אין די סעריע ביי מיר פאסירט עס אויך: מען גייט כאפן פיש

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

אין די סעריע ביי מיר פאסירט עס אויך: מען גייט כאפן פיש

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 22, 2019 5:09 pm

אין זיין לעבן האט ער נאכנישט מצליח געווען צו כאפן סיי וועלכע לעבעדיגע זאך אויף די יבשה, ווער רעדט נאך פון עפעס פון וואסער. אבער יעדעס מאל איידער ער הייבט אן די קייט פון אומפארמיידבארע אנטוישונג, איז זיין ערשטע שריט צוצולויפן צום טייך שיכור מיט ענטוזיאזם, אנצופילן א ריזיגן אמפער מיט וואסער ביזן זוים. מיט ביידע הענט שלעפט ער דערנאך דעם קליינעם וואנע, ביזן געפינען א זיכערע ארט נעבן בארטן דאס ארונטער צושטעלן, פולשטענדיג גרייט אויפצונעמען די מאסן פישלעך וואס ער גייט דאסמאל זיכער כאפן.

פון א שווארצע לענגלעכיגע זעקל נעמט ער ארויס א קליינע 'העלאו קיטי' פישינג ראד וועלכע ליגט צוזאמגעלייגט בערך אין די גרויס פון א פענסיל סוף לערע יאר. ער שלעפט פונעם שפיץ און עס ווערט אויסגעצויגן לענגער און לענגער. דא דרייט ער זיך ארום צו די משפחה און שענקט זיי שפאסיגע בליקן אפצוענטפערן זייער סקעפטיציזם, און אזוי זעצט ער פאר ווייטער ארויסצושלעפן, אזוי האלב ארומגעדרייט.

"דער געשעפט אייגנטימער - אן אראבער גראדע - האט מיך פרובירט איינרעדן צו קויפן א גרויסע ראד" זאגט ער מיט אפענע ציניזם "הערסט? כ'זאג אים, וואס א חילוק איינס פון צווייטן? אלע זענען א שטעקן מיט א האק אויפ'ן עק!".

נאך א קורצע איבעררייס זעצט ער פאר "ניין, איך פארשטיי גראדע יענעם, יענער איז דא פארן דאלער איך בין אבער נישט שולדיג, זיי נישט ברוגז". דא האט ער שוין געענדיגט פולשטענדיג אויסציען דעם ראד, ער איז גראדע אליינס איבערראשט ווי פיצל, און בעיקור ווי דין, דאס איז, אזש עס דרייט זיך מיט'ן רוח מציאה ווי א ווינט-מיל, אבער ער באהאלט זיין אנטוישונג נישט געבן לעגיטימיטעט פאר די נעבעכדיגע בליקן וועלכע באהאגלען זיין ליכטיג פינקע פיש כאפער.

פארשטייט זיך אז די ערשטע פרואוו אריינצואווארפן דעם שטריק אין וואסער מיט איבערמטויגע רציחה איז נישט געלונגען. די האק וועלכע איז געפלויגן אויפ'ן פארקערטן ריכטונג איז יעצט טיף אריינגעכאפט אין מוישי'ס פאות.

"כ'האב דיך געבעטן צו שטיין דארט! פארוואס מוזטו אייביג קומען אזוי נאענט? קוק, דאס געשעט!" ווארפט ער דעם שולד ווי א טאבע. נאך עטליכע מינוט איז אים געלונגען צו באפרייען דעם שארפן האק פון די הארטע דזשעל פאות (ארבעט פון די מאמע, גרייט פאר די פאטאגראפיע סעסיע; אויב די צייט וועט ערלויבן) בשעת ווען דאס קינד שטייט דארט געפרוירן אויפ'ן ארט, בלאס ווי אן איי.

עטליכע אומסוקסעספולע פרואוון האבן נאכגעפאלגט, ביז די שטריק האט ענדליך געלאנדעט אין וואסער, הגם בלויז עטליכע פיס.

"די קונץ פון כאפן פיש איז צו האבן געדולד" - זאגט ער מיט א קענטליך נערוועזע שטימע, בשעת ווען ער לייגט אנידער דעם פישינג ראד אויף דער ערד אזוי ארעי'דיג, כאילו עס איז בלויז א פראגע פון צייט איידער ער וועט עס דארפן אויפהייבן מיט א זיכערע פאנג.

מען ווארט… מען ווארט...

די ווייב פרובירט צו נידערן די ערווארטונגען אבער דער לאזט זיך נישט. די קינדער הייבן אן ווערן אומגעדולדיג און רייסן זיך ביי די קעפ, אבער ער איז יעצט לעיזער קאנצענטרירט אויף זיין מיסיע. ווילאנג זיין אמפער איז פארזיכערט זאל די גאנצע וועלט אויפגיין אין פלאמען.

צו אלע צרות האט ער מיטגענומען צוויי פון זיינע יונגע שוואגערס, בחורים, וועם ער פרובירט שוין צו באאיינדרוקן א שטיק צייט אלץ די פאָן שוואגער. אבער זיי שפילן שוין לאנג א העפטיגע 'קעטש' אביסל ארויפציר, און קימערן זיך נישט מיט זיינע פרוכטלאזע צוזאגעכצער: אז אט אט ווערט די טאג געקרוינט אלץ היסטארישע סוקסעס אין די פנקס המשפחה.

די זייגער ווייזערלעך קרייזן לאנגזאם ארום, עס איז שוין איבער שעה וואס דער קליינע רויטע טאבע שווימט אין וואסער ווי א קליינע ליכט טורעם צו זיין דורכפאל. נאכן זעהן אז עס נישט קיין תכלית הייבט ער זיך אויף, אנגעטון מיט א פראפעסיאנאל מינע - נישט צו אלארמירן די לאנגווייליגע אשת חיל וועלכע איז שוין אויך לאנג אויפ'ן טעלעפאן אין א העפטיגע דיסקוסיע איבער וואקסינען ("ציפי, איך זאג גארנישט, דזשאסט איך פרעג פארוואס דו קענסט נישט גיין צו א סעקאנד עפעניען, דעטס אלל").

ער הייבט אויף דעם ראד, שאקלט עס אביסל אהער און אהין, און דרייט עס צוריק צו כאפן א בליק אויפ'ן האק. "אסאך מאל עסן זיי אויף דעם ווארעם, די געריבענע חברה, און גייען זיך ווייטער" - ווידערהוילט ער זיין סטאטוס אלץ מובחר שבבריאות מיט ביטול קעגן אלע פיש בכלליות. אזוי ציענדיג שפירט ער אבער פלוצלינג אז עפעס איז שווער! עס שלעפט זיך נישט אזוי גרינג. די אנדרענעלין הייבט אים אן לויפן אין קאפ און ווילדע באפעלן הייבן זיך אן גיסן אין ריכטונג פון די גאנצע פאמיליע - וועלכע שטייט שוין לאנג נישט ארום.

"ריק דיך אין די זייט איך האב דא עפעס! ריק דיך!" "סארי איך מיין נישט צו שרייען אבער מען הערט נישט אנדערש! פשוט מען הערט נישט"

דער איז איבערמוטיג און זיינע ווערטער קומען ארויס ווי א כינעזער טוריסט וואס בעט פאר דירעקציעס. ער ראנגלט זיך מיט'ן כאפער ווי מיט'ן טייוול און הייבט זיך אן אונטערזינגען א פרייליך לידל. יודי לה' יא יא עפעס קומט חסדו, יודי דעפיניטלי לה' חסדו. דאן זעצט ער פאר שטילערהייט מיטן פרייליכן תנועה אבער יעצט אן די ווערטער טאטאראטאטאטאם.

בשעת דאס אלעס מאכט ער אבער אויך זיכער נישט ארויסצואווייזן זיין גאנצע שמחה. נאך אלעם דארף ער שפילן כאילו ער איז נישט עקסטער איבערראשט מיט זיין סוקסעס "אזוי גייט עס" זאגט ער פאר די פארגאפטע קינדער - וועלכע זענען שנעל געקומען צו לויפן זעהן וואס אזאנס האט פאסירט מיטן טאטן - מיט א פארעווע טאן "אז מען ווייסט וואס מען טוט איז כאפן פיש פון די גרינגסטע זאכן!".

פארשטייט זיך ווען ער ברענגט דעם העקעלע נענטער אנטפלעקט זיך פאר יעדן אז די האק איז פשוט פארכאפט אין א קלאמקע פון ווילדע וואסער גראז, און קיין זכר פון פיש איז נישט פארהאן. אבער דער איז אין פולשטענדיגע דינייעל, און שלעפט ווייטער א פארסאפעטער מיט אן אנגעשטרענגטן גרימאס - גאמבע עטוואס אויף ארויף, צונג עטוואס ארויסגעשטעקט, אבער די מויל הערמעטיש פארמאכט.

אין די ענדע האט ער געווינען! פון איין סעקונדע צום צווייטן איז אים דראסטיש גרינגער געווארן די ארבעט. די שטריק דרייט זיך שיין איין. אין זיין קאפ איז ער שוין צוריק אין די קאנטרי מיט א געזוכט וואס שיינט אין די טונקל פאכענדיג זיין פישל פאר אלע פעשע הויזן-טראגער יונגעלייט וואס טרונקען נאר בורבען ברוינפן אן א הכשר.

בלויז ווען ער קומט אן צום סוף אנדעקט ער אז די העקעלע האט שוין געהאט גענוג פון זיין נייע מאדנע בעל הבית און האט ליבערשט באשלאסן צו בלייבן צווישן די כאפטע גראז וועלכע שווימען אצינד געשמאק אין וואסער.

ברענג א צווייג! נעע, א לאנגע צווייג! דינערט זיין זידיטשובער לבנה'דיגע געזוכט. ער שטייט דארט ביים עק טייך, שוך אין וואסער, און פרובירט מיט אלע כוחות גרייכן דעם העקעלע מיט'ן אלטן ראסטיגן בעזעם וואס ער האט געטראפן ליגן אין טייך, אבער אן ערפאלג.

ווי אויף להכעיס בלאזט א געשמאקע ווינטל און די גראז שווימט ווייטער און ווייטער און ווייטער.

"וואטש וואס דו טוסט" בעט זיך דער אשת חיל ווען דער יונגערמאן איז שוין אין וואסער ביז די בארד, אבער אירע ווערטער רעגיסטרירן זיך ניטאמאל אין זיין פארטייבטן באוואוסטזיין.

אט איז עס שוין די גרעזל צו ווייט פאר סיי וועלכע האפענונג, בלויז זיינע טונקעלע בליקן קענען עס יעצט דערגרייכן. פונקט דאן באווייזט זיך א גרויסן פישל, בייסט אריין אין די האק און שלעפט עס אראפ אונטערן וואסער מיט אימפעט. די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס א פיש איז בכלל געקומען נאענט צו זיין ראד, און ער האלט דאס אלעס מיט געפלעפט פון דערווייטנס, א נאסער און באזיגטער.

"יעדער צוריק אין קאר! אבער יעצט!" שרייט ער מיט א הייזעריגע שטימע.

אזוי איינגעבויגן אין דרייען דערנענטערט ער זיך צו זיין באליבטן אמפער וואסער און דרייט דאס איבער מיט א געזונטן שטויס, בשעתן זיך אונטערמורמלען העצע פראזן. די מיטגעמאכטע קינדער גייען אלע אין א גלייכע שורה צוריק צום קאר, און די טאטע גייט אונטער זיי האלב געלעמט פון דעפרעסיע, מיט קליינע טייכלעך וועלכע פארמען זיך אונטער זיינע דורכגעווייקטע שוך.

אויב זענען די צרות נאכנישט געווען גענוג גייען זיי דארט פארביי א גוי, וואס שטייט ביים זעלבן טייך, און כאפט פיש איינס נאכן צווייטן, מיט א געשמאק.

"אפשר קען מען קויפן איין פיש פון די גוי?" גיסט חיים שטיין-זאלץ אויף די וואונדן "קוק ווי באנטש ער האט!"

"אונז זעמער עפעס געקומען כאפן פיש?!" - פרעגט די טאטע צוריק מיט שטוינונג, בשעתן ווילדערהייט ארויסטראסקען די בעיבי קערידזש פון טראנק צו מאכן פלאץ פאר זיין לערן אמפער.

"מיר זענען געקומען שעפן אביסל פרישע לופט. נו, א פיש וואלט געווען הכל רווח".

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 5:15 pm

שיגנער!
:lol: :lol: :lol: :lol:
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג יולי 22, 2019 5:24 pm

דער האט שוין גענוג געהאט פון קאנטרי....
האלוי... נאך א שיין ביסל צייט צו גיין

פיינע פריקן נייעס!
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

בועז
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג יולי 22, 2019 5:30 pm

פוליצער סחורה.

פינחס
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מאנטאג יולי 22, 2019 5:36 pm

:lol: :lol: #פילדימאמענט

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מאנטאג יולי 22, 2019 5:42 pm

דו ביזט שולדיג אין מיין בויך וויי! יויש דעיס איז געפערליך!
אגב: איך האב נישט געוואוסט אז מיט אזא שטרענגע צורה קען מען זיין אזוי הומאריסטיש! קום אפטער מיט אזעלכע ארטיקלען, שכח!
;l;p-
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יולי 22, 2019 5:44 pm

א געשמאקע ארטיקל! ייש"כ @יש! יו מעיד מיי דעי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יולי 22, 2019 5:54 pm

האסט מיר געמאכט ליינען דאס גאנצע אין (אן) אן אטעם!

וויפל פיש האסטו שוין אזוי היינט געכאפט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג יולי 22, 2019 6:43 pm

שיגענער...

די מילצן טוען מיר וויי...

