א טאטע ביי א בר מצוה

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע ביי א בר מצוה

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 23, 2012 2:33 pm

א טאטע ביי א בר מצוה


פארווארט: ווען מ'הייבט אן מיט די ווערטער "א טאטע ביי א בר מצוה", מיינט דאס גאר א אנדערע באגריף ווי סתם א ביז יעצטיגע טאטע, די פאקט איז אז דער יונגער יונגערמאנטשיק ווער ער מאכט שוין בר מצוה זיין קינד ווערט ער שוין אויס קליינע יונגערמאן, ווייל ווען דו זעהסט דיין'ס א חבר פון ישיבה וועלכע האט מיט דיר געלערנט צוזאמען (נאר חתונה געהאט האט ער יענער אביסל פריער) און ער גייט שוין אהיים שבת צופרו פון ביהמ"ד מיט די קינדער אין צווישן זיי האט ער אויך א קליינע בר מצוה בחור, ווערט דיין חבר אטאמאטיש פארעכנט אין דיינע אויגן ווי אביסל א עלטערע יונגערמאן, כאטש ענק האבן ביידע געלערנט צוזאמען אין חדר, דאס איז דער פאקט א יונגערמאן וואס האט שוין א זון א בחור איז שוין אויס שמויגער, ממילא איז דער "טאטע" ביי א בר מצוה אביסל מער "טאטע" ווי סתם אזוי, אויב אזוי דארף מען טאקע זיין "א טאטע"!, און אויף דעם ארויף איז דער פאלגענדע ארטיקל "א טאטע ביי א בר מצוה" אביסל מער טאטע'דיג געשטומט.

ס'דרייט זיך ארום די באקאנטע ווערטל אז א טאטע האט אמאל מוסר געזאגט פאר זיין זון ער זאל דאווענען מיט א קול אין ביהמ"ד זאגנדיג דו ביסט דאך שוין א בר מצוה בחור מעגסט זיך שוין נעמען דאווענען געהעריג, רופט זיך אן דאס קינד צום טאטן, טאטי ווען גייסטו שוין בר מצוה ווערן?.... ס'איז שטעכעדיג אביסל, אבער היפש ביסל אמת, דער טאטע אליין ווער ער מאכט שוין בר מצוה מעג ער זעלבסט אויך בר מצוה ווערן, ער מעג שוין זיין מער ערוואקסן און מער ערנסט, און אפלאזן די קינדישע הנהגות פון ביז יעצט, און ווערן בר מצוה, לכבוד די בר מצוה פון זיין קינד.


הכנה לבר מצוה
ווען מ'רעדט פון א הכנה צו א בר מצוה איז דאס א הכנה וואס דויערט פיל לענגער ווי סתם א הכנה, דאס איז נישט קיין הכנה פון טעג אדער וואכן, דאס איז הכנות וואס איז פיל מאל חדשים און יארן, לאמיר דאס אביסל קלארער שטעלן יעדע זאך באזינדער,
אין הכנות איז דא אסאך דעטאלן הן בגשמי והן ברוחני, ברוחניות נעמט אריין אין זיך אנגרייטן תפילין, צוגרייטן דעם פשעטל, צוגרייטן דעם בחור צו הל' תפילין מיט די אנדערע וויכטיגע הלכות, און די גשמיות'דיגע הכנות זענען אויסשטאפירן דעם בחור, צוגרייטן א זאל, רופן מענטשן, והעיקר העקרים אז אלעס קאסט געלט.

אז מ'רעדט פון געלט איז יא כדאי מדגיש זיין אז א טאטע דארף נעמען אין קענטעניס אסאך פאר די בר מצוה, אז בר מצוה מאכן איז א ערנסטע הוצאה ווי מ'דארף האלטן חשבון פון פריער אז דאס קאסט פיל מער ווי מ'מיינט, אויף אויסעווייניג איז דער מינימום חשבון ווי פאלגענד, תפילין 2000$, שטאפיר 1000$, (דאס איז אויפן ביליגסטן אופן ווען מ'נעמט דעם פעקעדש פון דשי ענד דשי פאר 500$, מיט וועש, שיך, און 2 היטן) סעודת הבר מצוה (דאס ביליגסטע אויפן שטייגער ווי מנוחה ושמחה, שמח תשמח, הילמאן פלאזא, וכדומה) 1200$, דערנאך קומט צו פיל זייטיגע הוצאות, ווי אויך אויסקליידן די ב"ב מיט נייע קליידער, אויב מ'האט טעכטער זענען זיי אויך אין כלל, ועוד ועוד, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער בערך צווישן 4 און 5 אלפים די ביליגסטע שב'ביליגסטע.

דאס דארף א יונגערמאן נעמען אין חשבון אז די בר מצוה איז גרעסערע הוצאה אינמיטן יאר מער ווי סתם א חודש ניסן און תשרי, און מ'דארף זיך מצמצם זיין פון פריער כדי מ'זאל זיך נישט דערזעהן שפעטער מיט א לאך אדער חלילה מיט חובות, נאר פראווענען די שמחה מיט א גוטן געמוהט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די הכנה לבר מצוה איז אפי' בגשמיות שוין פון א לענגערע צייט בעפאר די בר מצוה זעלבסט.

תפילין
יעדער איד ווייסט די גודל החשובות פון תפילין, ווי די תורה זאגט (די פסוקים וואס מ'זאגט אזוי שנעל לויפנדיג פון סינק צום פלאץ ביי שחרית...) והי' לאות על ידך ולזכרון בין עיניך למען תהי' תורת ד' בפיך וגו', די תפילין איז דער אות דער צייכן פון א איד וואס איז דבוק צו די תורה הק', פארשטייט זיך אז יעדער איד איז מהדר צו שאפן די בעסטע סופר מיט די מהדר'דיגסטע בתים לקיים מה שנאמר זה קלי ואנוהו, און מהדרין מן המהדרין באשטעלן שוין תפילין 5 צו 10 יאר פאר די בר מצוה צו מאכן זיכער אז זיין סופר וועט טאקע ערפילן זיין פארלאנג און שרייבן די פרשיות לכבוד דעם בר מצוה, אבער, אוודאי איז פיל מער טעם ווען מ'מישט אריין דאס קינד זעלבסט אין די מצוה און מ'מעלדט אים איין בשעת מעשה, אהובי בני משה'לע איך האב היינט גערעדט מיטן סופר און שוין באשטעלט תפילין לכבוד דיין בר מצוה, דאס גיבט אריין א געפיל פון ערנסקייט, יא, מ'גייט שוין באלד (אין דריי יאר ארום...) בר מצוה האבן.

