קינד מיינס, יא איך בין א קינד! לאמטערנע #2

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

קינד מיינס, יא איך בין א קינד! לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

[align=center]קינד מיינס, יא איך בין א קינד!
[/align]
דאס קינד פון אונזער געשיכטע איז געבוירן געווארן אין איין שיינעם טאג, א פרייליכער, א לעבעדיגער, א תמימות'דיגער און אנע באגרעניצקייטן צו קיין שום בריקאדעס. ריין און לויטער, אן קיין מאסקעס. באפרייט פון די מענטשליכע פאדערונגען וועלכע באצווינגען די מענטשהייט אהערצושטעלן געזיכטן לויט די אומשטענדן און סביבה אין וועלכע זיי געפינען זיך, א יעדע וויילע א צווייטע געזיכט און שפראך, געוואנדן אין די באשטעלונג פון די ארומיגע, צייט און פלאץ. דאס קינד איז באפרייט פון די באפעלן וועלכע ווערן געפאדערט דורך די ארומיגע אהערצושטעלן א באנעמונג פון מיטגעפיהל, וועלכע פאדערט זיך לויט די יעצטיגע צושטאנד. דאס קינד איז פטור פון די אויפגאבע אהערצושטעלן געזיכטן, אויסצוציען שמייכלן און איינצוצוימען ברייטע שמייכלדיגע מיילער צו ערנסטע פארזויערטע מינעס. ארויסצוזאגן ווערטער אדער צוריקצוהאלטן, אלעס לויט די פארגעשריבענע פרינציפן פון די גלאבאלע מענטשהייט.

אמאל האט פאסירט א מעשה... אמאל איז געווען א קינד – און דאס קינד ביסטו – וועלכע האט אנגענעם שפאצירט אונטער די ברייטע ארעמעס פון נאטור אונטערן שאטן פונעם בלויען הימל-קאליר, און געלעבט א אריגינעלע און לויטערע לעבן סטיל. געלאכט ווען אינעווייניג אין זיין הארץ איז געווען לוסטיג. געוויינט ווען אין זיינע געדערים האט געהערשט א טרויער. זיך געשאקלט רעכטס און לינקס לויט זיין אינעווייניגסטע אינסטינקטיוו.

ה' אלוקיכם אמת. דער אייבערשטער איז אמת. ביים רבונו של עולם איז נישט פארהאן קיין שינוי. זיין לעכטיגע אור איז לויטער און גאנץ, פשוט בתכלית הפשיטות. זיין עפנטליכקייט צום מאטעריאליסטישן וועלט איז אויך אזוי: אמת. לויטער אזוי ווי זי איז שטענדיג געווען, אן קיין פלעקן, אן קיין פנים-אנשטעלונג און אן קיין שום ענדערונגען פון וואס זי איז באמת. דארט איז נישט פארהאן קיין ווערסיע פון 'זיין אנדערש ווי איך בין'.

די זון, שטענדיג איז זי אזוי ווי זי איז. די שטערן'ס און די לבנה, שיינען און לייכטן לויט זייער אריגינעלען ליכטיגקייט. די וואלן אין ים – אדער שטורעמיש אדער רואיג, אדער מיט איבערמענטשליכע גערודער אדער מיט א שטיל-שווייגנדע באנעמונג. דאס געוויקס פון אלע סארטן געוויקסן – אלעס לויט זייער פארגעשריבענעם פונקטליכקייט. פונקט ווי דאס שמייכל און געוויין פונעם קליינעם קינד, אריגינעל און ריין, אלעס ווערט געפירט לויט די אינעווייניגסטע פינטל. פינטל.

דאס קינד איז ריין. לויטער, אנע פילפארביגע און קאמפליצירטע חשבונות. גראד, פונקט ווי דער אייבערשטער האט אים באשאפן. אמת'דיג, גערעכטיגקייט. ער רעדט נישט און טוט נישט זאכן וואס זענען נישט אים. "ה' אלקוכים אמת" שפיגלט זיך אפ אינעם פולסטן זין פון ווארט. ער אנטפלעקט אינעם בריאה א שטיק אמת. ריין. לויטער.

*

ויגדל הילד, און דאס קינד איז גרויס געווארן. צווישן חברים און פריינד איז ער געברענגט געווארן, און צו די הענט פון רבי'ס און מחנכים איז ער איבערגעגעבן געווארן. ער איז אפגעריסן געווארן פון א גן עדן פון תמימות – צו גרויסע און הויכע פערזאנען, וועלכע קלאפן אין די באקן פונעם נארוואס אנקומענדן קינד, זייערע אויגן זענען צומאל שטרענגע, און זיי טוען צום קינד וואס זיי טוען...

דארט, ווי א קליין-געוואוקסענער צווישן הימל-ריזן, דארף מען באצאלן אויף צו באקומען. מען דארף זיין א 'אידענטיטעט' צוצוברענגען אויפערקזאמקייט פון די ארומיגע. נייע געזעצן ווערן געבויעט אין זיין לעבן, אזעלכע און אזעלכע, און זיי דארפן אויסגעפירט ווערן גענוי לויט זייערע כללים. א באפעל, א כלל, א פארהער, א פונקטליכע סדר – און אאך און וויי צו דער וועלכער פארלעצט די געזעצן. אאך און וויי פאר דער וועלכער בלייבט אזוי ווי ער איז. אזוי ווי זיין טיפע אינערליכע פינטל איז.

דאס לעבן פאדערט. זי שטעלט צו בלויז פאר אזעלכע וועלכע קומען נאך זייערע פארלאנגען, אן זיך רעכענען מיט די טיפערע און ספירוטאלע ריינקייט וועלכע געפינט זיך דארט טיף אינעווייניג אינעם מענטשליכן געבוי. עס ווערט פארמירט 'קעסטעלעך' פאר דאס קינד. די קעסטלעך געבן שווארץ-אויף-ווייסע אפציעס, צו קומט זיך פארן קינד א גוט ווארט, איז ער בארעכטיגט צו באקומען א שמייכל, און צו ער פארמאגט סיי וואספארא האפענונגען – נישט געבענדיג פארן קינד צוויי ברירות, אים צווינגעדינג נאכצוקומען די ליידיגע קעסטלעך, און ערהאלטן א 'טעש"ק' – ער וועט זיך אויסברייטערן לויט די אומשטעדן, און זיך צאמציען לויט די כללים, אויך אן קיין ווילן און מוט. עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע אפציעס. דאס לעבן פאדערט.

מאטעריאליזים פאדערט אן אויפהער, זי באפעלט פאר אלעמען באלדיג צו אילוסטרירן א דרויסענע 'שאו קעיס' ווי ס'פאסט זיך לויט אירע פרינציפן. אויך אויב די געשעפט איז ליידיג פון אינעווייניג. אויך אויב די קאלירן צווישן די שיפלאדעס זענען גענצליך אנדערש פון אינדרויסן. אויך אויב די אביעקטן פארמאגן נישט קיין שום פארגלייך צו די דרויסענדע אנשטעל. שטענדיג מוז דער מענטש זיך צופאסן צו דאס געפאדערטע 'שאו קעיס'. אויך אויב אינעווייניג שפילט זיך אפ טאטאלע דיפערענסן אין אפקלאנג צו די אויסערדיגע אנשטעל. דאס לעבן פאדערט.

די טיפע פנימיות איז טאקע פארגאנען, ער האט זיך פארשטעקט אין טיפע און אומזעהבארע הארץ-קעמערלעך. די ריינע און לויטערע קריגל אויל, איז ווי פארשוואונדען געווארן פונעם האריזאנט. עס האט זיך פארמירט א טיפע קבר. איר אמאליגע ליכט-שיין איז א פארגאנגענהייט. עס שיינט מער נישט. אן קיין רחמנות, איז דערווייטערט געווארן די רעאליטעט פון פנימיות, אריגינעלקייט, און אויפריכטיגקייט. דאס ליכטעלע איז אומגעברענגט געווארן פונעם לעבנס-טערמין. די מציאות ווייזט א פארפרעמדעטע געשטאלט, עס געבט נישט קיין מעגליכקייט פון זיין אריגינעל. דאס לעבן פאדערט.

'איך' – א פרעמדע און אויסערליכע איך, האט זיך אויפגעשטעלט און דיקטאטירט די אמת'דיגע און אינעווייניגסטע 'איך'. אויפן קינד. זיי זענען מער נישט איינס. מער נישט אייניג. די אמת'דיגע אינערליכע איך, דאס תמימות'דיגער קינד, איז פארוואנדלט געווארן א שעמעדיגער וועלכע ציטערט זיך צו באווייזן. ער פריידט זיך מיטן פאקט אז ער ווייסט די נויטיגע טאקטיקן וויאזוי אנצושטעלן פאלשע געזיכטן, וועלכע זיין בייגזאם לויט די דרויסענדע אומשטענדן. צו שווייגן מיטן מויל אדער שאקלן די ליפן מיט געוואלד אויך אן די מידעסטע מאס אינערליכע ווילן, אלעס געוואנדן לויט די אנגענומענע וועלטליכע כללים און געזעצן. אן טראכטן, אן מחשבה, אלעס איז פון פאראויס באשטימט. זייענדיג פארבינדן מיט הארמאטיש פארשלאסענע קייטלן, כאילו דאס איז זיין אייגענעם ווילן. זיין שטענדיג דאס וואס די 'זיי' פאדערט. דאס לעבן פאדערט.

ה' אלוקיכם אמת. דער אייבערשטער איז אמת. ביים רבונו של עולם איז נישט פארהאן קיין שינוי. זיין לעכטיגע אור איז לויטער און גאנץ, פשוט בתכלית הפשיטות. זיין עפנטליכקייט צום מאטעריאליסטישן וועלט איז אויך אזוי: אמת. לויטער אזוי ווי זי איז שטענדיג געווען, אן קיין פלעקן, אן קיין פנים-אנשטעלונג און אן קיין שום ענדערונגען פון וואס זי איז באמת. דארט איז נישט פארהאן קיין ווערסיע פון 'זיין אנדערש ווי איך בין'. אלעס איז אזוי ווי זי איז. פונקטליך.

*

אבער. עס איז פארהאן א אבער. די אינעווייניגסטע שיין האט זיך נישט פארלאשן. דער אייבערשטער איז דער 'מגן אברהם', ער היט אויף די אינעווייניגסטע פינטל פון יעדן איינעם, און ער לאזט נישט צו אז די אינעווייניגסטע פינק זאל גענצליך פארלאשן ווערן. ער ערלויבט נישט אז די גשמיות'דיגע מענטשהייט זאל טאטאל פארלעשן די דאזיגע ליכטלע, די דאזיגע ריינע קינד, די דאזיגע 'איך'.

עס איז א טעות צו שפעקולירן אז דאס 'קינד' איז א מציאות וועלכע איז נאר געווען אין די פארגאנגענהייט. א רוחניות'דיגע פאקטאר פארלאזט נישט איר געבורטס-ארט. זי איז בלויז פארוואנדלט און פארוואגלט געווארן צו זיין טיפער און מער באהאלטן פונעם דרויסענדיגן אויג. גרויסע און העכערע צדיקים פלעגן זיך אויסדרוקן: איך בין נאך א קינד, איך בין נאך א נשמה איידער זי איז גענידערט געווארן אין ראנג און אראפגעשיקט געווארן צום עולם הגשמי. א יעדע נפש פארמאגט אין זיך אלעס, זי באשטייט אין פאקט פון מערערע באשטאנדטיילן און אלע טיילן וועלן שטענדיג פארבלייבן אינעם נפש, פארמאגענדיג דארט דאס קינד, וועלכע ווארט מיט האפענונג און חלום'ט שטענדיג אז עווענטועל וועט זיין טרוים פארוואנדלט ווערן און ער וועט אנהייבן לעבן זיין ריינע פנימיות, וועלכע איז נאכנישט פארשטארבן.

