די פרייהייט און רואיגקייט פון "עול" - לכתחילה אריבער

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

די פרייהייט און רואיגקייט פון "עול" - לכתחילה אריבער

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:03 pm

"באקומען אין אימעיל"

מיר לעבן היינט אין א וועלט פון א שטארקע ווילן פאר "פריקת עול". און איך מיין נישט די אידישע וועלט, איך רעדט פון די וועלט אין אלגעמיין, וואס איז דאך אין א גאר שטארקע מערהייט טאקע נישט קיין אידן.

דאס איז נישט אלס אזוי געווען אויף דעם פארנעם. עס איז געווען א צייט מיט ארום פופציג יאר צוריק ווען די היינטיגע הנהגה פון "פריקות עול" איז נאכנישט געווען. און טאקע אפילו די גוי'שע גאס האט אויסגעזען פיל פיל אנדערש ווי עס קוקט היינט אויס.

איך האב שוין אמאל געשריבן איבער די היסטאריע אין א צווייטע ארטיקל, אנשטאט איבערשרייבן נאכאמאל, וועל איך קאפירן פון דארט:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31299

אין אמעריקע איז געווען אמאל א מהלך פון א געוויסע "ערנסטקייט". מען קען זעהן אלטע בילדער, פון גאסן, און מען זעהט ווי אלע מענער כמעט גייען אנגעטאן "אפיציעל" מיט שניפסלעך און מיט היטן. דאס רעדט מען נישט נאר דאקטוירים און אדוואקאטן, און מען רעדט נישט נאר ווען מען איז געגאנגען צו אפיציעלע פונקציעס ווי א צערעמאניע אדער אין ביזנעס, נאר פשוט די נארמע איז געווען אז ווען מען גייט ארויס אויפ'ן גאס גייט מען אנגעטאן מיט א רעקל, שניפסל און א היט, און יא יא.... די הוט האט געדארפט האבן א פעדער אריינגעשטעקט.. אן דעם איז עס נישט געגאנגען.. אויך האט געדארפט זיין א טיכל אריינגעשטעקט אינעם רעקל פאקעט.... אזוי שיין צוזאמגעלייגט ווי א בלום....

עכ"פ עס איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז אויפ'ן גאס גייט מען אנגעטאן אין א געוויסע פארמעלער פארנעם.

ביז... אין די 60'גער יארן. דאן איז אנגעקומען פון ענגלאנד א גרופע זינגער, זיי האבן זיך גערופן די "ביטעלס". זייער אידיאל און שלאג ווארט איז געווען "פרייהייט". און פרייהייט האט נישט געמיינט פרייהייט פאר שווארצע פון קנעכטשאפט, און אויך נישט פרייהייט פון קאמוניסטן צו פרייהייט, נאר פרייהייט פון די "פרעשור פון מענטשהייט"!!

זיי האבן געמאכט לידער, אויפגעטרעטן אויף די גרעסטע קאנצערטן, און געהאט א נאכפאלגערשאפט פון רוב מנין ובנין פון די אמעריקאנער יוגנט.

עס איז געווען די צייטן פון די מלחמה אין וויעטנאם. מען האט זיך נישט געקענט ארויסדערזען פון די זומפ פון יענע מלחמה. נאך און נאך סאלדאטן זענען געפאלן אין די טויזנטער, און די יוגנט איז געצווינגען געווארן צו גיין אין מיליטער - עס איז געווען דאן א דרעפט - און די אויפברויז האט געקאכט צווישן די מאסן.

די "מעסעדזש" פון "פרייהייט" פארפאקט אין א מכלומר'שטע מעסעדזש פון "שלום" האט גאר שטארק געכאפט דעם יוגנט.

זיי האבן געזען "שלום" ווי די מיטל קעגן "מלחמה", און "פרייהייט" - פריקת עול - פאר א מיטל קעגן די פירערשאפט וואס האט זיי געצווינגען צו אנטייל נעמען אין די מלחמה.

א ריזיגע באוועגונג האט זיך אנגעהויבן יענע יארן. דאן האט מען זיי גערופן די "היפיס". די באוועגונג האט אנגעהויבן פראקטיצירן די "פרייהייט" אויף אלע פראנטן. מען האט אראפגעווארפן יעדע סארט "נארמאלקייט" און מען האט אנגעהויבן ווילד און פלייסיג צו פראקטיצירן די אידיאל פון..... "פייפן אויף די וועלט"!!

מען האט זיך אויפגעהערט שערן די האר, מענטשן זענען ארום געגאנגען מיט לאנגע ווילדע האר, ריזיגע בערד און צעוואקסענע וואנצעס.

מען האט אנגעהויבן רייכערן דראגס און א שיעור, די יוגנט האט אויפגעהערט ארבעטן. אנשטאט איז מען געזעצן יומם ולילה פארברענגט ארומגעלאכט, געהערט מוזיק און געטאנצן.

עס איז געווען איין זומער אין יענע יארן, וואס הונדערטער טויזנטער פון די יוגנט איז זיך צוזאמגעקומען אין "סאן פראנציסקא" פאר א זומער פון פריקת עול! יעדער האט געוואוינט אינאיינעם אין טענטס אינמיטן פעלד, קיינער האט נישט געארבעט, יעדער האט געלעבט אין איין געמיינזאמע קאסע, אלס איז "אייניג" קיינער איז נישט הויעך.... "פרייהייט פון יעדע סארט הנהגה, פרייהייט פון יעדע סארט עול" מען "האט געמאכט א לעבן".

פארשטייט זיך עס האט לאנג נישט אנגעהאלטן, ארעמקייט האט אויסגעבראכן, קרענק האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן, און עס האט גאר שנעל געפלאצט די נייע געדאנק פון "פרייהייט".

די "היפי" באוועגונג איז צוביסלעך אויסגעשטארבן, אבער זייער אסאך פון זייערע יסודות און לערעס זענען געבליבן. עס איז געווארן געטוישט מיט די צייט צו וואס איז היינט באוואוסט - אין א קלענערע פארנעם" - ווי די "היפסטער" געדאנקען גאנג, וואס נעמט אסאך פון אירע יסודות פון די היפי מואוומענט, נאר אין א "לייט" פארנעם.

זינט יענע יארן האט זיך אויפגעהערט אין אמעריקע די גאנצער ענין פון "פארמאליטעט", "נארמאלקייט" און "מענטשליכקייט".

דאס אז די לאנד ווערט מער און מער ליבעראל, אז די יוגנט רעוואלטירט קעגן יעדע סארט אנגענומענע "נארמאליטעט", יעדע שווארץ יאר ווערט א "דרך החיים" יעדע נידריגקייט ווערט "פראטעקטעט".... איז א דירעקטע תוצאה פון די היפי באוועגונג וואס האט זיך אנגעהויבן אין יענע יארן.


(ביז דא פון יענעם ארטיקל.)

אלענפאלס, זינט יענע יארן איז די ווארט "עול" געווען גאר שטארק אפגעפרעגט אין די גוי'שע גאס. נישט נאר אפגעפרעגט, נאר זאגאר א "אומרעכט". א "אומרעכט" זיך צו באגיין מיט די קינדער אזוי, און א "נארישקייט" זיך צו באגיין אזוי אין אייגענעם לעבן.

און אזוי ווי דאס ווערטל גייט "ווי עס קריסטעלט זיך, אידיש'ט זיך", איז די סארט געדאנק אויך אריינגעקומען כאטש אביסל צווישן אידן. מער אזוי צווישן די מאדערנע ליבעראלע אידן, דארטן איז די עמטליכע מיינונג אז מען דארף לאזן קינדער "הפקר" - אדער די נענטסטע צו דעם וואס איז מעגליך אן דעם וואס זיי זאלן זיך אדער אנדערע שעדיגן - און אויך זעהט מען די אפעקט דערפון , די שאטן דערפון אביסל אפילו ביי ערליכע פרומע אידן.

ווער רעדט נאך אין די "קצה המחנה" דארט הערט מען ליידער גאר אסאך די "טענה" אז מען דארף אביסל "ריליסן די פרעשור" די "עול" וואס מען לייגט אויף די קינדער און אויף זיך.

אנדערע מיינען טאקע אז "דאס איז די פראבלעם" און ווי נאר מען וועט טוישן דאס וועט אלס פאלן אין פלאץ, און אנדערע ווילן דאס פשוט אז עס זאל טאקע זיין הפקירות, פשוט די "עבדא בהפקירא ניחא ליה". " וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו".

די וועלט זאגט אז איינער האט אמאל געזאגט פאר א גדול אז ער האט "אסאך קשיות אויף די אמונה" ר"ל, האט אין יענער גדול געענטפערט "דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט "תירוצים"!
אז מען זוכט א מהלך פון "פריקות עול" און מען זוכט "דעקונג" אויף אזא מהלך, קומט מען מיט "קשיות" אויף אלעמען, הויפטזכעליך אויפ'ן אזויגערופענעם "סיסטעם", וואס דאס איז דאס וואס שטעלט אראפ די "עול" אויף וויפיל עס איז נאך געבליבן.

--

אז איינער וועט קוקן מיט זייער "טרוקענע" ברילן, קען זיך איינעם טאקע צודאכטן אז כאטש אין גשמיות איז עס עפעס א אויפטו די "פריקת עול".

לייגענדיג די "אידישקייט פראבלעם" פון פריקת עול אין די זייט, קען זיך אויסקוקן וואו די "מהלך" פון "פרייהייט" איז עפעס א אויפטו, עפעס א געווינס, עפעס א געשמאקע זאך, עפעס וואס "לויט זיך", עפעס צו וואס עס האט פשט צו גארן.

קודם פשוט טאקע אלס די "עבדא בהפקירא ניחא ליה", און נאכדעם פשוט אז עס קען זיך צודאכטן אז "קענען טאן וואס מען וויל, ווען מען וויל, וויאזוי מען וויל" איז עפעס געשמאק! עפעס "א מחי'"!

איז א ערליכער איד, אפילו עס וועט זיך אים דאכטן אז דאס איז עפעס א מהלך, ווייסט ער אז דאס איז נגד התורה, שטייט ער ווייט דערפון. ער טראכט ענדערש פון די שכר וואס ער וועט באקומען מיט'ן לעבן אונטער די "עול התורה", ער ווייסט פון וואס ווארט אים אין גן עדן נאך די 120 יאר אי"ה, און וויפיל מער פארגעניגן נוצחו ער וועט האבן פארן שכר פון אוועקגעבן די צייטווייליגע הנאה פון טאן וואס מען וויל.

איינער וואס איז נישט אזא ערליכע איד חלילה, ווערט בייז, עס קרענקט אים די סיסטעם, און ער ברויזט אויף די הנהגה, און חלומ'ט, ער טרוימט, פון א וועלט פון ליבעראליזם, א וועלט וואו ער וועט מחליט זיין וואס איז גוט. א וועלט פון "ליוו ענד לעט ליוו", ער וויל נישט חלילה עובר זיין אויף די תורה – אזוי זאגט ער און טראכט ער -, נאר ער וויל האלטן די תורה לויט ווי ער פארשטייט, און לויט ווי ער זעהט איין פאר ריכטיג און וויכטיג, נישט עפעס "א עליטע" זאל אים איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן, וויאזוי זיך אנצוטאן, וויאזוי אנצוטאן די קינדער, וואס מען קען יא האבן אין שטוב, וואס נישט, וואס מען מעג יא און נישט עסן אא"וו.

און חלילה די גאר שוואכע נעמען די "עוולה" פון די "עול" די "פרעשור פון די סיסטעם" און רעוואלטירן. זיי ווארפן אראפ די עול, און באשליסן אז עס איז זיי בעסער צו נעמען "די זאך אין די הענט" און טאן וואס מען וויל.

אסאך אזעלכע פעלער הייבט זיך אן נישט דירעקט מיט'ן באשליסן אנצופייפן די תורה חלילה, נאר אביסל ווי די פריערדיגע ביישפיל, ער וויל נאר "אביסל אייגענע קאנטראל", נאר עס נעמט נישט צופיל צייט, און זאכן רוקן זיך צוביסלעך מער און מער, און נאך א נישט לאנגע צייט דערזעהט מען זיך אויפ'ן צווייטן ברעג, כמעט ווי אומבאמערקט איבער די לאנגע ים וואס מען איז דורכגעשוואומען.

--

אבער לאמיר צוריקטרעטן א מינוט, און לאמיר טאקע באטראכטן די בריאה פון "עול" פון "פרעשור" וואס קומט פון לעבן אין די ראמען פון די תורה, פון מיטגיין מיט'ן "סיסטעם" און אראפשטעלן דאס לעבן אין אירע ראמען.

איך גיי נישט דא שרייבן איבער די ענין פון "עול" פון די פראספעקטיוו פון אידישקייט, פון רוחניות. דאס איז שיין מבואר אין אונזערע הייליגע ספרים, פון חז"ל און פון אונזערע רבי'ס און גדולי ישראל אין אלע דורות. און בכלל בין איך נישט ראו צו זיין דער "מוסר זאגער" פאר אנדערע, הלוואי זאל מען אליינס זיין כאטש א שטיקל עובד השם, אביסל אנרירן אין דאס וואס פארלאנגט זיך פון יעדע איד.

איך וויל דוקא רעדן להבדיל פון די צד גשמי, די מאטעריאליסטישע זייט פון די "עול", מיט וועלכע מיר אלע זענען אויפגעצויגן געווארן.

און כאטש וואס אפילו איבער די מאטעריאליסטישע מעלות פון עול תורה ומצוות ווערט אויך שטארק ארויסגעברענגט אין אונזערע הייליגע ספרים, דאך זענען דאך ערליכע אידן "משוחד" – אזוי צו זאגן - צו אידישקייט, א ערליכע איד קען זייער שווער – אויב בכלל – אפטיילן זיין מיינונג אינגאנצן פון אידישקייט, א ערליכע איד איז דאך דורכגעווייקט מיט אידישקייט, און איז – יעדער אויף זיין מדרגה – איינס מיט אידישקייט, אמונה און תורה. אזוי אז עס קען זיך איינעם דאכטן אז די "בליק" וואס א ערליכע איד האט אויף די גשמיות פון די וועלט איז "פון זיין פראספעקטיוו", פון א פראספעקטיוו פון איינער וואס איז ערליך, לערנט און היט די תורה, און אז פון די צווייטע זייט איז דא נאך א פראספעקטיוו וואס איז אפשר אנדערש.

אויב וואלט מען געקענט קוקן "פון אינדרויסן" אזוי צו זאגן.

אלזא, וויל איך טאקע אויסשמועסן פון "דעם אנדערן פראספעקטיוו", וויאזוי איז די בליק "פון אינדרויסן אריין" דורך די יעניגע וואס זענען נישט קיין אידן, אדער חלילה אידן וואס פירן זיך נישט וויאזוי א איד דארף זיך פירן ר"ל.

--

איך האב אמאל געשריבן אן ארטיקל איבער א איד "אליווער סאקס" א באוואוסטע געלערנטע מאן, אן ארויסגעבער פון וויכטיגע ביכער אין טיפע וויסענשאפט פון די מענטשליכע מח.

(איך וואלט רעקאמענדירט בעסער צו לייענען יענעם ארטיקל מיט די גאנצע אריכות, עס איז אינטערעסאנט און מערקווירדיג, איך וועל נאר דא שרייבן די געשיכטע גאר אין קורצן.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=27839

ער איז געווען א איד וואס איז געווארן געבוירן אין א מער רעליגיעזע שטוב, און האט נעבעך איבערגעלאזט די גאנצע אידישקייט פאר א לעבן פון הפקרות ר"ל.

דער סאקס האט דורכאויס זיינע יארן אסאך געשריבן ווי דערמאנט ביכער, און אויך ארטיקלען אין צייטונגען, און טאקע אין די גרעסטע צייטונגען, אריינגערעכנט אין די "ניו יארק טיימס".

ענדע פון זיין לעבן איז סאקס קראנק געווארן, און איז געשטארבן פון א קרענק אין די לונגען, וואס האט אים פארשווערט דעם אטעם ל"ע ול"ע, ביז זיין לעבן איז געקומען צו א ענדע.

אבער ליגנדיג אויפ'ן קראנקע טויט בעט האט ער נאך אלס אפגעשריבן ארטיקלען און אריינגעשיקט אין צייטונג צו ווערן געדרוקט.

זיין סאמע לעצטע בריוו וואס מען האט געדרוקט פון אים אין ניו יארק טיימס, איז געווען אן ארטיקל איבער "שבת". אין יענע ארטיקל איז ער איבערגעלאפן גאר אין קורצן זיין לעבנס געשיכטע אנבאלאנגט "אידישקייט", וויאזוי ער איז געווארן אפגעפרעמדעט דערפון, און ווען ער האט יא דורכאויס די יארן געהאט עפעס שייכות מיט אידישקייט און פרומע אידן ווען ער איז געווען צוגאסט ביי קרובים.

ער לייגט אראפ וויאזוי עס איז געווען דער "שבת" ווען ער איז געקומען צו זיינע קרובים, די סעודות אא"וו, און דערמאנט זיך צוריק די שבת אין זיין אייגענע היים אין זיין יוגנט.

די "שפיץ" פון יענעם ארטיקל, און די ענדע דערפון – און זיינע לעצטע ווערטער געדרוקט אין זיין לעבן – איז געווען ווי ער באוויינט די פאקט אז ער האט "פארפאסט" דעם פארגעניגן "פון א שבת" ווייל ער האט איבערגעלאזט אידישקייט, און ער וואונדערט זיך דארט אין זיינע לעצטע ווערטער איבער "ווער ווייסט ווי זאכן וואלטן געווען, ווען ער פארבלייבט ווען מיט דעם "שבת" און וואס עס ברענגט מיט זיך.

יענער ארטיקל האט גאר שטארק אויפגעשאקלט די וועלט, אפילו די גוי'שע וועלט, און פארשטייט זיך די אזויגערופענע סעקולערע אידישע וועלט, וואס ווילן די גאנצע צייט זיך און אנדערע פאפן איבער די "פראבלעם" פון לעבן מיט עול, און די כלומר'שטע פארגעניגן פון "הפקירות".

--

איך האב זיך דערמאנט פון יענעם ארטיקל, און באשלאסן צו שרייבן איבער דעם ענין נאכאמאל, צוליב א צווייטע ארטיקל וואס איך האב געלייענט א צייט צוריק.

איך אין מיין משוגעת פון "מורא האבן אז איך וועל עפעס פארפאסן".... האב אנגעשטעלט אין מיין אימעיל אז איך זאל באקומען א "אלערט" ווען געוויסע זאכן ווערן דערמאנט אין די נייעס. דאס איז א סערוויס וואס איז אומזינסט.... און אז עס איז אומזינסט.... גיב זיי מוחל אהער צוויי... שוין.

איינע פון די זאכן וואס איז מיר אינטערעסאנט איז ווען דער פויפסט רעדט עפעס פון אידן.

פארוואס איז דאס מיר אינטערעסאנט?

דער פויפסט, דער הויפט פון איינע פון די גרויסע טמאות בזמן הזה – אויף וויפיל עס איז נאך טאקע דא דארטן די כח הטומאה, עס האט שוין אסאך אסאך אויסגעוועפט דארטן און קוים וואס עס איז עפעס געבליבן, און איז שוין היינט מער ווייניגער פשוט א פאליטישע הנהגה, מיט די צערעמאניעס וואס זיי מאכן דארט, עפעס וואס איז ווי א געדענקמאל צו די אמאליגע פירערשאפט ווען די טומאה איז געווען בתקפו, אבער דאך איז ער אפיציעל דער פירער פון די קאטאליקן.

איז וואס אינטערעסירט מיר וואס ער רעדט?

איז אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער איך קוק דאס אן אין קאנטעקסט פון איינע פון די גרויסע חסדים פונעם אויבערשטן אין היינטיגן גלות וואס עס איז גלויבט זיין גרויסן נאמען באשערט עטוואס מנוחה פארן אידישן פאלק נאך די גרויסע צרות ה"י.

דורכאויס די יארן פון די קריג, צווישן אלע אנדערע ביטערע צרות איז דער דעמאלסדיגער פויפסט געווען א רשע מרושע, גענוי ווי כמעט אלע זיינע פארגייער – אויסער אין גאר געציילטע אויסנאמען - איינער וואס האט זיך געמאכט אומוויסנדיג צו די צרות פון די אידן, און זיכער נישט געטאן גארנישט צו העלפן די אומבאהאלפענע.

און אפילו ווען מרן רחמ"ד זצ"ל האט אפגעשיקט איינע פון די באוואוסטע "אוישוויץ פראטאקאל" באריכטן צום וואטיקאן און דאס הייסט ער האט געוואוסט פונקטליך וואס קומט פאר אין אוישוויץ, האט מען פון אים גארנישט געהערט, און ער האט גארנישט געטאן, ביז עס איז שוין געווען אזוי פארשפרייט אין די וועלט, אז עס "האט שוין נישט געפאסט" צו שווייגן. בקיצור א ריכטיגער "ערליכער גוי" ווי צדיקים האבן געזאגט, א גוי א ימח שמו'ניק.

זינט די פגירה פון יענעם פויפסט, איז שוין געווען עטליכע פויפסטן, און ברוב רחמיו פון הקב"ה זענען זיי נישט נאר נישט געווען קיין שונא ישראל, נאר אפשר פארקערט.

דער ערשטער פויפסט נאך יענעם האט גאר געטוישט אסאך פונדאמענטאלע זאכן אין די גלויבונג, און האט אפיציעל געענדיגט אסאך זאכן וואס האבן דורכאויס די יארן געברענגט צו קריסטליכע פייניגונגען פון אידן ר"ל. ער האט זיך אפיציעל "אנטשולדיגט" פאר די אלע טויזנטער יארן פון צרות וואס אידן האבן געליטן פון די קריסטן מיט די גוטסהייסונג – אפיציעל און אמאל אומאפיציעל – פונעם וואטיקאן.

איבער וויפיל עס "העלפט" אז ער אנטשולדיגט זיך ווייסן מיר דאך... אבער כאטש אזויפיל אז אפיציעל זאגן זיי אז זיי האבן געטאן א אומרעכט, און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט דאס העלפן אז אין די קורצע צוקונפט ביז משיח וועט קומען אין גיכן זאלן זיי ווייטער נישט טשעפען חלילה מיט די אידן.

אלזא, מיט'ן חסד פון אויבערשטן איז די היינטיגע פויפסט אויך עפעס וואס מען קען רופן א "אידן פריינד". און געווענליך אז ער זאגט עפעס אין די עפנטליכקייט איבער אידן איז עס פאזיטיוו, און עס איז א דערמאנונג פון די אפענע חסדים פון אויבערשטן אין די יעצטיגע צייט, עס דערמאנט פון דעם אז דער אויבערשטער היט אויף זיין פאלק, און איז א "גוטע געפיל", זאל דער אויבערשטער ווייטער העלפן עס זאל זיין אפן זיינע חסדים.

אלענפאלס, האט איך געזען אן ארטיקל איבער א אינטערוויו וואס די פויפסט האט געגעבן צו איינעם וואס שטעלט צוזאמען א דאקומענטאר איבער אים און זיין לעבנס געשיכטע.

איידער איך שרייב וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט איבער יענע ארטיקל איז וויכטיג אריינצולייגן די אינטערוויו אין קאנטעקסט.

דער פויפסט האט אונטער זיך ארום א "1.3 ביליאן מענטשן"! עס איז ווארשיינליך נישטא א מענטש היינט מיט אפילו נאענט צו אזויפיל נאכפאלגער.

אזוי אויך – לויט די ארטיקל – איז נישט די סדר פון דעם פויפסט צו גיבן די סארט אינטערוויוס. געווענליך אפילו ער רעדט יא צו א רעפארטער, איז אפגעשמועסט פונקטליך וואס מען גייט פרעגן און וואס ער גייט ענטפערן. דא איז געווען איין אויסנאם וואו ער האט גערעדט "אפנהארציג" און אלס וואס יענער האט געוואלט.

אלזא, מען רעדט פון דער מענטש מיט די מערסטע נאכפאלגער, און אין א "איינמאליגע" געלעגנהייט, און ער שמועסט איבער וואס עס זענען די וויכטיגסטע זאכן וואס מענטשן דארפן וויסן לויט זיין מיינונג. נישט דוקא אין רעליגיע, נאר אין אלגעמיין. וואס פעלט היינט, וואו מענטשן דארפן טוישן זייער צוגאנג, וויאזוי זיך צו פירן אא"וו.

פארשטייט זיך דאס אז דער פויפסט איז אזוי "חשוב" ביי די גוים, דאס איז נישט עפעס וואס מאכט אים חשוב להבדיל ביי אידן. פאר א איד איז "חשוב" די תורה און די מצות, און ווער עס פירט זיך ווי די תורה פארלאנגט.

אלזא, אז מען באציט זיך צו זיינע ווערטער, איז דאס נישט ווייל "לאמיר הערן וואס ער זאגט" ווייל עס איז באמת ריכטיג אדער אינטערעסאנט וואס ער זאגט, נאר ווייל מיר ווילן דאך אצינד פארשטיין וויאזוי טאקע נישט אידן קוקן אויף די זאך, און צו געבן די גוי'ס פראספעקטיוו, דארף מען האבן א "געהעריגע גוי"... איז ער דאך טאקע א געהעריגע גוי מיט אלע פיטשיווקעס....

נאך עפעס וואס מען דארף צולייגן פאר קאנטעקסט.

איך ווייס נישט צו די אינטערוויו איז שוין ארויסגעקומען - דאס הייסט צו יענער דאקומענטאר וואו די אינטערוויו וועט ווערן געליפערט איז שוין צוזאמענגעשטעלט געווארן און ארויסגעלייגט אין פאבליק, די ארטיקל וואס איך רעד, איז נישט די אינטערוויו אליינס, נאר אן ארטיקל געשריבן אלס א נייעס דורך די "סיקסטי מיניטס" טעלעוויזע פראגראם איבער די אינטערוויו.

די פראגראם איז פארשטייט זיך עפעס וואס "ווערט געוויזן" אויף טעלעוויזיע, אבער ווי געווענליך ווערט אויך ארויסגעשטעלט אן ארטיקל מיט די פונקטליכע ווערטער פון די פראגראם, די ארטיקל האב איך געזען.

די ארטיקל האט באשריבן "אז עס איז געווען אזא אינטערוויו מיט'ן פויפסט" פאר די דאקומענטאר, און האט אויסגעשמועסט ערשט די אלגעמיינע אינטערעסאנטקייט און זעלטנהייט אז דער פויפסט זאל געבן אזא אינטערוויו, און דאן אראפגעברענגט עטליכע זאצן פון די אינטערוויו.

און פארוואס איז דאס אינטערעסאנט? וואס לייגט דאס צי צו די אינטרעסאנטקייט?

עס לייגט צו, ווייל די "סיקסטי מיניטס" פראגראם איז ווארשיינליך די גרעסטע פראגראם אויף טעלעוויזיע - עכ"פ אין די פאראייניגטע שטאטן - און דארט ווערט נאר געברענגט זאכן וואס ווערן גערעכנט אלס גאר אינטערעסאנט. עס איז באגרעניצט צו אונטער איין שטונדע, און איז נאר איינמאל או וואך.

אלזא, האבן מיט די קאנטעקסט.

מען רעדט פון דעם מענטש וואס האט די גרעסטע נאכפאלגערשאפט איבער די וועלט, און ער שמועסט אין א זעלטענע שמועס מיט א רעפארטער איבער די "וויכטיגע" זאכן וואס ער וויל זאגן פאר זיינע נאכפאלגער און פאר די מענטשהייט אין אלגעמיין, און דאן נאך ארויסגעשעפט פון יענעם אינטערוויו געציילטע זאכן דורך דעם רעפארטער פון "סיקסטי מיניטס".

דאס הייסט ארויסגעקליבן דורך די רעפארטער עפעס גאר אינטערעסאנט און וויכטיג אין זיינע אויגן, פון צווישן אזוי אויך גאר אינטערעסאנטע און וויכטיגע זאכן אין די אויגן פונעם פויפסט.
און וואס מיינט איר האט ער דארט געברענגט?

עטליכע זאכן.

פון וואס איך געדענק איז געווען איינס איבער "גלאבאלע אנווארעמונג". דאס איז עפעס וואס דער פויפסט איז באוואוסט אז ער האלט פאר זייער א וויכטיגע טעמע. די וואס זענען באזארגט איבער דעם פראבלעם האלטן אז דאס וועט ברענגען א ענדע צו די וועלט... אויב נעמט מען זיך נישט אין די הענט אריין.

עכ"פ א הויפט פריאריטעט ביי אסאך פירער פון לענדער און די גרעסטע אקטיוויסטן איבער די וועלט. די גרויסע "קלימאטן אפמאך" וואס דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט אונטערגעשריבן אין פאריז איז געווען איבער די טעמע, דער פרינץ פון ענגלאנד – דער ווארשיינליכער קומענדיגער קעניג – איז א שטארקער אקטיוויסט אין די "קלימאטן טויש" זאך, און איז פון די וויכטיגסטע פאליטישע טעמעס אין די פאראייניגטע שטאטן און נאכמער איבער די גאנצע ציוויליזירטע וועלט.

האט יענער רעפארטער דאס ארויסגענומען אלס איינע פון די טיילן פון די אינטערוויו.

און דאן האט ער גערעדט איבער נאך א זאך, און צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.

ער האט גערעדט פון דעם פראבלעם אז די אלגעמיינע מענטשהייט האבן פארלוירן די געפיל צו די וויכטיגקייט פון "פאמיליע לעבן". מען רעדט נישט פון "מאראלישע לעבן" אפילו, דאס איז דאך אפגערעדט אז דאס איז כמעט "היסטאריע" אין די גוי'שע וועלט, נאר פון פשוט "פאמיליע לעבן". די וויכטיגקייט פון א געזונטע שטוב, מיט א טאטע מאמע, מיט געשוויסטער, מיט'ן האבן – וואס מען רופט א – "פעמילי סטראקטשער" אונטער וועלכע די יונגווארג וואקסט אויף.

און דאן האט ער צוגעלייגט אזוי.

עס איז נישט עפעס וואס מען קען נישט טאן, מען קען יא! "די אידן, זיי ווייסן די וויכטיגקייט פון דעם, זיי טיען דאס"! און האט צוגעלייגט "זיי זיצן שבת אינאיינעם די גאנצע פאמיליע און מען פארברענגט אינאיינעם", און האט צוגעלייגט ווי וויכטיג און ריכטיג עס וואלט געווען אז יעדער זאל דאס נאכמאכן.

איך געדענק נישט פונקטליך די ווערטער, איך האב עס נישט גע'חזר'ט... און די ארטיקל האב איך שוין געהאט א שטיק צייט צוריק, אבער דאס איז געווען בערך זיין פוינט.

דאס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט און באלערנד.

מיר האבן שוין אלע ווארשיינליך אמאל געהערט פון איינעם זאגן "די אמת איז אז די גויים זענען אונז – ערליכע אידן - מקנא"! זיי קוקן מיט קנאה אויף אונזער לעבנסשטייגער.

אנדערע גלייבן ווען מען הערט אזא זאך, אנדערע האלטן אז עס איז א גוזמא.... און אנדערע האלטן ווארשיינליך אז דאס איז א "גוטע איינרעדעניש"... עפעס וואס מען "פרובירט אונז איינצורעדן".... און עפעס וואס "נאר א נער גלייבט"...

וויאזוי קען זיין אז דער גוי וואס "מאכט א לעבן".... קען טאן וואס ער וויל, ער זאל מיך מקנא זיין? נארישקייטן!

און דא, אין דעם ארטיקל זעהט איז גענוי דאס!

און עס איז נישט עפעס וואס איז "אויך" א זאך וואס דער גוי טראכט אמאל בין יום ולילה ווען ער האט שוין נישט פון וואס צו טראכטן... עס איז עפעס וואס איז "פון די געציילטע זאכן" וואס דער פויפסט דערמאנט אין זיין זעלטענע אינטערוויו, און אויב איז דאס נישט גענוג, איז עס פון די אויסגעקליבענע זאכן וואס דער "סיקסטי מיניטס" שרייבער האט אויסגעקליבן פון צווישן די געציילטע זאכן! אינאיינעם מיט "גלאבאלע אנווארעמונג" וואס איז לויט יעדע "פאול" – אנקעטע - וואס מען נעמט איבער די וועלט, איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אין די געדאנק פון מענטשן.

און דאס איז עפעס א זעלטענע אבער וויכטיגע "בליק" אריין, אין וויאזוי די וועלט אינדרויסן קוקט אויף אונז!

נישט נאר קוקן זיי נישט אויף זייער "הפקר וועלט" ווי די ריכטיגע צוגאנג, און אויף אונז ווי די "פאנאטישע" מענטשן, זיי זענען גאר אונז מקנא !