אזוי איז אויך ווען די תפילין ווערן פארטיג, פארוואשע זאל מען סתם אהיים ברענגען די בתים און לאזן דעם קינד האבן אמונה שלימה אז אינעווייניג ליגן די הייליגע פרשיות, משא"כ ביים קלויבן דעם בייטל דארטן נעמט מען מיט דעם קינד און ער זאגט פעסט מבינות וועלכע מוסטער ער האט בעסער ליב..., ניין, לאמיר אים מיטנעמען צום סופר ער זאל זעהן במו עיניו ווי ער נעמט פיזיש די הייליגע פרשיות שמע, והי' אם שמוע, קדש, והי', און לייגט דאס אריין אין די בתים, און ווען א קינד זעהט דאס מיט די אייגענע אויגן בלייבט דאס א אייביגע רושם יעדע מאל ווען ער האט די תפילין אויפן קאפ אז ער האט נישט סתם שווארצע קעסטעלעך נאר ער טראגט הייליגע פרשיות מיטן שם הוי' ב"ה ווארום ער האט דאס אליין געזעהן ווי מ'לייגט זיי אריין.

כמו כן איז מיט די רציעות, ווען מ'פארבט דאס, זאל דאס קינד מיטהאלטן דאס פארבן, ווי אויך אויב דער מנהג איז ביי זיי אז מ'פארבט די זייטן אויך, (כידוע פונעם עטרת צבי מזדוטשוב זי"ע אז ער האט געזאגט אז ער האט א ניצוץ פונעם תנא וואס זאגט רצועות שחורות הלכה למשה מסיני און ער לייגט צו אז די זייטן זאלן אויך זיין שווארץ).

אלץ הכרת הטוב איז דא דער פלאץ ארויס צו ברענגען לשבח די חברת מתמידים "בחור כהלכה" וועלכע גרייטן צו די בר מצוה יונגלעך צו די בר מצוה, איך מוז זאגן אז זיי לייגן אריין אסאך טעם אין מצות תפילין, זיי ברענגען אריין א טעם אין כתיבת סת"ם, און בתים, ובכלל אין גאנץ מצות תפילין וכל המסתעף, ס'דערקענט זיך זייער ארבעט אויף די קינדער, כמותם ירבו בישראל, (פרייע עטווערטייזמענט.... אבער איך טו דאס אלץ הכרת הטוב וויבאלד מיינע קינדער האבן פיל קונה געוועהן דארט).

פשעטל
ס'איז היינט א גרינגע וועלט, מענטשן זיכן זיך נישט צו ארבעטן שווער, און רוב טאטעס האבן באמת נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, מ'צאלט ענדערשט אפאר טאללער פאר א יונגערמאן לערן צו מיט מיין זון אביסל הלכות א פשעטל צו די בר מצוה ער זאל קענען גוט, און דער טאטע זאל קענען קומען אל המשתה שמח וטוב לב, טייערע חבירים ס'טאר נישט זיין אזוי, דער באשעפער גיבט א מתנה אזא טייערע זאך ווי קינדער, פרעגט'ס נאר די מעמבער'ס פון בונה עולם זיי ווייסן וויפיל מיליאנען מענטשן געבן אויס צו האבן קינדער, און דא האט דיר דער באשעפער געגעבן אזא מתנה א געזונט קינד וואס איז שוין אלט 12 יאר, און די תורה זאגט ושננתם לבניך ודברת בם, באמת לאמיר זיך אליין פרעגן, וויפיל איז דען דער פארפלאגטע טאטע מקיים דעם ושננתם לבניך ודברת בם?, אפי' די איינע שעה מוצאי שבת ווינטער ביי אבות ובנים איז ער אויך האלב צייט אויפן בלעק בערי, איז דאס יושר?, איז דאס תורה'דיג, פארדעם האט אונז דער באשעפער געגעבן קינדער?

האלוי, וואס ווילסטו? דו ווילסט איך זאל לערנען א פשעטל מיט מיין זון?, ביסטו אויפן קאפ?, איך קען עפעס פשעטלעך?, איך בין עפעס א תלמוד פונעם אסטראווצע גאון?, רבי איד, יא, זאלסט לערנען א פשעטל מיט דיין זון, קודם כל ס'איז בכלל נישט שווער, ס'איז דא כהיום יום אזויפיל ספרים מיוחד פאר פשעטעלעך מיט דרושים לרחצה, אויב איז דיר שווער צו קלויבן, גיי צו סיי וועלכן ת"ח וואס דאוונט אין דיין שול, און פרעג אים אן ווי מ'קען טרעפן עפעס א לייכטע פשעטל פאר א בר מצוה בחור, דער ת"ח, צו דיין חבר וואס איז א שטיקל יודע ספר וועט דיר גערן אנצייגן א חידוש'ל, א דרוש'ל, א פשעטל, וואס איז לייכט און שיין, וועסט דאס לערנען פאר דיר אליין און נאכער מיט דיין זון, (מ'קען אפי' אפיר זוכן דעם אייגענעם פשעטל וואס מ'האט אליין געזאגט ביי די בר מצוה און דאס לערנען מיטן זון) און מקיים זיין די מצוה פון ושננתם לבניך ודברת בם, און הערשט יעצט וועסטו אנקומען אל המשתה שמח וטוב לב....

בנוסף צו דעם וואס דאס לערנען א פשעטל מיט א אייגן קינד איז גורם זייער אסאך גוטע תוצאות, קודם דער קשר פון לב אבות על בנים, מ'לערנט צוזאמען, מ'שמועסט זיך אויס, מ'איז מסביר, מ'בויעט אויף א גוטן קשר מיטן קינד וועלכע איז קריטיש וויכטיג אין די היינטיגע ליידיגע וועלט, והשנית, ס'ברענגט רעספעקט, ס'ברענגט א הערצה פונעם קינד צום טאטן, ער מיינט ביז יעצט אז דער טאטע איז א פשוט'ע יונגערמאן (כלשונינו – פלעין'ע יונגערמאן...) אטע דא זעהט ער אז ניין, מיין טאטע איז א יודע ספר, ער קען א פשעטל, ער ווייסט וואס טוט זיך, ער איז נאר אביסל פארנומען אגאנץ יאר מיט די ביזנעס (בלעק בערי) דעריבער האט ער נישט צופיל צייט, אבער בעצם איז ער א האלבע ת"ח, נו פרעג איך אייך, וויפיל געלט וואלט א מענטש געצאלט צו קענען היבן זיין נאמען און רעספעקט כאטש ביי זיינע קינדער, און דא קריגסטו דאס אומזיסט, איין זאך, לערן מיט דיין קינד זיין פשעטל, געב נישט אוועק די מצוה פאר א צווייטן.

צוגרייטן דעם בחור
מ'הערט זייער אסאך מאל טאטע'ס וואס רעדן זיך אפ, כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיין זון, ער איז שוין בר מצוה געווארן א גוטע פאר חדשים צוריק און ער איז נאך אלץ אזא בעבי - וואס מיינט דאס, דער טאטע קוקט אן זיין בחור און מיינט אז אטאמאטיש ווי נאר ער טוט זיך אן דעם היט מיטן רעקל ווערט זיין צורה נשתנה און מ'ווערט ערנסט און ערוואקסן אין די רגע, ווייל דער טאטע פארשטייט אז א בחור דארף זיין ערנסט, רבותי! ס'ארבעט נישט אזוי, מ'ווערט נישט פלוצלונג א ערנסטע בחור, גארנישט געשעהט נישט אליין, מ'דארף אויף דעם ארבעטן.

דער טאטע צו אפי' דער מלמד, צו אפי' דינגען א פריוואטע מלמד, דארף האבן די אויפגאבע פון אנגרייטן דעם בחור צו די בר מצוה, לערנען אביסל מוסר וספרי חסידות, פארשטיין וואס מיינט א נשמה, א יצר הרע א יצר טוב, וואס טוט א מצוה צו די נשמה און וואס טוט אן עבירה, וואס מיינט תאוות ומותרות, עניני תפלה, און סתם בטחון און אמונה, שבירת המדות, ס'איז דא היינט פיינע ליקטים ספרים וואס גייען אין שפאן פונעם בארימטן קונטרס "ימי הבחרות", וואס ברענגען שיינע חומר וואס מ'קען צוזאמען לערנען און אזוי זיך אביסל גרייטן צו די בר מצוה מיט אנדערע מחשבות, נישט אז דער בחור זאל נאר אינזינען האבן די תפילין קעיק פון די בר מצוה.

איז דען אזוי שווער פאר א טאטן צו לערנען מיט זיין זון אביסל משנה ברורה אדער שו"ע הרב? איבערגיין הל' תפילין, הל' ברכות, הל' תפלה, זאל דאס קינד וויסן אז לכבוד זיין בר מצוה באקומט ער עקסטערע עטענשאן מער פון אלע קינדער דער טאטע לערנט "נאר" מיט אים, ווייל "ער" האט בר מצוה, ס'איז דאך אזוי געזונט פאר א קינד אזא הרגשה,
ס'איז אמאל שווער פאר א טאטן פערזענדליך צו רעדן צו זיין קינד, ער איז נישט באקוועם צו רעדן מיט אים וועגן ערנסקייט, אדער רעדן וועגן ווארמקייט צו תורה ומצות, אויף דעם קען מען גיין בעקופין ס'מוז נישט זיין דירעקט, מ'קען לערנען צוזאמען א געוויסע ספר וואס רעדט פון א געוויסע ענין וואס מ'וויל מעורר זיין, אדער אפי' שרייבן א בריוו לכבוד די בר מצוה, דער טאטע קען שרייבן א בריוו צו זיין זון און דארטן ארויס געבן רגשי לבבו און בתוך הדברים אנרירן די נקודות וואס דער טאטע האלט אז ס'איז וויכטיג זיין זון זאל וויסן צו די בר מצוה.

אויסשטאפירן דעם בחור
איך וויל דא אנרירן א מאדנע טעמע, מ'זעהט לעצטנס מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן עכטע זכרים און די זכרים ווערן ממש פארוואנדלט אין נשמתא דנוקבא אויף א נארישן אופן, מ'קען זעהן ביי מענער אז ס'קען ווערן א געהעריגע ווייבערישע מדובר צווישן יוגנעלייט וועגן אנטועכץ, מ'רעדט א שמועס וועגן סטיילס, פון געוויסע מהלכים וויאזוי די רעקל / בעקטישע איז געשניטן, מאנכע לאזן זיך אפי' אליין אויפנייען געוויסע בעקיטשע וואס איז מער דומה צו ווייבערישע סחורה'ס, איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען, זענען די מענטשן נארמאל?, איך וויל אלץ פרעגן די מענטשן - ביסט א פרוי אדער א מאן?, איך קום אריין צו א חתונה קומט מיר אקעגן א חבר און פרעגט מיר אזוי גראד האלוי וואס זאגסטו צו מיין נייע טיש בעקיטשע?..... איך קוק אים אן ווי ער איז אראפ געפאלן פון די לבנה, ווען ער זעהט אז איך ענפער אים נישט, ענפערט ער אליין, ס'איז שיין - אמת?... נעבעך....

איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך בין געבליבן א זכר?, קען זיין אז יא, אבער עכ"ז קען איך באשטיין אז מיינע קינדער זאלן אויך זיין זכרים און זאלן נישט ליגן אין קיין סטיילס, אונז זעמיר נישט קלוגער פון חז"ל, ווי די מדר' איז מאריך פ' וישב ביי יוסף הצדיק די גנות פון זיך פיצן ואכמ"ל, מ'קען גיין אנגעטון מענטשליך, צוזאם גענומען ווי א איד, אבער ליגן דערון? מאכן דערפון א תורה שלימה?, איז זיכער נישט קיין עסק.

יעצט איז די צייט ווען מ'קלויבט פארן בחור א נייע היט, נייע גלעזער, נייע רעקל, אז דער טאטע (מיט די מאמע אויך...) זאלן געבן דעם רושם אז יא ס'איז טאקע וויכטיג צו גיין אנגעטון מענטשליך אבער נישט סטייליש, און ווען דער בחור וויל דווקא יא האבן א געוויסע סטייל נישט פירן קיין מלחמות און מאכן דערפון א עיקר העקרים, ווייל דאס איז גורם א פארקערטע תוצאה, נאר מיט א ביסל לצנות פרעגן דאס קינד, זאג נאר יענקי ביסט א מיידל?.... א מיידל געט זיך אפ מיט אזעלכע זאכן, א יונגל איז אסאך העכער פון דעם..., דאס איז די בעסטע וואפן קעגן א בחור ווען דו זאגסט אים אז ער איז א מיידל, אה דאס איז איין זאך וואס ער וויל נישט זיין, וויבאלד ער מאכט דאך חוזק פון די מיידלעך אגאנצן טאג (דאס איז דאך די בעסטע שפאס פאר יוגנעלעך / בחורים צו קענען חוזק מאכן פון די מיידלעך / שוועסטער), און דא זאגסטו אים גאר אז ער ווערט א מיידל, אה נאו.

און טאקע אין די מקומות ווי די בחורים גייען שבת מיט בעקיטשעס איז דער ענין פון סטייל'ס ביי רעקלעך אביסל ווייניגער ווארום א בעקיטשע איז א גלאטע זאך אן קיין מוסטערן ס'איז נישטא דעם שבת'דיגן רעקל ווי מ'קען מאכן א עסק פון די סטייל, (כמדומה איז די אייציגסטע מקום אויף די וועלט ווי די בחורים גייען מיט רעקלעך איז נאר ביי די בעל בית'שע משפחות פון סאטמאר, משא"כ אין די גאנצע וועלט גייען בחורים מיט בעקעטשיעס, ווי אויך די עכטע חסידישע משפחות בחצרות סאטמאר).

