לעסאטא! (מי מנוחות #10)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

לעסאטא! (מי מנוחות #10)

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 2:14 pm

‏ל‏עסאטא? ווער איז דאס לעסאטא?

מיר רעדן פון דעם לענדל לעסאטא. אין גוי'איש שרייבט מען עס Lesotho, מיט א צינג-פארדרייטן TH וואס דערמאנט אונז פון די גאלדענע ענגליש-טישטער קאשמארן. .THE chicken crossed THE road. דע, זע, סע. "ניין, דזזזה!", פלעגט ער שטורעמען. "מיט א שוא!" און אז מען וויל זאגן "איך טראכט", ברויך מען עס שפרעכן "איי טסינק";‏ טית סמך בדיבור אחד, און די צינג צווישן די ציין. לעניננינו, נישט לעסאטא אדער לעסאסא; ניין, לעסאטסססא... אבער מיר וועלן איר באהאנדלען מיטן היימישן אויסשפראך ל-ע-ס-א-ט-א מיט א פשוטן טית, כמו "איי טינק" בלע"ז.

אלפאנס. לעסאטא, אפיציעל "די קינגדאם אוו לעסאטא", איז א קליין פארלאמענט מאנארכיע, וואס מיט א שטארקן פארגרעסערונג זכיכית וועט מען איר געפונען אינעם דרום חלק פון אפריקע. לעסאטא איז שטיל און פארשטיפט, כמעט דורכזיכטיג אויף די וועלט'ס ארענע. זי איז אבער אויך זייער אייגנארטיג‏.‏

ווי א יעדע אנדערע מדינה אויף אונזער כדור, בארימט זיך די אפריקאניש לענדל מיט אירע פארשידענע אינטערסאנטע אייגנארטיגע שטריכן. אבער זי באזיצט אויך איין אייגנארטיג פיעטשער וואס מאכט איר אייגנארטיש אייגנארטיג.

לעסאטא איז גאר קליין, קוים א חמוציג ווייצל אויף א 10 אינטשיגע גלאוב. אבער דאס מאכט איר נאכנישט אייגנארטיג. זי איז טאקע קלענער פון שווייץ, אבער אויך פונקט אזוי גרויס-קליין ווי בעלגיע, דער הויפטקוואטיר פון די בריטיש-לאזע EU. זי איז אויך היפש גרעסער פון מיני ליכטנשטיין און מייקרא מאנאקא, ביידע וועלט-בארימט מיט זייער העפליכע הכנסת אורחים פאר משפחת ראטשילד והמסתעף.

דאס אז די צווייט-אפיציעלע שפראך אין לאנד איז ענגליש איז אויך נישט קיין חידוש. פילע אפריקאנע לענדער – ווי אויך אמעריקע, קאנאדא, אויסטראליע, און נאך ‏– באניצן זיך מיט ענגליש אלץ איר שפראך. דאס איז נאך שריים פון די יארן ווען גרויס בריטאניע מיט איר פראפעסיאנאל-אנשטעלנדע אינגליש עקסענט האט געהערשט אויף עולם האלבע. די אפיציעלע שפראך אין לעסאטא איז "סעסאטא", די לשון פון די עטנישע אנשי "בעסאטא", וואס מאכן אויס דאס רוב מנין ובנין מתושבי לעסאטא יצ"ו. די סעסאטא שפראך איז אבער אויך דער סעמי-אפיציעלער שפראך אין אנדערע מדינות אין די געגענט.‏

דאס שווארץ לענדל איז געבענטשט מיט א נישקשה'דיגע קארופציע אינדעסטרי, גארנישט ווינציגער ווי די שכנות'דיגע זימבאבווע אדער די ווייטע באליוויע. אבער א קרייז ארום אונזער וועלטל דערמאנט אונז אז די יעניגע זענען ווייט קיין יחידים במינם. מיר וועלן געמוטליך אויסווארטן די דאזיגע שפע זאל אויפהערן פליסן דארטן, פילייכט דאן וועט זי זיך קענען באקרוינען אלץ אייגנארטיג אין דעם הינזיכט.‏

לעסאטא איז א בערגיג לאנד; איר נידעריגסטע ארט איז א רעקארד 4,593 פיס העכער די ים פלאך. טאקע אינטערעסאנט. אבער אז מען רעדט פון בערג, ווי קומט זי נאנט בכלל צו נעפאל מיט אירע הימעלייענישע הימל קראצערס, די אמעריקאנע קעניאנס הענקים, אדער די אטעם-פארכאפנדע שווייצע טורעמעס.

דער איצטיגער מלך פון ‏די קינגדאם אוו לעסאטא איז דער הויכגעשעצטער מיסטער "דוד מאהאטוי בערענג סיאיסוי", אפיציעל "זיין מאיעסטעט לעטסי דער דריטער", ה' ירים הודו. זיין קעניגליכע שטוהל איז כולו צערעמאניעל; עס טראגט בערך די געוויכט ווי דער ישראל'ישן פרעזידענט רובי ריבלין, אדער דער קרוין פרינץ פון סוואזילאנד, א טראהן וואס שטייט שוין ליידיג פאר פילע יארן כן ירבו. ‏

לעסאטע פארמאגט אבער נאך איין אייגנארטיג אוצר, אן ענין וואס מען געפונט נישט ביי קיין שום אנדערע מדינה (חוץ ביי צוויי קליינע כמו-לענדער).‏

* * *

דאס ווארט "גרעניץ" באזיצט א גאר פראמינענט מקום אין דעם אינטערנאציאנעלן דיקשאנערי. איר דיקע היסטאריע איז פיל עלטער ווי דער עלטסטער היסטאריע בוך; זי איז פילייכט אזוי אלט ווי עצם "היסטאריע". דער גרעניץ איז אן אקטיווער אנדרייער. א הויפט מחותן מיט עת מלחמה און א כיטערער בוזעם פריינט מיט מי יעשר, א שותף מיט עת לשנוא און אן ארכי-פיינט פון עת שלום.

דער גבול איז זייער הייקעל. א ריק מיטן בענדל האט געקענט באדייטן א 180-דעגרי דריי צווישן מי יחי' און מי ... ווי עס זאגט עדות כלל ישראל'ס בלוטיגסטע קאפיטל היסטאריע, נעמליך דער חורבן איירופע מיט קנאפע 75 יאר צוריק.

