א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
זייער רירענד און הארציג
אוי טאטע קוק וואס פארא קינדער דו האסט
קען מען דאס אנכאפן און אפשאצן ??
http://www.breslevcity.co.il/נפרדים-ממל ... ילו-בהסתרה

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:1951
1949 אדער 1950.
1951 מאן דכר שמי'?
לאמיר אריינקומען קלארער:
אין גמרא זעען בפשטות מיר אז דער חורבן איז געווען אין יאר ג'תתכ"ח, וואס לויט דעם שטייען מיר 1951 יאר פונעם חורבן. למעשה איז דא א מחלוקת הראשונים צי ס'איז געווען ג'תתכ"ח אדער ג'תתכ"ט, דהיינו 1951 אדער 1950, לכאורה. אבער דער אמת איז אז די גמרא האט גערעכנט מיט אן אנדערן חשבון ווי אונז, ווייל מיר לייגן צו איין יאר צום חשבון, און דעריבער קומט אויס אז דער חורבן איז געווען 1950 אדער 1949 יאר צוריק, ווי חוח בין השושנים שרייבט. לויט דער (גוי'שער) היסטאגראפיע איז עס געווען אין יאר 70 למספרם, וואס דאס איז שנת ג'תת"ל - 1949 יאר צוריק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
ס'נישט נאר לויט די גוי'אישע היסטאריאגראפיע אז מ'שטייט יעצט ביי שנת 1950 לחורבן הבית, נאר אויך לויט חז"ל. נאר דאס וואס חז"ל רופן אן שנת ג' אלפים תתכ"ח, רופן מיר אן ג' אלפים תת"ל, און עס ווענדט זיך טאקע אין די פארשידענע סארט ציילונגען בתחילת שנות היצירה. אין איינע פון די קובצים (כ'מיין די לעצטע הפעמון) איז עס געווען שיין מבואר. און דאס איז גאנץ באקאנט.
---
שוין יארן וואס ס'ליגט מיר אויפן געדאנק, אז דאס וואס די גויים ציילן זייער 'למספרם' יאר, למשל דאס יאר איז שנת 2020 למספרם, איז פאר אונז א דערמאנונג וויפיל יאר אונז זענען אין גלות, אן א בית המקדש, אן א מקום פאר השראת השכינה.
מיום שהוקם המשכן בימי משה רבינו, אין מדבר סיני, האבן מיר אייביג געהאט א משכן אדער בית המקדש, כאטש דער משכן האט געוואנדערט פון גלגל צו שילה אא"וו.
70 יאר איז געווען א ווייטאגליכער הפסק ביי גלות בבל. און יעצט האלטן מיר ביי 1950 בלוטיגע יארן פונעם יעצטיגן לאנג פארצויגענעם גלות. אינאיינעם איז 2020.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
גרשון האט געשריבן:
אין גמרא זעען בפשטות מיר אז דער חורבן איז געווען אין יאר ג'תתכ"ח, וואס לויט דעם שטייען מיר 1951 יאר פונעם חורבן. למעשה איז דא א מחלוקת הראשונים צי ס'איז געווען ג'תתכ"ח אדער ג'תתכ"ט, דהיינו 1951 אדער 1950, לכאורה. אבער דער אמת איז אז די גמרא האט גערעכנט מיט אן אנדערן חשבון ווי אונז, ווייל מיר לייגן צו איין יאר צום חשבון, און דעריבער קומט אויס אז דער חורבן איז געווען 1950 אדער 1949 יאר צוריק, ווי חוח בין השושנים שרייבט. לויט דער (גוי'שער) היסטאגראפיע איז עס געווען אין יאר 70 למספרם, וואס דאס איז שנת ג'תת"ל - 1949 יאר צוריק.
וואו איז די מחלוקת הראשונים?
אגב האב איך פונקט געליינט דעם בארימטן ויכוח פונעם רמב"ן אין בארצעלאנע, און ער מאכט דארט די חשבונות פונעם חורבן. פון זיינע ווערטער קומט מיר אויס אז ער האט יא געהאלטן אז דער חורבן איז געווען ג' תתכ"ח, און טאקע לויט אונזער צייט-רעכענונג.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
גלייכגילטיג האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:

אדרבה ציטיר זיינע ווערטער פון דארט, ס'איז אינטערעסאנט צו זען.
דער מחלוקת איז ביי הלכות שמיטה. כ'געדענק נישט אלע מקורות, אבער זע תוספות ע"ז דף ט, ב.
חוח בין השושנים האט געשריבן:נאר דאס וואס חז"ל רופן אן שנת ג' אלפים תתכ"ח, רופן מיר אן ג' אלפים תת"ל.
צ"ל ג'תתכ"ט. בלויז די ראשונים וואס האלטן אז דער בית שני איז געשטאנען 421 יאר שטימען מיט דער היסטאראגראפיע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
באקומען א שיינע סטעטוס לתשעה באב
- אטעטשמענטס
-
- 1.jpeg (76.03 KiB) געזען 3964 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
- אטעטשמענטס
-
- 2.jpeg (79.44 KiB) געזען 3964 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
- אטעטשמענטס
-
- 3.jpeg (40 KiB) געזען 3964 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
גרשון האט געשריבן:גלייכגילטיג האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:
אין גמרא זעען בפשטות מיר אז דער חורבן איז געווען אין יאר ג'תתכ"ח, וואס לויט דעם שטייען מיר 1951 יאר פונעם חורבן. למעשה איז דא א מחלוקת הראשונים צי ס'איז געווען ג'תתכ"ח אדער ג'תתכ"ט, דהיינו 1951 אדער 1950, לכאורה. אבער דער אמת איז אז די גמרא האט גערעכנט מיט אן אנדערן חשבון ווי אונז, ווייל מיר לייגן צו איין יאר צום חשבון, און דעריבער קומט אויס אז דער חורבן איז געווען 1950 אדער 1949 יאר צוריק, ווי חוח בין השושנים שרייבט. לויט דער (גוי'שער) היסטאגראפיע איז עס געווען אין יאר 70 למספרם, וואס דאס איז שנת ג'תת"ל - 1949 יאר צוריק.
וואו איז די מחלוקת הראשונים?
אגב האב איך פונקט געליינט דעם בארימטן ויכוח פונעם רמב"ן אין בארצעלאנע, און ער מאכט דארט די חשבונות פונעם חורבן. פון זיינע ווערטער קומט מיר אויס אז ער האט יא געהאלטן אז דער חורבן איז געווען ג' תתכ"ח, און טאקע לויט אונזער צייט-רעכענונג.
אדרבה ציטיר זיינע ווערטער פון דארט, ס'איז אינטערעסאנט צו זען.
אט זענען די ווערטער פונעם רמב"ן, וואס איז - לויט ווי די היסטאריע זאגט - געזאגט געווארן בשנת ה' כ"ג, ולמס' 1263.
ועתה אפרש לעיני העמים פירוש זה הפסוק, אעפ"י שיקשה ליהודי אשר בכאן. הוא אומר כי מעת שהוסר עולת התמיד עד שיתן משומם השקוץ שהסיר אותה, והוא עם רומה המחריב הבית, יהיו שנים אלף ומאתים ותשעים, כי ימים הנזכרים בכאן הם שנים, כמו ימים תהיה גאולתו, וכן מימים ימימה, וכן מימים או עשור. ואח"כ אמר דניאל אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלושים וחמישה. הוסיף חמישה וארבעים שנה.
והעניין כי לזמן הראשון יבא המשיח ויתן השקוץ העובד ללא א-להים, משומם וכלה מן העולם. ואחרי כן יקבץ נידחי ישראל אל מדבר העמים, כמו שנאמר והולכתיה המדברה ודברתי על לבה, ויביא ישראל לאדמתם כעניין שעשה משה רבינו ע"ה הגואל הראשון, ויהיו מ"ה שנים. ואחר כן ינוחו ישראל על אדמתם, וישמחו בה' א-לוהיהם ובדוד מלכם, ואשרי המחכה (ויגיע) לימים הטובים ההם.
והנה יש עתה מזמן החורבן אלף ומאה ותשעים וחמישה שנים. אם כן יחסרו מן המספר שאמר דניאל צ"ה שנים. ואנו מקווים שיבוא הגואל לזמן ההוא, כי הפירוש הזה נכון והגון הוא. וקרוב להאמין בו.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
תשעה באב תש"פ
מיר נעמען נאכאמאל ארויס אונזער קינות'ל און מיר זעצן זיך נאכאמאל ארופ אויף דע ערד און מיר באוויינען דע צער השכינה וואס איז שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין דעם ביטערע גלות.
וואס איז מיין געפיל אנדערש היי יאר, איך בין געזיצען פאר א יאר און נאך א יאר וכו' וכו', לאמיר זיך נישט נערן מיר לעבן אין א פארגרעבטע וועלט, מען איז פארנימען מיטן זיך פון צופרי ביז באנאכט, קוים וואס מען האט צייט זיך אפצישטעלן און אריין טראכטן מה חובתי בעולמי, ווער רעדט נאך פון דעם ציפית לישועה, אז עס קימט תשעה באב וויאזוי איז מעגליך אפילו צי האבן דעם מיטגעפיל מיט אונזער טאטן אין הימל וואס שרייט קלנו מראשי.
לאמיר גיין א טריט ווייטער, מיר לעבן אין וועלט פון כלו לוקסוס, מיר בויען זיך הייזער אויפן שענסטען פארנעם, מען מאכט זיכער אז עס איז אזוי גיט געבויט אז דע איר אייניקלעך זאלן קענען דארט וואוינען, און דער אייבישטער העלפט מען איז מצליח מיט דע פרנסה ברויך מען זיך שוין אויפרייסען אז דע אויגן פון דע שכן זאל פארברענט ווערן, יעצט זאל זיך נאר דערוואגען משיח אנציריקען, פינקט יעצט ווען איך האק א לעבן, ביטע קום צוריק אביסעלע שפעטער, דאס לעבן מיינער איז מיר צי זיס.
אפשר עקסטרעם ארויסגעברענגט, אבער לאמיר זיין אמתדיג מיט זיך ווען קיינער קיקט נישט, וויפיל מאל טרעפן מיר זיך אין אזעלכע מחשבות.
חס ושלום צי זאגן אויף כלל ישראל אז מיר ווארטן נישט ארויס אויף משיח צדקינו אז ער זאל שוין קימען בקרוב, אבער וואס פאר א באדייט האט אונזער ציפית לישועה, פארנעמט ער דעם אויבן אן אדער מהיכי תיתי.
היי יאר זענען אונזערע געפילן גאר אנדערש, מיר זענען / גייען אדורך א שווערע תקיפה, מען האט אוועק געריסן פון אונז דאס שענסטע, יא מיר זענען געזיצען איינגעשפארט א לאנגע צייט, מיר האבן געהאט אסאך צייט צו טראכטען, מיר זענען געווען זיכער ערב פסח אז מיר גיימיר עסן דעם קרבן פסח און ירושלים עיר הקודש, מען האט געקענט טאפן אין דע ליפט עפעס רידערט זיך, וועלטן דרייען זיך איבער, פסח איז געקימען און נאכאמאל האבן מיר געדארפט ליידער נאר זאגן דעם זכר למקדש כהלל, או ואובי אזא אנטוישונג, ער איז ליידער נישט אנגעקומען.
מיר זעצן זיך ארופ תש"פ נישט סתם נאכאמאל, מיר זעצן זיך ארופ צעבראכן, טאטע וויאזוי האלטסטו אויס דע צער פון דיין פאלק, מיר זענען באמת גרייט די זאלסט אונז ארויסנעמען פון דא.
טאטע אין הימעל די האסט נישט באנקראטירט, די האסט אונז געשיקט א דערמאנונג, מיר האבן זיך עטוואס אויפגעכאפט פונעם טיפן דרימעל, מיר ווילן צוריק אהיים קימען צו דיר.
זאלן מיר זוכה זיין צי פייערען דעם תשעה באב דע גאולה שלימה. אמן

איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
- ראש המערכה
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
- לאקאציע: Upstate
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
שיין שיין!
איי, וויפוהל הונדערטער אידן איז היינט שוין נישט דער ערשטע מאהל דאס יאר וואס זיי זעצן זיך אויף דער ערד און קלאגן... ומחה ה' דימא מעל כל פנום.

אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
גלייכגילטיג האט געשריבן:אגב האב איך פונקט געליינט דעם בארימטן ויכוח פונעם רמב"ן אין בארצעלאנע, און ער מאכט דארט די חשבונות פונעם חורבן. פון זיינע ווערטער קומט מיר אויס אז ער האט יא געהאלטן אז דער חורבן איז געווען ג' תתכ"ח, און טאקע לויט אונזער צייט-רעכענונג.
ביסט גערעכט, ס'איז טאקע אזוי משמע.
למעשה איז שווער אנצונעמען אז דער רמב"ן האט באמת אזוי געהאלטן, וויבאלד ס'איז מוסכם אלס דבר פשוט אין א צאל ראשוני ספרד אז מ'רעכנט נישט ווי חז"ל (זע צב"ש רמב"ם הלכות שמיטה ויובל פ"י ה"ב). ס'איז מעגליך אז עמיצער האט "מגיה" געווען דעם ספר הוויכוח אז ס'זאל "שטימען", אדער אז דער רמב"ן האט אנגעכאפט א דרך קצרה, נישט ווילנדיג אריינגיין אין הסברים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
גרשון האט געשריבן:גלייכגילטיג האט געשריבן:אגב האב איך פונקט געליינט דעם בארימטן ויכוח פונעם רמב"ן אין בארצעלאנע, און ער מאכט דארט די חשבונות פונעם חורבן. פון זיינע ווערטער קומט מיר אויס אז ער האט יא געהאלטן אז דער חורבן איז געווען ג' תתכ"ח, און טאקע לויט אונזער צייט-רעכענונג.
ביסט גערעכט, ס'איז טאקע אזוי משמע.
למעשה איז שווער אנצונעמען אז דער רמב"ן האט באמת אזוי געהאלטן, וויבאלד ס'איז מוסכם אלס דבר פשוט אין א צאל ראשוני ספרד אז מ'רעכנט נישט ווי חז"ל (זע צב"ש רמב"ם הלכות שמיטה ויובל פ"י ה"ב). ס'איז מעגליך אז עמיצער האט "מגיה" געווען דעם ספר הוויכוח אז ס'זאל "שטימען", אדער אז דער רמב"ן האט אנגעכאפט א דרך קצרה, נישט ווילנדיג אריינגיין אין הסברים.
מער אנהייב פונעם וויכוח, ביים רעדן איבער'ן מדרש איכה אז משיח איז געבוירן געווארן אינעם טאג פונעם חורבן, זאגט דער רמב"ן:
אם כן אין ישו משיח כאשר אמרתם, שהוא קודם החורבן נולד ונהרג, ולידתו קרוב למאתיים שנה קודם החורבן לפי האמת, ולפי חשבוניכם ע"ג שנה.
ס'איז אנגענומען אז ישו איז געבוירן געווארן 4 יאר פאר דער צייט רעכענונג למספרם. לויט דעם רעכנט ער לכאורה דעם חורבן אויף יאר 70 (ס'איז נישט דא קיין יאר 0).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
און נאך איינס
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
מיר האלטען שוין נאך א יאר און מיר זענען נאך דא, גאט זאל זיך דערבארעמען אויף זיין פאלק כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי, יעדער גארט. מעגליך נאך די יאר, ווער ווייסט?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
-
- שר מאה
- תגובות: 197
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
Re: א צוויי-טויזנט-יאריגער געוויין
אוי דאס הארץ רייייסט!!גראַדע האט געשריבן:מיר האלטען שוין נאך א יאר און מיר זענען נאך דא, גאט זאל זיך דערבארעמען אויף זיין פאלק כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי, יעדער גארט. מעגליך נאך די יאר, ווער ווייסט?
נקודה למחשבה: נאכן לוי' נעכטן איז פארלארן געגאנגען א קליין קינד די מצב איז געווען אנגעצויגן ביז גאר.. ביז נאך איטליכע שעה האט זיך עס גענדיגט אין א גוטע פארמאט.. אפשר גאר איז דאס א רמז מן השמים אז כלל ישראל שפירט טאקע היי יאר א שטערקערע אבילות מיט די "פארלירינג" פין רבן של ישראל אבער די אייבירשטער וועט אינז בקרוב צירוק פאראייניגן מיט אים אין אלע צדיקים וקדושים וטהורים מיט משיח'ן אינאיינעם בקרוב בימינו אמן!!
על הר ציון ששמם שועלים הלכו בו
איך בין ציגעבינדען צי דער תורה וועגן דעם בין איך פארנימען!!!
- קערעסטיר'ער שוחט
- שר העשר
- תגובות: 26
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 4:10 pm