איי, ווי נעמט מען דעם אויסגעגאסענע קאנפידענס מינע אויפן פארשוויצטן פנים און התחדשותדיג'ן רוקן, ווען דער שטייט מיטן רבינו-תם ארבל ארויפגעשארצט און שלייכט אריין דעם יאו-יאו שטריק שוין צום-ווייסעך-וויפילטן מאל, זייענדיג פולשטענדינג זיכער, אז דאס מאל וועט עס אים יא געלונגען...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יולי 22, 2019 6:59 pm

וויי וויי איז דאס א מין גיט ארטיקל! שוין לאנג נישט גלעזט אזא גיטס

שכוח "יש ברירה"
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 22, 2019 7:40 pm

נו נו יש, איך בין דיר נישט מקנא, יעצט עסטו כאפן פון מיר. האסט מיר אויסגעגאסן דאס גאנצע אינהאלט, צושפריצט אויף אלע ארומיגע און בין משוגענער דא? הערסטע? איך בין דער שלמה מזל דא וואס קען נישט וואטשן וויאזוי איך טרונק.

אבער פפפפפפחחחחח... האהאהא....

אין די סעריע ביי מיר פאסירט עס אויך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יולי 22, 2019 11:19 pm

יא יא, אין דער סעריע ביי מיר פאסירט עס אויך, האצעך מיר צעפאנטשעוועט אלע מילצן פון אלע פאנטש-ליניעס וואס דער יעזיגער האט געכאפט :lol: :lol:

קיפיראפ ישי!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

רייכער איד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

תגובהדורך רייכער איד » דינסטאג יולי 23, 2019 1:09 am

געוואלדיג! גערעגטע הומאר צים פינטל

שדופות קדים
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:58 pm

תגובהדורך שדופות קדים » דינסטאג יולי 23, 2019 9:08 am

געוואלדיג געוואלדיג.. אן ארטיקל וואס מען ליינט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם ביז די ענדע.
יישר כח יש ברירה, האמיר עכט הנאה געהאט.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג יולי 23, 2019 9:57 am

;l;p- ;l;p- ;a-1; ;a-1;
פון די סעריע "זעה מער שמייכלען"
. . . . . . .

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דינסטאג יולי 23, 2019 11:20 am

;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 23, 2019 11:47 am

א דאנק אייך אלע דאנקער!

-----


פלטיאל האט געשריבן:שיגענער...

די מילצן טוען מיר וויי...

איי, ווי נעמט מען דעם אויסגעגאסענע קאנפידענס מינע אויפן פארשוויצטן פנים און התחדשותדיג'ן רוקן, ווען דער שטייט מיטן רבינו-תם ארבל ארויפגעשארצט און שלייכט אריין דעם יאו-יאו שטריק שוין צום-ווייסעך-וויפילטן מאל, זייענדיג פולשטענדינג זיכער, אז דאס מאל וועט עס אים יא געלונגען...

כמיין, פארוואס דען נישט :twisted:

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יולי 23, 2019 12:30 pm

סמעטענע איט איז
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג יולי 28, 2019 3:06 pm

געוויינט און געלאכט נאנ-סטאפ!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 3:59 am

הערליך הערליך שיין באשריבן...

קומענדיגע מאל גיי ארויס כאפן א הערש, די באשרייבונג וועט ווערן פיל אינטרעסאנטער...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:15 am

בראנפן גלעזל האט געשריבן:דו ביזט שולדיג אין מיין בויך וויי! יויש דעיס איז געפערליך!
אגב: איך האב נישט געוואוסט אז מיט אזא שטרענגע צורה קען מען זיין אזוי הומאריסטיש! קום אפטער מיט אזעלכע ארטיקלען, שכח!
;l;p-

יש ברירה:-איז דען נישט דא קיין ברירה?(אזוינע ארטיקלען!)
יאפ אין פולען זון פון ווארט!!
ניהנתי ולאכטי! שכ"ח
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:55 am

געווען אין וואל-מארט, מיך דערמאנט...
צוגעלייגטע
Webp.net-resizeimage (1).jpg
Webp.net-resizeimage (1).jpg (397.07 KiB) געזעהן 1019 מאל

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:58 pm

ערשט יעצט באמערקט דעם ארטיקל

סופער!!! סופער!!!

יש: דיין רייכע שפארך און סטייל איז וואן אףף עי קיינד!!

שטארק הנאה געהאט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:03 pm

נעווער טו לעיט...

--s טענקס!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:01 pm

איי איי איי האב מיר געלאכט. אן ארטיקל צו געדענקען. האב מיר זיך געשפירט ביים טייך מיטהאלטענדיג די זאך לייוו.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט