וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג יולי 13, 2020 12:53 pm

בס"ד

שולמית דרייט זיך ארום מיט אויפגעהייטערטע געפילן, היינט איז איר בעסטע טאג פון יאר, היינט איז די טאג וואס זי גיבט א שבח פארן אייבערשטן פאר די מתנת חינם וואס ער האט איר באשאנקען, זי דרייט זיך ארום זיכער צו מאכן אז אלעס איז גרייט פארן יערליכן פייערליכן מעמד, זי באקוקט די וואג, און יא ס'איז פונקטליך אנגעשטעלט, אלעס איז גרייט, זי נעמט איר קינד איר פיצל'ס, דריקט עס צום הארץ, און מיט זידיגע טרערן פון פרייד לייגט זי אים ארויף אויפן וואג.

מיט א הארץ איבערגעוועלטיגט פון הכרת הטוב צום איין איינציגסטן באשעפער. און א הארץ וואס ווערט אויסגעברייטערט פון גליק און שמחה, גייט זי אריין צו אירע אוצרות און נעמט די פונקטליכע מאס גאלד וואו די וואג פון איר קינד. און מיט א געפיל פון הכרת הטוב שיקט זי עס אפ צום בית השם.

ירושלים איז אין איינע פון אירע נידריגסטע שטאפלען, מיר האבן זיך נישט צוגעהערט צו די קול פון גאט, און די עונש האט נישט געשפעטיגט צו קומען, די שונא נעמט ארום די שטאט, אין נכנס ואין בא.

לאמיר איבערגעבן די ווארט פאר שולמית:

די מצב און לאנד קוקט נישט אויס גוט, יא, טאקע ביזדערווייל בין איך נאך אפגעשוינט פון די הונגער וואס די ארימע שיכטן פון אונזער פאלק ליידן, ב''ה איך האב נאך גענוג געלט צו קויפן אפילו מיט די אומדערהערטע פרייזן, אבער מה יהי' למחר; וואס גייט די מארגן פארציילן? ווי לאנג וועט נאך בכלל זיין עסן אויף די מארקעט? וואס בין איך א עלנדע פארלאזטע פרוי? ווער וועט שיצן אויף מיר אין צייט פון מלחמה? ווער וועט זארגן פאר מיר? מיין מוח איז איבער געוועלטיגט פון פחד! איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוקריכן פון די שרעקליכע מצב וואס מיר געפינען זיך!

ס'איז שויו אריבער א לאנגע צייט פון ווען די באלאגערונג האט זיך אנגעהויבן, אוי! ווער געדענקט נאך די גוטע צייטן ווען אלעס האט געגלאנצט, מיר זענען געווען ברום העולם, איך האב הערשט יעצט געכאפט די נוצלאזקייט פון געלט, וואו ס'קען נישט שיצן אירע אייגענטומער פון אביסלע הונגער, נאך א מזל איך האב אביסל פאראויס געזעהן די מצב און אוועקגעלייגט אין אוצר הויפענעס פון ווייץ מיט אויל, איך האף אז בעזר השם וועט עס קלעקן אויף א לענגערע צייט, איך קען נישט טראכטן אז דאס גייט נאך אנהאלטן צו לאנג, ווי לאנג וועלן די בריונים קענען פארפייניגן די פאלק מיט הונגער מיט זייער קאמפ.

איך בין צושוידערט! איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז א מענטש א בשר ודם זאל קענען טוהן אזא זאך, איך קען נישט ארויס ברענגען מיט מיין מויל וואס איך האב געהערט, אבער ס'איז אינדערויסן פון יעדן דמיון, איך ווייס מען טאר נישט דן זיין אבער ווי קען מען טון אזא זאך, איך בין אויך היבש הונגעריג ס'לאזט זיך שוין אויס מיין לעצטע ביסל עסן, אבער אזאנס צו טוהן? ס'איז מיר אפילו נישט בייגעפאלן אין ווילדסטן חלום! ווער האט געגלייבט ווי ווייט אונזער פאלק וועט זיך דערקייקלען? ס'איז ממש ארויס פון יעדע גבול ווי א תהום אן א סוף!
איך גיי אריין אין קינדער צימער, איך נעם ארום מיין קליינטשיקס איך האלט אים מיט א געוויין, איך זאג דיר צו איך וועל קיינמאל נישט טון צו דיר וואס יענע מאמעס טוען, איך האב דיר לללליב ביסט מיין אויג פון קאפ איך וועל ענדערש שטארבן צוואנציג מאל ווי איידער טון אזא נידערטרעכטיגע זאך, ער האט מיר צוריקגעקוקט מיט אזעליכע טרויערריגע הונגעריגע אויגן ווי צו זאגען מאמא איך פארשטיי דיין צוזאג, איך האב נישט געקענט פארנעמען זיין הונגעריגע בליק ווער קען פארשטיין א מאמע וואס קען נישט געבן צו עסן פאר איר קינד קען נישט געבן די נאטירליכע שפייז פאר איר אויג פון קאפ.

די לעצטע ביסל שפייז איז היינט אויסגעגאנגען, מיין קליינטשיקער נעמט מיר אויף מיט א פארזארגטע בליק ווי כאילו ער זאל פארשטיין און וואס פאר א שווערע מצב מיר זענען, מיין הארץ איז פארקלעמט מיין מוח פיבערט וואס יעצט? וואס זאלן מיר טוען ווייטער? וואס איז יעצט די פלאן? אוי מיין הארץ ווערט איינגעשרינקען ווען איך טראכט פון די קומענ'דיגע תקופה וואס מיר זענען היינט אריין, מיר זענען מער נישט אנדערש פון גאנץ ירושלים מיר זענען פונקט ווי יעדעם, אויסגעלאפן פון אביסיל שפייז.

איך וואונטש א גוטע נאכט פאר מיין זיסקייט, און איך גיי ארויס טוהן וואס אלע מיינע ברודער און שוועסטער טוהן שוין א שטיק צייט, איך גיי ארויס זיכן פאר שפייז. ווער האט געגלייבט אז איך די רייכע שולימות גייט אנקומען צו אזא מצב זיך צו דרייען אין די אשפות פאר א ברעקעלע שפייז?
אה! השם הטוב האט געהאלפן, איך האב געטראפן א הויפן גראז איך בין איבערגליקליך מיט מיין מציאה, איך ווייס אז היינט צוטאגס איז עס ווערט מער ווי גאלד, איך קלעטער אהיים מיט מיינע לעצטע כוחות, איך מאך מיר א סעודה'לע מיט גראז. יא גראז! אוי ווער האט געגלייבט אז די רייכע פרינצעסן וועט זיך פרייען מיט אביסיל גראז? אבער דאס איז די פאקט, און מ'קען זיך דערמיט נישט קריגן, איך צוטייל די גראז אייניג. האלב פאר מיר, און האלב פאר מיין שעפעלע, מיין אויסגעהונגער'טע שעפעלע, ער פארקרומט זיין מויל צו דעם ביטערן טעם; אבער ער לעקט עס אויס ביזן סוף, ער איז אויך אויסגעהונגערט. די ביטערע מצב האט אים אויך באטראפן פונקט ווי יעדעם.

שוין פיר און צוואנציג שעה וואס איך האב גארנישט אריין גענומען און מויל! די הונגער ווערט שטערקער און שטערקער, איך האב נאך ביז היינט נישט טועם געווען די שרעקליכע טעם פון פשוט הונגערן, די הונגער דרייט מיין מאגן, איך ברום וואו א הונגעריגע לייב, איך זעה נישט קיין שום האפענונג, איך האב שוין אויפגעגעבן. איך זעה נישט קיין וועג ארויס.

ס'איז שוין דריי טעג וואס איך האב נישט גענוצט מיין מויל אויף אריין, דו הערסט? גארנישט! גארנישט האב איך געגעסן! מיין קאפ האקט וואו מיט האמערס, מיין מאגן קרעמפט פאר הונגער, מיין מוח קען נישט טראכטן גראד, מיין אויגן זענען אומקלאר פון הונגער. איך קען נישט וואקן פאר שוואכקייט, אייגענטליך, איך קען נישט רירן קיין גליד, מיינע כוחות האבן מיר פארלאזט, איך פיל מיר וואו א טויטער אויף די וועלט, איך בין נאר הויט און ביין, איך קען נישט פילן מיין מיך, איך בין מאכטלאז, מיין גוף כמעט פוקניצירט שוין נישט, איך פיל פיין וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געפילט, אזא פיין, איך פיל ווי איך האלט נישט אויס די יסורים.

ס'איז שוין די פערדע טאג פון מיין פאסט, איך בין שוין נישט אויף דעם עולם. איך בין פארשוואכט ביז א מאקסימום, מיין אויגן זעהן שוין נישט פאר מאכטלאזקייט, מיינע אויערן הערן שוין נישט, מיין מוח האט אויפגעהערט צו טראכטן, מיין גוף אנטזאגט זיך פון רירן, איך האב נישט געוויסט אז מען קען לעבן און זיין טויט אויף איינמאל, אבער דאס איז פונקטליך וואס איך פיל, איך פיל די טעם מיתה לעבעדיגערהייט, מיין הארץ האט אויפגעהערט צו פילן. איך האב נישט ליב, אויך נישט פיינט, איך פיל נישט גארנישט, מיין הארץ איז געווארן וואו א שטיין, מיין איינצויסטע זאך וואס בליצט אין מיין קאפ איז; "עסן" "עסן" "עסן" "עסן" חוץ מזה בין איך אויסגעלאשן אינגאנצן.
פליצלינג באמערק איך מיט א אומקלארע קוק, עפעס א שטיקעלע פלייש, מיין הארץ איז פארשטייפט, מיין מוח שטעלט נישט צוזאם, מיין שכל ארבעט בכלל נישט, און איך זעה פלייש, איך קוק נישט אויב די פלייש וואס איז אמאל געווען מיין קינד צו עס לעבט נאך אדער איז ער סתם פאר'חלש'ט איך בין בכלל נישט אין די מצב אז מאראל זאל שפילן עפעס ביי מיר. מיין הארץ איז פארשטיינערט, איך נעם א מעסער און.........!!!!

איך האב געגעסן מיט אזא שנעלקייט וואס איך האב נישט געוואוסט אז מען קען עסן, איך האב געגעסן וואו א וואזיניגער, איך אנגעפילט מיין מאגן וואס האט געפעלט די לעצטע פיר טעג, איך האב נישט איבערגעלאזט קיין ביין, איך האב אלעס אויפגעגעסן מיט א רוח פון א כמעט טויטער מענטש, אין א מצב פון באוואוסטלאזיקייט, א מצב פון אויס.

אוי אוי אוי אוי!!!!!!!!!!! ווער קען פארשטיין מיין הארץ??? איך וויל טאנצן פון די דאך!!! אין איך מיין איך גיי דאס טאקע טוהן!!! איך האב גענדיגט עסן, מיין גוף האט זיך צוביסלעך ערהוילט, מיינע גלידער האבן צוריק אנגעהויבן פונקציאנירן ,מיין מוח האב זיך אביסל בארואיגט, מיין הארץ האט אביסל נאכגעלאזט איר פארשטייפקייט, אוי אוי אוי אוי!! ווי אזוי האב איך געקענט עסן מיין קינד?? ווי אזוי האט א מאמעס מויל געקענט עסן איר אייגן בלוט און פלייש?? פארוואס בין איך נישט ענדערש געשטארבן?? די טויט וואלט געווען א גן עדן קעגן מיינע יעצטיגע געפיל! פארוואס בין איך נישט אויסגעגאנגען פון הונגער? פארוואס האב איך מיך געלאזט פון מיין שוואכקייט, אוי אוי אוי!! ווער קען טרייסטן א מאמע אויף א פארלוסט פון איר קינד ווען זי איז די מערדער? ווער קען אריינקוקן אין די שווארצקייט פן מיין הארץ?? פארוואס בין איך געבוירן??? ווי קען די זון שיינען אין די טאג וואס איך האב געטוהן אזא אומווערדיגע זאך??? מיין הארץ איז פארפלייצט מיט געפילן וואס דראען איר צו פארטליגען! הלוואי קומט צוריק די פריער'דיגע פארטעמפטקייט, די באוואוסטלאזקייט, איך קען נישט מיר פארנעמען, איך דערהייב נישט מיין קלארע מוח, הלוואי דריי איך צוריק די זייגער. ווי האב איך מיך דערקייקלט? וואו בין איך אנגעקומען? איך פיל וואו איך גיי אראפ פון זינען, איך ווער אויס נארמאל, מיין הארץ טאנצט ארויס פון פלאץ, די אומפארגעסליכע בילד פון מיין קליינשטיקס רייסט מיינע אויגן, איך פיל די באשולדיגונג פינגער; ''מאמי ווי איז דיין צוזאג ???'' איך וויל מיר מאבד זיין, די לעבן איז ערגער פון מיין טויט, וואס טויגט צו לעבן אין א גולגול וואס איך האב געטוהן אזא זאך?? די וועלט איז פעך שווארץ פאר מיר!!! איך זעה נישט קיין פינטעלע אור!! איך בענק מיך צו די הונגער!! ס'איז מיר געווען פיהל מער בא'טעמ'ט וואו די יעצטיגע זאטקייט....

*********
ער איז ווי ער איז, און ער גייט ווי ער גייט, און די תאוה ברענט אים, ער זעהט נישט גארנישט, ער הערט נישט גארנישט, זיין מוח איז ארויס פון בילד, זיין הארץ פארשטייפט, ער וויל, ס'ציהט, ס'ברימט, ער פילט ווי ער קען נישט אויסהאלטן, ער מיז דורכפאלן, ער קען נישט ביישטיין די נסיון, ס'איז פשוט נישט פאר זיינע כוחות, די שכל הישר איז איבערגענומען מיט תאווה, די געוויסן איז אוועקגעשטיפט אין דער זייט, אלע גרעניצן זענען אפן, נישטא קיין אפהאלט וואס איז אים נישט פארברענט פון די רייץ צו זינד, ס'פלאקערט, ס'נישטא צו וועם צו רעדן, די איינציגסטע זאך וואס בליצט אים אין קאפ איז די "זינד" "זינד" "זינד" אלעס אנדערש איז אויסגעפלאגט...

זיי נישט ווי שולמית

פארשטיי נאר די איין זאך, אז נאך די דורכפאל גייט אלעס צוריק גיין אין פלאץ, די מוח גייט צוריקנעמען קאנטראל, די הארץ גייט אנהייבן פילן די געוויסן, אלעס וואס איז געווען אויסגעפלאגט גייט זיך צוריק איינפלאגן, אוי אוי אוי! די געפיל פון נאך א חטא, אוי אוי! גייסט ווילן ענדרש האבן געשטארבן וואו א לעבן נאכ'ן דורכפאלן, איך ווייס יעצט איז נישט דא צו וועם צו רעדן, די ייצ''ט איז מאכטלאז, און די געוויסן שלאפט, אבער לאחר המעשה, אוי ס'קומט א גיהנום אויף די וועלט, די געוויסן וועט דיר נישט לאזען צורוה,
כאפ דיך ווען סאיז נאך בידך און קודם המעשה.


און זיי נישט באזארגט!! אנדרש וואו ביי שולמית. וואס דארט איז עס געווען די איינציגסטע וועג ארויס פון הונגער, גייט די נסיון דורכגיין אי"ה

א הילכגען און ריזעגע יישר כוח פאר ידידי הרב א גרויסע [צדיק] עם הארץ

(אין אנדענק)
לעצט פאראכטן דורך ניין און יא אום מאנטאג יולי 13, 2020 2:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג יולי 13, 2020 1:50 pm

פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך קאכעדיגע » מאנטאג יולי 13, 2020 2:28 pm

WOW איך בין ספיטשלעס! משוגע צו ווערן פון דיינע טאלאנטן!

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג יולי 13, 2020 2:41 pm

עס רינען טרערן...

איך האב עס איבערגעליינט צוויי מאל און נישט געקענט צוזיך קומען...

א זעלטענהייט פון א שרייבער דאס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יולי 13, 2020 2:44 pm

אוי אוי!

אם תאכלנה נשים פרים עוללי טיפוחים, אללי לי.

אם תבשלנה נשים רחמניות ילדיהן המדודים טפחים טפחים, אללי לי.

...

אם תהומינה זו לעומת זו "בואי ונבשל את בנינו צורחים", אללי לי.

אם תוועדנה זו לזו 'תני בנך!' והוא חבוי מנותח נתחים, אללי לי.

ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך ברוך'ל » מאנטאג יולי 13, 2020 2:45 pm

אוועקגעלייגט די ארטיקעל פאר תשעה באב....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 13, 2020 2:47 pm

אין מילים ממש!!!!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 13, 2020 3:01 pm

טוה נישט דעס!!!

יעדעס מאל געשעהט עס נאר ביי דיינע ארטיקלען...

---

הערליך!!!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך שאשא » מאנטאג יולי 13, 2020 3:13 pm

וואו זייער שטארק
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך פארפרוירן » מאנטאג יולי 13, 2020 3:39 pm

א גרויסן ייש"כ!
די נאכטעם פון מענטשן פלייש.pdf
(106.67 KiB) דאונלאודעד 98 מאל
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יולי 13, 2020 3:40 pm

פארפרוירן האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ!
די נאכטעם פון מענטשן פלייש.pdf

ייש״כ

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג יולי 13, 2020 3:53 pm

פארפרוירן האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ!
די נאכטעם פון מענטשן פלייש.pdf

א דאנק פארן פי די עפן!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

shik
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:26 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך shik » מאנטאג יולי 13, 2020 3:58 pm

Wow נישטא קיין ווערטער ביסט סאמטינג ספעשיל

מנחה מעריב'ל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך מנחה מעריב'ל » מאנטאג יולי 13, 2020 4:00 pm

WOW WOW WOW
נישטא גיין ווערטער!
פיריראבאמבאמבאמבאם טאריראמבאראראמבאראראם פיריראפאמבאמפאמבאם פאפאפאפאראטריריריריריריראם!
מאכטץ פלאץ פארן ראש הקהל ר'אסדר...

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך דייקן » מאנטאג יולי 13, 2020 4:02 pm

wow wow wow!!!!
דער צושטעל פון די משל צום נמשל איז דאך הפלא ופלא.
איך מיין אז דו זאלסט ארויסגעבען א ספר, אדער גליון, מיט דיינע ארטיקלען.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יולי 13, 2020 4:10 pm

הייליג איז נישט דאס ווארט. דעס דארף מען ארום שיקען פאר מחנכים איבעראל. די נמשל איז געוואלדיג, און די לעצטע שורה פון חיזוק איז ממש די טשערי אן טאפ. אזוי צום פינטל!
(די וואס זענען פארנומען מיט עס ליינען ת''ב וכדומה אר מיסינג די פוינט.)
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג יולי 13, 2020 10:12 pm

א דאנק פאר אלע דאנקערס און קאמפלימענטירער איר געט די כוחות אויף ווייטער
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך מארגן » מאנטאג יולי 13, 2020 10:52 pm

זייער הארציג
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

זעירא
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך זעירא » דינסטאג יולי 14, 2020 6:37 am

איינס אין די וועלט!

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג יולי 14, 2020 9:41 am

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:WOW WOW WOW
נישטא גיין ווערטער!

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך j718 » דינסטאג יולי 14, 2020 11:10 am

;l;p-

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג יולי 14, 2020 10:59 pm

שמארטיקל האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:WOW WOW WOW
נישטא גיין ווערטער!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך שמו » דינסטאג יולי 14, 2020 11:26 pm

געלאזט אפאר טרערן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 15, 2020 1:06 am

אומגלויבליכע טאלאנט
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: וואס איז די נאכ'טעם פון מענטשן פלייש??? (נישט פאר שוואכע הערצער)

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 15, 2020 1:09 am

WOWOW.

טעלענט איט איז!!!!!




זאג, דו גייסט באצאלן פאר מיין נאסע העמד?...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט