים, און דער פון דאנציק שטורעמט - מיטן גוטהייסונג פון די ארומיגע - גאט דעעם אמעריקע!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מנשה זייער פיין זיך אויסגעגעבן, אבער איך האב געמיינט אז די גייסט באשרייבן מיסיס היפי וואס איז געקומען בעטן מ'זאל ביי דיר אויסליידיגן ס'קארטעל פאר קעש?...
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

עוד יש דברים.. לאמיר נאר אויפשטויסן די שליים..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואויל פאר אייך ר' מנשה
מיר זעען אז איר זיצט נישט אויף דאטשע
נאר פון צייט צו צייט ברענגסטו אונז פרישע קאשע
ישועות והשפעות, ברכה והצלחה און געזונט און שטארק זייזשע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

גוט און ציפעדיג!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מנשה, וואס זאלעך דיר זאגן, ברענגסטעס ארויס געוואלדיג, און כ'גיידער נישט אינגאנצען אפשכוח'ן דא, ווייל כ'האב באמערקט אז ס'קומט נאך נאך, סאו עלעך דאך נישט האבן וואס צו שרייבן דעמאלטס, סאו פאר דערווייל, עט מען מוזן בלייבן דא שטיין.

יישר כחכם.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ב''ה
באמת בין איך שוין שולדיג אפאר טעג דעם וועכענטליכע מאמר, וואס כ'האב מיר א קביעות געמאכט צו שרייבן און מהנה זיין דעם חשובער ציבור אין קרעטשמע. אבער מה אעשה אז איך האב מיר אנגעשטויסן מיט בייזע ווינטן וואס האבן מיר צעשויבערט די מנוחה, און כ'האב זיך איבערלייגט אויסצוגיסן מיינע ביטערע טרערן פאר אייך.
איך האב מיר לכבוד דעם געלאזט מחדש זיין א פרישער סלאגאן. ''איך האב נישט ערווארטעט פונעם מאסקיטא זאל לייגן האניג''..
אבער אז דער מילכיגער קוה זאל ווערן א אקס, דאס איז שוין טאקע א איבעראשונג.. אז דער אייביגער קנאי שפייעט און פראסקעט, דאס איז דאך זיין מלאכה, אבער אז דער געבער זאל ווערן א ווארפער, דאס איז א 'ביטערע' סורפרייז.
ס'מיר שווער צו רעדן אפען, אבער כ'וועל אביסל אויפדעקן, און פארדעקן דאס איבעריגעס..
מ'איז מיר באפאלן מיט טענות, אז עס פעלט און עס הינקערט אין די חשבונות פונעם געוועלב, אז איך בין דער גנב, איז נישט געווען דער רעדע, אבער וואס גייט דא פאר 'פונקטליך' איז למעשה אויך נישט געטוהן געווארן קיין נאכשפירן.
גייט מנשה'לע און ווארפט אריין אפאר פרוטות אין ר' מאיר בעל הנס, אז די ווילדע מאסקיטא זאל אראפקריכן פונעם ריקן, דארט ווי ער איז נישט מצליח עס צו פארטרייבן.. און ס'האט אפילו געהאלפן!
אבער גייט נישט אויס א וואך, און אודך כי עניתני, ער פייניגט שוין ווידער, ווי די ראטע וואקסט מיט די טעג.. ס'פעלט עהם שוין ווידער לויט 'זיין' חשבון אסאך מער ווי פריער.. נו וואס זאל איך טוהן.. אויפהערן גאנבענען?? גלייבט מיר ביים ווארט, אויב זאל איך האבן גענומען מחוט עד שרוך נעל, וואלט איך שוין לויט זיין חשבון החסרונות געדארפט פירן א שיך סטאר..
און די קומענדיגע וואך, מנשה! ס'פעלט, מנשה איינער זאגט אז די האסט אים איבערפרייזט ביים רעכענען.. אויב כ'האב אים איבערגעטשארדשט, וואלט דאך 'נישט' געדארפט פעלן..? גערעכט מנשה.. אבער עפעס קלאפט נישט דא.. [איך ווייס וואס.. טאנץ אריין יעדע סוף טאג, און זאג, עפעס פעלט עפעס פעלט..]
איך רעדט מיך אפ פונעם נשמה, פאר א גוטע קונה מיינע, איך ווייס נישט וואס דער שטן האט מיך אויסעקליבן אלץ אתה בחרתנו. אבער איך בין ריין אומשולדיג!
זאגט ער מיר מיין פריינד.. לאך דיך אויס, זאל ער לייגן ווידיאוי אייס, אויב ער איז דיר חושד. און דו טוה דיינס, און ס'נישט דיין דאגה.. [ס'קוקט אויס היבט פריינדליך און איבערגעגעבן..]
נאך א טאג צוויי, און איך ווער גערופען צו א דרינגענדע זיצונג, דער באלעבאס זאגט מיר שיינערהייט, מנשה, ס'מיר שווער אז דו זאלסט ווייטער רעכענען, דו קענסט פאקן אויף די שעלפס, איך האב באקומען היינט א לאנגע ביל פון א שטענדיגע קונה, ווי דו האסט געמאכט א געפערליכע טעות דארט, דיין קאפ איז נישט ביים רעדזשיסטער, און כ'מיין אז די שעלפס וועסטו בעסער צוליב טוהן..
ווער איז דער קונה? געב איך א שנעלע קוק, דער טייערע נאנטער אייביגער קונה, מיין פריינד! מיין איבערגעגעבענע עצה געבער.. 'לאך דיך אויס' האט ער מיר געזאגט אייער נעכטן.. דו טוה דיינס פארשפרעכט ער מיר אזוי אמת'דיג..
ווערטער זענען איבריג! אז איר שרייבט א תגובה און איר זענט נאכנישט ווערטערלאז, וועט עס מיר אויך זיין א חידוש..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער מדרש זאגט (תהילים מזמור כ) מורא'דיגע ווערטער [עס איז מיר א פלא אז די פארפאסער האבן נאכנישט קיין ניגון דערויף]:

דבר אחר יענך ה' ביום צרה. לאב ובן שהיו מהלכין בדרך ונתיגע הבן, אמר לאביו, והיכן היא המדינה. אמר לו, בני, סימן זה יהא בידך, אם ראית בית הקברות לפניך דע כי המדינה קרובה לך. כך אמר הקב"ה לישראל, אם ראיתם שהצרות מכסות אתכם באותה שעה אתם נגאלים, שנאמר, יענך ה' ביום צרה.

קיין אנדערע טרייסט ווערטער פאר דיר האב איך נישט, אבער אז מען זעהט אז די צרות באדעקן איבערן קאפ, איז א סימן אז די גאולה איז שוין נאנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”