צומאל קומט אן עלטערער און ערוואקסענעם מאן אנטקעגן א יונג קינד, פיל מיט חן, לויטער, אמת'דיג, מיט די זיסע חן-גריבעלעך. דאס נפש פונעם ערוואקסענעם גייט אויס פארן קינד, ער ווייסט אליינס נישט וואס האט מיט אים פאסירט. ער איז שטענדיג דער שטייפער און הארטער פערזאן צו די ארומיגע, און דא ווערט ער פלוצלינג צולאזט, ווייעך און צוגעלאזן. דער איינגעפאלענער דערנענטערט זיך צום קינד, מיט א איינגעפאלענעם מינע, א מידער פון אהערשטעלן געזיכטן און פרצופים, אנגעזעטיגט פון אומאנגענעמע דורכפעלער, און אט בייגט ער זיך אונער מלא קומתו ביז צום קליין זיסן קינד. ווי איינער מיט א אויסגעטריקענטען האלז וועלכער בענקט צו א שלינג פון פרישע קוואל-וואסער.

און דער קליינטשיגער פאלוירענער שטייט דארט, ער איז דערציטערט, וואס וויל דער 'גרויסער זיידע' פון מיך... פארוואס האט ער זיך אזוי פלוצלינג אראפגעלאזט צו מיך, ווי א מאכטפולע וואלקן-קראצער וועלכע פאלט אונטער, וואס ציעהט אזוי דאס הארץ פונעם ערוואקסענעם צו פארמירן פלוצלינג א ווייעכקייט און א צוגעלאזנקייט. זיינע פארטריקענטע עלטערע פינגער, וועלכע זענען שוין אין די יארן מאכטלאז פון די ענדלאזע לעבנס-קאמף נאכצוקומען דעם 'זיי' – דערנענטערן זיך צו די ווייכע און פרישע זיסע בעקעלעך פונעם קינד, און גיבט אים א אנגענעמע גלעט אויפן פנים. דאס געזיכט פונעם ערוואקסענעם שיינט אויף. די פארעלטערטע פנים פונעם זיידן שיינען אויף. פון די טיפענישן ערשיינט א שטראל פון שמחה, פרייליכקייט, צופרידענקייט.

טייכן פון בענקעניש גיסט זיך ארויס פון אים. ער ווערט ערשטוינט קעגן דעם פאקט פון לויטערקייט און ריינקייט, אריגינעלקייט און אמת'דיגקייט וואס געפינט זיך ביים קינד. ער ווערט צוריקגעצויגן צום אמת'ן פנימיות, וועלכע ברענט נאך טיף אינעווייניג אינעם מענטש'ס זעהל, אויך אן ווערן באפוילן דורך אנדערע דרויסענדע געזעצן. דאס איז דעם קריגל פון ריינע און קלארע אויל. א שלהבת וועלכע עולה מאליה, אויף א ריינע מנורה.

אויך ווען דער אלטער איז שוין אפגעשוואכט און מוטלאז, וועט ער זיך שטענדיג פרייען אנטרעפענענדיג דעם יונגן שעפערישן קינד, ביי וועם דאס פייער-פינק פון לעבן איז אין פולן קראפט. אבער וואס ער ווייסט נישט איז די פאקט אז זיין אייגענעם אינעווייניגסטן קינד איז דער וועלכער קומט צום אויבערפלאך באגעגענענדיג א צווייטן קינד (און ווי דער בעל שם טוב הק' לערנט אונז, אז שטענדיג ווען א מענטש זעהט עפעס אינעם מאטעריאליסטישן וועלט, איז עס א בלויזע אפטייטש אויף עפעס וועלכע קומט פאר אין די העכערע עולמות).

דאס אינעווייניגסטן קינד איז פארשלאפן, ער ליגט פארשטעקט דארט אינעם קאמערל אין וועלכן מען האט אים אריינגעלייגט יארן צוריק, אן רחמנות און מיטגעפיהל. ער זיצט דארט איינגעבינדן, אין די פינסטערניש. עס הערשט אויף אים א הונגער, דארשט, א ווילן זיך אומצוקערן צו דאס וואס ער איז אין ווארהייט – און אין אנדערע ווערטער – צו דאס וואס 'דו' ביסט באמת.

ער וויינט אויף די פילע פארבייגייענדע יארן ווי ער איז געווען עפעס וואס ער איז נישט אין פאקט. יארן וועלכע ער איז געווען 'זיי' אנשטאט 'איך'. ווי אזוי זאל ער זיך קענען באהערשן ווען פלוצלינג דערגרייכט צו זיין שמאלע פענסטערל א געזיכט פון א ריינע און לויטערע קינד, וועלכע שפיגלט אים גענוי אפ. ווי א איד וועלכער שמאכט אין פיינפולע טורמע, און מיטאמאל באגעגנט ער פון צווישן די שפאלטענעס און גאראטעס א געשטאלט פון א צווייטן איד, אט דאס גיבט אים די מאטיוואציע און רצון זיך ארויסצוזעהן פון די טינקעלע תפיסה. וויאזוי זאל דען דאס אינעווייניגסטע קינד וועלכע געפינט זיך אין דיר נישט איבעראשט ווערן זיך טרעפענדיג פנים אל פנים מיט איינעם וועלכער איז זיינס גלייכנס, ריין, לויטער און דורכזיכטיג. דאס האלב-פארלאשענע ליכטל פלאקערט פלוצלינג אויף.

און דו, ערוואקסענער – וועלכע דינט יעדן איינעם אויסער זיך – הייבסט ווידער אויף דיינע אויגן אין ריכטונג פונעם חיצוניות'דיגן קליין קינד, זון אדער אייניקל, ווייזנדיג א ברייטן שמייכל צו אים, און נישט צו דיר זעלבסט. ווי איידע רזיך אומקערן און צוריקווערן זיך, 'איך', ווערסטו ווידער פארנומען מיט אנדערע, 'זיי'. ווער דיר, ווער א קינד, אמת'דיג און ריין.

דאס קינד וועלכע שטייט נעבן דיר איז דא מיט איין ציל, ער וויל ערוועקן דיין באהאלטענעם קינד. דיין מציאות און וועזן. דיין ריינע נקודה. דו האסט אויפגעשיינט און ארויסגעוויזן ליבשאפט צום קינד – אבער דו ביסט אומוויסנד צום פאקט אז עס געפינט זיך אין דיר זעלבסט א קינד, דיין אינעווייניגסטע מציאות, וועלכע ווארט צו וויינען ווען ער שפירט א דראנג פון ביטערקייט אדער בענקעניש, צו שמייכלן דורך דיין מויל ווען זיינע געפיהלן זענען אונטערן שאטן פון פרייד, צו רעדן ווען ער שפירט פאר וויכטיג און שווייגן ווען ער שפירט פאר אומוויכטיג. ער וויל רעדן דורך דיין מויל 'דיינע' ווערטער, ער וויל טוען דורך דיינע פליישיגע הענט 'דיינע' פעולות און באוועגונגען.

"שבעים שמות קרא לישראל... נקרא נער שנאמר 'כי נער ישראל ואוהבהו'. נקרא רך שכן הוא אומר כי 'בן הייתי לאבי רך ויחיד לפני אמי'. נקרא ילד שנאמר 'ילד שעשועים'. נקראו ישרים שהולכים בישרת לבם בדרכי המקום. נקראו תמימים שכן הוא אומר 'ותמימים יוותרו בה'" (מדרש שב"ש זוטא).

כלל ישראל ווערט באטיטלט אלס א יונגער, א ווייכער, א קינד, גראדע און תמימות'דיגע. דאס איז אונזער שטאלץ. דאס איז אונזער עצם וועזן און מהות. עס איז בלויז פארשטעקט, אבער טיף אינעווייניג לאזט דאס קינד נישט אפ, ער געבט נישט אויף. ער ווארט און ער ווארט ווען מיר וועלן אים שוין ארויפברענגען צום אויבערפלאך. און ער ווארט...

נישטא קיין סיבה צו גיין זוכן ערגעץ אינדרויסן און בענקען צו זאכן וועלכע זענען נישט פארהאן אין מציאות – וויבאלד זיי זענען נישט דיינע. עס איז בלויז 'זיי'. דו דארפסט נישט ארומנעמען און גלעטן א קינד וועלכע געהערט נישט צו דיר. דו קענסט ארומנעמען דיין אייגענעם קינד, דיין מהות, דיין מציאות. דיך. איך. דיך. אלעס געפינט זיך אויף איין לאקאציע, נאענט צו דיר. ליבערשט, אין דיר.

לעב דיין אייגענעם לעבן, דיין אייגענעם קינד, זיי דאס וואס דו ביסט. דענענטער זיך צו דיין טייל מיט וועלכע דו ביסט באשאנקן געווארן אינעם תורה הק', זאל זיין וואס עס זאל נאר זיין, אבער עס זאל געהערן צו דיר. פאלג אויס די מצוות וואס מיר זענען באפוילן געווארן דורכן אייבערשטן לויט דיין אייגענע אריגינעלע געפיהל. שעם זיך נישט. ווער נישט פארלוירן, דו ביסט גערעכט. וויין ווען דו ווילסט וויינען, און לאך ווען דו ווילסט לאכן. לייג צו הארץ און געפיהל צו דאס וואס גייט איבער אויף דיר, געב עס ווערטער און זאג זיי ארויס מיטן מויל. זינג דעם ליד וועלכע דיין הארץ צוזינגט זיך. א בלויזע מעלאדיע, וועלכע ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אבער טוט אפטייטשן די אפקלאנג וועלכע דאס הארץ וויל ארויסברענגען. עס איז קיינמאל נישט צו שפעט. אטעם אריין טיף, און דאסמאל דיין אייגענע לופט. נר ה', נשמת אדם.

*

די נפש הפנימית שרייט און בענקט צום ריינעם אמת, גלאטקייט און ווארהייט. דערפאר געפינט זי רואיגקייט און צופרידנהייט בלויז אין די תורה און מצוות וועלכע זענען די מערסט קלארסטע אמת אויפן וועלט. די קלארסטע און פונקטליכסטע זאך, וועלכע וועט זיך קיינמאל נישט טוישן אדער ענדערן. פון די אנדערע זייט, א יעדע זאך וועלכע איז נישט אין איינקלאנג מיט די תורה און מצוות, איז די גרעסטע בלאף און שקר וועלכע געפינט זיך נאר. די מאטפולסטע פארבלענדעניש. דעריבער, א יעדע מינדעסטע אפנויג פון די דרכי התורה והמצוות, ברענגט צומישעניש און פלאנטער פארן נפש. די ריינע פנימיות'דיגע נפש, די אמת'ע און פונקטליכע, דאס תמימות'דיג קינד, שפירט גלייך א טיפע שניט אין זיין 'זיך', און וועט גלייך דערשפירן א ריס אינעם שטריק וועלכע פארבינדט אים דירעקט צום ריינעם קוואל. צו העכערקייט. און דאס קינד קען מען נישט פאפן...

אלוקי נשמה שנתת בי טהורה היא. אתה בראתה. אתה יצרתה. אתה נפחתה בי. דאס קינד איז געבוירן ריין און לויטער, און וועט אלעמאל בלייבן ציכטיג שיין. ברענג עס ארויף, ברענג עס ארויס, גלעט אים און ווייז אים ארויס ליבשאפט. זיי 'איך'. טוע דעם רצון השם לויט דיינע אייגנשאפטן, מיט דיין נשמה, און אינאיינעם מיט דיין נפש.

נעם דיין קינד, דיך, און ניץ עס אויס מיט א ריכטיגע צוגאנג. ווי דער הייליגער רמח"ל ערקלערט אין זיין געוואלדיגע ספר דרך ה': אלע מצבים אין וועלכע א מענטש גייט איבער אין זיין לעבן, איז געוואנדן אין די הארת פנים. און די הארת פנים וועלכע מיר ווייזן פארן נפש, פארן קינד, פארן זיך.

*

עת הזומער הגיע. אט שטיין מיר שוין אין די זומער טעג.

לאמיר כאפן א בליק איבער ווערטער וועלכע רבי נחמן פון ברסלב זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט צו זיינע תלמידים, געבנדיג א הנהגה אויף זיין אייגנארטיגער שטייגער און מהלך און עבודת השם אין וועלכע איינס פון די הויפט פריאריטעטן איז געוויס דאס ענין פון התבודודות: אין די זומער טעג איז כדאי ארויסצוגיין אויפן פעלד און זיך מתבוננן זיין, מתפלל זיין, ווייל דאן איז די צייט ווען די גראז און ביימער, געוויקסן און באשעפענישן, הייבן אן ארויסצושפראצן. אלעס איז דאן אונטער א ווירקונג פון שפראצן און בליען.

אפגעזעהן צו מיר גיין אין סיי וועלכע מהלך אין עבודת השם, איז אין אלנפאלס פארהאן דא א דערהויבענע דערהער. אין די זומער טעג, ווען מיר געפינען זיך אין שויס פון נאטור, ארומגענומען מיט די אריגינעלע ווערק וועלכע זענען באשאפן און ערצייגט געווארן 'מעשה ידי אומן' דורכן מלך מלכי המלכים, איז די ריכטיגע צייט זיך זעלבסט צו באוואסערן. עס איז א צייט זיך אומצוקערן צו נאטור, צו אריגניעלקייט. זיך אפנויגן פון די מאטעריאליסטישע 'יענעם, ער, זיי', און זיך דערנעטערן צום גייסטליכן און ליבליכן 'איך, מיך, זיך'.

עס איז די ריכטיגע צייט צו געבן א גלעט פארן קינד, פארן זיך, און רעדן צו אים מיט בלויזע רייד, "קינד מיינס, איך ווייס אז איך האב ביז היינט ווידערגעשפעניגט אין דיר, איך האב דיר פארבינען און דערשטיקט פאר לאנגע יארן. אבער יעצט האט דערגרייכט די צייט, און אט וועסטו דערגרייכן א ענדע צו דיין פיין. פון היינט גיין מיר לעבן אינאיינעם, איך וועל דיר שטענדיג גלעטן, און זיך פירן לויט דיר.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אוי אוי... איר רירט צו דיירעקט אין די נקודה...

הייליג הייליג!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הייליג און טייער

גראד ארויס פון הארץ וואו נאר משה קען...

און דא איז טאקע דאס פלאץ ארויס צו ברענגען די טיפע געפילן פון דאנק און הכרת הטוב פון מיר פערזענליך, בשם די גאנצע רעדאקציע, און אין נאמען פון כל הקהל, פאר ידידנו ר' משה וואס האט אוועק געגעבן צענדליגער, מעגליך הונדערטער, שעות שלעמלק"פ פשוט צו מחיה זיין אידישע קינדער. וואס אימער און ווען אימער מען האט געבעטן, אפילו טוישן און צולייגן נאכן האבן אריין געלייגט שווערע ארבעט ביים ערשטן מאל, איז געטון געווארן מיט א שלימות אן קיינע צעגערנישן ווי כאילו ער ווערט דא באצאלט 50 דאללער א שעה...

ביז אין די לעצטע מינוטן איז משה געווען אקטיוו מיט שווערע ארבעט און ער האט עס געמאכט! יא, דו האסט געמאכט לאמטערנע #2 פאר א סוקסעס.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

נשמה שפראך! לויטער און לעכטיג!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

;l;p- gevaldig
music helps your mood
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

פלטיאל האט געשריבן:נשמה שפראך! לויטער און לעכטיג!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עס גלוסט זיך מיר צו זיין א קינד...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הערליך!
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

;l;p-
זייער הנאה געהאט.

@משה, צו קענען אראפ לייגן אזא ארטיקל, און ארויס ברענגען די אינערליכע געפילן, פאדערט זיך אמת'ע טאלאנט!!

#wow
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”