ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 4: דער ברוקלינער דארן אין אויג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5994
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 4: דער ברוקלינער דארן אין אויג
בק"א. דאס איז עפעס א שלאגווארט וואס ברענגט ארויף ביי מאנכיגע א קאפוויי און בויך איבל ביי אנדערע, ביי טייל ברענגט דאס ארויף די קאשמארן פון טראפיק, אדער רעדל פארלוסטן.
האציך אמאל געמאכט אין די סיטי א פארקס קאמישינער מיט אביסל מאכט אונטערן ארעם, און א בליי אויפן אויער, און דעם מעיאר אונטערן טיש, א מאפע פון די סיטי, אסאך דמיונות און נישט ווייניג קוראזש.
כ'ווייס נישט וואס ראבערט מאזעס טוט היינט, צי שימעלט ער אין קבר אדער דרייט זיך איבער דארט, אבער דער הייוועי וואס ער האט געלאזט בויען האט ביידע פונקטן, סיי עס דרייט זיך ווי קרעיזי, און סיי עס שימעלט. און ס'אט אויך גרויסע לעכער ווי א קבר.
דער ב'רוקלין ק'ווינס ע'קספרעסוועי, אדער ווי מ'רופט'ס אין קורצן "בי.קיו.אי" אדער אין אייוועלט שפראך "בק"א", איז א דירעקטע תוצאה פון דעם לעגענדארן פארקס קאמישינער פון די 50'ער יארן פון ניו יארק סיטי מר. ראבערט מאזעס. זייענדיג דער פארקס קאמישינער האט ער זיך אפגעגיבן מיטן פארבעסערן די סיטי, און איינע פון זיינע פריאריטעטן זענען געווען די און נאך עקספרעסוועיס.
כ'ווייס דו פרעגסט ווי קען זיין אז דער פארקס קאמישיענער זאל זיין דער אינציאנטיווער פאר הייוועיס, עס געהערט דאך פארן טראנספארטאציע קאמישינער?, גערעכט, גאנצעטע פעדערס און טייפרייטערס זענען צעבראכן געווארן אויף דעם נושא און איך האלט נישט אצינד ביים צעברעכן מיין קיעבאורד דערויף.
דער הייוועי וואס האט באקומען דעם שפעט נאמען אלס "ב'יגעסט ק'וויוויד ע'קספרעסוועי", און מיט רעכט צוליב איר שלאבערישען געבוי און פאריקטע עקזיטס און ענטערענסעס, לעין טשעינדזשעס, אמאל 2 און אמאל 3 לעינס. געדרייט און געדריפעלט, געלעכערט און געשוואלען, גאנצטע חרוצין ובלוטין, ספיעד באמפס און שוץ גריבער, שמאל און ברייט, האט שוין אויף קורצע לעבן א לאנגע געשיכטע מיט עקסידענטן און מיסטריעזע פלאכע רעדער עפיזאדן, פאר'תכלה'וועטע שעה'ן און גאנצעטע קארטאנען אויסגעברענטע ציגארעטלעך אויף איר באשטאנד.
איין נער ווארפט אריין א שטיין אין וואסער וואס צען חכמים קענען נישט ארויסנעמען... איין ראבערט מאזעס האט געבויעט א הייוועי אנפייפענדיג דעם ברויזענדען המון עם ווי גרויס די יאר איז, ואנחנו פאטהאלויתיו סבלנו. אנגעפיפן אויפן המון וואס מיטן גרעסטן צארן האבן געבוזשעוועט אויפן אופן וויזוי ער'ז צוגעגאנגען צום געבוי דערפון, אויסגעמאלן א דיעגראם איבער גאנצעטע געגענטער א-ווי זיי וואלטן געווען ציזאמגעשטעלט פון קליקס און די איינוואוינער דערין קאקארוטשען, פשוט געגיבן א סקריבעל מיט א פענסיל וואס האט ניטאמאל געהאט אן אירעיסער דערויף, ניטאמאל גענוצט אן אינטש מעסטער אדער א רולער דערפאר, מיט א ציטערדיגע לינקע האנט ווי געשריבען אום חוה"מ, איבער א מאפע פון ניו יארק סיטי האט מען געגיבן דעם באפעל און היידא, מען הויבט אן בויען.
טראכטס אמאל אריין פארענדיג אויף דעם הייוועי וויפיל שענדעליערס און טשיינע טעלערס, לעדערנע קאוטשען און קארפעט פלארס, מעהאגעני טשיינע קלאזעטס און שטיינערנע טויערן, גארטענעס מיט שיינע בלומען, הערליכע בעק יארדס מיט גרינצייג ביימעלעך און דרייוועיס מיט טייערע וועגענער, פערדן גאראדזשעס און געזאלין סטיישענס זענען דארט אמאל געשטאנען און זענען נעלם געווארן ווי ביים דור אנוש אין ים אריין. אלעס איז געגאנגען אדער באגראבען געווארן, מענטשן זענען געשטאנען יארן איבער האמער און נאגעל, געמאכט פאטענטען און זיך געטשאטשקעט מיט די נייע בוידעם וואס מען האט לעצטענס ארויפגעבויעט, אויס'נער'נדיג דעם שטאט'ישען בילדינג אינספעקטאר.. א צווייטער האט געבויעט אן עקסטענשאן באהאלטען הונטער ביימער, און מיטאמאל באקומט א באפעל צו גיין... און אונז דרייוו מיר אויף די הייוועי און שעלטן דעם טאג וואס מ'האט אויפגעבויעט דערויף...
ביז... והכסף יענה את הכל, ווען מען האט אנעשטויסן אין די רייט/ראנג פיעפעל... זיי האבן גענומען זייער צארן א טריט ווייטער און גאר אנגעקלאגט דעם מאזעס'ן איבער דעם פראיעקט... זיי האבן נישט געהאלטן ביים גיין זוכען נאך א הויז ערגעץ און האבן גענומען ציין און נעגל צו פייטן דערמיט דעם מאזעס'ן און זיינע פלענער. איז אבער דער פראבלעם געווען אז מען האט נישט געקענט לאזן די הייוועי אפגעשטעלט אינמיטן, כ'מיין וואו זאלן די אלע קארס אראפפאלען ווען די הייוועי ענדיגט זיך?
נאך א לאנגע מערכה און פלענער וואס זענען ארויף אויפן טיש, שמוציג געווארן פון קאווע, אראפ פון טיש.. אזוי איז געווען א לאנגע מערכה ביז מען איז אויפגעקומען אויף די פלענער ווי די דייטשע באראקען.. נעמליך מ'גייט בויען א הייוועי אזוי ווי א באנק-בעט, א 4 שטאקיגער הייוועי, די ערשטע שטאק פאר די גארביטש, די צווייטע פאר די באשעפענישן וכו' יא? אקעי, נישט ממש אזוי, ווייל ס'יז דא 4 שטאק, און ס'יז אלעס גארביטש.. דער עיקר איז אז 11 אמות איז מען פארזינקען אין טראפיק.
ראבערט מאזעס האט געמאכט א שנעלער חשבון, ווי לאנג האב איך נאך צו לעבן דא אויף דער וועלט? א-רייט, לייג נאך צו עטליכע יאר, ס'זאל זיין א דור אשר לא ידע את ראבערט מאזעס און נאכדעם זאל א צווייטער זיך זארגען וואס ווייטער.
איז אויפגעקומען א נייע דור און ווייסן נישט אז דער הייוועי איז נישט געבויעט געווארן ווען מ'אט באשאפן די וועלט אין ששת ימי בראשית, נאר איז פשוט געבויעט געווארן דורך א מענטשליכע געשטאלט מיט אן עקסטערע מאס גאטץ אין זיך מיט א פענסיל איבער די אזניים. און פארען דערויף אין די מאסן, קארס, קרעינס, טרעקטארס, טרעילארס, מאטארסייקלעס, באסעס און טראקס (טרעק?), היבש מער ווי מאזעס האט זיך גע'חלומ'ט אין וויעסטן הקיץ.
ניו יארק סיטי'ס ליבלונג, דער "פאטהאול" האט געקלעימט א שטארקע שותפות דערינען, דער האט אנגעהויבן אייננעמען שטיקער הייוועי פון אלע זייטן, און מיט אפעטיט, און האט צוגעברענגט אז דער הייוועי דעפט זאל ארויסרופן קריג איבער די פאטהאולס. די פאטהאולס אבער טענה'ן אז די שותפות צווישן מאזעס'ן און די שטאט איז שוין אפגעלאפן און היצט זענען זיי פולקאם באלעבאס דערויף.
די שטאט מצידם האבן טאקע געהאט אנגענומען א באשלוס פאר לאנגע יארן, גענומען א לעססאן פון די ליבעראלען, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם, "מלחמה זענען פאר די רעפובס" טענה'ן די שטאטישע אלספארשטייער. די פאטהאולס מצידם האבן זיך מחי' געווען און האבן איינגענומען גאנצעטע שטחים, וואו מען האט געקענט לייגן א יד אויף א שטח זענען זיי דארט געווען, אזוי האבן זיי איינגענומען שטחים איבער שטחים, ביז די בק"א איז געווארן איין שטיק פאטהאול.
האציך אבער דאס רעדל געדרייט און פוטין האט געשיקט טראמפ'ן איבערצינעמען דעם ווייסן הויז, פוטין אין א טעלפאון געשפרעך צו טראמפ'ן האט אין א געלעגענהייט געזאגט, כ'ווייס דו ביסט א רעפוב און דו האלסט ביים גיין אין קריג מיט איינעם און דו זוכסט נאר מיט וועם, גיי קודם צו דיין היים שטאט, "טשעריטי בעגינס עט האום" טענה'ט פוטין.
די שטאישע רעגירונג, רעגירט דורך אן ארכי לינקער ליבעראל האט נישט פארגינען טראמפ'ן מיט די הנאה פון פירן קריג עמי בבית, האט ער באאויפטראגט די הייוועי דעפט אז אויב ווייסן זיי וואסי גוט פאר זיי זאלן זיך נעמען איבער דעם בק"א בעוד מועד, ווייל אז נישט וועט מען נאך מיינען אז פוטין האט ארויפגעלייגט א בונקער באסטער דערויף.
אומר ושותק, די חברה האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע און פאמפלעטן זענען ארויסגעלייגט געווארן מיט פלענער און פלענער וואס, ווי, וואו, וויזוי און ווען מ'גייט טאהן דארט. די איינציגסטע קלארע פלאן וואס מען האט שוין איז אז גייט קאסטן 1 פינטל 7 בעלאונעס (ניין, מיין נאז איז נישט פארשטאפט, כ'אב געזאגט בעלאונעס מיט א פינטעל אין די ב').
איינע פון די פלענער וואס זיי ברענגען אהין גיי ווייס פארוואס, איז איבער די אלטע חלום און לעגענדע פון איינקעשן די הייוועי מיט א טונעל. ווי וואס ווען? ווייסט מען נאכניש, אבער טאמער די סיטי וועט נישט האבן נאך א ראבערט מאזעס דא וועט מען לכאורה נישט בויען קיין טונעל דא אזוי שנעל.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נאט אייך א גרינע...
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
א גרינע פאר אזא שפראך! צוקאש! שאד נאר מען רעדט פון אזא פארווייטאגטע שטראז...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
גוט אראפ געלייגט, אלס וויליאמסבורגע איינוואוינער שפיר איך זייער מיט די ווייטאג....
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1559
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
הומאר אזש געציטערט פאר געלעכטער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5994
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
רייס אראפ דעם וואנט! אפפסס... די הייוועי!
אט איז די פארשלאג פון איינע פון די חרטומי פרעה אינעם היינטיגן מאדערענע וועלט.. נישט מער אוניש ווייניגער נאר אז דער הייוועי מיט וואס מ'האמיר שוין אזויפיל אוועקגע'תכל'עוועט צייט און צייט, זאל מען אראפווארפן...
עס דערמאנט מיר פון די רוסישע סטאק מארקעט, אז ס'גייט אביסל אוט אוו הענד און מען ווייסט נישט וואס צו פרעדיקטען, גיבט מען עס א שפאר אפ, אין יוצא ואין בא, ביז דער המון בארואיגט זיך און אז ס'יז פארשפארט האנדעלט מעניש...
אטע דא דעם נייעס אינעם טעקסט:
אט איז די פארשלאג פון איינע פון די חרטומי פרעה אינעם היינטיגן מאדערענע וועלט.. נישט מער אוניש ווייניגער נאר אז דער הייוועי מיט וואס מ'האמיר שוין אזויפיל אוועקגע'תכל'עוועט צייט און צייט, זאל מען אראפווארפן...
עס דערמאנט מיר פון די רוסישע סטאק מארקעט, אז ס'גייט אביסל אוט אוו הענד און מען ווייסט נישט וואס צו פרעדיקטען, גיבט מען עס א שפאר אפ, אין יוצא ואין בא, ביז דער המון בארואיגט זיך און אז ס'יז פארשפארט האנדעלט מעניש...
אטע דא דעם נייעס אינעם טעקסט:
JPupdates האט געשריבן:Here’s a Possible Fix for the Brooklyn-Queens Expressway: Tear It Down
When the New York City Department of Transportation recently announced it might run a temporary six-lane highway over the Brooklyn Heights Promenade while it fixes a stretch of the Brooklyn-Queens Expressway, many residents sounded a response: There must be a better way.
But what might that alternative be? An intriguing idea floated at a hearing on the issue, and echoed since in the blogosphere: Why not tear the whole thing down?
This notion isn’t without precedent. In cities around the country, projects replacing major freeways with modest boulevards have led to economic development and improved livability, urban planners say.
After San Francisco replaced the elevated Embarcadero Freeway with a tree-lined boulevard completed in 2000, for example, its waterfront enjoyed a transformative boom. And within a decade, area employment jumped 23% compared with 5.5% in a comparison zone, according to a study that appeared in a 2009 Journal of Urbanism: International Research on Placemaking and Urban Sustainability.
A similar project replacing a section of San Francisco’s Central Freeway with Octavia Boulevard revitalized the surrounding Hayes Valley neighborhood and elevated property values relative to the rest of the city, studies in Journal of Urbanism and from the Congress for New Urbanism, a nonprofit dedicated to urban revitalization, show.
Milwaukee, meanwhile, replaced its elevated, mile-long Park East Freeway with McKinley Boulevard, freeing up 24 acres downtown. Since the boulevard’s completion in 2004, the area attracted more than a $1 billion of private investment in development projects, the city says.
And here in New York, Manhattan’s West Side Highway, a (relatively) leafy boulevard, was once the Miller Elevated Highway, notes Donald Clinton, a partner at urban design and architecture firm Cooper Robertson. Much of the Miller was closed in 1973 when it collapsed under a cement truck. The current West Side Highway was completed in 2001. “People couldn’t imagine it wouldn’t be a disaster, and it’s not a disaster,” Mr. Clinton says.
The area surrounding the 1.5-mile stretch of the BQE under consideration is hardly in need of improvement, of course. It runs between historic Brooklyn Heights and spectacular Brooklyn Bridge Park. But there are plenty of neighborhoods to the north and south that could benefit from new development and improved quality of life.
What about traffic? A month after San Francisco closed the Central Freeway, with its 80,000 cars a day, the San Francisco Chronicle ran a curious headline: “Traffic Planners Baffled by Success: No Central Freeway, No Gridlock, and No Explanation.”
Traffic disperses more evenly through the region, he says. Meanwhile, fewer people drive. In a phenomenon known as induced demand, the more lanes you build, the more traffic you generate, he says. Reducing capacity has the opposite effect.
Of course, it’s one thing to demolish a highway spur in Milwaukee, it’s another to rethink a major New York City artery carrying 153,000 vehicles a day, including most of the corridor’s truck traffic.
The BQE is vital to the city’s manufacturing and industrial centers, including Maspeth in Queens and the Brooklyn Navy Yard, says Mr. Clinton.
A Better Way NYC, a recently formed grass-roots group that called itself “Save the Promenade” before expanding its mission, says that while it has no specific alternatives in mind, it wants the city to explore innovative ideas that perhaps no one has yet imagined. [WSJ]
נאט אייך א גרינע...
די פרא-סאן-פראנסיסקא, אנטי-אוטא כעלמער נעמען נישט אין באטראכט אז די אמאליגע אלטארנאטיווס צו די BQE - נעמליך די צענטראלע ברוקלינער גאסן - זענען אין די לעצטע 15 יאר אדער גענצליך פארשלאסן געווארן פאר טרעפיק (פראספעקט פארק), אדער גענידערט געווארן צו איין אדער צווי לעינס (ווענדערבילד, פראספעקט פארק וועסט, און נאך) כדי צו מאכן מקום פאר די שמייליגע בייק לעינס. בעדפארד און נאסטרענד מיט זייערע בייק אדער באס ליניעס זיינען שוין אויך נישט די זעלבע בחורים ווי אמאל.
אן קיינע מענטשליכע בעקאפ שטראזן, א וואונדער די BQE ברעכט זיך אונטער?!
אן קיינע מענטשליכע בעקאפ שטראזן, א וואונדער די BQE ברעכט זיך אונטער?!
טריסקער האט געשריבן:ביז יעצט איז מיר די נאמען BQE געווען פארבינדן מיט אנגסט, שרעק, שוידער, ציטער, און מיט א שווערן אטעם... צום ערשטן מאל אין היסטאריע וואס איך קוילער מיך פאר געלעכטער אין צוזאמענהאנג מיט דעם זעלבן טויט-שרעק אנווארפנדן פארקינג-שטראז!
אזא שפראך אידאך זיסער פון זיס!
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