אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

dovidal האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:גאר א רייכע ארטיקל דאס, אסאך ארבעט ליגט דערין..

אזא שיינע ארבעט
וואס מיינט ?לאמטערנע #2..

יישר כח!

לאמטערנע איז געווען א אויסגאבע פון אייוועלט, מ'קען עס דא דאונלאדען. דארט איז געדרוקט די ארטיקל (רובו ככולו) אין א הערליכע אויסלייג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א ריזיגער דאנק אייך הרב נאו שכל. גוואלדיגער ארבעט אויסערגווענליך רייך.

ווי קען איך מער ליינען איבער די מלחמה וואס רבותינו זצ"ל האבן געפירט קעגן רמ"ד? וואס פונקטליך איז געווען די פראבלעם פונעם ביאור? וואס א סארט מענטש איז ער געווען?

איך ווייס נישט ווי אזוי צי פארטייטשען דעם לשון הנוב"י וואס איז מועתק למעלה ווי ער פראבירט דן זיין לכף זכות, מעגליך אז עס איז געשריבן אינטער פחד, עס איז דא א לשון פונעם הייליגען בני יששכר בערך אזוי: "אז אפילו אויב דער דעסויער איז געווען א פרומע דייטש און ער האט עפעס זכותים בעט ער דעם באשעפער אז ער זאל נישט ארויסגיין פון גיהנם"

איז דא אפיקורסות אין זיין ביאור? איז די פראבלעם אין זיין שלעכטע כוונה? איז די פראבלעם אין דאס הויעך דייטש שפראך וועלכע איז מקרב אידן צי גוים?
קען איינער געבן א אויסגעהאלטענער אדרעס ווי איך קען זען מער דערוועגן?
יישר כח
זקן מלא רחמים.
reb yechiel
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 28, 2019 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yechiel »

יו-טוב נישט ערלויבט
[align=center]ווארענונג!!
פארן צוריקשטעלן א געמעקטע תגובה קען מען קריגן א זאפארטיגע חסימה.
[/align]
reb yechiel
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 28, 2019 12:10 pm

רבי משה בן ישראל הלוי לנדא פון פראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yechiel »

land.jpg
land.jpg (35.31 KiB) געזען 5537 מאל
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

reb yechiel האט געשריבן:
land.jpg

זעסט דאך דעם בילד
מקען זיין א ערליכער אבער אויב טרעט מען אפ מיט איין טריט איז מען א פארלוירענער און דאס האט פאסירט צו אונזער פראג מיט איר גאנצע תורה און היסטאריע
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש''כ נא שכל, געוואלדיג הנאה געהאט. א רייכע שטיק היסטאריע!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אחד אני יודע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 10:14 am

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד אני יודע »

האם יש תרגום למאמר זה בלשה"ק? אם לאו האם יוכל אחד מן החברים כאן לתרגמו?

נא_שכל האט געשריבן:א ברייטע אפשאצונג איבערן זון פונעם נודע ביהודא ר' ישראל הלוי לנדא, און אייניקל ר' משה - פרנס דק"ק פראג וואס האבן צוגעזעהן און מיטגעלעבט די אויפשטייג פון די השכלה ווינטן וואס האבן איבערגענומען זייער היימשטאט פראג, אבער זיך געהאלטן פעסט צום דרך המסורה און נישט אפגענויגט צו די נייע וועגן וואס האבן חרוב געמאכט די יוגנט.

זעהט דא א לענגערע פארש ארבעט, א מייסטערהאפטע ווערק איבער די לעבן און שאפן פון דער באקאנטער מדפיס ומחבר ספרים, פרנס הקהל און אדלמאן, חכם וסופר, ר' משה לנדא, וואס איז געווען א שטיק צייט דער מעיאר פון די שטאט פראג, און איבער די דרוק ווערק פון ר' משה'ס באקאנטע - היבש קאנטרעווערסיאלע דרוקעריי.

ווי אויך האבן מיר מקדים געווען א שטיקל ביוגראפיע - מיט אומבאקאנטע פאקטן - אויף זיין פאטער ר' ישראל בן הנוב"י.

בין פראג לפרעשבורג

פאר מיר פאנגן אן אונזער ארטיקל איז כדאי צו שרייבן א קורצע הקדמה איבער די אנטוויקלונגען פון די תקופה אין וועלכע אונזערע העלדן האבן געלעבט, דאס וועט געבן די מינאמאלע נויטיגע ידיעות צו קענען ריכטיג אפשאצן די מעשים פון די פערזענליכקייטן וואס מיר וועלן באשרייבן אינעם ריכטיגן קאנטעקסט.

כידוע אז עס זענען געווען אין יענע עפאכע פארשידענע שווערע גזירות אויף די אידן אין בעהמען וואס פראג איז דאן געווען א טייל דערפון, סיי שווערע שטייערן און סיי אז מען האט נישט געקענט געהעריג חתונה האבן ווייל מען האט געלייגט א צאל וויפיל אידן עס מעגן וואוינען דארטן וואס האט זייער פארשוערט דאס ברענגען פרישע איידעמער פאר די טעכטער, ווי אויך האט א איד נישט געקענט קויפן לאנד אלס אייגנטום. די אלע גזירות האבן געברענגט שווערע פראבלעמען פאר די קהילות, שפעטער ווען פראנץ יאזעף דער צווייטער האט איבערגענומען די מלוכה פון זיין מאמע בשנת תק"מ האט ער דעמאלט פאררופן צו מאכן שינויים לטובה פאר פרייהייט, און ער האט אנגעהויבן מיט רעפארמירן די שולע סיסטעם, סיי ביי די גוים און סיי ביי די אידן, און צוביסלעך האט מען אויך אנגעהויבן נאכצולאזן פון די שווערע גזירות.

פארשטייט זיך אז די משכילים וואס האבן שוין לאנגע יארן געלאקערט אויף די צעירי הצאן האבן יעצט געטראפן די פאסיגע צייט זיך צוזאמצושטעלן מיט די מלוכה און העלפן אויספירן די פלענער פון רעפארמירן די שולע סיסטעם און אזוי וועט מען אויפקלערן און 'קלוג' מאכן די אלטע פאנאטישע אידן. עס זענען געווען פארשידענע מהלכים אין די צוגאנג וואס די מנהיגי הקהילת האבן געהאלטן אז מען דארף נעמען זיך צו ספראווען דערמיט, ווענדט זיך לויט די מדינה (ואכהמ"ל).

אין פראג עיר החכמים מעולם, וואס די גרעסטע גאונים ופוסקים פון כלל ישראל האבן דארט געוואוינט, האבן די רבנים געהאלטן אז מען דארף זיך אביסל צושטעלן צו די פרייהייט ווינטן און אז דאס וועט נישט שאטן ביז ווילאנג אלעס איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג, און ווי לאנג עס גייט סינאנים מיט אמונה בה' ובתורתו. זיי האבן געהאפט אז מיטן דעם וועט מען זיך אויך באפרייען פון די שווערע גשמיות'דיגע פלאגענישען וואס האבן געמוטשעט די אידישע געמיינדעס פאר לענגערע יארן, און האבן געהאפט אז דער באפרייאונג און גלייבארעכטיגונג פון די אידן זאל זיין א גרויסע טובה פאר אידן און אידישקייט, זיי האבן געהאלטן אז דאס וועט אפהאלטן פילע אידן פון זיך שמד'ן כדי זיי זאלען קענען האבן א נארמאלע לעבן פון פרנסה און קינדער און הייזער, אן די אלע באגרעניצונגן וואס די אידן האבן דאן געהאט.

דער מהלך האט צוגעברענגט אז 'פראג' איז טאקע פארבליבן אן ערליכע שטאט אבער דער המון עם איז געווארן באלערנט, מען האט אנגעהויבן צו לערנען דייטש אא"ו, און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער, אבער סוכ"ס איז עס נישט געווען ברלין, די קהילה איז ווייטער געפירט געווארען שטרענג ארטאדאקסיש און עפ"י הלכה און מען האט נישט געלאזט דארט איינפירן די אלע שינויים פון די רעפארמער.

עס איז באקאנט דער מאמר וואס הגאון רבי מאיר שפירא ז"ל האט געשריבן (המכתב המלא הועתק בספר זכרונות ומסורות על חתם סופר עמ' 367) נאכדעם וואס ער האט באזוכט סיי פרעשבורג און סיי פראג, אז דער מהלך פונעם חתם סופר "חדש אסור מן התורה" האט געזיגט, צוליב וואס אין פראג איז ליידער כמעט נישט געבליבן קיין אידישקייט (זעה בייגעלייגט דעם מאמר איבערגעזעצט אין אידיש, גענומען פון די 'אידישע ווארט' חשון תשכ"ז), אבער מ'קען נישט פארהוילן אז אין פראג איז אבער אזוי געווען די השקפה אפילו ביי די חשוב'סטע רבנישע משפחות.

בילד

מיט די הקדמה פאר אונזערע אויגן וועלן מיר באשרייבן דעם אייניקל פונעם נודע ביהודא ר' משה לנדא וואס איז געווען פון די אנגעזענסטע מענטשען אין פראג, סיי ביי די אידן און סיי ביי די גוים, און אויך זיין טאטע ר' ישראל דער זון פונעם נו"ב וואס זיין היסטאריע איז נישט אזוי באקאנט.

הרב רבי ישראל לנדא ז"ל

רבי ישראל הלוי בן הגאון מופה"ד רבי יחזקאל לנדא בעל הנודע ביהודה זצ"ל.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט צו מרת שפרינצא טויבא בת הגאון רבי שמואל פרענקל אב"ד סטאשוב בן הגאון רבי זכרי' מענדל פרענקל ז"ל, און נאכן זיין מיט איר אפאר יאר האט ער געהאט מיט איר צוויי זון:
א) הגאון ר' אלעזר, וואס איז שפעטער געווארען רב אין ברודא, און האט מחבר געווען דער באקאנטער ספר "יד המלך" אויף רמב"ם, און נאך עטליכע ספרים וואס זענען געבליבן בכת"י. נסתלק בשנת תקצ"א, דורך די שרעקליכע כאלערע אויסברוך.
ב) הגאון ר' יושע, וואס איז שפעטער געווארען רב אין עלקוש, און דערנאך אין ראדום. נסתלק א' טבת תרט"ז.

מיט די צייט האבן זיי זיך צושיידט, און ר' ישראל האט איר געגעבן א גט.

די אנגעבליכע סיבה דערפון, שרייבט ר' אברהם בינגא (געברענגט אין מופת הדור עמ' צ"ט) ווייל זיין פרוי איז געווען א צנועה וחסידה און גרויסע יראת השם, און ווען זי האט געזען אז אידישקייט אין דייטשלאנד אין אלגעמיין און אין פראג וואס איז נשפע געווארן דערפון פאנגט אן אראפצוגיין האט זי מורא געהאט אז זיי וועלן נישט קענען מגדל זיין ערליכע אידישע דורות, האט זי אפגעמאכט אז זי גייט צוריק צו איר געבורטסלאנד אין פולין, וואו מ'האט זיך שטערקער געשלאגן קעגן די השכלה, און זי האט עס פארציילט פאר איר מאן הרב ר' ישראל, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט פארלאזען פראג - דאס פלאץ פון זיין באליבטן גרויסן טאטן דער הייליגער נודע ביהודה, און גיין צו א פלאץ וואו ער איז נאך קיינמאל נישט געווען דארט, ווי אויך האט ער געצויגן זיין חיונה אין די שטאט פראג, ווי ער האט געארבייט ביי א דרוקעריי (זעה ווייטער). אבער זי האט זיך נישט געלאזט און האט זיך געהאלטן פעסט ביי איר מיינונג אז זי גייט אוועק פון פראג. [און ווי מען וועט שפעטער זעהן האט זי געהאט רעכט מיט אירע חששות]. און דעמאלט האט זי פארלאנגט א גט, און ר' ישראל האט איר געגעבן א גט, און זי איז צוריקגעפארן קיין פולין און זי האט מיט גענומען אירע צוויי זוהן וואס זענען נאך געווען קליינע קינדער.

שפעטער האט זי חתונה געהאט מיט הרב החסיד מו"ה ר' משה מ'פרשיסחא אין שטאט ראפשיץ.

ר' משה האט מחנך געווען די צוויי קינדער בני ר' ישראל לנדא על ברכי התורה ויראה, און זיי אויפגעוואקסען ת"ח יראי אלקים.

ווען הילד אליעזר הגיע לכלל מצות, האט דער זיידע דער נודע ביהודה געשיקט א בריוו צו די מאמע אז זי זאל שיקן די קינדער קיין פראג, און אזוי האט זי געטון, און ר' אלעזר מיט זיין אינגערע ברודער ר' יהושע זענען געקומען קיין פראג.

אין טאג וואס ר' אליעזר איז געווארען בר מצוה האט דער נו"ב געמאכט א גרויסע סעודה לכבוד דאס אריינגיין לעול התורה והמצות. און דער בחור'ל האט געזאגט גאר א שטארקע פשט'ל און ס'האט זיך דערקענט די חריפות ובקיאות וואס ער האט קונה געווען ביי זיין אביו חורגו ר' משה מ'פרשיסחא און עס איז געווען לשמחת לב כל השומעים ובמיוחד זיין גרויסע זיידע דער נו"ב.
נאך די בר מצוה האט דער נו"ב געשיקט א ווארימע בריוו פאר אביו חורגו ר' משה צו באדאנקען אז ער האט זיי אזוי גוט און ערליך מגדל געווען, בתוך דבריו האט ער גשריבען מיט א מליצה: "וזאת התורה אשר שם "משה" לפני "בני ישראל"", מיט דעם האט ער מליץ געווען איבער די תורה וואס ר' משה האט געלערענט מיט די קינדער פון זיין זון ר' ישראל.

שפעטער האט רבי ישראל נאכאמאל חתונה געהאט, צו מרת סערל וואס איז געווען א טאכטער פון רבי ברוך בענדיט סג"ל דושנית אב"ד ניימעגן במדינת האללאנד. [סערל'ס א שוועסטער האט חתונה געהאט מיט ר' משה אברהם לעהרן וואס איז געווען א זון פונעם באקאנטן פו"מ ר' צבי הירש לעהרן פון אמסטארדם].

און ר' ישראל האט געהאט מיר איר א זון ר' משה, וואס מיר וועלן שפעטער באשרייבן. און אויך א טאכטער ליבא [נפטרה בילדותה י"ז תשרי תק"ס], און נאך א קינד וואס האט נאכנישט געהאט קיין נאמען [י"ז טבת תק"ס], און זיי זענען געקומען לקבורה אין פראג (ציון המצוינת אות מד מה).

ר' ישראל איז געווען א גרויסער ת"ח, ער ווערט צוגעברענגט עטליכע מאל אין ספר צל"ח פון זיין טאטע, איינמאל נאך אלס בחור. ווי אויך האט ער זיך שפעטער אפגעגעבן מיט דרוקן א טייל פון זיין טאטנ'ס ספרים

ווי אויך האט ער מעתיק געווען די גליונות פון זיין טאטנ'ס שלחן ערוך און מחבר געווען דעם ספר "דגול מרבבה" נאך די פטירה פון זיין טאטן. אין די הקדמה פונעם ספר שרייבט ער אז ער רופט עס "דגול מרבבה", ווייל ס'איז בגי' כמספר "יחזקאל הלוי לנדא" ובין רבבות אלפי ישראל הופיעו דגלותיו. זעה בייגעלייגט

ער האט זיך אויך באשעפטיגט מיט ארבייטען ביי די גוי'אישע אלסאנוואגנער פרעסס - Elsenwanger Press, וואס איז געווען אונטער די בעלות פון פרוי בארבארע אלסאנוואגנער.

די דרוקעריי איז געווען ווי א פארזעצונג פון די באנקראטירטע וועלט בארימטע אידישע 'באק און כ"ץ' דרוקעריי. די דרוקעריי האט אנגעהאלטן בערך 17 יאר פון יאר תקמ"ח ביז שנת תקס"ד.

ר' ישראל האט מחבר געווען דעם וואונדערליכן ספר חק לישראל על תרי"ג מצות [פראג, תקנ"ח], און ער האט עס מוציא געווען לאור בעילום שם, ער האט נאר מרמז געווען זיין נאמען אינעם שער הספר [י---ל ה--י ל--א = ישראל הלוי לנדא]. אינעם ספר ברענגט ער אלע תרי"ג מצות פון רמב"ם און רמב"ן בלשון הקודש, ארום דעם פסוק די מקור המצוה אין די תורה, און ער טייטש עס איבער אויף א גרינגע אידיש דייטש (וואס מען איז געווען געוואוינט דאן צו רעדן, נישט די ריינע העכערע דויטש וואס די משכילים פלעגן נוצן ביים שרייבן) מיט ביאורים פון די ראשונים, און געפלאכטן מיט דברי חז"ל ודברי מוסר (זעה בייגעלייגט דער אינטערסאנטער שער וואס איז געמאלן געווארען דורך א דעמאלטס'דיגע באקאנטע גוי'אישע מעלער, און איז געדרוקט געווארען ביי די דרוקעריי ווי ר' ישראל האט געארבייט, איינער האט שפעטער אויסגעפילט דעם גאנצן נאמען אויפן שער).

שער חק לישראל עם חתימת הצעיר ר' קאפל ליכטנשטיין

שער שני

דער ספר איז באקרוינט מיט חשובע הסכמות פון די ב"ד פון פראג. הגאונים ר' מיכאל בכרך, ר' אליעזר פלעקלעש, ואחיו ר' שמואל לנדא זצ"ל. ווי אויך פון הגאון רבי אלעזר קאליר בעל אור חדש אב"ד קעלין.

ביי מצוה קע"ג "מקרב אחיך תשים עליך מלך" שרייבט ער אין א זייטיגע הערה (עמ' מ"ב ב'), אז לכאורה איז דאך שווער וואס וואס די פעלקער פרעגן אז עס שטייט אין פסוק "ולא יסור שבט מיהודה" איז וויאזוי קען זיין אז היינט אין גלות האבן נישט די אידן קיין שום מלוכה, אויף דעם ענטפערט ער אז דער פסוק מיינט נישט דווקא א קעניג מיט א קרוין, נאר יעדער וואס איז געשטעלט מצד המלכות צו געוועלטיגן אויף א געוויסע זאך אין די מלוכה, הייסט עס שוין "שבט", און דערנאך רעכענט ער אויס פילע גרויסע לייט וואס זענען געווען מקורב למלכות, אזוי ווי אחים ווערטהיימער אא"ו, און זיי האבן געהאט אן אויפגאבע ביי פארשידענע קעניגן, און מיט דעם איז אויך מקיום געווארען דער פסוק ולא יסור שבט מיהודה. [זעה בייגעלייגט]

אמר הבעל חק לישראל, ברוב שרעפי בקרבי עלה כמה פעמים על רעיוני מה פתחון פה יש לנו להשיב על אשר שאלו כמה מן האומות אי' לכם ההבטחה לא יסור שבט מיהודה ואנחנו בזמן נכנעו תחת האומות, והנה אף שאיש בער אנכי לא שמתי יד לפה, ואמרתי לא משמעות שבט ממשלת מלכות המוכתר בכתר, אף מי שנמנה מהמלכות להשגיח על דבר קטן נקרא מושל ויש לו שבט לעשות עם הדבר כטוב בעיניו אשר הוא מיועד לזה, כדפירש רש"י לא יסור שבט מיהודה אלו ראשי גליות שבבבל וכו', ומיום שגלינו מארצנו אף שהיינו בתכלית השפלות בעיני האומות לא כלו הרחמים מן הממליך מלכים ונתן לנו חן וחסד בעיני המלכיות עד שהיה חד מאומתינו בתכלית הגדולה, פעם במדינה זו ופעם במדינה אחרת:

בימי הקיסר פראנץ, אביו הזקן של אדונינו הקיסר יר"ה היה נושא חן בעיני הקיסר (ה)יהודי אחד ממגורשי שפאניען [=ספרד] באראן [משה] אגאלאר עה"ש [עליו השלום], והוא פעל רב לטובת היהודים אצל הקיסרית המלכה מאריא טהערזיא (ראה אודותיו ב'פרנסים בישראל' ללזוינזון עמ' 83). הקיסר יאזעף גידל הגביר הקצין ר' ישראל קוטנפלוהן, וינשאהו להיות שר ויקראו אותו בשם 'עדלער פאן העניגס בערג', וזכה לקנות הנחלה בלי מצרים במדינות עסטרייך כפר פעלס, ועתה הוא ראש מאלופי עש"ב והגיע לטיטל 'רעגירונגס ראט טאבאקס אונד באנקאל דירעקטר', ובחיותו יעד בנו להשיב על כנו.

והקיסר לעאפאלד גידל הגביר הקצין ר' חיים פאפר בשם 'עדלר פאן פאפר', ועתה אדונינו הקיסר הגדול גידל האחים וירטיימר בוויען ויקראו 'עדלר פאן ווירטהיימסטשיין', ובימים לא כבירים נשאו חן וחסד בעיני אדונינו האדיר הקיסר פראנץ יר"ה המשלם גמול טוב למשרתיו הנאמנים, ויחפץ לעשות יקר וגדולה להמשותפים הגבירים הטפסרים הקצינים המופלאים ר' נתן ארנשטיין וגיסו ר' שלמה הירץ ושותפו ר' בערש עשקעליס בן ש"ב הרב הגאון הגדול מו"ה בערש זצ"ל אשר היה אב"ד במדינות מעהרין, על מעשיהם הטובים אשר עשו באמונה לטובת הקיסר יר"ה, בעת המלחמה עם צרפת ולא במדינה זו בלבד הגיעו היהודים לכבוד אף בשאר המדינות.

המלך פרייסן גדל הנגיד ר' איצק בן הגביר הקצין ר' דניאל מברלין להיות ממונה על הבנינים של המלך ונקרא בשם 'בויא ראט',

וגם הגביר ר' בנימן בן הגביר הקצין ר' פייטל ז"ל הגיע לטיטל 'געהיימטראט', וגם רב גדלו של הגביר הקצין ר' ברוך מערגענטיים הנושא חן טוב בעיני הקוהרפירטש פרינץ מאקסמיליאהן. הרב הרופא מומחה ר' משה הנקרא דאקטר וואלף מבון היה 'לייב ארצט' אצל הקוהרפירטש קלעמאנט אויגוסטי.

הערצאג פאן ברוינשווייג גידל היהודי הרב הגביר מו"ה הירץ וואלפענביטל ז"ל להיות אצלו 'אגענט' ועתה השיב על כנו הגביר המהולל הר"ר יעקב בי חתן הרב הגביר הנ"ל והוא נושא חן וחסד בעיני ההערצאג יר"ה, ואנחנו חייבים להודות האומות המקרבים היהודים לגדולה ועל פיהם לא יופר בעזרת השם יתברך לא יסיר שבט מיהודי.

ווי אויך איז ער דארט מעתיק די אינטערסאנטע בריוון פון רב חסדאי בן יצחק צום מלך כוזרי.

ר' ישראל האט שוין געהאט אביסל א נטיה צו חכמות העולם אויף אן ערליכע פארנעם, ווי מען קען זען פון דעם אז ער האט איבערגעדרוקט דעם ספר "אגרת ארחות עולם" אויף וועלטליכע גיאגראפיע פון רבי אברהם פאריצול, דער ספר איז דער ערשטער ספר אויף לשון הקודש וואס באשרייבט די ארץ החדשה - אמעריקא.

אויך שרייבט ער אינעם ספר אן אינטערסאנטער "שלמי תודה" פאר די קיסרים פון די יאזעף פאמיליע, יאזעף, לעפאלד, פראנץ, פארן באפרייען די אידן און זיי געבן געוויסע רעכטן, פון צווישן זיי אז די אידן האבן שוין רשות צו גיין לערנען אין אוניווערסיטעט, און זיך דרייען אין די לייבערערי'ס, און זיך באקענען מיט די חכמי אומה"ע, און צוליב דעם שרייבט ער אז ער איז מו"ל דעם ספר אגרת ארחות עולם צו ווייזן די שרים אז עס אויך דא חכמה ביי אידן (זע בייגעלייגט).

[כעי"ז שרייבט ער ביים סוף פונעם קונטרס 'תפארת למשה' אין די פערטע באנד פון זיין זונ'ס חיבור אויפן ערוך (זעה ווייטער)].

נאך אינטערסאנטער איז, אז אינמיטן די ספר צווישן חלק א' און ב' איז דא א מדור "חדשות אני מגיד" וואס איז א העתקה פון א מ'כלומר'שטע דברי הימים פון די אידן אין די שטאט קושין וואס איז אין אינדיע, די דברי הימים איז – לויט די לעגענדע קודם געווען געשריבען אויף לשון קודש, און חכמי אוה"ע האבן עס מעתיק געווען אויף האללאנדיש, און פון דעם האט עס דער מתרגם וואס איז נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער משכיל נפתלי הירץ וויזל שר"י צוריק מעתיק געווען אויף לשון הקודש (אגב, עטליכע פרטים פון דעם חלק האבן זיך שוין געטראפען אין א געוויסע גליון וואס בחורים געבן ארויס, ווען זיי האבן באשריבן די עשרת השבטים, ולא ידעו בין ימינם לשמאלם).

דער ספר איז געדרוקט געווארן מיט די הסכמה פון די פראגער בית דין, און ביי די שמות החותמים געפונען מיר די חשובי העדה פון פראג און פון פיורדא די רבנים וואס האבן שטארק לוחם געווען קעגן משכילים, און באלד דערנעבן פון די גרעסטע משכילים פון שטאט.

אין ספר הערוך פון זיין זון ר' משה (דלהלן) אנהייב פערטן באנד איז דא א קונטרס "תפארת למשה" פון אים זעה דא אנהייב חלק ד', ס'האט פערצען פרקים, וואס ס'האט אים געברענגט צו שרייבן דעם קונטרס איז נאכדעם וואס איינער ('צורבא מרבנן תושבי קהלתינו יע"א') האט אים געפרעגט אויף וואס זיין זון שרייבט אז די מצוה פון תפילין האט משה רבינו באפוילן פאר די אידן וכו', אויף דעם שרייבט ער באריכות די השתלשלות מסורת התורה, וטעמי התורה, און אויב מ'מעג זאגן טעמים אשר אינם מבוארים להדיא בקרא, ער זאגט דארט שטארקע טעמים אויף תפילן און ציצית, און מתוך דבריו פארענטפערט ער זייער שטארק זיין זון, און רימט אים אויס און צוליב דעם הייסט עס: "תפאת למשה".

בתוך דבריו על טעמי וסודות התורה ברענגט ער א אינטערסאנט מימרא (במאמר ו') פון זיין טאטען דער נודע ביהודה (וואס כעין זה זאגט מען נאך פון אנדערע גדולים): מדי דברי בו זכור אזכרנו דברי פה הקדוש כבוד אבי הגאון נ"ע, בבואו אליו בעל תוקע ואמר למדני רבינו הכוונות מתקיעת שופר וברכותי', וגער אותו, ואמר "תקע בשופר לעשות רצון אבינו שבשמים אשר צונו במצותיו יום תרועה יהיה לכם, ודי בזה".

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אלע ספרים זענען דורך געגאנגען א שטרענגע צענזור, וואס דאס האט בעצם צוגרינד געלייגט די באק דרוקעריי פון פראג, דער צענזוריער איז געווען קארל פישר אזוי ווי מען קען זען אין אנהייב פון אלע ספרים וואס מען האט געדריקט דעמאלט אין פראג, ממילא פארשידענע זאכען וואס שטייען יא אדער נישט אינעם ספר קען צומאל זיין אז עס האט צוטון מיט די צענזור.

אויך האט ר' ישראל איבערגעלאזט פארשידענע כת"י וואס זענען נישט געדרוקט געווארן. אין די הקדמה למסכת ברכות פונעם פראגער ש"ס, שרייבט זיין זון אז ער האט געשריבן צוויי ספרים "הר הזיתים" ו"מונה מספר" און ער האפט עס מסדר צו זיין און דרוקן.

ר' ישראל איז אויך געווען פון די חברה קדישא גומלי חסדים.

ער איז נפטר געווארען יום א' דר"ה שנת תק"צ לפ"ק. ומנו"כ אין די אלטע בית החיים אין פראג, נעבן זיין צווייטע פרוי מרת סערל, וואס איז נפטר געווארען עטליכע יאר נאך אים אום ב' דר"ה תקצ"ד.

נאך זיין פרוי'ס פטירה האט די משפחה געלייגט איין גרויסע מצבה פון אונטער ביידע מצבות (זעה בייגעלייגט א בילד פון די מצבות).

בילד

יהא זכרו ברוך!

****

בנו ר' משה לנדא

ר' משה איז געבוירן צו זיין טאטע רבי ישראל און צו זיין מאמע מרת סערל אום כ"ט כסליו תקמ"ט לפ"ק.

ער איז אויפגעוואקסן אין פראג און האט באקומען אן ערליכע אידישע חינוך פון לימודי קודש. אויך האט ער לכאורה געלערנט א שטיק צייט אין פראנקפורט ביים הפלאה (זע שפעטער), ווי אויך באציט ער זיך צו זיין פעטער הגאון רבי שמואל מיטן אויסדרוק "מורי ואלופי" "אדמ"ו".

דערנאך האט ער זיך משלים געווען אין נאך פארשידענע וועלטליכע חכמות בעיקר פארשידענע שפראכן, וואס דאס האט אים שפעטער געברענגט צו מחבר זיין פילע ספרים וואס האט צו טון מיט ידיעות אין שפראך.

ער האט חתונה געהאט מיט האשה מרת רבקה בת ר' שלמה קוה (קאווע) פון די שטאט פראג.

זיין דרוקעריי - דפוס משה הלוי לנדא

ר' משה האט אנגעפירט מיט א דרוקעריי אין פראג, דארט האט ער געדרוקט זייער פיל ספרים. רוב ספרי קודש, אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויך געדריקט ספרים פון די משכילים אין זיין צייט. ווי אויך האט ער אליינס מחבר געווען פולע ספרים, בעיקר פירושים אויף תנ"ך און די תפלות סליחות ופיוטים.

פארשטייט זיך אז עס איז נישט אנגעקומען גרינג אז א איד זאל קענען האבן א דרוקעריי דארט, יארן לאנג זענען שוין די אלטע אידישע דרוקערייען אין פראג געווען פארמאכט, צוליב די שטרענגע צענזור און רדיפות פון די רעגירונג. ר' משה האט אנגעהויבן זיין באקענונג מיט די דרוקעריי ביזנעס ווען זיין טאטע ר' ישראל האט געארבייט ביי די גויאישע דרוקעריי. בערך בשנת תקע"ג איז ער אריין ארבייטן אין די גויאישע דרוקעריי וואו זיין טאטע פלעגט ארבייטן, און איז געווען איינגעשטעלט דארט ביז שנת תקפ"ד.

אין יאר תקפ"ד יאר האט ער געמאכט א שותפות מיטן קונקערענץ, מיט די צווייטע גויאישע שקאהל דרוקעריי, וואס איז געווען אונטער די בעלות פון מר. פראנץ שקאהל, און איז אריין ארבייטן דארט.

ער האט דאן געטוישט נאמען צו Scholl & Landau, דערנאך בשנת תקפ"ז נאכן שטארבן פון די ארגינעלע בעה"ב האט ר' משה אפגעקויפט פון זיין אלמנה דעם גאנצן דרוקעריי און פון דעמאלט האט עס געהייסן דפוס משה הלוי לנדא און בלשונם האט ער זיך גערופן M. J. Landau. אדער M. I. LANDAU מיט די מיטעלסטע אינישעל האט ער געמיינט זיין טאטע ר' ישראל. דא קענט איר זעהן דער סימבאל פון די דרוקעריי

די דרוקעריי איז געווען אויף 922 "לאנגע גאססע" אין אלטשטאט, עס האט אנגעהאלטן פאר בערך 25 יאר אפילו נאך זיין פטירה.

חמשה חומשי תורה עם ביאור

איינע פון די ערשטע ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן נאך זייענדיג בשותפות מיט שקאהל, בשנת תקפ"ד, איז געווען א חומש מיט א ביאור אויף אידיש דייטש, "חמשה חומשי תורה מיט דער ווערטליכען איבערזעטצונג פון יואל ברי"ל לעווע – אומגעארבייטעט פארבעסערט און פארמעהרט פון משה בן ישראל הלוי לנדא".

דער חומש מיטן ביאור פון יואל ברי"ל איז שוין געווען געדריקט בעפאר, און יעצט האט עס ר' משה איבערגעדריקט און בעסער געמאכט. די נייע אויפלאגע האט געדארפט זיין אן ענטפער פאר די חומש מיטן 'ביאור' פון רמ"ד, היות מען פלעגט לערנען מיט די קינדער אין די רמ"ד חומש צוליב איר דויטשע איבערזעצונג, האט ער געוואלט אהערשטעלן א בעסערע טייטש. ווייל איינע פון די שטארקע טענות וואס דער נו"ב און די רבני פראג האבן געהאט אויפן יענע ביאור איז געווען אז עס איז געשריבן אויף א הויכע און ריינע דייטש, אנדערש ווי די דויטש-אידיש וואס דער אידישער המון עם האט גערעדט (און דער עיקר ציהל פונעם ביאור מיטן ריינעם דייטש איז געווען אויסצולערנען פאר די קינדער א בעסערע דויטש זיי זאלן נענטער ווערן מיט די גוי'אישע גאס), און אויך אז עס איז נישט געווען געשריבן אויף די סדר פונעם פסוק, נאר אן אייגענע סדר לויט די פליסיגקייט און גראמאטיק פון דייטש. און די צוויי פראבלעמען האבן גורם געווען אז די קינדער האבן זיך געדארפט קודם אויסלערנען די דייטשע שפראך עס צו קענען לערנען, ממילא איז אויסקומען אז זיי זענען בעיקר געווען פארנומען מיט לערנען די דייטשע שפראך און מען איז קוים אנקומען צו לערנען די לשון קודש ווערטער פון די הייליגע תורה, און אויך וויבאלד עס איז נישט קיין ווערטליכע איבערטייטש האט מען מורא געהאט אז מ'וועט מיט די צייט אינגאנצן אפלאזן די פסוק און נאר לערנען די תרגום וואס לערנעט זיך פליסיג פאר זיך אליינס, ממילא "מתוך כך נהפוך הוא שהילדים תיכף בילדותם מוכרחים לבלות זמנם בספרי עמים כדי שיורגלו בלשון צח אשכנזי כדי שילמדו אחר כך התרגום ההוא ונעשית תורתינו כשפחה המשמשת את שלון אשכנז שיתפשט בדור, ופירוש המלות של לשונינו העברי אינם יודעים" (אזוי שרייבט דער נו"ב אין א הסכמה פאר די ערליכע תרגום פון ר' זוסמאן גלוגא, נדפס בישורן ח"ח עמוד תשל"ט).

אנדערש איז אבער געווען די ביאור פון יואל ברי"ל, ער האט געשריבן א נייע ביאור וואס זאל זיין א "ווערטליכע איבערזעצונג" פון די לשון קודש'דיגע ווערטער, און אויף דעם האבן די רבני פראג נישט געהאט אזויפיל טענות.

אינטערסאנט צו אנמערקן אז רבי עקיבא איגר אין א בריוו דאטירט א' דר"ח אלול שנת תקע"ה, קעגן די מתחדשים וואס האבן געוואלט מחדש זיין צו דאווענען אין דייטש, שרייבט ער בתו"ד אז די דין פון הקורא למפרע לא יצא איז אויך געזאגט ווען מ'זאגט קריאת שמע בלשון לע"ז
והמעתיקים ללע"ז לא דקדקו בזה כאשר ראש המעתיקים ר"מ דעסא בפסוק שמע ישראל לועז וכו', גם הבא אחריו ר"י ברי"ל, אשר בראש ספרו [כתוב] שהעתקתו 'ווערטליך איבערזעצונג', וכאשר נטה הרבה מדרך ר"מ דעסא, שראה לתקן ללעוז כסדר הכתוב, אעפ"ב לא שמר בכל הסדר כראוי, וכו' (ליקוט תשובות וחידושים מרעק"א, סי' ב').

אבער אויסער די אויבנדערמאנטע פראבלעם פון רעק"א איז דער יואל ברי"ל אויך געווען בעצם פון די משכיל'שע חדר, און צומאל האט ער מתרגם געווען נישט ע"ד חז"ל, און אויף דעם ארויף האט ר' משה לנדא איבערגעארבעט דעם ביאור און עס פארבעסערט, מתקן געווען די אלע קרומקייטן, כדי עס זאלן די ערליכע קינדער קענען לערנען אין דעם חומש. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א ספר "פתרון המלות - והוא תורת אלקים מפורש" וואו ער איז מבאר אויף פילע ווערטער וואס עס האט אים געברענגט מפרש צו זיין די תורה לויט ווי ער האט עס מבאר געווען אין זיין חומש. דער ספר איז געווען א השלמה צום חומש. אין די הקדמה פון דעם ספר שרייבט ער, אז עס איז שוין דורך צוויי יאר פון ווען ער האט מו"ל געווען דעם חמשה חומשי תורה מיט א ביאור פון החכם יואל ברי"ל (בתוספות ביאוריו), און ער האט טאקע געמאכט א מלאכת חרש, אבער "לפעמים עזב באר מים חיים באר חפרוה שרים שרי התורה בעלי התלמוד אשר מפיהם אנו חיים בדברים הנוגעים בדין. [בהגה"ה שם מעיר אויף אזא ביאור און ער פארשפרעכט עס צו פארעכטן כדי שלא יכשלו בו תשב"ר]. גם בפעם הלך לקראת לחשים בפירושים לחוצים, ואנוכי סבותי את לבי .. ולתקנה ולפרוש על ענינה אור בהיר ...".

די חומש האט צוויי הסכמות פון הגאון ר' אליעזר פלעקלש בעל תשובה מאהבה, און פון זיין פעטער הגאון ר' שמואל לנדא בן הנוב"י. ר' אליעזר ברענגט ארויס אין די הסכמה דאס וואס אונז 'האבן געברענגט אויבן בדעת הנוב"י, ער ערווענט די הסכמה אויף די ביאור פון ר' זוסמאן גלוגא, און איז מסביר די ווערטער פונעם נוב"י:
יען שני דברים לא ישרו בעיני רבינו הגדול נ"ע מהמעתיק הגדול וכו', והן הן הדברים הנקנים באמירה נעימה קדושה ממ"ו מאור הגולה נ"ע וכו', והנה בימי 'יואל' נתקיים מקרא הזה, מקרא שכתוב תרגום, לפרש ולתרגם כל מלה ומלה מדור בפ"ע, והוסיף 'משה' מדעתו, דעת תורה וכו'
.
און ר' שמואל ברענגט אויך ארויס בערך די זעלבע נקודות, און ער שרייבט באריכות פארוואס עס פעלט אויס א חומש מיט א ביאור, און וואס יואל ברי"ל האט בעסער געמאכט, און אז ר' משה:
הוסיף משלו תוספות מרובה לסקל השגיאות אשר נמצאו בתרגום של ר' יואל ברי"ל, והרים מכשול בכמה מקומות אשר נטה המתרגם הנ"ל מדרך הישר ועיקם הכתוב לפרש כונה אחרת, וירם 'משה' את ידו לישר המסילה ולתקן המעוות אשר נמצא בפירוש המלות בתרגום הזה, בם הואיל 'משה' לבאר 'פתרון המלות' בחיבור קטן הכמות ורב האיכות, ונתן יד להקל העבודה להמלמדים לחנך את הנערים על פי דרכו דרך חכמים וכו'
.

יארן שפעטער (בשנת תקצ"ז) האט ער איבערגעארבייט די ביאור און עס מקצר געווען, געמאכט א נייע אויפלאגע און מיט דעם האט ער נאך בעסער געמאכט אז מען זאל לערנען די עצם ווערטער פון די תורה, ער האט געלייגט די ביאור פון יעדע ווארט העכער די ווערטער, אזוי ווי מען האט בזמנינו אנגעהויבן ארויסצוגעבן ביאורים (כדמות הוצאת 'יסוד מלכות' בלשה"ק ותפלה בכוונה'' באידיש, נאר היינט איז עס אונטער די אותיות). זעה בייגעלייגט.

ש"ס

ער האט געדריקט א נייע אויפלאגע פון גאנץ ש"ס, פון די יארן תק"צ ביז תקצ"ה, די עיקר הוספה פון זיין ש"ס - אויסער די אייגנארטיגע אויסלייג פון די פאנטס און רווחים – איז געווען דאס דריקן די הגהות פון רבי עקיבא איגר און פון זיין זיידע דער נודע ביהודה, און די הגהות פון ר' בצלאל רנשבורג. און אזוי אויך זיין חיבור "מרפא לשון" אין וועלכן ער טייטשט איבער אלע לעזים פון רש"י תוספות ושאר מפרשים. זעה בייגעלייגט די שער פון די ש"ס אויף מס' ברכות, פראג תק"צ, עם חותמת הג"ר ישעי' פירסט רב אין טירנוי און באקאנט פון שפעטר אלס אבד"ק וויען.

די הגהות פון רעק"א האט ער געדרוקט כספר בפני עצמו "תיקונים ומראה מקומות על מסכת ... מאת הרב הגאון חגדול המפורסס מו"ה עקיבא איגר נ"י אב"ד דק"ק פוזנא" (שפעטערע דרוק "נ"ע").

שפעטער האבן אויך אנדערע מדפיסים געדרוקט די הגהות פון רעק"א (מיט נאך הוספות) בדפוס וילנא והורדנא תקצ"ה-תרי"ד, און זיי האבן עס אריינגעלייגט אויפן עמוד, און עס גערופן "גליון הש"ס", כדי דער נאמען זאל האבן פלאץ אויף א שמאלע גליון. און דער נאמען איז שוין אזוי פארבליבן (זעה באריכות בספר 'משונצינו ועד וילנא' לר' יעקב לויפר פי"ז).

נאך וואס ער האט גענדיגט דרוקן די ערשטע אויפלאגע פונעם ש"ס האט ער געדרוקט א צווייטע, משנת תקצ"ט עד תר"ו, די ערשטע איז געווען א גרויסע ש"ס, און די צווייטע איז געווען א קליינע, און ער האט אויך געמאכט עטליכע שינויים. א) אין די ערשטע אויפלאגע האט ער געדרוקט די הגהות פון רעק"א ומרפא לשון אנהייב ספר, אין די צווייטע קליינע אויפלאגע פון תר"ד האט ער געדרוקט אלע מפרשים בסוף הספר (אזוי אויך ביי עטליכע מסכתות פון די גרויסע וואס ער האט ארויסגעגעבן בערך בשנת תקצ"ד) . ב) אלע הגהות אויפן דף די מסורת הש"ס ועין משפט, זענען געווען בצד העמוד ביי די שורה ווי עס באלאנגט, אבער ביי די צווייטע מהדורה "יען כי צר המקום מהכיל ההגהות וכו' אמרנו להדפיס כל זאת בשולי העמוד, ולהציב ציונים וכו'" (לשון מעבר לשער המסכת של המהדורה המוקטנת), איז אויסגעקומען אז די זייטן פונעם עמוד זענען געווען ליידיג. ג) אין די גרויסע ש"ס איז די מספר הדף נאר אויף עמוד א', און עמוד ב' איז ליידיג. אבער ביי די קליינע אויפלאגע אזוי ווי מען האט עס גאר שטארק פארקלענערט, איז אויסגעקומען ווייניגער טעקסט אויף איין עמוד, ממילא האט מען געדארפט מאכן צוויי עמודים פון א' און צוויי פון ב', און מען האט עס אזוי אנגעצייכנט, אויף די ערשטע עמוד: ב (ע"א) אויף די לינקע זייט, אויף די צווייטע זייט ב (ע"א) אויף די רעכטע זייט, נאכדעם אויף די דריטע עמוד: ב (ע"ב) לינקס, און אויף די פערטע עמוד ב (ע"ב) אויף די רעכט זייט. [אמאל פלעגט מען ארויסשרייבן ע"א און ע"ב, כידוע אז די סימן פון די נקודות, איין נקודה פאר עמוד א' און צוויי פאר עמוד ב' איז די המצאה פון הגאון ר' ישעי' פיק בעל מסורות הש"ס אזויווי ער שרייבט בהקדמת ספרו 'יש ספר למשנה': "והיה נקודים זכרך ... נקודה אחת יורה עמוד א', ונקודים שתים יורה עמוד ב'", און דעמאלט האבן די מדפיסים נאכנישט געדרוקט די מספר הדף פון די ש"ס'ין לפי עצתו]. ד) ביי די צווייטע אויפלאגע איז צוגעקומען די ספר שדה צופים פון הגר"ב רנשבורג.

סדר זרעים וטהרות

סדר זרעים האט ער געדרוקט אין אן עקסטערע באנד, מיט פירושי הרמב"ם והר"ש, ורא"ש. אזוי אויך האט ער געדרוקט עקסטער סדר טהרות.

אין די באנד פון די ערשטע אויפלאגע אויף סדר זרעים (תקצ"א) איז דא גאר חשובע פרענומעראנטן, פון צווישן זיי זעט מען "הרב הגאון מופת הדור מוה' עקיבא איגר נ"י, אב"ד דק"ק פוזנא" און "הרב הגאון מוה"ר יחזקאל אב"ד דק"ק קארלסבורג ומדינות זיעבענבירגען" בעל מראה יחזקאל.

הגהות וחידושים

אויף די גליונות הר"ש ורמב"ם זענען דא פילע הגהות און צומאל אויך קורצע חידושים, אזוי אויך איז דא זאכליכע הגהות אויף גאנץ ש"ס. די הגהות אויפן רא"ש זענען זייער שטארק, עס איז טייל מאל א קיצור פונעם דברי חמודות.

אויפן שער בלאט פונעם ש"ס שטייט "ובעז"ה לא לשוא עמלו הבונים, אשר בנו ויסדו תקונים וציונים להרים מכשול ולעקור קמשונים, כאשר תחזינה עיני המשכילים". אבער עס שטייט נישט ווער די בונים זענען, אבער אין די הקדמה אויף מסכת ברכות שרייבט ער די כללים וויאזוי מען מעג מגיה זיין, און וואס זיי האבן געטון, און דארט שרייבט ער דריי מגיהים וואס האבן אים געהאלפן: ה"ה הרבני החרוץ והשנון מו"ה יונה בומסלא נ"י אשר הגיה ... והוא הכין את לבבו להעמיד מבוא התלמוד על מכונו, ותכן עמודיו בקצור כללי הש"ס כאשר יראה המעיין (היה נכד ר' יונה לאנדסופר בומסלא מפראג). ואתו הרבני המופלג החרוץ מו"ה אברהם מונילעס נ"י אשר שם עינו להגיה סדר זרעים, וגם אזור כגבור חלציו הרב המובהק החרוץ והשנון החכם הכולל מו"ה שמואל פריינד נ"י מחבר ספר זרע קודש ... לסקל כל אבני נגף מפירוש הר"ש בזה הסדר ולהאיר בזוהר תיקוניו פירוש הרמב"ם כאשר נרשמים על הגליון, מלבד שני המגיהים התורניים אשר לא משו מתוך אהלי ואשר הגה יהגו בתורת ה' לברר ולצרף הספר ממכשול הטעיות וכו'. אין דקדוקי סופרים (במאמר 'על הדפסת התלמוד') שטייט אויך אז די הגהות אויף זרעים זענען פון הגאון רבי שמואל פריינד מדייני פראג בעל המחבר ספר זרע קדש על משניות.

[אגב: דער רבי שמואל איז געווען פון די גאר ערליכע דיינים אין פראג, און פון די גרויסע קנאים וואס האבן לוחם געווען קעגן השכלה, שפעטער ביי די דיונים אויפצונעמען א נייע רב אין פראג, האט ער געפירט מערכות אז מ'זאל נישט אויפנעמען שי"ר אלס רב, זיין תלמיד הבחור ר' מנחם מענדל ראזענטאל (וואס איז אויך געווען א תלמיד פון חת"ס) האט געלאזט דרוקן א שארפע קונטרס "עמק שושנים" קעגן א מאמר וואס שי"ר האט געשריבן אין די מכתב עת 'כרם חמד' בגנות דרך הלימוד של חכמי הש"ס בבבל (ר"ל), די צענזור האט עס נישט געלאזט דרוקן אין פראג, האט ער עס געדרוקט אין 'אויבן – ofen' אונגארן, בשנת 'ובאלקי אדלג שיר' – תקצ"ט. אינטערסאנט אז דער קונטרס האט אויך א הסכמה פון משה לנדא, און דער מו"ל שרייבט בלשון מליצה "וגם משה בהכסכמה עלה, ה"ה איש ... משה לאנדויא נשיא הלוים פו"מ לקהל עדת ישורון פראג יע"א" (דער ספר געפונט זיך אויף ה"ב). אגב: שי"ר האט גענטפערט אויף דעם קונטרס מיט זייער א מיאוסע בריוו (במכ"ע כ"ח ח"ו עמ' קמ-קמג) ווי ער אטאקירט פרעזענליך דעם 'בחור' שלא מן הענין, ואכהמ"ל בזה].

משניות

אזוי אויך האט ער ארויסגעגעבן א משניות מיט די חידושים פון רעק"א תוס' חדשים הגהות ר' ישעי' פיק און מרפא לשון וואס האט געהאט אין זיך א ביאור אויף אלע לעזי"ם פון ברטנורה. ווי אויך איז דארט געדרוקט פילע חידושים פון הגאון מו"ה דוד שיף אבד"ק לונדן יע"א.

שלחן ערוך

ער האט אויך ארויסגעגעבן א שלחן ערוך, און ער האט צוגעלייגט צו דעם די חידושי 'דגול מרבבה' פון זיין זיידע דער נו"ב און די חידושי חק יעקב. כמדומה אז ער האט נאר געדרוקט אויף אורח חיים.

ספר הערוך עם "מערכי לשון"

איינע פון זיינע מער באקאנטע ספרים איז דער תרגום אויף ערוך בהוספת ביאורים: "ערוך עם פירוש מערכי לשון" פראג תקע"ט, וואס האט 5 כרכים. דער ספר האט ער נאך געדרוקט בעפאר ער האט פארמאגט זיין אייגענע דרוקעריי.

אויף דעם ספר האט ער באקומען ווארימע הסכמות פון זיינע פעטער'ס, הגאונים רבי יעקב'קא ורבי שמואל ז"ל בני הנוב"י, און אזוי אויך א גאר ווארימע הסכמה פון הגאון רבי אלעזר פלעקלש תלמידו המובהק של בעל נוב"י, אין וואס ער רימט אים גאר שטארק אויס און וואונטשט אים ווארימע ברכות. [אגב: איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס ער שרייבט דארט בתוך דברי הסכמתו (על חלק א'): "שכבר הגיע הזמן לבאר ולתרגם כל מלה ומלה מן התלמוד בלשון עברית, ופעם בלשון גרמניא, למען ידעו כולם להבין ולהשכיל בתורת ה' בדברי רבותינו חכמי התלמוד ז"ל". דאס קענען די היינטיגע אויפלאגעס וואס זענען מבאר דעם ש"ס נוצן פאר א הסכמה פורתא פארן עצם רעיון].

דער חיבור איז מער ווייניגער נתקבל געווארן בתפוצת ישראל. אבער דאך געפונען מיר גדולים וואס האבן געהאט תרעומות דערויף, ווי עס קוקט אויס איז עס געווען מער פון א קענערישע שטאנדפונקט דהיינו מען האט געהאט טענות אויף זיינע תרגומים אז עס שטימט נישט און עס זענען פארהאן דארט גרייזן און עס איז צומישט אא"ו, און נישט אז ער איז נישט קיין ערליכע מחבר על אף עס קען משמע זיין אז יא. דער שדי חמד (כרך ט', כללי הפוסקים סי' ט"ו אות נב) שרייבט אויף דעם תרגום: "ספר הערוך יש בו מלות בלשון אשכנז, ויש מי שחשב שהם דברי רבנו בעל הערוך, ונשתבש בזה שבוש גדול, כי באמת אינם אלא למשכיל אחד בזמננו משה לאנדא שמו, שעשה פרצות הרבה בספר הערוך מחמת חסרון ידיעתו ואין מביאים ראיה ממנו".

חלזון - תכלת

עס איז אנגענומען אז דער הייליגער ראדזינער דער בעל התכלת ז"ל האט ממציא געווען וואס דער חלזון איז, און אז מען קען פארבן דערפון תכלת, ער האט אנגענומען אז דאס איז א פיש פון וואסער וואס הייסט "טינט-פיש" (אין ענגליש דיונן), און זיין בלוט איז שווארץ, נאר ווען מען מישט עס אויס מיט צוריבענע אייזן און נאך פארשידענע זאכן און מען קאכט עס אויף גאר שטארק דאן ווערט עס בלוי. ווי אויך איז באקאנט לעצטנס אז מען קען מאכן תכלת פון א ווארים מיט א הארטע פארעם ארום זיך, וואס דער ווארים האט אין זיך א ספעציעלע דריז [גלענ"ד] וואס אין דעם ליגט די פארב, דעם ווארים רופט מען היינט 'מירועקס טרונקלוקס', אמאל פלעגט מען דאס לכאורה רופן פורפירא. די אויסטרעף לייגט מען אן אויפן רב הראשי של מדנ"י רב הרצוג, ער האט אבער געהאט א פראבלעם דערמיט וויבאלד די קאליר איז געווען פורפעל (ארגמן) און נישט בלוי וואס איז ליכטיגער, אבער לעצטענס האט מען געזען אז ווען מען לייגט די פארב אויף די ליכטיקייט ווערט עס אויך ליכטיגער און עס ווערט בלוי ממש די קאליר פון תכלת.

באמת געפונען מיר שוין די ביידע דעות אין פריערדיגע ספרים, ובעיקר הנוגע למאמרינו, ר' משה לנדא איז שוין מסופק אין זיין פירוש אויף ערוך (בספרו מערכי לשון על הערוך ח"ג, ערך חלזון) וואס דאס איז, ווייל עס איז דא אין ערוך דריי ערכים אויף חלזון, איז ער מבאר אז באמת אלע ווערים וואס האבן שעילס (א חומט) ארום זיך ווערן אנגערופון 'חלזון', אויסער דעם איז דא א חלזון וואס פון יענע ווארים מאכט מען די תכלת, דאס הייסט אז עס איז א ספעציעלע ווארים וואס האט אין זיך די דריז מיט די פארב, איז די ערשטע ערך חלזון טייטש ער איבער עפעס א שם הכולל פאר שנעקן און די אנדערע ערך וואס דער ערוך זאגט אז פון יענע מאכט מען תכלת, טייטש ער איבער בוקאיניום Buccinum וואס דאס איז כמעט אזוי ווי די מיורעקס, די פארב דערפון איז נאר אביסל ליכטיגער, און לפי הנראה מדבריו איז דאס אויך די פורפירא פון וואס די פריערדיגע האבן גערעדט (זעהען מיר אז ער האט געהאלטן אז עס איז די חלזון וואס מען האט מ'כלומר'שט לעצטנס ערפונדן). אין די הערות דארטן שרייבט ער אז עס איז נישט די 'טינט-פיש', ווייל יענס איז א פיש און חלזון איז א ווארים וואס האט א שעיל.

ווייטער סוף פון ערך חלזון איז ער מעתיק אן אינטערסאנטער בריוו פון מורו ורבו זיין פעטער הגאון רבי שמואל לנדא איבער דעם ענין (און עס איז מעוטר בהערותיו המחכימות), וואס ער שרייבט אים אז לכאורה די צוויי חלזונ'ס פונעם ערוך איינס איז טאקע א מין תולעת וואס האט א חומט, ממילא איז יענס א דבר טמא, און מען קען עס נישט נוצן פאר תכלת, און די צווייטע חלזון דאס איז אזא פיש, און דאס איז מותר בפיך, ממילא איז עס כשר פאר תכלת. למעשה פירט ער אויס אז לויט רש"י קען מען נישט זאגן אז עס איז א פיש, נאר עפעס א באשעפעניש וואס איז סיי אין וואסער און סיי אויף די יבשה (ממיני 'אמפיביען'). און עס איז כשר פאר תכלת אפילו עס איז נישט מן המותר בפיך, ווייל חזותא לאו מילתא הוא. אבער לויטן רמב"ם פירט ער אויס איז עס יא ממיני הדגים הכשרים. און ער פירט אויס דעם בריוו "וכעת אין בידי דבר ברור להכריע, ואתה ב"א בוא ברוך ה' הלא מלתך על לשונך, עמוד נא על חקירה הזאת פן תמצא בזה בספרי למודי שפת לשון יונית דבר מבורר להתיר ספק הזה ולסקול המבוכה והסתירות אשר בזה, ושכרך יהיה כפול מן השמים, ותמצא חיים כנפשך ונפש דודך וכו'".

לפ"ז קומט אויס אז דער רמב"ם לערנט אז עס איז יא דער 'טינט-פיש' (אזוי ווי דער ראדזינער) אבער לויט רש"י פירט ער אויס איז עס יא די מין ווארים וואס האט אין זיך די בלוי פארב.

אין אנהייב חלק ד' פנעם ערוך ברענגט ער נאך א בריוו פון זיין אנדערע פעטער ר' יעקעב'קא ז"ל בן הנוב"י איבער דעם ענין, און ער טוט דארט אויף א חידוש גדול, ווי אויך שמועסט ער ארום איבער וואס זיין פלומעניק ר' משה האט געשריבן אז עס איז מעגליך די "טינט-פיש" (ואכהמ"ל עוד).

עכ"פ איינער האט אנגעפרעגט דעם ראדזינער אז עס שטייט אין ערוך אויף חלזון "שנעקע" און דאס איז דאך א סתירה צו זיין שיטה אז עס איז א פיש, אויף דעם שרייבט ער צוריק אין זיין ספר עין התכלת (עמ' קטו) די לשון הנ"ל פון שדי חמד (לכאורה האט עס דער ראדזינער קודם געשריבן שהרי הספר יצא בתרנ"ב, ואילו אותו חלק של השדי חמד י"ל בשנת תרנ"ו): "ונשתבש [השואל] בזה שיבוש גדול שנדמה לו שמלות האשכנזית המורגל שבערוך הוא מרבנו בעל הערוך ז"ל, אבל באמת הוא הוספה ממשכיל אחד ממשכילי זמננו משה לנדא שמו, שעשה פרצות הרבה בספר הערוך מחמת חסרון ידיעתו (ע"כ הוא ממש לשון השד"ח), ואין מביאין ראי' מהשוטים, ושמור זה ודעהו, כי עוד יוצרך זאת לפנינו בכמה מקומות להלן, ותמה על עצמך וכי בשביל אשכנזי זה נפריד בין הדבקים לעשות פלוגתא בין רבינו בעל הערוך והר"מ והר"ש והרע"ב ז"ל, הרי ידוע שראו את ספר הערוך ושתו בצמא את דבריו ולמה בכאן נדו מפירושו, אלא ודאי בקושטא שפה אחת ודברים אחדים להם גם בזה, וילמד סתום מן המפורש".

באמת שרייבט נישט ר' משה "שנעק", און לפי הנראה האט דער ראדזינער געזען אן אנדערע ערוך, אשר י"ל בשנת תרמ"ג בלובלין, ונדפס אח"כ בירושלים, וואס ער שרייבט ממש דער לשון וואס ראדזינער ברענגט צו אין עין תכלת, און ער האט בטעות צוגעשטעלט דעם לע"ז צו ר' משה לנדא.

למעשה היינט האלטן עטליכע רבנים און רוב פארשער אז די חלזון איז יא די שנעק וואס מען רופט "מיורעקס טרונקולוס", און ווען מען לייגט די בלוט פון דעם אויף די זון באקומט עס די ריכטיגע תכלת קאליר, ווי אויך האט מען געטראפן אין דער שטאט 'צידון' וואו מען פלעגט פאבריצירן תכלת און פארב, גאנצע בערג פון אויפגעהאקטע סנעילס, און די סנעילס זענען געווען אויפגעמאכט דארט וואו עס געפינט זיך דער אדער מיט פארב.

אויך איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז דער בעל שם ממיכלשטאט שרייבט (הודפס בס' בעל שם ממיכלשטאט עמוד כ"ח) ביי זיינע ידיעות בדרכי הלימוד אז מ'זאל לערנען די גמרא מיטן ערוך און מיטן מערכת הלשון. וואס דאס האט מחבר געווען ר' משה.

ביאור הסידור והמחזורים והסליחות

אויך האט ער מחבר געווען א סידור מיט א תרגום. און ארויס געגעבן א הערליכע ביאור אויף די פיוטים אינעם מחזור פון אלע ימים טובים, און אויף די סליחות.

אין זיין ביאור אויף די הושענות (וואס איז געדרוקט אין זיין "מחזור מראשית השנה עד אחרית השנה – ליום א' וב' של סכות ולשבת חה"מ עם סדר ההושענות", פראג תקצ"ד, עמוד קכו) איז ער מסביר וואס איז פשט פון די נוסח הפיוט וואס אונז זאגן נאך די הושענות: "אני והו הושיעה נא" קודם ברענגט ער צו פון המדקדק הגדול ר' וואלף היידנהיים אז עס איז א פלוגתא אין מסכת סוכה אויב מען האט געזאגט ביים מקיף זיין די מזבח: אנא ה' הושיעה נא וכו'" (חכמים), אדער האט מען געזאגט "אני והו הושיעה נא" (רבי יהודה), און אויף דעם איז ער מוסיף א געוואלדיגע חידוש, אז "אני והו" איז א קיצור פון די צוויי באקאנטע שמות שם אדנ"י והוי"ה, און רבי יהודה לערנט אז מ'האט געזאגט "אנא אני והו הושיעה נא", ס'הייסט לויט די חכמים האט מען געזאגט נאר איין שם און לויט ר"י צויי.

נאכדעם שרייבט ער: "וכשהצעתי הדברים לפני רבינו הגדול אב"ד ור"מ דק"ק פפד"מ יע"א, ה"ה אמ"ו הגאון האמיתי החסיד והעניו מוהר"ר פנחס הלוי איש הורוויץ נר"ו, אמר סעד לדברי, שכן מצינו בכמה מקומות וכו', והנאני". איז משמע פון זיינע ווערטער אז ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן הפלאה. דערנאך איז ער דארט מאריך מיט אן אנדערע הערליכע פשט אין די ווערטער פון רבי יהודה, אז ער גייט לשיטתיה וואס ער האט זיך אלס באנוצט מיט רמזים אזוי ווי מיר געפונען אויך אין די הגדה: "ר"י היה נותן בהם סימנים וכו'".

אין זיין מחזור אויף יום כפור האט ער א מאמר "מבטא שפתי אנשי שם" איבער די נוסח פון "כל נדרי", ווי ער איז מבאר באריכות די נוסח און אלע שינויים וואס איז אדורך דערויף. און בעיקר וואס ער פירט אויס בתוקף נישט משנה צו זיין די נוסח און עס מתרגם זיין.

זיין סידור הייסט: סדר עיון תפלה - כולל התפלות מכל השנה. י"ל בפראג, ת"ר.

זיין קינות: סדר תשעה באב לילה ויום, כמנהג המדינות פולין בעהמן מעהרן ואונגארן. פראג, תקצ"ה. עס ענטהאלט אין זיך א פירוש קצר אויף דייטש, און א ביאור ארוך בלשון הקודש אויף איכה און די קינות.

אויך האט ער ארויסגעגבן א הגדה: "סדר מרבה לספר - והוא הגדה של פסח מתורגמת אשכנזית ומבוארת". פראג תקצ"ז.

דאס איז א שיינע ביאור אויף אידיש דייטש, ווי אויך איז כסדר דא הלכות בלשה"ק, ווי אויך עטליכע קורצע חידושים. און צום סוף הגדה איז דא א "קאנטראקט צום חמץ פערקויפען אן ערב פסח" בלשון דייטש אידיש.

[אין די הגדה שרייבט ער א שיינער חידוש פארוואס זאגט מען "הא לחמא עניא די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים", און מען זאגט נישט 'די אכלו באפקותא מארעא דמצרים' בעת וואס לכאורה האבן די אידן ערשט געגעסן די מצה נאכן ארויסגיין פון לאנד, נאר עס קומט אונז מרמז זיין דאס וואס די גמרא זאגט אז עוגות שהוציאו ממצרים טעמו בהם טעם מן כצפיחית בדבש, קומט דאך אויס אז נאר די מצות וואס זיי האבן געגעסן אין מצרים בשעת די שווערע ארבייט, דאס איז געווען לחם עוני, אבער די מצות וואס האבן זיך אפגעבאקן בשעת יציאת מצרים איז נישט געווען קיין לחם עוני].

רוב מחזורים האט ער אויך ארויסגעגעבן דעם מתורגם אויף דייטש מיט די זייערע אותיות.

אויך ספר "המורה לצדקה" הערות על ביאור האברבנאל על "מורה נבוכים", פראג תקצ"א. דעם פירוש אברבנאל אויפן מורה נבוכים האט ער ארויסגעגעבן מכת"י, און ער האט מוסיף געווען מתחתיו ביאורים קצרים צו זיינע ווערטער.

שני משה לנדא איכא

עטליכע פרשנים נאך אים האבן זיך באנוצט מיט זיינע ביאורים אויף די מחזורים, אפילו די היינטיגע מבארים. ר' יעקב וינגרטן מחבר מחזור המפורש שרייבט ביי זיין מבוא אויפן קינות און אויף נאך פלעצער אז ער האט שטארק גענוצט דעם פירוש המחזור פון ר' משה לנדא מפראג נכד הנוב"י.

עס האט זיך שוין געיאוועט איינער (מיט די ר"ת: א.י.ל.) וואס האט געזען וואס ר' יעקב וינגארטן שרייבט, און האט אריינגעשיקט א שארפע בריוו צום קובץ גנת ורדים (קובץ כ"ג): בענין המשכיל משה לאנדא ובענין וכו'. .... והשנית אני רוצה לכתוב איזה הערות, בקובץ י"ז במדור לרעות בגנים כתב ר' ב.ג. בכותרות מילים באשכנז שבערוך וז"ל נ"ב מה שכתב (השד"ח הנ"ל) 'למשכיל אחד', בפשטות אין כוונתו על המשכילים הידועים לשמצה שדינם כמינים ואסור להסתכל בספריהם, עכ"ל. והנה למי שיודע תולדות הרה"ק ר' נהמן מברעסלאוו זצלל"ה יודע שמשה לאנדא היה משכיל ממש, ולא כמו שכתב הנ"ל, והיה בן הגה"ק ר' שמואל אבדק"ק פראג בן הנודע ביהודה ואכמל"ה, ואחד מן המחזורים החשובים שבהרבה מאנ"ש משתמשים בו ה"ה המהזור המפורש מהרה"ג ר' י. וו. שליט"א כותב בהקדמתו שאחד מן הפרשנים שעלי' בוסס פירושו הוא מן משה לאנדא, ולכאורה אינו יודע מי היה, (ואפשר שהוא אדם אהר אבל אין לי ידיעה מזה), ושלחתי ההערה הנ"ל לבעל המחזור המפורש שליט"א בעת הימים נוראים לערך, ולעת עתה לא קבלתי עוד תשובה מאתו. ושוב ראיתי בא' מהקובצים שא' כבר העיר על הענין הנ"ל של מ. לאנדא".ע"כ.

הכותב בגינת ורדים אמנם טעה! און דער פירוש איז נישט פון דעם אויסגעשפראכענער משכיל משה לנדא פון אומן, וואס ער איז געווען א זון פון רבי שמואל בן הנוב"י, און ער איז געווארן אן אפיקורס מפורסם, נאר דער מפרש איז א זון פון ר' ישראל כנ"ל, און ער איז געווען א שומתומ"צ ומאמין באמונה שלימה עד סוף ימיו, אזוי ווי מען קען זען אין זיינע ספרים, און זיינע ספרים זענען קיינמאל נישט נאסר געווארן.

תנ"ך עם ביאור

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער ארויסגעגעבן א גאנצע תנ"ך פון 20 בענדער. די אלע ספרים ענטהאלטען אין זיך א תרגום אויף דייטש און א ביאור אויף לשה"ק. און דא האט ער זיך אבער צוזאמגעשטעלט מיט רמ"ד, וויבאלד עטליכע ספרים איז דער תרגום פון אים [און דאס איז געווען אין קעגנזאץ צו די מיינונג פון זיין זיידע דער נודע ביהודה], און אזוי אויך פון אנדערע חכמים בדורו, בעיקר פון "וואלף מאיר" וואס האט אויך מחבר געווען דעם ביאור "המעמר", און ער איז געווען א מורה בלשון עברי בבית חינוך הנארמאלי אין פראג וואס איז געווען אונטער די אויפזעהרשאפט פון ר' משה, אויף עטליכע ספרים האט ר' משה אליינס מחבר געווען דעם תרגום און דער ביאור. ווי למשל אויף שופטים, תרי עשר און איוב, וואס ער האט געמאכט א הערליכע תרגום אויף אידיש און א ביאור על דרך המסורה והמפרשים המקובלים. בתחלת ספר שופטים האט ער א מבוא וואו ער איז מבאר דאס ענין הספר, און ער פארענטפערט דארט די טענות ומענות וואס פארשידענע חכמי אוה"ע האבן געשריבן.

למעשה זענען די עקסטרעמע משכילים נישט געווען צופרידן פון זיין ביאור ווייל ער האט נישט כולל געווען דערין מחכמות וביאורי הלשונות פון די חכמי אומה"ע, און אין א בריוו פון איינע פון די גרויסע משכילים צו אים בעט ער זיך אז ער זאל אים לאזען שרייבן דעם ביאור אויף ישעי' אדער אויף אנדערע ספרים, און דאס וועט זיין פיל מער באריכות ווי דער ביאור אויף די אנדערע ספרים וואס ער האט שוין געהאט ארויסגעגבן ווייל ער וועט אויך כולל זיין די ביאורים פון די גוים דערינען. למעשה האט ר' משה לנדא נישט אנגענומען זיינע ביאורים.

מינוייו בפראג

אין יאר תקע"ט איז ער געווארען אויפגענומען אלס הויפט אויפזעער ביי די אידיש-דייטשע הויפט שולע אין פראג, דאס איז געווען די שולע וואס די רעגירונג אונטער פראנץ יאזעף דער צווייטער האט פארלאנגט אין יענע צייט, די ציל פון די רעגירונג איז געווען אריינצוברענגן א משכיל'ישע גייסט אין די אידישע קינדער, אין די שולע האט מען געדארפט לערנען פארשידענע לימודי חול, אין גאליציע און אין אונגארן האט די רבנים מיט רוב עולם שטארק לוחם געווען קעגן דעם (ווי מיר האבן שוין מסביר געווען אויבן מער באריכות די מחלוקה צווישן די חכמי אונגארן וחכמי פראג), און די שולעס זענען געווארן געפירט דורך ה. האמבערג וואס איז געווען א גאר פארפארענער משכיל, און זיין ציל איז טאקע געווען צו משנה זיין און רעפארמירן די אידן, אבער אין פראג – נאך אין די צייט פונעם נו"ב - האט מען געוויזן פאר די רעגירונג גרייטקייט צו מיטארבעטן, און צוליב דעם האט מען אויסגעארבייט אז די חדרים זענען געבליבן אפן, מען האט געלערנט די לימודי חול נאר צוויי דריי שעה אין די רעגירונג'ס שולעס. און אזוי אויך האט מען גענומען אייגענע אויפזעערס איבער די שולע'ס און דורכדעם האט מען אויסגעשלאסען די פארברענטע משכילים פון אריינדרינגן אין די שולע'ס, און פארשטייט זיך אז דער אויפזעער האט געדארפט זיין א קענער כדי די רעגירונג זאל זיין צופרידן, און דא איז ר' משה זייער צוניץ געקומען, ער איז געווארען דער הויפט אויפזעער און אזוי זענען די שולע'ס געבליבען באשיצט פון די ווילדע בערלינע משכילים.

פרנס קהילת פראג

בשנת תקפ"ג בערך איז ר' משה נתמנה געווארען אלס איינער פון די הנהלת הקהלה, און אין שנת תקצ"ד בערך איז ער אויפגענומען געווארען אלס דער הויפט פירער פון די אידישע קהילה און פראג, וואס דאס איז געווען א גרויסע און שטארקע פאזיציע. דער פרנס הקהילה האט געהאט א כח סיי אויף די גשמיות'דיגע הליכות פון די קהילה און פארשטייט זיך אויך אויף איר רוחניות'דיגע אויסזען.

ער האט אין יענע צייט פיל געלייסטעט פאר די אידן אין פראג און איבער גאנץ בעהמען.

אין יאר תקצ"ה האט ר' משה אנגעהויבן פלאנירן צו גרינדן אן אידישע יתומים היים פאר קליינע קינדער. און ער האט באקומען שטיצע דערפאר פון די רעגירונג. מען קען נאך היינט זען באריכטן אין די אידישע צייטונגען פון יענע יאר איבער די אסיפת היסוד פון דעם קינדער היים.

בשנת תקצ"ז איז עס געעפנט געווארן און אנגעהויבן פונקציאנירן אלס בית יתומים פאר די גאנצע אומגעגנט. זעה בייגעלייגט די איינלאדונונג צו די עפענונגס פייערונג.

ר' משה האט מייסד געווען די מוסד און עס געפירט ביז צו זיין פטירה.

דאס אויפנעמען א נייע רב אין פראג

נאך די פטירה פונעם נודע ביהודה האבן די אקרו"ט נישט געקענט אויפנעמען א רב אויף זיין פלאץ, און די קהלה האט זיך געפירט דורך זיין זון הגאון רבי שמואל וואס איז געווען דער ראב"ד אין פראג, און ער צוזאמען מיט די אנדערע חברי הבית דין רבי אלעזר פלעקלש בעל שו"ת תשובה מאהבה, הגאון רבי שמואל פריינד, און נאך האבן געפירט די שטאט. שפעטער האט איבערגענומען ר' שמואל קוידר בעל שו"ת עולת שמואל, און נאך זיין פטירה האט די קהילה שוין געוואלט אויפנעמען איינער וואס זאל דינען אלס אפיציעלער רב ואב"ד. אבער יעצט האבן שוין געבלאזן נייע ווינטן אין פראג, עס איז שוין געווען דארט פילע משכילים, און זיי האבן געוואלט אז מען זאל אויפנעמען א רב פונעם משכיל'ישן לאגער. אלע זייטן האבן געלייגט דרוק צו האבן דעם ר' משה דער ראה"ק אויף זייער זייט, ר' משה מיט די אנדערע הנהלת הקהילה האבן באשלאסן אז מען גייט אויפנעמען א רב וואס איז נישט נאר א גאון אין תורה נאר אויך א גאון אין חכמת העולם וואס ער זאל קענען אפענטפערן די אלע עקסטרעמע משכילים פון פראג. ווי אויך האט די רעגירונג פארלאנגט אז דער נייער רב מוז האבן פארשידענע דיפלאמעס און תעודות כדי צו קענען ווערן רב.

דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן א גרויסע מערכה צווישן דער מהר"ץ חיות און [להבדיל] שי"ר [שלום יודא ראפופורט-א באקאנטער משכיל אין יענע צייט] ביידע האבן זיך מתחרה געווען אויף די רבנות שטעלע. יעדער האט גענוצט זיינע נאנטע זאלן שרייבן בריוון פאר ר' משה, דעמאלט איז דער מהר"ץ חיות שטארק ארויסגעקומען קעגן שי"ר, און זיינע נאנטע (מכת "הרואים") האבן געשריבן בריוון פאר ר' משה אז שי"ר איז א גרויסע משכיל, און אז די רבנים אין גאליציע דארט ווי ער איז געווען רב (אין טארנאפאל) האלטן נישט פון אים ווייל ער גייט אין נייע דרכים, אא"וו. און אויך שרייבן זיי אז זיי האבן געזען א בריוו וואס ר' משה האט געשיקט פארן לעמבערגער רב דער ישועות יעקב און זיך נאכגעפרעגט אויף שי"ר צו ער קען אויך גמרא תוס' ושולחן ערוך, פרעגן זיי אים, וויאזוי קען זיין אז אויף א פלאץ וואס זענען געווען אזעלכע חשובע רבנים ווי רבי ר' יהונתן און זיין זיידע דער נו"ב זאל מען אויפנעמען א רב וואס מען דארף זיך נאכפרעגן צו ער קען גוט לימוד גפ"ת?!

ווי אויך האבן זיי פרובירט צו אויפשפילן די פאקט אז עטליכע יאר פארדעם האט שי"ר ארויסגעגעבן גאר שטארקע און בייסיגע ביקורות קעגן דעם ספר "מערכי לשון" אויפן ערוך פון ר' משה, אינעם חיבור האט ער זייער אפגע'חוזק'ט און משפיל געווען ר' משה און זיינע ספרים, און ס'האט בשעתו אים זייער וויי געטאן, און אויף דעם דריקט זיך דער שרייבער אויס אז עס איז נישט ריכטיג: "כי טובה צפרנו של לאנדוי מכרסו של ראפפורט!"

און פון דעמאלט אן זענען די געוועזענע פריינט דער מהר"ץ חיות און שי"ר געווארן שטארקע שונאים.

אויך קען מען זען פון עטליכע בריוון אז שי"ר וחבריו המשכילים האבן נישט געהאלטן אז ר' משה איז א ריכטיגער משכיל און צוליב דעם האבן זיי אפגע'חוזק'ט פון די לשון פון זיין פירוש אויפן מחזור.

און אנהייב האט טאקע ר' משה לנדא נישט געוואלט אים אויפנעמען, און שטילערהייט האט ער געארבייט קעגן די התמנות פון שי"ר (זעה תולדות שי"ר עמ' 92-93, וכנ"ל אז ער האט געגעבן א הסכמה פארן בחור ר' מענדל ראזענטהאל אויף זיין קונטרס קעגן שי"ר), נאר נאך גרויסע הפצרות פון פולע שתדלנים, און א מכתב פיוס וואס שי"ר האט אים אליינס געשריבן, האט ער בלית ברירה מסכים געווען אז מ'זאל אים אויפנעמען (ויתכן מחמת פחד אז ער זאל נישט שרייבן מער ביקורות אויף אים און דורכדעם פסל'ן זיינע ספרים ביי די משכילים), און מען האט אים געברענגט אין פראג אין חודש אב שנת ת"ר.

אבער למעשה האט מען אים אויפגענומען נאר פאר ראב"ד און נישט פאר רב, וואס דאס האט געמיינט אז ער האט נישט באקומען קיין עמטליכע געהאלט פון די קהלה, נאר רח"ש און דמי הרגל וואס די בני קהלה וועלן אים שענקן, ווי אויך האבן זיך די עטליכע נכבדי הקהלה אונטערגענומען אים צו געבן א יערליכע נדבה פון 500 זהובין (פלורין). ר' משה האט אים געשיקט 300 פלורין אויף הוצאת הדרך צו קומען פון לעמבערג ביז פראג, א סומע וואס האט בכלל נישט געדעקט די הוצאות הדרך. אזוי אויך האט ר' משה נישט געטון קיין שום השתדלות מצדו צו מרבה זיין בכבוד שי"ר. אבער בסוף ימיו ווען רוב גרויסע ת"ח זענען שוין נסתלק געווארען האט מען אים שוין אויפגעומען אלס אב"ד אין פראג (פאר מער איבער דעם זעה תולדות מהר"ץ חיות לר"מ הערשקאוויטש פרק י').

אן אינטערסאנטע קרישקעלע וואס מ'זעט אז ר' משה איז צוגעשטאנען די וואס האבן לוחם געווען קעגן די השכלה, ר' מאיר לייב רייניץ דיין בלייפניק, האט מחבר געווען א ספר 'ילד שעשועים', וואס איז נאך בכתב יד און געפונט זיך אין א ביבליאטעק, דער ספר איז א תגובה צום 'ילד זקונים' (וויען תקצ"ט) פון אהרן חארינער שר"י, שרייבט ער דארט צו אים אויפן היתר פון חארין צו נוצן אן ארגעל ביים דאווענען שבת אין ביהמ"ד: "הס מלהזכיר דבר מכוער משוקץ ומתועב כזה לפניו ית"ש כאשר יתבאר לפנינו" און ער פירט אויס: "אכן אם תקשה לבך ולא תאבה ולא תשמע לי, הרי אני אעשה זאת שאשלח זה הקונטרס כאשר הוא פה אל ההורים הרבנים היושבים על כס ההוראה, ולא לבד לרבני מדינת מעהרין אלא אף לרבני אונגארן ולרבני דמדינת פולין ולרבני אשכנז וצרפת וכו', וכל או"א יתן לי טעמו ונימוקו, ואקוה שבמשך ג' חדשים יעלו לידי כל המכתבים מכל או"א, ואז אני אוציא קונטרס הזה עם עדיו החתומים בו בדפוס של ידידי מו"ה משה לנדא נ"י מפראג, ואז תהיה לך יותר חרפה וגדופה וכו' ((נדפס במוריה סיון תשל"ט עמ' צ"ה. וזאת למרות שבשנים קדמוניות קודם שנתגלה חרפו הביע דברי שבח בעד אהרן חארינער).

והאיש משה הולך וגדל - מעיאר פון פראג

אין יאר תר"ט איז ער געווארען אויפגענומען אלס "שטאט-פארארדענטער" אדעלמאן פון פראג, און דערנאך אין תר"י איז ער ערוויילט געווארען צו זיין א פארשטייער אין די שטאט-ראט.

און דעמאלט איז ער זאגאר אויך געווען עטליכע וואכן דער מעיאר פון שטאט, נאכדעם וואס צוליב סיבות איז דער בענקעל פונעם מעיאר אין פראג געווען ליידיג, און ר' משה זייענדיג דער עלטסטער און חשוב'סטער קאונסיל מיטגליד איז ער געווארען אויפגענומען אלס מעיאר.

דעמאלט איז נאך געווען פארשידענע ספעציעלע געזעצן וואס האבן באצוימט די אידן, ווי למשל די 'חתונה געזעץ' פון בעהמען און מוראביע, וואס איז אריין אין קראפט בערך בשנת תפ"ו 1726 למספרם, וואס האט באגרעניצט די צאל פון אידישע משפחות וואס מעגן וואוינען דארט, אין בעהמען איז געווען דער צאל 8.541 אידישע משפחות, און אין מורביה איז געווען דער צאל 5.106, און עס איז געהאלטן געווארען שטרענגע רעקארדס פון די צאל פון די משפחות. ווי אויך האט אין יעדע משפחה נאר דער עלטסטער זון געמעגט חתונה האבן און האבן א אייגענע משפחה, די איבריגע קינדער האבן געדארפט ווארטן ביז עס איז געווארן ליידיג אן אנדערע משפחה דורך שטארבן אדער דורך זיך אוועקציען פון יענע מדינה. ווי אויך איז געווען גרויסע שטייערן געזעץ, די אידן האבן געדארפט צאלן אסטראנאמישע סכומים עטליכע מאל א יאר, אא"וו.

צוביסלעך האבן די אידן אנגעהובן צו באקומען מער רעכטן, און אסאך אידן האבן אנגעהויבן צו שטייגן אין רייכטום, און דאס האט גורם געווען אז די ארימערע גוים זאלן זיך קריגן מיט זיי, ביז אין יאר תר"ח איז געווען געפערליכע מהומות קעגן די אידן.

און דאן האט ר' משה מיט זיין כח און איינפלוס ביי אלע איינוואוינער אין פראג געהאלפן די אידן אז זיי זאלן באשיצט ווערן, און אז זיי זאלן שוין ענדליך באקומען זייערע פולע רעכטן, וואס זיי האבן דעמאלט באקומען אויף א צייטווייליגע פארנעם (ביז יאר תרכ"ג ווען עס איז געווארען פערמענאנט). ווי אויך איז דעמאלט אינגאנצן אנולירט געווארען די חתונה געזעץ דורך זיין אינטענסיווע השתדלות, און די אידן האבן געקענט חתונה און האבן מקיים זיין די מצוה פון 'פרו ורבו' אומגעשטערט און מען האט געקענט מרבה זיין משפחות אן קיין צאל.

יאזעף שטאט

די קווארטאל וואו די אידן האבן געוואוינט איז נאכאלס געווען באצייכנט אלס א "געטא", און אפגעזונדערט פון די ארומיגע שטאט, ביז אין יאר תר"ח בערך ווען מען האט גענצליך אנולירט דעם "געטא" און די אידישע קווארטל איז געווארען א חלק פון די שטאט פראג, אלס א פיפטע קווארטל, און אלס א הכרת הטוב פאר קיסר יאזעף דער צווייטער וואס האט אנגעהויבן מיט די פארלייכטערונגען פאר די אידן האבן זיי גערופן די אידישע קווארטאל אויף זיין נאמען "יאזעף-שטאט".

ווען ר' משה האט געדינט אלס מעיאר האבן די אידן דאס אנגעקוקט ווי א גרויסע טריט און המשך צו די פרייהייט און גלייכבארעכטיגונג פאר די אידן, ווייל דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס א איד האט געדינט אלס א מעיאר פון א שטאט אין די היסטאריע פון בעהמען.

פטירתו

ער איז נפטר געווארען ט"ו אייר תרי"ב לפ"ק, זייענדיג אלט 63 יאר. מנו"כ בבית החיים הישן בפראג.

אויף די נוסח המצבה שטייט אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ווי אויך ווערט געברענגט אז ער האט פארשריבן זיין אוצר הספרים פאר די "בית היתומים" וואס ער האט אויפגעשטעלט. [אבער אויף געוויסע פלעצער ווי למשל אויפן דזעני דער יחוס וועבזייטל ווערט יא אויסגערעכענט עטליכע קינדער, ומתוכם איינער מיטן נאמען שלעזינגער, איינער שרייבט דארט אז ער האט זיך געטוישט זיין נאמען אויף שלעזינגער, אבער דאס איז נישט ריכטיג]. (זעה בייגעלייגט די נוסח המצבה פון אים און פון זיין פרוי גענומען פון 'ציון המציונת').

און א באריכט פון דער 'אלגעמיינער צייטונג דאס אידנטומס' וואס איז ארויסגעקומען אין לייפציג, זעכצענטער יארגאנג נומבער 23, דאטירט למספרם: מאי 31 1852 [חודש אייר תרי"ב לפ"ק] איז דא א באריכט איבער זיין פטירה.

קארעספאדענסען פראג מאי 6

נעקראָלאָג - obituary

היינט אום 6 מאי אום 3 אוהר נאכמיטאג איז מ. י. [משה] לנדא איינס פון די מערסטע אינטערסאנטע פערזענליכקייטן פון אונזער שטאט און פון אנדערע פלעצער, (לפי הנראה האט מען איבער גענעכטיגט זיין קערפער און ער איז ערשט געקומען לקבורה ביום י"ז אייר יום הסתלקות הנו"ב) וכו'.

מיט זיין הסתלקות האט זיך גענדיגט די מכובד'דיגע פירערשאפט וואס האט געצויגן איר הנהגה מיט א דירעקטע שייכות צו די רוחניות'דיגע און תורה'דיגע הנהגה אין פראג.

עפילאג:

ר' משה איז געווען א פילפארביגער איד, אן אייניקל פון גדולים וקדושים, ער האט זיך געפירט א גאנץ לעבן ווי א איד, געהיטען תורה ומצות און געגלייבט אין השי"ת, און כפי הנראה איז ער געווען נכנע אונטער די ערליכע רבנים אין פראג. אויך האט ער דערהויבן דער קרן התורה דורך דרוקן פיל ערליכע ספרים ווי חומשים ש"ס און משניות, און דורך זיינע ערליכע ביאורים ותרגומים אויפן סידור ומחזורים, לעזי רש"י והערוך אא"וו, ווי אויך האט ער מיט זיין אנגעזענקייט און מיט זיינע לייסטונגן פארן ציבור און מיט זיינע רעגירונג'ס פאזיציעס דערהויבן די כבוד פון די אידן פון בעהמען בכלל און פראג בפרט. אבער פון די אנדערע זייט קען מען זיך נישט פארהוילן פון די פולע משכיל'שע ספרים וואס ער האט געדרוקט אין זיין דרוקעריי און דורכדעם געהאלפן צושפרייטן השכלה, ווי אויך זיין מעסיגע צוגאנג צו השכלה און צו די משכילים כנוסח פראג.

אבער אונזער ערליכע אידישע היסטאריע האט אים קיינמאל נישט פאר'משפט לדראון אזוי ווי אסאך אנדערע משכילים מהרסי הדת, וואס מ'האט געוואוסט וואס זייער עיקר ציל איז געווען, אויב עפעס איז ער נאר געדענקט אויף לטובה.

יהא זכרו ברוך!
אחד אני יודע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 10:14 am

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד אני יודע »

אודה למי שיוכל לתרגמו ללה"ק.

אחד אני יודע האט געשריבן:
האם יש תרגום למאמר זה בלשה"ק? אם לאו האם יוכל אחד מן החברים כאן לתרגמו?

נא_שכל האט געשריבן:
א ברייטע אפשאצונג איבערן זון פונעם נודע ביהודא ר' ישראל הלוי לנדא, און אייניקל ר' משה - פרנס דק"ק פראג וואס האבן צוגעזעהן און מיטגעלעבט די אויפשטייג פון די השכלה ווינטן וואס האבן איבערגענומען זייער היימשטאט פראג, אבער זיך געהאלטן פעסט צום דרך המסורה און נישט אפגענויגט צו די נייע וועגן וואס האבן חרוב געמאכט די יוגנט.

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

געוואלדיג הרב נא שכל
אפשר קענסטו מאריך זיין ספעציפיש אויף ספר שמואל מבטן מי יצאו הדברים.
יישר כח למפרע
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

loyodea האט געשריבן:

איך שטעל זיך פאר אז דו פרעגסט צוליב וואס מ'האט לעצטענס געטראפן ספר שמואל מיטן חותמת פונעם מהר"ם שיק...
שמואל - וואלף מאיר.jpg
יעצט לעצם הפירוש, מיין איך אז דא האב געשריבן בנימין זאב המכונה "וואלף מאיר", ער איז געווען דער הויפט מנהל פרינציפל פון די שולע אין פראג, ער האט געשריבן זייער אלף בינה'ס וכו' וכו', און אלס א חלק פון זיין ווערק פאר די שולע האט ער געשריבן פילע פירושים.

פארשטייט זיין אז ער האט געהאט א "רוח" השכלה, ער האט געאטעמט די פראגער לופט, אבער זיינע פירושים זענען דווקא לרוח התורה והמסורה. צומאל האט ער געהאט פארשידענע טענות ומענות אויף רמ"ד אייכהארן ובדומה מהמשכילים הגדולים, און ער האט פארבעסערט זייער קרומקייטן. לדוגמא און דער מבוא אויף שמואל שרייבט אקעגן אייכהארנ'ס מיינונג לגבי ווער ס'האט מחבר געווען ספר שמואל, און שרייבט דארט חלילה אזוי צו האלטן, נאר אונז האלט מיר זיך צו די מסורה וואס איז מקור מים חיים, און אפילו מיט די תרגום השבעים דערשרעקט ער זיך אויך נישט כמבואר בהמבוא

איך וועל בל"נ מצרף דער פירוש אויף שמואל, און קענסט זיך אליינס איבערצייגן.

כאפסט אן עסק ב"ה.
אויפן שער שטייט "מתורגם ומבואר מחדש", א נייע תרגום און א נייע ביאור, "הוגה בבקרת עין המדקדק החכם וואלף מאיר", ער איז דער מבקר און מגיה.
נאכדעם שטייט ונלוה פי' רש"י, והעתקה, וביאור כל מלות בלע"ז מאת המדפיס משה לנדא.
שטייט אבער נישט ווער איז דער מחבר פון די תרגום און דער ביאור.

וואלף זעלבסט חתמ'ט זיך אויף דעם מבוא בשמו ושם אביו, בסוף המבוא "טרם אכלה לדבר אחלה את החכם המחבר תרגום אשכנזי ובאור לספר שמואל לסלוח לי על דבר ההגהות אשר שמתי וכו' ידידי מהרמ"ל [משה לאנדא] שם על שכמי העבודה הזאת".
זעט מען קלאר אז ער איז סך הכל דער מגיה און נישט דער מחבר, משה לאנדא איז נאר געווען דער מדפיס און מסדר.

בלייבט די קשי', ווער איז אבער דער מחבר.

ווידער אום אויפן ספר מלכים המצורף לשמואל, שטייט אויפן שער מתורגם מאת החכם יוסף ווייסע ומבואר מאת החכם וואלף מאיר, קלאר ווער דער מחבר פון תרגום איז און ווער דער מחבר פון ביאור איז, דארט אין מבוא רעדט דער וואלף ווי דער מחבר, און באציט זיך צו ידידו רי"וו דער בעל התרגום.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ישר כח, @נא_שכל, זייער א שיינע רייכע ארטיקל
נא_שכל האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 1:15 pm

וגם אזור כגבור חלציו הרב המובהק החרוץ והשנון החכם הכולל מו"ה שמואל פריינד נ"י מחבר ספר זרע קודש ... לסקל כל אבני נגף מפירוש הר"ש בזה הסדר ולהאיר בזוהר תיקוניו פירוש הרמב"ם כאשר נרשמים על הגליון, מלבד שני המגיהים התורניים אשר לא משו מתוך אהלי ואשר הגה יהגו בתורת ה' לברר ולצרף הספר ממכשול הטעיות וכו'. אין דקדוקי סופרים (במאמר 'על הדפסת התלמוד') שטייט אויך אז די הגהות אויף זרעים זענען פון הגאון רבי שמואל פריינד מדייני פראג בעל המחבר ספר זרע קדש על משניות.

[אגב: דער רבי שמואל איז געווען פון די גאר ערליכע דיינים אין פראג, און פון די גרויסע קנאים וואס האבן לוחם געווען קעגן השכלה, שפעטער ביי די דיונים אויפצונעמען א נייע רב אין פראג, האט ער געפירט מערכות אז מ'זאל נישט אויפנעמען שי"ר אלס רב, זיין תלמיד הבחור ר' מנחם מענדל ראזענטאל (וואס איז אויך געווען א תלמיד פון חת"ס) האט געלאזט דרוקן א שארפע קונטרס "עמק שושנים" קעגן א מאמר וואס שי"ר האט געשריבן אין די מכתב עת 'כרם חמד' בגנות דרך הלימוד של חכמי הש"ס בבבל (ר"ל), די צענזור האט עס נישט געלאזט דרוקן אין פראג, האט ער עס געדרוקט אין 'אויבן – ofen' אונגארן, בשנת 'ובאלקי אדלג שיר' – תקצ"ט. אינטערסאנט אז דער קונטרס האט אויך א הסכמה פון משה לנדא, און דער מו"ל שרייבט בלשון מליצה "וגם משה בהכסכמה עלה, ה"ה איש ... משה לאנדויא נשיא הלוים פו"מ לקהל עדת ישורון פראג יע"א" (דער ספר געפונט זיך אויף ה"ב). אגב: שי"ר האט גענטפערט אויף דעם קונטרס מיט זייער א מיאוסע בריוו (במכ"ע כ"ח ח"ו עמ' קמ-קמג) ווי ער אטאקירט פרעזענליך דעם 'בחור' שלא מן הענין, ואכהמ"ל בזה].

יאזעף שטאט

די קווארטאל וואו די אידן האבן געוואוינט איז נאכאלס געווען באצייכנט אלס א "געטא", און אפגעזונדערט פון די ארומיגע שטאט, ביז אין יאר תר"ח בערך ווען מען האט גענצליך אנולירט דעם "געטא" און די אידישע קווארטל איז געווארען א חלק פון די שטאט פראג, אלס א פיפטע קווארטל, און אלס א הכרת הטוב פאר קיסר יאזעף דער צווייטער וואס האט אנגעהויבן מיט די פארלייכטערונגען פאר די אידן האבן זיי גערופן די אידישע קווארטאל אויף זיין נאמען "יאזעף-שטאט".
כ'האב געוואלט צולייגן א הערה לגבי די 2 נקודות,
1. אז הגה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאווי (הראשון) מטאהש זצוק"ל, איז געווען א תלמיד פון הגאו' ר' שמואל פריינד הנ"ל.
2. דאס וואס ס'איז באקאנט ער איז געבוירן אין יאזעפס-דארף וואס איז לעבן קארלסבאד (פאר משולם), איז לכאורה א טעות ווייל כפי שביררתי יאזעפס-דארף וואס איז לעבן קארלסבאד איז נאך דאן נישט געווען קיין שטאט אפשר א שטעטל מיט אן אנדער נאמען און אידן האבן דארט נישט געוואוינט, עס מיינט יאזאף-שטאט הנ"ל וואס איז דער אידישער קווארטל אין פראג, און ווי ס'איז מקובל האט ער געלערנט דאן אין פראג ביי הרה"ג הנ"ל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: תמונת רבי שמואל פריינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 3:08 am
ישר כח, @נא_שכל, זייער א שיינע רייכע ארטיקל
נא_שכל האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 1:15 pm

וגם אזור כגבור חלציו הרב המובהק החרוץ והשנון החכם הכולל מו"ה שמואל פריינד נ"י מחבר ספר זרע קודש ... לסקל כל אבני נגף מפירוש הר"ש בזה הסדר ולהאיר בזוהר תיקוניו פירוש הרמב"ם כאשר נרשמים על הגליון, מלבד שני המגיהים התורניים אשר לא משו מתוך אהלי ואשר הגה יהגו בתורת ה' לברר ולצרף הספר ממכשול הטעיות וכו'. אין דקדוקי סופרים (במאמר 'על הדפסת התלמוד') שטייט אויך אז די הגהות אויף זרעים זענען פון הגאון רבי שמואל פריינד מדייני פראג בעל המחבר ספר זרע קדש על משניות.
כ'האב געוואלט צולייגן א הערה לגבי די 2 נקודות,
1. אז הגה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאווי (הראשון) מטאהש זצוק"ל, איז געווען א תלמיד פון הגאו' ר' שמואל פריינד הנ"ל.
יישר כח פארן באדאנקן.

יא, רבי שמואל איז געווען א גרויסער צדיק.

צוויי אנגעבליכע בילדער פון אים (כ'זעה וואו טאהט קומט אריין דארט...).
אטעטשמענטס
שמואל פריינד פראג.jpg
שמואל פריינד פראג.jpg (74.18 KiB) געזען 682 מאל
שמואל פריינד פראג 1.jpg
שמואל פריינד פראג 1.jpg (99.83 KiB) געזען 682 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

איז פארהאן א רשימה מיט אלע ספרים ווטס דער נודע ביהודה האט מחבר געווען?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: אב ובנו שראו את החידוש - ר' ישראל ובנו המדפיס ר' משה לנדא מ'פראג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הרב המובהק החרוץ והשנון החכם הכולל מו"ה שמואל פריינד נ"י מחבר ספר זרע קודש
האט ער געהאט קינדער ?
ומה המקור אז הגה"ק רבי משולם פייש סג"ל לאווי (הראשון) מטאהש זצוק"ל, איז געווען א תלמיד פון הגאו' ר' שמואל פריינד הנ"ל. ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”