דער מייסטער שווינדלער. לאמטערנע #2

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

דער מייסטער שווינדלער. לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אפריל 2012 פארטלאנד ארעגאן.
‎אן עלטערער הינקעדיגער פארשוין שטעלט זיך אפ פארנט פון א פריוואטע סטארעדזש געביידע, קוקט אהער און אהין, און גייט אריין. א געוועזענער שפיאנאזש אפיציר, געלונגענער אדוואקאט, אבער יעצט אנטלויפט ער פון געזעץ נאך צענדליגער יארן פון אויסשווינדלען אומשולדיגע אמעריקאנער און פארשוואונדן ווערן דערנאך. זיין ציל איז קעסטל נומער 646 וואו עס ליגט באהאלטן זיין סוד. ווער איז דער פארשוין?.. און וואס באהאלט ער דארט?.. ליינט די גאר אינטערסאנטע געשיכטע וואו עס ווערט אויפגעוויקלט די אומגלויבליכע פאסירונג איבער א סוקסעספולער אדוואקאט וואס האט פאר לאנגע יארן
‎אויסבאהאלטן מאסיווע קרימינאלע אקטיוויטעטן ביז ווען ער איז געברענגט געווארן צו יוסטיץ.

***

‎יארע 2007 .
‎דר. פעטריק ברעי באקומט א טעלעפאן רוף. ברעי איז א געוועזענער דאקטער אין די אמעריקאנער נעווי, און וואוינט היינט אין קליוולאנד אהייאו. געווענדליך מאכט ער זיך נישט וויסנדיג פון שנאר רופן, אבער דאס מאל האט עס אים געכאפט. פון צווייטן זייט טרייבל האט מען אים געזאגט איבער א טשעריטי גרופע וואס נעמט צוזאם געלט פאר ארמיי וועטעראנען, ווי אויך שיקן זיי ארויס פעקלעך פאר סאלדאטן וואס וואוינען אליינס. עס איז געווען פונקט אין א צייט וואס די גאנצע לאנד איז אין א פאטריאטישע געפיל צו די אמעריקאנער טרופן וואס קומען אהיים פון אפגאניסטאן און איראק, און זייענדיג אליינס א דאקטאר אין די ארמיי האט ברעי געהאט א שטארקע געפיל צו ארויסהעלפן זיינע קאלעגעס. ער האט אויסגעשטעלט צוויי טשעקס פון $300 פאר די גרופע וואס האט זיך גערופן ״יו עס נעווי וועטערענס אסאוסיעשאן״ זייער א נארמאל קלינגענדע נאמען וואס
‎רופט נישט ארויס קיין שום פארדאכט. וועמען זאל איינפאלן אז אונטער אזא פשוטע נאמען זאל עפעס נישט טויגן...
‎ברעי איז געווען בלויז איין קרבן פון טויזענטער וואס זענען פארנארט געווארן דורך א טעלעמארקעטינג שווינדל אנגעפירט געווארן דורך א מייסטער שווינדלער.

‎די יו עס נעווי וועטערענס אסאוסיעשאן האט אנגעגעבן א לאנגיעריגע היסטאריע צוריק ביז 1927, שרייבנדיג אז זיי האבן 66,000 מעמבערס, 41 סטעיט אפיסעס, און א הויפטקווארטיר אין די הויפט שטאט וואשינגטאן די סי. דער סי אי או איז איינער מיט'ן נאמען דזשעק נימיץ, גאר אן ענליכע נאמען צו דעם אדמיראל טשעסטער נימיץ וועלכער האט געפירט די אמעריקאנער פאסיפיק פלאטע אין דער צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה. עס האט אויסגעקוקט ווי די ריכטיגע ארגאניזאציע ‎אין די ריכטיגע צייט, געפירט דורך דעם ריכטיגן מענטש, אין א צייט וואס טויזנטער וועטעראנען דארפן הילף.

‎די טשעריטי גרופע איז געווען אפיציעל אנערקענט ביי די דעפארטמענט אוו וועטעראנס אפעירס, און ביי די איי אר עס ווען עס איז געקומען צו צאלן שטייער. 41 סטעיטס האבן ערלויבט פאר די ארגאניזאציע צו אפערירן אין זייער שטאט, נאכן מאכן די נויטיגע פערמיטס און עס באנייען יאר נאך יאר. זיי האבן איינגעגעבן גאנצע ליסטעס פון מענטשן וואס ארבעטן פאר די ‎ארגאניזאציע, אבער פאקטיש איז איין מענטש געשטאנען אונטער אלעם. גערופן האט ער זיך ׳קאמאנדיר באבי טאמפסאן'.

‎טאמפסאן האט געוואוינט אין טעמפא פלארידע, און פון דארט האט ער אויפגעטריבן געלט פון איבער די גאנצע לאנד. קיינער אין פלארידע האט אים נישט געקענט, און ער האט דערציילט אז ער איז א רעטייערטער נעווי קאמאנדיר, און האט אויך אנגעבליך געדינט אין די שפיאנאזש געמיינדע.

‎די אגענטור האט אפיציעל געהאט א היסטאריע פון 80 יאר, אבער טאמפסאן האט עס די ערשטע מאל איינגעגעבן לעגאל אין יאר 2003, עטליכע יאר נאכ'ן זיך באזעצן אין פלארידע. פון אנפאנג האט די ארגאניזאציע נישט געמאכט קיין גרויס געלט, ער האט זיך זייער געמוטשעט, ביז ער האט אויפגענומען א פאנדרעיזער קאמפעני און די געלט האט אנגעהויבן פליסן אין די מיליאנען. טאמפסאן האט זיי באצאלט גאר שיין, און קיין פראגעס האבן זיי נישט געפרעגט וויסנדיג אז דאס געלט גייט פאר ‎ארמיי וועטעראנען.

‎אין א קאמישע אינצידענט, האט העלען מקמערי, א פראפעשענעל לויער וואס האט אמאל געארבעט קעגן טעלעמארקעטערס, האט היינט געארבעט פאר קאמאנדיר טאמפסאן אים צו ארויס העלפן מיט זיין פאנדרעיזינג... טאמפסאן פלעגט אייביג אויספרעגן ווי אזוי מען קען אויסשפילן די געזעצן, ווייל דאס שטערט פון באקומען די נויטיגע געלטער וואס מוזן גאר וויכטיג אנקומען צו די וועטעראנען. זעהנדיג ווי ערנסט ער מיינט דאס צו העלפן אנדערע, האט זיך מקמערי מער אריינגעווארפן אין די ארבעט. אזוי האט טאמפסאן געשפילט מיט אלע זיינע ארומיגע, און זיי האבן אין אים געזען א גאר אויפריכטיגער און ‎ערנסטער מענטש, און דאס האט זיי געשטופט אים ארויסצוהעלפן אן וויסן וואס עס גייט באמת פאר.

‎אין די צייט וואס זיין ארגאניזאציע האט אנגעהויבן מאכן מיליאנען, איז טאמפסאן אליינס געווארן גאר אן איינפלוסרייכער מאן. ער האט אנגעהויבן געבן געלט פאר פאליטיקאנטן, מערסטנס פאר רעפובליקאנער. צווישן די וואס האבן באקומען געלט איז געווען: דזשאן מעקעין דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט, רודי דזשוליאני דער מעיאר פון ניו יארק, באבי דזשינדאל דער גאווערנאר פון לואיזיאנע, דזשאן בעינער דער געוועזענער ספיקער אין קאנגרעס, קארל ראוו דער פרעזידענטליכער ראט געבער, ווי אויך פרעזידענט בוש אליינס. ער פלעגט זיך כסדר אויפטוען מיט די בילדער וואס ער האט געכאפט מיט גרויסע פאליטיקאנטן אינעם ווייסן הויז, אדער ביי אנדערע פארזאמלונגען ווי עס קומען זיך צוזאם הויכע שישקעס, כדי צו באקומען א ‎אנגעזעהענע שטאנד צווישן מענטשן.

‎אין 2009 האט טאמפסאן'ס יו עס וועטערענס אסאוסיעשאן געמאכט קרוב צו הונדערט מיליאן)!( דאלאר. געלט איז געפלאסן ווי וואסער, און ווען נישט איין קליינע אינצידענט, ווער ווייסט ווען מען וואלט אויפגעכאפט וואס דא גייט פאר.

‎אום אוגוסט 09', איז א רעפארטער מיט נאמען דזשעף טעסטערמאן אראפגעפארן צו טאמפסאן׳ס הויז אים אויסצופרעגן איבער א באשטייערונג וואס ער האט געגעבן פאר א לאקאלע פאליטישאן אין פלארידע וועמען ער האט געהאלטן אין מיטן באשרייבן. ער האט זיך גערישט צו טרעפן מיט א נעווי וועטעראן, הערן א סטעיטמענט פון אים אויפ'ן פאליטיקאנט און זיך גיין ‎ווייטער.

‎אבער ארויסגעשטעלט האט זיך עס גאר אנדערש. אנקומענדיג האט ער באגעגענט א גאר ארימע הייזקע, ארומגענומען מיט שטעכל דראטן, בכלל נישט וואס עס פאסט פאר א רעטייערטע וועטעראן וואס פירט אזא ריזיגע מולטי מיליאן דאלאר'דיגע ארגאניזאציע. אין די קליינע הייזקע איז געווען איינקווארטירט סיי זיין דירה און סיי זיין אפיס פון וואו ער האט געפירט זיין צדקה גרופע. די פענסטער פון די הויז זענען מיסטעריעז געווען פארקלעבט מיט פארשידענע פאליטישע סטיקערס און בילדער, און פון אינעווייניג זענען די ווענט געווען אנגעשריבן מיט מאדנע ווערטער. ווי נאר דער רעפארטער האט אנגעהויבן רעדן צו אים איבער די געלט וואס ער האט געגעבן פאר דעם פאליטיקאנט, איז טאמפסאן געווארן גאר ווילד, און האט אים ‎ארויסגעווארפן פון זיין הויז.

אנקומענדיג צוריק צו זיין אפיס האט טעסטערמאן דערציילט פאר זיין קאלעגע דזשאן מארטין, דער צייטונג'ס הויפט אויספארשער, ווי דער קאמאנדיר באבי טאמפסאן האט זיך אויפגעפירט גאר ווילד און מאדנע, און אז אין די צייט וואס ער טיילט אוועק ריזיגע סומעס פאר פאליטישאנס, לעבט ער זעלבסט אין א קליין לעכל.
‎זעהענדיג אז עפעס שטימט נישט, האבן די צוויי זיך אריינגעלייגט אין די זאך און אנגעהויבן נאכקוקן ווער טאמפסאן איז בכלל און וואס זיין ארגאניזאציע טוט באמת. ווען די צוויי האבן אנגעהויבן נאכזוכן זיין ארגאניזאציע זענען זיי איבערראשט געווארן צו זען א ליסטע פון 85 נעמען וואס פירן דעם אפאראט, אבער קיינער פון זיי האט נישט באמת עקזיסטירט. די ארגאניזאציע האט געהאט א בארד פון 12 מיטגלידער, אבער ווען מען האט זיך געוואלט פארבינדן מיט איינער פון זיי איז מען אין ערגעץ נישט אנגעקומען. פון די 66,000 וואלונטירן וואס העלפן ארויס די ארגאניזאציע האט מען אויך גארנישט געטראפן, יעדעס ‎מאל איז מען צוריק אנגעקומען צו 'קאמאנדיר באבי טאמפסאן.' חוץ אים האט גארנישט אין די ארגאניזאציע געלעבט.

‎ווען זיי האבן אנגעהויבן זוכן מער אינפאמאציע איבער טאמפסאן אליינס, האט זיי אויסגעזען ווי דער איז אראפגעקומען פון הימל גלייך קיין טעמפא פלארידע ווי ער האט דאן געוואוינט. זיי האבן גארנישט געטראפן איבער דעם מענטש, א מענטש אן א פארגאנגענהייט. נישט איבער זיין לעבן, נישט איבער זיין ביזנעס, און נישט איבער זיין לאנגע היסטאריע אין די נעווי און אין די
‎סי איי עי, מיט וואס ער פלעגט זיך כסדר גרויסן.

‎אין די זעלבע צייט האט זיין לויער העלען מקמערי אים אויפגעמערקט איבער עטליכע פרטים אין זיין פייל איבער זיין היסטאריע וואס שטימען נישט. טאמפסאן האט זיך ארויסגעדרייט אז צוליב דעם וואס ער האט געארבעט פאר די סי איי עי זענען זייער אסאך אינפארמאציע קלאסיפיצירט און באהאלטן, און דערפאר פעלן געוויסע פרטים. זיין לויער, זעענדיג די ‎פאליטישע קאנעקשאנס וואס ער פארמאגט, האט אים געגלייבט אויפן ווארט.

‎אין מערץ 2010, נאך זיבן חדשים פון פארשן און גריבלען, האט טעסטערמאן ארויסגעלייגט אן ארטיקל אין די לאקאלע צייטונג די סט. פעטערבורג טיימס, ווי ער האט געשריבן איבער קאמאנדיר טעמפסאן׳ס וועטעראנען שווינדל.
‎אין די זעלבע צייט האבן נאך עטליכע צייטונגען זיך ארויסגעלאזט אויסצופארשן וואס דא קומט פאר. אין יוני האט א רעפארטער אנגערופן טאמפסאן און אים פארגעשלאגן א פריוואטע באגעגעניש ווי ער וועט זיך קענען ריינוואשן און אויסקלארן וואס דא גייט פאר. טאמפסאן האט עס אנגענומען, און ער איז אנגעקומען מיט צוויי בארד מעמבערס פון די טשעריטי גרופ צו אויפווייזן אז זיין ארגאניזאציע איז יא א לעגיטימע זאך. דער פראבלעם אבער איז געווען אז די צוויי זענען געשטעלט געווארן אלס בארד מיטגלידער ממש געציילטע טעג פאר די באגעגעניש... דאס איז געווען די לעצטע שטרוי וואס האט איבערגעבראכן דעם קעמל׳ס רוקן.

‎באלד דערנאך האט דער אהייאו אטוירני דזשענעראל אנגעהויבן אן אפיציעלע אויספארשונגן איבער באבי טאמפסאן, און אזוי האבן געטון נאך עטליכע שטאטן ווי טאמפסאן׳ס ארגאניזאציע איז געווען טעטיג. אין די זעלבע צייט, איז קאמאנדיר טאמפסאן מיט זיין געלט פארשוואונדן געווארן ווי אין וואסער אריין. קיינער פון זיינע ארבעטער האבן מער נישט געהערט פון אים. די איינציגסטע שפור וואס מען האט געהאט פון אים איז געווען פון די קאמערעס פון עי טי עם מאשינען פון וואו ער האט ארויסגענומען געלט, און יעדעס מאל איז עס געווען אונטער אן אנדערע נאמען, אין אן אנדערע שטאט. דאס האט געמאכט ‎ממש אוממעגליך אים צו קענען נאכגיין.

אינצווישן האט טאמפסאן געלאנדעט אין באסטאן מאסאטשוסעס אונטער אן אנדערע נאמען. דארט האט ער געעפנט נאך עטליכע ארגאניזאציעס, וואס האבן אים ווייטער געברענגט געלט פאר אפאר חדשים. אין די זעלבע צייט האט מען אריינגעגעבן אפיציעלע קלאגעס אין געריכט קעגן אים אין אהייאו, אבער אן וויסן וואו באבי טאמפסאן געפינט זיך, און אן וויסן ‎ווער באבי טאמפסאן איז באמת, האט זיך גארנישט גערוקט.

‎געווענליך, ווען מען גיבט אריין פעדעראלע קלאגעס קעגן א מענטש, שיקט מען די פעדעראלע מארשאלס צו גיין אויפזוכן יענעם. דא האט מען אבער נישט געוואוסט וועמען מען זוכט. די אויטאריטעטן האבן שוין געוואוסט אז די נאמען באבי טאמפסאן איז א פאלשע נאמען, און יעדן צווייטן טאג האט ער געהאט א דריטע נאמען, און איז געווען אין א פערטע שטאט, ‎מען האט נישט געוואוסט וואו אנצוהייבן און ביי וועם צו אנהייבן. מען האט געטאפט אין די פינסטער.

‎ביל באלדין, דער הויפט אנפירער אין די אויספארשונג, האט אנגעהויבן מיט דריי פאלשע אידענטיטעטן וואס זענען באנוצט געווארן דורך אונזער באנדיט; באבי טאמפסאן, על מאדאשין, און ראני בריטן. יעדער נאמען פאר זיך האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א לאנגע קייט פון צענדליגער פאלשע אידענטיטעטן, און זענען דעריבער געווען אוממעגליך נאכצוגיין.
נאך אן אינטערסאנטע זאך האט ער באמערקט, אז רוב פון די נעמען זענען איינגעגעבן געווארן מיט פאלשע אדרעסן שוין יארן פאר טאמפסאן׳ס קרימינאלע אקטיוויטעטן זענען אנדעקט געווארן אין 2010. ער האט דערפון ארויסגענומען אז טאמפסאן איז נישט קיין קליינער פארברעכער, און דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס ער אנטלויפט פון געזעץ. ווי אויך האט באלדין געזען
‎אז טאמפסאן איז גאר פראפעסיאנאל אין זיין ארבעט און ווייסט ווי אזוי זיך ארויסדרייען און פארווישן זיינע פיס טריט.

‎אנהייב 2012 האט איינס פון די שפורן געפירט די אויספארשער צו א געוויסע הויז אין ראוד איילענד. כאטש טאמפסאן איז שוין נישט געווען צום געפינען דארט, זענען די אויספארשער געוואויר געווארן נאך א נאמען, 'ענדערסאן יאזי,' מיט וואס טאמפסאן באנוצט זיך. די מעלה פון דעם נאמען איז געווען אז אין גאנצן לאנד האט זיך נאר געפינען איין מענטש מיט די ‎נאמען, וואס דאס האט געמאכט אסאך גרינגער עס צו קענען נאכגיין.

‎אום פעברואר 2012, אין א שטילע געגענט אין פארטלאנד, ארעגאן, האט זיך באוויזן א פארשוין מיטן נאמען 'דאן קען מארסעט,' און האט ארויסגעדינגען א קליינע דירה׳לע אין אן אפארטמענט בילדינג. געזאגט האט ער אז ער איז א רעטייערטער פאליס אפיציר, און אז ער ארבעט פאר די באואינג עראפלאן פירמע. ער איז געווען א שטילער מענטש, און איז געזעסן ביי זיין קאמפיוטער רוב טאג. ער האט דערציילט אז ער איז לעצטנס אריבער א שווערע צוטיילונג נאכ'ן זיין פארהייראט פאר 35 יאר, און ער וויל נישט אז זיין ערשטע פרוי זאל געוואויר ווערן וואו ער געפינט זיך ווייל ער האט מורא אז זי וויל צונעמען זיין געלט. אין פרייע צייטן האט זיך מארסעט געדרייט אין א פריוואטע סטארעדזש בילדינג אין די געגנט, ווי ער
‎איז אפגעזיצן לאנגע שעות.

‎איין טאג האבן די אויספארשער אויפגעכאפט א חוב וואס איז באצאלט געווארן מיט א קרעדיט קארטל מיט'ן נאמען ענדערסאן יאזי, די נאמען וואס זיי זענען געוואויר געווארן אין ראוד איילענד אז באבי טאמפסאן באנוצט זיך. אזוי אויך האבן זיי געזען עטליכע מאל וואס די זעלבע קארטל איז געניצט געווארן אין א באר אין די זעלבע געגנט. עס האט נישט גענומען לאנג ביז זיי
‎האבן ארויסגעהאט די בילד.

אפריל 2012, צוויי יאר נאכדעם וואס עס האבן זיך אנגעהויבן די אויספארשונגען איבער באבי טאמפסאנס ארגאניזאציע, איז מארסעט-טאמפסאן-יאזי געזעסן אין א באר. נעבן אים איז געזעצן א פרעמדער מענטש וואס איז נארוואס אנגעקומען קיין ארעגאן. דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי ביל באלדין, דער פירער פון די אינוועסטיגעשאן. וועלנדיג וויסן ווער ער איז באמת און וואו זיין געלט ליגט, און וואו ער פאבריצירט זיינע פאלשע נעמען האבן די אגענטן אים נאכגעקוקט צו זען ווי ער גייט פון די באר. ווי נאר ער איז אנגעקומען פארנט פון זיין דירה זענען די פעדעראלע אגענטן ארויסגעשפרינגען און אים געקייטלט. ווען זיי האבן אים געפרעגט ווי אזוי ער הייסט האט ער זיי איינגעמאלדן אז ער נוצט די רעכט פון די פיפטע אמענדמענט און לויט די געזעץ מוז ער נישט רעדן צו זיי, און ער גייט טאקע נישט רעדן קיין ווארט. ווען זיי האבן אים אויסגעפאקט די טאשן האבן זיי דארט געטראפן דריי בערזלעך, יעדע פון די דריי איז געווען אויסגעשטעלט מיט אנדערע נעמען און פולע ‎אידענטיפיקאציע, סאשעל סעקיוריטי קארטלעך, געבורט שיינען, קרעדיט קארטלעך, און אפאר הונדערט דאלאר אין קעש.

‎אין איינע פון די בערזלעך האבן זיי געטראפן א קארטל מיט אן אדרעס פון א סטארעדזש געביידע, מיט א יוניט נומער דערויף, יוניט 646. די אגענטן האבן זיך ארויסגעלאזט צום סטארעדזש געביידע, נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן דארט. ווען זיי האבן עס געעפנט האבן זיי געטראפן דארט צוויי רענצלעך. אין איין רענצל האבן זיי געטראפן א גאנצע פאבריק צו פאבריצירן פאלשע אידענטיפיקאציע. זיי האבן דארט געטראפן נעמען, בילדער, סאשעל סעקיוריטי קארטלעך און אלעס וואס מען דארף האבן צו בויען א פולשטענדיגע אידענטיפיקאציע. די צווייטע רענצל איז געווען דער לאנג געזוכטער אוצר: א רענצל אנגעפילט ‎מיט געלט, אין הונדערטער באנקנאטן.

ביים אונטערזוכן זיין דירה האבן זיי געטראפן נאך אן אינטערסאנטע זאך. זיי האבן געטראפן א פילם מיט'ן נאמען catch me if you can, א מעשה פון א פארברעכער וואס מען האט קיינמאל נישט געקענט כאפן. מיט אזוי פיל געלט און פאלשע נעמען האטן טאמפסאן זיך געקענט אריבערכאפן די גרעניץ און פארשוואונדן ווערן אויף אייביג, אבער ער האט געגלייבט אז ער איז
‎אזוי ווי דער העלד פון די פילם וועמען מען גייט קיינמאל כאפן.

‎ווען מען האט אים אריבער געפירט קיין אהייאו ווי ער איז אויסגעשטאנען קלאגעס איבער זיין צדקה ארגאניזאציע שווינדל, האט ער נאך אלס נישט געוואלט זאגן ווי אזוי ער הייסט, און האט זיך איינגשריבן מיטן שרייבן אן X. די אויטאריטעטן האבן זיך גאנץ ווייניג געקימערט דערמיט, וויסנדיג אז ווי נאר מען נעמט זיינע פינגער אפדריקן און מען לייגט דאס אריין אין די נאציאנאלע דאטא באזע פון פארברעכער וועט ארויפקומען זיין אמת'ע נאמען. ווי ערשטוינט זענען זיי געווארן ווען עס איז גארנישט ארויפגעקומען, נישט אין אמעריקע, נישט אין קאנאדע, און אפילו נישט ביי די אינטערפאל וואס זיי האבן א דאטא באזע פון פארברעכער פון איבער די גאנצע וועלט! די אויספארשער האבן נאך נישט געהאט אזא זאך, אז אזא סארט פארברעכער זאל נישט האבן געווען אמאל אין די סיסטעם. אזוי איז מר. X אפגעזיצן 5 חדשים, אן דעם וואס איינער זאל וויסן ‎ווער ער איז.

‎ביל באלדין האט אבער נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל אויף אזא זאפטיג פישל. אין די צייט וואס טאמפסאן איז אפגעזיצן אין טורמע אין אהייאו, האט ער געזוכט און גענישטערט אלעס ארום פארלוירענע וועטעראנען, און אלעס ארום פארברעכער געזוכט איבער שווינדל, ביז ער האט זיך אנגעשטויסן אין א געזוכטער פארברעכער נאך פון די אכציגער יארן מיטן נאמען דזשאן דאנאלד קאודי. איינס פון די בילדער פון קאודי איז געווען א בילד ווי ער האט אן אינטערסאנטע סטייל האר ווי עס הענגט אראפ אויפן האלבן שטערן, די זעלבע סטייל וואס טאמפסאן האט געהאט. נאך עטליכע זאכן האט זייער געענדלט צווישן די צוויי; אין די רעפארט פון קאודי איז געשטאנען אז קאודי האט נישט קיין טרערן גלענדס. ווען מען האט ארעסטירט טאמפסאן האט מען געטראפן אין זיין דירה מערערע באטלעך פון אויגן טראפן פאר דעם פראבלעם. קאודי איז געווען א געוועזענער ארמיי שפיאנאזש קאפיטאן, און טאמפסאן האט געזאגט אז ער איז א געוועזענער נעווי שפיאנאזש קאמאנדיר. קאודי איז געווען א גראדואירטער פון הארווארד געזעץ שולע, און טאמפסאן האט געהאט א שטארקע ראלע אין זיין פארטיידיגונג אין געריכט און געוויזן א היבשע וויסנשאפט אין געזעץ. ער האט אפגעשריבן לענגערע דאקומענטן און לעגאלע פאפירן ווי אן ערפארענער אדוואקאט. אלעס האט געשטימט, אבער אן קיין פאקטישע באווייזן אז די צוויי פארברעכער זענען
‎די זעלבע מענטש קען מען נישט גיין ווייטער.

‎ווען מען האט זיך פארבינדן מיט די עף בי איי אגענט וואס איז געזיצן אויף קאודי׳ס קעיס, האט ער דערציילט אז די ביורא האט קאודי׳ס פינגער פרינטס, נאר צוליב אן אומבאקאנטע סיבה האט מען האט דאס קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין די סיסטעם. ווען די אהייאו אויטאריטעטן האבן באקומען קאודי׳ס פינגער פרינטס, האט דאס - ווי געראכטן - געשטימט 100% מיט אונזער באבי טאמפסאן. באלדין האט אפגעשטאט א באזוך ביי טאמפסאן און אים געזאגט "דו דארפסט אונז שוין גארנישט
‎זאגן, מיר ווייסן שוין ווער דו ביסט, דזשאן דאנאלד קאודי." קאודי האט זיך צושמייכלט.

‎ווער איז דאנאלד קאודי?
‎אין 1972, ווען די גאנצע לאנד האט פראטעסטירט קעגן דאס נעמען מיט צוואנג אין מיליטער, האט קאודי גראדואירט פון הארווארד געזעץ שולע. ער איז דאן געווען א שטאלצער פאטריאטישער רעזערוו סאלדאט פאר די נעווי אין די שפיאנאזש אפטיילונג, מיט א 'טאפ סיקרעט' קלערענס. ער איז געווען גאר א קלוגער מאן און געארבעט פאר עטליכע גרויסע אדוואקאטן פירמעס, און עס האט אויסגעזען ווי קאודי האט א רייכע צוקונפט פאר זיך. ער האט אויך געהאט אן אפיציעלע שטעלע ביי די פארטיידיגונג דעפארטמענט אין וואשינגטאן די סי, א שטעלע וואס קאודי זאגט איז נאר געווען א שלייער פאר די סי איי עי, פאר וועם ער האט געארבעט גלייך פון ווען ער איז ארויס פון הארווארד אין 1972. די סי איי עי האט נישט געוואלט קאמענטירן דערויף. אפיציעל איז ער געווארן איינגעשטעלט ביי די פאראייניגטע שטאטן רעגירונג אין אויסלאנד אין 1976.
‎וואס פונקטליך ער האט געטון פאר זיי איז נישט געשטאנען, נאר אז עס איז קלאסיפיצירט.
‎א יאר דערויף האט ער אויפגעשטעלט זיין אייגענע געזעץ פירמע אין אריזאנע, אין א געגנט הארט נעבן די גרעניץ מיט מעקסיקא, און די היים פאר א מיליטערישע באזע ווי קאודי האט זיך טרענירט עטליכע יאר פריער. זיינע ארבעטער האבן דערציילט אז קאודי איז געווען א מאן מיט שטארק ליבעראלע אנשויאנגען, און האט גאר שטארק געארבעט ארויסצוהעלפן מענטשן מיט שווערע מצבים אין געריכט פאר צוגענגליכע פרייזן. גלייכצייטיג איז ער אין קאורט געווען גאר אגרעסיוו, ממש ביז'ן פארלירן קאנטראל אויף זיך. ער האט געגעבן מאדנע נעמען פאר די אנקלעגער, צונעמען ווי היטלער און נאך. אזוי צו אזוי ‎איז ער געווען גאר סוקסעספול און האט געווינען מערערע געפעכטן אין געריכט.

‎נאך א שטיק צייט האבן זיינע פריינט אנגעהויבן באמערקן אז ער פירט זיך אויף גאר מאדנע. ער האט געזאגט אז ער שפירט אז די אנקלעגער ווילן אים אוועקלייגן, ער האט געהאלטן אז זיי האבן געדינגען איינעם וואס זאל אים אפרוימען פון וועג. איין נאכט האט ער געזאגט פאר איינעם פון זיינע פריינט אז ער האלט אין מיטן א באהאלטענע מיסיע: אזוי ווי לעצטנס קומען אריין זייער אסאך אומלעגאלע געווירצן פון מעקסיקא, און ער ווייסט אז געוויסע אין 'די הויכע פענסטער' שטייען אין קאנטאקט מיט די שווערצער און העלפן זיי פארווישן די שפורן, גייט ער עס אויפדעקן פאר די וועלט. ער האט אים געזאגט אז אויב גייט ער ‎דורכפאלן, וועט ער מוזן פארשוואונדן ווערן אויף אייביג ווייל אז נישט וועלן זיי נקמה נעמען אין אים.

‎ערגעץ אינמיטן 1984 האט קאודי געזאגט פאר א פריינט אז ער דארף אוועקפארן אויף אן אומגערישטע ביזנעס רייזע, און זייט דעמאלט האט מען אים מער נישט געזען. ער איז פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין. דער פראבלעם איז אבער געווען אז קאודי האט געהאט גענומען געלט פון עטליכע קליענטן, א סומע פון הונדערט טויזענט דאלער אלעס צוזאמען, פארן ‎פארשוואונדן.

אין 1987 איז קאודי אנגעקלאגט געווארן מיט שווינדל קלאגעס. אין די באריכט וואס די עף בי איי האט ארויסגעלייגט אז מען זוכט קאודי - די זעלבע באריכט וואס באלדין האט געפינען יארן שפעטער - איז געשטאנען אז קאודי ווערט אויך געזוכט אלס א פערזאן פון אינטערעסע אין א שפינאזש קעיס. די עף בי איי האט נישט געוואלט מער קאמענטירן דערוועגן זאגנדיג אז עס איז א נאציאנאלע זיכערהייט עסק וואס קען נישט אויסגעשמועסט ווערן. קיינער ווייסט נישט ביז היינט פארוואס און פון וועם קאודי
‎איז אנטלאפן.
‎דער זעלבער קאודי האט זיך אנגערוקט קיין פלארידע אין 1998 אלס באבי טאמפסאן. וואס קאודי האט געטון אין די 15 יאר פון '84 ביז 98׳ איז א מיסטעריע, און ווי אזוי ער האט געהאט די דרייסט צו זיך באווייזן אין ווייסן הויז און זיך טרעפן מיט מערערע פאליטישאנס אין פאבליק אין די צייט וואס ער איז געווען א געזוכטער דורך די עף בי איי איז אויך גאר ‎אומפארשטענדליך.

קאודי איז אלע יארן אפיציעל געווען אן אדוואקאט און טיילווייז געארבעט פאר די רעגירונג, אבער ביי זיין פראצעס האט ער גע׳טענה׳ט אז אלעס איז געווען א שלייער, און באמת איז ער געווען א סי איי עי אגענט. נאך מער האט ער גע'טענה'ט, אז אפילו די צדקה גרופע וואס ער האט אנגעפירט פון פלארידע איז געווען א באפעל פון העכערע פענסטער. די אנקלעגער האבן גע׳טענה׳ט אז אפילו ער האט ווען יא באווייזן אז ער האט געארבעט פאר די סי איי עי, גיבט דאס נאך נישט קיין רשות אויסצוראבעווען געלט פון טויזנטער אומשולדיגע מענטשן. נאך חדשים אין געריכט האט מען אנגעקלאגט קאודי - דאן 67 יאר אלט - אויף 28 יאר אין פעדעראלע תפיסה אויף קלאגעס פון אידענטיטעט שווינדל, געלט וואשן, און גניבה. אלס זייטיגע קנס פאר'ן נוצן די געפיל צו וועטעראנען פאר זיינע גניבות האט דער ריכטער אים אריינגעשטעלט יעדע יאר אין 'וועטערענס דעי' אין
‎אן איינזאמע צעל.

קאודי׳ס ערשטע געלעגענהייט צו ארויסקומען אויף פאראל וועט הערשט זיין ווען ער וועט זיין 91 יאר אלט - אויב ער וועט נאך דעמאלט לעבן. פילע פראגן זענען נאך נישט פארענפערט געווארן, און מען וועט לכאורה קיינמאל נישט וויסן די ענטפערס. ווען מען האט אים געכאפט האט ער געהאט כמעט א מיליאן דאלער אין זיין רענצל, אבער וואו די איבריגע קרוב צו 100 מיליאן דאלער איז אהינגעקומען ווייסט קיינער. וואו ער האט זיך געדרייט די יארן צווישן אריזאנע און פלארידע ווייסט מען אויך נישט,

‎אזוי אויך איז אומפארשטענדליך ווי אזוי ער האט אליין, אן דרויסנדיגע הילף, געמאכט די אלע פאלשע נעמען און אדרעסן. צו ער האט באמת געארבעט פאר די סי איי עי קען מען אויך נישט וויסן אזוי לאנג ווי די סי איי עי וויל נישט רעדן איבער דעם ענין.
‎מעגליך אז מען האט דא בייגעוואוינט איינע פון די גרעסטע אקציעס פון די סי איי עי אין אמעריקאנער גרעניצן וואס האט פאראומגליקליכט געמאכט אן אנשטענדיגן פערזאן, און אויך מעגליך אז די גאנצע סי איי עי ווערסיע איז באבע מעשיות און ער איז א פשוט'ער שווינדלער און פארברעכער. די מיסטעריעס וועלן ווארשיינליך נישט אזוי שנעל געלעזט ווערן.
לעצט פארראכטן דורך אויסגערעכנט אום מאנטאג יולי 17, 2017 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

;l;p- ;l;p-
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל ;l;p-
גוט געשריבן און זייער געשמאק צום ליינען
א פשוטע איד.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסי, א מייסטערווערק!!!

דער קאווער סטארי פון יאר!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער הנאה געהאט.

קוקען ארויס אויף #3
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ווען אויסי האט מיר גע'אישי'ט אז יא, נעתר לבקשתינו און ס'קומט סטאף האב איך געוואוסט אז מיר האבן נישט וואס צו זארגן... א פלאפ קען שוין די לאמטערנע נישט זיין מיט זיינע סחורה

אבער אריין באקומענדיג זיין אימעיל-לשבחו נאך בעפארן דעדליין...-האב איך געזעהן אז איך האב אים גוט אונטערגעשאצט...

מעכטיג און מיסטעריעז
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

גאר ציענד און מסודר'דיג.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

;l;p-
מייסטער ארבייט
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

העכסט אינטערעסאנט און גאר שיין אראפגעשריבן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

א געשמאק צי ליינען און זייער אינטערעסאנט
יישר כוחכם!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גאר שטארק הנאה געהאט, באמת שיין באשריבן.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

זייער אינטערעסאנטע שפאנענדע מעשה! געשמאקע פליסיגע שריפט!

ייש"כ אויסגערעכענט,
----------

מיסטעריע אהער מיסטעריע אהין, דאס רענצל מיט די קעש קענסטו מיר פארשאפען....
זוכט איר דוי?
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

קענסט זיך אליינס פארשטעלן אז דאס איז פון מיינע בעסטע ארטיקלן, מ'האמיר דאך עס ארויפגעלייגט אויפן פראנט קאווער...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

אויסגערעכנט! כ'האב באקימען נאכן ליינען דיין ארטיקל אן ערנסטן חשד אז דו ביסט שמעון ראלניצקי, כ'האב געהעריג געפילט ווי איך ליין די שטערן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

געקלערט האט געשריבן:אויסגערעכנט! כ'האב באקימען נאכן ליינען דיין ארטיקל אן ערנסטן חשד אז דו ביסט שמעון ראלניצקי, כ'האב געהעריג געפילט ווי איך ליין די שטערן.


גילוי!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

עס קומט זיך א דאנק פאר שעפעלע און תנחום פארן מגיה זיין, עס האט אסאך אויסגעמאכט אויפן ארטיקל.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

סארא מיסטעריע אבער אויסגערעכנט יעדע'ס ווארט!!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

wow איך שעם מיר אריין הערשט יעצט באמערק איך אז כ'האב מיר נאכנישט באדאנקט. פארן שענסטען ארטיקל פון די פאריגע לאמעטערנע....
דאס איז א מעסטער פיס און איך האב געוואויט פאר דעם פאר מיין בעסטע ארטיקל דארטן....
הערליך שיין אינטערסאנטאון רייך באשריבן.
כ'וואונדער מיר נאר קען טאקע זיין אזא זאך אז איינער וואס ארבעט ביי די CIA זאל טאקע קענען ווערן אנגעקלאקט אין זיצן פשוט ווייל ער טאר נישט ארויסעגבן זיינע סודות ? (כ'פרעג בכלליות)...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דער מייסטער שווינדלער. לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

געסערשט פאר די ווערטער "וועטערענס אפעירס" און די ארטיקל איז מיר ארויפגעשווימען.. הערליך הרב אויסגערעכענט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: דער מייסטער שווינדלער. לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

wow
אינטערסאנט
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”