איינגעפלאנצטע וואפן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

איינגעפלאנצטע וואפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אריינפיר


אדר תשמ"א, ירושלים עיה"ק.

די געמיטער זענען שטורעמיש, כאטש וואס ירושלים האט שוין געזען פיל שטורעמישערע טעג, איז אבער היינט פיל מער אנגעצויגן די לופטן. די גאס איז געווארן מער און מער געדעכט, אויפגעברויזטע ירושלמים מיט די זיברא כאלאטן און צוקניפטע גארטלען זענען געקומען פון אלע ווינקלען מיט רויט פארפלאמטע געזיכטער און גרייטע שטימע בענדער, אויסצודרוקן זייער וויי געשריי קעגן די נאכאנאנדע אונטערדרוקונגען קעגן די ערליכע אידן בכלל, און אנשי ישוב הישן בפרט.

זיי שפירן אז עס איז שוין העכסט צייט אפצושטעלן די גרעניצלאזע שנאה און אומאפשטעלנדע אידיאלאג פון באקעמפן טראדיציע און אלטמאדישקייט. אז פאר די פירער פונעם לאנד שמעקט נישט זייער ווירטשאפט, זאלן זיי זיצן אינעם מייזן לאך און צומאכן די אויגן, וואס איז דאס אריינקומען אין ירושלים, מיט אייזערנע שטאנגען און ברוטאלע נאגייקעס, און דערגיין די יארן פון די ערליכע קרייזן?

אצינד איז די ווייטאג געקומען צו א קלימאקס, נאכדעם וואס די חוצפה איז געגאנגען צו ווייט און דער שטריק האט זיך שוין איבערגעצויגן לכל הדעות. יא, די ירושלימ'ע אידן האבן אויך א מעסטל וואס קען ווערן איבערגעפולט, און דאן עקספלאדירט עס ביזן הימל מיט קולות וברקים...

די געדרענג אין ככר השבת ווערט וואס א מינוט פולער און היציגער. א פלייץ פון מענטשן שטראמט פון אלע ריכטונגען, פון אלע גאסן, צו איז דאס יחזקאל, מלכי ישראל, שטראוס, און ווער רעדט נאך פון מאה שערים. די שטיבלאך פון זכרון משה זענען פיל ליידיגער ווי יעדן טאג, און דער ציבור איז גרייט צו שרייען און מוחה זיין אויף עלבון התורה און עלבון השבת קודש.

דער קאמף קעגן די מחללי שבתות בהפרסיא איז א קייט וועלכע זעט נישט איר ענדע, און די געוואגטקייט פון די מוחים איז פיל טיפער און ברייטער ווי דעם. די מוחים קומען ארויס אויסדרוקן זייער ביטערן וויי געשריי און רודערן אויף א וועלט, אז אידישע קינדער זאלן חס ושלום נישט ווידערשפעניגן אויף די מצוות השם, און דערצו מיט אזא פרעכהייט.

די געשלעג איז פארגעקומען אין די מינוטן איבער א שאסיי מיטן נאמען 'רמות', וועלכע ווערט אקטיוו אום שבת קודש. די היציגקייט ווערט מער און מער, די חרדים זענען להשמיד, און מען ברענגט אריין זאפאסן מיט קאמאנדאס צו דערשטיקן די קול מחאה אויף גאר א ברוטאלער פארנעם.

שוין א לענגערע צייט וואס יקירי ירושלים טוען זיך יעדע שבת צוזאמנעמען אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די רמות שאסיי, וואס איז אקטיוו שבת קודש דורך אידישע קינדער, און איז געשטעלט ממש אונטערן רוקן פונען ישוב הישן אין ירושלים של מעלה, די שאסיי שלענגלט זיך אויף צפון ירושלים, און די נאכאנאנדע גערוישן פון אויטאמאבילן, טראקס און אנדערע פאר געצייג, טוען אויסשטעכן די אויערן און פארגרעסערן די ווייטאג פון די פילע וועלכע הערן דאס צו מיט שברי לב, צו דאס איז די בחורים וועלכע לערנען אינעם טשעבינער ישיבה, עס שמייסט אויך אריבער די מאטערסדארף געגנט, עזרת תורה, און די גערויש פון חילול ובזיון שבת אונטער זייערע פענסטער'ס, ברענגט אז די ברענעדיגע הערצער זאלן קומען שטורעמען און אפהאלטן מענטשן פון צו טון די געפערליכע עבירה.

לאנגע וואכן וואס יעדע שבת קומען די אידן מיט טליתים, מיט די שטריימלעך, און מען פרובירט פארצווייפלטערהייט אפצושטעלן די גאלאפירנדע פארקער, די געשריי "אידן עס איז שבת" קלינגט אפ ווייט אוועק, און עס נעמט נישט לאנג ביז עס באווייזן זיך פונדערווייטנ'ס די פאליצייאישע טרעקלעך, און די חברה מיט טונקעלע ברילן און נאך טונקעלערע מאטיוון קומען ארויס מיט צארן, מען הייבט אן צו טיילן מערדערליכע קלעפ רעכטס און לינק'ס.

דאן קומט א סעריע ארעסטן, די פרידליכע מוחים וועלכע זענען שוין גוט צו'מזיק'ט און צוביילט פון אלע זייטן, ווערן אראפגעטראסקעט אויפן שאסיי ווי א שטיקל באנאנע, און אריינגעשליידערט מיט גרויס ברוטאליטעט אין די ארעסט קאמערן, ווען אינעם זייט פונעם שאסיי פליען צוריסענע טלתים און צוברעקלטע רויט פארפלעקטע שטריימלעך, וואס דינען אלס שטומע עדות אז אויף דעם פלאץ האבן זיך אידישע קינדער געלאזט צושלאגן פארן באשעפער.

און יעדער פארשטייט אז אזא זאך גייט נישט אדורך בשתיקה, וואך איין וואך אויס ברעכט אויס מוצאי שבת קודש א פרישע רינגל מיט הפגנות און מחאות, דאס איז שוין נישט ביים שאסיי נאר עס גייט אריבער צו מאה שערים און שבטי ישראל געגנטער. די פאליצייאישע קרעפטן זענען שוין גרייט פון פאראויס, ווי נאר די זון גייט אונטער קומען זיי מיט די ווילדע פערד און גרייטן זיך ווידער צו פארפלאגן און דערשטיקן די ערליכע פראטעסטירער מיט שווערע באפאנצערטע דעוויזיעס.

עס איז שבת שקלים, אט אט גייט שוין די זון אונטער, אין די בתי מדרשים פונען ישוב הישן זיצט מען יעצט מיט געהויבנקייט און ערנסטקייט ביי סעודת רעוא דרעוין, און מען ווארימט זיך מיט דברי אלוקים חיים, ווען צוויי צוטומלטע בחורים האבן אריינגעשטורעמט אינעם תולדות אהרן'ער בית המדרש, און באלד געמאכט א טומל.

"עס קומט א מעכטיגער דעוויזיע פון פאליציאנטן, זיי זענען גאר אסאך און זעען אויס ממש קאמפסגרייט, א פלאטע מיט טרעקלעך און א ריזן מאסע פון די משמר הגבול באאמטע דערנטענטערט זיך אהער, אלע באוואפנט ביז די ציין און אויפגעריסטעט מיט כלי משחית, זיי זעען נישט אויס גוט".

"וואס גייט פאר?" פרעגט דער גרייז גרויער ר' אברהם שלום אייזיקאוויטש קראצנדיג די קאפ, "די הפגנה האט זיך שוין אנגעפאנגען?"

דער בחור'ל האט נישט עספיעט צו ענטפערן, ער איז באלד געלאפן איינמעלדן פאר זיינע חברים די נייעס, א גרופע פון ארום הונדערט פאליציי אפיצירן שטראמען צום תולדות אהרנ'ער בית המדרש, און די רציחה אויף זייערע געזיכטער פארציילט נישט קיין גוט'ס. יאסל מאנדל, דער הויכער בחור, גראדע נישט א תולדות אהרנ'ער נאר א פרוש, אבער ער דרייט זיך אסאך אין תולדות אהרן, האט איינס צוויי איבערגענומען די לייצעס, אזויווי שטענדיג.

"חברה, מיר גייען ארויף אויפן דאך אפשלאגן די ציוניסטישע קרעפטן, יעדער נעמט וואס עס איז ראוי צו ווארפן, און מ'גייט קנאקן שטיקער... איינס צוויי, ארויף אויפן דאך פונעם שול, נעמט מיט טישן און בענקלעך, און געגאנגען".

א געלויף פון יונגע ענערגישע פיסעלעך האט זיך געהערט, מיטן ריטעם פונעם ווארימע בני היכלא וואס האט אפגעקלונגען אין בית המדרש. די בחורים האבן זיך פארבאריקאדירט אויפן דאך, און זיך געשטעלט אפצוושלאגן דעם שונא.

און נישט סתם א שונא. צענדליגע פאליציי אפיצירן זענען געשטאנען און ארומגערינגלט דעם געגנט, זייענדיג גרייט אדורכצופירן א געהעריגן פאגראם, נישט אנדערש ווי די קריסטאל נאכט אין נאצי דייטשלאנד.

די בחורים האבן צוגעלייגט אן אויער צו אויפכאפן די געשפרעכן צווישן די אפיצירן, זיך שפירנדיג ווי ריכטיגע שפיאנען אויפן פראנט. זיי האבן געלייגט געוויכט אויפן פעשליכן ברוינער אפיציר וואס האט גערעדט צו אזא גוטע צוואנציג אנגעהיצטע פאליציאנטן מיט גרויס אייפער:

"יע יע, תולדות אהרן, זיי זענען שולדיג אין אלע ראיאטן, אין אלע איבערקערענישן, אין אלע הפגנות, אין אלע בושות וחרפות וואס די רעגירונג האט, מען דארף דערשטיקן דעם קאפ פונעם שלאנג און דאן וועט זיך אלעס אפשטעלן!!! מיר וועלן זיי צוברעכן די שול, זיי וועלן מער נישט האבן וואו זיך צאמצוזעצן און מאכן גאנצעטע פלענער וויאזוי צוגרינד צו לייגן די מדינה און איר פארשעמען פאר די גאנצע וועלט. מיר וועלן גיין אן רחמנות, צוברעכן שטיין נאך שטיין, צורייסן ספר נאך ספר, און זיי לערנען בלק אזוי אז די אפעטיט זאל זיי פארגיין פון נאכאמאל מאכן א באלאגאן אויפן שאסיי!"

יאסל מאנדל האט באלד אנגעהויבן צו ארגאניזירן די בחורים גרייט צום קריג. אויפן דאך איז געווען אנגעהויפנט אלטע שמאטעס, שטיינער און נוצלאזע רערן. ער האט קלארגעשטעלט פאר יעדעם איינעם: אין די מינוט וואס די חברה קומען נאנט צום שול, זאל מען זיי באהאגלען מיט וואס עס קומט נאר אונטער די הענט, אז זיי זאלן נישט קענען אנקומען אין בית מדרש.

אונטן ביים ציבור האבן שוין עטליכע עסקנים געזארגט אפצושליסן אלע טירן אז די אטאקירער זאלן נישט האבן אזא לייכטן ארבעט מיטן שטורעמען דעם בית המדרש. דער ציבור האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב מיט דערשראקענע געזיכטער און קלאפעדיגע הערצער, ווען אויפן גאס האט זיך שוין געהאלטן אינמיטן אנטוויקלען א מלחמה.

יעדע מאל וואס די פאליציאנטן האבן זיך דערנענטערט, האט זיי אפגעווארט א האגל פון פליענדע אביעקטן. די בחורים זענען געקומען מיט וואס נאר נישט, בערל איצקאוויטש האט מיט איין בהלה געברענגט די גרויסע קעסל פונעם קאווע שטיבל, און פשוט אנגעהויבן צו שפריצן הייס וואסער, אין די צייט וואס מעכל שטיינבערגער און אברהם יעקב ווייסמאן האבן געשליידערט שטיינער און געווארפן בענקלעך פון אויבן.

יעדע פאר מינוט האבן זיך די פאליציאנטן אריענטירט און מיט א פעסטקייט זיך דערנענטערט צום טיר, אבער דאן זיך צוריקגעצויגן קרעכצנדיג און טיילווייז מילד פארוואונדעט, שעלטנדיג און סטראשענדיג צו אלע בייזע רוחות מיט די געמיינסטע קללות וואס די העברעאישע שפראך פארמאגט.

זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, האט דער ברוינער אפיציר ארויסגעגעבן געשריגן מיט גרויס אויפברויז און פרוסטרירונג א באפעל: פייער!

א הילכיגער גערויש האט פארטויבט די גאנצע געגנט, און דאן נאך איינס, און א דריטע...

א רייע מיט גאז באמבעס האבן עקספלאדירט די פענסטער, אריינשטורעמענדיג אין בית המדרש מיט קראפט. די שרעקליכע עקספלאזיע האט זיך צוניופגעמישט מיט די געשרייען פון די פילע קינדער און עלטערע לייט, וואס האבן זיך אנגעהויבן צו שטיקן פון די געדעכטע רויעך קנוילן און געליטן פון ערנסטע בראנד וואונדן.

עס איז געוארן אן איבערקערעניש, און דאן זענען די פאליציי אפיצירן אגרעסיוו צוגעלאפן צום טיר און אנגעהויבן צו ברעכן מיט שווערע אייזערנע שטאנגען שטיקל ביי שטיקל, וויסנדיג אז אלע טירן זענען פארשלאסן, אזוי אז קיינער וועט נישט אנקומען אינדערויסן.

איין זייטיגן אונטער טירל איז יא געווען צו א צווייטע גאס, פון וואו די מתפללים האבן זיך ארויסגעשלייכט איינער נאכן צווייטן, און צווישן זיי האט מען אויך ארויסגענומען דעם תולדות אהרנ'ער רבי זכר צדיק לברכה, און די געטרייע שטוב מענטשן האבן אים שנעל אפגעפירט אהיים לביתו נאוה קודש.

אינדערויסן זענען נאך די שלאכטן פארגעקומען אין גרויסן, די אפיצירן האבן אונטער א האגל פון פלינעדע צווייגן, שטיינער, באלאטעס און הייס וואסער, געהאקט מיט עקשנות אויפן טיר, ביז עס איז זיי געלונגען...
דער טיר האט זיך צושפאלטן אין עטליכע טיילן, און איבער דרייסיג צעווילדעוועטע אפיצירן האבן אריינגעשטורמעט מיט גרויס כעס און אנגעהויבן צו טיילן מכות רצח פאר ווער עס איז נאר געקומען אונטער זייערע ברוטאלע פויסטן וואס האבן אומאויפהערליך געארבעט צו קנאקן און צושלאגן וויפיל עס לאזט זיך נאר.

אינעם גרויסן איבערקערעניש האט זיך אריינגעשלייכט א פרוי אינעם אונטערשטן שטאק וואו עס איז געווען די קאך, און מיט א פלינקקייט אפגעהאקט די לעקטער...

א טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אינעם פינסטערניש, און א מינוט דערויף איז עס צורינען פון זיך אליין. מענטשן זענען געפלויגן און זיך איבערגעדרייט, איין פאליציאנט האט בטעות געשלאגן זיין חבר, און די קולות פון פארוואנדעטע און געפאלענע האט נישט צוגעגעבן קיין רואיגקייט.

מיט כעס האבן די פאליציאנטן אנגעצינדן זייערע פלעש לייט'ס, און דערמיט געקלאפט אויף קעפ מיט אכזריות. דאן האט מען זיך גענומען ארעסטירן בחורים און אינגעלייט איינער נאכן צווייטן, און זיי מיט געבינדענע הענט דורך פלאסטישע קייטן וועלכע האבן געביסן און געשטאכן די לייב, אריינגעשליידערט אינעם טענדער.

די בחורים אויפן דאך האבן געזען אז די מצב טויג נישט, א גרויס טייל זענען אראפגעשפרינגען מיטן זיך אנכאפן אינעם דיקן ווייסן וואסער רער וואס האט זיך געצויגן ביז דער ערד, און אזוי אנטרינען פון ארט, די ווייניגער געוואגטע האבן געציטערט צו שפרינגען, זיי זענען שוין אפגעפירט געווארן דורך די פאליציי, באגלייט מיט מערדערליכע קלעפ פארן אזוי לאנג אויפהאלטן דעם פאגראם.

אינמיטן די גאנצע איבערקערענישן זענען אריינגעקומען צוויי פאליציאנטן, קיינער האט אויף זיי נישט באמערקט אז זיי זענען גאר אנדערש ווי די געווענליכע, זיי האבן גערעדט שטיל צווישן זיך אויף רוסיש, און באטראכט אלע אנוועזנדע אויפן סצענע.

"דו זעסט אים אדער נישט?" פרעגט דער ברייטערער א נערוועזער. זיין חבר האט געשוויצט, זיינע אויגן האבן זיך געדרייט אין די לעכער צו אלע ריכטונגען, און ער האט זיך אנגעשטרענגט צו טרעפן זיין ציל ברעט. וואו איז ער?

"אקעי, איך האב אים ביז א מינוט, קוק נאר צו"... ער האט געגעבן א קריץ מיט די אויג אין די פינסטערנישט וואס ווערט כסדר געשטערט מיט שטראלן פון פלעש לייט'ס אריין אין די אויגן און גייען אויף די נערוון, און דאן אויסגערופן הויעך:

"לייבל? לייבל פישער?"

א אינגערמאן ביים ווינקל האט זיך אויסגעדרייט קוקן ווער עס זוכט אים. אויף יענע מינוט האבן די צוויי געווארט. זיי זענען שנעל צוגעלאפן צו אים און אנגעכאפט מיט אייזערנע פויסטן.
אן ערשיטערטער האט זיך לייבל גענומען שרייען: גיוואלד!!! נאצים!!! לאזט מיר אפ!!! איך האב גארנישט געטון!!! נאצים!!!

די צוויי האבן זיך אנגעקוקט אביסל צומישט, אבער דאן האט זיך דער ברייטער אנגערופן "עקשאן". זיי האבן אים פארמאכט דאס מויל מיט די הענט פלאכן, און אים ארויסגעשלעפט פון א זייטיג טיר מיט א ווילדע פלינקקייט.

לייבל האט געקוקט מיט בייז וואונדער, פארוואס פירט מען אים נישט צום גרויסן פאליצייאישע טענדער צוזאמען מיט אלע ארעסטאנטן? ער האט זיך נאכמער געוואונדערט ווען מען האט אים אריינגעשטופט אין א קליינע ציווילע קאר, וואס איז אפגעפלויגן מיט שנעלקייט פון געגנט, איבערלאזנדיג א קנויל פון שטויב און רויעך אונטער זיך.

"וואס ווילט איר פון מיר"? פרעגט ער נאכן זען אז מ'פארט גאר צום ריכטונג פון גליל. "איר נעמט מיר אין טורמע?"

"נע, האב נישט קיין מורא מיסטער פישער, מיר וועלן דיר נישט טון קיין שלעכט'ס און קיין בייזנ'ס. דו זאלסט נאר קאאפערירן מיט אונז און אויספאלגן מיינע באפעלן, וועסטו איינס צוויי ענדיגן מיט אונז, אבער אויב מאכסטו קונצן, זאלסטו וויסן אז איך בין זייער אן אומגעדולדיגער מענטש, און איך בין זייער באפריינדעט מיט איינעם... דו ווייסט מיט וועם?"

לייבל האט נישט געענטפערט, ער האט זיך געווארפן פאר שרעק.

"האלאו, איך פרעג דיר עפעס, דו ווייסט מיט וועמען איך בין באפריינדעט?!"

"ניין."

"אה, קום באקען זיך מיט מיין גוטן פריינד... זעסט אים דא?" דער פארשוין האט ארויסגעצויגן א ביקס און אים געפאכעט קעגן לייבל מיט א דראענדע מינע. "דאס וועל איך נוצן אין פאל דו וועסט נישט אויספירן מיינע פליכטן הונדערט פראצענט."

נאכן פארן א שטיק צייט זענען זיי אנגעקומען צו די געדיכטע בערג נעבן טבריה. דער פארשוין האט באפוילן פישער זאל זיך שוין אויפשטעלן און קומען מיט אים. ווען ער האט געקווענקלט, האט אים דער פארשוין א כאפ געטון אין די הענט, און מיט א ווילדע מאנעווערע ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ.

אין די זייט איז געשטאנען א דזשיפ וואס איז געאייגנט ספעציעל פאר די בערג, די צוויי פארשוינען זענען ארויפגעשפרינגען דערויף, זעצנדיג לייבל פישער אינמיטן, און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע וועג צווישן די געדיכטע געוואוקסן און דראמאטישע פעלזנשטיינע, ווען דער טונקעלער האריזאנט איז שוין טיילווייז באדעקט געווארן מיט אראנדזשע שטראלן וואס האבן איינגעמאלדן אז דער זון גרייט זיך שוין ארויסקומען פון אונטער די וואלקענעס קאלדרע, און אויפשיינען מיט א פרישע טאג אינעם באשעפער'ס וועלטל.

לייבל איז געווען צומישט און פארלוירן; וואו פירט מען מיר???

פארזעצונג קומט אי"ה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

שכח..

די פארזעצונג גייט נאר לויפן אונעם לאמטערנע ?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יא.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

וועלמיר ווארטן מיט שפאנוג
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האסט מיר אוועקגעטראגען, הערליכע שרייבעריי
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

רוב פון די היגע פארזעצונג איז אמת ויציב, בלויז א קליין חלק איז פיקציע.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ד.מ. צוזאגן אז די גאנצע שטיקל מיט לייבל איז א הוספה צום באשרייבן אזוי רייך די תו"א פאגראם, ריכטיג?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

WOW ייש"כ

א שיינע ארטיקל

דער שמעלקא א פוסח על שני הסעיפים, צוויי פארזעצונגען, ממש געוואלדיג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמיש'ל »

א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הערליך שיין
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

קלמיש'ל האט געשריבן:א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ


אויב מעג איך פרעגן, פון ווי זענט איר אנגעקומען צום לאמטערנע?
אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמיש'ל »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
קלמיש'ל האט געשריבן:א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ


אויב מעג איך פרעגן, פון ווי זענט איר אנגעקומען צום לאמטערנע?

א לינק פון א חבר.
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טענקס



אגב, יעצט זעה איך אז איר האט גענומען מיין אלטע אוועטאר..
אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמיש'ל »

נעקסטיים שיק מיר א מעסעדזש פארדעם.....
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!
אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער צו »

שכח שמעלקא, זייער הנאה געהאט.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

מ'גייט אמאל וויסן וואו מ'האט פארשלעפט מיסטער פישער?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יא
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

פון וואנעט נעמסטו דאס?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פון שמעלקא'לע אליין
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אה, דו קענסט אים צוריקשלעפן אהער? איך דארף אים עפעס וויכטיג זאגן.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

צווייטער פארזעצונג - לאמטערנע #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין קורצן פון פריער: אום אדר תשמ"א קומען פאר שטורעמישע פראטעסטן אין ירושלים עיר הקודש, איבער די שוידערליכע חילול שבת קודש אין די שאסייען ביים גרעניץ פונעם ישוב הישן, נאכן פראטעסטירן פאר א לענגערע וויילע האבן די ציוניסטישע פאליציי פארלוירן זייער געדולד און באשלאסן אנצופאלן מיט גרויס ברוטאליטעט דעם תולדות אהרנ'ער בית המדרש.

אינמיטן די ווילדע פראטעסטן, האבן צוויי פאליציאנטן, וועלכע האבן גערעדט צווישן זיך רוסיש, געלאקערט אויף א אינגערמאן "לייבל פישער" און אים אוועקגעפירט דורך אן אונטער געסל און דורך א ציווילער קאר ווערט ער אוועקגעפירט פון ארט, נאכן אים ווארענען אז ער זאל בעסער קאאפערירן מיט זיי. נאכן פארן א שטיק צייט האבן זיי דערגרייכט צו די געדעכטע בערג נעבן טבריה, וואו זיי האבן אים ארויפגעזעצט אויף א דזשיפ און אנגעהויבן צו פארן זייער שנעל, ווען דער טאג האט שוין אנגעהויבן שיינען.

אצינד לייענט ווייטער:

גרעגארי יעסקאוויטש, דאס איז א נאמען וואס איז נישט באקאנט פארן אלגעמיינעם רוסישן בירגער, אבער די הויכע פענסטער ווייסן שוין איינמאל ווער דאס איז.

אז מען וויל א טובה פון סיי וואו איבער די וועלט, סיי וועלכע טובה, איז גרעגארי דער פארשוין וואס וועט דאס אהערשטעלן, קורץ, שנעל און ריין, אן איבערלאזן נאך זיך סיי וועלכע שפורן. ער דרייט א וועלט מיט זיינע פארבינדונגען און טוט וואס אימער עס פאדערט זיך, ארויסצובאקומען דאס וואס ער וויל האבן אין זיינע הענט.

א נעפל פון מיסטעריע נעמט אים ארום פון אלע זייטן, מען קען קיינמאל נישט וויסן ווער ער איז, וויאזוי ער זעט אויס, און וואו מען קען אים טרעפן. אלעס ווערט געפירט מיט א מאדנער מהלך וואס איינער וועלכער איז נישט געוואוינט דערצו ווערט גוט צומישט און פארלוירן.

נאכן כאפן א שמועס פאר פינף מינוט, האט גרעגארי ארויס פונקטליך יענעם'ס שוואכקייטן, און ער וועט דערויף רייטן וויפיל עס וועט גיין, צו צייגן שטייפקייט און ווייזן ווער עס איז דער ריכטיגער "באסס". אבער די פעטש וואס מען כאפט פון אים איז נאך אלץ א גוטע אינוועסטמענט, יעדע זאך וואס מען וויל האבן פון הודו ביז כוש וועט ער אפירברענגען, און דערנאך גיין ווייטער זיין וועג...

אפילו די גאר געריבענע אגענטן פונעם קעי דזשי בי האט קיינמאל נישט באוויזן צו דערגיין ווער ער איז און וואו ער דרייט זיך, כאטש וואס ער האט פאר זיי געטון זייער אסאך ארבעט. נישט איינמאל האט מען זיך געוואונדערט צווישן די שפיאנאזש רייען צו איז דאס בכלל א רוסקי, אדער בלויז אין רוסלאנד הייסט ער "גרעגארי" אין דער צייט וואס אין כינע הייסט ער "פינקאנגי" און אין אמעריקע "בען"...

און ער איז ווירקליך געווען א רוח שאינה מצויה. ער האט געהאט א טעלעפאן נומער וואס מען האט געדארפט רופן און נאך צוויי קלונגען אראפלייגן, און ער האט צוריקגערופן ווען אים האט עס געשמעקט. אויב האט מען נישט תיכף אויפגעהויבן האט מען שוין נישט געהאט א צווייטע שאנס…

גרעגארי איז קיינמאל נישט געווארן בייז, אלעס איז געגאנגען גאר קאלט און כיטרע ווי א פוקס. נישט געווען ביי אים אזא זאך ווי דורכפאל, קיינמאל. זיינע מענטשן איבער די וועלט זענען געווען גוט טרענירט און האבן געטון גאר גרויסע אקציעס וואס וואלטן אונטער נארמאלע אומשטענדן איבערגעדרייט די וועלט און געצויגן די גרעסטע העדליינס, אבער ביי אים איז די זאך געטון געווארן איינס צוויי און דא האט זיך די מעשה געשלאסן. קיינער האט נישט געוואוסט אדער געהערט מער דערוועגן.

דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז אנטאלי פיטערקאוו האט באלד אויפגעהויבן דעם טרייבל אינמיטן א זיצונג מיט די העכסטראנגיקע קעי דזשי בי אגענטן צוויי אזייגער אויפדערנאכט אין קרעמלין, אין די צייט וואס קיינער אויסער די זעקס באטייליגטע האבן נישט געמעגט וויסן אז עפעס א זיצונג קומט פאר, און איז גראד ארויסגעלאפן צו הערן יעדע ווארט פון גרעגארי.

"אנטאלי? הער מיר גוט אויס, איך גלייך זייער נישט ווען דו טרעטסט אריין אין מיין טעריטאריע, לאז דיר אפ פון מיינע געשעפטן. איך דארף נישט קיין שותפים אין די ארבעט".

"פון וואס רעדט איר מיסטער גראגארי"?

"הער אויף צו שפילן מיט מיר, און אין די סעקונדע. דו האסט געזאלט זיין יעצט אויפן באן קיין קיעוו, וואס זוכסטו אין די קרעמלין, הא?! הער אויס, איך גלייב שווער אז דו זוכסט זיך געשעפטן מיט גרעגארי צוויי אזייגער אינמיטן דער נאכט... אבער איך געב דיר נאך איין ווארענונג, פשוט וויבאלד דו ביסט מיר א גוטער קליענט. געווענליך ווארן איך נישט פון פאראויס"...

א בלאסקייט האט באדעקט די געזיכט פון אנטאלי, דער שטייפער און שרעקעדיגער הויכראנגיקער קעי דזשי בי הויפט פון וועמען גאנץ רוסלאנד ציטערט. ער האט ארויסגעשטאמלט א דערציטערטער: "מיסטער,, פון וואס רעדט איר?! איך וויל וויסן ווא---"

א קאלטע סיגנאל האט אים געלאזט וויסן אז ער רעדט צו זיך אליין. קיינער איז שוין נישט אויף די צווייטע זייט. מיט גרויס אויפברויז איז ער צוריק צום זיצונג און זיך אראפגעזעצט מיט זיין פולסטן וואג אויפן דיקן פאטעל, ווען אלע ארומיגע ווילן וויסן וואו ער איז אזוי וויכטיג געלאפן, און פארוואס ער איז אזוי צושטורעמט.

"וואס האט פאסירט?" איז דער פארטיידיגונג סעקרעטאר געווען דער ערשטער צו פרעגן. "דו זעסט נישט אויס מסודר, דארפסט א קאלטן גלעזל ביר מיסטער אנטאלי?"

ער האט אלעס איגנארירט און באשלאסן צו גיין ווייטער מיט די מיטינג. אבער ער האט זיך נישט געקענט געהעריג קאנצענטרירן, און נאך צוויי מינוט האט ער באשלאסן אז ער גייט ארויס כאפן א ציגארעטל. די שטרענגע בליק פונעם רוסישן פרעזידענט גורבאטשאוו האט אים קלארגעשטעלט אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט דא, ער זאל מוחל זיין און זיך געבן צו פארשטיין.

"איך האב געהאט א רוף פון איינעם, עס איז א שאד צו פארברענגען די צייט, לאמיר פארזעצן מיט אונזער שמועס"... איז געווען די אנטווארט פון אנטאלי.

מיט צארן האט זיך דער רוסישער פרעזידענט אויפגעשטעלט און צוגלעאפן צו אנטאלי. ער האט א כאפ געטון די קאלנער פון די אויסגעביגלטע אנצוג וואס דער הויפט פון די קעי דזשי בי האט געטראגן, און אים מיט גרויס כעס אנגעהויבן צו שטיקן: "דו וועסט מיר נישט זאגן וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט, שוין די מינוט זאג מיר וואס עס גייט פאר. ווער האט דיר גערופן יעצט און פארוואס ביסטו אזוי דערשראקן, הא?!"

"גרעגארי יעסקאוויטש"...

"דו האסט געשעפטן מיט דעם געמיינעם יונג? דו ווייסט נישט אז ער איז אן אמעריקאנער אגענט?!" האט אים דער פרעזידענט מיט אויפברויז אנגעהויבן פיזיש אראפצושטופן צו דער ערד אראפ... אנטאלי האט פרובירט צוריקצושטופן מיט בייזן, אבער דער פרעזידענט גורבאטשאוו האט ווייטער אראפגעהאלטן, ווען אינמיטן האט זיך זיין סעלפאן צוקלינגען…

דער פרעזידענט האט געווינקען פאר זיין וועכטער זאל זאפארט קייטלען אנטאלי און אפפירן אין טורמע. אנטאלי איז געווען שאקירט. ער, דער מעכטיגער קעי דזשי בי פירער זאל זיין אונטער ארעסט?... ער האט שוין פארשטאנען די גרויס פרייד וואס וועט הערשן ביים באפעלקערונג, ווען דער מערסט פארפיינטעטער מענטש איבער רוסלאנד וועט שפירן אביסעלע וואס ער טיילט אזוי ברייט אויס פאר אלע מענטשן מיט גרויס ברוטאליטעט און קאלטבלוטיגקייט.

"מיסטער פרעזידענט" האט ער זיך געוואנדן צום פרעזידענט, וואס האט בלויז אויסגעהערט די טרייבל א מינוט און דאן אראפגעלייגט. "פארוואס ארעסטירסטו מיר אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן? צווישן פיר אויערן וועל איך דיר אלעס געבן צו פארשטיין"...

גורבאטשאוו האט אריינגעשטאכן אין אים צוויי שארפע בליקן, און דערנאך געענטפערט זייער לאנגזאם, אויסציענדיג יעדע איינציגסטע ווארט: "קען זיין ביסט גערעכט, אבער איבער די יעצטיגע זיצונג וועל איך דיר שוין נישט געטרויען, דו וועסט זיצן אין טורמע אויף די נאכט. כאפ א פיינעם דרימל, ציה דיר אויס די ביינער, און מארגן וועל איך זיך קימערן צו דיינע שיינע ענטפערס... און דערווייל", ווענדט ער זיך צום וועכטער נאך א מינוט שטילקייט "פירט ארויס דעם אנטאלי פון דא, דארפסט אים נישט קייטלען, באגלייט אים מיט רעספעקט און לייג אים נישט אין א טורמע פון די קעי דזשי בי נאר אין א נארמאלע טורמע פאר פאליטישע ארעסטאנטן, זע אויך ער זאל האבן א פיינע מאטראץ און ביר צו טרינקען. אנטאלי, מיר וועלן מארגן רעדן. א גוטע נאכט".

***

ערשט ווען גורבאטשאוו האט ארויסבאגלייט אנטאלי און דער שווארצער וואלגא האט שוין פארלאזט די קרעמלין, האט מען פארגעזעצט די וויכטיגע זיצונג.

וואס גורבאטשאוו האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה איז, אז אנטאלי איז פון קרעמלין מיטן וואלגא בכלל נישט געפארן צו א טורמע, נאר צו גאר א צווייטע פלאץ, וואו ער האט געהאט א צווייטע זיצונג מיט מענטשן וואס ער האט גערופן אין די לעצטע מינוט... דער וואלגא האט ביים רויטן סקווער זיך אויסגעדרייט, און אנגעהויבן צו פארן מיט פארלאשענע לעקטער און מיט א שנעלקייט, דער פרעזידענט וועט אים מארגן זוכן צו אויסקלארן די פאקטן, אבער ער וועט נישט זיין צום געפינען, אויפן אגענדע ליגט פיל פיל וויכטיגערע זאכן ווי זיך פארענטפערן פארן פרעזידענט וואס ער האט מיט גרעגארי…

אמת, גורבאטשאוו האט נישט געוויסט, אבער א צווייטער האט גראדע יא געוויסט פון די גאנצע געשעפט. אביסל אפגערוקט פון דארט איז א שווארצע וואלגא, וואס האט אויך באלאנגט פאר די קעי דזשי בי, נאכגעקראכן דעם הויפט קאמאנדיר'ס טריט מיט גרויס פארזיכטיגקייט.

דער דרייווער האט מיט איין האנט אנגעכאפט פעסט דעם רעדל, און מיט די צווייטע זיין ביקס, ווען מיט גרויס נערוועזיטעט בייסט ער זיך זיינע לעפצן. היינט איז זיין געלעגנהייט נקמה צו נעמען, אדער היינט, אדער קיינמאל! מען מוז דעם באנדיט פארלויפן אין וועג און אפשטעלן, ער וועט טייער באצאלן פאר זיינע מעשים טובים…

אזוי פארנדיג, איז פארן נאכלאקערער געווארן פינסטער. אונטער אים פארט אויך מיט פארלאשענע לעקטער'ס, א... שווארצע וואלגא... צי מיינט מען אים?!

ער האט געטראכט צי עס לוינט אים יעצט צו שטעלן אין פלאץ דעם דרייווער וואס וויידלט אים, אבער די ביקס אין זיינע הענט האט אים דערמאנט אז ער איז יעצט אויף א מיסיע, און עס איז נישט דא קיין צייט צו זייטיגע זאכן. אז יענער וועט אים שטיין אין וועג, וועט ער מער נישט האבן די געלעגנהייט צו שטיין נאכאמאל... אבער ווילאנג ער איז שטיל, לאמיר ווייטער גיין מיטן פלאן.

און מיט די מחשבות האט ער געהעכערט זיין ספיד, ווען זיין אדרענעלין האט אנגעהויבן צו שיסן מיטן פולן טעמפא צווישן די בלוט פון זיינע אנגעצויגענע אדערן…

***

אין די זעלבע צייט, אינעם קרעמלין האט דער פרעזידענט גענומען זיין ווארט: "לאמיר דא צוריק גיין צו אונזער וואפן אפמאך מיט די חברה, דאס געלט האבן זיי פאר אונז?"

דער פארטיידיגונג מיניסטאר האט זיך אנגערופן: איידער מיר וועלן רעדן איבער געלט, לאמיר אייך אנטפלעקן עפעס, וואס עס האט מיר דערציילט אונזער געהיימער "זייציוו". איך האב אים לאנג אויסגעפרעגט צו געוואר ווערן אויב איז דאס ריכטיג, אבער עס שיינט אז יא.

דער נאמען זייציוו איז געווען באקאנט נאר ביי די גאר גרויסע שישקעס אין די רעגירונג. ער איז איינע פון די גרעסטע סודות וואס די סאוויטעישע פאראיין האט פארמאגט, אין די צייט וואס קיינער פון די איבעריגע וועלט האט נישט געמעגט וויסן. דער "זייציוו" האט פאקטיש פארמאגט א צווייטע נאמען, אבער "זייציוו" איז געווען א קאוד נאמען, וואס ער האט באקומען על שם דער בעסטער ציל-שיסער פונעם רוסישן ארמיי, דער שרעק ווארפענדער וואסילי זייציוו.

זייער שווער איז געלונגען פאר רוסלאנד צו לייגן א האנט אויף זייער אגענט זייציוו, וואס בלויז געציילטע האבן געוויסט פון זיין עקזיסטענץ. כאטש זיין אנוועזנהייט אינעם רוסישן קרעמלין וואלט געזאלט זיין לויט די רוסישע פראפעגאנדע א זאך וואס וואלט באקומען גרויס דעקונג, איז עס דאסמאל געווען זייער שטיל, זיי האבן נישט געוואלט אז די פאראייניגטע שטאטן אדער אירע אליאירטע זאלן וויסן איבער דעם פישל וואס ליגט אין זייערע הענט. און אויסער דעם, זייציוו אליין האט דאס אויך פערזענליך פארלאנגט, און זייער קלאר.

ווער איז געווען דער אגענט?

ווי נאר די צווייטע וועלט קריג איז געקומען צו איר ענדע, האט אויסגעבראכן א געיעג צווישן אמעריקע און רוסלאנד איבער נאצישע וויסנשאפטלער, וועלכע זענען געווען נומער איינס אין פאבריצירן וואפן. עס איז געווען וועלט בארימט אז די נאצישע מיליטער לויפט שטארק פאראויס ביים קריג מיטן אנטוויקלונג פון סאפיסטיקירטע וואפן.

עס איז געווען אן "הויסענבארג ליסטע", וואו עס זענען געווען פארשריבן די נעמען פון אלע גרויסע נאצישע וויסנשאפטלער, געשריבן דורך "ווארנער הויסענבארג" פונעם האנווער אוניווערזיטעט. דאס איז געווען א ליסטע וועלכע האט פארמאגט אין די זייטן צייכענעס, ווער עס איז נאך פריי צו סערווירן איינע פון די צוויי גרויסמאכטן…

כאטש וואס די נאצישע וויסנשאפטלער זענען געווען געמיינע פארברעכער מיט בלוט פארשמירט אויף זייערע הענט, און לויט די אינטערנאציאנאלע געזעצן וואלטן די געמיינע פארשוינען נישט געמעגט זיין אויף דער פריי, האבן אבער די לענדער געשפילט טאמעוואטע און אונטער געהיים געהאלטן פריי די וויסנשאפטלער, אלס אויסטויש פון אינפארמאציע און הילף צו אנטוויקלען זייער אייגן וואפן.

אמעריקע האט געהאט מער סוקסעס מיט די "אפעראציע פאפיר-קליפ", וואס האט אונטערן פירערשאפט פונעם נאצישן וויסנשאפטלער ווארנער פאן בראון געמאכט גרויס פארשריט און עווענטועל אויפגעבויט די אמעריקאנער ספעיס צענטער העלפנדיג זיי גרייכן צו די לבנה, אזוי אז אין די פאראייניגטע שטאטן זאלן זיין מענטשן וואס קומען ווירקליך פון די לבנה…

איינע פון די וויסנשאפטלער וואס איז ארויף אויף די ליסטע אלס א טויטער, איז געווען אגענט זייציוו. ער איז אבער אין פאקט געווען א נאנטער פריינד מיט די סייענטיסטן וואס די אמעריקאנע האבן געהאט מיט זיך, און איז פאקטיש געווען אין רוסישע הענט, פאר וועמען ער האט אין געהיים אנטוויקלט וואפן מיט די זעלבע וויסנשאפט ווי זיינע געוועזענע נאצי קאלעגעס.

"נו, וואס האט דיר זייציוו געזאגט?" ווערט גורבאטשאוו נייגעריג. א ווארט פון זייציוו דער אגענט איז אנגענומען געווארן אלס קראנט, ער האט געגליכן די דויטשע חנופה און דעליקאטע אויסשפראך פון ביטע שעהענע און דאנקע, כאטש וואס דאס איז געווען די איינציגסטע שיינע און מענטשליכע זאך וואס די דויטשן האבן געהאט…

"הער פרעזידענט, עס איז זייער אינטערעסאנט וואס ער דערציילט, אבער לויט ווי ער גיבט מיר איבער, איז געווען א איד וואס האט פארהאנדלט מיט די נאציס אפצוקויפן אידישע העפטלינגען, איינער מיטן נאמען מיכאאיל ווייסמאנדעל, ער איז א טירנוי געבוירענער, גאר א קלוגער מאן"

"לאז מיר אפ מיט יעברעייס, וואו קומט עס יעצט אהער?"

"הערט נאר פרעזידענט, עפעס זאגט מען אויף אים אז ער האט געהאט א וועג וויאזוי צו פראדוצירן גאז דורך וואסער פאר טאנקען און מאשינעריי, דאס מיינט אז מען דארף נישט באצאלן שווערע טויזנטער פאר גאז און אויל קוועלער, מען קען דאס ערזעצן מיט וואסער און נוצן דאס געלט פאר אנדערע וויכטיגע זאכן"...

גורבאטשאוו האט געעפנט צוויי אויגן, אזוי גרויס וויפיל די מוסקלען האבן אים ערלויבט. "איך דארף יעצט דעם מיכאאיל, וואו טרעפט מען אים?"

"אבער מיסטער פרעזידענט, ער לעבט שוין נישט זינט 57', ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע"...

"עס פאראינטערעסירט מיר נישט וואס דו האסט צו זאגן, איך וויל זאלסט אים אהערברענגען און פארטיג" האט ער געטופעט אויפן טיש מיט גרויס אנטשלאסנקייט, כאטש ער האט געוויסט אז זיינע פלענער האבן מיט לאגיק קיין שום פארבינדונג.

"און ווער זאגט אז עס איז בכלל ריכטיג, אפשר איז עס בלויז קלאנגען?" האט זיך דער זיכערהייט מיניסטאר אריינגעמישט.

"גייט מיר נישט אן; דער מיכאאיל אדער איינער פון זיינע נאנטע, זאל זיך געפינען אין קרעמלין די קומענדיגע וואך. פארשטאנען?"...

פארזעצונג קומט אי"ה
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

פשי הא!!!! גאנצט גוט!
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכאטשאווער »

א שאד חילי איז שוינישט דא. מען וואלט אים געקענט טראגן צן גארבעטשאוו. אמער. ער איז דאך א חסיד נלהב פון הגאון הרחמ''ד. און אויך א וויסנשאפטלער.....
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

א רגע באלד גייט דא אריין פליען די מיסטעריע טאשקע???????!!!!!!!!!.......
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

wow הערליך שמעלקא קיפ אן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”