ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1559
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
הדא דכתיב: קורץ און שארף!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
הכלל, איך גיי מיר אויפן טראטואר, ווען אין די זייט זענען אנגעפלאנצענע גארטנס, און א מאוקאש נישטערט דארט צווישן די אראפגעפאלענע הערבסט בלעטער. אפשר וועט ער טרעפן דארט עפעס וואס ער האט באהאלטן – אוצרות פאר'ן קומענדיגע ווינטער, ווי באקאנט באהאלטן זיי די וועווערקע ניסלעך אין די ערד און ווי נישט.
יעצט זוכט ער שוין טועם צוזיין פונעם אוועקגעלייגטע אפיקומן, ווייל קוקט אויס ס'האט עהם אנגעכאפט א ערב ווינטער הונגער, און הילד איננו.. ס'קוקט אויס – לויט זיינע ווילדע זוכענישן, אז ער טרעפט נישט דאס באהאלטענע.. ס'האט פאסירט א גניבה צו א אבידה, ס'נישטא וואס צו קייען און פארדייען..
ווי האב איך דאס באמערקט איינמאל פארדעם, רייב איך מיר דאס שטערן מיט א האלבע שמייכל, ווייל כ'ווייס אז די ענטפער וועט מיך מאכן לאכן. אזא נבואה זאגט מיר מיינע געוויסן.
ווי האב איך דאס לעצטע מאל געזען אזא ערשיינונג..
אה, יא, איך געדענק שוין.. היינט אין מקוה.
יאנקל זוכט - ביי די אנגעהאנגענע זייטן מיט זייף זעקלעך..זיין בעג זייף, העד און שאלדער, שעמפא, דיאודירענט, קעמל, אויערן פיצער, באדע קאַלאָשן – אבער ס'נישט צום געפונען..
ער האט עס געלייגט נעכטן – ווי יעדן טאג – אויף מזרח, און טיילמאל געפונט ער עס אויף צפון, אדער אויפן ערד אדער אויף א צווייט הענגער, אבער נישט ווי ער האט עס באהאנגן. ער האט שוין ווי חזקה, אז דאס ערשטע הענגער אויף מזרח נעבן די אונטער-טיר פונעם בוילער, דארט הענגט ער אויף זיין מקוה געצייג, און גארנישט.. דער שמש צו א צווייטער אנשיקעניש, קלייבט עהם צוזאם זיינע זעקלעך יעדע פעריאד, און לייגט עס – ווי שיריים ביי די פארלוירענע חפצים.
אמאל איז זיך איינער אפילו מכבד מיט זיינע שויער קאלאשען אויך.. אדער געפונט ער עס בואכה סדום.
און נישט נאר יאנקל האט א מקום קבוע ל'מקוָה'תו, און חזקה הענגער פאר זיינע וואש געפעס, נאר אסאך האבן זיך זייערע לעכער און גריבער.. דאס האט מיר דערמאנט דעם מאוקאש.. אלע טרעפן זיך לעכער און שטעלכעלעך.. פאליצעס און פארשטעק פלעצער פאר זייער אייגן געברענגטע שאמפא קריגלעך און זייף קעסטלעך.
איינער זוכט עס זונטאג אינעם אפענעם דעכל, א צווייטער טרעפט זיינס העכערן שטעקער קאסטן, בין לפרוכת ולמזבח ליגט אריינגעשטופט איינעמס קאלאשן, און א דריטענס זייף ליגט טיף באהאלטן העכער די שויבן. און אויך העכערן דרייעדיגע מקוה טיר, האבן גע'נעסטעט אפאר חזקה פלעצער.
און מ'זוכט און מ'טרעפט – יענעמ'ס.. און מ'שעלט און מ'ברענגט פרישע.. און מ'נעמט עס נאכאמאל אוועק יעדע שטיק צייט, וחוזר חלילה.. די מאוקאש באהאלט, דער ווינטען פארטרייבט, דאס וועווערקע איז זוכט נאכאנאנדער זיינע אפיקומן ניסלעך און שמערל געצל זענען מזכה האדם שלא בפניו, און זייפן יענעם אן מיט פרעמדע תכריכים..
ווילאנג אלע פיין שמעקערס וועלן זיך אויסלערנען צו האלטן זייערע חפצים ביי זיך אין רשות, וועלן אלע חזקה האלטערס בלייבן חוזק, ולא יעלה לו אלא רגזנותו, אויפן שמש אויפן גבאי, אויפן שכן און אויפן חבר.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 49
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:26 pm
פון מנשה דארף מען זיך לערנען
-
חוץ זיין גאר תוכנ'דיגע אינהאלטסרייכע שרייב טאלאנט, איז ער:
א איד וואס לערענט יעדן טאג בקביעות בלי הפסק אפאר שעה.
ענדיגט מסכת נאך מסכת בעיון.
האט א פעסטע קביעות אין חסידישע ספרים.
מי כעמך ישראל.
ס'איז נישט נאר א משל וואס וואלט 'געקענט זיין', נאר ס'איז א פאקט וואס מ'קען זעהן.
ממנו ילמדון וכן יעשו!

לעצט פארראכטן דורך זאנוויל'ס זוהן אום זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואנאוויטשער
- שר חמש מאות
- תגובות: 824
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am
דאנציגער האט געשריבן:ער איז אויך א שוחט און א כהן גדול, שוין זעקס און פופציג יאר מלוא לוגמא בלי נדר..
מודה על הראשונות...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
- שמרי' קערנקרויט
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:11 pm
- לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
יישר כח ראבאיי דאנציגער
ווערי ווערי גוט
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1392
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
- לאקאציע: אין כולל - [email protected]
Re:
דאנציגער האט געשריבן:זיכע זיכע...
נא ווי ביסטו?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
Re: Re:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן:זיכע זיכע...
נא ווי ביסטו?
וואו ביסטו וואו ביסטו
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
Re: Re:
תיקו האט געשריבן:אסאך יודיש געלט האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן:זיכע זיכע...
נא ווי ביסטו?
וואו ביסטו וואו ביסטו
שוין לאנג נישט דא
- צוויבל קוגעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 319
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm
Re: ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
ס'שטייט אז ס'איז שוין לאנג נישט דא אזא ניק!!
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
Re: ברוך הבא! מנשה איז צוריק דא..
צוויבל קוגעל האט געשריבן:ס'שטייט אז ס'איז שוין לאנג נישט דא אזא ניק!!
אפשר דעי ניק נישט אבער מנשה? פיין ווי ער איז דא!......
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.

- שמויטע פאנע
- שר העשר
- תגובות: 45
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 2:21 pm