Error 408 (מי מנוחות)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

Error 408 (מי מנוחות)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

איך גלייך געווענליך נישט די ווינטערדיגע ענגע פרייטאג'ס. אבער דעם פארגאנגענם פרייטאג האב איך ספעציעל געגליכן. די זמן איז שוין געווען אזוי פרי ווי 4:08, און דאס פארזיכערט מיר אז ערגער קען עס שוין נישט ווערן.

מיין געשיכטע האט זיך אנגעהויבן דעם פארגאנגענם פרייטאג 3:39, א האלבע שעה צום שטרענגן זמן, איך האב מיר געטראפן שטיין, די טיש שוין באטישטוך'ט, די פאדלאגע נאס און גליטשוג, און אלץ איז געווען ווי מען ריפט עס 'גרייט'. נאר גליונות לכבוד שבת האב איך נאכנישט ארויסגענומען.

נו, איך האב באשלאסן איך שטעל איין. איך האב א כאפ געטון דעם מאנטל, פארקנעפלט, געפענט דעם טיר, און ארויס אויפן וועג צום אפיס.

די קעלט האט געשמיסן אין פנים, איך האב פארשטייפט מיין אויגן אנטקעגן דעם יאגענדן ווינט, און פארשנעלערט מיין טריט. די גאס האט גערוישט ווי ירושלים ערב פסח, אינגעלייט, בחורים, אלץ לויפט, אלץ יאגט, נאסע און טריקענע פיאות לויפן און קומען פונעם מקוה, פלאסטיק זעקלעך, שבת פעקלעך, אלץ פייפט און פליט. עפעס אין מיר האט זיך צוזאמגעצויגן, און איך האב מיר גענומען האסטיג לויפן.

עטליכע ווערטפולע מינוטן איז דורך ביז איך האב מיר דערזען אין פארענט פונעם אפיס טיר. פארפרוירן צו אייז. איך האב אריינגעשטורעמט, א פליק אויפן סוויטש, א קלאפ געטון מיין מייזל אויפן פלייצע, און גארנישט. נו, ס'שפעט! איך קלאפ שטערקער, גארנישט. פארפרוירן ווי מיינע פינגערס.

פון טיפן הארצן האב איך אים א שטויס געטון, ווי א גוי דעם סוכה, און זיך געלאזט צום דערנעביגן קאמפיוטער. דער האט זיך באלד דערוועקט, זיך פויל געדרייט פאר א וויילע, און ערשט דאן גרייט געווען מיר צו סערווירן. די זייגער אינעם ווינקל האט קאלט געוויזן 3:57.

אריינקלאפנדיג לדעת האט זיך באוויזן פאר מיר צענדליגע קעסטלעך. מיינע אויגן זענען ארום געלאפן צומישט צווישן די פילע גליונות, פראבירנדיג מיטן גאנצן הארץ נישט צו זען יענע זייגער ווינקל. מיין מייזל איז ווילד געטאנצן פונעם סעלעקט צום פרינט קנעפל, מיין פרינטער האט זיך גענומען גענוצען, דערוועקן, און דאן מיד אנגעהויבן ארויסצושוקן מיינע אויסגעבעטענע צעטלעך.

מיין בליק איז בטעות געפאלן אויף יענע ווינקל. 4:03.

באשעפער! זאל זיין וואס זאל זיין, דאס איז די לעצטע. איך בין געלאפן צום פרינטער, ער האט נאך געהאלטן קוים ביים אנהויב. איך בין געשטאנען און געווארט ווי אויף נאדלען, זיך געשאקלעט ווי ביים דאווענען, שפירנדיג ווי מיין נערווען רייסן זיך אט אט איבער, און דער ברענגט מיר ארויס איין צעטל אויף א מאל.

אה, ענדליך. נאך איינס, און דאס איז עס.

איך כאפ דעם הויפן פאפירן, פארקנאק דעם קאמפיוטער ווי א בחור דעם גמרא, און איך לאז מיר צום טיר. די זייגער ווייזט רואיג 4:06.

די גאס איז שוין זמן'דיג, איך לויף אן אטעם צווישן פארטייבנדע קארן און שבת'דיגע שטריימעלך. ווען מיין אונמבאלומפערטע גארטל לויפט און טאנצט מיר נאך פון הינטען. מיין טעלפאון צוקלינגט זיך, נערוועז און אנגעצויגן, מיין פארפרוירענע פינגערס כאפן עס ארויס, אה, מען ריפט מיר פון דערהיים.

''יא, העלא? יא, איך קום... וואס? די לעכט? יא איך ווייס, איך זאג דיר, איך בין דארט ביז א מינוט... אקעי, איך לויף...''

"יא. ביי.''

ס'איז 4:07. איך האב ארויפגעריקט מיין געלויף צום מאקסימום, אנכאפנדיג מיין טעלפאון מיט איין האנט, און דעם גארטל מיטן צווייטן. צוויי אינגלעך האבן זיך צולאכט.

איך בין געלאפן אנטקעגן דעם ווינט, אנטקעגן דעם שטריימל שטראם, שטופענדיג מענטשן, קינדער וועגעלעך, און מיסט קאסטנעס. מיין אויגן האבן געטרעט פון אנשטרענגונג, איך לויף, לויף, שנעל, שנעלער, נאך שנעלער, אן אטעם, אזש איך ווייס שוין נישט ווער שרייט העכער, מיין הארץ אדער מיין לונגען.

און דאן אינעם אנגעצויגענסטן צייט האט מיר באהערשט א מינוט פון ביהורות, א מינוט פון קלארקייט, און איך האב מיר אנגעהויבן דערמאנען אלט פארגעסענע זאכן. נעמליך, איך האב נאכנישט געלייגט היינט ר''ת. און איך האב נאכנישט גענומען קיין שויער.

ס'איז מיר געווארן שווארץ און שוויציג. קוים וואס איך אטעם נאך, אה, דא, נאך איין גאס, איך לויף, לויף, שנעלער, שנעלער, איך שפרינג ארויף די טרעפ צוויי אויף אמאל, איך ברעך אויף דעם טיר, און שטורעם אריין.

יא. אקעי. איך ווייס. זאג שוין, ווי די לייכטערס?! מיין הארץ האט מיר געזאגט אז עס איז שוין היבש נאכן זמן, און מיין לאגיק האט שטום געשוויגן. איך האב א כאפ געטון דעם זילבער פאפיר, ארויסגעשלעפט, א ריס, שוין ס'גוט, ס'שפעט, ארויף אויפן טיש. מיט ביידע הענט האב איך ארויס געכאפט די לייכטערס פון שאנק, ווי דער בארדיטשובער דעם לולב. ארויף, יעצט לעכט. וואו די לעכט? אה, דא. אריין, נו, גיי שוין. אט אזוי, אויל. קנויטן. אלץ רינט, אלץ איז אויליג. שוין, וואס א חילוק. וואו די שוועבלעך? איך געב א רייב מיט אן אומפעט, נאך איינס, אה, ס'ברענט. איך לייג אים שנעל צו צום ליכט, און גארנישט. דאס פלעמל ציט זיך איין, און ווערט פארשוואונדען.

איך לאז דעם שוועבלע פאלן צו דער ערד, און איך פראביר א צווייטע. פון אונטער מיר טופעט מען נערוועז מיט די פיס, מען טיפעט און טיפעט. אבער דער זעלבער באשעפער וואס האט געזאגט אז עסיג זאל נישט ברענען, קען זאגן אז ליכט זאל נישט ברענען.

נישטא קיין צייט. דאס דריטע וועט שוין מוזן ארבעטן. איך רייב האסטיג, א פלעמל ווערט געבוירן, באשוצנדיג אים מיט מיין האנט וועלכע ציטערט פאר נערוועזיטעט, ברענג איך אים אויף א באגעגעניש מיטן ליכטל, איך געב אכט, ס'איז געלונגען, יעצט דאס קומענדיגע, פון אינטער מיר טיפעט מען אן אויפהער, די אטמעספארע קען מען שניידן מיט מעסערס, דער זייגער האקט און זעצט, און איך לויף פון ליכט צו ליכט קאפי-פעיסטן דאס פלעמל.

געגאנגען, אלץ ברענט. פפפורים! פפפסח! איך האב אויסגעשאטן דאס גאנצע פארבליבענע ליפט פון מיין אנגעשטרענגע לונגען אויף די פאר פלעמעלך וועלכע זענען זיך צולאפן פאר שרעק.

איך האב אויסגעטרעטן, מאכנדיג פלאץ פאר מיין ב"ב איבערציצונדען. ווי דאס 'פאדלאגע וואשן', און ווי אלץ וואס איך מאך, און זי דארף דערנאך איבערמאכן.

איך כאפ א בליק אויפן זייגער. בושות!

שוין, צו וואס וויינען אויף אויסגעגאסענע מילך, ווען עס גיסט זיך נאך אין גרויסן... איך בין געלאפן צום שאפע, אראפגעשלעפט מיין טלית בייטל, ארויף אויפן טיש, ארויסגעשלעפט מיין תפילין, ארויפגעקאטשעט דאס ארבעל, און זךי גענומען דרייען מיט אן אומפעט. איין. צוויי. דריי. אוי באשעפער, ניין איז זייער אסאך. א בליק צום זייגער, 4:12. איך דארף נאך נעמען א שויער. שוין גענדיגט מיטן של יד, די של ראש איז באשיינפערליך ארויפגעפלויגן, איך האב אריין געדריקט די רציעות מיט כח, אזש די האר פון קאפ האבן זיך אויפגעשטלט, יעצט ארום די פינגערס. אזוי. וואו איז די סידור?

ווידער די זייגער. 4:14. קוק נישט.

נו, וואו איז שוין וידבר?! איך מיש בלעטער ווי א שטורעם ווינט, ברהמ"ז, ראש השנה, צוריק צו ברכות, תחנון, 4:15, איך הויב אן זאגן אויסערווייניג, וידבר ה' אל משה, אה, דא איז עס, עמממ... אה, לאמר דבר אל...

די איבעראשטע אותיות וועלכע האבן זיך פלוצים געטראפן אין אן אנגעצויגענעם מויל, זענען געווארן פרייליך צולאזט, און ארויס אין א קארעהאד. די ווערטער האבן זיך גענומען פלאנטערן ווי א צוקניפטע פאה, און מיין ציינער האבן זיך געבראכן ווי דאס שוואכן קעמל. איך האב אנגעהויבן טרייבן מיין ליפן ווי א מצרי, זאג שוין, שנעלער, מאל ווערטער, די ווערטער האבן זיך אבער נאר מער געברעקלט און געפלאנטערט. כאשר יענו אותו, כן ירבה וכן יפרוץ.

נאר דאס זייגער פארט פליסיג. 4:17.

צען מינוט צו שקיעות החמה! איך שטיי נאך דא איינגעהילט אין תפילין, און פראביר צו ענדיגן דעם ד' פרשיות, מיין ב"ב שטייט נאך מיט באדעקטע אויגן, נישט חלום'נדיג וואספארא ערהאבן בילד עס ווארט איר אפ, בבחינת זה עומד בזויות זו ומתפלל, וזו עומדת בזויות זו ומתפלל.

ס'באמת נישט נארמאל. קוק שוין נישט אויפן זייגער, זאג! שנייד. שנעל, שנעלער. קאנצעטרירנדיג מיין גאנצע כח און ענערגיע אויף די צואוואקסענע ווערטער וועלעכע פארהאנקענען און פלאנטערן זיך ווי דערנער, בין איך ענדליך בייגעקומען דעם הכנעני-והחתי-והאמרי- והחוי-והיבוסי, און זיך דערזען ביים ה' אלוקיכם אמת.

מיין זייגער האט שוין יעצט געהאט א פיר, צוויי פינטעלך, און א 'איין אין צוואנציג'. די זון גייט שוין ביז זעקס מינוט אינגאנצען שוקע זיין!

אויבן אין הימל. אלץ איז ציכטוג, שבת'דיג, ווייסע מלאכים שטראמען אריין ברענגנדיג צענדליגע טויזענטע געצינדענע ליכט. ווען די טויער פראלט זיך פלוצים אויף, און עלטיכע פארסאפעטע וואכנדיגע מלאכים, רויט, פארשוויצט, פאכנדיג ווילד מיט אלע זעקס פליגלען, רייסן זיך דורך, קומען אן צום טישל אן אטעם, און לייגן אראפ א פאר תפילין.

"עס איז שוין טאקע שפעט, אבער מיר האבן עס ערשט יעצט באקומען".

די בי"ד קוקט פארוואונדערט, אויך די מלאך כאפט א בליק אויפן תפילין לייגער דארט אינטען, דאן ווידער א בליק אויפן תפילין, פלוצים, ווארפט ער ארויף זיינע פליגעלן אויפן אויגן, און ברעכט אויס אין א היסטערישע געלעכטער... לאכט, לאכט, און לאכט, און קען זיך נישט בארואיגן....

דערווייל שטיי איך נאך דא אינטען, מיין בליק פארפרוירן אויפן זייגער וועלכע ברענט אויפן וואנט. איך רייס אראפ די רצועות, שיעור נישט מיט רייסנדיג אפאר פינגערס, מיין הארץ זעצט ווי מיט הונדערטע האמערס, אריין אינעם שיידל, דריי ארויף, שנעלער, ס'גוט, לאז, דריי, דריי, 4:22, שנעלער! פאק אריין, אריין! יעצט דריי ווייטער, נו, דריי, דריי שנעל! שנעלער! שוין, ס'גוט, ס'שפעט! די זייגער האט גע'טיק-טאקט ווי א באמבע פינעף מינוט פארן אויפרייס.

איך האב אוועקגעריסן מיין בליק פונעם זייגער, און עס באגראבן אין מיין בייטל.

און דאן האב איך עס באמערקט.

איוף מיין בייטל איז פראמענירט געשטאנען אריינגענייט מיט גאלדענע פאדעם... רש"י!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די געדאנק, די שריפט, די מליצות, אוי מיין גאט!

אריין אין מי מנוחות... אופס, ס'שוין דארט.

אריין אין דזשורנאל, נו, מנהל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ג-ט אין הימל דער האט א שריפט וואס מען מאכט נישט יעדן טאג!!! אויסערגעווענדליך!!

כ'האב געמיינט די פאנטשליין גייט זיין פרייטאב צונאכטס נאכען סעודה, אז דו האסט ארויסגעפרינט די ראנג וואך......

רבותי, דאס מוז מען ליינען גאר גאר שנעל, אויף די ספיד ווי עס איז די נפש פון די ארטיקל! מען קען שפירן די סטרעס דערפון ממש באשענפערליך! (וואס האבעכעס פון שרייבן דא אונטן נאכן ליינען? ווער ווייסט, אפשר מאכט זיך איינער וואס ליינט די קאמענטארן פאר די ארטיקל....)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דאס איז עפעס וואן אוו עי קיינד!

אסותא די מילצן זענען מיר שוין באלד אינפעקטעד ח"ו
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

לכתחלה יעצט געזעהן דיין קאמענטאר, העמיר גיין ליינען די ארטיקל...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ענדע צדיק! האט געשריבן:דאס איז עפעס וואן אוו עי קיינד!

אסותא די מילצן זענען מיר שוין באלד אינפעקטעד ח"ו

;l;p-
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

די גאנצע פמליא של מעלה האט מיט געלאכט מיט מיר...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

WOW, סהאט מיר מעורר געווען, מ'ווארט אויף יעדע קליינע זאך דארט אויבן
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ג-ט אין הימל דער האט א שריפט וואס מען מאכט נישט יעדן טאג!!! אויסערגעווענדליך!!

כ'האב געמיינט די פאנטשליין גייט זיין פרייטאב צונאכטס נאכען סעודה, אז דו האסט ארויסגעפרינט די ראנג וואך......

רבותי, דאס מוז מען ליינען גאר גאר שנעל, אויף די ספיד ווי עס איז די נפש פון די ארטיקל! מען קען שפירן די סטרעס דערפון ממש באשענפערליך! (וואס האבעכעס פון שרייבן דא אונטן נאכן ליינען? ווער ווייסט, אפשר מאכט זיך איינער וואס ליינט די קאמענטארן פאר די ארטיקל....)

איך האב געמיינט אז די פרינטעד פעיפערס וועט זיין א פרינטינג עראר מעסעדזש אנשטאט א גליום...
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

וואטש אויט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

מען קען שטארבען פאר געלעכטער. סיז דענזשרעס.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יוי, איך קען נישט אויפהערן לאכן, האסטו א פעדער!
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ענדע צדיק! האט געשריבן:דאס איז עפעס וואן אוו עי קיינד!

אסותא די מילצן זענען מיר שוין באלד אינפעקטעד ח"ו
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

! Sugar free כמיין צוקער זיס!
אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

העי די ביסט גוט!!!!! כאב מיר געוואקלט .....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כ'דאנק נישט ביז מאכן ליינען אינעם מימע
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

׳׳׳קאפי-פעיסטן דאס פלעמל׳׳׳׳
די ביסט נישט נארמאל גוט! איך רייס מיך פאר געלעכטער(ששש זאג נישט פאר קיינעם אזוי האב איך אויסגעזעין פאריגע וואך)

עניווע דו מיסט שרייבן אפטער, הערסט?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אסותא! האסטו מיר גענומען אויף א רייד... נישט נארמאל! כ'קען דעם אטעם נישט כאפן..

א שיינע פאר זאפטיגע קוואוטס דא, אבער איינס וואס איז מיר שרעקליך געפאלן:

אסותא האט געשריבן:דער זעלבער באשעפער וואס האט געזאגט אז עסיג זאל נישט ברענען, קען זאגן אז ליכט זאל נישט ברענען.

;l;p-
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

כ'קען נישט פינפוינטן וועלכע פאראגראף פונעם ארטיקל איז די היילייט ווייל איך האב נישט געהאט ס'אטעם ביי איטליכע שורה, סארא אויסדריקן דו האסט.

חילי כ'ווייס נישט אויף וועלכע טעמפא דו האסט עס געליינט אבער ווי נאר דער האט געעפענט די טיר צו לויפן אקעגן די שטריימל שטראם צום אפיס האצעך אוטאמאטיש גענומען מיטלויפן מיטעם, פשוט נישט שייך געווען צו ליינען שטייטער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מאנ-יימער האט געשריבן:כ'קען נישט פינפוינטן וועלכע פאראגראף פונעם ארטיקל איז די היילייט ווייל איך האב נישט געהאט ס'אטעם ביי איטליכע שורה, סארא אויסדריקן דו האסט.

חילי כ'ווייס נישט אויף וועלכע טעמפא דו האסט עס געליינט אבער ווי נאר דער האט געעפענט די טיר צו לויפן אקעגן די שטריימל שטראם צום אפיס האצעך אוטאמאטיש גענומען מיטלויפן מיטעם, פשוט נישט שייך געווען צו ליינען שטייטער.

יאפס, דעט וואס מיי פוינט! דער האט עס אראפגעלייגט, אז די הארץ קלאפעניש, איז מיטגעלאפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

נאך אזאלעכע קאמענטן וועל איך מיר אי"ה טרעפן צייט צו לעיזן דעם לאנגן ארטיקל
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זאל דער גרויסער גאט באהיטען די אימשולדיגע וואס מיינען נעבעך אז דא רעדט מען איבער עפעס א סיריעס עראר... איי מין... די מויל קען דאך ווערען דיספארעמט פון די נאכאנאנדע צושפרייטעטע לעפצען פון אויער צו אויער.
סארא וואזשנע פאריקטע מיטמאכענישען דער טרעפט אן!

מ'האמיר אזאנס געלאכט, אזש די ווענט האבן (כמעט) מיטגעלאכט!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

נישט געבליבן קיין אויסדרוקן פאר מיר. אסותאלע קענסט מיר העלפן?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יו, דער אסותא, די מלאכים חחחחחח. בייגעקומען דעם הכנענעי החיתי, קאפי פעיסטן דע פלאם. יו, אסותא ביסט אזוי גוט. און בעיקר קעניינעהארע. חזק!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו ביסט קרעזי?!
געמאכט לאכן פארן דאווענען...?

די מליצות ווי הייב איך אן? קאפי-פעיסט, זי דארף איבערמאכן, בייקומען הכנעני, די סאפעדיגע מלאכים. סאליד!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געליינט אין מי מנוחות,די אויסשפראך וואס דער האט איז צום באלעקען!!
טענקס פארען מיטטיילען אייער איבערלעבעניש...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”