א גרויס מיסטעריע הערשט צווישן די כוזר'ישע פארשער, נאך וואס עס איז אנטדעקט געווארן אין די קאירא גניזה דורך סאלאמאן שעכטער, א בריוו וואס איז געשריבען געווארן דורך א אנאנימע כוזרי, וואס זיי רופן דאס אלס דער "שעכטער בריוו", א בריוו וואס איז געשריבען מיט א פליסיגער לשון הקודש, אריינפעדעמענדיג לשונות פון פסוקים, און עס איז שם שמים שגור על פיו, א בריוו וואס פארציילט די גאנצע כוזרי'שע הסטאריע, מיט פולע נייע פרטים, אבער טייל פון זיי אנדערש ווי עס איז באקאנט, און ווי עס שטייט געשריבען אין די אוהר אלטע מקורות.
פארשער גלייבען אז דער שרייבער פון די בריוו האט עס געשריבען צי די ראש הגולה ר' חסדאי אבן שפרוט ז"ל צוליב דעהם וואס זיי האבן עס געטראפן צווישן אנדערע בריוון וואס איז צי איהם געשיקט געווארן, טייל גלייבן אז דער שרייבער האט עס געשריבען נאך וואס ר' חסדאי האט זיך אנגעהויבען פאראינטעסירן אין די כוזרים.
פאלגענד איז די טעקסט פון בריוו, די ציגעלייגטע איז נאר א השערה נאך וואס עס איז פארמעקט געווארן
01 ארמיניא ויברחו מפניהם אבותי [ . . . . ] [כ]י [לא יכל]ו
02 לשאת עול עובדי אלילים וקבלום [שרי קזרי]א כי [אנ]שי
03 קזריא היו תחילה בלא תורה וישאר[ו גם הם] בלא
04 תורה ומכתב ויתחתנו ליושבי הארץ וי[תערבו עמ]הם
05 וילמדו מעשיהם ויצאו עמם תמיד ב[מלחמה]
06 ויהיו לעם אחד רק בברית מילה נסמכו ומק[צתם]
07 שומרים את השבת ולא היה מלך בארץ קזריא כי א[ם]
08 אשר היה עושה במלחמה נצחונות שמוהו עליהם לשר
09 צבא עד פעם שיצאו עמהם היהודים במלחמה כפעם
10 בפעם ואותו היום גבר יהודי אחד בחרבו והבריח את
11 הצרים הבאים על קזר ושמוהו עליהם אנשי קזר לשר
12 צבא כמשפטם הראשון ויהיו בדברים האלה ימים רבים
13 עד אשר חנן ה' ויעורר את לב השר לשוב בתשובה
14 כי המתו אשתו סרח שמה ותלמודהו להועיל וגם הוא
15 ניאת כי מהול היה וגם אבי הנערה איש צדיק בדור
16 ההוא הורהו דרך החיים . והוא כשמוע מלכי מקדון
17 ומלכי ערב את הדברים האלה חרה להם מאוד וישלחו
18 מלאכים אל שרי קזריא דברי גידופים על ישראל לאמר
19 מה לכם לשוב באמונת היהודים שהם משועבדים תחת
20 ידי כל אומות וידברו דברים שאין לנו לספר ויטו את
21 לב השרים לרע ויאמר השר הגדול היהודי מה לנו
22 להרבות דברים יבואו מחכמי ישראל ומחכמי יון
23 ומחכמי ערב ויגידו לפנינו כל אחד מהם
24 [מע]שה א[להיהם ונראה] אחריתו ויעשו כן וישלח
25 [למלך י]ון מ[לאכים וגם ל]מלכי ערב והתנדבו חכמי ישראל
26 [ל]בוא [לעזרת אנ]ש[י] קזריא ויפתחו היוונים להעיד
27 [ . . ה . . . . . . . ] התחילו היהודים והערבים להכזיבו ואחר
28 [העידו הער]בי[ם]והכזיבום היהודים והיוונים ואחר פתחו
29 [חכמי ישר]אל מששת ימי בראשית עד יום עלות ישראל
30 ממצרים ועד בואם אל ארץ נושבת העידו היוונים
31 והערבים אמת והצדיקום וגם נפלה ביניהם מחלוקת
32 ואמרו שרי קזריא הנה מערה בבקעת תיזול הוציאו לנו
33 את הספרים אשר שם ופרשום לפנינו ויעשו כן ויבואו
34 בתוך מערה והנה שם ספרים מתורת משה ויפרשום
35 חכמי ישראל כדברים הראשונים אשר דברו וישֻבו ו
36 ישראל עם אנשי קזריא בתשובה שלימה ויחלו היהודים
37 לבוא מן בגדד ומן כורסן ומארץ יון והחזיקו בידי אנשי
38 הארץ ויתחזקו בברית אב המון וישימו עליהם אנשי
39 הארץ אחד מן החכמים לשופט וקוראין שמו בלשון
40 קזר כגן על כן נקראו שמות השופטים שקמו אחריו
41 כגן עד היום והשר הגדול שלקזריא הסיבו שמו
42 סבריאל וימליכוהו עליהם למלך ואומרים בארצינו
43 כי אבותינו משבט שמעון היו אבל אינינו עומדים
44 על אמתת הדבר והשלים המלך עם מלך אלן שבנינו
45 כי מלכות אלן עזה וקשה מכל האומות אשר סביבותינו
46 כי אמרו החכמים פן יתעוררו עלינו האומות למלחמה
47 ונוסף גם הוא על שנאינו על כן ה[שלים עמו לעזור]
48 איש את אחיו בצרה ויהי חתת א[להים על האומות אשר]
49 סביבותינו ולא באו על מלכות קזר [אבל בימי בנימין]
50 המלך נתעוררו כל האומות על [קזריא] ויציקו [להם בעצת]
51 מלך קדמון ויבואו למלחמה מלך אסיא וט[ורקיא]
52 [ . . . . ] ופייגיל ומקדון רק אלן היה בעזרת [אנשי קזר]
53 כי מקצתם היו שומרים תורת היהודים אלו המלאכים [כולם]
54 נלחמו על קזריא ומלך אלן הלך על ארצם וי[כם מכ]ה עד
55 אין מרפא ויפנם יי לפני בנימין המלך וגם בימי אהרן
56 המלך נלחם מלך אלן על קזר כי הסיתו מלך יון וישכור
57 עליו אהרן את מלך טורקיא כי היה א[והבו אז] ויפול מלך
58 אלן לפני אהרן וילכדהו חי ויכבדהו [המלך עד מ]אד ויקח
59 את בתו לבנו ליוסף לאשה אז [נשב]ע לו מלך אלן אמונה
60 וישלחהו אהרן המלך [ . . . . הבית]ה ומהיום ההוא נפלה אימת
61 קזר על האומות אשר סביבותם . וגם בימי יוסף המלך
62 אדוני [ . . . בעז]רו בהיות השמדה בימי מלך רומנות הרשע
63 [כאשר נודע] הדב[ר] לאדוני סילה רבים ערלים וגם רומנות
64 [הרשע] שלח מתנות גדולות להלנו מלך רוסיא ויסיתו
65 לרעתו ויבוא על מדינות סמבריי לילה וילכדה בגניבה
66 כי לא היה שם הפקיד רב השמוניי ויודע הדבר לבולשצי
67 הוא פסח המיקר ויבא על עירי רומנות בחרון אף ויך
68 מאיש ועד אישה וילכד שלוש עיירות לבד הפרוודים
69 הרבה מאד ומשם בא על שורשו[נו] וילחם עליה
70 [ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]ויצאו מן הארץ כתולעים
71 [ . . . . . . . . . . . . . . . ]ישראל וימותו מהם תשעים איש
72 [ . . . . . . . . . . . . ]ל]ה אבל שמם למס עובד ויצל
73 [ . . . . . . . . . . מ]יד רוסו [ויקח] את כל הנמצאים מהם
74 [ . . ויכם לפי ח]רב ומשם הלך על הלגו למלחמה וילחם
75 [ . . . . . . חדשים ויכניעהו אלהים לפני פסח וימצא
76 [ . . . עוד ה]שלל אשר לקח מסמבריו ואומר כי רומנוס
77 השיאני [לזאת] את ויאמר לו פסח אם כן לך על רומנוס
78 והלחם בו כאשר נלחמתה בי ואלך מעליך ואם לא פה
79 אמות או אחיה עד אנקום נקמתי וילך בעל כורחו
80 וילחם על קוסטנטינא ארבעה חדשים בים ויפלו שם
81 גבוריו כי גברו מקדונים באש וינס ויכלם לשוב אל
82 ארצו וילך אל פרס בים ויפל שם הוא וכל מחנהו
83 אז היו רוסיים כנועים תחת ידי קזר חנני
84 מודיע לאדוני שם ארצנו כאשר מצאנו בספרים
85 ארקנוס ושם עיר הממלכה קזר ושם הנהר העובר
86 בתוכה אטיל והו מימין לים הבא מהוצ[ . . ] אשר
87 עברו בו שלוחיך לקוסטנטינא וכמדומה אני מן
88 הים הגדול מושך ומדינתנו רחוקה מן הים ההוא
89 אלפים ומאה וששים ריס ובין ארצנו לקוסטנטינא
90 בים תשעה ימים וביבשה שמנה ועשרים יום
91 וארץ ממשלת אדוני חמשים יום הנה הנלחמים עמנו
92 אסיא ובאב אלאבואב וזיבוס וטורקו ולוזניו
פוהלע ווערטער פון די בריוו פעלן צוליב וואס עס איז פארמעקט געווארן במשך די יארן, דעריבער איז שווער צי פארשטיין וואס פונקטליך שטייט דארט, אבער וואס מען פארשטייט לכאורה פון די ווערטער וואס איז יא פארבליבען, איז די פאלגענדע געשיכטע.
די כוזר'ישע היסטאריע לויט דער שרייבער פון דער בריוו
יענער שרייבט אז אין די לאנד ארמעניע ווי זייערע זיידעס האבן געוואוינט, האבן זיי פון דארט געוואלט אנטלויפן נישט קענענדיג טראגן די עול פון עבודה זרה, און זענען אנטלאפן צי קזריא (כזר), ווי די איינוואוינער האבן זיי אויפגענומען שיינערהייט, אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געהאט קיין תורה, האבן נעבעך די אידן זיך אפגעלערנט פון זיי (אזוי ווי עס איז געשעהן איבער טויזענט יאר שפעטער אין אמעריקא...), און האבן חתונה געהאט מיט זיי, [און זענען ארויס מיט זיין אין מלחמה,] און זענען געווארן ממש איין פאלק, נאר ברית מילה האבן זיי איינגעהאלטן, און [טייל] האבן געהאלטן שבת.
אין די לאנד קזריא איז דאן נישט געווען קיין קעניג, נאר ווער עס איז געווען א געלונגענע קעמפפער און באזיגט ביי די מלחמת האט מען געשטעלט אלץ שר הצבא, ביי איין מלחמה ווען די אידן זענען ארויס מיט זיי אין קריג איז געווען א אידישע קעמפפער וואס האט באזיגט די שונאים און מען האט איהם געשטעלט אלץ שר הצבא.
אזוי איז געווען פוהל טעג, ביז איין טאג האט איהם איבערגענומען א געפיהל צי תשובה טוהן, ווייל זיין ווייב סרח איז געווען א ערליכע אידענע, און אויך איהר טאטע איז געוועהן א ערליכער, און זיי האבן איהן אויסגעלערנט די אידישע וועג, און אויך איינזעענדיג אז ער איז גע'מל'עט האט ער תשובה געטוהן.
ווען די אראבישע און אנדערע מלכים האבן דאס געהערט האט זיי דאס זייער וויי געטוהן, און האבן געשיקט שלוחים צי די כוזרי'שע שרים מיט דברי גידופים פרעגנדיג וואס האבן ענק זיך צוריק צי קערן צי די אידישע אמונה וואס זענען א פאלק וואס איז אינטערטעניג אינטער אנדערע פעלקער, און זיי האבן גערעדט שרעקליכע דיבורים וואס איז נישט כדאי זיי בכלל צי אראפ שרייבען, און זיי האבן מצליח געווען צי איבער דרייען די הארץ פון די נידעריג ראנגיקע שרים צום שלעכטן.
האט דער גרויסער אידישער שר געזאגט, וואס דארף מען סתם אזוי רעדן? לאמיר רופן אידישע חכמים און (להבדיל) קריסטליכע און מוסלעמענער חכמים, און וועלן מיר הערן וואס זיי זאגן, און אליין מחליט זיין די אמת.
און אזוי איז געווען, עס זענען אנגעקומען חכמים פון די אידן און להבדיל פון די קריסטן און די מוסלמענער, און ווען די קריסטליכער חכמים האט אנגעהויבען רעדן און פארציילן פון זייער גלויבען האבן די אידישע חכמים און להבדיל די מוסלעמענער חכמים זיך געדינגען און געקריגט אויף איהם, און ווען די מוסלמענער חכמים האט אנגעהויבען צי רעדן האבן די אידישער חכמים און להבדיל די קריסטליכער חכמים זיך געקריגט אויף זיינע רייד, און דערנאך האט די איד גערעדט, און זיי פארציילט פון בריאת העולם און ווייטער, און פון יציאת מצרים ביז מען איז אריין אין ארץ ישראל, און אויף דעהם האבן די קריסטן און די מוסלעמענער זיך נישט געקריגט נאר מסכים געווען דערצוה, זאגענדיג אז דאס איז אמת, אבער דאן איז געקומען די מחלוקת אויף די אמונה.
האבן די כוזרי'שע שרים געזאגט דא אין די תיזול טאל איז דא א מערה וואס דארט איז באהאלטן אלטע ספרים, ברענגס די ספרים און זייטס מסביר וואס דארט שטייט, און אזוי איז געווען און מען האט געברענגט די ספרים, וואס דאס זענען געווען ספרים מתורת משה, און די אידישע חכמים האבן עס מפרש געווען און עס איז אויסגעקומען ווי די אידישע אמונה, און דאן האבן אלע אידן פון כוזר תשובה געטוהן, ציזאמען מיט די כוזר'ישע איינוואוינער וואס זענען געווארן אידן, און עס האבן אנגעהויבען קומען אידן פון די גאנצע וועלט קיין כוזר, פון בגדאד און כורסן און יוון (ביזאנטיון), און זיי האבן געשטארקט די כוזרי'שע איינוואוינער אין אידישקייט און די כוזרים האבן זיך גע'מל'עט און געווארן כשר'ע אידן.
מען האט דאן גענומען א איד צי זיין דער הויפט שופט אין לאנד און מען האט איהם א נאמען געגעבן כגן, און פון דאן הייסען אלע כוזרי'שע שופטים כגן, און דער גרויסער אידישער שר האט מען ממליך געווען פאר א קעניג, און מען האט איהם א נאמען געגעבן סבריאל.
דער שרייבער פארציילט ווייטער: מען שמועסט ביי אונז אז אונזערע עלטערן שטאמען פון שבט שמעון, אבער מיר וויסען נישט צי דאס איז ריכטיג.
דער שרייבער פארציילט אויך איבער דאס לאנד אלן (אלאנים) וואס איז געווען זייער א שטארק לאנד , און דער כוזרי'שער קעניג האט באשלאסן צי לעבן מיט איהר בשלום, כדי זיי זאלן זיך נישט אנשלוסן קעגן די כוזרים אין א קאמפ טאמער וועט זיך מאכן,
און אין די טעג פון דער קעניג בנימן האבן די ארומיגע פעלקער באשלסאן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און דאן איז אלן געקומען צי הילף פאר די כוזרים ווייל טייל פון די אלאנע איינוואוינער האבן געהאלטן אידישקייט.
אבער אין די טעג פון דער קעניג אהרן האט אלאן באשלאסן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און די כוזרים האבן איהר באזיגט, און מען האט געפאנגען דער קעניג פון אלן לעבעדיג, אבער אנשטאט באשטראפן האט דער קעניג אהרן האט איהם מכבד געווען און גענומען זיין טאכטער פאר א כלה פאר זיין זוהן, און דאן האט דער אלן'ער קעניג געשוואוירען געטריישאפט פאר די כוזרים.
נאך פארציילט ער אין די צייט פון די קעניג יוסף ווען דעמאלטס איז געווען דער ביזאנטישער קייסער רומנוס דער רשע, האט ער באשלאסן צי מלחמה האלטן מיט די כוזרים, און ער האט געשיקט שלוחים צי הלגו (ווארשיינליך דער וואס איז באקאנט אלץ אולג) דער רוסישער הערשער מיט מתנות איהם צי חנפ'נען ער זאל מיט איהם גיין לחמה האלטן קעגן די כוזרים. און זיי האבן אינוואדירט ציזאמען דעהם כוזרי'שען סמבריי פראווינץ צוליב וואס דער אפיציעלער הערשער פון דעהם פראווינץ מיטן נאמען פסח איז דאן נישט געוועהן, און ווען פסח האט דאס געהערט איז ער באלד געקומען אין קאמפ קעגן דער רשע רומנוס, און ער האט פון איהם איינגענומען דריי שטעט, און דערנאך האט ער מלחמה געהאלטן מיט די רוסן לאנגע חדשים ביז ער האט זיי באזיגט, און דער רוסישער הערשער אולג האט זך פאר איהם פארעענטפערט אז רומנוס האט איהם איבער גערעדט, האט איהם פסח געזאגט צי גיין מלחמה האלטן מיט רומנוס אין הויפט שטאט קאסטאנטינא, און אויב נישט וועל איך יעצט פון דיר נקמה נעמען, נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער געקעמפט מיט די ביזאנטען, און ער האט געליטען א מעכטיגע נידערלאגע, און ער איז אנטלאפן קיין פרס ווי דארט האט ער געטראפן זיין טויט.
אפהאנדולנגען איבער די בריוו
די בריוו האט געמאכט א שטארקע טומעל ביי די חוקרים, צוליב די פוהלע נייע אומבאוויסטע פאקטן וואס ווערט דארט דערמאנט, און צווישן זיי טייל פאקטן וואס שטומען נישט אלע מיט די אנגענומענע היסטאריע, און מיט דאס וואס עס שטייט אין די בריוו וואס דער קעניג יוסף האט געשריבען, און אין ספר הכוזרי.
קודם דארפן מיר זעהן וואס פון די בריוו איז גלייך צי דאס וואס מיר ווייסן
א. ווערט געברענגט אין די בריוו אז די כוזרים האבן זיך געקערט צי אידישקייט, נאכן אפהאלטן א ויכוח, און זיי האבן זיך מתגייר געווען, אזוי ווי עס ווערט דארט געשילדערט אז זיי האבן זיך גע'מל'עט, וואס דאס איז דאך א חלק פון א גיור פראצעדור ("ויתחזקו בברית אב המון" מיינט דאך ברית מילה וואס אברהם אבינו איז אנגערופן געווארן דאן אב המון גויים).
ב. אזוי אויך די נעמען פון די קעניגן בנימן אהרן און יוסף איז פאר אונז שוין באקאנט.
ג. אויך די געשיכטע פון דער רוסישער הערשער אולג איז באקאנט.
און נאך עטליכע פרטים
אין די בריוו שטייט אבער די פאלגענדע פרטים
א. אין די בריוו ווערט דערמאנט אז די קעניג וואס האט זיך געקערט צי אידישקייט האט געהייסן סבריאל, און דאס איז דאך לכאורה וואס מיר קענען אלס בולאן, און דא שטייט אז ער איז געווען דער ערשטער קעניג אין לאנד, און נאך זיך קערן צי אידישקייט איז ער געווארן דער מלך.
ב. פון די בריוו זעהט מען אז דער קעניג איז בעצםשוין לכתחילה געווען א איד און האט נאר תשובה געטוהן, און איז שוין פון לאנג געווען גע'מל'עט.
ג. די נאמען "כגן" וואס ער פארציילט אז מיט דעהט האט מען גערופן די שופטים.
אבער אין אלטע מקורות זעהט מען
א. עס זענען שוין געווען קעניגן פאר דעהם, און בולאן איז געווען דער יורש פון די מלוכה נאך עטליכע דורות.
ב.בולאן איז געווען א גר צדק וואס האט זיך גע'מל'עט ווערנדיג א איד.
ג.די נאמען כגן איז לכאורה די זעלבע ווארט פון "כאקאן", און אין אלע אלטע מקורות, און אזוי שרייבט אויך רב סעדיה גאון שטייט אז די כוזרים האבן גערופן זייער קעניג מיטן נאמען "כקן", דאס הייסט אז נישט די שופטים.
און אזוי איז דאך נאך פארשידענע פרטים וואס חוקרים האבן אלס געגלייבט אנדערש.
און אויסער דעהם איז דא פוהל נייע פאקטן וואס עס שטייט אין די בריוו, אזוי ווי איהר קענט זעהן.
למעשה דארף מען וויסן ווער דער שרייבער פון די בריוו איז געווען און ווי ווייט מען קען איהם גלייבען.