מיין שוויגער'ס חנוכה פאדי...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

מיין שוויגער'ס חנוכה פאדי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

ביי די חנוכה פאדי דאס יאר, ווי אלע יארן, איז מיין נעפיו חיימ-חעסקי ארומגעגאנגען נאך געלט.

דער אמת איז אז אלע קינדער גייען ארום נאך געלט, פארט אבער רעד איך פון חיימ-חעסקי'ן ווייל.... נו, ער איז חיימ-חעסקי, וויאזוי זאל איך דיר מסביר זיין... קענעהארע א זאפטיג יונגל וועלכער פארשוינט נישט קיין אומגעגסן קיכל, און מאכט זיכער אז מיין פארבליבענע האלבע בלינצע גייט נישט לאיבוד, און נישט דייקא מיין, און נישט דייקא בלינצע.... בקיצור, א חיימ-חעסקי מיט אלע מפרשים.

ווען ער שמייכלט, נעמט ער אריין דעם גאנצן פנים אינעם געשמייכל, פארשטעקנדיג די אויגן דארטן טיף הונטער די ברייטע נארהאפטע באקן. ווער רעדט ווען ער איז עפעס טועם.... דאן נעמט דאס גאנצע קערפער א טייל, דאס גאנצע פנים קייט מיט, און סאם-האו מענעדזשט ער זיך צו פארלעקן די פינגער אפילו נאך א פשוטן קרעקער....

דרייט ער זיך ארום נאך געלט דער רינדיגער, ווען אלע פעטער'ס מאכן זיך נאריש מיט די "באטאמפטע" וויצלעך. מיין שוואגער בערל, דער עלטסטער פון די געשוויסטער, אלס גייט ער אנגעטון מיטן אויליגן טוטו-בלוט ווי ער זאל ווען ערווארטן א רוף פון זיין לויער. זיצט ער דארט מיט זיין בלעקבערי און שפילט די באלי קראכער געים, איך געדענק נישט די אפיציעלע נאמען. "פאר וועלכע מוסד גייסטע" פרעגט ער חיימ-חעסקי'ן סארקאסטיש אן אויפהייבן די אויגן פונעם מאשינקע "די נייע אדער די אלטע? איך געב נאר פאר די אנדערע..." זאגט ער מיט א לאך פון זיין אייגענעם וויץ. יעצט הערשט הויבט ער זיך אביסל אונטער די בליקן צום עולם אפצונעמען זיין אטענשאן. ווען קיינער שפירט נישט קיין דראנג צו שמייכלען פון זיין מילביגן וויץ, גיבט ער א לייג צו אזא "וואאאס?...." שאקלנדיג מיטן קאפ זייטיג אין ריכטונג פון דעם אומשולדיגן חיימ-חעסקי....

מיין יונגסטע שוואגע, דער נאך אן די בארד מיט די פונקטליכע פיאות, וועלכער שמירט זיך אלקאהאל אויף די טינעידזש פימפלס יעדן מוצאי שבת ביי די שוויגער אינדערהיים. ער ניצט נאך אלע "שיבע ווערטער" און פארציילט פאר זיין ווייב אלע "שיבע וויצן". ווייזט אויס דער לץ פון זיין עידזש אדער וואס, ער לויפט שנעל ארום פרעגן ווער עס האט א הונדערטער, אריינלאכנדיג אין יעדנס אויער אז ער וויל בעטן דערפון טשעינדזש פון חיימ-חעסקי'ן.... קחחחחחחח.... איך שטיק מיך פאר געלעכטער דו לץ. העי דו גוטזאגער, עפעס א מעשה פון "יוסף לייב" האסטו נישט?....

ענדליך קומט ער אן צו מיר דער חיימ-חעסקי, איך גיב דעם טשאבי צוויי דאללער, ער פרייט זיך. איך ווארט ער זאל גיין ווייטער ווייל ער שטייט אונטער מיין בענקל און איך מוז דערפאר זיצן מיט די בויך צודריקט אין טיש אריין. אבער ער האט עפעס גאנצע בוק-קיפינג צו טון, ער זוכט און טראכט, ער גיבט מיר קודם א "איין דאללאר" צעטל פון זיין בוק, נאכער וויל ער וויסן צו איך דארף נאך א "איין דאללאר"דיגע טיקעט, אדער ענדערש א "פופציג סענט" טיקעט און צוויי "פינף און צוואנציג סענט" טיקעטס....

שעפעלע... דער טיש איז אין מיין בויך, איך קעם קוים אטעמען, און מיין רעקל בראשט אריין אין די מעש-פאטעיטאס.... אפשר קען מען האנדלען שפעטער?...

נע אמת'דיג, וואס פשט פון די ביכעלעך? ס'איז נישט קיין גורל, ס'איז נישט קיין רעסיט, וואס וויל מען מיט די ביכעלעך? סתם עס נעמט לענגער פאר די קינדער און פאר די געבער. דער יונגל אין שול וועלכער איז מיר נאכגעלאפן צווישן די בענק אנגעטון מיט די אויפגעבלאזענע קויט און מיר אומגעווארפן דעם טלית בייטל, ער איז אויך געווען ביזי מיט די טיקעטס, ער האט נאמאר די קוואדער'דיגע, סאו איך קען אים אדער געבן פופציג סענט אדער קען ער מיך נאכשיקן די טיקעט מיט מיין יונגל... גיי שוין פון דא דו!...

אויך דער קליינער גרינבוים, ער קומט ביי מיין טיר נאך געלט, זיין קויט איז גרעסער פון אים, קוים וואס זיין פארפרוירן פנימ'ל זעט זיך ארויס, די "בוצעס" קומט אים אן באלד ביזן קאפ, אזויווי זיין מאמע האט אים איינגעוויקלט פארן ארויסגיין אזוי איז ער געבליבן. גיב איך אים א דאללאר ווערט ער פארלוירן, ער צוימט זיך איין נישט צו וויינען, ער האט נאמאר קיין דאלאר'דיגע... ניין? דעמאלטס שרייב מיר א דאללאר'דיגע אויף א פעיפער.... ער זוכט א פען.... אוי.... נו שוין דו תמים, קלוגער פון דיין טאטן וועסטו שוין נישט אויפוואקסן...

דער שווער איז ביזי מיט די "נר מצוה" קנויטן. "אויסערגעווענליך שיין, הערליך..." זאגט ער צווישן איין גרעבץ און אנדערן "ברענט ווי א לעמפל.... הערליך הערליך הערליך..... נאך אזוי שיין נישט געהאט".

יעדעס יאר האט ער אן אנדערע קאמפעני, און אלע טעכטער מיינען אז זיי מוזן אויך קויפן וואס ער זאגט. מילא אז מיין גראסערי האט עס גייט עס מיך נישט אן, אבער אז נישט הייב איך אן ליידן, "גיי היינט צו די מקוה איד" הייבט זי אן איינטיילן, "ביסט שוין געווען ביי די מקוה איד? מארגן גייט שוין גארנישט זיין, אלעס וועט זיין אויספארקויפט, נאר די קאמפאני איז די גוטע".... ס'טו געזען אזאנס!....

מיין שוועגערין האט געמאכט מילעכיגע דאנאטס.... די גאנצע פאדי שטעלט זיך אפ. ס'האט נישט קיין טעם וריח, סתם א אויליגע באלי באשפריצט מיט קאנפעקשאן צוקער..... המממ.... דעלישעס... "איטס בעסט וויט דזשעם" רופט זי אויס.... יו בעט, עטליעסט די דזשעם האט א טעם...

אקעי!.... יעצט ווערט לעבעדיג. לאה דבורי שפאנט אריין מיט א ריזיגע אנגעפילטע גארבידזש בעג, איר קליינע ארי שלעפט זיך מיט פון אונטן מיט נאך צוויי שאפינג בעגס. "יעצט הייבט זיך אן די פרראגררעעם" רופט זי אויס מיט פאטאס "אז די מענער ווילן נישט מיטהאלטן מוזן ענק נישט מיטהאלטן, לעט אס העוו די פאן"....

געזונטערהייט.

"יעדער באקומט א צוגעמאכטע צעטל מיט איינעמס נאמען, איך פרעג א קוועסשאן און ווער ס'האט די ענסווער פוירסט דער עפנט זיין צעטל, און וועמנס נאמען די האסט אויף דיין צעטל דארפסטו געסן וואט קיינד אוו שיך יענער האט. ווי שנעלער מ'געסט, באקומט מען א בעסערע פרייז. נאכדעם, דער וואס האט באקומען די פרייז פרעגט די קוועסשאן, און אזוי אראונד ענד אראונד"....

יעדער קוקט צומישט מיט פארלוירענע שמייכל'עך.... קיינער ווייסט נאך יעצט נישט וואס די געים איז געווען.

אין די ענדע האט מיין ווייב געוואונען א קנאבל-קוועטשער וואס איז נישט ווערט צו טובל'ען, און א פיקטשער פרעים וואס האט זיך צעבראכן ווען כ'האב געוואלט אריינלייגן די פיקטשער. נאך גוט אז איך האב איינגעצאלט א צוואנציגער פאר לאה דבורי'ן, "איטס אלל גאננע בי יוספול האאוס אייטעמ'ס, סאו איטס גאננע פעי אוט" האט זי מיך פארשפראכן ווען כ'האב איר געבעטן טשעינדזש פונעם פופציגער.

מיין ווייב זאגט אבער אז דער עיקר איז די "פעמילי געדערינג", איטס עי נייס פעמילי איווענינג. מ'טרעפט זיך מיט יעדן.... אלע שוואגערס.... איטס פאן.

יא, גערעכט. יוי! ווען איז שוין נעקסטע יאר???!!.....
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כא כא כא האט דיך חיים חעזקי צוגעפיקסט, אזש ער האט דיך אראפ געשלעפט פון עולם האמת צוריק צו אונז אין קרעמל אריין....
*

הער, איך האב נארוואס פארגאסן מיין פלעשעלע טינט, דארט אין דעם אנדערן אשכול, לכבוד דיין פלוצמדיגער תחיית המתים טאנץ פון פאראכטוגן פרייטאג. אבער מיין נישט אז 'דער מקוה איד' מיינער פארקויפט נישט נאך טינט (ער האט גענוג און נאך, ווייל די ריכטיגע טינט-סחורה איז סייווי קיין ארטיקל נישט היינט צוטאגס...). איך וועל זיך אנפעלצן אין מאנטל, ארויסלויפן צום טינט הענדלער און איינהאנדלען א פריש פלעשל.

ווארט נאר ווארט....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יענטאאש האט געשריבן: יוי! ווען איז שוין נעקסטע יאר???!!.....


דאס פרעג איךךך! און אויב דאס ברענגט יענטאאש צו שרייבן אן ארטיקל פרעגט דאס די גאנצע קהלה דא..

כ'מיין, כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגען און ווי ממשיך צו זיין. דא רעדט מען נישט פון קיין תגובה'לע וואס... העי.. אקעי.. יענטאאש שרייבט נישט קיין "תגובה'לעך", מעגסטעס שוין וויסן.. ער שרייבט א "תגובה!" אקעי, אבער דא רעדט מען פון א גענצליך נייער א ארטיקל! הא? דאס רעדט שוין מער צו דיר. איא?

דעם יקוצו וירננו שוכני עפר ווערט דא מקיום אזוי מיט א שמוץ אריבער.. (וועא"מ) איר זעהט נישט וואס דא טוט זיך.. מיין קאפ שווינדלט שוין היינט, און מיינט נישט אז איך ארבייט נישט היינט ווייל אין שול האט איינער ארויסגעהאנגען א צעטיל וואס מעלדט אז "אזויווי היינט איז א טאג וואס מען ארבייט נישט".. משוגענער! ווואס פאלט דיר ביי אזאנס? כ'בין געהעריג אין די ארבייט היינט, איך האב נאר געקריגן א באנוס אז דער צווייטער אינגערמאן וואס איז היינט נישט אריינגעקומען צו דער ארבייט זאל איך אום אויך איבערנעמען.. דעץ אלל.

אקעי, איך פארפאר דא. דער יענטאאש זאל געזינט זיין האט מיך אויפגעלעבט. זאל אום ג-ט באצאלן מיט כל טוב וטוב. מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דעראויף, אידן אומעטום, איבערן גאנצן קרעטשמע וויינען און שרייען שוין יארן אז זיי ווארטן אויף א שטיקעלע יענטאאש, זיי גיייען אויס פאר הונגער. רבותי, איט פיינעלי ערייווט!

מיר שרייען אלע אויס "יעס הי קען! יעס הי קען!" אקעי..ששששששאאא.. זייט שוין שטיל, מ'דארף נישט אזויפיל שריייען.. ער הערט.. ער הערט...

כ'וועל נאר ענדיגן מיט א ברכה אז כשם שכתבתי עעעמממ... אךךך.. זאג שוין אין אידיש! אקעי, גוט.

יענטאאש, בלייב נאר דא. מיר ווילן הערן נאך פון דיר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

מיין בויך איז מיר געווען אריינגעקוועטשט אינעם טיש פאר געלעכטער, שכח יענטאאאאאש.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

וואטס אפ יענטאאש, כ'הער זאגן מ'האט דיך ארויסגעטריבן פון געניידען ביינאזאם מיט אלע צדיקים לעקאוועד די געוואלדיגע סימכע, אמער, יענטאאש איז צוריק!!!

זאלסטו ווען וויסן וויפיל ימים טינט געמישט מיט טרערן זיינען פארגאסן געווארן נאך דיין פטירה, וואלסטו דען נישט דערלאנגט פארן מאלכעמאוועס ווען ער איז געקומען דיך אפנעמען? וואלטסטע דען זעך געלאזט פון אים ווי א מעקעלע?

און צום עצם ארטיקל, אהההה דאס איז דאך דער אלטער יענטאאש פון אמאל, די זעלבע רינדיגע חיים חעסקי מיט די אויפגעבלאזענע קויט, די שוויגער האצעך כלל נישט געטוישט, האלט נישט ביים נעמען קיין נייע רעסעפי פאר די פאנטשקעס, פארוואדען יא? וויל זי דען צעשטערן יענטאש'ן פון שרייבן ארטיקלן? ווייס זי דען נישט אז יעדע פאני זאך וואס זי דרייט אן אינעם איידעמ'ס געגנווארט וועט שפרייטן לעפצן פאר אידישע קינדער? א רשע'נטע דארף זי זיין אויב זאל זי סטאפן מיט אירע שטיקעס.. דאס זעלבע קען געזאגט ווערן איבער דיינע זיסע שוואגערס, פראדוצירן נאכאלץ די זעלב מילביגע וויצן, אה! ממש ווי אמאל.

הגם ווי דו ווייסט בין איך נישט געווען אין דיינע צייטן, אבער וויניש, ווערט מען אנגעשטעקט פון נאסטאלגיע ווען מ'הערט טאגאנטאגויס, אוי יענטאאש, אה, כה, מיט נאך ענליכע קרעכצערייען פון די אלטגעזעסענע, שוין אדורך אזוי לאנג, אבער עס ווילט זיך נישט פארגעסן, אוי! מי יתנני בלא בלא בלא

א גרויסער שכויעך, כ'האב שטארק פארגעניגן געהאט

.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

קודם, שאָמאאאַלייכעעעעם... יענטאאאש...! שליידער אריין ס'האנט. פעעע... וויש אפ ס'הענט פון די פארפלעקן דזשזעלי-פאנקע פון דבורי, אוי... זאג'ר נישט אז די פאנקע איז אַרגער ווי א שטיקל סעמענט אין מויל אריין, נעקסטע יאר ברענגצע פינאַטשששאָ, דאס איז בעסער?... עס העט שפורן ווי... דערנאך עט מען געוואיר ווערן אז בטעות האט זי גענומען א פארפרוין שטיקל-לעבער אין באשפרוצט מיט צימרינג טשאקלעט.

יוששש... היינט ווען עס בורדעט א ווינט אינדרויסן, האסטו געמאכט דיין וועג אריין אין קרעמל אריין? שעעהן שעעעהן. אדער גאר ביסטו שוין פארבליבן פון איבערנאכט פון ס'נעכטיגער צאַמקום פון ניו_יעיר.

יענטאאש; חחח... איז נישט ס'ווארט! אויסגעשמיסן דעם כיים-כעסקין ווי ס'ברויכצעזיין, זאל נאר דער אומשולדיגער הייסן-רינדיגען בעידזשער-באַק וויסן וואס ער קען אלס אפטאן העט ער ווען געשמייכעלט מער, נישט אזויעעעי? ווען יו העוו עי טשענטס... פארצייל אונז אביסעלע מער איבער כיים-כעסקין אין דזשענערל ווי לאנג נעמט אים אפצוקייען א טרעי פאַנקעס, צו א שיסל ווענילע-פאָדינג, אדער א טעפל קושקע.

גיכער גיכער, געשוואנד, טוט כעסקי אפעלעקן די פינגער נאך א טרוקענעם רייס-קעיק. דאס איז דאך איז באשיינפערליך א סימן אז ער הונגערט פון איין מוציא צו ס'אנדערע. יענטאאש; תן לנו כפר - פארצייל אונז איבער קניפ אין בעקל נאכן איבער געבן ס'צווויי טאללער. איז געווען א וועג ארויס?... איי.. איייטש... כאפ א בליק אויף דע... דארט.... נו... אהההה מר. מיליביגן שוואגער מיטן תכלת באָרד. דער וואס שפייעט וויצן מיט גרימאָסן, אים איז דאס חנוכה-פאדי ווי א_געיורעען חלה פאר כעסקין'ן, הא?... - פעעע... ווי א טשיל פון קייען זילבער-פאפיר, ווען אין די זעלבער צייט קראצן מיטן פריש אפגעשוירענע נעגל אויף א בלעק-באורד, הארגעט ער מיר מיט יעדן וויץ וואס האט געבעטן טשענדשט פארן הונדערטער, וועעעער... דאונט טעל מי... זאג מיר נישט אז מיר שערן שוואָגער'ס אהו מיי! אר יו קידינג...

איי מין, דיס איז אייט אָף קאנטראל... יאנטאאש!... מאוד מאוד נהנניייצי! די מעשה מיטן בענקל צוגעדרקוט צום טיש איז ס'בעסטער אין מיינע אויגן... ווי איראניש עס זאגטצעך האב איך צווויי סוטס בא_קאָנפעקשען שוגער'ד, דיס חנוכה אליין.

יושש... ווען איז שוין נאכאמאל חנוכה?... זאלעס עס זיין אין גיכער!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

חחחחחחחחחחחחחחחחחח...........
ייש"כ יענטשש פאר די רעפארט, ס'איז נאר א שאד אז די האסט נאר איינמאל געעפנט די טיר פאר די צדקה קלאפערס.
און ייש"כ זארעך פאר דיין השתדלות צו דעם היסטארישן מאמענט,


יענטאאש לאמעך דיר זאגן, די טראגסט א געוואלדיגע אחריות קוק נאר וואס האט פלוצלינג פאסירט דא אין די קרעטשמע, מען קען ממש נישט כאפען דאס אטעם, אבער ממש אזוי איינס נאכן צווייטן, צייטליך, באכי, אינטעליגענט, טענק יו אל
לעצט פארראכטן דורך bailout אום דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 1:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

יוי וויי... וויפל איך האב צוזאם געלאכט דו לעצטע פאר מינוט דא, איך האב שוין נישט קיין כח.... עס רינען טרערן פון מיינע אויגן פון לאכן אזויפיל.

טענקיו יענטאאש טענקיו יענטאאש, ווי ניד מאר ווי ניד מאור, פליז סטעי הער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווי א גרויסער גבור פון די מה נשתנה (וואס?) האב איך פרובירט אפצוליינען יענטאאש'ס ארטיקל מיט צוזאמגעצויגענע לעפצן, קלערנדיג אז איך קען באווייזן וואונדער!

נא נא. איך האב אנגעהויבן ליינען. די ערשטע פארגראף איז אדורך גאנץ בחסד, די צווייטע איז שוין געגאנגען מיט רחמים. אבער אנקומענדיג צו די בוק-קיפינג פון חיים-חזקי, וואו ער מאכט אזא חשבון אונטער יענטאאש'ס רוקן פון וועלכע צעטלעך צו געבן צוויי און פון וועלכע איינס.... פארגעט איט, אלעס איז ארויס פון פלאץ.

נו, זאגט איר, האט זיך נישט געלוינט צו ווארטן לאנג אויף אזא סחורה?
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

כאכאכא, איינס בעסער פון צווייטן, עס דערקענט זיך אז דער עולם ארבעט נישט היינט.
שכח רעב יענטאאאש פאר אריינברענגען די אלע חברכה דא, עס איז א נחת צו ליינען/לאכן אין זיך ווארפן פאר געלעכטער.

מעכעל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יענטאאש! העפי נוי יער! אזא סטאראט צום נייעם יאר?! כאמעך נישט גערישט דערויף!

חים חזקי, אויב דו גייסט נאך איינמאל אריין אינטער פעטער יענטאאש'ס בענקל און ער דארף זיך איינציען ס'אטעם, כאפסטי אזא..... כ'וויל נישט זאגן וואס! דו מיינסט אז נאר ער קען זיך נישט כאפן ס'אטעם? פרעג נאר מיינע כעוורע דא ארום וויזוי איך האב אויסגעקוט ווען כאבעס געליינט... פונקטליך וויזוי דו האסט געמאכט קאלקיולעשען'ס, איין פיפציג סענטיגע מיט צווי קוואדערדיגע..... איי מין... כ'מזל דו האסט א פיין קעפל און ס'האט נישט גענומען לאנג צו רעכענען, ווען יא?.... איי דאונט נאו אויב איך וואלט נאך יעצט געקענט טייפן די שירעס...

אוי יענטאאש..... שוין אביסל בעסער, כ'אטעם שוין געהעריג, לאמיר רעדן פאר איין מינוט געהעריג, דו זעהסט נישט וויזוי דער עולם האט הנאה פון דיינע ווערק? איי מין, ליין די אליין איבער ס'ארטיקל און זאג מיר צו דו האסט נישט קיין הנאה.......

פליז... פליז... פליזז...... טוה עס מער אפטער....

טענקס עי טריליאן.... וויכי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פיפעל, איטס אפישעל, יענטאאש איז בעק! די מענער מוזן נישט מיטהאלטן אבער מיר גייען האבן א גוד-טיים........

יענט. ווען גייסטו שרייבן דיין מאמעס פאדי, האסט דארט אויך א רינדעכיגען נעפיו?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אוי יענטאאש'ל, האב איך מיך געראלט...... אז ס'יז געווען א פחד צו קוקן אויף מיר........

ווען איז שוין נעקסטעס יאר ווען יענטאש גייט שרייבן נאך איין ??....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אם יעטאאאש כאן הכל כאן, איך האב אזאנס געלאכט, פון אנפאנג ביזן סוף.

קרעמער; עס האט זיך געלוינט, אויב ער קען שוין יא די וועג אליינס כמיין אי מלכא אנא עד האטשא לא האסיסע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איים נאט אין טא די נאסטילאגיע געפילן וואס שפילט פאר מיללער זארעך אין די אנדערע וואס געדענקען יא אדער נישט הער יענטאשען
אבער סאיז נישטא וואס צי רעדן דער איד האט א ווערדפולען פעדער אין א שטארקען כוח אין סארקאזם
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

יאסל איך בין מיט דיר!

די מענטש האט א געפערליכע פעדער וואס איך מיין עס איז נישטא זיינס גלייכן.

יענטאאש חחחחחחח כהאב אזאנס געלאכט אז נאכאמזל איך האב עס נישט געליינט אין אפיס.... (כאילו דו דארפסט מיין הסכמה)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

יענטא דעוואשע ז"ל, ברוך מחי' מתים.

זאג נאר, די ווייסט אז צו דרייוון אויף די ספעשל תחית המתים דרייוו דארף מען האבן לייסענס.

איך קען דיך נישט און די קענסט מיך נישט אונז האמיר אויסגעקוקט ווי יעקב און עשיו (ח"ו, נישט ממש נאר די זעלבע מין טיר טורנסטייל) ויהי אך יצא יצא........................... והנה.

אבער וויסן זאלסטו, אין סמעטענע וואס מהאט דיר נאכגעשיקט אויפן עולם המנותק בין איך אסאך געזיצן עמערס מיט פרינטער פרינט איז ארויס פון דארט, סאו בלייבט אז איך קען דיר יא, נישט נאר איך נאר אלע מיינע באקאנטע.

אנגעפאנגען ביי כייעם כעסקי מיט זיין עיגול'דיגער בויך מיט זיין שמאלציגע לאטקע שמייכל און געענדיגט ביי זיין זיידע מיט די נר מצוה שגיונות ............. אינקלאדינג אלע פעטערס און מומעס אפי' די וואס האבן גארנישט געמאכט נישט קיין דשאוקס און נישט קיין פאנקעס (ווי עס שיינט איז עס.......דו, מיט דיין.......)... האבן מיר זיך אזוי געקוילערט (יא איך שרייב פלעין, נישט געראולט, געראגעלט וכו' ס'עניוועי די סעים).

איין זאך וויל איך דיר בעטן, פליז!!! לאז דיך נישט פון דעם עולם וואס זאגט אז זיי ווארטן אויף נעקסט'ס יאר....... מארגען זאל שוין זיין א פרישע.....

א ריזיגע דאנק פון א אנאנימער שרייבער פה קרעטשמע קרעיזי טאון נ.י. 00911
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יענטאאש, סארי איך קען נישט שרייבן א געהעריגע שכוח ווייל מיינע לעפצן שאקלן זיך נאך פון געלעכטער, מעיבי סאום אדער טיים.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ליענטאאש משפחת היענטע'סאזשי'........זאג נאר חיים-חעסקי ווייסט ווי אונז האמיר הנאה פון אים, א פולן דאנק פאר משפחת היענטאאשי, פארן אהער שטעלן אזא שיינע פאדי פאר אונז.........

בד"וו סיז נאך איבער געבליבן אפאר באלי טייגעלעך פאר אונז....? מעג זיין אן דזשעלי אויך.

בכלל איז מיר עפעס די גאנצע יענטאאש משפחה עפעס א מאדנע רינגעלע, א גאנצע רייע מיט משוגעים, חיים-חעסקי'ס לאה דבורי'ס און ווא די ווילסט נאר נישט, און פון ווי נעמט זיך דארט עפעס איין נארמאלע פעטער, וואס פון אים הערט מען גארנישט, ער זיצט ווי א נארמאלער גראדער פארשוין, און אויף אים האט יענטאאש גארנישט צי דערציילן, היי פאני!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

יענטטאששש....... איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן, אין ווי צו ענדיגען,

פערסט אף אלל.. מיז איך דיר ריבערבעטן ברבים דא, כהאב מיר אויסגעדריקט מיט א שטיקעל זילזול אויף דיר דא אין אנאנדערען אשקול, איך האב נישט געוויסט וואס מיר פארפאסען דא.. יא יא איך קען זאגען הויעך עס פעלט עפעס דא וואס איז אמאל געווען, איך פארשטיי שוין גאר גוט(אין נאך ווי...) פארוואס סווערט נישט פארטריקענט די טרערן נאך דיר........

וויי געוואלט וואס אינז האב מיר נישט, מי יתן והיה,

איין עצה איז פארבליבען נעמען דעם חיים חזקי אין אריינשמירען א צוויי טאלער ער זיך יעצט שטעלען אויפן פעטער יענטטטטאשש קאפ....(אין סשטייציך נישט אראפקומען ביז ער לאט זיך דא הערן ווידעראמאל.......)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ענדליך האט מיר איינער געגעבן שטאף פון וואס צו שרייבן, זאנוועלע דיך מיינעך.

כ'ליין אזוי יענטאאש'ס ארטיקל, און איך לאך א-ווי יעדן, (וואדען?) און איך טראכט וואס כ'גיי אים שרייבן, אבער אלעס אישוין געשריבן, כ'האב געטראכט, אז כ'וועל פלעין שרייבן יישר כח, און שוין, אבער אט האט זאנוועלע געפרעגט א מרפסין איגרא'דיגע (א וואסערע?) קשיא, וויזוי קומטעס אין אזא צופארענע משפחה אזא נארמאלע פעטער? דער תירוץ איז, אז דארט זיצענדיג זעטער אויך נישט אויס נארמאל, ער האט א פעדער און די האנט, און קאטשקעט אויף א פאפיר נאטיצן, און ווען איינער פרעגטעם, יענטאאש, ס'שרייבסטו דארט? ווערטער באלד רויט, א מ'קען מיינען אז חיים חסקי האטעם אנשטאט א רעסיט געגעבן א שמיר אן מיט זשעם.

און פון צייט צו צייט אינמיטן שרייבן, ווען ער זעט עפעס ספעשל מאדנע, און גרייט זיך דאס צו פארשרייבן, נאר טראכטנדיג וויזוי דערוילעם אין קרעטשמע גייט רעאגירן, פלאצטער אליינס אויך אויס, אז אלע שוואגער'ס דרייען זיך אויס, קוקן על מה ולמה צחקה יענטאאש, און ער שרייט אז לא צחקתי, כאנאר געגעבן א שטארקע היס, און זיי מיט זייערע רחמנות בליקן, באטראכטן זיי אזוי זייער שוואגער, ווי איינער וואסיז נעבעך נישט מיטאלעמען, סאו איזער באמת נישט פרעמד דארט.

נו גיי דערצייל די שוואגער'ס, אז דער שוואגער זייערער וואס אין זייערע אויגן זעטער אויס אזוי פאני, שטעלט אונז צו מטעמים פון זיי.

יענטאאש, יישר כח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך הער
א גוטס איבער יענטאאש... ;l;p-
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

אוי מיין באבע ביסטו גוט.... ;l;p- ;l;p- ;l;p- דריי פון די סטייל

די בעסטע האב איך ליב געהאט די אויל באלי (דוי-נאט)....

בד"וו איך האב געוויזן די געים פאר מיין ווייב און מ'גיימר ס אי"ה ניצן טאקע היינט ביי אונזער פאאאאאדי
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

אזוינע לייצעם, כ'נאכנישט אזוי געלאכט אין מיין לאנג לעבן!...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פריש איבערגעליינט און געלאכט מיט א התחדשות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”