א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אפריל 06, 2009 11:29 am

שוועמל האט געשריבן:א דאנק ר' שמחה פאר אייער צוגעלייגעכטץ...
דאס איז דאך דער עיקר אינעם ליל התקדש החג, ולמען תספר באזני בנך ובן בנך !!


בן בנך: זאגט דער החיד"א דאס איז ווייל כל שהוא ובנו ובן בנו, שוב התורה מחזרת וכו', פארדעם שטייט בנך ובן בנך, דומה לזה פון בעלזא רב מהר"א,
.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אפריל 06, 2009 11:37 am

איך רעקאמאנדיר, אז ס'זאל מ'זאל איבערקאפיען שאצ'לס ארטיקל, און אריינשטעלן יעדעם'ס הערה על מכונה.

שאץ דיין ארטיקל איז מוראדיג.

יעדער פרובירט און האט אנדערע איינפעלער וויאזוי עס מסביר צו זיין, און אז מ'שמועסט עס אויס ברבים קען יעדער דערפון נאשן. ווי SCY שרייבט אז די קינדער לערנען דאך דאס שוין פון חדר. און דאס איז ביי דעם פרט פון "סיפור יציאת מצרים" א שטער.

אנגיסן די בעכער'ס: אני בעניי וואלט עס געוואלט מבטל זיין, אפשר דעם טאטענ'ס יא ווייל דאס איז א חשיבות ביי די קינדער עס צו טון [און אויך אלטס לכבוד עצמי אני דורש..], אבער דער מנהג אז יעדער גיסט פאר יעדעם מאכט דעם טיש אנגעגאסן מיט וויין נאך איידער די טראפן וואס מ'גיסט מיטן פינגער..

ווי זאגט מיר א יונגערמאן, אז ביים טאטנ'ס טיש האט ער זיך שוין כמה פעמים געוואלט אנרופן מיט ביטערניש: מאך נישט דעם סדר טיש ווי א מלך, און פראסקע מיך נישט - ווען איך גיס אויס דעם בעכער בטעות - ווי אן עבד כנעני!

כלפי מה הדברים אמורים, דאס הערליכע טישטוך וואס מ'לייגט אויפן טיש, וואס ווילסטו פון א קליינעם? ווען דו לייגסט דעם טישטוך זיי גערישט אז ס'גייט ווערן רויט, און נאך פאר'ן מאכן דעם שהחיינו ביי קידוש. סאוי איטס אפ טא יא, קענסט לייגן א פלעסטיק און זיין באמת רואיג, אדער א טישטוך און זיי גערישט אז דו וועסט עקטן ווי דו ביסט רואיג.

ביים שווער זז"ג לייגט מען נאר אויבן אן א טישטוך, און אינטן ביי די קינדער א פלעסטיק. [די פלעסטיק גייט אויפן גאנצן טיש, נאר אויבן אן ליגט אויסגעשפרייט א קליינע הערליכע טישטוך].
*
א כלל וואס יעדער האט ארויסגעברענגט, דער בעסטער מיטל צו האבן די קינדער מיט זיך איז פרעג! פרעג דעם קינד, פארצייל און שטעל דיך אפ ער זאל ווייטער ענדיגן די לעצטע ווארט.
איך ניץ אפאר מאל: שטעלטס ענק פאר, יצחק'ל[נאמען פון א קינד ביים סדר וואס האט זיך פאר'חלומ'ט] זיצט ביים טיש און עסט פרישטאג און פלוצלינג רייסט אריין א מצרי און שלאגט אים מיט א לאנגע פאסיק וכו'.

אוי ווי מיר ווארטן אז דער מלך המשיח זאל שוין רעדן אונזער שפראך, און אונז זאגן אויף מאמע לשון: יגר'ל, מ'גייט שוין ארויס פון גלות!!
*
גנב'ענען דעם אפיקומן, דער שצ'ל שרייבט אז ווי פריער אלטס בעסער כדאי זיי זאלן איינרוען. איך וועל מיך דא אויפטון, אז ס'ערשטע יאר וואס מיר האבן געפראוועט דעם סדר בעזר הבורא, האט מען זיך ביי מוציא מצה געכאפט אז מ'האט נאכנישט גע'גנב'ט דעם אפיקומן. ב"ה ס'איז מיר יענץ יאר געלונגן אז זיי זענען געווען אזוי פארגאפט, ניין, נישט יעדעס יאר מאכט זיך עס..
*

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג אפריל 07, 2009 11:50 am

איך וועל דא צולייגן, די "חצות" סעמאטאכע, אפי' מ'שפירט אז מ'וועט עס סייווי אניאגן [בפרט די ערשטע פאר מאל וואס מ'פירט] מעג מען נאך אלטס "ווייזן" אפפסס חצות, ס'איז נאך דא צייט? מ'וועט נאך אניאגן?, [נישט ווארפן קיין פרעשער, אלעס מיט א שמייכל און צוגעלאזנקייט].

ביי מיין פאטער זאל זיין געזונט, האט ער זייער מקפיד געווען אויף חצות. מיין שווער אבער זאגט: סיפור יציאת מצרים איז א דאורייתא, למען תספר באזני בנך, והי' כי ישאלך בנך, משא"כ עסן פאר חצות איז נאר א זכר לקרבן פסח, ציעט ער אריין ביזן טאג אריין מיטן סיפור.

ווי פארשטענדליך, די רביצין אינדערהיים גייט איר נישט אריין אין קאפ "זיך יאגן צו חצות".. ס'הייסט? קיינער עסט דאך נישט פאר חצות!! [די גאנצע סדר אין אירע מנהגים זעט מען נאר ביים טאטן, אמאל אמאל ביי א זיידן, אבער טראכט אריין, אני הקטן בין געווען אלע מיינע יארן נאר ביי דריי סדרים, טאטע שווער, און ביי מיין רבי'ן זצ"ל אלטס חתן נישט מער געדאכט].

אקיצור: אז מ'איז מקפיד אויף חצות, דארף מען וויסן אז א שעה פאר חצות דארף מען האלטן ביי "רחצה". כדאי אנצוקומען צום אפיקומן.

*
איך מוז דא צולייגן, דער שאץ האט אראפגעשטעלט א מייסטער ארבעט, איך האב אזוי הנאה דערפון, לאמיר דא צושטעלן א שטיקל ר' יוסף חיים [גרינוואלד], ער טייטשט די משנה אין פסחים(פרק י' דאכטזיך): עד היכן הוא אומר? [די הגדה, פון הא לחמא, ביז ווי?] בית שמאי אומרים עד "אם הבנים שמחה", ובית הלל אומרים עד "חלמיש למעיינו מים". טייטשט ער [בשם די פריערדיגע צדיקים] ביז ווילאנג דארף ער זאגן ער זאל וויסן אז ער האט יוצא געווען די מצוה פון הודאה פארן באשעפער, און סיפור יציאת מצרים, בית שמאי אומרים עד "אם הבנים שמחה", ביז ער שפירט אז די בני בית און ס'רביצין איז אויפגעלייגט און פריילעך, ובית הלל אומרים עד "חלמיש למעיינו מים", ביז אפי' אויב איינער האט נעבעך א קינד וואס איז הארט ווי א פעלזן שטיין, וואס א גאנץ יאר איז זיין הארץ פארשטיינערט, למעיינו מים, וועט אויך ווערן פיל מיט הארץ און געפיל צום גרויסן פאטער אין הימל, און ס'וועט זיך אים גיסן טרערן ווי א קוואל וואסער, אוי טאטע ווי דערלעבט מען דערצו?

יוי, ווי מיר האלטן, יא טאקע, כמעט אלעס איז גרייט, די כוס של אליהו איז געפיצט, די מצות מיט אירע שענסטע הידורים ליגן שוין אין שענקל לעבן דעם ווייסן איבערגעצויגענעם היסב בעט, דאס זעקעלע אפיקומן ליגט שוין גרייט אריינצונעמען און זיך דאס גרעסערע שטיקל וואס מ'וועט אויפהייבן און צייגן פאר די קינדער אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים, אבער ווי איז דער מאשין וואס דארף דאס אלעס אנצינדן? ווי געפינט זיך דער "סטארדער" ווי מ'רופט עס, זיצט זיך א מגושם'דיגער טאטע, וואס כאפט אפ א שחרית כאחד הריקים, לויפט און שפרינגט, שיילט פטעטאס און קוועטשט אראנדשעס, קוים א אידיש ספר נישט געפענט נעבעך, און דארף זיין דער "משפיע", ער דארף פארציילן און אריינברענגן "אמונה" אין אידישע קינדער שלא טעמו טעם חטא! אוי טאטע, וויאזוי גייט דעס געשען?? וויאזוי?

אז מ'לאזט די מחשבות לויפן, גליטשט א טרער פונעם אויג, און ס'לאזט זיך נישט פארווישן אזוי גרינג, די נשמה [טעסטינג טעסטינג, ער לעבט נאך?? :cry: ] לאזט ארויס א קוויטש, וואס גייט דא זיין, וואס האבן די קליינטשיגע חוטא געווען אז זיי זאלן נישט האבן קיין ערליכן איד וואס זיי פאר זיי די "עבדים היינו" פארזאגן,



יא, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט א טייער ווארט וואס אלע תלמידי בעל שם שרייבן, תפארת שלמה ישמח ישראל קדו"ל ועוד, אז אזוי ווי אין יענעם דור אין מצרים וואס אידן זענען אין די מ"ט שערי טומאה געווען פארשמירט, האט פלוצלינג בקול גדול דער בורא עולם זיך באוויזן צו זיי, און זיי אריינגעברענגט און די קדושה אריין, איז כאשר זכינו לסדר אותו בימים ההם, דאס זעלבע פאסירט יעדעס יאר צו יעדן איד, און צו יעדן טאט'ן וואס וויל רעדן דיבורים אמיתיים, הייליגע ווערטער צו זיינע קינדער, שיינט כביכול דער באשעפער אריין אין אים א לעכטיגן אור, ווי האט ר' מענדעלע מ'רימונוב זיך גענומען שפרינגן: דא וואוינט א איד, דא וואוינט א חלק אלוקי ממעל, וויפיל דער גלות האט אונז שווארץ געמאכט, פי כמה וכמה וועט - און טוט - דער באשעפער און אונז אריינשיינען.

הזמן קצר, א גוט יום טוב.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג אפריל 07, 2009 1:06 pm

אה ב''ה יגר האט זיך צעלאזט, ס'צווייטע איז פיין ציפעדיג אווי אייביג ווען די צולאזט דיך, ס'אויגעלע האט אביסל געגלאנצט ייש''כ!

ש''ץ דיין בלו-פרינט איז מיר זייער נוצבאר ווי געווענליך ווען די מאכסט אן ארטיקל וואס איז מיר נוגע, הגם דאס יאר וועט עס נישט נוגע זיין, אבער מיטן אייבערשטן'ס הילף וועל איך עס נאך נוצן.

א שאד די מאכסט נישט אן ארטיקל וויאזוי איך זאל ביהעיווען ביי מיין שווער.

געדולד דיין תגובה איז גאר גוט, איך גלייך זייער ווען מ'קלערט אויף מענטשן צו ניצן אביסל שכל, אגב, איז עס גוט אראפגעלייגט אויך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 07, 2009 1:22 pm

נוסח פון קידוש און הגדה

יגר, מורא'דיגע דיבורים, פיהל מיט חיזוק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 07, 2009 1:23 pm

יגר'ל, איין שעה פון רחצה ביז צפון און אריין כאפן חצות קעמען נאר מיט איינס אדער צוויי קינדער, מיט א גרויסע משפחה איזעס נישט מעגליך.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג אפריל 07, 2009 1:59 pm

איךהער; איך האב שוין געפירט דריי סדרים צום גוטן. שלחן עורך איז אביסל יאגעדיג, באט איך מיין אז אזוי דארף עס צו זיין.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג אפריל 07, 2009 3:09 pm

איך האב אנגעהויבן צו פירן סדרים גאנץ פרי, איין זאך קען איך אייך זאגן - עס איז נישטא געשמאקער דערפון, מען זיצט מיט די קינדער עטליכע שעה, מען פארברענגט רואיג, רעדנדיג צו זיי, ממש א מחיה.

איך מיין אז די וועלכע הויבן אן פירן שפעט, ווען זיי האבן שוין א שטוב מיט קינדער, קלערן צומאל צוריק 'וואו בין איך געווען ביז איצט'.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מארטש 19, 2010 5:01 am

באמת איז דא היפש וואס מוסיף צו זיין, במשך די וואך אויב די צייט וועט ערלויבן וועל איך שרייבן א שטיקל הוספה,

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מארטש 19, 2010 7:07 am

אונז ווארט מיר, די פארלאנג איז גרויס.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 19, 2010 9:17 am

מיט דאנק פון פאראויס הרב שאץ

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג מארטש 19, 2010 9:38 am

ווי אלט דארפן די קינדער זיין אז איך זאל קענען פירן א סדר אליין?
איך האב קינדער פון 4 און 3 און 0 יאר, וואס האלט דער ציבור האט א פשט שוין אליין צו פירן א סדר?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 22, 2010 5:27 pm

הוספה צום ארטיקל "א טאטע ביים סדר טיש"

חודש ניסן תש"ע לפ"ק

צו רעדן איבער אלע פרטים פונעם סדר נאכט איז כמעט נישט די צייט מספיק, אלע ספרים זענען פיל מיט מאמרי קודש ווי יעדע ספר לפי קדושתו ובחינתו לייגט אריין כוחות אין דעם ליל התקדש החג, אבער מיר פראבירן זיך צו האלטן צו א קו צו א ליניע וואס איז נוגע נאר פאר א טאטן ביים סדר,

איך האב שוין געשריבן ווען דעם אין מיין שבת ארטיקל אבער פסח איז עס מער נוגע, ס'איז דא טאטע'ס וואס גרייטן זיך שטארק צו מיט א הכנה דרבה מיט זעק סחורה וואס זיי ווילן איבער געבן פאר די קינדער, פשוט מקיים צו זיין די מ"ע פון למען תספר בשלימות, עכ"ז דארף מען געדענקען אז מ'קען עס נישט איבער טרייבן, מ'קען נישט צו שטארק איבער געוועהן (אין ענגליש הייסט דאס אווער דאואינג) דער רצון איז אזוי שטארק פון וועלן פארקויפן די קינדער ווי מער מדרשים און מעשיות אבער נישט אלץ זענען די קינדער כלים צו דעם, און דער טאטע קען צובראכן ווערן ווען ער זעהט אז זיינע ווערטער דעגרייכן נישט צום ריכטיגן מקום,

ראשית נישט אלעס וואס מ'ווייסט און וואס מ'האט נאר אמאל געזעהן און געלערנט פאר פסח מוז געזאגט ווערן ביים סדר, מ'קען זיך קלויבן עטליכע זאכן וואס מ'וויל זאגן, ענדערשט ווייניג נאר גוט, ווי איידער אסאך און נישט גוט, די בעסטע עצה איז זיך אליינס אריין שטעלן אין די קינדער'ס מצב, פראבירן זיך צו דערמאנען ווען מ'איז אליינס געוועהן א קינד וועלכע זאך ער געדענקט גוט פון זיין חדר רבי אדער זיין פאטער וואס זיי האבן אראפ געלייגט בטוב טעם ודעת אזש ער געדענקט דאס נאך ביז היינט, אויב איז עס דיר געוועהן אזוי אינטרעסאנט ווען דו ביסט געוועהן א קינד, איז עס זיכער אינטרעסאנט פאר דיין קינד ווען ער איז יעצט א קינד,

עטליכע האבן מיר געפרעגט אין אישי וועלכע ספר וועלכע הגדה איז גוט זיך פארצוקוקן אויפן סדר פאר קינדער, מיין תי' איז אז לכתחילה דארף מען קענען דעם למען תספר פון הרב וואלף בראווער שליט"א, אבער ער איז בארוכות און מ'דארף קלויבן וועלכע נקודה מ'וויל נאכזאגן פון דארט, ס'איז אבער דא א הגדה מיט נאמען "הגדה ואגדתא" דער הגדה איז א ליקוט פון א וועלט מיט מדרשים ועניני הסיפור בעצם (נישט קיין תורות פשוט די מעשה) און דאס ליגט ביי די ווערטער פון די הגדה, דהיינו בשעת ווען מ'זאגט די הגדה קען מען אריין פלעכטן די חלקים פון די מעשה פון מצרים, ער געט די איידיע ווי מ'קען דאס פארציילן און וואס מ'קען דערציילן, (על כל פנים אני הקטן האב שטארק הנאה פון דעם ספר)

א פראבלעם מאכט זיך אויך ווען א טאטע פארמאגט קינדער אין אלע עלטער'ס בלע"ה, מ'קען נישט רעדן אייניגע שפראך צו יעדן, די שפראך וואס מ'ניצט פאר קליינע כתה א' יונגלעך קען מען נישט ניצן פאר כתה ח' אדער גאר ישיבה קטנה בחורים, דא דארף דער טאטע האבן דעם משקל ווי צו זאגן וואס, צומאל ווערן די גרעסערע מער אומגעדולדיג ווען דער טאטע רעדט צו די קליינע חברה אויף בעבי שפראך, קודם פאר די גרויסע זאל מען צושטעלן אזעלכע הגדות וואס אויב האט ער נישט קיין געדולד אויסצוהערן די קליינע שפראך קען ער זיך איינקוקן אין די אייגענע הגדה....,
שנית דארף דער טאטע מקדים זיין ביי עבדים היינו אפי' כלנו חכמים כלנו נבונים מצוה עלינו לספר, פאקטיש זעמיר אלע געוועהן אין זעלבן פעקל, פארן מצרי איז נישט געוועהן קיין חילוק צו דו ביסט אלט 5 יאר צו דו ביסט אלט 13 יאר, ער האט ביידע נישט געשוינט און אלע האבן געליטן אייניג, אפי' גאנץ יונגע קינדער האבן געמוזט ארבעטן שווער, און גאנץ קליינע קינדער זענען גענומען געווארן צו די שחיטה, ממילא אז הוצאנו ממצרים איז מצוה עלינו לספר נישט קיין חילוק אויף וועלכן שטייגער און אויף וועלכן שפראך, מ'מוז דערציילן די נסים וואס איז נוגע פאר יעדן אין אלע עידשעס....

שלישית דארף דער טאטע זאגן פאר די גרעסערע קינדער אז די מעשה פון יציאת מצרים איז נישט ווי סתם א מעשה וואס מ'דערציילט פון א צדיק און נאר ווען ס'איז אינטרעסאנט הערט מען דאס אויס (דאס איז נישט קיין מעשה טעיפ פון פישל שעכטער וואס נאכדעם וואס מ'הערט שוין דעם טעיפ 3 מאל ווארפט מען דאס אוועק) דא ליגט א געוואלדיגע קודשה אין די מעשה, דאס רידערט אויף אלע הימלען בשמים, די מלאכים קומען צו גיין, (כמבואר בזוה"ק פ' בא פקודא בתר דא) דאס איז א סיפור פון אמונה וקדושה אויסער א ריכטיגע מצות עשה מן התורה פון למען תספר ברענגט דאס אמונה אויף אגאנץ יאר, גרעסערע קינדער וואס הערן אזעלכע ווערטער וועלן אטאמאטיש זיצן מיט געדולד ווען דער טאטע וועט רעדן צו די קליינע קינדער,

רביעית איז דא חלקים וואס זענען אינטרעסאנט פאר ביידע, פאר גרעסערע קינדער קען מען זאגן אז זיי זאלן זיך מצייר זיין ווי זיי אליין ווערן אויפגעוועקט פרי פארטאג'ס און ארויס געשלעפט אויפן פעלד צו אקערן און זייען, שניידן און שוויצן אונטער די הייסע זון, און וויפיל מאל האט מען געכאפט ביטערע שלעק פון די מצרים, בשעת יצ"מ זאגט די מדרש אז א ריזיגע פראצענט אידן זענען געוועהן בעלי מומים, איינעם האט געפעלט א פינגער, א האנט, צובראכענע פיס, אויגן, ציינער, צוהאקט און צוביילט, מיט טיפע סימנים פון די שווערע פייניגונג, ביז מתן תורה איז יעדער געווארן אויסגעהיילט, אזא נקודה איז נוגע בעיקר פאר גרעסערע קינדער,

ווי אויך אזא נקודה אז מ'האט נישט געהאט קיין כח הדיבור ווי זיך אויסצורעדן די פראבלעמען, געווענדליך ווען א מענשט האט א צרה קען ער נעמען א תהלים, ער קען גיין צו א גוטן איד זיך אויסצורעדן זיינע פראבלעמען, ער קען נעמען א גמ' זיך אויסליפטערן און פארגעסן פון זיינע צרות, ווידער אין מצרים איז נישט געוועהן קיין רבי קיין גוטער איד, ס'איז נישט געוועהן קיין תורה, ס'איז נישט געוועהן קיין סידור, כאטש אסאך אידן האבן מקיים געוועהן דעם ונצעק אל ד' אלקינו, פשוט געשריגן אוי אוי אוי טאטע זיסע העלף, אבער פיל אידן זענען נעבאך געוועהן אזוי בשפל המצב אז זיי האבן דאס אויך נישט געקענט, סגר עליהם המדבר דאס מויל איז זיי געוועהן פארשפארט..., קינדער עטץ ווייסט וואס דאס מיינט מ'האט א צרה און מ'האט נישט אפי' פארוועמען צו רעדן???...

איין אייציגע זאך האבן קינדער געהאט אין מצרים, די מסורה פון זיידעס און באבעס און דער באשעפער האט צוגעזאגט פארן עלטער עלטער עלטער זיידן ר' אברהם אבינו אז ער גייט אונז ארויס נעמען פון מצרים ביד חזקה, יעדן פרייטאג צונאכט'ס זענען די אידן זיך צוזאמען געקומען און מ'האט זיך געטרייסט מיט די איין אייציגע זאך אז ס'איז דא אזא קבלה אז מ'וועט נאך סוף כל סוף אויסגעלייזט ווערן, אידן האבן געלעבט מיט די פלעני פשוט'ע אמונה פון קבלת אבות אז יא דאס וועט זיין דער גוטע סוף, איר מיינט אז יעדער האט געגלייבט? נע... רוב מענטשן האבן נישט געוואלט גלייבן, 5 מאל מער מענטשן האבן נישט געגלייבט ווי די פאר געציילטע ערליכע אידן וואס האבן יא געגלייבט, וואס איז געשעהן צום סוף? ס'איז געקומען די ששת ימי אפילה און זיי (די נישט גלייבער'ס) זענען אויסגעשטארבן און געבליבן זענען נאר די פאר ערליכע אידן... זיי האבן געזעהן מיט די אויגן ווי זייער דם שונא פרעה אליין שטייט ביים טויער פון מצרים און יאגט ארויס די אידן פון מצרים,

פונקט אזוי קינדער וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די פאר ערליכע אידן וואס האבן זיך געהאלטן אין גלות מיט די אמונה פשוטה וואס גלייבן אז סוף כל סוף וועט נאך קומען דעם גוטן טאג והשיב לב בנים על אבותם, חלילה פאר די אידן וואס גלייבן נישט... ווער ווייסט וואס וועט זיין דער סוף מיט זיי...
(אוי ווי בינעך דא? ס'איז דאך נאר ז' ניסן, נו! תלמוד לומר ביום ההוא בשעה שיש מצה ומרור....)

בקיצור ס'איז דא אסאך ענינים וואס איז שוה לכל נפש פאר אלע קינדער און סיי וועלכע עלטער, די טעמע פון זאגן תורות האב איך שוין געשריבן, ס'איז נישט פארן טאטן און נישט פאר די קינדער, הן דער טאטע זאל זיך נישט פארלייגן אויף תורה זאגן, נאר אויסניצן די צייט פאר די עצם סיפור, חוץ א ווארט וואס איז התעוררות און ס'איז מעורר דעם זמן, ווי למשל צדיקים זאגן ס'איז א סדר אויף אגאנץ יאר, אבער מגודל קדושת הלילה וואס איז פשוט א טרייב קראפט ממשיך צו זיין דעם סדר, אויך נישט די קינדער זאלן זאגן תורות ס'איז א טאג וואס זיי דארפן הערן און נישט זאגן, ביי די סעודה איז אפשר א זמן וואס מ'קען געבן צייט פאר די קינדער צו זאגן איין תורה אדער צוויי,

ס'איז א אלטע טעמע אבער איך שפיר אז מ'דארף אנרירן די נקודה, דאס איז דער "חצות" מעיקרא דדינא אזוי שטייט אין שו"ע (סי' תע"ז) ויהא זהיר לאכלו קודם חצות, ווייל ס'איז א זכר לקרבן פסח, ס'איז אבער דא מענטשן וואס מאכן דעם חצות פאר א בייטש און זענען עובר עטליכע איסורים מיטן תי' חצות, קודם איז מען נישט מקיים געהעריג דעם סיפור יצי"מ מכח דעם געיעג, שנית ווערט צומאל בטל סעודת יו"ט, ועוד צומאל מצער זיין א ווייב (איר באשולדיגן אז נאר צוליב איר האט מען געשפעטיגט) וד"ל,
אמת אין חלק ההלכה האט דער חצות א שטארקע יסוד, ס'איז דא אפי' א לשון פון פרי מגדים אז מ'זאל אפי' אויסלאזן חלקים הגדה כדי צו קענען עסן אפיקומן פאר חצות,
אויך שטייט אין דרשות חת"ס אז ואכלתם אותו בחפזון א רמז אז מ'זאל מאריך זיין בסיפור יצ"מ און און עסן די סעודה שנעל א רמז צו יענעם בחפזון פון יצי"מ, (כאטש וואס אין מנהגי חת"ס גופא שטייט אז דער חת"ס אליין האט נישט מקפיד געוועהן אויף אפיקומן חצות, אפשר האט דער דרשות חת"ס אנגעדייט אויפן עלות)

עכ"ז א שטוב מיט קליינע קינדער איז שווער צו קאנטראלירן צו זיין פונקטליך ביי חצות מיטן אפיקומן, צומאל איז די מאמע פארנומען מיט א פיצל'ס אדער א זייטיגע פראבלעם, אוודאי לכתחילה איז דאס א וויכטיגע זאך, אבער אויב מ'זעהט אז מ'קען נישט יש להם על מה שיסמוכו, (עי' שו"ת מנח"א סי' נ"ה, אז ס'איז נאר א מנהג, וכן בשו"ת מנחת יצחק חלק ט' סי' מ"ח)

ועוד אויב איז מען טאקע אזוי מפקיד אויף חצות אז מ'וועט פארדעם מנהג טון פארשידענע נישט גוטע שריט, להוי ידוע אז גלייך נאך די ווערטער פון שו"ע ויהא זהיר לאכול קודם חצות זאגט דער רמ"א (וואס מיר בני אשכנז פסק'נען ) ויקדים עצמו שגם ההלל יקרא קודם חצות, אויב ביסטו אזוי מקפיד אויף אפיקומן פאר חצות ביטע זיי אויך מקפיד אויף דעם רמ"א פון הלל ווייל ביידע הלכות האבן כמעט דעם זעלבן תוקף.

אינעם ערשטן חלק ארטיקל האבן זיך מאנכע אפגערעדט אז מיר האבן מקצר געוועהן ביים צווייטן העלפט סדר, הגם ס'איז נישטא קיין סאך וואס צו רעדן, ווייל יעדער זינגט זיך זיינע ניגונים מיט זיינע נוסחאות מבית אבא, עכ"ז איז כדאי זיך אביסך פארקוקן בערך צו וויסן וואס מ'רעדט (ווער עס האט אביסל גרעסערע קינדער) צו זאגן בערך אויפן שפיץ גאפל וואס מ'זאגט דא,

הלל, איז דאך פשוט אז דאס זענען קאפיטלעך תהלים וואס דוד המלך האט מייסד געוועהן צו זאגן פאר הלל והודאה, הלל הגדול איז די אלע חסדים פון בריאת העולם ביז ווען אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל, און די לעצטע פיר קטעים זענען נוגע פאר א איד טאג טעגליך, שבשפלינו זכר לנו, דער באשעפער געדענקט אונז אין אוזנער שפלות, נותן לחם לכל בשר מיר האבן צו עסן וכו', נשמת כל חי איז דער תפלה וואס יעדער איד זאגט שבת און בעת שמחה ווען א איד שפירט זיך שולדיג פארן באשעפער,

נאכן פערדן כוס, חסל סידור פסח (מ'מעג זיך ארויס לאזן מיט א רקידה לשנה הבא בירושלים מיט א האפענונג אז בניסן עתידין להגאל נאך היינט נאכט הערט מען דעם שופר של משיח) ויהי בחצי הלילה מיטן פיוט ואמרתם זבח פסח, פארציילן אין קורצן אז דא רעדט מען פון אלע נסים וואס איז געשעהן די נאכט פון פסח און די נסים וואס איז געשעהן אינעם טאג פון פסח, כי לו נאה כי לו יאה איז שבחים פונעם באשעפער מ'זאגט זיבן מאל "לך" קעגן די זיבן הימלען היות פסח ביינאכט זענען אפן אלע הימלען און אלע מלאכים זינגען צוזאמען מיט די אידן שירה,

אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, איי וויפיל טרערן האבן אונזערע אבות און אונזערע צדיקים פארגאסן ביי דעם פיוט, (מיין פאטער זז"ג ביי דעם פיוט וויינט ער כמים הפוגות....) ווען נאך ווי אזא נאכט פון פסח בעט זיך א תפלה הוא יבנה ביתו בקרוב ק'ל בנה קלה בנה..... זיצנדיג ביים סדר טיש אין אמעריקא אנשטאט צו זיצן אין א דירה'לע אין ירושלים סמוך ונראה צום פינת יקרת דער הר הבית ומשכן ד', אוי בעט זיך דעם ק'ל בנה...

אחד מי יודע, פארציילן מיר די מעלות פון כלל ישראל וואס מיר פארמאגן, מ'זאגט נאך פונעם מיטעלע בעלזא רב זי"ע (איך האב עס נישט געפינען אינעם ילקוט אמרי קודש אבער כך שמעתי) אז א עושר געווענדליך האט נישט ליב צו ווייזן זיין עשירות, אבער בעת א שמחה ווען ער איז גוט אויפגעלייגט דאן ווייזט ער זיין פארמעגן פאר זיינע באקאנטע, כלל ישראל האט אזא אוצר, אבות, אמהות, חמשה חומשי תורה, משניות, שבטים, י"ג מדות, אגאנץ יאר באהאלטן מיר אונזער אוצר, פסח ביינאכט איז דער זמן וואס מיר מאכן א שמחה און מיר זענען גוט אויפגעלייגט אה היינט קענען מיר ווייזן אונזער פארמעגן.... שפתים ישק, אזא געדאנק הייבט דעם געפיל פאר די קינדער צו די תורה ומצות,

חד גדיא חד גדיא!!!!
וועלכע קינד ס'איז נאך אויף דא ווערט יעצט לעבעדיג, א טעמע וואס קינדער האבן ליב, א קעצעלע עסט אויף א ציג, א הונט בייסט, א שטעקן שלאגט, פייער וואסער... ס'לעבט זיך...

כ'האב געזעהן בשם איינע פון די צדיקים אז חד גדיא איז א לחש קעגן א עין הרע, היות די מלאכים קוקן מיט קנאה ווי כלל ישראל רעכט אפ א סדר זאגט מען א לחש קעגן די עין הרע ס'זאל נישט שאטן זייער בייז אויג, טייערע חבירים אויב זענעט איר זוכה צו זיצן ביים סדר טיש מיט לעכטיגע קינדער סביב לשלחנך ווען מ'האלט שוין ביי חד גדיא, גיבט איין מינוט א שבח והודאה אז דו האסט זוכה געוועהן דערצו שהחיינו וקיימנו לזמן און כן תחיינו ותקיימנו, ווייל נישט יעדער האט די זכי', און איבער יאר אין ירושלים עיה"ק במהרה,

כל טוב גוט יו"ט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 22, 2010 5:30 pm

wow
דו האסט נאך צייט?
דאס איז דאך ממש מסירות נפש אזא שיין ארטיקל אהערצושטעלן אין אזא צייט

א ריזיגע יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מארטש 22, 2010 11:50 pm

אין אומר ואין דברים ווי דאנקבאר מיר אלע זענען דיר פארן אונז מיטטיילן נאך פון דיינע רייכע סחורה (איך בין שוין געווען ערנסט באזארגט אז איך וועל דארפן ווארטן ביזן קומענדיגס יאר צו קענען ווייטער נהנה זיין פון די ארטיקלען)

שאץ מיר פארשטייען אז עס קומט נישט אן גרינג צו אהערשטעלן אזא רייכע אינהאלטספולע אפהאנדלונג, און טאקע דערפאר ווילן מיר דא אויסדריקן פאר דיר א הערצליכן און גרויסן

---------------- יישר כח ----------------

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג מארטש 23, 2010 10:48 am

שאץ; איך האב נישט קיין ווערטער, מעכטיג געוואלדיג.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מארטש 23, 2010 11:29 am

ר שאץ א גרויסען יישר כח פארן "הוספה" צים ארגינעלען ארטיקעל

זייער א שטארקע נקודה וועגן "סיפור" יצ"מ

די חצות נקודה איז זייער שטארק

נאך חסל סודר כאפן א רקידה איז זייער פיין
מיר האבן איינגעפירט צי כאפן א רקידה מיט די קינדער ביי והיא שעמדה
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג מארטש 23, 2010 1:40 pm

נאך א קליינע הוספה (צום צווייטן טייל אויף זייט נומ. 2)

באקומען אין אישי:
היות דער זוה"ק זאגט אז די מלאכים קומען אראפ צו הערן דעם סיפור יצי"מ, אויב א טאטע פליט אין די הימלען ביין סדר, דאן פליט ער אוועק פון די מלאכים ווארום די מלאכים זענען דאך דא נישט דארט....

ס'איז א שארפע קאצקע בחי', אבער גוט.... און טיף, טאטעס פליט'ס נישט אין די הימלען זיצט'ס דא מיט ביידע פיס אויפן ערד און אזוי פירן דעם סדר טיש,

היינט האב איך געזעהן נאכברענגן אין ס' יגל יעקב פ' בא בשם דער עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע אז פארן סדר און פאר די הקפות איז ער זיך מוחל די עבירות, ווייל אז נישט קען ער זיך נישט צוזעצן צום סדר....

ס'איז א טיפע כוונה פאר אידן וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט במשך דעם גאנצן יאר מיט שווערע ארבעט און צומאל ירידת ברוחניות, ווען דער יצה"ר שטעלט זיך מי אנכי צו פירן א סדר, מוז מען צוקומען צום מחשבה פונעם הייליגן עטרת צבי, מ'איז זיך מוחל די עבירות, ווי איינער זאגט ער האט זיך אליינס מוחל געוועהן די עבירות ודו"ק כי עמוק הוא,
.

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » דינסטאג מארטש 23, 2010 2:11 pm

א גרויסען ישר כח שאץ

און זייער גוט ארויס געברענגט דעם חנוך לנער על פי דרכו
דער גר"א שרייבט און זיין בריוו ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל וועגן חינוך הבנים, תפזר להם פרוטות וכדומה ווייל דברי חכמים בנחת נשמעין עכ"ל
עס דארף גיין אויב מען האט כח, דער אייברשטער זאל יעדן געבן כח ווייל עס קאסט אסאך כח, מיטן א געוואלדיגע רוהיגקייט, און א לעבדיגע פריינטליכע אטמאספערע
ווייל אויב נישט ארבעט עס פארקערט ס'ווערט סתם א אנגעצוינקייט איז ממש מוטב אם לא העלית,
דעמאלס איז כדי אפצושטיפען אויף ווען מען איז יא דערביי
אזוי ווי דרייווען ווען מען איז שלעפעריג.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג מארטש 23, 2010 2:55 pm

אזא לאנגע ארטיקל איז מיר שווער צו ליינען אויפן קאמפיוטער, דעריבער האט איך עס שיין אויסגעשטעלט אויף ווארד, צו קענען ארויספרינטן.
אגב, וועל איך שוין מהנה זיין אנדערע, עס צו קענען ניצן
צוגעלייגטע
טאטע ביים סדר.pdf
(165.7 KiB) דאונלאודעד 840 מאל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג מארטש 23, 2010 3:29 pm

שאץ, געוואלדיג, מלא תוכן, עס לאזט זיך זאגן בדרך צחות: ווי אזוי קען מען צוגיין צום סדר אן ליינען שאץ'ס ארטיקל...

שכח אלף בית פאר'ן מיר מאכן גרינגער עס צום ליינען.

בד"וו, עס איז דא א מורא'דיגער "אור החיים הקדוש" אין פרשת בא, אויפ'ן פסוק פון "והגדת לבנך ביום ההוא לאמר" שרייבט ער דארט א געוואלדיגע ווארט. ער איז מסביר די פסוק אויף פארשידענע אופנים, און דערנאך זאגט ער, עס שטייט דאך "והגדת לבנך", פרעגט ער: וואס טוט זיך אויב איינער האט נישט קיין זון, וואס זאל ער דעמאלטס טון? דארף ער דען נישט מקיים זיין די מצוה פון סיפור יציאות מצרים?

מפני חיבת הלשון בין איך דאס מעתיק.

עוד ירצה באומרו לאמר להיות שאמר "והגדת לבנך" תינח אם יש לו בן, אם אין לו בן יהיה פטור? ת"ל "לאמר" שעל כל פנים צריך להגיד אפילו בינו לבין עצמו. ואם תאמר כיון שעל כל פנים הוא צריך להגיד אפילו בינו לבין עצמו, אם כן למה אמר "לבנך" ואולי שבאמצאות היתור אני מבין כן ולא בלא יתור.

ואפשר עוד שירמוז באומרו "והגדת לבנך" שאם יגיד הגדה האמורה בענין, יזכהו ה' שיגיד לבנו וכדי שלא תטעה לומר דוקא, לזה אמר לאמר.

מורא'יגע ווערטער פונעם "אור החיים הקדוש" וואו ער שרייבט אן אפענע סגולה, אז דורכ'ן מקיים זיין סיפור יציאות מצרים, איז מען זוכה צו א קינד.

פארציילט מיר א חבר, וואס האט געווארט אויף א ישועה להפקד בזרע של קיימא, אז פאריאר האט אים זיינס א חבר וואס האט אויך געווארט יארן אויף קינדער, אבער איז שוין ב"ה געהאלפן געווארן פאריאר הארט פאר פסח, אז די לעצטע פאר יאר נאכ'ן סדר, לערנט ער דעם "אור החיים הקדוש" מיט א שטארקע התעוררות, און עס פלעגט אין אים אריינבלאזן געוואלדיגע חיזוק. און זיין חבר האט אים געוויזן אינוויינג אין פרשת בא, דעם "אור החיים הקדוש".

זאגט מיר מיין חבר, אז די סגולה איז אים אריין אין קאפ, און פאריאר א גאנצן סדר בשעת'ן מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים, איז דער "אור החיים הקדוש" געווען ביי אים אין קאפ.

איר מוזט נישט גלייבן, אבער יענע חבר וועט שוין דאס יאר ביים סדר זיין ביזי מיט א "בנו"!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג מארטש 23, 2010 4:27 pm

אלף בית!!!!
שכוח אלף פעמים, יעצט איז עס מיר אויך פיל געשמאקער....

עס דערמאנט מיך א מעשה מיט 35 יאר צוריק איז געוועהן א פורים רב אין ישיבת מאנטשעסטער תחת הגאון ר"י סגל זצ"ל, און האט נאכגעמאכט דעם תקיעות שופר דרשה פונעם ראש ישיבה אות באות, ווי ער האט מעורר געוועהן איבער א בחור וואס האט געהאט א עקסידענט ל"ע, דער ר"י הרב סגל האט ברוב תמימותו געזאגט פארן פ"ר, איך מוז אייך זאגן איך בין ממש נתעורר געווארן פון אייערע ווערטער וועגן דעם בחור מיט זיין עקסידענט..... (ער האט אפי' נישט געכאפט אז ער האט אים גאר נאכגעמאכט....)

עפעס אזוי שפיר איך ווען איך ליין דעם פי די עף פון א' ב', איך ווער אליין נתעורר פון די ווערטער פון שאץ מאץ, איך באמערק אליין גוטע נקודות וואס זענען געשריבן געווארן און ס'קען מיר גוט צוניץ קומען....

שכוח אלע מגיבים יעדעס ווארט איז מיר א שטיצע צו שרייבן נאך.....
.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 24, 2010 11:15 am

יישר כח גדול!!! רב שאץ וגם לרבות רב א"ב
http://www.teoria.com/ Music Theory

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך מארטש 24, 2010 5:11 pm

שץ מץ שליט"א געוואלדיג
יישר כח

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג מארטש 25, 2010 2:19 pm

הרב שאץ מאץ דיינע ווערטער זענען מתוקים מדבש ונופת צופים. כ'האב עס מיר ארויסגעדרוקט און איבערגעליינט בעיון רב. ישלם השם פעליך ותהי משכורתך שלמה מעם השם


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט