די דראמאטישע געשיכטע פון א פארלוירענע אידישע אימפעריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נערישער אינגרמאן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 327
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
ארכעאליגישע געפינסען
.
- אטעטשמענטס
-
- צירונגען פון די כוזרים
- Inkedsarkdeco_LI.jpg (48.75 KiB) געזען 5976 מאל
-
- א כוזרי'שע כלי
- sarkpott.jpg (26.33 KiB) געזען 5981 מאל
-
- wrestling.jpg (30.95 KiB) געזען 5981 מאל
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
זעהט אויס זייער אינטרעסאנט; כ'האף עס גרינטליך צו ליינען און אריין ווארפען מיינע צוויי סענט.
וועל עס שוין יעצט טוהן; פארוואס לאזען ווארטען.
אפשר רעדסטו שוין דערפון; עס זענען דא מטבעות געפונען געווארען ביים קאספישען ים וואס זעהט אויס ענליך צו די אראבישע מטבעות (דירהאם) בימים ההם; אבער די מומחים זאגען אז דאס האבען די אראבער נישט געקענט מאכען ווייל די אראבישע שריפט איז נאר נאך געמאכט ווי ביי אונז א גר רעדט אידיש (נח מיט זיבען גרייזען). אלזא זאגען זיי אז דאס זענען כוזרישע מטבעות (נאך געמאכט די אראבישע). כ'האף אי"ה צו צושטעלען בילדער דערפון.
אויך, דער גרעסטע מומחה אין אראבישע און אוריענטעל מטבעות (א איד פארשטייט זיך) האט מיר געזאגט אז עס איז דא א זייער זעלטען מטבע מיט די ווערטער "ארץ כוזר". כ'האב עס אבער קיינמאל נישט געזעהן. דארף מען זעהן צו די ביכער איבער דער נושא ברענגען עס נישט.
איך האב נישט קיין צייט צו טוהן דער האומווארק; בין עס אבער מודיע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די מיה.

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
חזון-איש'ניק האט געשריבן:דארף צי זיין א מטבע מיטן אויפשריפט "דיל לאנד פון די כוזרים", דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט ווי די "משה מטבע" ווי זיי רופן דאס, ווס צייגט קלאר אז זיי זענען געווען אידן.
לגבי די ארבישע נישט גוט געספעלטע מטבעות האב איך נישט געהערט.
יעצט געליינט וואס איר שרייבט וועגען דער "משה מטבע"
אין יאר 1999 למספרם האט מען אין די גוטלאנד אינזעל געטראפן כוזר'ישע מטבעות מיט א אופישריפט אויף אראביש "משה איז ג-ט'ס נביא", אנשטאט די אראבישע מטבעות וואס זיי האבן געשריבען "מחמד איז ג-ט'ס נביא", פארשער זאגן אז די כוזרים'ס מטבע איז געווען נאכגעמאכט פון די אראבישע דרהם מטבע צוליב איהר פאפעלערקייט, וועגן דעהם פארשטייט זיך פרוואס די מטבע איז געמאכט ווי די אראבישע צורה.
וואס שטימט אקוראט מיט וואס דער רוסישער מומחה אויף די כוזרים האט מיר געזאגט; און ווייזט אז די פיר מטבעות (וואס כ'ווייס ווי זיי זענען) זענען אמת. עס איז דא בנמצא די ארגינעלע מטבעות (די אראבישע געמאכטע), און די פיר כוזרישע האבען די כוזרים פרובירט נאכמאכען יענע פיר מטבעות (אלע פיר זענען אנדערש); אבער די כוזרים האבען נישט גוט געקענט אראביש און געמאכט גראבע טעותים אין אויסשטעל.
ואגב, די אראבער האבען נישט געמאכט קיין מטבעות מיט בילדער (ווייל עס איז א פסל); נאר מיט שריפטען (ווי זיי שרייבען אז מחמד...). דא און דארט איז דא א אויסנאם מיט א בעל חי וכו'.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
כוזרישע איבערבלייבענישען אין קריימיע
אין די קריימיע האלב אינזעל (קרים), ווי עס איז דא א לאנג יעריגער אידישע קהילה, לכאורה די לענגסט אידיש באוואוינט ישוב אין אייראפע, האבן זיי געוויסע מסורת איבער די כוזרים.
זיי זאגן אז די היסטארישע גיור אויף די כוזרי'שע פאלק אין פארגעקומען אין די רעזארט שטאט [img]חורסונס[/img], נעבן די סרקל פעסטונג, און צייגען אהן די פלאץ ווי די כוזרים האבן זיך גע'טובל'ט ביים טייך, ליידער איז דארט דא א קלויסטער, ווייל די רוסן האבן דארט מקבל געווען אויף זיך די קריסטנטום.