אין 1941, האט נאצי דייטשלאנד'ס 'אפעראציע בארבאראסא' געשטורעמט דעם אינגן גרעניץ צווישן דייטש-פוילן און רוסלאנד-פוילן, און העפטיג אריינגלאפירט אין מערב סאוויעט-רוסלאנד. אין די זעלבע צייט, האבן די בלאנדע בני המן געשלאסן א קשר רשעים מיט די פינסטערע אוקריינע און ליטווישע רוצחים און אנדערע לאקאלע אנטיסעמיטן, און פארמירט די מערדערישע עס עס 'איינזאצגרופען'. באוואפענט מיט ביקסן און אנגעטרונקען מיט קרוסעיד'ישע שיכרות, זענען די צוויי-פוסיגע חיות געגאנגען פון שטאט צו שטאט און דארף צו דארף און אריינגעשאסן אין אייגן-געגראבענע גריבער כל אשר יקרא בשם יהודי – טאטעס, מאמעס, זיידעס, באבעס און אור אייניקלעך, הי"ד.‏ אנדערע זענען אומגעברענגט געווארן במיתת סקילה ושריפה אין די אומצאליגע פאגראמען;‎ במיתת חנק דורך די קארבאן מאנאקסייד גאז וואגאנען, דער פארגייער פון די טרויעריגע גאז קאמערן אין פוילן; ווי אויך הונגער, מחלות, ושאר מיתות משונות רח"ל. רובו ככולו פונעם אידענטום אין אקופירטע-אוקריינע, בעלארוס, פוילן, ליטע, לאטוויע און ארום זענען דערמארדעט געווארן אין יענע שווערע תקופה. דער איבערגעלאזטער חלל איז אומבאשרייבליך. אין פילע מקומות איז אפילו דער טרויעריגע מליצה 'אחד בעיר ושתים במשפחה' אן אויער-פארטויבנדע גוזמה. ה' ינקם דמם!

ווען היטלער ימ"ש האט אנגעפאנגען שפרייטן זיינע בלוטיגע פליגלען און איירופע אין די ערשטע יארן פונעם פונעם דריטער רייך, האט אונגארן זיך הארציג צוגעשטעלט צום פאשיסטישן אקס – קודם עקאנאמיש, און שפעטער ביים קריג, מיליטעריש. אלץ שכר פאר די ווארימע באציאונגען, איז אונגארן שטאפלווייז צוגעטיילט געווארן גרויסע שטחים וואס זענען אוועקגענומען געווארן באונס ובכפי' פון שכנות'דיגע מדינות. דער גרעסטער מתנה איז געווען אין 1940 ווען צפון טראנסילוואניע (זיבענבערגען), וואס איז ביז דאן געווען אונטער ראמעניע, איז אריבער אונטער אונגארישע בעלות. דער רעזולטאט פונעם גרעניץ טויש איז געווען אז א חלק גדול פון די אידישע קהילות אין צפון-מערב ראמעניע (קלויזענבורג, סיגוט, סאטמאר, די ווישעוועס, דעעש, ועוד ועוד) האבן זיך פון איין טאג אויפן צווייטן געפונען בגבולי הונגריה.‏‎ (א חלק פון די קארפאטן (מונקאטש, חוסט און ארום) זענען אריבער פון סלאוואקיע צו אונגארן אין א באזונדערע טויש א פאר יאר בעפאר.)

מתחילה האט זיך ביי פילע געדאכט אז די טויש איז א שטיקל ישועה. ראמעניע, און צוגאב צו איר עניות און עקאנאמישע צוריקגעשטאנענקייט, איז אין יענע תקופה געווען זייער אנטיסעמיטיש, און פילע האבן זיך געבענקט מיט נאוויטעטישע נאסטאלאגיע צו די אמאליגע רעלאטיוו-בעסערע צייטן ווען טראנסילוואניע איז געווען אונטער די עסטרייך-אונגארן מלוכה.

די ביטערע אנטוישונג האט אבער נישט געשפעטיגט צו קומען. אין די קומענדיגע חדשים און יארן האבן די אונגארישע רשעים געשפיגן גזירה נאך גזירה, אנגעזייענדיג דערביי טעראר און שרעק ביי די אידישע באפעלקערונג. טויזענטער ארבייט-פעהיגע מענער און בחורים זענען אוועקעריסן געווערן פון זייערע ווארעמע שטובער און איינגעריקט געווארן אין מיליטערישע צוואנגס-ארבעט (מונקא-טאבאר), איבערלאזענדיג אינדערהיים הונגעריגע לעבעדיגע אלמנות ויתומים און פארביטערטע עלטערן‏ און געשוויסטער. א גרויס חלק זענען ליידער קיינמאל נישט צוריקגעקומען.‏

די אונגארישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א דעקרעט אז אלע אידן מוזן פריש איבערווייזן זיייער בירגערשאפט. אזוי פרי ווי זומער 1941 - קנאפע 3 יאר בעפאר אונגארן איז פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ - זענען טויזענטער אידן וואס האבן נישט געהאט אדער נישט געקענט איבערווייזן אונגארישע שריפטן פארכאפט געווארן און דעפארטירט געווארן קיין אוקריינע. רובם ככולם פון די אומגליקליכע זענען נעבעך אויסגעשאסן געווארן דורך די דייטשן, הי"ד. אזוי זענע די צרות און רדיפות כסדר געוואקסן, ואין לך יום שאין קללתו מרובה מחברו.‏

דער הויכפונקט פונעם חורבן אין אונגארן איז אנגעקומען אין פרילינג 1944, סוף קריג ווען היטלער ימ"ש האט דערשמעקט אז אונגארן וויל פארהאנדלען מיט די אליאירטע. כ"ד אדר תש"ד האבן די בלוטיגע שטיוול פונעם טייוול גענצליך אקיופירט אונגארן; זיי האבן איבערגענומען בודאפעסט און תיכף איינגעשטעלט א פולשטענדיגע נאצישע ווירטשאפט. מיט די אקטיווע הילף פון די דזשאנדארן און לאקאלע מאדיארן, האבן די דייטשע מלאכי חבלה אין א קורצע תקופה פון אונטער צוויי ‏חדשים‏ דעפאטירט און ליקווידירט רוב פון די אידן וואס האבן זיך דאן געפונען אין די אויסגעברייטערטע אונגארישע גרעניצן. פון די הונדערטער שטעט און ישובים וואס זענען דעפאטירט געווארן, זענען ארום 90% אומגעקומען עקד"ה אין די גאז קאמערן, קאנצאטראציע לאגערן, און טויט מארשן. לבי לבי על חלליהם! נקום נקמת דם עבדיך השפוך!‏

דער שיקזאל פון די אידישער באפעלקערונג אין דעם חלק וואס איז געבליבן אויף די ראמענישע זייט פונעם פרישן גרעניץ, איז באשטאנען פון צוויי פארקערטע עקסטרעמען:
נאכן אויבערדערמאנטן גרעניץ טויש, האט בוקארקעסט געזוכט צו חנפ'נען דעם דייטש מיט די האפענונג צוריקצובאקומען א חלק פון די פארלוירענע שטחים. מען האט אראפגעווארפן דעם מלך קארל און געשטעלט אלץ נשיא דעם פאשיסטישער המן אנטאנעסקו ימ"ש, א וויסטער שונא ישראל און א הייסער ראמענישער ראסיסט. אין 1941 האט ראמעניע צוגעשטעלט הונדערטער טויזענטער טרופן צום דייטשן אקופאציע אויפן רוסישן פראנט, און אלס א באלוינונג, האט דייטשלאנד אריינגעריקט אונטער ראמעניע קאנטראל פולע פון די פריש-אקופירטע דרום-מערב אוקריינישע שטחים (בעסאראביע, צפון בוקאווינא און ארום). הונדערטער טויזענטער אידן אין יענע געביטן זענען דאן אכזריות'דיג אומגעקומען מיט מיתות משונות – אנגעפירט נישט דורך דייטשלאנט, נאר דורך ראמעניע (מיט די הילף פון די דייטשן און לאקאלע רוצחים, פארשטייט זיך); נישט ווייל היטלער ימ"ש האט באפוילן, נאר ווייל דער אנטיסעמיט אנטאנעסקו ימ"ש האט נישט געברויכט די אידן אין לאנד! הי"ד.‏

די אידן וואס האבן זיך געפונען אין אריגינאל-ראמעניע זענען אויך אויסגעשטאנען ציפקע צרות פון די ראמעניער רשעים; אבער צוליב עקענאמישע סיבות און אנדערע סטראטעגישע חשבונות, האט אנטאנעסקו ימ"ש באשלאסן אז "דערווייל" וועט מען נישט דעפארטירן די אידן. רובו דרובו פון די ראמעניער אידן האבן טאקע אויסגעמיטן דעם האלאקאסט השמדה; "בלויז" בערך 10% זענען אומגעקומען און פארשידענע "קלענערע" אקציעס, הי"ד. אין זומער 1944 איז דער אנטאנעסקו רעגירונג געפאלן, און ראמעניע האט דאן אויסגעדרייט דעם דאטשיק און זיך גענצליך צוגעשטעלט צו די אליאירטע.

קוקענדיג צוריק צו יענע ביטערע תקופה, שיילט זיך ארויס א טרויעריגע פאראדאקסישער סך הכל: די אידן פון צפון ראמעניע וואס זענען אריבערגעשטעלט געווארן צו די גרעניצן פון דעם "באקוועמערן" אונגארן, זענען ליידער רוב פארטיליגט געווארן דורך די פארשאלטענע עס עס. די אוקריינער וואס זענען אריבער אונטער ראמעניע זענען נעבעך אויסגע'שחט'ן געווארן דורך די ראמעניער – וויסטע רוצחים, קיין האר ווייניגער ווי די דייטשן. ווידעראום, די וואס זענען געזעצן אין אלט-ראמעניע – ‏צווישן די זעלבע ראמעניער רשעים‏‏ –‏ זענען מער-ווייניגער געבליבן וואוינען אין זייערע שטעט, ווי א וואקעלדיג שיף אין הארץ פון דעם בלוטיגן אייראפעאישן ים. נסתרים דרכי ה'!‏

* * *

איך בין אביסל פארפארן, לקיים זכור את אשר עשה לך עמלק. איצט צוריק צום ענין:

אז איר וועט דורכבלעטערן אייער אטלאס וועט איר באמערקן אז אלע מדינות (חוץ פון די וואס זענען גענצליך ארומגענומען מיט ים) באזיצן מערערע גרעניצן. צום ביישפיל: די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט צוויי אקינות גרעניצן – דער אטלאנטיק אויף מזרח און דער פאסיפיק אויף מערב, און צוויי לאנד גרעניצן ‏–‏ דער אומגעבויטע כותל אויף דרום און דער הייוועי קיין טאהש אויף צפון.‏

מדינת ישראל גרעניצט מיט עזה, מצרים, ירדן, מערב ברעג, לבנון, סיריע און דער מיטללענדישע ים. אוסטראליע, מאדאגאסקאר און קובא פארמאגן נישט קיין לאנד גרעניץ; זיי פאר זיך זענען זעלבשטענדיג אינזלען. ליביע האט 7 גרעניצן, כולל דעם ים הגדול ברעג. דער שלאנקער טשילע, 3 לאנד גרעניצן און דער פאסיפיק אויף מערב‎. יאפאן, סרי לאנקא און הייטי - אלע אינזלען - קיין איין לאנד גרעניץ‏, בלויז ים.

אונגארן כהיום מיט די צוריקגעשטעלטע גרעניצן, באזיצט גבולים מיט 7 מדינות: ראמעניע‏, אוקריינע, סלאוואקיע, עסטרייך, סלאוואניע, קראאטיע, און סערביא. ביים גרעניץ‏ מיט קראאטיע לויפט דער 'דראווא ריווער', א 700 ק"מ טייך וואס פליסט אין דרום צענטראל-איירופע. ביים גרעניץ מיט ראמעניע לויפן די מאראסטיגע טריט פון מיין זיידע און באבע. נאכן גרויסן חורבן האבן זיי טראץ די שווערע נסיונות זיך אנגעגארטלט מיט אמונה פשוטה, און מיט מסירת נפש אויפגעבויט זייער שטוב ע"ד ישראל סבא. אין 1951 האבן זיי צוליב די קאמוניסטישע רדיפות אין ראמעניע געהויבן פיס, און מיט די הילף פון באצאלטע שמוגלער זענען זיי בעז"ה אנטלאפן קיין אונגארן כחצות הלילה מיט חצי נשמה אין דער האנט. דערנאך האט מען געוואנדערט קיין עסטרייך, איסט סייד, פען סטריט, און בקרוב ממש קיין ירושלים עיה"ק תותבב"א.

קנאפע 5 יאר שפעטער, אין די אונגארישע 1956 רעוואלוציע, האט דער השגחה פרטית אראפגעברענגט דעם אייזענעם גרעניץ פאר א וויילע, און טויזענטער מאחב"י זענען בעז"ה ארויס מאפילת קאמוניזם לאור אמעריקע, בראזיל, ארץ ישראל, קאנאדא, ענגלאנד, ועוד. יצ"ו.

רוסלאנד איז שוין א שטיקל גרעניץ אדיקט. אין צוגאב צו דער פאסיפיק אויף מזרח און דער ארקטיק און אנדערע טייכן אויף צפון, גרעניצט זיך דער וואדקע-בער מיט 14 שכנים: קים דזשאנג-אן, כינע, ‏מאנגאליע, קאזאקסטאן, אזערביזשאן, גרוזיע, אוקריינע, בעלארוס, פוילן, ליטע, לאטוויע, עסטאניע, פינלאנד, און נארוועגיע.

דער דאזיגע כלל עקסעזטירט ביי אלע נאציאנען און ראיאנען וואס פיגורירן אויף דעם יו ען לענדער ליסטע, מיטן אויסנאם פון איין מדינה. דער אפריקאנער לעסאטא איז די איינציגסטע לאנד אויף די מאפע וואס זיצט נישט ביים ים בארטן – ער איז ארומגענומען מיט יבשה מכל הצדדים, און פארט פארמאגט ער נאר איין גרעניץ, דער גרעניץ מיט דרום אפריקע. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע לעסאטא איז גענצליך איינגעשפארט אין דרום אפריקע, כאילו דרום אפריקע איז דער זעמל און לעסאטא איז דער לאך.

(אגב. ווי אויבן ערווענט, געפונען זיך נאך צוויי חצי-לענדער וואס זיצן אין אן אנדערע לאנד. די צוויי זענען וואטיקאן סיטי, וואס באשטייט פון א פאר געסלעך אין רוים הבירה; און סען מארינא. ביידע שטעט זענען א חלק פון איטאליע, אבער פירן א זעלבסשטענדיגע רעגירונג ווירטשאפט.)

Lesotho.jpg

* * *

דער רייזענדער קיין לעסאטא ווייסט אז דער איינציגער וועג אריין אין צום דריטן-וועלט לענדל איז דורך דרום אפריקע; דער טראפיק אריין אין לאנד ווערט גענצליך קאנטראלירט דורך זיי. פילייכט אן אפשפיגלונג פון דעם טראכטנגאנג פון דעם טיפישן אמעריקאנער היינט צוטאגס.

אן אמעריקאנער טוריסט האט געפרעגט א לאקאלער צפון קארעא פאטריאט, "וואו איז דאס לעבן בעסער, אין די פאראייניגטע שטאטן אדער דא אין נארט קארעא?"

"אודאי קארעא!", האט ער געענפערט מיט זיכערקייט. "והא ראי', ביי אייך אין אמעריקע קריגט דער פרעזידענט ביי די וואלן אביסל מער פון 50% פון די שטימען. משא"כ ביי אונז, אין די "דעמאקראטישע פיעפעל'ס רעפובליק אוו קארעא", שטימען 100% פון די וויילער פאר די ווידערוויילונג פונעם קאמוניסטישן פירער. דאס גאנצע לאנד איז צופרידן!"

מיט א שטיק צייט צוריק, האט אן ארטיקל אין א געוויסע סייענס דזשורנאל פאראורזאכט א שטורעם וואס האט ארויסגענומען פון די גלייזן די לייענער און איינגעשטעלטע צוגלייך. זייער חטא: זיי האבן פובלוצירט א "סייענס פעיפער" געשריבן דורך א גרופע סייענטיסטן, וואס ווייזט אויף מיט שכל'דיגע הוכחות אז נאכן זיך פארטיפען אין די קינצליכע געבוי פון די מוסקלען און ביינער פון די מענטשליכע האנט, איז מען ענדליך געקומען צו די מתקנה אז די האנט איז "דיזיינד"‏ דורך "א באשאפער" (Creator). מזל טוב, זיי האבן זיך אויפגעוועקט!

די שמחה האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן. תיקף האט זיך לאז געטאהן א לאנדרי ליסט פון סטראשענונגען – אנגעהויבן פון עדיטאר און שרייבער רעזיגנאציעס און געענדיגט ביי סובסקרייבער בויקאטס און קענסילאציעס. "ווי נעמט א רעספעקטירטער דזשורנאל די העזה צו פאבלישן אזאלכע ראביש?", האט מען פארפירט. "אמעהר,העכער פינף און ניינציג פראצענט פון אלע סייענטיסן זענען ביי די מיינונג אז עס איז נישטא קיין ..." (רח"ל) "עס איז "סעטעלד סייענס", ווי קען א סייענס אויסגאבע שרייבן קעגן 'סייענס'?"

דער דזשורנאל האט זיך געבראכן. זיי האבן צוריקגעצויגן דעם ארטיקל און זיך אנטשולדיגט פאר דעם 'שרעקליכן טעות'. ויישן ויחלום שנית!

די אנגענומענער סדר הבריאה אין די אלגעמיינע וועלט כהיום איז שיטת "עוועלושן", דהיינו אז אלע נבראים (כולל דער מענטש מיט זיין פארגעשריטענע לינג, הארץ, נירן, שטים בענדער, שמעקן, טראכטן, אטעמען, פארדייאונג, לעבער, נירן, ראי', שמועה, שכל, געפילן, דיבור, דזשינס, די ען עי, וכו' וכו' וכו') זענען במשך פון מיליאנען יארן באשאפן געווארן פון זיך אליין. "פון זיך אליין?!" פרעגט נישט ווי אזוי, ווייל די הסברים האבן זיך שוין כמה פעמים געטוישט. און אז איר פראבירט נאר צו פרעגן, וועט איר כאפן ביזן זיבעטן ריפ; קשיות זאלט איר לאזן פאר די גרויסע קעפ. אייער פליכט איז צו גלייבן באמונה שלימה אלעס וואס דער סייענס חכמים האבן באשלאסן פאר אייך. מען האט אראפגעשטעלט אן אייגן-פאבריציטירטע פעלזן-פעסטע יסוד נופל וואס איז כתוב וחתום דורך אנגעפרעסענע חכמי הטבע, אז נאר "נאטור" (ליין: א וועלט אן א באשעפער) גייט אריין און דעם גדר פון "סייענס". און אויב איר זענט פון די סייענס עליטע און איר ווילט צולייגן אייער אייגענע 'טו סענטס', אזוי לאנג וואו דער סוף פסוק שטימט מיט די דאזיגע שיטה, זענט איר און גוטע הענט און אייערע טעאריעס זענען ווערד צו ווערן קאנסידערד.

איר קלערט אודאי, וואס גייט עס מיר אן וואס די אויסגעקראכענע סייענטיסטן האלטן? דער ביטערער מציאות איז אבער אז אזוי ווי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך - א כלל וואס איז נאך מער גילטיג אין די היינטיגע אפענע עפאכע, ווען יעדער האט צוטריט צו אלעמען אויף דער וועלט. און אפילו מען זוכט נישט דוקא צו גריבלען אין כפירה, איז לא ימלט אז מען זאל זיך נישט אנשטויסן איז זייערע שיטות בשוגג ובאונס; אפילו אומשולדיגע נייעסן זענען פיל מיט זייערע השקפות. מ'בליקט דא, מ'ליינט דארט, און עס כאפט זיך אריין א קליין קערנדל וואס פרעגט מיט תמימות "גייסט מיר זאגן אז אלע גרויסע חכמים ווייסן נישט וואס זיי רעדן"? עס נעמט נישט לאנג און פון די קערל וואקסט ארויס א גרויסן ערלה בוים וואס אירע פארפוילטע פירות ווערן געליפטערט בחינם אין די סאציאלע קבוצות און אין די "קאפע הייזער". והרבה חללים הפילה, ל"ע.

מען דארף אבער וויסן דעם אמת, אז די שיטות פון די סייענטיסטן, געאלאגיסטן, קאסמאלאגיסטן וכו' זענען געבויעט אויף כולו אגענדע און זערא סייענס. מיר מאמינים בני מאמינים ווייסן דעם אמת וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, און מיר דארפן נישט ווערן "אינטימעדעיטעד" פון די פאקט אז 95% פון זייערע חכמים רייזן אויף די כפירה באן. זייער מיינונג - וואס איז געבויעט אויף שקר - איז קיין מיינונג און איז אונז גארנישט מחייב, און מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן אויף דעם אז מיר זענען די מועט.‏

ווי טאקע שטעקט זייער טעות? מען קען צונעמען דעם ענין אין 3 טיילן:

1) דער ערשטע און עיקר יסוד איז הפקרות. מיר חרדישע אידן האבן א זכי' אז מיר זענען ערצויגן געווארן מיט א קלארע מסורה, א שלשלת הקבלה וואס ציהט זיך ארויף קנאפע דריי און א האלב טויזנט יאר ביז מעמד קבלת תורה ווען ששים רבוא האבן געהערט מיט די אייגענע אויערן בקולות וברקים דעם "אנכי ה' אלקיך". א יעדעס אידיש קינד, אפילו בעפאר ער איז בא לכלל דעת, ווערט אין אים אריינגעפלאנצט דער ענין פון בראשית ברא אלקים. דער אמונה פשוטה אז "דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט" לויפט אין אונזער די ען עי. דער גוי (אדער א איד וואס איז ליידער אויפגעוואקסן אין א תורה'לאזע שטוב) האט טאקע נישט די מסורה. אבער מיט דעם אלעם, אז מען ניצט אביסל דעם שכל פארשטייט מען אז פונקט ווי דער איי פעד און דער מערצעדעס זענען "מאניופעקטשירט געווארן" דורך איינעם, איז אויך די שיינע וועלט און איר טיפע נאטור "באשאפן געווארן" דורך איינעם (אחד יחיד ומיוחד!). און פונקט ווי דער פליפ פאון וועט אפילו אין א מיליאן יאר נישט ווערן א סמארט פאון, אזוי קען א פיש אדער מאנקי נישט ווערן מענטש; ס'איז פיסטע פאנטאזיעס!‏ און אז עקזעסטירט א כלי וואס איז חצי 'פליפ' וחצי 'סמארט', איז פשוט אז דער קאמפאני האט עס אזוי דיזיינד. די זעלבע, אז מען זעהט אז געוויזע באשעפענישן האבן פארשידענע ענליכקייטן איז דאס ווייל דער "אלמעכטיגער דיזיינער" האט זיי מתחילה אזוי דיזיינד! גארנישט געשעהט נישט "פון זיך אליין".

למעשה זעט מען אז די גרעסטע חכמים, אנגעפאנגען ביי די אור-אלטע פילאזאפן און געענדיגט ביי די היינטיגע געלערענטע, האבן זיך טועה געווען איבער דעם ענין. דער סיבה איז אז מען זעהט נישט, נישט ווייל מען "קען נישט" זעהן, נאר ווייל מען "וויל נישט" זעהן! פונקט ווי א שופט וואס נעמט שוחד קען נישט זעהן דעם אמת, אזוי זענען זיי משוחד פאר א לעבן פון שוואוילטאג און הפקרות. און אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער (ח"ו), איז לית דין ולית דיין ואיש כל הישר בעיניו יעשה "בלי פּרעשער". ‏(הגאון רבי אלחנן וואסערמאן ז"ל הי"ד איז מסביר דעם ענין במתק לשונו אין זיין באקאנטע מאמר על האמונה, ע"ש באריכות. והדברים קילורין לעיניים.)

די חכמי האומות אין פריערדיגע דורות האבן אויך פארשטאנען מען קען נישט סתם אזוי לייקענען אין א בורא אָן אן אלטערנאטיווע הסברה אויף בריאת העולם. געווען וואס האבן געזאגט אז אמת די וועלט איז באשאפן געווארן דורך א באשעפער, אבער נאכן באשאף האט ער אפגעלאזט די אונטערשטע וועלט... לשיטתם הטיפשית פארמאגט נישט דער "בורא יש מאין" די כוחות צו זיין א "מנהיג ומשגיח". (עפ"ל)

א חלק פון די פילאזאפן זענען אויפגעקומען מיט אן אנדערן תירץ צו זייער באשעפער "פראבלעם", נעמליך די וועלט איז קיינמאל נישט "באשאפן געווארן", זי איז פשוט און גראד אייביג געשטאנען (עולם קדמון).

(דער הייליגער רמב"ן סוף פ' בא זאגט אז די נסים אין מצרים, און די פילע מצות וואס זענען פארבינדן מיט יציאת מצרים, איז טאקע להוציא מלבם פון די אפיקורסים און עובדי ע"ז וואס האבן געלייקענט אין השגחת ה'. ע"ש)

די לעצטע שיטה איז געווען די צענטראלע ווערסיע אין די סייענטישע וועלט ביז פאר קנאפע 100 יאר צוריק. אין די 1920 יארן האבן די סייענטיסטן אבזערווירט און שטודירט די גאלאקסיעס און די אנדערע הימלישע באשעפענישן אין די הויעכע ספערן, און זענען געקומען צו די שרעקליכע מתקנה אז נישט מער און נישט ווייניגער עס קען נישט אנדערשט זיין נאר אז דער יוניווערס איז "באשאפן געווארן"! אן קיין ברירות, האבן די סייענטיסטן געמוזט אקצעפטירן דעם אלט-נייעם מהלך, אבער זיי האבן נישט געזיכט צו באהאלטן זייער אנטוישינג. "דער פאנאטישער מאמין מיטן געלן טלית קטן, פון וועם מיר אויפגעקלערטע לאכן שוין צענדליגער דורות, איז סוף כל סוף געווען גערעכט?" ויחזק ה' את לב פרעה, מען איז אויפגעקומען מיט א פרישע דערהער: "ביג בענג" (גרויסע באמבע!); דהיינו, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פון זיך אליין 'פערצופאל' דורך א גרויסע עקספלאזיע!

אלעס פיין און וואויל. אבער איצט ווערט דאך שווער די אריגענעלע קשיא. אויב די וועלט איז באשאפן געווארן יש מאין, געוואלד און געשריגן, ווער האט איר באשאפן?!

זיצן די חברה און רייסן זיך ביי די קעפ, ווען איינער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט הערנערישע בדחנות. איך וועל ציטורן א חלק פון די 'זיסע' תירוצים, בבחינת ליצונותא דע"ז. 1) די וועלט איז טאקע פריש באשאפן געווארן, אבער די יסוד איז שוין געווען בעפאר. איי, ווער האט באשאפן די יסוד? "די יסוד איז אזוי קליין אז זי האט נישט געברויכט צו ווערן באשאפן; זי איז אייביג געווען." איר פארשטייט? זיי אויך נישט. 2) "מיר סייענטיסטן קענען נאר שטודירן 'סייענס'. באפאר די ביג בענג איז נאך נישט געווען דער מציאות פון סייענס", [ממילא זענען מיר פטור פון צו פארענטפערן אונזער שיטה!]. 3) (דאס איז מיין favorite) "בעפאר די איצטיגע וועלט איז געווען א פאריגע וועלט. אין ווען זיי האבן געזעהן ווי די וועלט ווערט חרוב האבן זיי איבערגעלאזט זומען קערנדלעך (זרעים, seeds) וואס פון דעם איז דערנאך באשאפן געוווארן די היינטיגע וועלט..." נו, ווער האט באשאפן די פאריגע וועלט? דאס זאלט איר זיי פרעגן... ניין, דאס איז נישט א פרישע טראמפ אויסבראך. דער שטופער פון די דאזיגע פאנטאזיע איז נישט קיין צווייטער ווי מר. וואטסאן, דער הויכגעשעצטער ערפינדער פון "די ען עי"!

א אידל האט אמאל געהערט פון א רוסישן פלאמבער אז ער זאל לייגן קנאבל מיט שמן זית אויף די פלאך פון די פיס און עס וועט אים העלפן פאר זיינע רוקן ווייטאגן. דער איד האט עס איבערגעזאגט פאר זיין דאקטאר. האט דער דאקטאר אים געזאגט: זאג פאר דיין פלאמבער אז ער זאל ווייטער פאררעכטן פייפס, צו דעם טויגט ער. "בעק פעין" זאל ער ביטע לאזן פאר אונז דאקטוירים... אונזער מעסעדזש פאר די חברה: איר זאלט ווייטער פארזעצן שטודירן מעדעצין און עקאנאמיקס, מיר שעצן אייער ארבעט. אבער ווי אזוי דער וועלט איז באשאפן געווארן והמסתעף זאלט איר ביטע לאזן פאר אונז אידן. אונזער מהלך "העזענט טשעינדזשד" פאר טויזענטער יאר, און מיר האבן ב"ה גאנץ א פיינעם טרעק רעקארד.

2) דער צווייטער יסוד איז דער צפון קארעא עפעקט: אין צפון קארעא, אז איינער נעמט די העזה און שטימט אקעגן די פארטיי, אראפ מיטן קאפ! און אך און וויי פאר דעם וואס בלייבט אינדערהיים אויף עלעקשען דעי.

דער מצב אין די היינטיגע סייענס וועלט איז נישט צופיל בעסער. אויב א סייענטיסט פראבירט צו ציען א סייענטיפישע מתקנה וואס איז סותר צו די אנגענומענע מהלך פון כפירה, ווערט ער תיקף באזידלט און געפארבט אלץ א "רעלידזשעס פענעטיק" "אנטי-סייענס" "נאט דזשאב" (בנשימה אחת). עס איז נישט דא קיין פלאץ פאר אפאזיציע. נו, אז מען "בוליד" אלע פארקערטע מיינונגען, וועלן די דאזיגע אדער בלייבן שטיל אדער בלית ברירה מסכים זיין מיט די פאפולערע "קאנסענסעס"! נאך אלעם, קיינער וויל נישט אנווערן זיין פרנסה און פרעסטידזש. (מיר האבן דאס געהערט פון א הייסער שטיצער פון א געוויסע מאראלישע אישו. אין א פריוואטע שמועס "אף די רעקארד" האט ער מודה אז ער פרעדיגט און שרייבט פארקערט ווי ער האלט באמת, ווייל ער מוז מיטגיין מיט וואס איז פאפולער אין די פראפעסיענאלע רייען! ועל הכלל כלו יצא.)

מיט אזא קוראפטירטן איינזייטיגן סיסטעם, טרעפט מען זיך טאקע מיט א "צפון קארעא'ישן" סייענס קאמיוניטי וואס רובו ככלו זענען ביי די זעלבע מיינונג, ווייל די אנדערע ווערן פשוט פארשוויגן.

3) חינוך און מידיא פראפאגאנדע: רוב פון די היינטיגע סייענטיסטן זענען נתחנך געווארן אין אן אטמעספארע פון כפירה. ביג בענג און עוועלושן איז היינט דער אפיציעלער קוריקולעם אין די פאבליק שולעס און אין די קאלעדזשעס. אין פילע סטעיטס איז אומלעגאל אפילו צו רעדן פונעם אלטן קאמאן-סענס קאנצעפט אז א "באשאף" (Creation) מוז בע"כ האבן "באשאפער" (Creator). און אויב מען לערנט שוין יא פון רעליגיע אדער פון "קריעשעניזם" אין די יוניווערסעטיס, ווערט עס ע"פ רוב אראפגעלייגן מיט לצנות'דיגע קאלירן באגלייט מיט אלטע אויסגעדראשענע פילאזאפיע.‏

איז אונטערגעוואקסן א דור-צוויי וואס פון קליינווייז אן לא ידע את יוסף. די קעפ פון די אינגווארג זענען ארומגענומען פון אלע זייטן מיט א דיקע פארמאכטע גרעניץ פון כפירה און נארישקייט; מען הערט נישט און מען זעהט נישט עפעס אנדערש. וגדיים נעשו תיישים ‏–‏ די אינגע סטודענטן וואקסן אונטער און ווערן גרויסע סייענטיסטן און פראפעסארן. נאט אייך, "באט פינף און ניינציג פראצענט אוו אלל דע סייענטיסט עגרי ...". אודאי זענען אלע אויף די זעלבע זייט. די מח "פילטערס" האבן זיי דען אמאל 'פרעזענטעט' די אנדערע זייט?

(די כח פון דעמעגאגיע און מח וואשונג איז געווען דער צענטראלער אינגרידיענט אין דייטשלאנד הארירה אין די תר"ץ יארן. פון די ערשטע מינוט ווען דער ימ"ש איז געקומען אויפן בענקל האט זיך געענדיגט אפעזיציע; פאטריאטישע נאציזם איז געווארן די אפיציעלע אמונה טפלה, און יעדע פארזוך צו זאגן א פארקערטע ווארט איז ברוטאליש דערשטיקט געווארן דורך די פארשאלטענע געסטאפא. און צוגאב, האט מען אהערגעשטעלט א פראפאגאנדע אפאראט אנגעפאנגען ביי די צייטונגען און די מידיא און געענדיגט ביי די קליינע אין די שולעס. אזוי האט זיך די אויפגעקלערטע דייטשלאנד אין א קורצע תקופה געטוישט פון די געלערנטסטע און פארגעשריטנסטע פאלק אין היסטאריע, צו אכזריות'דיגע רוצחים אויף א מאסן פארנעם וואס דער וועלט האט קיינמאל געזעהן בעפאר.

די פרייע אידן אין אלע דורות האבן זיך נעבעך גענארט אז מיטן זיך דערנענטערן צום גוי וועט אים דער גוי מער שעצן. דער טרויעריגע האלאקאסט האט אבער ציווארפן די לעצטע זויל פון דעם ביטערן איינרעדעניש. די רוצחים האבן נישט פארשוינט קיינעם, ניטאמאל דעם וועלט-בארימטער נוראלוג "זיגמאנד פרויד" פון וויען, אן אייניקל פון פרומע אידן אבער א וויסטער שונא דת. זיינע קרעדענשעלס אלץ איינער פון די סאמע גרעסטע דאקטוירים אין די וועלט בשעתו, האט אים גאנץ ווייניג געהאלפן אין די נאצישע עפאכע ווען אנטיסימעטיזם האט אנגעהויבן פלאקערן אין עסטרייך. הארט פארן קריג האט ער בלית ברירה געהויבן פוס און אנטלאפן קיין לאנדאן, וואו ער געשטארבן א שטיק צייט שפעטער פון די ביטערע מחלה.‏ ל"ע.

אין 1942 זענען דריי פון זיינע שוועסטער דעפאטירט געווארן קיין טרעבלינקע. איינע פון זיי האט זיך געוואנדן צו אן עס עס מאן און געבעטן אז עס איז ניקס יושר אז מיר, שוועסטער פונעם הויכגעשעצטן דר. פרויד, זענען פארשיקט געווארן דא אהער. דער נאצי האט זיך העפליך אנטשולדיגט און געזאגט אז ווארשיינדליך זענען זיי אנגעקומען דא בטעות. "קודם גייט נעמט א שויער, און דערנאך וועלן מיר זען וואס מען קען טוהן". הי"ד)

* * *

דער אמעריקאנער "מגילת היסוד" אין 1776 ליינט זיך:

We hold these truths to be self-evident, that all men are created equal, that they are endowed by their Creator with certain unalienable Rights, that among these are Life, Liberty and the pursuit of Happiness.

נישט אז זיי זענען געווען אויסגעקאכט אין די י"ג עיקרים, אבער די גוישע "אמעריקאנע טאטעס" - צווישן זיי פילע אויפגעקלערטע פילאזאפן - האבן אויך פארשטאנען (כאטשיק לפנים) אז די וועלט און דער מענטש זענען יציר כפיו פון דעם באשעפער (Creator), אזש ס'איז געווען ביי זיי א פשטות (self-evident)!

היינט לאכט מען פון די "אמאליגע", "גלויביגע", "צוריק-געשטאנענע" זיידעס. זיי לאכן און מיר וויינען.

מיט א שטיק צייט צוריק איז אינגערמאן, א קרוב מיינער, אויסגעקומען צו זיצן אויף אן עראפלאן נעבן א אינגע גוי'שע ביזנעסמאן. ס'האט נישט גענומען לאנג, און דער גוי - אן עטאיסט - האט אננגעהויבן שיסן קשיות איבער אידישקייט, אמונה והמתתעף, אויף וואס דער אינגערמאן, וואס גראדע אביסל באהאווענט אין עניני אמונה, האט אים געענפערט בטוב טעם ודעת. (איך גיי נישט דא אריין אינעם עצם ענין פון דעבאטירן מיט כופרים; איך פארצייל נאר דברים כהווייתן.) דער דיסקאסיע/דיבאטע האט זיך געצויגן מענין לענין במשך כמה שעות. ביים ענדע פונעם פלייט זאגט אים דער ערל:

".Joseph, it was a pleasure meeting you. I have to admit, you got me THINKING"

איר הערט ווערטער?! ביזן איצטיגן מאמענט, ווען דער עראפלאן שמועס מיטן אידל האט אים אריינגעלייגט פייגלעך אין קאפ און געצווינגען צו 'טראכטן' אביסל, איז קיינמאל עלה על דעתו אז אפשר איז פארט דא אן אמת צו אונזער זייט פון די מטבע. מען צאלט טויזענטערס פאר אן עדיוקעישן, מען "שטודירט" 4-6 יאר אין קאלעדזש, אבער דער מוח בלייבט טראכט-לאז. מען איז ארומגענומען פון אלע זייטן מיט א כעלעמער אויבן-אן באזעצט מיט פראפעסארס, מידיא לייט און אנדערע "פינף און ניינציגער" פרעדיגערס, און דער קאפ טראכט נאר וואס מען איז ערלויבט צו טראכטן. אזוי לעבט מען (א רעטעך!) זיך אפ א צען-עלף-צוועלף שמיטות פאר'שיכור'ט פון סטעיק און ספארטס, פאליטיק און נארישקייט, און ניטאמאל איינמאל ברענגט מען ארויף אויפן געפרעגעלטן געוויסן די שכל'דיגע שאלה: מי הוא בעל הבירה; ווער האט באשאפן די הערליכע וועלט? און וואס איז מיין ציהל דא?

.Ladies and gentleman, we're now preparing for touchdown; please fasten your seat belts and remain seated until the plane comes to a complete stop"

!W‎elcome to the United States of Lesotho"
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:29 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 3:09 pm

פשיהא!
געוואלדיגע דיבורים אזויווי אלעמאל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 9:45 pm

מייעסטעטיש! בלי מילים....

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 10:12 pm

איי איי מונאוויטש, די האסט נישט קיין אהנונג, וואס די טוסט מיט דיינע ארטיקלען, א שאד א שאד, אז מען הערט ווייניג פון דיר,

א ריזיגען דאנק פארן שרייבן, און בבקשה על העתיד, לייג נישט אראפ דיין פעדער, אונז שטייען און ווארטן צו הערן נאך.

מיט דאנק.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:22 am

Wow, thanks

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:41 pm

מונאוויטש, שטארקע און דורכדרלינגליכע דיבורים
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:51 pm

וואף האט ער אונז גענומען אויף א רייזע !!
לארבע כנפות הארץ און צוריק .
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:23 pm

קיינע ווערטער!

אדורכגעליינט מיט עטליכע הפסקות, צוליב די מאסיווע פלייץ פון אינפארמאציע וואס ליגט דערינען.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:36 am

הערליכע דיבורים, קילורין לעינים ווי אלעמאל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:47 am

געוואלדיג!! (סארי פאר די אנדערסטיעטמענט...)

SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 1:26 pm האט געשריבן:פאורבס האט אן ארטיקעל וועגען די פינעף רייכסטע מלכים אין אפריקע.

בקיצור נמרץ, און אפריקע זענען נאך געבליבען 3 קאנסטיטוציענאלע מאנארכען
constitutional monarchies
זיי זענען Morocco, Swaziland, Lesotho

אבער עס זענען אויך דא א פאר הונדרעט טראדיציאנאלע מלכים
traditional monarchs
וואטעווער דאס מיינט.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:32 pm

שטארקע רייד פון פשוט'ע אמונה.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 3:00 am

עס איז מיין ערשטע מאל וואס איך זע מונאוויטש שרייבן, זעט אויס אז מיר פארפאסן יא עפעס

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:14 am

איי וויי, כאפ א בליק דא און דא

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:21 am

אקעי עס איז שוין גע׳בוקמארקט שכוח פארן מיר ברענגען

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:18 am

נישטא קיין ווערטער!!
א געוואלד מיט אינפארמעישאן וואס יעדע איינע איז ווערט אן ארטיקעל פאר זיך.
הרב מונאוויטש גיי אן די עולם ווארט אויף דיינע ארטיקלעך.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 11:16 pm

פלטיאל האט געשריבן:הערליכע דיבורים, קילורין לעינים ווי אלעמאל.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:53 pm

לעסטאטא! (מאמר על אמונה)
(pdf)
צוגעלייגטע
לעסאטא.pdf
(174.14 KiB) דאונלאודעד 365 מאל

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:04 am

יעצט געליינט, הערליך שיין. א ציעהנדע שפראך, א געוואלד מיט אינפערמאציע, און נאך פארכאפט אריינצוווארפן א ווארט צוויי פון לעסאטאו אויך.

מייסטערווערק!!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 23, 2019 1:47 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:יעצט געליינט, הערליך שיין. א ציעהנדע שפראך, א געוואלד מיט אינפערמאציע, און נאך פארכאפט אריינצוווארפן א ווארט צוויי פון לעסאטאו אויך.

מייסטערווערק!!

רייכער איד
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:15 am

תגובהדורך רייכער איד » זונטאג יולי 28, 2019 2:36 am

הערליכע שפראך,


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט