דער ירושלמי אויף קדשים - לאמטערנע #2

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

דער ירושלמי אויף קדשים - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריה ירוחם תנחום »

דער ירושלמי אויף קדשים

די פאלגנדע ארטיקל באהאנדלט א היסטארישע פרשה וואס האט זיך אפגעשפילט ארום הונדערט צען יאר צוריק, באגלייט מיט דאקומענטן און אינטערעסאנטע אויפדעקונגען. די פרשה איז שוין מערערע מאל באשריבן געווארן און איבערגעקייט געווארן, און דאך טרעפט מען נאך אלץ חידושים וואס זענען געווען אומבאקאנט ביז יעצט.

דער שרייבער האט געשעפט אסאך אינפארמאציע פון די מאמרים פון הרב ברוך אבערלאנדער איבער די פרשה, ערשינען במשך יארן אין די גליונות 'אור ישראל,' תשוחח"ל. אזוי אויך זענען אסאך מ"מ גענומען געווארן פון 'סופה וסערה' פון ר' חנוך טוביאס.

א גרויסן דאנק פאר אונזער מומחה אויף די קאירא גניזה - און בכלל אויף אלע ארכעאלאגישע ענינים - הרב בענקעל, פאר ר' שמעלקא זאפטיגער, און פאר ר' מיסטעריעז פאר זייער הילף, און א גרויסן דאנק פאר ידידי הרב פייערמאן פאר זיין שטענדיגע הילף צו שאפן די נויטיגע ספרים.

~~~~


אין יאר תרס"ו איז ערשינען א קול קורא וואס האט אויפגעשטורעמט די אידישע וועלט. אונטערגעשריבן דורך 'הצעיר שלמה יאודה ס״ט בהגאון מהר״ם זצ״ל הספרדי מכונה פריעדלענדער,' האט דער קול קורא פראקלאמירט אז מיט גרויס יגיעה און סייעתא דשמיא איז געפינען געווארן דער ירושלמי אויף סדר קדשים! נאך מער, דער וואס האט עס אנטדעקט, א איד א תלמיד חכם, האלט שוין אינמיטן עס אפדרוקן צוזאמען מיט פירושים וואס ער האט געשריבן, און עס וועט בקרוב זיין צו באקומען אין די געשעפטן!

דער קול קורא האט געכאפט דעם עולם התורה אין איבערראשונג. איז עס מעגליך אז דער ירושלמי אויף קדשים, וואס פעלט שוין קרוב צו טויזנט יאר, איז טאקע געפינען געווארן? צו קען זיין אז מיסטעריע וואס האט איינגעהילט אלעס וואס נוגע דער ירושלמי אויף סדר קדשים, איז טאקע געלעזט געווארן?



איז בכלל געווען ירושלמי אויף סדר קדשים?

שוין הונדערטער יארן, וואס א געדיכטע נעפל נעמט ארום דעם נושא. איז בכלל געווען תלמוד ירושלמי אויף קדשים? אויב יא, ביז ווי לאנג צוריק האט מען עס נאך געהאט? ווען איז עס פארלוירן געווארן? און וויאזוי?

דער הייליגער חיד"א, וואס איז אויסער זיין גדלות בתורה אויך געווען א גרויסער ביבליאגראפיקער און ספרים ליבהאבער, האט באזוכט אין צענדליגער ביבליאטעקן איבער די וועלט און איז געווען א מומחה עצום אין ספרים, שרייבט אז עס איז געווען ירושלמי אויף קדשים וואס איז פארלוירן געווארן. ער באזירט זיין הנחה אויף עטליכע ראיות, צווישן זיי:

  • דער הייליגער רמב"ם, אין זיין הקדמה צו פירוש המשניות, שרייבט קלאר ארויס "וכן עשו חכמי ארץ ישראל מה שעשה רב אשי וחיברו התלמוד הירושלמי ומחברו הוא רבי יוחנן, ונמצא מן הירושלמי חמשה סדרים שלמים, אבל סדר טהרות לא נמצא לו תלמוד בשום ענין לא בבלי ולא ירושלמי אלא מסכת נדה כמו שזכרנו." שטייט דא קלארע ווערטער אז אויף גאנץ סדר קדשים איז דא תלמיד ירושלמי.

  • דער ראב"ד אין די השגות אויפ'ן רמב"ם שרייבט (פ"ב דבכורים) "והכי איתא בירושלמי במנחות פרק כל קרבנות ציבור אחר חנוכה לא קדשו."

  • דער ראב"ד, אין זיין פירוש אויף ספר יצירה, שרייבט אז אין ירושלמי אויף סדר קדשים שטייט אז די פרשיות פון די תפילין דארפן ליגן "הוויות באמצע," אזויווי שיטת רבינו תם. (און דער חיד"א צייכנט צו אז אין די הקדמה פון תיקוני זוהר שטייט אויך די זעלבע זאך: "ובגין דא אוקמי מארי תלמודא ירושלמי הויות באמצע.")

  • אין הלכות מכירה (פכ"ז ה"ח) צייכנט דער ראב"ד צו אז א געוויסע הלכה געפינט זיך אין מסכת ערכין, זאגט אויף דעם דער מגיד משנה אז אין אונזער גמ' שטייט עס נישט, "וראוי להיות בירושלמי במס' ערכין." פשט איז אז ער האט טאקע נישט געזען דעם ירושלמי, אבער ער איז משער אז דארט שטייט עס. זעט מען אז ער האט אויך געהאלטן אז עס איז געווען א ירושלמי אויף קדשים.

  • דער חיד"א שרייבט אז ער האט געזען א כת"י פון תוספות אויף קידושין וואס ברענגט פון 'הלכתא רבתי הכתיבה אחר מסכת א"ע (עבודת אלילים, ד.מ. מסכת עבודה זרה). און ער שרייבט אז דאס וואס תוס' ברענגט דארט איז געדרוקט ביי אונז אין ירושלמי אין די צווייטע פרק פון מכות, און ער פירט אויס אז מעגליך איז זייער ירושלמי געווען אנדערש אויסגעשטעלט ווי אונזער.

און דער חיד"א פירט אויס אז אסאך קשיות אויפ'ן רמב"ם וואלטן פארענטפערט געווארן אויב מיר וואלטן געהאט דעם ירושלמי אויף קדשים.

לעומת זה שרייבט הגאון ר' משה מרגליות (דער מחבר פון פירוש פני משה אויף ירושלמי) אין זיין פירוש מראה הפנים אז ס'איז נישט געווען קיינמאל קיין ירושלמי אויף קדשים. ער האט נישט קיין מקור אויף נישט, נאר ער טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין שום מקור אז עס איז יא געווען.

איי, דער חיד"א ברענגט דאך די אויבנדערמאנטע ראיות, זאגט ער אז זיי זענען בכלל נישט קיין ראיות. ער טענה'ט אז איבעראל ווי עס שטייט אז עס איז דא פינף סדרים אויף ירושלמי מיינט עס אזוי ווי אונז זאגן אז פון בבלי איז דא אויף אלע זעקס סדרים, כאטש עס איז נאר דא אויף פיר גאנצע סדרים, און בלויז איין מסכת פון זרעים און איינס פון טהרות, אזוי מיינט דער רמב"ם ווען ער שרייבט אז עס איז דא ירושלמי אויף פיר סדרים און אביסל פון מסכת נדה, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט געהאט ירושלמי אויף סדר קדשים. די תירוץ שטימט אבער נישט אין לשון הרמב"ם: ונמצא מן הירושלמי חמשה סדרים שלמים, אבל סדר טהרות לא נמצא לו תלמוד בשום עניין לא בבלי ולא ירושלמי אלא מסכת נדה, וואס פון דעם איז קלאר יא משמע אז עס איז פארהאן פינף סדרים חוץ טהרות.

אויף די צווייטע טענה פון חיד"א שרייבט דער פני משה אז עס איז פשוט א טעות הדפוס; איין שטיקל דערויף שרייבט דער ראב"ד ובמנחות לא חילקו וכו', זאגט דער פני משה אז דארט וואלט געדארפט שטיין ובמנחות פרק כל קרבנות ציבור, און דא וואלט געדארפט שטיין והכי איתא בירושלמי אחר חנוכה לא קדשו, ווייל עס שטייט טאקע אין ירושלמי אויפ'ן פלאץ. און אפילו אויב עס וואלט אויך געשטאנען אין ירושלמי מנחות, וואלט ער ענדערש געדארפט ברענגען פון ירושלמי דא אויפ'ן פלאץ.

דערנאך ברענגט ער נאך איינס פון די ראיות, אז תוספות אין מסכת ראש השנה שרייבט ובירושלמי בכורות וכו' זאגט ער אז דאס איז אויך א טעות, און עס דארף באמת צו שטיין ובירושלמי 'ביכורים,' ווייל דארט שטייט עס טאקע.

למעשה ענטפערט דער פני משה נישט אויף אלע ראיות, און כאטש מען קען מדחיק זיין אויף אנדערע ראיות אויך אז עס איז א טעות סופר, בלייבט נאך אלס איבער שטארקע ראיות, אזוי ווי דער רמב''ם וואס שרייבט קלאר אז עס איז דא ירושלמי אויף פינף סדרים אויסער טהרות (דער פני משה'ס תירוץ דערויף איז זייער שווער אריינצולייגן אין דעם רמב''ם'ס ווערטער ווי שוין ערווענט פריער).

אין די ירושלמי געדרוקט דורך די בארימטע ווילנא'ער דרוקער ראם, האבן זיי אן אריכות אין די נושא וואו זיי טענה'ן אז נישט נאר איז געווען ירושלמי אויף קדשים, נאר אפילו אויף טהרות איז גאנץ ווארשיינליך געווען ירושלמי. זיי ברענגען דארט אראפ דעם חיד"א איבער קדשים, און זיי לייגן צו נאך א גאנצע ליסטע פון ראשונים וואס דערמאנען דעם ירושלמי אויף קדשים, צווישן זיי:

  • דער ראב"ד אין סדר הקבלה (ביים ערשטן דור אמוראים) שרייבט "ובימיהם היה ראש בארץ ישראל רבי יוחנן שקבל מרבי אושעיא ברבי והאריך ימים כי שמונים שנה היה ראש ישיבה והוא חיבר חלמוד ירושלמי לחמשה סדרים כי אין מסדר טהרות רק מסכת נדה."

  • רש"י אין מסכת תמורה ברענגט עטליכע מאל פון ירושלמי.

  • תוס' אין מסכת מעילה ברענגט צוויי מאל פון ירושלמי (יז: ד"ה אילו וד"ה אל יחזיר).

אבער דער שטערקסטער ראי' אז די ראשונים האבן געהאט ירושלמי אויף קדשים איז לכאורה וואס זיי ברענגען פון רשב"ץ:

  • דער רשב"ץ שרייבט סוף מסכת קנים "הסדר החמישי חכמת הוא סדר קדשים וכו' ובכל זה הסדר יש תלמוד בבלי גם ירושלמי זולת מסכת מדות שאין בה לא בבלי ולא ירושלמי אלא שמקצת משניותיה שניות ביומא ובזבחים ובמסכת תמיד. ומסכת תמיד אין בה גמרא ירושלמית ובקצת פרקים יש לנו גמרא בבלי. ומסכת קנים האחרונה מזה הסדר אין בה לא גמ' ירושלמית ולא בבלית." שטייט דא קלארע אומצוויידייטיגע ווערטער אז עס איז געווען ירושלמי אויף קדשים! (נאר עס האט זיי געפעלט מסכת תמיד, מדות און קנים.)

ווידער דער בארימטער חוקר שלמה באבער האט געהאלטן ווי דער פני משה אז עס איז נישט דא קיין שום ראיה חותכת אז עס איז אמאל געווען ירושלמי אויף קדשים, און בכלל פעלט גארנישט פון אונזער ירושלמי. איי, מיר זעהן דאך אז די ראשונים ברענגען זאכן בשם דעם ירושלמי וואס שטייט נישט ביי אונז, פארענטפערט ער אז טייל מאל ברענגען די ראשונים זאכן בשם דעם ירושלמי, אבער באמת שטייט עס אין מדרשים. ווייל די ראשונים פלעגן אויך רופן די מדרשים - וואס זענען על פי רוב געמאכט געווארן אין ארץ ישראל - מיט'ן נאמען ירושלמי. ער האט זאגאר געשריבן א קונטרס מיטן נאמען 'ירושלים הבנויה' וואו ער ברענגט אריבער 100 דוגמאות פון מאמרים וואס די ראשונים ברענגען פון ירושלמי ווען באמת איז עס א מדרש.

דער שער בלאט פונ'ם קונטרס ירושלים הבנויה
בילד

ממש די זעלבע זאגט אויך דער מהר"ץ חיות (אין זיין ספר אמרי בינה), אז פילע ענינים וואס די ראשונים ברענגען פון ירושלמי שטייט באמת אין מדרשים, נאר די ראשונים פלעגן אויך רופן מדרשים מיט'ן נאמען ירושלמי.

אין מבוא הירושלמי (פון זכריה פראנקעל) מאכט ער אויך שטארק אוועק די דיעה אז עס איז אמאל געווען א ירושלמי אויף קדשים. בעיקר איז עס באזירט אויף די טענה אז ווי נישט ווי, די מסכתות וואו עס איז דא ירושלמי ווערט עס דערמאנט צענדליגער מאל אין יעדן פון די ראשונים, משא"כ דא וואס אפילו לויט'ן חיד"א'ס דיעה, איז אויך נאר דא ממש געציילטע ערטער וואו דער ירושלמי ווערט דעמאנט. און ער פארענטפערט די ראיות אז עס איז יא געווען מיט נישט זייער איבערצייגנדע תירוצים. (צב"ש דער ראיה אז דער תיקוני זוהר ברענגט פון ירושלמי אז הוויות באמצע מאכט ער אוועק וויבאלד "אין למידין דברי הלכה מדברי קבלה"....)

עכ"פ איז דא שטארקע טענות אז עס איז נישט קיין ראיה פון די ראשונים אז עס האט בכלל אמאל עקזיסטירט תלמוד ירושלמי אויף סדר קדשים, און לעומת זה איז דא נאך שטערקערע ראיות אז עס איז יא געווען נאר עס איז פארלוירן געווארן במשך הדורות.

אינטערעסאנט איז, אז אין די בארימטע קאירא גניזה וואס מען האט געטראפן אין ביהכ"נ בן עזרא אין פוסטאט (אלט קאירא), האט מען געטראפן עטליכע בריוון פון 'פירקו בן באבוי,' א תלמיד פון רב יהודאי גאון. אין איינע פון די בריוו שרייבט ער בזה הלשון: תדע לך מפני מה אוכלין סירכא בארץ יש' מפני שאין בידם הלכה אחת מתלמוד הילכת שחיטה ולא מסדר קדשים כולו נשתכח מהם סדר קדשים כולו ותלמוד סדר טהרות כולו." אויבן אויף - הגם עס איז נישט מוכרח אז דאס מיינט ער טאקע - שרייבט ער דא אז עס איז פארגעסן געווארן דער ירושלמי אויף קדשים און טהרות!

אויב איז דאס ריכטיג, קומט אויס אן אינטערעסאנטע זאך, אז די ראשונים האבן נישט געזען דעם ירושלמי אויף קדשים, אבער נישט ווייל עס האט נישט עקזיסטירט, נאר ווייל עס איז שוין פארגעסן געווארן עטליכע הונדערט יאר בעפאר די תקופה פון רמב"ם! און לויט דעם קען זיין אז דער חיד"א איז גערעכט אז עס איז טאקע אמאל געווען און עס איז פארלוירן געווארן, און דער פני משה ווידער איז אויך גערעכט אז די ראשונים האבן עס נישט געהאט און די אלע ראיות פון די ראשונים זענען נישט קיין ראיות…


דער בריוו פון 'פירקו בן באבוי'
בילד
בילד


פאלשע האפענונגען

אין יאר תרכ''ח האט ר' צבי בנימין אויערבאך ארויסגעגעבן דעם ספר האשכול פונעם ראב''ד (דאס דרוקן דעם ספר און דער שטורעם וואס האט נאכגעפאלגט איז ווערד א מאמר פאר זיך), און אין די הקדמה שרייבט ער בתוך הדברים אז ער האט געהערט פון א מקור נאמן אז אין די ביבליאטעק פון די וואטיקאן געפינט זיך א כת''י פון ירושלמי אויף סדר קדשים, און ער בעט זיך אז מען זאל פרובירן צו שתדל'ען ביי די פראנצויזישע רעגירונג זיי זאלן שאפן ערלויבעניש דאס צו דרוקן.

דער שער בלאט פון ספר האשכול געדרוקט דורך רב"צ אויערבאך
בילד

[אין דעם ניינצנטן יארהונדערט איז אויפגעקומען א באוועגונג צו פאראייניגן אלע איטאליענישע לענדלעך אין איין צענטראלע קעניגרייך, און במשך איבער פופציג יאר און א שיינע פאר מלחמות איז צוביסלעך געלונגען צו פאראייניגן כמעט גאנץ איטאליע אונטער די קעניגרייך פון וויקטאר עמאנועל דער צווייטער. אין יאר תרכ''א (1861 למספרם) האט ער זיך דעקלערט אלס קעניג פון די פאראייניגטע איטאליע (כאטש רוים און ווענעציע האבן זיך נאך אלץ נישט צוגעשטעלט), און דערקלערט רוים, וועלכע איז געווען אונטער די הערשאפט פונעם פויבסט, אלס די הויפשטאט פון איטאליע. ער האט נישט געקענט אייננעמען רוים צוליב די מיליטערישע שטיצע פון נאפאליען דער דריטער, דער הערשער פון די קאטוילישע פראנקרייך, פאר'ן פויפסט. אין יאר תרל''ב האט עמאנועל ענדליך איינגענומען רוים, פאראייניגנדיג דערמיט גאנץ איטאליע צום ערשטן מאל אין איבער טויזנט יאר (ווענעציע האט ער איינגענומען פינף יאר פריער.) דערמיט פארשטייט מען ווי שטארק עס איז געווען די השפעה וואס פראנקרייך האט דאן געהאט אויף רוים.]

וויקטאר עמאנועל דער צווייטער
בילד


קנאפע פינף יאר שפעטער, ערב ראש השנה תרל"ג, טרעפן מיר אין ירחון 'הלבנון' (וואס פלעגט ארויסקומען וועכנטליך אין מאינץ [מאגענצא], דייטשלאנד) די פאלגנדע מודעה:

    דא אין רוסלאנד פארט א געוויסער מענטש ארום פון שטאט צו שטאט און זאמלט פרענומעראנטן צו דרוקן דעם ירושלמי אויף קדשים וואס ער האט געטראפן אין די פויבסטליכע ביבליאטעק אין רוים. ער האט נישט קיין קאפיע דערפון אבער ער זאגט אז ווען ער וועט האבן גענוג געלט וועט ער מאכן א קאפיע און עס דרוקן. דעריבער ווענדן מיר זיך צו די חכמים פון דור וואס האבן צוטריט צו ביבליאטעקן - איבערהויפט די פויבסטליכע ביבליאטעק - מיט א בקשה זיי זאלן לאזן וויסן אין די דאזיגע אויסגאבע וואס זיי ווייסן איבער דעם און צי עס איז אמת (אז אזא כת"י געפינט זיך אין וואטיקאן) אדער נישט.
    ווילנא, אלול תרל"ב

דער מודעה אין הלבנון
בילד

צוויי וואכן שפעטער, י''ד תשרי תרל''ג, איז געדרוקט אין הלבנון א 'תשובה משולשת':

    פון בערלין איז געקומען א תשובה פון 'ידידנו אחד מגדולי החכמים בבערלין' וואס האט געבעטן מיר זאלן נישט ארויסגעבן זיין נאמען, און ער שרייבט אז דעם דרוקער'ס רייד האבן נישט קיין שום האפט, ער איז אויך געווען דא אין בערלין און פיל אידן האבן שאדן געהאט געלט דורך זיינע איבעררעדעכצער, זיין איינציגע ציל איז זיך אנצופילן די טאשן, און הרב הילדעסהיימער האט צוריקגעוויזן זיין פארלאנג פאר א כתב המלצה.

    פון לעמבערג איז געקומען א בריוו פון ר' שלמה באבער אין וואס ער פארשפרעכט אפצושיקן בקרוב א גאנצע מאמר איבער די נושא צי איז בכלל געווען אמאל ירושלמי אויף קדשים, און ער זאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביי זיינס א פריינט אין רוים צי עס געפינט זיך דארט דער ירושלמי אויף קדשים, און ער האט אים געענטפערט אז ער האט עס געזוכט און נישט געטראפן, אזוי אויך איז עס נישט אויסגערעכנט אין די קאטאלאג פון די כתבי ידות וואס געפינען זיך דארט. און ער פירט אויס אז ער האט היינט נאכאמאל געשריבן צו יענעם ער זאל מברר זיין די נושא.

(און טאקע עטליכע גליונות שפעטער איז געדרוקט אינעם ביילאגע 'כבוד הלבנון' דער מאמר פון ר''ש באבער ווי ער טענה'ט אז עס איז נישט דא און עס איז קיינמאל נישט געווען קיין ירושלמי אויף קדשים.)

    די דריטע תשובה איז געקומען פון מינכן דייטשלאנד, פון דעם גאון ר' רפאל נטע ראבינאוויטץ דער מחבר פון דקדוקי סופרים. אין דעם בריוו, דאטירט ערב יום כיפור, שרייבט ער אז אין דער אפיציעלע ליסטע פון וואטיקאן איז נישט דא קיין שום כת''י פון ירושלמי, נישט אויף קדשים און נישט אויף די ערשטע פיר סדרים. און ער האט אנגעפרעגט ביי זיין פריינט פראפעסאר פאן האנעבערג וועלכער איז אויך דער בישאף פון שפייער, וועלכער איז געזעסן אין וואטיקאן א לאנגע צייט און האט עוסק געווען אין די כתבי ידות צי עס איז מעגליך אז עס זענען דא דארט ספרים וואס זענען נישט אויף די ליסטע, אדער אפשר האט דער פויבסט א פריוואטע ביבליאטעק אויסער די צענטראלע, און ער האט אים געענטפערט אז עס איז נישט קיין שום ספק אז נישט, דער וואס האט געמאכט דער ליסטע (ער האט געהייסן אסעמאני) איז געווען א קארדינאל, און ער האט עס געמאכט אויפ'ן באפעל פונ'ם פויבסט אליין, דעריבער איז גארנישט געווען באהאלטן פון אים.

    נאך מער שרייבט ער, עס איז דא דארט אסאך כתבי ידות פון בבלי, און ער (ר' רפאל נטע) האט געוואלט אראפפארן אהין מעתיק זיין די פארשידענע נוסחאות און גירסאות אזויווי ער האט שוין געטון אין אסאך ביבליאטעקן, און דער אויבן דערמאנטער פראפעסאר האט אים אפגערעדט דערפון זאגנדיג אז דער ביבליאטעק איז נאר אפן צוויי שעה א טאג, און היות רוב טעג זענען חגאות און אפצייכענונגען איז עס דעמאלט אינגאנצן נישט אפן, און אפילו אין די פאר טעג וואס עס איז יא אפן קומען אהין נאר גלחים, און ווען עס מאכט זיך שוין יא אמאל אז א ציווילער מענטש קומט אהין מיט גרויס פראטעקציע קוקן זיי אים נאך מיט זיבן אויגן כדי אים צו שטערן פון זיין ארבעט. און דאס איז אלעס געווען פאר רוים איז געווארן איינגענומען דורך איטאליע. זינט רוים איז געווארן די הויפט שטאט פון איטאליע זענען די טויערן פונעם ביבליאטעק פארשפארט פאר יעדן דרויסנדיגער, אפילו אויב ער וועט ברענגען בריוון פון די גרעסטע קעניגן.

    היוצא מזה איז אז אין וואטיקאן נישט דא קיין שום כת''י פון ירושלמי, נישט אויף קדשים און נישט אויף א אנדערע סדר, און אפילו אויב איז יא דא איז אוממעגליך צו באקומען ערלויבעניש עס צו קאפירן. דעריבער, סיי ווער עס פארט ארום זאמלען געלט צו קאפירן אדער דרוקן דעם ירושלמי אויף קדשים איז א שווינדלער און א פעלשער. און ער פירט אויס אז כאטש היינט איז א הייליגער טאג וואס איז נישט געמאכט פאר אזעלכע זאכן, האלט ער עס פאר א מצות עשה מה''ת צו ראטעווען אידיש געלט, און ער האפט אז דער זכות וועט אים העלפן מכריע זיין דעם וואגשאל צום גוטן.

אין יאר תרפ''ד איז הגאון ר' מרדכי פארהאנד זצ"ל ראב"ד נייטרא, א תלמיד פון הרה"ק בעל ערוגת הבושם און פון הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, געווארן זייער נישט געזונט, און די דאקטוירים האבן אים געראטן צו פארן קיין איטאליע​ אויף אפרו. וויילנדיג אין מעראן, איטאליע, איז אים אריין א תשוקה צו גיין קיין רוים באזוכן דעם ריזיגן ביבליאטעק אינ'ם וואטיקאן, אבער למעשה איז פון זיינע פלענער גארנישט געווארן.

ווען ער איז שוין צוריק געווען אינדערהיים, האט ר' מרדכי זיך אנגעשטויסן אינעם אויבנדערמאנטן הקדמה פון רצ''ב אויערבאך צום ספר האשכול, און דאס האט צוריק אויפגעפלאקערט אין אים דער חשק צו גיין קיין רוים און אפירזוכן דעם ירושלמי אויף קדשים. למעשה קומענדיגע יאר האבן אים די דאקטוירים געהייסן נאכאמאל פארן קיין איטאליע, און ער האט מחליט געווען אויסצונוצן די געלעגנהייט אפירצוזוכן אלטע כת''י. ער דערציילט באריכות (אין זיין ספר שו''ת באר מרדכי) ווי ער זיך אפגעשטעלט אונטערוועגנס אין ווענעציע מיט די האפענונג צו טרעפן דארט א ש''ס אדער א רמב''ם דפוס ראשון, אבער למעשה האט ער כמעט גארנישט געטראפן. אזוי אויך האט ער זיך אפגעשטעלט אין פאדווא און פוקד געווען דעם ציון פון דון יצחק אברבנאל זצ''ל, און דערנאך איז ער געפארן קיין רוים.

אין רוים האט ער מיט פראטעקציע באוויזן צו באקומען צוטריט צום ביבליאטעק, און ער האט טאקע געזוכט דעם כת''י פון ירושלמי אויף קדשים , אבער צו זיין גרויס באדויער האט ער עס נישט געטראפן.



ענדליך, אנטדעקט דעם ירושלמי

דערפאר קען מען זיך פארשטעלן די איבערראשונג מיט וואס די אידישע גאס האט אויפגענומען די נייעס, אז דער ירושלמי אויף קדשים איז געטראפן געווארן - אין טערקיי גאר - און איז שוין אויפ'ן וועג צום דרוק. די נייעס איז, ווי דערמאנט, געמאלדן געווארן אין פארעם פון א קול קורא. דער קו"ק, גע'חתמ'עט דורך "הצעיר שלמה יאודה ס״ט בהגאון מהר״ם זצ״ל הספרדי מכונה פריעדלענדער,'' האט באשריבן בקיצור וויאזוי זיין ברודער אליהו ס"ט וואס וואוינט אין טערקיי האט געטראפן דעם כת"י פונ'ם ירושלמי, און אז ער האט אפגעשריבן א פירוש 'חשק שלמה' דערויף, און ער בעט מ'זאל אים העלפן מיט געלט צו קענען דרוקן דעם ירושלמי.

אויף די אנדערע זייט פון די קו''ק איז געווען געדרוקט די הסכמות פון פיר רבנים: הגה''צ ר' אריה לייבוש הלוי איש הורוויץ דער סטאניסלאווער רב, הגה''צ ר' יהודה גרינוואלד דער סאטמארער רב, הגה''צ ר' צבי הירש שפירא דער דרכי תשובה פון מונקאטש, און הגה''צ ר' יהוסף ראטטענבערג דער בני שלשים פון קאסאן.

דער קול קורא
בילד
און טאקע א יאר שפעטער איז ערשינען לאור עולם דער ערשטער באנד ירושלמי, מסכתות חולין - בכורות. אויפ'ן שער בלאט איז געשטאנען אז עס ווערט יעצט געדרוקט צום ערשטן מאל פון אן אור אלטן כתב יד ''כמבואר בהקדמה,'' מיט'ן פירוש 'חשק שלמה' דורך "הצעיר שלמה יאודה ס"ט בהגאון מהר"ם זצ׳׳ל הספרדי מכונה פריעדלענדער," מיט 'הגהות הערות און חידושים' פון בערזשאנער רב דער מהרש"ם, און א ביאור אויף אומפארשטענדליכע ווערטער פון דעם חוקר ר' שלמה באבער פון לעמבערג. (עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז טראץ וואס ר''ש באבער האט שוין געהאט געשריבן כמה פעמים מיט א ברירות אז ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין ירושלמי אויף קדשים, איז ער אזוי איבערצייגט געווארן אין די אויטענטישקייט פונעם אנטדעקטן כתב יד - וואס דער מו''ל האט אים געשיקט ער זאל עס באטראכטן (אזוי זעט מען קלאר אין די בריוו אויסטויש צווישן די צוויי) - אז דאס האט אים באוואויגן צו טוישן מיינונגען, און ער האט זיך אריינגעלייגט צו העלפן דעם ר' שלמה יאודה פריעדלענדער מיט וואס ער קען נאר ביים דרוקן דעם ירושלמי, און אפי' געשריבן א 'ביאור מלות זרות.')

דערנאך איז דא הסכמות פון די פאלגנדע רבנים: דער בערזשאנער רב דער מהרש"ם, ר' ארי' ליבוש הורוויץ דער סטאניסלאווער רב, דער רב פון סאטמאר ר' יודא גרינוואלד, דער באניהאדער רב ר' אליעזר דייטש, ר' יצחק לייב סופר (בן הכתב סופר) דער נשיא פון גאליציאנער כולל, און ר' אברהם בנימין קלוגער (דער זון פון הגרש"ק) פון בראד, זצ''ל. און דער מו"ל לייגט צו אז צוליב די איבערקערענישן אין רוסלאנד האט מען נישט געשריבן אהין עטליכע יאר און דעריבער האט ער נישט די פונקטליכע אדרעסן פון די דארטיגע רבנים, אזוי אויך זענען עטליכע רבנים אוועק אינצווישן ממילא ווייסט ער נישט געהעריג וואס דארט טוט זיך, אבער אי"ה ביים קומענדיגן באנד וועט ער אויך האבן הסכמות פון די גדולים פון רוסלאנד.

דער שער בלאט פון דעם ירושלמי מסכת חולין - בכורות
בילד

דער מו"ל האט דערנאך געשריבן א לאנגע מבוא וואס ציט זיך אויף עלף זייטן, און איז צוטיילט אין 5 פרקים: א', ראשונים וואס דערמאנען דעם ירושלמי אויף סדר קדשים, און די פירכות וואס טייל פארענטפערן אז עס איז נישט קיין ראיה פון דארט אז עס האט טאקע עקזיסטירט. ב', צונעמט ער אלע צדדין לכאן ולכאן און ער איז מוכיח אז עס איז טאקע יא געווען ירושלמי אויף קדשים. ג', ראיות אז דער כת"י וואס ער האט געטראפן איז טאקע דער ירושלמי. ד', די גאנצע השתלשלות וויאזוי ער האט געטראפן דעם כת"י. ה', וויאזוי זיין פירוש חשק שלמה ארבעט (אז ער האט עס צוטיילט באופן רש"י און תוספות וכדו').

און אט איז די היסטארישע געשיכטע פון דאס טרעפן דעם ירושלמי, לויט ווי ער אליין שרייבט עס אין פרק ד':

"אזויווי איך האב שוין געשריבן בקיצור אין דעם קול קורא, ווען אין שנת תר"ס האב איך מסדר געווען מיין פירוש חשק שלמה אויף גאנץ ירושלמי, און עטליכע חלקים זענען שוין ארויס פון דרוק, האב איך באקומען א בריוו פון מיין ברודער התורני החוקר מו"ה אליהו ס"ט - וואס איז דאן געווען צוליב האנדל אין די געגנט פון איזמיר (טערקיי), - וואו ער שרייבט מיר אז ער האט געקויפט טייערע אנטיק ספרים וואס האבן געהערט פאר הגאון מו"ה יהושע בנבנשתי בעל שדה יהושע אויפ'ן ירושלמי, צווישן זיי א ירושלמי דפוס ווענעציע וואס אויפ'ן גליון איז געווען אנגעצייכנט הגהות און פארשידענע נוסחאות, וואס זענען עפ"י רוב געדרוקט געווארן אינעם ירושלמי וואס ער האט ארויסגעגעבן מיט זיין פירוש שדה יהושע, און ער האט עס מיר געשיקט (דעם ירושלמי). איך בין עס איבערגעגאנגען מיט גרויס פלייס און געשלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, ווייל איך האב דארט געטראפן פארשידענע גרסאות פון די פריערדיגע חכמי ספרד (וואס קלארן אויס ענינים), צב"ש אין מסכת ברכות פרק ח' ביי די משנה פון אין מברכין על הנר, שרייבט ער "בספרי ספרד גרסי הכא אין מברכין לא על הנר ולא על הבשמים של מצוה,״ און עס געפינט זיך ביי מיר א ירושלמי מיט הגהות פונעם משנה למלך ווי ער שרייבט די זעלבע זאך, און אזוי שרייבט אויך דער אור זרוע (חלק ב' סי' שכ"ח) אז אזוי שטייט אין ירושלמי.

אין דעם אויבדערמאנטן ירושלמי האב איך אויך געטראפן צוויי בריוו. איינס פון דעם רב פון קושטנדינא (קושטא, די היינטיגע איסטאמבול) מו"ה משה בנבנשתי ז"ל דער מחבר פון שו"ת פני משה, וואס ער שרייבט צו די רבנים פון איזמיר אין שפיץ פון הרב הגאון מו"ה שלמה אלגזי ז"ל. אין דעם בריוו, דאטירט שנת ולירושלם מבשר אתן (תמ"ח), שרייבט ר' משה אז ר' יהושע האט געטראפן איינעם פון די אנוסים פון פארטוגאל מיט'ן נאמען דון אברהם הלוי וואס איז אנטלאפן פון ליסבאן (די פארטוגעזישע הויפט שטאט) קיין איסטאמבול. ר' יהושע האט אים געהאלפן זיך צוריקצוקערן צו אידישקייט, און אלס דאנק האט אים דון אברהם געגעבן א כתב יד וואס ער האט באקומען פון א גלח מזרע ישראל (ה"י) פון בארצעלאנא מיט'ן נאמען דון שלמה נרבונא. אזוי ווי ר' יהושע האט געגעבן א קוק אויפ'ן כת"י, האט ער שיער גע'חלש'ט: עס איז געווען א כת"י פון ירושלמי, אבער עס האט אויך געהאט גאנץ סדר נזיקין (ביי אונז פעלט מסכת אבות, עדיות, און א חלק פון מכות), און אויך סדר קדשים ביז מסכת תמורה! און ר' משה פירט אויס מיט א ביטע צו די רבנים זיי זאלן זען צו שאפן געלט אז ר' יהושע זאל קענען דרוקן דעם ירושלמי. און ר' יהושע האט אויך אונטערגעשריבן אויפ'ן בריוו.

די צווייטע בריוו איז געווען פון ר' יהושע'ס ברודער הגאון ר' חיים בנבנשתי זצ"ל דער כנסת הגדולה, ווי ער שרייבט אז די שמחה איז טאקע גרויס אז מען האט געטראפן דעם ירושלמי, אבער למעשה איז די צייט נישט פאסיג עס צו דרוקן, און ער איז מרמז אז די סיבה דערצו איז וויבאלד עס איז געווען תיכף נאך די פרשה פון שבתי צבי, ווי א ריזן חלק פון כלל ישראל האט אויפגעלעבט מיט די אמונה אז משיח איז שוין דא, און ווען עס האט געקראכט מיט ש"ץ'ס שמד צום איסלאם איז כלל ישראל געווען צובראכן אויף שברי שברים, און אין אזא תקופה ווען מען פרובירט זיך צוריק צאמצונעמען און מען דערווייטערט יעדע זאך וואס שמעקט מיט ש"ץ איז נישט כדאי ארויסצוקומען מיט'ן געפינס פון ספרי קודש וואס זענען פארלוירן הונדערטער יארן, נאר ענדערש זאל מען צואווארטן ביז די שטורעם וועט זיך בארואיגן, און הערשט דאן זאל ער עס דרוקן.

אזוי ווי איך האב געטראפן די בריוו האב איך עס תיכף צוריקגעשיקט צו מיין ברודער, און אים געבעטן ער זאל נישט רוען ביז ער וועט אפירזוכן דעם כתב יד.

דינסטאג פרשת תולדות שנת תרס"א האב איך באקומען א בריוו פון מיין ברודער, אין וועלכע ער שרייבט מיר אז ער צוזאמען מיט 'התורני החכם הגדול מו״ה יעקב קובי ס"ט' האבן זיך אריינגעלייגט אין די זוכעריי, און מיט איבערמענטשליכע כוחות האבן זיי געטון אלעס וואס מעגליך פרובירנדיג צו אנטדעקן דעם כת"י, און אז זיי האבן אויך געהערט פון די רבנים פון איזמיר און סאלאניקי און נאך אז ביי זיי אין די משפחה איז טאקע מקובל אז עס דרייט זיך ערגעץ דער ירושלמי אויף גאנץ סדר נזיקין און חלקים פון קדשים, אבער נאך אלע זוכענישן האבן זיי נישט געטראפן קיין שפור פון דעם כת"י, און ער האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן, אבער איך האב אים נישט געלאזט, זאגנדיג אז דער בריוו איז אויטענטיש און דער כת"י מוז זיך ערגעצוואו געפינען.

יענעם יאר שבועות האב איך באקומען א בריוו פון מיין ברודער, וואו ער שרייבט מיר אז נישט נאר האט ער נישט אויפגעגעבן אויף דאס זוכן, נאר ער האט גאר געמאכט פארשריט; ער איז געוואויר געווארן אז אין די שטעטלעך און דערפלעך צווישן אדריאנאפאל און די הויפטשטאט קושטא וואוינען אסאך פון די אייניקלעך פון דעם שדה יהושע און בכלל פון משפחת בנבנשתי, און ביי זיי דרייט זיך אסאך קמיעות און שמירות געשריבן אויף גרויסע שטיקער פארמעט, און מען האט שוין געטראפן ביי איינעם פון זיי א תשובה בענין מקואות וואס דער בעה"ב דערפון האט מיט זיין עם הארצות געמיינט אז דאס איז א קמיע קעגן קאפוויי…

און ער שרייבט ווייטער אז אזויווי ער איז דאס געוואויר געווארן איז ער אראפגעפארן מיט זיין א.ד. חבר יעקב קובי, און זיי האבן געקלעטערט פון שטאט צו שטאט און פון דארף צו דארף מיט מסירות נפש ממש, און האבן אויסגעפרעגט יעדן אייניקל וועם זיי האבן געטראפן צו ער ווייסט פון נאך אייניקלעך א.א.וו. אלעס האט געמוזט זיין מיט די גרעסטע געהיימניס אז די רבנים, וואס ווייסן די אמת'ע ווערט פון דעם כת"י, זאלן נישט געוואויר ווערן וויבאלד אויב זיי וועלן זיך דערוויסן וואו דער כת"י ליגט וועלן זיי עס פרובירן צו שאפן פאר זיך…

פאר ראש השנה האבן זיי שוין געוואוסט אזויפיל אז דער גרעסטער 'קמיע' פון די בנבנשתי'ס ליגט ביים גביר סולימאן בנבנשתי. זיי זענען אראפגעגאנגען צו אים, און ער האט זיי עס געוויזן איינגעוויקלט אין זייד. זיי האבן עס געעפנט און דערזען אז עס איז טאקע דער כת"י פון ירושלמי!

אבער זייער פרייד איז געווען געמישט מיט אנטוישונג זעענדיג אז פון סדר נזיקין ענטהאלט דער כ"י נאר פינף בלאט פון מסכת הוריות, און אויך פעלט פון אינמיטן די צווייטע פרק פון מסכת ערכין און ווייטער. נאכ'ן נאכגיין די סיבה זענען זיי געוואויר געווארן אז פון ערכין און ווייטער איז רואינירט געווארן פון אלטקייט, און די סיבה פארוואס עס פעלט כמעט גאנץ נזיקין איז וויבאלד דער כת"י איז ערגעץ אונטערוועגנס צוטיילט געווארן צווישן ברידער.

עס איז נישט דער פלאץ דא מסביר צו זיין באריכות וויאזוי, אבער צום סוף האבן זיי באוויזן איבערצורעדן דעם דארפסמאן ער זאל זיי בארגן דעם כתב יד אויף א האלב יאר, און מיט מיר האבן זיי געמאכט א קאנטראקט אז איך וועל עס מעתיק זיין, מפרש זיין, און אפדרוקן צען טויזנט שטיק דערפון (דאס איז געווען נאך פאר די מהומות איז רוסלאנד ממילא האבן מיר געהאפט צו פארקויפן דארט אויך), און זיי וועלן באקומען האלב פון די פארדינסטן.

אום כ"ח כסליו תרס"ב איז דער כתב יד אנגעקומען צו מיר. עס איז געווען אן אור אלטער כת"י, אזוי האקל אז אויב מען רירט צו דערצו צוברעקלט זיך עס, דעריבער איז זייער שווער עס איבערצושרייבן. עס זענען אריבער עטליכע חדשים, און איך האב געארבעט טעג און נעכט, און איך האב כמעט גארנישט באוויזן צו קאפירן. נאך פיר חדשים האב איך מיר שוין אביסל צוגעוואוינט און איך האב אנגעהויבן מעתיק זיין מסכת חולין (ווייל דער שריפט איז דארט געווען בעסער ווי די איבריגע כת''י) און במשך צוויי חדשים האב איך קאפירט ביז האלב פרק כל הבשר, אבער דאן האבן זיך געענדיגט די זעקס חדשים אויף וואס מיין ברודער האט געבארגט דעם כת''י. נאר מיט גרויס פלאג און אסאך געלט האט ער באוויזן צו פארלענגערן די הלואה אויף נאך זעקס חדשים, און אין די זעקס חדשים בין איך געזעצן איבער די כת''י ממש טאג און נאכט. די עיקר שוועריגקייט איז געווען מסכת זבחים ווי די אותיות זענען כמעט נישט לעזבאר. ווען עס איז געקומען די צייט צוריק צו שיקן דעם כת''י האב איך ב''ה שוין געהאט געענדיגט איבערשרייבן אלעס: מסכת זבחים, מנחות, חולין, בכורות און די ערשטע פרק פון ערכין.

אזוי ווי איך האב געהאט זייער ווייניג צייט, האב איך געמוזט זיך באנוצן מיט 'סטענאגראפיע' (א סיסטעם פון אפשרייבן זאכן מיט צייכענס, יעדער צייכן מיינט אן אנדערע ווארט) צו פארשנעלערן די ארבעט. זעלבספארשטענדליך אז מיט דעם האט זיך נישט געענדיגט די ארבעט, איך האב נאר אזויפיל פארדינט אז איך האב שוין געהאט דעם ירושלמי ביי מיר. דאס איבערשרייבן די אלע צייכענס און שטריכן צוריק צום אריגינעלן לשון האט מיר געדויערט כמעט א יאר, וויבאלד מיט די צייט הא איך אליין פארגעסן די באדייט פון טייל סימנים, און ביז איך האב געכאפט וואס דאס מיינט האט צומאל געקענט געדויערן וואכן.

דאס איז דער געשיכטע פון דעם כתב יד, און עס דארף באטאנט ווערן אז די אויבנדערמאנטע האב איך אפגעשריבן לויט ווי עס האבן מיר געשריבן מיין ברודער און זיין חבר מו''ה יעקב קובי ס''ט הי''ו, און זיי האבן מיר פארשפראכן צו שרייבן מער דעטאלירט פונקטליך די גאנצע זאך, אבער ביז היינט האב איך נאכנישט באקומען זייער בריוו, און איך האב נישט געוואלט צוליב דעם אפהאלטן דאס דרוקן. אי''ה אין קומענדיגן חלק וועל איך דרוקן די השלמה צו די נושא.

המשך יבא אי''ה.
זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריה ירוחם תנחום »

דא קען מען שרייבן הערות והארות.

אי"ה ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך לייגן נאך דאקומענטן און לינקס וואס זענען נישט אריין אין לאמטערנע מחמת חוסר זמן ומקום.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין מעלות איז עס עטליכע יאר צוריק זייער רייך געשילדערט געווארן, איז דא פארהאן מער חומר?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יישר כח זכריה ירוחם תנחום.

דא ליגט א מורא'דיגער גוטע ארבעט, נישט סתם גוט! קלאר, אינפארמאטיוו און אויסערגעווענליך רייך!

#מבינ'ס_פערספעקטיוו.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיט עטליכע יאר צוריק איז דאס געווען זייער שיין באשריבן אינעם וועכנטליכן בלעטל 'גינות ורדים' ז"ל.

בערך אין די זעלבע תקופה האט דער 'קובץ אור ישראל' באלייכטערט די פרשה מיט אסאך פרטים. ותשחח"ל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ שיין געשריבן

נ.ב. אויב איז דא א דאקומענט פון דעם קו"ק פון די רבנים פון מונקאטש און קאסאן וכו', ביטע אויכעט לייגן

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט מיט הנאה.
זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריה ירוחם תנחום »

הסכמות הרבנים שמאחורי דף הקול קורא

בילד
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מיר האבען זייער הנאה געהאט. עס איז א וויכטיג שטיקל און אידישע היסטאריע, זייער שיין אראפגעלייגט.

נאך א אינטערסאנטער פולמוס צו באשרייבען איז איבער דעם בשמים רא"ש.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דער בשמים רא"ש איז שוין אויך באשריבן געווארן אין עטליכע פלעצער די לעצטע פאר יאר, מעלות, ועוד (כ'מיין אז אויך קובץ עץ חיים באבוב).
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי חיים קנייבסקי שליט"א אמר לרבי יוחנן וואזנער מקנדה שלהגר"א מווילנא זצ"ל היה כת"י ירושלמי שלא נדפס
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זייער אינטערסאנט, שטארק הנאה געהאט.

עטליכע הוספות:

ס'ידוע אז דער חפץ חיים זצ"ל האב בתחלה אנגענומען אז דאס איז באמת דער "ירושלמי", אזוי ווייט אז ער האט אנגעהויבן צו לייגן תפילין דרבינו תם, עפ"י המבואר בתלמוד ירושלמי.

האט איינער פון די גדולים געזאגט, אז ס'כדאי געווען דער גאנצער פעלשונג כדי דער חפץ חיים זאל אנהייבן לייגן תפילין דר"ת...

*
באמת איז גאר אינטערסאנט, אז מ'זעט אז דער ח"ח האט זיך פארלאזט למעשה אויפן ירושלמי, עטליכע פסקים אין ליקוטי הלכות אויף קדשים זענען מיוסד אויפן ירושלמי, אזוי ווי ער צייכנט אין עין משפט דער מקור דערפאר איז "ירושלמי".

זיין זון שרייבט טאקע, אז זיין טאטע האט נישט אזוי שנעל געוואלט אננעמען אז ס'איז מזויף, וז"ל בקיצור תולדות חפץ חיים (עמ' ס"ז)

לא הניח תפילין דר״ת, עד עת זקנתו בשני המלחמה,שהתגורר באוקריינא, בין חסידים שאז קנה תפילין דר״ת, והניחם עד הסתלקותו, (וחשבתי כי הניחם, לצאת דעת החסידים שישב בקרבם, שבעיניהם הוא דין גמור, ומי שאינו מניח, הוא בבחינת קרקפתא וכר, ואיכא חילול כבוד התורה, אמנם בשאלי אותו פעם, ענה לי כי בירושלמי שנתגלה מחדש על מס׳ מנחות מפורש בו הנחתם, כדעת ר״ת, וע״כ החל להניחם, (אמנם אם מפני זה כבר נודע, כי הירושלמי הזה הוא מזויף, וגם מר אבא שלא מיהר להסכים על זיופו נאר לבסוף ידיו ממנו, כאשר הודעתיו, כי המוציא לאור הזה, הוא זייפן מפורסם עוד מעשרים שנים לפנים, קודם שהרעיש את העולם במציאותו, וכבר נרדף על צוארו אז, במכ״ע המליץ משנות תרנ״ב ותרנ״ג על זיופיו הרבים, ועל אומנתו הנפלאה, בחיקוי כתבים. אז רפו ידיו,
ולא הזכיר אותו שוב).


***

ווי אויך איז שוין דא א רייכע אשכול איבער די נושא

הירושלמי המזוייף על סדר קדשים
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריה ירוחם תנחום »

אז איר וועט מיר אלעס אויסכאפן וועט נישט זיין וואס צו שרייבן אינ'ם המשך...
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

זכריה ירוחם תנחום האט געשריבן:אז איר וועט מיר אלעס אויסכאפן וועט נישט זיין וואס צו שרייבן אינ'ם המשך...


וואונדערבאר, לייגט ארויף עטליכע דפים פון דעם ירושלמי. די הקדמה און שער בלאט איז ווייט נישט גענוג צו זעהן און צו כאפן זיין זיוף.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליכע ארבעט, פון.מיינע דריי בעסטע ארטיקלען אין די לאמטערנע.

חוץ דעם קומט זיך א דאנק פארן אוועקגעבן טעג און נעכט פאר די רייכע אויסגאבע, מען קען רואיג זאגן אז אן תנחום וואלט די לאמטערנע נישט אמגעקומען דא.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

תנחום!
כ'ווייס נישט ווער דו ביסט און וועלכער ניק באהאלט זיך אינטער דיין נאמען, כ'פארשטיי נישט פארוואס נאך אזא אויפרייס פון אן ארטיקל שעמסטו דיך מיט דיין געהעריגן ניק נאמען,

מסתם האסטו מורא פון אן עין הרע...

ערנסט גערעדט! אין א געוויסן זין קען מען זאגן אז דיין ארטיקל איז די קרוין פון לאמטערנע, די ריסערדזש און ארבעט וואס ליגט אין דעם איז פשוט נישט נערמאל, מ'האט מיר פשוט געמיזט אפשיילן מיט א פאטעטא פילער פון בענקל נאכן ענדיגן ליינען דיין ארטיקל,

א אמת'דיגען און הארציגען ישר כח מיר קיקן ארויס אויפן המשך.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יאפ, דער ארטיקל איז פון די היטס

א פעסטע פארש ארבעט מיט אייגענע חידושים און געפינסן

(און דאס איז נאר די אנהייב... ס'קומען פארזעצונגען)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח ר' תנחום זייער קלאר יעדע דיטיעל

שטארק הנאה געהאט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הערליך!!
א רייך שטיקל היסטאריע גוט אראפגעלייגט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”