עטליכע אוהר אלטע שוהלן זענען אנגעבליך נאך פון די כוזרים, וואס אנהאלט אותיות אויף לה"ק, פסיפעס מיט א בילד פון א מנורה. אויף איין אזא שוהל וואס איז אין פעדאוסע האב איך געזעהן אין די רשומות וואס א שוחט מיטן נאמען ר' אליהו פארפעל ז"ל פון קריימיע האט געשריבען אין יאר תער"ב, איז געפינען געווארן אין די שוהל א כת"י אז עס איז שוין (פאר הונדערט יאר צוריק) אלט טויזענט יאר, און ער פארציילט אויך אז ער האט געטראפן א אלטער ספר תורה וואס איז נתנדב געווארן דורך א כוזרי, אזוי פארשטייט ער פון די רשימה וואס דער נדבן האט ציגעשריבען.
דער אלטער שוהל אין חורסונס
אין קריימיע איז דא א אוהר אלטע ריזן בית הקברות, וואס זיי רופען דאס עמק יהושפט, ווי זיי זאגען איז דארט אויך דא כוזרי'שע קברים, אין די אויבען דערמאנטע רשימה שרייבט ער אז ער האט דארט געזעהן א מצבה מיטן אויפשריפט "מצבת יצחק סנגרי פ"נ שנת פטירתו ד"א תקכ"ז לפרט גדול"
עמק יהושפט
דאס הייסט אז ער האט געפונען די קבר פון די חבר רבי יצחק סנגרי, און לויט דעהם איז ער נסתלק געווארן יאר תקכ"ז, 27 יאר נאך די היסטארישע גרות.
וואס עס איז שווער אויף דעהם איז אז אין ספר הכוזרי שטייט אז דער חבר האט געוואלט פארלאזן ארץ כוזר און גיין צי ירושלים, און דער קעניג האט ביי איהם שטארק מפציר געווען און דערנאך האט דער קעניג מסכים געווען, נאך וואס רבי יצחק האט איהם מסביר געווען די חשיבות פון ארץ ישראל, קומט דאך אויס אז ער איז ארויף צי ארץ ישראל, און נישט אוועק אין כוזר? קען אפשר זיין אז ער האט געוואלט ארויף גיין ולא עלתה בידו, און אויב איך האלט אז דער ספר הכוזרי איז נאר א משל, קען זיין אז דאס איז א חלק פון די משל, ווי רבינו יהודה הלוי האט געוואלט מסביר זיין די חשיבות פון ארץ ישראל האט ער דאס געשריבען, אבער נישט אז אזוי איז באמת געווען.

יעצט פארראכטן און איבער געשריבען די פרט, וועלכער איז נישט געווען גוט געשריבען, ואתכם הסליחה
נאך דריי טאג האט ער גערופען די קריסטליכער חכם, און ער האט איהם געפרעגט זאג מיר די אמת, די מוסלעמענר געזעצן און פארגלייך צי די אידישע וועלכער איז בעסער? האט איהם דער חכם געענטפערט אז זיכער די אידישער, און אז עס איז נישטא אין די וועלט אזא רעליגיע ווי די אידישע, ווא סהאבן מקבל געווען די תורה אויף הר סיני, און דא האט ער איהם געזאגט די גאנצע שמועס וואס איז שוין אויבן דערמאנט, אז די אידן האבן געזינידיגט וכו', משא"כ די מוסלעמענער האבן גארנישט נישט קיין שבת וכו' דערנאך האט ער אריין גערופען דער מוסלעמענר חכם, און איהם געפרעגט, דין ישראל און די קריסטליכע דינים וועלכער איז חשוב'ער, האט ער איהם געענטפערט אז די אידישע, נאר וכו' (ווי שוין אויבן געשריבען), משא"כ די קריסטן עסן חזיר וכו'.
צימארגנס האט ער זיי ביידע געלאזט רופען ציזאמען, און זיי האבן זיך ווייטער אנגעהויבען ארום קריגען, האט דער קעניג געפרעגט דעהם קריסטליכען חכם, דין ישמעאן און די אידישע וועלכער איז בעסער? האט איהם דער חכם געענטפערט אז זיכער די אידישער, דערנאך האט ער געפרעגט דעהם מוסלעמענער חכם, די קריסטליכע געזעצן און די אידישע וועלכער איז בעסער? האט ער איהם געענטפערט, זיכער די אידישער.
- נתנאל מינצבערג
- שר חמש מאות
- תגובות: 538
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".
וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.
איז דען דאס אויסגעהאלטן?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
לחם לשובע האט געשריבן:דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".
וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.
איז דען דאס אויסגעהאלטן?
עס קוקט בכלל נישט אויס אז די כוזרים זאלן זיין עכטע תורה טרייע אידן (אודאי נישט נטרונא סטייל). זייער גאנצער דרך מלחמה איז דאך געפירט געווארן אויף גוי'אישן שטייגער, קיין או"ת ווען ארויסצוגיין אין קריג האבן זיי נישט געהאט. זיי האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען תורת משה, אבער ווער זאגט אז זייער הלוך ילך האט געשטימט הונדערט פראצענט מיט חז"ל?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
ולא מיין האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".
וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.
איז דען דאס אויסגעהאלטן?
עס קוקט בכלל נישט אויס אז די כוזרים זאלן זיין עכטע תורה טרייע אידן (אודאי נישט נטרונא סטייל). זייער גאנצער דרך מלחמה איז דאך געפירט געווארן אויף גוי'אישן שטייגער, קיין או"ת ווען ארויסצוגיין אין קריג האבן זיי נישט געהאט. זיי האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען תורת משה, אבער ווער זאגט אז זייער הלוך ילך האט געשטימט הונדערט פראצענט מיט חז"ל?
די גרות איז דאך זיכער געווען א כשר'ע גרות נאך וואס איז עס איז אויסגעפירט געווארן דורך די חבר (און נישט דורך ראביי לוקסטין...), און דער ספר הכוזרי פארציילט דאך אז זיי האבן געלערנט תורה און געהיטן מצוות, און יארן שפעטער פארציילט די ראב"ד אז זייערע אייניקלעך זענען תלמידי חכמם, איז ווי טרויעסטו צי זאגן אז זיי זענען נישט געווען עכטע תורה טרייע אידן? דיין קשיא איז פון די מלחמות, א גוטע קשיא, אבער אויב די ספר הכוזרי וואס איז געשריבען געווארן דורך א ראשון פאריילט איבער די מלחמות, איז א סימן אז ער אהלט נישט אז עס איז געווען א פסול'ע זאך.
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
לחם לשובע האט געשריבן:דערנאך איז דער מלאך נאכאמאל געקומען און איהם באפוילען צי בויען א הויז פארן אייבישטער, האט איהם דער קעניג געזאגט, "איך שעהם זיך זייער, אבער איך האב נישט קיין גאלד דערצוה," האט איהם דער מלאך געזאגט אז "זאלסט גיין אין קריג מיט די לענדער רודלאן און ארדיל, און ג-ט וועט זיי געבן אין דיינע הענט און דו וועסט זיי באזיגען, און דארט וועסטו טרעפן צווייי אוצרות איינס פון גאלד און איינס פון זילבער, זאלסט עס נעמען און בויען א הוז פאר ג-ט".
וכך הווה, און ער האט געבויעט א אהל, ארון, מנורה, שולחן, מזבחות, און כלי הקודש.
איז דען דאס אויסגעהאלטן?
לויט ווי עס שטייט אין ספר הכוזרי מאמר שני, איז דאס געווען א תבנית פון די כלים, דאס הייסט א מאדעל, לכאורה מיינט דאס אז עס איז נישט געווען כמתכונתו, און דאס איז בעסער.
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
ווי פול כוזרים האבן זיך מתגייר געווען?
חוקרים האבן אלץ גענישטערט אין די שאלה ווי פול כוזרים האבן זיך מתגייר געווען, צי נאר די קעניגליכע משפחה, אדער אלע שרי המלוכה, אדער ממש די גאנצע פאלק?
למעשה ווי עס שטייט אין די ספר הכוזרי, האט זיך די גאנצע פאלק מתגייר געווען, אבער אין די בריוו פון יוסף מלך הכוזרים שטייט אז עס האבן זיך מתגייר געווען דער מלך און זיינע קנעכט, האבן חוקרים פון דעהם געוואלט לערנען אז נאר די מלוכה איינגעשטעלטע האבן זיך מתגייר געווען.
חוץ פון דעהם וואס עס איז נישט קיין ראי', ווייל זיינע קנעכט קען אויך מיינען די גאנצע פאלק וואס זענען אינטער איהם געווען אינטערטעניג, אבער אין א כת"י פון די בריוו פון סט' פטרבורג לייבערי שטייט אז עס האבן זיך מתגייר געווען הוא ועבדיו ועמו, דאס הייסט אז די פאלק האט זיך מתגייר געווען, לפי דעהם איז פון די בריוו אויך מוכח אז אלע כוזרים האבן זיך מתגייר געווען.
אזוי אויך אין די דאקומענטן וואס דער מוסלעמענער היסטאריענער פון יענע תקופה אבן פעדלאן האט געשריבען איבער די כוזרים שטייט אז דער קעניג מיט די פאלק זענען אלע אידן.
ס'דא חוקרים וואס מאכן א פשרה, אז נישט אלע האבן זיך מתגייר געווען, אבער זיי האבן שוין נישט געקענט אנגערופן ווערן אלס א כוזרי, ווייל א טייל פון די אידעאליגיע פון א כוזרי איז צי זיין א איד, קומט טאקע אויס אז אלע כוזרים זענען געווען אידן.