א שפיאן, א שפיאן!! אזוי וואלטן ווען געדארפט לויפן אלע העדליינ'ס יענע וואך אין די צייטונגן, נישט נאר יענעם יאר, בימי יהושע – ווי מ'גייט ליינען אין די הפטורה די וואך אלטס מעניני דיומא – איז דאך געווען אלמאסט די סעים סטארי, דארט איז געווען אנדערע ניסים אז די חברה האבן זיך פארשטעקט אינעם בוידעם און זענען צום סוף אנטלאפן מיט גרויס הצלחה. אנדערש איז דא געווען ווען עס זענען געפאלן די כנעניים ווי פליגן כדאי מ'זאל אונזערע שפיאנען נישט כאפן, וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין האט די גוי'אישע וועלט פון די גאנצע פרשה נישט געוואוסט צו זאגן [גראדע נישט עכט, ווייל ווען מיר קוקן אין די ארכיוון געפינען מיר יא אז זיי האבן יענע וואך געפאקט אפאר היישעריקן צו נמלים, פאני ביז גאר אז א היימישער איד מיט א פלאטחשיגן ביבער היט מיט'ן טלית זעקל אין די האנד, זאל אויסזעהן ביי זיי ווי א היישעריק, פארשטייסטו מיר? גיי לערן מיט א גוי ברטנורא..] אבער, די גויאישע גאס האט פון זיי נישט געוואוסט, אבער דער כלל ישראל האט שוין איינמאל געדענקט די פרשה, 40 יאר אין מדבר האט מען צוליב דעם זיך געמוזט ארומדרייען.
קליינע נקודות וואס איז כדאי ארויסצוברענגן, איינס, אין ירושלמי סוטה (פ"ז ה"ה) איז דא א מחלוקת צווישן ר"ע ור"י צו ס'איז געווען גאר 24 מרגלים! דאס איז שיטת ר"ע. מיט דעם וועלן אונזערע חוקרים שוין קענען פארענטפערן וויאזוי מ'האט באמת געפירט דעם "אשכול ענבים אחד". אה יא מיללער? מ'רייסט זיך דארט ארום איבער די שטאנגן, אזש "דער לקט בהיר" מאכט דערפון אש און פארך, הער, אין תנא דבי אליהו (רבה פכ"ט) ברענגט ער אז די תאנים און רמונים איז געווען 5 פראטם אהיטש.. איר פארשטייט, ס'איז כלל נישט גרינג געווען יענטס עסק צו שלעפן אזעלכע פעקלעך.
מיט נשמות און גלגולים וויל איך ניטאמאל אנהייבן אריינצוגיין, ס'איז דאך א שרעק, דער ילקוט ראובני ברענגט בשם האריז"ל אז די נשמת י"ב שבטי י-ה זענען נבעבר געווארן אין די מרגלים, דער בני יששכר (תשרי מאמר ז' אות ו) ברענגט בשם האריז"ל (לק"ת חיי שרה ל"ו ע"א) אז נשמת אליעזר עבד אברהם נתגלגל ב'כלב בן יפונה. ס'איז א שרעק צו רעדן סיי וועלכע ווארט בנוגע די פרשה, די מרגלים, די מעפילים, די נשמות, ס'איז נישט לויט אונזערע השגות. יא, איין זאך האבן מיר יא פארדינט פון די גאנצע סמאטאכע, די פסוק וואס מיר האבן אריינדערווישט: למה אתם עוברים את פי ד' והיא לא תצלח!! זאגט מיר וויאזוי די צייטונגן וואלטן היינט געקענט לעבן איין טאג אן דעם פסוק!!!
בעק טא THE SADRA, איך טראכט פונקט, זיצנדיג און טייפענדיג און הערענדיג אין די בעק-ראנט "ליפא שמעלצער'ס נייע טעיפ" [וואט דען?.. שוועקי'ס רחחום זאל איך יעצט הערן? אינגאנצן משוגע בין איך נישט] טראכט איך צו מיר, ווען "ליפא" זאל ווען זען די רש"י די וואך פון "ויהס כלב" וואלט ער זיכער געהאט א גוטע ניגון דערויף, די רש"י פון הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט! איך געדענק נאך פון די יונגע יארן וויאזוי ס'איז געלאפן א ניגון - פון מרדכי בן דוד צו אברהם פריעד כבודם עליהם מונח - ביי די חתונות, וואס איז געזינגן געווארן מיט א התלהבות: איז דאך משמע פון רש"י אז צו זינגן א ניגון קען מען נאר ווען א איד איז בשמחה.. יענטס איז נאר "משמע" געווען פון רש"י! דא ווען איר האט א בפירוש'ע רש"י וואלט מען זיכער עפעס געקענט מאכן..
סתם א שיינע טייטש וואס א "פרשה מיט סהדותא" קען נישט אויסלאזן (איך קוק ניטאמאל צו איינער שמייכלט זיך אינטער..) איז אויף די ווערטער: והערים בצורות גדולות מאוד, זאגט מען נאך אז מ'האט געפרעגט הגר"ש קלוגער זצ"ל וואס איז די "גנאי" אויף ארץ ישראל וואס די מרגלים האבן דא געוואלט אנווערטשאפטן? וואס פאר א ווייטאג האט די ווערטער "ערים בצורות" געדארפט טון פאר די אידן אז זיי זאלן פארלירן זייער חשק אהינצוגיין?
האט ר"ש קלוגער געענטפערט גאר טרעפליך: רש"י ז"ל האט אונז אראפגעברענגט אין פ' מצורע (ויקרא יד לד) אז: בשורה היא להם שהנגעים באים עליהם, ווייל די כנעניים האבן דארט באהאלטן זייערע אוצרות אין די ווענט, און דורך די נגע, ווען מ'האט עפ"י דין געמוזט אויפברעכן די וואנט - חולץ וקוצץ וטח – האט מען דאס אנדעקט. נו, די משנה זאגט אונז אין מס' נגעים (פי"ב מ"א) בית עגול ווערט נישט טמא. רש"י זאגט דא אויפן פלאץ "בצורות": ותרגומו כריכן, לשון בירניות עגולות! נו, אפי' ס'וועט זיין א נגע אינעם וואנט, היות די הייזער זענען רינדיג – וויאזוי די מרגלים האבן אונז עס דא געוואלט אראפשטעלן – וועט מען קיינמאל די מטמוניות נישט טרעפן, ע"כ דבריו, ודפח"ח ושפתים ישק.
איך האב זיך מתבונן געווען, קוק נאר אן מיט וויפיל דריידלעך די מרגלים האבן געוואלט און האבן למעשה דערשראקן די אידישע קינדער, איך וויל מדייק זיין אין רש"י אנהייב פון זייערע ווערטער, זאגט תיכף רש"י: כל דבר שקר שאין בו קצת אמת בתחלתו אין מתקיים בסופו. וואס הייסט "קצת אמת", ס'איז דאך דא א גאנצע פסוק פון אמת: "באנו אל הארץ אשר שלחתנו", איין אמת, און נאכדעם "וגם זבת חלב", נאך א אמת, "ודבש" נאך א גוטע פאקט אויף ארץ ישראל וגו' וואס הייסט "קצת" אמת??
נאר הא תינח – געב א שנעלקע מיטן פינגער – ווען דו לערנסט דעם פסוק ווי דיין רבי אין חדר האט געטייטשט, און אין די מפרשים ווי למשל "חומש סהדותא" האסטו שוין נישט אריינגעבליקט, אבער לויט דעם ווארט פון ר' שלמה קלוגער האלט איך, אז די "איינציגסטע" אמת וואס זיי האבן געזאגט אמת איז געווען "באנו אל הארץ אשר שלחתנו", ס'איבריגע האבן זיי פארציילט אזוי:
איר ווייסט אידן, מיר זענען אנגעקומען דארט, פעעךךךך ס'גיסט דארט מילעך און אלע גאסן, האניג טראפט פון אלע פענסטער'ס, ס'איז קלעבעדיג און שוויציג, יוי איך האב נישט די ווערטער, באט סאמטינג לייק דעט, עפעס מוזט איר מיר אויך מודה זיין אז "עפעס זייער שרעקעדיג" האבן זיי געמוזט זאגן וואס האט געמאכט יעדעם וויינען, קינדער און פרויען מענער און זיידעס, אלעס האט דאך גע'בוכה'עט אז ס'איז געווען א שרעק, למשל (אויב איך מעג צוזאמשמעלצן צוויי אשכולות..) די קינדער האבן געוויינט וועגן די קלעבעדיגע האניג כנ"ל, די מענער האבן געוויינט ווען זיי האבן געהערט און געזען דעם "וזה פריה" די טאמעטא'ס וואס וואקסן דארט.. די מאמעס האבן געוויינט וועגן די "ילידי הענק", העי, אפס, הערשט פאריגע וואך האט זי געקוויטשט ווייל זי האט געזען א פיצי מייזל אין איר בעדרום, איך קען מיך שוין פארשטעלן ווען זי זאל זען א ריז-מענטש, יוי איך קען נישט טראכטן..
ווי פארשטענליך, השמר והזהר צו טראכטן אז אפס קצהו ליגט אין די פרשיות התורה, חס מלהזכיר, ס'נאר אסאך מאל טראכט איך וויפיל איך פארשטיי נישט קיין ווארט און זאכן וואס זענען נישט פאר מיר ווייל איך בין נאך אינטער די פערציג, פרוביר איך מיך צו מאכן א קאלקלעישען מה-דאך אויף אויסצוטרעפן שטותים מיט לאקשן קען איך טרעפן ווי ס'איז ממש געגאסן אויף די אותיות התורה, על אחת כמה וכמה, ווען מ'וועט צוקומען צו פארשטיין דברים שכסה עתיק יומין וויל לעכטיג וועט מען אלעס טרעפן אינעווייניג אלעס ארויסגעשריבן. וויאזוי טייטשט דער ישמח משה אויף א פלאץ: בשובי את שבותיכם, ווען דער בורא עולם וועט אונז אויסלייזן פון גלות, "לעיניכם" אמר ד', וועט מען אונז אנצייכענען אויף אן א שיעור פסוקים קוק ווי "דא" שטייט ארויסגעשריבן די זמן הגאולה.
וואס איך ציטער יא, איז, אז איך ווייס אז פון זיך מאכן אזוי משוגע וועל איך צו קיין גרויסע מדריגות זיכער נישט צוקומען, ועל זה וודאי יאות למיבכי.
מיט איין זאך קענען מיר זיך נאך היינט טרייסטן, אז דארט אין יענעם פינסטערן מצב ווען ס'גאנצע כלל ישראל האט געוויינט און פארפירט אויף א "מתנה" וואס דער אייבערשטער האט געוואלט געבן, אין יענע טינקעלע טעג, שטייט נאך אלטס אין פסוק: וכבוד ד' נראה באהל מועד אל כל בני ישראל.
אין דעם קאפיטל וואס שטייט דאס שרעקליכע גזירה פון: במדבר הזה יפלו פגריכם וכל פקדיכם לכל מספרכם, אפאר פסוקים געריקט שטייט: חי אני, וימלא כבוד ד' את כל הארץ!
ווי דערלעבן מיר שוין דערצו.