זייערע פירער זאגן זיי גאר, "אויב ווילט עטס האבן א גוט לעבן, אויב ווילט עטס קענען אויפציען ענקערע קינדער "נארמאל" און "געזונט" און אז זיי זאלן זיין מענטשן ווי עס ברויך צו זיין, דארפט איר.... טאן וואס [להבדיל] די אידן טיען!! זייערע מעטאדן זאלט איר נאכטאן, ווייל דאס איז די וועג וויאזוי מען קען אנקומען צום ציל פון האבן א נארמאלע שטוב, א נארמאלע פאמיליע וואס זאל אויסוואקסן גוט!

--

דאס הייסט אזוי.

מיר ווייסן דאס אז אין רוחניות האבן מיר די העכסטע – און איינציגסטע – וועג וואס איז ריכטיג. און דאס איז וואס די תכלית פון די וועלט איז, און אן דעם איז אלס גארנישט.

אבער ווען עס קומט צו גשמיות, קען זיך איינעם דארטן אז "מיר האבן די שווערע וועג". און אפילו מען איז צופרידן, און מען ווייסט אז אויב איז דאס די רצון השם וועלן מיר דאס טאן, קען מען אבער טראכטן אז די וועג איז נישט אזא גרינגע בגשמיות.

און דאס איז וואס די ארטיקלען ברענגט ארויס אז דאס איז א טעות! אויך אין גשמיות האבן מיר די בעסטע מהלך, און די מהלך וואס ברענגט די בעסטע רעזולטאטן. און אז די גוי, דער זעלבער וואס האט טאקע די מעגליכקייט צו פרובירן די אנדערע וועג, דער איז גאר וואס זאגט אז "הלוואי האב איך אויך די מהלך".

--

און דאס איז דאך נאר די איין קליינע פרט אין די לעבנס שטייגער פון א ערליכע איד. די איין נקודה פון האבן אונזער פאמיליע לעבן, דאס זיך צוזאמענקומען כאטש איינמאל א וואך, רואיג, אינאיינעם, אן קיינע שטערונגען און פשוט "פארברענגען אינאיינעם", און ווי וויכטיג דאס איז צו קענען אויפציען קינדער נארמאל.

אבער אונזער מהלך החיים אפילו בגשמיות איז דאך פיל פיל מער פון דעם.

דאס לעבן מיט א סדר, לעבן מיט א פונקטליכע "בלו פרינט" וואס מען האט צו טאן יעדע רגע אין טאג, וואס מען האט צו טאן צו יעדע צייט.

מען קען באמת שרייבן און שרייבן טאג און נאכט און עס וועט נעמען א זייער לאנג צייט צו ענדיגן שרייבן אויף יעדע פרט און פרט פון הנהגת התורה ווי דאס איז נישט נאר גוט אין רוחניות'דיגע זין, נאר ווי די ראשונים זאגן און געבן צו פארשטיין, אז די וועג פון די תורה איז גוט און זיס אויך פון להבדיל א גשמיות'דיגע זין.

עס איז זייער זעלטן ווען עס איז שטארק בולט די זיסקייט פון לעבן מיט א עול, קעגן די ביטערקייט פון לעבן אן קיין סדר, פון "קענען טאן וואס מען וויל" און קיין פארגעשריבענע סדר פונקטליך.

אז מען זעהט אמאל ליידער ר"ל א אלטער מענטש וואס דער קאפ ארבעט אים נישט געהעריג, אדער אפילו די קאפ ארבעט יא, אבער פיזיש קען ער שוין נישט טאן צופיל, איז פון די ווייטאגליכסטע פראגעס וואס מען קען הערן פון די מענטשן ווי זיי פרעגן די ארומיגע און די וואס באדינען זיי "וואס זאל איך היצט טאן"?....

ער ווייסט נישט וואס ער האט יעצט ווייטער צו טאן, אדער ער קען נישט טאן עפעס פיזיש וואס ער וואלט געוואלט, זיצט ער "ליידיג" און עס פאניק'ט אים די געוויסן, אז ער ווייסט נישט וואס ער האט אצינד צו טאן.

ביי א יונגע און געזונטע מענטש איז אויך דא די "פראבלעם" נאר איז נישט אזוי בולט ווי אויף דער עלטער, אדער ווען מען איז חלילה פיזיש און\אדער גייסטיש שוואך.

א איד איז אבער אנדערש, און מיר כאפן אפילו נישט וויאזוי תורה ומצוות העלפן אונז אין די זאך אויך בגשמיות.

מיר זענען צוגעוואוינט, אז מיר האבן א סדר אין לעבן. מען האט ווען אויפצושטיין, וואס צו טאן ווען מען שטייט אויף, וואס צו טאן די ערשטע זאך, די צווייטע זאך אא"וו.

יעדן טאג אין יאר האט א סדר, יעדן וואך איז דא א שבת, דורכאויס די יארן זענען דא ימים טובים אא"וו.

טראכט אריין אין די לעבן פון א גוי, און מען רעדט נישט דוקא איינער וואס דארף זיין אין די ארבעט צו א געוויסע צייט, לאמיר טראכטן פון איינעם וואס ארבעט פאר זיך, און קען ווען ער וויל טאן זיין ארבעט.

די מענטש האט נישט קיין סיבה אויפצושטיין א געוויסע צייט. און ווען ער שטייט יא אויף האט ער נישט קיין סדר וואס ער האט צו טאן ערשט און צווייט.

זיין גאנצע לעבן 365 טעג א יאר איז איין לאנגע קייט מיט.... "די זעלבע"... נאך א טאג, נאך א טאג, נישט קיין טויש פון איין טאג אין די וואך ביז א צווייטע, פון איין טייל יאר ביז די אנדערע.

אמאל איז נאך געווען א סדר אפילו ביים גוי. ער האט איין טאג א וואך נישט געארבעט, ער האט געהאלטן די חגאות מיט א ערנסטקייט, ער האט געהאט א פאמיליע לעבן כאטש האלב נארמאל.

מיר רעדן דאך אבער דא פון די מענטשן פון היינט, מיט די "שיטה פון הפקרות" פון "פריקות עול" אלס א לכתחילה. ער האט נישט קיין סיבה נישט צו ארבעטן זונטאג... ער האט אין זייער אסאך פעלער נישט קיין פאמיליע, ווייל א פאמיליע שטערט אים אין זיין הפקרות...

וואלגערט ער זיך נאך א טאג און נאך א טאג, פארדינט א פאר דאלער בייטאג, און דאך גייט ער אין רעסטאראן עס אויסגעבן אויף די נאכט!

יעדער ווייסט ביי זיך די שוועריגקייט פון "פאסן באשלוסן". אנדערע מאכן באשלוסן זייער שווער, און אנדערע קענען אינגאנצן נישט מאכן קיין באשלוסן. איז אז איר טראכט אריין, וויפיל באשלוסן יעדן איינציגסטן טאג דארף א ערליכע איד נישט מאכן ווייל די תורה האט עס געמאכט פאר אים!

יעדן טאג דארף להבדיל א גוי אדער איינער וואס פירט זיך נישט ע"פ תורה ח"ו, מאכן צענדליגער און אפילו הונדערטער באשלוסן איבער יעדע זאך אויף די וועלט, און להבדיל א ערליכע איד ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טאן אין די אלע פעלער!

און איך גיי שוין נישט אריין אין בכלל וויפיל איז מער די רואיגקייט פון א לעבן געפירט ערליך און אפגעהיטן, קעגן א לעבן פון הפקרות וואס איז א קייט פון נאכאנאנדע זארגן און אומרואיגקייט טאג איין טאג אויס, שאכמ"ל.

און איך רעדט נישט פון די זיסקייט פון "גבולות" אין די פונדאמענטאלסטע זאכן אין לעבן, וויפיל בעסער און געשמאקער דאס לעבן איז אפילו בגשמיות טאקע ווען מען האט גבולות פון "זמן", "מקום" און "מצב" שאכמ"ל.

און ווער רעדט נאך פון די אלע מאדנע און גאר ווילדע סארטן הפקרות און פארדרייטע לעבנסשטייגער מיט וועלכע די גוי'שע וועלט איז היינט פארנומען, וואס איז א דירעקטע תוצאה פון "קיין גבול" און פון "קענען טאן וואס מען וויל" און דאן ווען מען האט שוין געטאן וואס מען וויל, וויל מען נאכמער און נאכמער, און אזוי גייט מען נידריגער און נידריגער, ווייל דאס "ווילן טאן וואס מען וויל" האט נישט קיין ענדע.

איך רעדט נאר פון די איין פרט, פשוט דאס "לעבן מיט א עול" מיט א "סדר", א "סדר היום" א "סדר ההנהגה" אונטער די "סיסטעם" וואס די תורה האט אראפגעשטעלט בכל פרטיה ודקדוקיה.

און איין משל פון די "סיסטעם" און עפעס וואס די גוי און פרייער איד איז אונז אפן מקנא, און דאס איז די "גשמיות פון א שבת" וואס דאס ברענגט פאר די מענטש זעלבסט, און פאר די ארומיגע, ווי ארויסגעברענגט אין די צוויי ביישפילן אין דעם ארטיקל.

--

איך וועל ענדיגן די ארטיקל מיט א געוואלדיגע דערהער וואס איך האב געהערט שוין א לאנגע צייט צוריק. דאס ווארט איז נישט דוקא איבער די עול פון תורה, נאר פון די עצם געדאנק איבער דאס לעבן פון א מענטש אונטער א עול, אונטער א סיסטעם, ביזן לעבן א הפקר לעבן אן קיין "הילף" פון א סדר החיים.

וואס איז די אפטייטש פון די ווארט "עול"? וואו נאך טרעפן מיט די ווארט ווערן באנוצט?

די ווארט טרעפט מען אלס א "יאך" א עול וואס מען לייגט אויף א בהמה, צו אקערן, צו שלעפן די וואגן אא"וו.

אין וואס איז די תכלית פון די "יאך" וואס מען לייגט ארויף אויף א בהמה? וואס איז געווען איידער מען האט ערפינדן די זאך פון א יאך פאר א בהמה?

זייער פשוט!

עס איז איינגעפאלן פאר די מענטשן אז אנשטאט צו אקערן מיט די אייגענע צוויי הענט, און מיט די אייגענע רעלאטיוו שוואכע כוחות, קען מען נוצן א בהמה! א פערד א אייזל, א אקס אא"וו. זאל דער בהמה אקערן און שלעפן. ער האט מער כח, ער פארלאנגט ביליגערע עסן און ווייניגער שלאף, ער קען ארבעטן לאנגע שעות נאכאנאנד אא"וו.

דארף מען אצינד נעמען די אקער אייזן, און עס באהעפטן צום אקס! ער זאל ווערן געטריבן, און זאל שלעפן די אייזן און אויפאקערן די ערד.

אבער עס שטעלן זיך די פראגע "וויאזוי באהעפט מען דאס צום אקס"?

קען מען זיך פארשטעלן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט... איינער האט צוגעבינדן די אייזן מיט א שטריק צו די הערנער... איינער האט עס צוגעבינדן צו די פיס.... און די אקס האט געשלעפט.... די קאפ האט זיך געבויגן... די פיס האט זיך געריסן... און די בעת הבית שטייט מיט בייטש און טרייבט... אלזא מען קען נישט חלום'ן... מען דארף ארבעטן...

האט זיך דער אקס אזוי געשלעפט... און אויפגעאקערט דאס לאנד. פארשטייט זיך אז פארן אקס האט עס וויי געטאן, אבער קיין ברירה האט ער דאך נישט געהאט, און פארן מענטש איז עס געווען גרינגער ווי ווען ער אליינס האט זיך אזוי געמוטשעט.

צוביסלעך זענען מענטשן געווארן קלוגער, און פארשטאנען מער און מער איבער די געבוי פון א אקס, די געבוי פון א פערד, וויאזוי און וואו עס איז זייער כח, ביז מען האט פארענדיגט א גוטע און פראקטישע ..... "עול"! א פראקטישע "יאך"!

די יאך איז אזוי געבויט, אז עס ליגט אויף די האלז פון די בהמה, און עס ליגט די דרוק אויף די אקסלען פון די בהמה, דארט וואו די בהמה האט גאר אסאך כח, און עס שפירט נישט קיין ווייטאג וואן ער ארבעט דערמיט.

אפילו להבדיל א מענטש קען גאר אסאך שלעפן אויף די פלייצע, און די וואס טראגן שווערע פעקלעך וועלן עס טראגן אויפ'ן פלייצע אדער אויפ'ן רוקן. מען קען אסאך מען זעהן – בעיקר ווען מען "מופט" – ווי די ארבעטער טראגן ארויף און אראפ שווערע געפעק אויף די פלייצע, וואס מען הייבט אן שוויצן נאר פון קוקן ווי זיי ארבעטן... און זיי גייען ארויף און אראפ די שטיגן כמעט אזוי ווי עס וואלט געווען א שפאציר.

און דאס איז אזוי, ווייל זיי ווייסן וויאזוי צו שטעלן די פעקל אויף די ריכטיגע פלאץ, אויף די פלייצע אדער אויבן אויפ'ן רוקן, וואו עס טוט נישט וויי, און מען האט אסאך כח.

אלזא, צוריק צו די בהמה, די עול, די יאך, איז אזוי אויסגעשטעלט אז די ארבעט זאל זיין גרינג! עכ"פ די גרינגסטע וואס מעגליך.

די בהמה דארף טאקע טאן די שווערע ארבעט, אבער די עול, די יאך העלפט אים אויסטערליש ארויס, ער זאל קענען טאן די ארבעט אויפ'ן בעסטן אופן!

זאגט יענער אזוי.

די מענטש אויף די וועלט דארף טאן זייער אסאך שווערע ארבעט! די וועלט און לעבן איז נישט גרינג, עס איז זייער שווער. מען דארף "אקערן" און "שלעפן", אפשר נישט קיין "אקער-אייזן" און א "וואגן" אבער די ארבעט איז אמאל נאך שווערע פון דעם, פיזיש און גייסטיש.

איז דאך ביטער! דרייט זיך די מענטשן מיט שטריק צוגעבינדן צו זיין פוס... צו זיין הענט... און ער שלללעעעפטט... און עס רייסט.. און עס טוט וויי...

קומט די תורה און זאגט: "דו האסטו א עול"!! דא האסטו א "יאך"!! טו אן די עול. דו ווייסט טאקע ווייטער דארפן שלעפן... עס וועט ווייטער נישט זיין "גרינג", אבער, עס וועט זיין "די גרינגסטע וואס מעגליך"!!

דו וועסט טאקע דארפן אקערן, אבער די כוחות וואס דו פארנוצט וועלן זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז עס זאל זיין די ווייניגסטע אויס-מוטשעניש, און מיט די בעסטע כוחות וואס איז מעגליך!
דאס לעבן איז נישט גרינג, אבער מיט די עול התורה, שלעפסטו מיט די פלייצעס, מיט די רוקן, אויף א וועג וואס איז די פראקטישסטע און די גרינגסטע!

אן די עול התורה, טוסטו די זעלבע ארבעט, דו מוזט סיי ווי שלעפן, סיי ווי שוויצן, נאר אן די עול תורה שלעפסטו מיט די פוס... מיט'ן קאפ...

טו אן א יאך! נעם דיר די עול, דאס איז די בעסטע אפציע!
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:33 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ועל זה אנו מתפללים בכל יום ושבור עול הגוים.......

abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:07 pm

Wow געוואלדיגע ארטיקעל .
מיר זענען שטאלטץ מיט אתה בחרתנו.

dinrap
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:19 pm

געוואלדיג!
צום פינטעל!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:32 pm

געוואלדיג, אנגעהויבן פונעם געבוי, גענדיגט ביים משל פונעם יאך, און דעם שפראך אינדערמיט!

האסט מיר מחי' געווען, אצינד וועל איך דאס משקה זיין אינדערהיים לכבוד שבת קודש.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 5:57 pm

איינער ווייסט פארוואס לכתחילה אריבער שרייבט נישט אליינס

Haklal
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 10:03 pm

לאנדאנער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס לכתחילה אריבער שרייבט נישט אליינס


זיך אויך געווינדערט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 10:44 pm

א קורצע זוכעניש ברענגט מיר דאס

די פויבסט האט געזאגט:
What the Jews followed and still observe, was to consider the Sabbath as holy. On Saturday you rest. One day of the week, that's the least! Out of gratitude, to worship God, to spend time with the family, to play, to do all these things. We are not machines!
...

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:57 pm

Haklal האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס לכתחילה אריבער שרייבט נישט אליינס


זיך אויך געווינדערט

ער פלעגט זיין פון די גרויסע שרייבער. איז עס א קבלה נישט צו שרייבן אליין? ער שרייבט דאך מוראדיג גוט, אבער די אומוועג מאכט מיר נערוועז
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:17 am

פ״פ
א יישר כח

מי הוא זה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:50 am

Goodmorning האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס לכתחילה אריבער שרייבט נישט אליינס


זיך אויך געווינדערט

ער פלעגט זיין פון די גרויסע שרייבער. איז עס א קבלה נישט צו שרייבן אליין? ער שרייבט דאך מוראדיג גוט, אבער די אומוועג מאכט מיר נערוועז



Me too, I wish he comes back one day

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:14 am

פיינע ארטיקל. גאר שטארקע מעסעדש די סטעיטמענט פונעם פויפסט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:07 am

גיוואלדיגע ארטיקל

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:45 am

פארגעסט נישט די וועטער פונם פופסט בערעגט ער נאר פאר א רייע נישט אז מיר וויסען עס פונם פופסט ח"ו
די פסוק זאגט דאך קלאר ראה אנכי נותן..... ברכה וקללה....... החיים והמות.....
ווער וויל לעבען חיים מיט ברכה איז נאר דא די וועג פון תורה
אויב ח"ו נישט איז עס קללה מיט מות עס איז בכלל נישט קיין לעבען
ע"כ טייערע ברידער יעצט וועלען מיר לעבען
מירוועלן נאך א פאר טעג זאגען מי בחיים ומי.....

א כתיבה וחתימה טובה
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:27 am

נישטא קיין ווערטער פאר די הערליכע און באלערענדע ארטיקל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:07 pm

גאר א לאנגע - און ווארשיינליך אינהאלטסרייכע - ארטיקל נוסח לכתחילה אריבער.

וועל מיר ברויכן מאכן צייט אפצוליינען.

#פרינטער פרינט
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:05 pm

wow!! הערליך!!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:58 pm

מוראדיגע מוראדיגע ווערטער. צו צעקישן יעדעס ווארט. נאדיר א הויפן גרינע
✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:32 am

;l;p-
גולם פון פראג האט געשריבן:מוראדיגע מוראדיגע ווערטער. צו צעקישן יעדעס ווארט. נאדיר א הויפן גרינע
✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔✔

איי דו געסט אים א הויפן רויטע? נו גוט! זאל שוין זיין!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:43 am

זילבערנע מטבעות רופט מען אויך "גרינע" ודו"ק

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:56 pm

א מורא'דיגע באלערנדע ארטיקל, און געשריבן מיט א גאלדענע שפראך ווי אלעמאל, ייש"כ הרב זאל ער קומען, פארן ברענגען די פרישע ווארע פון הרב לכתחילה אריבער,

ייש"כ מרובה הרב לכתחילה פארן אונז מזכה זיין (קענסט לכתחילה שרייבן אליינ'ס, אבער שוין).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:52 am

PDF Please
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: נישטאָ
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:39 am

מאתים האט געשריבן:PDF Please

די פרייהייט און רואיגקייט פון עול.pdf
(148.04 KiB) דאונלאודעד 109 מאל
♪ ♫ ♪ ..................הלואי, געב איך מיר א דריי, און איך בין פריי ..................♪ ♫ ♪

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 4:09 pm

Wow דאס דארף מען חזר'ן !!!

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג אוגוסט 26, 2018 6:07 pm

לאנדאנער האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס לכתחילה אריבער שרייבט נישט אליינס

ווי זענען זיינע אלטע זאכן?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט