לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

וואס וועט אויסמאכן מיין דאנק, האסקופה הנדרסת, אבער אלס נמנו חבירים לדבר מצוה וויל איך זיך באדאנקן בשער בת רבים פאר די ריינע פארצייטישע תגובה פון הרב לכתחילה.

און צו אלע וואס זארגן וועגן שחוטי חוץ, אז ס'איז נכתב שלא במקומו. דאכציץ אז ס'ווערט פארענטפערט אינעם תגובה, אז ס'עקלט ברעכט מען, אז ס'טוט וויי שרייעט מען, און אז ס'קרענקט צערנט מען, אן קיין פארמעל פארשריפטן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ידיד האט געשריבן:לכתחילה, אייזן שטארק!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

גם אני מצטרף צו א לויב ווערטער וואס זענען געשריבן געווארן פאר "לכתחילה"
קיפ אפ דע גוד ווארק!!!
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפגעטיילט פון דא


אבער אזוי ווי "השכלה" איז "אויט אוו סטייל" - טיילווייז צוליב די קאנסעקווענצען וואס עס האט אין די פארגאנגענהייט געברענגט - איז עס היינט פארשטעקט אין באהאלטענע פארמעס!

עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "די סיסטעם טויג נישט"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט אזוי נאיוו"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מאך זיך נישט נאריש מיט די "אלטע זאכן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מיינסט אוודאי אינדערהיים איז בעסער געווען, הא?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט פון די רעבעזיכרוינעלעבראכע אידן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "פארוואס מעג איך נישט פרעגן?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "היינט איז א אפענע וועלט, די אלע אמאליגע "שקרים" ארבייט שוין נישט"!

און
אזוי קען איך גיין און גיין, אפשרייבן אז די סערווערס דא זאלן קראכען, א ליסטע מיט "נייע" קאוד ווערטער, פון די "אפגרעידעד" השכלה.

"אויפגעקלערטקייט" איז דע נוא "השכלה"!
"אנטי-סיסטעם" איז דע נוא "אנטי-תורה"!!

די אינטערנעט, האט זייער זייער שטארק ארויסגעהאלפן צו די "מערכה"! די "ארויסקריכען" פונעם צוקוועטשטע "צמצום און איינגעצויגענקייט" די "שמאלקייט" וכו'.

און ליידער ליידער, איז די "קש" אין די פראנט אין די מערכה! עס שטעלט זיך נישט אינגאנצען ארויס מיטן גאנצען עק - ווי אסאך אנדערע זייטלן - "דערווייל", אבער ארבייט אויף קעסל און כלים, צו ווייטער טראגן די "וויכטיגע ארבייט" פון "נידער מיט די שמאלקייט"!

לאמיר איין רגע אנרירן מיט וואס דו האסט אנגעהויבן. יא עס איז אמת אז כ'בין באקאנט אין וועלטליכע זאכן אין וויסענשאפט, יא עס איז אמת אז מיין קאפ איז נישט "פארמאכט", אבער:

אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם "שמע בני מוסר אביך ואל תיטוש תורת אמך"!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס אונזערע חז"ל רבי'ס און צדיקים האבן אונז געלערענט!
אלע ווערטער און לערעס פון נוטן און איינשטיין צוזאמען, זענען נישט ווערט די טינט מיט וואס זיי זענען געשריבן, קעגן להבדיל אלף אלפי הבדלות איין תג פון איין אות פון די הייליגע תורה!
די גאנצע וועלט וויסענשאפט, איז נישט ווערט די שמוץ אונטער די נעגל, קעגן וואס איז ביי אונז הייליג און טייער!








איך קען נישט אזוי ווייט די גאנצע נושא איבער די פרנסה ארטיקעל און נאך

אבער אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו

אשריך אייוועלט אז אזעלכע דורכגעטראכטע און תורה'דיגע ניקים געפינען זיך אין אירע ווענט

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

מי לד' אלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

ניגון עתיק האט געשריבן:ב"ה כ'דאנק דעם אייבירשטן אז כ'האב פארפאסט די סעמאטוכע דא, כ'בין נאר אנגעקומען צו דעם אשכול צו לכתחילה'ס ערשטע תגובה דא.

וואס זאל איך זאגן, אילו לא נבנה אתר אייוועלט רק לתגובה זו דיינו....

ב"ה ס'נאך דא מענטשן וואס האבן גלייכע מוחות צווישן אונז, און קענען ארויסברענגען דאס אמת'ע אידישע בליק מיט אזא מין אפענקייט אן קיין פראבלעם וואס דער אדער יענער וועט זאגן, אז ס'לאזט זיך זאגן דערוף: "ברוך שחלק מחכמתו ליראיו".

א הערצליכן ריזיגן דאנק אייך לכתחילה, איז צו ווייניג געזאגט, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

און לויט ווי איך ליין דא, קומט זיך א גרויסן דאנק פאר די מנהלים פאר'ן אפטיילן די האניג פון די מיסט. אזוי אז מ'זאל אפילו נישט דארפן ווערן אנגעשמעקט פון די צואה פשוט פון דורכגיין דערנעבן. כה לחי!

לכתחילה, זייער גוט ארויסגעברענגט וואס קוועטשט מיר.

איך האב אפגעצויגען און נישט צוריק און יענע אשכול נאכען ליינען די פארווארט.

לכתחילה, א סעמפל וויאזוי א איד דארף רעדן, דע מה שתשוב. ליידער פעלט פון כלל ישראל אזעלעכע אידן ווי דיר.

עס איז א גרויסע כבוד פאר אונז, אז ציווישען אונז איז דא אזא איד, פיל מיט ידיעות און אמת'ע ערליכע אויסגעהאלטענע השקפה. און די עיקר, דו ביסט שטאלץ מיט דיין ערליכקייט.

יעצט א ווארט צו די מנהלים.
לכתחילה'ס תגובה דארף ווערן ארויפגעקלעפט אויפן טויער, ווי איינער האט דערמאנט דא, צו געבן דעם טאן פאר נייע באזוכער, וואס אונזער ציל דא איז.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ציפקע האט געשריבן:קאווע שטיבל באשטייט אין פאקט פון זעלבן שניט מענטשן ווי אייוועלט, היימישע יונגעלייט, און סאיז זינלאז און פארפירעריש צו זאגן אז דארט זענען די משכילים, דארט זיצט דיין ברודער שוואגער און שכן און סטאפ מיט די טפשות און שקר פון משכילים ווערסוס די שומרי משמרתו של תורה.

דו מיט דיין פול טיים קאריערע אויף דער אינטערנעט איז נישט ר' הילל קאלאמייער און זיי זענען נישט הירץ וויזל.


ליינעך ב״ה נישט קאווע שטיבל, אבער כקען ב״ה אפאר שרייבער דארט, און אויב די פאר חברה וואס איך קען דערהייבן די דארטיגע צענזור, דאן טאר מען יענעם שוועל נישט איבערטרעטן.

און דאס וואס ער שרייבט ברודער, שוואגער, שכן, ליידער היינט צוטאגס קענען זיי זיין פאלנע אפיקורסים !!! יא, אפיקוסים מיט שטריימל בעקישע ! אפי׳ זיי לעבן די זעלבע לייו סטייל ווי אונז ! און אפי׳ זיי אינדזשויען צו שמועסן די זעלבע טאפיקס ווי אונז ! און אפי׳ זיי האבן רעכטע מיינונגען, עס האט גארנישט מיט השכלה ! דאס איז די שריפט פון היימישע אפיקורסים וואס טרייען זיך צו האלטן חסידיש, און מעשה תם צו רעדן היימיש מיט א מכלומרשטע אדער אפי׳ עכטע גוטע כוונות ! (שטייצעך נישט יעדער דארט, אבער טייל).

מיר האבן שוין גענוג געליטן פון הייד פארק ! גענוג שטיקער געריסן פון אונז !

זאגט מיר איינער אזא אפיקורס אז ער איז זייער דיסעפוינטעד אויף די גאנצע מערכה קעגן אינטענעט און אויף איי וועלט וכדו׳, למעשה מוטשעט ער זיך אז ער איז אנדערשט ווי זיין ארום, האט ער געהאלטן אז נאך אפאר יאר די זאך גייט אזוי וועט רוב כלל ישראל זיין אזוי ווי אים ח״ו, און למעשה האט מען עס געסטאפט, די גרויסע מערכה קעגן אינטערנעט און די גוואלדיגע עקשנות אויף א ריינעם פורום האט אים היבש דיסעפוינטעד, ער ברויך זיך נאך ווייטער מוטשענען.... למעשה יענער שרייבט אויף קאווע שטיבל, דא זאגט ער איז א הינערשטייג....

הרב לכתחילה, נאך צוויי דריי אזעלעכע שטיקלעך.... דאס איז א סגולה קעגן רוחות רעות......
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מוראדיגע רייד!!! "חילך" לאורייתא, דו ווייסט גארנישט ווי גוט די זאגסט!

וואס איך פארשטיי בכלל נישט איז, וואס אין די וועלט וויל א שרייבער אין קש פון די ליינער אויף איי וועלט. האסט אפגעשריבן א תגובה במקום טינופת, דער ציבור דארט האט די העפליך באלייקט, וואס זוכסטו דא?

אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די וואס ווילן דא פארטיידיגן קש, אני הגבר האב א שטיק צייט זיך געדריידט דארט, און קיינער זאל מיר נישט פארקויפן קיין באבקעס, איך וויל נישט דא אויספויקן אלע דברי בלע וואס איך האב דארט צוזאם געזעהן, ליצנות מכל הקודש לנו מידי יום ביומו, ביטול וזלזול על דברי חז"ל, אפענע כפירה און באהלטענע כפירה, ניבול פה, וכו' וכו' וואס א יוד מיט אמונה בה' קען נישט און טאר נישט פארנעמן.
יעדע עובדא, מוסר השכל, וואס קען מעורר זיין א יוד, וואס קען מחזק זיין די אמונה בה', וואס קען מאמת זיין דברי חז"ל, וואס קען אויפהייבן די כבוד פון צדיקים, וואס קען ארויסברענגן די שיינקייט פון כלל ישראל, ווערט גלייך אפגעפרעגט, אפגעחוזקט, בטל ומבוטל כעפרא דערעא.

בכלל איז בולט וואס דער ציל פונעם סייט איז, ווען עס קאכט זיך א נייעס אין די וועלט, שלאפט ממש די סייט, איינצעלע תגובות, און אפילו דאס איז בכלל נישט אינפארמאטיוו, אבער ווען עס רעדט זיך פון א זאך וואס קען פארשווארצן דעם פנים פון כלל ישראל, איז יעדער אויף, מען שרייבט און פירקעלט איינער ערגער פונעם צווייטן (למשל ביי די קלויזענבורגע שריפת חמץ האט די סייט געלעבט אויף אלע באקן, אבער ביים ר' מנחם שטארק האט מען זיך בעיקר באצויגען צו זיינע נכסים און עסקים ודי, און אנדייטונגען אז עס איז חס ושלום געווען יד ישראל באמצע).

די לופט דארט איז אנגעזאפט מיט שנאת ישראל ממש צום ברעכן. אומצאליגע אשכולות איז אראפגעשטעלט צו באשמיצען און באוואשען דעם ערליכן ציבור.לעומת זה דער גוי, ער איז גאר דער העלד, דער נאבעלער מענטש.
בנוסף לזה שרייבן דארטן כופרים גמורים אשר נקבעו בשמות, ניטאמאל עפענען זיי א ניק נעים, נאר זיי שרייבן מיט זייער נאמען, און זיי ווערן דארט ענטפאנגען ביותרת הכבוד.

וכהנה וכהנה רבות, וואס עס איז נישט פאסיג אויסצושמוסען משום הרחק מן הכיעור.
דאס איז אבער איינמאל זיכער אז עס איז לויטער פראוואקאציע מצד די שרייבער דארט אנצוזייען א סומטאכע דא, און עס איז לכאורה די פארלאנג פון די שרייבער דאהי: גייטס ענק לחיים ולשלום, פארברענגטס אויף קאווע כל היום וכל הלילה, לאכטס פון אונזערע רביס נבג"מ, באוואשטס כלל ישראל, און טוטס ככל העולה על רוחכם, אבער אונז לאזט אפ, מיר ווילן זיין צוקוועטשט, מיר גלייבן און תורת משה און מיר זענען שטאלץ דערמיט, מיר גלייבן אין "יעדע" ווארט פון חז"ל אן קיין פשרות, מיר זענען נכנע אונטער דעם הייליגן בעל שם טוב ותלמידיו זכותם יגן עלינו, מיר ווארטן אויף ביאת משיח צדקינו, און מיר זענען בכלל נישט נייגעריג צו לעזן אייערע געשרייבאכטס, מיר דארפן נישט אייער הילף, מיר דארפן נישט אייערע עצות.

סוף זמן ק"ש!!
לעצט פארראכטן דורך בוידעם אום מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצונינו לעשות רצוניך.
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנה קריכער »

באמת א שכח גיוואלדיג!
דאס קש צימישט סתם די מענטשהייט . לאזט איבער דעם ליינער ווי א נער אין מיטן גאס אנע בגדים. סתם אנטי טראדישען מסורה. איך מיין איעדער אן אוסנאם וויל ביי די אייגענע קינדער א געוויסע מסורה נארמאלקייט. סאו וואס איז די ציל קיין ווי, סתם צי באקומען די געפיל פין א חכם,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בוידעם האט געשריבן:סוף זמן ק"ש!!

;l;p-
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

בוידעם האט געשריבן:מוראדיגע רייד!!! "חילך" לאורייתא, דו ווייסט גארנישט ווי גוט די זאגסט!

וואס איך פארשטיי בכלל נישט איז, וואס אין די וועלט וויל א שרייבער אין קש פון די ליינער אויף איי וועלט. האסט אפגעשריבן א תגובה במקום טינופת, דער ציבור דארט האט די העפליך באלייקט, וואס זוכסטו דא?

אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די וואס ווילן דא פארטיידיגן קש, אני הגבר האב א שטיק צייט זיך געדריידט דארט, און קיינער זאל מיר נישט פארקויפן קיין באבקעס, איך וויל נישט דא אויספויקן אלע דברי בלע וואס איך האב דארט צוזאם געזעהן, ליצנות מכל הקודש לנו מידי יום ביומו, ביטול וזלזול על דברי חז"ל, אפענע כפירה און באהלטענע כפירה, ניבול פה, וכו' וכו' וואס א יוד מיט אמונה בה' קען נישט און טאר נישט פארנעמן.
יעדע עובדא, מוסר השכל, וואס קען מעורר זיין א יוד, וואס קען מחזק זיין די אמונה בה', וואס קען מאמת זיין דברי חז"ל, וואס קען אויפהייבן די כבוד פון צדיקים, וואס קען ארויסברענגן די שיינקייט פון כלל ישראל, ווערט גלייך אפגעפרעגט, אפגעחוזקט, בטל ומבוטל כעפרא דערעא.

בכלל איז בולט וואס דער ציל פונעם סייט איז, ווען עס קאכט זיך א נייעס אין די וועלט, שלאפט ממש די סייט, איינצעלע תגובות, און אפילו דאס איז בכלל נישט אינפארמאטיוו, אבער ווען עס רעדט זיך פון א זאך וואס קען פארשווארצן דעם פנים פון כלל ישראל, איז יעדער אויף, מען שרייבט און פירקעלט איינער ערגער פונעם צווייטן (למשל ביי די קלויזענבורגע שריפת חמץ האט די סייט געלעבט אויף אלע באקן, אבער ביים ר' מנחם שטארק האט מען זיך בעיקר באצויגען צו זיינע נכסים און עסקים ודי, און אנדייטונגען אז עס איז חס ושלום געווען יד ישראל באמצע).

די לופט דארט איז אנגעזאפט מיט שנאת ישראל ממש צום ברעכן. אומצאליגע אשכולות איז אראפגעשטעלט צו באשמיצען און באוואשען דעם ערליכן ציבור.לעומת זה דער גוי, ער איז גאר דער העלד, דער נאבעלער מענטש.
בנוסף לזה שרייבן דארטן כופרים גמורים אשר נקבעו בשמות, ניטאמאל עפענען זיי א ניק נעים, נאר זיי שרייבן מיט זייער נאמען, און זיי ווערן דארט ענטפאנגען ביותרת הכבוד.

וכהנה וכהנה רבות, וואס עס איז נישט פאסיג אויסצושמוסען משום הרחק מן הכיעור.
דאס איז אבער איינמאל זיכער אז עס איז לויטער פראוואקאציע מצד די שרייבער דארט אנצוזייען א סומטאכע דא, און עס איז לכאורה די פארלאנג פון די שרייבער דאהי: גייטס ענק לחיים ולשלום, פארברענגטס אויף קאווע כל היום וכל הלילה, לאכטס פון אונזערע רביס נבג"מ, באוואשטס כלל ישראל, און טוטס ככל העולה על רוחכם, אבער אונז לאזט אפ, מיר ווילן זיין צוקוועטשט, מיר גלייבן און תורת משה און מיר זענען שטאלץ דערמיט, מיר גלייבן אין "יעדע" ווארט פון חז"ל אן קיין פשרות, מיר זענען נכנע אונטער דעם הייליגן בעל שם טוב ותלמידיו זכותם יגן עלינו, מיר ווארטן אויף ביאת משיח צדקינו, און מיר זענען בכלל נישט נייגעריג צו לעזן אייערע געשרייבאכטס, מיר דארפן נישט אייער הילף, מיר דארפן נישט אייערע עצות.

סוף זמן ק"ש!!

נישט געקענט בעסער זאגן רב בוידעם.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אלטע איד האט געשריבן:פארמעקט

זונטאג פלעגט דער ליובאוויטשער רבי "טיילן דאלארן" כידוע. עס פלעגן אריבערגיין דארט "אלע" סארט אידן, פון יעדע קרייז און יעדע אפשטאם, און מ'פלעגט אויסנוצן דאן די געלעגנהייט צו מזכיר זיין אדער אנפרעגן - איש לפי ערכו והשגתו - בכל עניני העולם רוחניות וגשמיות. מאנכע פלעגן דאן אויסנוצן די געלעגנהייט צו איבערגעבן ספרים און ביכער וואס זיי האבן פארפאסט וכדומה - אלעס אין גאר קורצע מינוטין. סאיז פארשטייט זיך דא ווידאו פון דאס אלעס, און ס'איז זייער אינטרעסאנט ווי ער ענטפערט כדרכו פאר יעדעם א קורץ און שארפע ענטפער.

איז מיר לעצטענס אונטערגעקומען צו זעהן א קליפ פון אזא מעמד. אינמיטן קומט צו גיין אן אסימילירטע איד, און ער שטעלט זיך פאר מיט'ן גאנצן פעסטקייט אז ער שטאמט פון אידן אבער ער האט ל"ע געטוישט גלויבונג - און ער לייגט צו: אז ער שפירט זייער צופרידן מיט זיין טויש, אזש ער איז גליקליך און ס'פעלט איהם גארנישט...

אין קורצן איז געווען זיין תשובה: דו ביזט נעבעך זייער זייער קראנק. און ווען א חולה טענה'ט פאר'ן דאקטער, וואס ווילסטו פון מיר איך בין דאך געזונט און שטארק, איז דאס אן אנדייטונג אז די מחלה איז נאך פיל פיל טיפער ווי געראכטן, אזוי ווייט אז ער שפירט נעבעך נישט אז ער איז גאר שטערבליך קראנק...

יענע קראנקע זכר, האט זיך נעבעך ווייטער געהאלטן ביי דאס זייניגע... און פאר'ן אוועקגיין האט ער איבערגעגעבן א קונטרס וואס ער האט לעצטענס געשריבן וועגן זיין גלויבונג. דער ליובאוויטשער רבי האט דאס איבערגענומען פון איהם און געזאגט, די סיבה פארוואס איך נעם עס בכלל איבער, ווייל אזוי האסטו איין קונטרס ווייניגער אויסצוטיילן פאר אנדערע מענטשן וואס וועלן חלילה אריינקוקן וואס דו שרייבסט, און אזוי רעדנ'דיג האט ער אוועקגעשליידערט דעם ביכ"ל אונטער זיך.

------

כלפי מה דברים אמורים:
"חסידישע אינגערמאן, דאווענט מיט מנין, האט א חבורתא" - יא, יא, אט דאס אלעס קען מען זאגן אויף מיר אויך. מיט דעם אלעם רוף איך אויס דא ברבים "חטאתי עויתי פשעתי" - פאר א וויילע פלעג איך זיך דרייען אין יענע שמוציגע "שטיבל" און געטרונקן פון ענקער פארדארבענע "קאווע" און ליידער האט עס פארדארבן מיין מאגן!

אין די צייט וואס מיין פילטער האט בלאקירט אפיציעלע שמוציגע סייטס, איז "קש" געווען די איינציגע סייט פון ווי איך האב מיר אנגעליינט מיט כל דבר אסור. רכילות, זוהמא, אפיקורסות, וליצנות מכל הקודש לנו.

אין יענע וואכן וואס איך בין געווען עדיקטעד דערצו, האב איך אויך נישט געשפירט אז איך בין קראנק. ערשט ווען איך האב גענומען די קוראזש אליינס צו בלאקירן יענע סייט מיט א פעסווארד וואס נאר מיינס א חבר האט, האב איך צוביסלעך אנגעהויבן איינזעהן אין וואסערע בלאטע וטינופת איך בין געווען איינגעטינקן. זאל מיין עפנטליכע הודאה ברבים דינען אלס כפרה פאר די שעות וואס איך האב געשעפט פון יענע ביטערע סם המות, און צוגעגאסן מיט מיין פענע צו די מים סרוחים ומאררים.

-----

עס זענען דא וואס טענה'ען מיט רעכט. פארוואס זאל מען לאזן יענע חברה אהער קומען פארקויפן זייערע ביליגע ווערק, און ווען איינער קומט יא מיט זיין מאסק אנגעטוהן, זאל מען איהם טאטאל איגנארירן. ס'איז הונדערט פראצענט אמת אז זיי פארדינען נישט אז מען זאל זיך בכלל וויסן מאכן פון זיי.

אבער איין מינוט, אזויפיל פארדינט מען יא: אין די צייט וואס זיי קומען אהער שרייבן און טענה'ן, ווערן זיי געראטעוועט פון די ביטערע עון פלילי - דהיינו ליינען און שרייבן אויף ק"ש...

-----

הנהלה, אחראים, וכותבי "אייוועלט" - אשריכם! אשריכם! ומי מטהר אתכם אביכם שבשמים! ענק האבן סייעתא דשמיא אויפצוהאלטן אזא ריינע ערליכע מקום, וואס דינט ווי א מקום מקלט ווען איינער לויפט ארום אין גלות.

א באזונדערע שכח פאר "לכתחלה אריבער" פאר אויפלאמען די הערצער דא, מיט אזעלכע טרעפליכע דברים כדרבונות!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

תשובה ברבים, wow השם הטוב יכפר.
דאס וואס דו שרייבסט אז זייער דא זיין איז א תועלת איז מן הסתם א ווערטל ווייל אנדערש ווי דעם ביכל וואס דער רבי האט אוועקגעווארפן לייענט מען אבער וואס די אפיקורסים שרייבן.

דער גרעסטער פראבלעם איז טאקע וואס דו שרייבסט, אז פילטערס בלאקן עס נישט. ס'וואלט געווען א מצוה גדולה צו טון דערין.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

מיללער האט געשריבן:לכתחלה שרייט מנהמת לבו אקעגן קאווע שטיבל, ס'קען זיין ער איז כשר גערעכט, אבער אין דעם אשכול האט דאס נישט קיין פשט.

ס'קען זיין ? ביסט נישט זיכער דערין ... אז דארט איז נבילה וטריפה ???
האלטס אונז דא אזוי נאאיוו אז איינער דא וועט מיינען אז דו ווייסט פשוט נישט וואס מען פרעדיגט דארט אין אלגעמיין ?... ס'קען זיין ?

פון א ספר תורה שכתבה מין האסטו שוין געהערט וואס די הלכה איז ?

וויזוי האט נאר איינער מיט סימפאטיע צו די דארטיגע משכילים געשריבען דא פריער "ראו מה בין מיללער לכתחילה"...

האסט דיך שיין דערלעבט אז זיי דארטן גלייכן דיך...

חילי, פאר דיר וואלט איך געגאסן א גאלדענע מעדאל.
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

מחותן האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:לכתחילה, אייזן שטארק!


יעדער ווארט צוצולייגן איז איבריג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ייש"כ לכתחילה.

איר זיינט ביטער גערעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

א הילכיגן דאנק הרב לכתחילה פארן נעמען דעם אומץ ארויסצוזאגן וואס כמעט יעדער דא אויפן וועלטל טראכט!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטראשעלע האט געשריבן:א הילכיגן דאנק הרב לכתחילה פארן נעמען דעם אומץ ארויסצוזאגן וואס כמעט יעדער דא אויפן וועלטל טראכט!


מי אנכי לבוא אחרי הרבנים החשובים שכבר תמכו ידיהם בעזר וסעד לדברי ידידינו הרב מלכתחלה שליט"א, וקראו עליו שפתים ישק משיב דברים נכוחים!

גם אני הקטן מצטרפנא לדבריהם, להכות על קדקדם של הני בריוני ואינשי דלא מעלי, שממלאים את חלל העולם בדברי בוז וקלון וגם לרבות דברי מינות וכפירה, ונותנים יד לפושעים להעלות על הכז"ב את דעותיהם והשקפתיהם מעלמא דשיפלותא, אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, ויסכר פי דוברי שקר.

החותם בכאב,
יעקב דובער המכונה מיללער
פה עיר תהלה, סקרענטאן יצ"ו
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מודים דרבנן היינו שבחייהו!!!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

סטראשעלע האט געשריבן:א הילכיגן דאנק הרב לכתחילה פארן נעמען דעם אומץ ארויסצוזאגן וואס כמעט יעדער דא אויפן וועלטל טראכט!

איך בין לעצטענס געווען א שבת מיט א גרופע אויף די בערג, במשך דעם שבת ביים פארברענגן האב איך און אנדערע באמערקט אויף איינעם אז ער איז היבש פארפארן, מאכט אוועק יעדע זאך, וכו', עס האט מיר זייער געוואונדערט, ער איז געווען גאנץ א נארמאלער מענטש, אינמיטן האט ער זיך געגעבן א רוף אן, כ'האב געליינט אויף ק"ש...
און אלעס איז געווארן פארשטענדליך.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

לכאורה האט געשריבן:מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

דער תהילים איד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:א הילכיגן דאנק הרב לכתחילה פארן נעמען דעם אומץ ארויסצוזאגן וואס כמעט יעדער דא אויפן וועלטל טראכט!


מי אנכי לבוא אחרי הרבנים החשובים שכבר תמכו ידיהם בעזר וסעד לדברי ידידינו הרב מלכתחלה שליט"א, וקראו עליו שפתים ישק משיב דברים נכוחים!

גם אני הקטן מצטרפנא לדבריהם, להכות על קדקדם של הני בריוני ואינשי דלא מעלי, שממלאים את חלל העולם בדברי בוז וקלון וגם לרבות דברי מינות וכפירה, ונותנים יד לפושעים להעלות על הכז"ב את דעותיהם והשקפתיהם מעלמא דשיפלותא, אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, ויסכר פי דוברי שקר.

החותם בכאב,
יעקב דובער המכונה מיללער
פה עיר תהלה, סקרענטאן יצ"ו


אם בארזים נפלו שלהבת של קנאת ה' שמורינו הרב שליט"א הצטרף לדברי חבריי היקרים, אינכם צריכין לדידי, אלא אגלה לכל שקראתי עכשיו התגובה היקראה, ומנהמת לבי אקרא לידיד כל בית ישראל הרב לכתחלה: פון אלע דיינע רייכע טייערע ארטיקל'ן איז דאס דע בעסט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'וויל נישט מגיב זיין אין א אשכול וואו א כופר שרייבט (איינער וואס איז אוי ק"ש איז א כופר אין מיין מיינונג עכ"פ), אבער דאס שרייבט דארט שטארק זיך, און טאקע ערב תשעה באב, נאדיר איינס ;l;p-

שטארק זיך האט געשריבן:צו דיר שמעקעדיג,

דו זעהסט אנדערשווייז קלוגע אידן, און פלוצים ווען עס קומט צו קאווע/נוצרים/כופרים אדג. ווערן זיי נאריש און פאר'תמ'ט, דעפרעסט און ווייסעכוואס נאך; און עס פאלט דיר גארנישט איין אז דער פראבלעם איז גאר ביי דיר??

גיי דיר וואו די שווארצע פעפער וואקסט, גיב נישט קיינע עצות, ראטעווע אונז נישט...

(וראוי לעיין בדברי יחזקאל עה"פ: הלא אח עשיו ליעקב)
(
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

מ'דארף חזר'ן די דיבורים ק: לכתחילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "די סיסטעם טויג נישט"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט אזוי נאיוו"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מאך זיך נישט נאריש מיט די "אלטע זאכן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מיינסט אוודאי אינדערהיים איז בעסער געווען, הא?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט פון די רעבעזיכרוינעלעבראכע אידן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "פארוואס מעג איך נישט פרעגן?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "היינט איז א אפענע וועלט, די אלע אמאליגע "שקרים" ארבייט שוין נישט"!

אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם "שמע בני מוסר אביך ואל תיטוש תורת אמך"!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס אונזערע חז"ל רבי'ס און צדיקים האבן אונז געלערענט!
אלע ווערטער און לערעס פון נוטן און איינשטיין צוזאמען, זענען נישט ווערט די טינט מיט וואס זיי זענען געשריבן, קעגן להבדיל אלף אלפי הבדלות איין תג פון איין אות פון די הייליגע תורה!
די גאנצע וועלט וויסענשאפט, איז נישט ווערט די שמוץ אונטער די נעגל, קעגן וואס איז ביי אונז הייליג און טייער!
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

Wow
אזוי גוט ארויסצוברענגען וואס קוועטשט אין הארץ.
דאס איז נישט ארויסגעשאקלט פון ארעם ארויס, עס האט דיר זיכער געקאסט צייט כח און מוח, אשרי לך ואשרי חלקך, פאר'ן זיך מצמצם זיין און ארויסברענגען, מ'דארף דאס חזר'ן און געדענקן.
ביי די וועי, דאס האט נישט דיקא מיט ".." דאס איז אייזן פאר'ן שמועס ביים שלום זכור, אין ביהמ"ד נאכ'ן שיעור, ביי די חתונה סעודה און ווי נישט.

ישר כחכם
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”