חגיגת הבר מצוה
למען האמת שטייט אין מג"א (סי' רכ"ה) אז ווען א קינד ווערט בר מצוה מאכט מען א סעודה כיום שנכנס בו לחופה, נאר מער שטייט אין מדרש (בראשית רבה נג) ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק, ר' הושעיא רבא אמר שנגמל מיצר הרע, דאס מיינט אין די טאג וואס מ'ווערט דרייצן יאר אלט ווען מ'באקומט א יצר טוב, אנדערע ספרים גלייכן דאס צו צום ענין פון שבועות שהכל מודים דבענין נמי לכם אז וויבאלד מ'ווערט מחיוב בתורה דארף מען מאכן א סעודה, דאס מיינט אז די סעודת הבר מצוה האט באמת א שטארקע מקור, למעשה האט מען אמאליגע צייטן "נישט" געמאכט קיין עסק פון א בר מצוה, מיט וועלכן אלטן איד מ'רעדט נאר זאגן זיי אלע די זעלבע זאך, אז קיין בר מצוה'ס איז אין דער אלטער היים כמעט נישט געוועהן, קודם מחמת עניות, און אויסער דעם וואס מ'האט אוועק געשיקט קינדער פון דערהיים לערנען אין ישיבות אין די עלטער פון 10 – 12 יאר און די תפילין האט מען זיי נאכגעשיקט מיט א צעטל אז ביום פלוני ופלוני ווערט ער בר מצוה און ער דארף אנהייבן לייגן תפילין, רוב אידן דערציילן אז מ'האט געגעבן לחיים אין ביהמ"ד לכבוד די בר מצוה און געזאגט א פשעטל, ותו לא, קיין גרויס עסק איז עס נישט געוועהן.

דאהי ברוב הימים איז דער חגיגת הבר מצוה יא געווארן א גרויס געשעפט, ובעיקר ביי די ווייבער שול, זיי מאכן דערפון א אייגענעם שו"ע, ס'הייבט זיך אן מיט א בר מצוה קלייד, און ענדיגט זיך מיט א תפילין קעיק, און מ'רופט די פרענדס זאלן קומען זעהן ביי די מחיצה דעם זיסן בחור...., צומאל ווערן די בר מצוה'ס א גאנצע פארמעסט צווישן משפחות און חבר'טעס ווער ס'קען בעסער און ווער ס'קען זיך בעסער אהער שטעלן און וועמענס שמחה קנאקט בעסער, אבער מיטן שמחת הבר מצוה האט עס קיין שייכות נישט, ס'איז מערקוועדיג ווען אסאך מאל זיצנדיג ביי א משפחה בר מצוה קען מען מערקן ווי בשעת'ן פשעטל ווערט א געדרעגנ ביי די מחיצה אלע ווייבער שטופן זיך צו זעהן ווי "שיין" דער בחור זאגט, און ביי די מענער איז נישטא די מינדעסטע אינטערעסע נאר מ'וויל זיך זעהן אינדערהיים ווי פריער....

נו וואשע זאל מען טון?, זאגן שוין חז"ל איזהו דרך ישרה כל שהוא תפארת לעשי', ווי די מפרשים זאגן אז מ'דארף גיין אויפן דרך הממוצע, צו זאגן אז מ'זאל אויסרייסן די גאנצע חגיגה האט נישט קיין פשט, בפרט ווען אלע קינדער פון דעם יונגל'ס קלאס האבן שיינע בר מצוה'ס, אבער נאכצוגיין יעדע מנהג שטות איז אויך נישט נארמאל, דעריבער ווען מ'גייט אויפן דרך הממוצע און מ'מאכט א נארמאלע קליינע באשיידענע שמחה, מ'רופט נישט צופיל מענטשן, מ'בלאזט זיך נישט אויף, בלייבט מען נארמאל, (און מ'בלייבט מיט אפאר טללאר אין טאש...), מ'פראוועט א שמחת הבר מצוה אידישליך לכבוד המקום ולכבוד התורה, און נישט לכבוד המשפחה ולכבוד ה'חבר'טעס.

דאס אלעס גייט אריין בגדר הכנות צו די בר מצוה, א האלב יאר פריער ווען מ'פלאנירט ווי ווען און וואס די שמחה זאל זיין, און וויאזוי ס'זאל געפראוועט ווערן, דעמאטץ דארף מען האבן דעם קאפ אויפן פלאץ און זיך מתגבר זיין אויף די זייטיגע געפילן וועלכע טרייבן דעם מענטש צו מאכן אויפרייסערישע שמחות, ס'איז פארשטענדליך אז א מענטש זאל האבן אזא געפיל, ווייל ווי נישט ווי איז דאס א גוטע געלעגנהייט ווען א מענטש האט די ברירה צו צייגן אז ער איז אויך א מענטש צום טיש, ער מאכט א בעל בית'שע שמחה, ער איז א שטיקל חפצא, ס'איז אלץ דא אזא טרייב קראפט ביי מענטשן וואס טרייבן זיי צו וועלן אויף גיין אויפן לייטער און הייסן חשוב און ארויף געקוקט, און ביי א שמחה איז די צייט ווען די רייץ צו הייסן א שטיקל בריאה אסאך מער, און דערפאר דארף מען טאקע א עקסטערע שמירה צו בלייבן "נארמאל", און מאכן א "נארמאלע" שמחה, (ווי איז נאר מיין אלטע אויסדריק? "כלנו לנארמאל").

תפלה
שטייט אין ספר אור הישר (עמוד העבודה פרק ג') אז אויפן טאטן און מאמען ליגן א חיוב מתפלל צו זיין א חודש צוויי פאר די בר מצוה אז דאס קינד זאל זוכה זיין צו באקומען א הייליגע נשמה ביום הבר מצוה, אזוי ווי מיר געפינען אין זו"ח אז ר' שמעון בר יוחאי האט געזאגט ווען זיין זון ר' אלעזר איז בר מצוה געווארן איז "אין דעם טאג קומט אראפ א נייע נשמה", און אזוי שטייט אויך אין יסוד ושורש העבודה (שער הכולל פרק ט"ו) אז אויף די עלטערן ליגט דעם חיוב פון מחנך זיין זייער קינד צו די בר מצוה ווען דאס קינד באקומט א נייע נשמה, ענדליך צו דעם שטייט פון גר"א אויפן פסוק (ישעי' ט) כי ילד יולד לנו בן וגו' וז"ל כשמגיע לשלש עשרה שנה וזוכה לנשמה עכ"ל עיי"ש, דעריבער איז פארשטענדליך אז דער טאטע מיט די מאמע זאלן צולייגן אפאר קאפיטלעך תהלים אין די וואכן נאנט צו די בר מצוה און זיך אויסבעטן אז דאס קינד זאל טאקע זוכה זיין צו ווערן א "בר מצוה", א בן פון מצות, און אדורך פירן זיינע ימי הבחרות בשלימות אן קיין מכשולות, און נאר שטייגן און נישט פאלן חלילה, נאר זיך שטארקן ווי דער אוהחה"ק זאגט אין פ' בראשית ורוח אלקים מרחפת על פני המים אז דער יצה"ר איז זיך מתגבר אבער ויאמר אלקים יהי' אור שולח אל האדם עזר נגד יצרו, וזה יהי' בהגיעו לי"ד שנה יופיע עליו ממעון קדשו רוח אלהין קדישין נשמה קדושה וטהורה.

שבת לפני הבר מצוה
פונקט ווי יעדע וואך שבת קומט שוין די השפעה פון די פולע וואך אראפ אינעם שבת בעפאר כמבואר בזוה"ק, אזוי אויך איז מיטן שבת פאר די בר מצוה וואס ס'קומט שוין אראפ די השפעות פון פריער פארן בר מצוה בחור זעלבסט, ווי ס'שטייט פון ר' לייבל אייגער (אמרי אמת פ' בחוקותי) אז שבת פאר די בר מצוה ווערט נשפע הכח לשלימות הנפש.

פון ווי איז די מקור אז א בר מצוה בחור איז עולה צו מפטיר שבת בעפאר די מצוה ווייס איך נישט, אדרבה ווער ס'האט א מקור זאל זיך מעלדן, בפשטות נעמט זיך דאס פון די אשכנזים די יעקעס און די אויבערלענדער, וואס ביי זיי איז דער מנהג געוועהן אז דער בר מצוה בחור האט דעם ערשטן שבת נאך די בר מצוה געליינט די קריאה פון די סדרה, ווי אויך געליינט די הפטרה וואס ווערט געליינט ביי די אשכנזים מיט די אייגנארטיגע טראפן פונקט ווי די געהעריגע קריאה אז איינער זאגט הויעך און יעדער הערט צו, און וויבאלד אסאך האבן דאס נישט געקענט נאכמאכן האט מען אזוי איינגעשלאסן אזא חצי מנהג אז מ'נעמט דעם בר מצוה בחור וואס איז נאך א קטן און ער מעג דאך עולה זיין מפטיר און ער איז עולה לתורה און זאגט די ברכת הפטורה, און דאס האט זיך גענומען פון די ארגינעלע מנהג האשכנזים אז דעם חתן הבר מצוה ליינט אלעס.

להוי ידוע אויב ס'מאכט זיך חלילה אז ס'קומט נישט אויס פארן בר מצוה בחור צו באקומען מפטיר צוליב א אנדערע חיוב וכדומה איז נישט כדאי זיך צו קריגן מיטן גבאי'ן דערפאר, ווייל ס'האט בכלל נישט קיין מקור, איך פארשטיי אז ביי די ווייבער איז דאס הלכה למשה מסיני און מ'קומט אין ווייבער שול זעהן ווי דער בחור איז עולה און מ'קוועלט ווי דער קליינע זיסע בחור זאגט די ברכת הפטורה, (א שאד נאר אז מ'קען נישט יעצט ווארפן קיין פעקלעך...), אבער מ'דארף אליין וויסן ווי שטארק דער מקור איז, ס'קען אמאל אסאך צוניץ קומען, און פארשפארן שברון לב.

דער מנהג ביי פיל קינדער איז אז פונעם שבת פאר די בר מצוה ביז צו די בר מצוה גייט מען שוין נישט מיט קיין קארלירטע העמעד... (מקור?....), ס'איז דאך פשוט אזוי, ווייל אויב האט מען שוין שבת געהאט א היט, קען מען דאך שוין נישט גיין זונטאג מיט א קאלירטע געקעסטלטע העמעד... נישט אזוי?.

יום הבר מצוה
דער טאג דארף זיין פארן בר מצוה בחור א גרויסע און א הייליגע, ווי געשריבן באקומט מען היינט א נשמה, א יצר טוב, ס'ווערן נשתנה סדרי בראשית, דער הייליגע חת"ס (פ' משפטים – לא תהי משכלה) שרייבט אז א בחור באקומט דעם נאמען "בחור" ווייל דער אייבישטער איז בוחר בעמו ישראל באהבה, און אהבה איז גימ' י"ג, דער הייליגער ר' משה'לע פון קאזניץ זאגט (באר משה פ' קרח) אז צוויי מאל אין לעבן באקומט א מענטש א הארה עליונה פון הימל, איינמאל איז בשעת'ן ברית און נאכמאל ווען ער ווערט דרייצן יאר וואס דאן באקומט ער כלשונו הק' הארת שכינת כבודו ית', ווי אויך שטייט פון אסאך צדיקים אז דער יום הבר מצוה איז מסוגל זיך איבער צודרייען מרע לטוב, און ווערן א ברי' חדשה, עס זענען דא פילע סיפורים ווי צדיקים ביום הבר מצוה זענען זיי נשתנה געווארן און נתעלה געווארן גאר גרויס, שטייט אויך אין רמ"א (סי' שמ"ג) אז א קטן שנעשה גדול יקבל על עצמו איזהו דבר טוב ודבר תשובה כדי לכפר על עונותיו שעשה בעודו קטן, דאס מיינט אז דער בחור זאל עוסק זיין בתשובה.

מיר געפינען אין די ספרים עטליכע זאכן וואס זענען די ערשטע מצוה וואס א בחור איז מקיים ווען ער קומט אריין לעול התורה והמצות, דער החיד"א שרייבט (אין פתח עינים ריש מס' ברכות, וגם בס' דברים אחדים) אז די ערשטע מצוה וואס א בר מצוה בחור איז מקיים איז קר"ש, בליל הבר מצוה ליינט ער קר"ש, און דערפאר הייבט אן די משנה וועגן קר"ש של ערבית, ס'איז דא וואס לייגן צו דעם רמז מאימתי קורין את שמע בערביב משעה וכו' משע"ה איז ר"ת 'משהגיע 'שלש 'עשרה' 'השנה, דער חת"ס (בפ' ויחי) זאגט אז די ערשטע מצוה איז שמחה, אנדערע זאגן אז די ערשטע מצוה איז כיבוד אם ואם, בפשטות אויב מ'וואשט זיך פאר מעריב איז די ערשטע מצוה ברכת המזון, עס זענען דא נאך אנדערע זאכן וואס איז שייך באלד ביים התחלה (ועי' בסוף המאמר), אבער הצד השוה שבהם אז ס'דארף באוואוסט זיין פארן בחור אליין אט די אלע ענינים ער זאל וויסן אז די הייטיגע טאג איז נישט א טאג וואס איז מיוחד אנצוטון א היט, נאר ס'איז דא אין דעם טאג פון פיל העכער'ס.

וויפיל מאל טראכט א גרעסערע בחור, הלואי האב איך היינט בר מצוה, איך וואלט דאך אזוי אנדערשט צוגעגאגנען צו די בר מצוה, מיט אזא געשמאק, מיט אזא הכנה, חברה, יעצט איז די צייט צו מאכן אז די בחור זאל שפעטער נישט האבן אזעלכע גרויסע חרטות.

סעודת הבר מצוה / פשעטל / ברכת המזון
ווען צו מאכן די סעודה איז תולה אין אסאך מנהגים, אסאך מקומות האט מען געמאכט די סעודה די נאכט פאר די בר מצוה אור ליום די יום הולדת, און אסאך הויפן האט מען געמאכט די סעודה דווקא נאכן תפילין לייגן דהיינו דעם אווענט נאך די יום הולדת, עפ"י דין האט די סעודה א הלכה ווי א סעודת מצוה לכל ענינים, ווידער אויב די סעודה איז אפגעשטופט געווארן צוליב שבת אדער צוליב יו"ט, איז שוין דא פוסקים וואס האלטן אז ס'איז נישט קיין עכטע סעודת מצוה נאר אויב דער בחור זאגט תורה (ועי' במג"א סי' רכ"ה ס"ק ד'), די נפקא מינא כאפט לכאורה אויב די סעודת הבר מצוה איז נישט בזמנו דאן דארף דער בר מצוה בחור אויסזאגן דאס גאנצע פשעטל און מ'זאל נישט אריין זינגען אינצווישן, ס'זאל זיין א סעודת מצוה פון דברי תורה.

דער הייליגער מהר"ל שרייבט (תפארת ישראל פ' נ"א) ויהי' תמיד בשמחה כשיבוא לידי עסק מצוה, כי העושה מצוה בשמחה אהוב מאד לפני הקב"ה, וע"כ חביב מאד לפני הקב"ה כשרואה האב שמח ע"ז שזכה שבנו הגיע לחיוב קיום המצוות, וע"כ חיוב גדול לעשות משתה ושמחה באותו היום כי יש נחת להקב"ה, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער טאטע דארף צייגן זיין שמחה ווייל דער אייבישטער האט הנאה ווען א טאטע איז בשמחה אז זיין זון גייט אריין לעול המצות, די שטערקסטע וועג פאר א טאטן צו צייגן זיין שמחה איז ווען ער איז מקיים דעם בתוך רבים אהללנו, און מיט געציילטע ווערטער זאגט ער א שבח והודאה להבורא ית"ש עד הנה עזרונו ולא עזבונו חסדך.

א טאטע מוז נישט מחדש זיין קיין דרושים, ער מוז נישט רעדן א שעה, מ'קען נעמען א אלט ווארט, אדער א שיין ווארט וואס שטייט פון צדיקים, און ארויס ברענגען זיין שמחה, מ'קען רעדן וועגן שבח והודאה, מ'קען רעדן פון קדושת התורה והמצות, מ'קען רעדן פון אמונה בד', היות דאס איז די ערשטע מצוה על הבר מצוה כנ"ל פונעם החיד"א, דער לשון אין כף החיים (סי' רכ"ה ס"ק יא) איז זייער אינטרעסאנט, ועל כן נוהגין לדרוש ולעשות סעודה ביום שנכנס לבר מצוה כדי שעל ידי עסק התורה ומצות סעודה שעושין לכבוד הכנסו למצוה יזכה לבחינת הרוח היותר גדולה במעלה וקדושה, ואם אין יודע הבן לדרוש דורשין לפניו, ואם אביו יודע לדרוש הוא יותר טוב משאר אדם, דהיינו אז דעם טאטן'ס דרשה האט א חשובות מער, דאס מיינט אבער נישט אז יעדע זיידע און יעדע עלטער פעטער מוז זאגן דרשות, ניין, ס'קען זיין א שיינע פיינע שמחה, ווען נאר די בר מצוה בחור זאגט דעם פשעטל און דער טאטע אליין זאגט שבח והודאה להבורא ית' שמו.

ששששששש......... שא! זאל זיין שטיל דער בחור גייט זאגן דעם פשעטל, אלץ מאכט זיך שוין א טעטיגער פעטער וועלכע איז מודיע פאר די ווייבער אז דאס פשעטל קומט יעצט פאר, אייניגע זענען נאך מהדר מיט א גוטן זעץ אויף די מחיצה, זאלן זיי וויסן די ווייבער אז יעצט איז "דער פשעטל", דער מנהג איז אז דער בחור שטייט אויף די פיס בשעת דעם פשעטל, (בכלל שטייט אין רבינו בחיי פ' חיי שרה ביי א"א מיט די בני חת אז ווען מ'רעדט פאר א ציבור דארף מען שטיין), דער בחור הייבט אן מיט א שטיל קול די גמ' זאגט אין מס'....... גלייך ווערט שוין א רייץ צווישן די משפחה (געווענדליך פון די אונטער 30 יאר מיט ווייניג געדולד) אריין צו זינגען אהא אהא אהא וראה בנים...., און די עלטרערע דור ווייזט ארויס שטארקע אינטערעסע אויפן בחור נו נו נא לאזט אים דארט ענדיגן...

פון ווי איז דער מקור אז מ'זינגט אריין ביי א בר מצוה?, כמדומה איז דאס סתם א פריש געשאפענע מנהג, מ'האט דאס אדאפטירט פון דעם מנהג אז ביי א חתן זינגט מען אריין, און מ'האט געדרש'נט א גזירה שוה זינגען דרשה לזינגען דרשה און דערפאר זינגט מען שוין ביי א בר מצוה אויך, חוץ אז דער מנהג ביי א חתן צו זינגען איז נאר צוליב דעם שלא לבייש את מי שאין לו נישט צו פארשעמען דעם חתן וואס קען נישט איז אפשר א מקום צו זאגן אז צומאל מאכט זיך אזא שוואך קינד אז ממש ער קען נישט נאכזאגן א פשעטל אויסעווייניג און כדי שלא לבייש זינגט מען אריין, אולי, ווער ווייסט.

דאס בעסטע איז נאך ווען יעדער באקומט א העתקה פונעם פשעטל און מ'קען אויסהערן פון אינעווייניג, און אזוי זעהט שוין דער ציבור מער ווייניגער וואס ס'טוט זיך, און אויב מאכט זיך חלילה אז דער בחור בלייבט שטעקן קען מען אים נאך אונטער זאגן, און ס'איז נישט קיין בושה ווייל ס'איז דאך נאר אזוי אז יעדער זאגט הויעך מיט דעם פשעטל פונעם העתקה, און די העתקה איז אויך גורם אז די יונגערע טייל ציבור ווערט נישט לאנג ווייליג פונעם פשעטל ווערט שוין א קלענערע תאווה אריין צו זינגען, ווייל מ'זעהט דאך שוין אינעם העתקה דעם סוף פונעם טונעל אז די פשעטל ענדיגט זיך שוין בקרוב, והכל על מכונו יבא בשלום.

און דער מנהג איז (פארן בר מצוה בחור איז דאס די וויכטיגסטע טייל פון די סעודת בר מצוה) אז מ'געט א מתנה, דורן דרשה, ספרים וכדומה, א ירא שמים איז מקיים אפי' זיין מחשבה (כ"כ שו"ע הרב דיני מכירה ומתנה ס"א) דעריבער אויב האט ער מחליט געוועהן באמת במחשבה אז ער דארף קויפן א בר מצוה מתנה פאר דעם בחור זאל ער מקיים זיין די מחשבה מכח אל הפועל, מאנכע שרייבן אריין זייערע וואונטשט דווקא אינעם ספר זעלבסט, ווער ס'האט שוין אליין בחורים ווייסט אז דאס איז א געפערליכע צרה פאר א בחור ווען ער קען נישט איינטוישן דעם ספר וואס ער האט 4 סעט'ס דערפון נאר ווייל מ'האט אריין געשריבן אינעם ספר זעלבט, וואס זאל א בר מצוה בחור טון מיט 5 מאור ושמש'לעך?,
להלכה אויב דער בחור האט באקומען געלט דארף מען דאס נישט מעשר'ן ווייל מעשר גייט נישט אן ביי מתנה (כ"כ הגאון בעל שבט הלוי), אבער אנדערע שרייבן אז מטעם חינוך אז גוט מ'זאל אויסלערנען דעם בר מצוה בחור אפצושיידן מעשר פון די גאנצע סכום וואס האט ער פארדינט ביי די בר מצוה, ומנהג טוב הוא.

מ'גיסט אן דעם כוס פארן בר מצוה בחור און מ'גייט בענטשן, (הגם ס'טוט זיך א מערכה איבער דעם וואס דער בחור האט געגעסן מבעוד יום און בשעת מעשה נאך נישט געוועהן קיין גדול המחיוב במצות צו ער קען בענטשן בעת ווען די ואכלת ושבעת איז געוועהן בעודו קטן, ועי' בשבט הלוי חלק ח' סימן נ"ו אז מ'עקן געהעריג בענטשן על הכוס אפי' ווען מ'האט נאר געגעסן מבעוד יום עיי"ש) עס איז וויכטיג אז דער בחור זאל וויסן די פאָר וויכטיג הלכות פון בענטשן על הכוס, יקבל בשתי ידיו, האלטן אין די רעכטע האנט, טפח הויעך, פון מקבל זיין דעם כוס רעדט מען נישט אויס ביזן טרינקען, ווי אויך אויסלערנען דעם בחור צו זאגן הויעך און קלאר נברך אלקינו שאכלנו משלו, אזוי יוצא צו זיין דעם ציבור מיט זימון.

הנחת תפילין
וויאזוי האט געזאגט דער היליגער ר' מאיר'ל פרימשלאנער?, דער טאג הייבט זיך נישט אן צופרו ס'הייבט זיך אן ביינאכט, געווענדליך איז זייער עלול די נאכט פון די בר מצוה זאל פארשלעפט ווערן, בפרט ווען מ'ענדיגט שפעט די סעודת בר מצוה, מ'שלעפט אהיים די מתנות, און מ'שמועסט נאך איבער ווי שיין די שמחה איז געוועהן, דער איז געקומען און דער נישט, ער איז געקומען פרי און ער שפעט..., אזוי קען פארן שעות אין די נאכט אריין וואס מ'כאפט זיך נישט אז מארגן דארף מען אויפשטיין פרי צו הנחת תפילין, אויף דעם זאגט די רמ"א אז שוין ביינאכט דארף מען זיך לייגן ווי א איד, דער בחור זאל ליינען זיין ערשטע קר"ש מיט א היט און גארטל און א עקסטרע תפלה אז אין אט די נאכט זאל טאקע קומען אויף אים די ריכטיגע הייליגע נשמה וואס דארף קומען בליל הבר מצוה כמבואר בזוה"ק, און ווען דער יצר טוב קומט זאל ער אים באגעגענען אלץ גוטע פריינד.

דער יום הבר מצוה כי קדוש היום לאדונינו, מ'גייט לייגן דאס ערשטע מאל תפילין, רוב חסידישע אידן זענען זיך נוהג מ'גייט צו א רבי'ן אדער א ערליכע איד לייגן דאס ערשטע מאל תפילין, אסאך זענען זיך נוהג איבער צו טייטשן דעם לשם יחוד וואס מ'זאגט פאר הנחת תפילין וועלכע איז א יחיד במינו און ברענגט ארויס גאר שטארק דעם ענין פון הנחת תפילין של יד ושל ראש, מאנכע זענען זיך נוהג צו זאגן שהחיינו אויף מצות תפילין דאס ערשטע מאל און מ'האט אינזון אויך די נייע קליידער אבער רוב וועלט פירט זיך נישט אזוי, והכל כמנהג המקום.

א זייטיגע פראקטישע נקודה היות דער בר מצוה בחור'ל האט זיך געלייגט שפעט און געיאגט צופרו מיט די מקוה און זיך געיאגט צו קומען אין ביהמ"ד צו הנחת תפילין, איז וויכטיג צו זעהן אז דער בחור זאל עפעס טועם זיין, ער זאל טרינקען א קאווע וכדומה, ווייל דאס ערשטע מאל צו האבן תפילין אויפן קאפ איז זייער שווער פארן בחור, ס'איז ממש ווי שטיינער אויפן קאפ, בפרט ווען מ'איז מהדק די רצועות פעסט איז דאס א שווערע הרגשה, און ס'האט זיך שוין געמאכט פיל מאל אז בחורים דעם ערשטן טאג איז זיי שלעכט געווארן אינמיטן דאווענען צוליב חולשה.

דער טאטע זאל אויסלערנען זיין קינד וויאזוי מ'לייגט די רצועות אויף די פינגער'ס אזויווי זיין אייגענע טאטע האט אים אויסגעלערנט בשעתו, שמעתי בעצמי מפי' ר' יענקעלע מפשעווארסק אז בשעת ווען מ'ציילט די ז' כריכות זאל מען אינזינען האבן די זיבן ווערטער ואתם הדבקים בד' אלקיכם חיים כולכם היום (ומקורו מהרה"ק משינאווא זי"ע), נאך האב איך געהערט מפ"ק פון ר' יענקעלע ווען ער האט געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור אז אייביג זאל מען עפענען און צוזאמען לייגן די תפילין העכער א טיש, ווייל אויב חלילה ס'פאלט אראפ די תפלין זאל עס נישט פאלן אויף דער ערד חלילה, לידוע בעלמא איז דא א קבלה פונעם היליגן חוזה מלובלין זי"ע אז אויב לייגט מען דעם קשר של ראש ביים צוזאמען לייגן די תפילין פון אויבן העכער די מעברתא איז דאס א סגולה פאר ארוכות ימים.

נאכן דאווענען שטעלט מען לחיים, אפי' נעכטן איז שוין געוועהן א סעודת בר מצוה אבער לכבוד די הנחת תפילין וואונטשט מען נאכאמאל לחיים און מ'וואונטשט זיך ביי ערליכע אידן יראים ושלימים אז מ'זאל שטייגן און וואקסן בתורה ויר"ש מ'קען דאך קיינמאל נישט וויסן וועמענס ברכות האבן א חשובות אין הימל, שטייט אין שפת אמת אז ביי יעקב ועשו זאגט די תורה ויגדלו הנערים אין די טאג פון זייער בר מצוה האט מען דערקענט דעם חילוק צווישן זיי, זעהט מען פון דעם אז דער חילוק פון א איד ביז א גוי זעהט מען ביום הבר מצוה (עיי"ש בליקוטים), נו אויב אזוי נאך א לחיים שלא עשנו גוי.

היינט איז דער טאג וואס דער בחור קען זיך אסאך אויסבעטן אלעס ווי די זוה"ק זאגט (ח"ב דף ק"א) בני אני היום ילדתיך היינט ביסטו געבוירן געווארן, שאל ממנה ואתנה, בעט נאר מיין קינד מ'וועט דיר געבן, עס איז א שיינע מנהג אז דער בר מצוה בחור קען אויסזאגן תהלים ביום הבר מצוה, און זיך אויסבעטן אלעס גוט'ס פאר זיך און פאר די משפחה, פאר טאטע און מאמע זיי זאלן האבן כח און געזונט מיט געלט מגדל צו זיין די גאנצע הויזגעזונד געזונטערהייט מתוך נחת.

ברוך שפטרנו
ביים ערשטן געלעגנהייט ווען דער בר מצוה בחור איז עולה לתורה, זאגט דער טאטע די ברכה "ברוך שפטרנו מעונשו שלזה", די כוונה פון דעם איז אז ביז יעצט איז דער טאטע נענש געווארן אויב דאס קינד האט געזינדיגט צוליב דעם וואס ער האט אים נישט מחנך געוועהן און יעצט ווערט ער פטור פון דעם (כ"כ המג"א רכ"ה ס"ק ה'), ס'איז דא וואס זאגן להיפך אז ביז יעצט איז דאס קינד נענש געווארן אויפן טאטנ'ס זינד און ווען דאס קינד ווערט נענש ווערט דער טאטע אליין נענש צוליב דעם אז זיין קינד ווערט געשטראפט און יעצט ווערט ער פטור פון דעם (מחצית השקל), דער טאטע זאל בשעת'ן זאגן ברוך שפטרנו אינזינען האבן ביידע פשטים (שער אפרים שע"ד אות כ"ו), ס'איז דא וואס זאגן אז דאס איז א שבח והודאה אז דאס קינד האט געלעבט ביז יעצט איז נישט נעדר געווארן פון עוונות אביו (קדושת ציון פ' שמות בשם הרה"ק משינאווא).

געווענדליך דאוונט דער בר מצוה בחור אין ת"ת שחרית דעריבער איז נישט אזוי שייך צו זאגן ברוך שפטרנו דעם ערשטן געלעגנהייט ווען ס'קומט אויס די נעקסטע יום הקריאה, חוץ ווען ער האט בר מצוה אין א יום הקריאה, דערפאר איז טאקע איינגעפירט אז מ'זאגט ברוך שפטרנו דעם ערשטן שבת נאך די בר מצוה ווען דאס קינד דאוונט צוזאמען מיטן טאטן, ווי אויך איז דא דער ענין פון ברוב עם, און די ברכה דארף זיין דווקא בפני הבן, והטעם אז דאס זאל אים אביסל מעורר זיי אז מהיום והלאה איז ער אליין אחראי צו גיין בדרך הטוב (שו"ת יד יצחק ח"ג סי' ש"ג).

און צום שלוס מעג א בר מצוה בחור וויסן וואס שטייט אין זוה"ק (פ' משפטים דף ק"ו) אז דער אייבשטער טוט א חסד מיט א מענטש און ווען ער ווערט 13 יאר אלט באקומט ער צוויי מלאכים וואס היטן אים און באגלייטן אים פון ביידע זייטן, אויב גייט דער מענטש אויפן גוטן וועג דאן זענען אים די צוויי מלאכים מחזק מיט שמחה און רופן אויס גיבט'ס כבוד פאר צורת המלך, אבער אויב חלילה מ'גייט נישט אויפן גוטן וועג דאן קלאגן די צוויי מלאכים אויף אים און גייען אוועק פון אים חלילה.
אבער דער הייליגער ר' יוחנן פון ראחמעסטריווקא זי"ע פלעגט זאגן אז א בר מצוה הייסט א "בר" א זון, ווייל פון א זון קען מען זיך נישט אפרייסן, מ'בלייבט אייביג א זון נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זעהט אויס, אבער א בעל עבירה הייסט א "בעל" פון א מאן קען מען זיך שיידן, זאל טאקע דער אייבישטער העלפן אז מיר אלע זאלן קענען מאכן שמחות בטוב לב, וישישו בשמחה, ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש.

איצט א קורצע תורה פון מיינע ארכיוון בנוגע בר מצוה, געשריבן בקצירת האומר,

בפ' תבוא: והי' כי תבוא וגו' כל הפרשה, ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, מצאתי בפרשתן רמזים הרבה ענינים השייכים להבר מצוה, ואקדים מראשית כל מילי שיש ביד הבחור שנעשה בר מצוה לקיים ממש ביום הראשון שנעשה גדול, והכל מרומז בהפסוקים בפרשתינו פ' תבוא פרשתו של ביכורים, דהרי בס' תולדות יעקב יוסף כת' דמצות ביכורים בזמן הזה הוי הימי הבחרות של כל אדם דהוי מראשית שנות האדם.

א) החיד"א בפתח עינים כת' דלכן מתחיל המשנה מאמתי קורין את שמע בערבית דמצוה הראשונה שהילד מקיים בעת שנעשה גדול הוא קר"ש של ערבית תיקף בלילה הראשונה, ומרמז בזה ד"אחד" בגימ' י"ג לרמז בזה שקר"ש ואחד הוא הדבר הראשון שהגדול מקיים, (ובס' דברים אחדים מוסיף ע"ז לפרש עם "זו" יצרתי תהלתי יספרו "זו" בגימ' י"ג).

ב) החת"ס בפ' ויחי כת' דמצוה ראשונה שהבר מצוה יכול לקיים הוא מדת השמחה לשמוח במצות ד' ובתורתו.

ג) ראיתי מצדיק אחד שאמר לבחור הבר מצוה שהמצוה הראשונה שיכול לקיים כשנעשה גדול הוא מצות כיבוד אב ואם.

ד) בראשית תורתך הקדומה אמירת דברי תורה בסעודת הבר מצוה הוי ג"כ מדברים הראשונים שיכול לקיים תיכף ומיד.

ה) מצות הנחת תפילין הוא ביום הראשון ממש דמצותה להניח תיכף כשנעשה בן י"ג שנה.

ו) עניית אמן אחר כל ברכה.

ז) ברכת המזון, שהמנהג דהבר מצוה מברך על הכוס.

ח) ברמ"א סי' שמ"ג כת' דקטן שנעשה גדול יקבל על עצמו איזהו דבר טוב ודבר תשובה כדי לכפר על עונותיו שעשה בעודו קטן, ופתחי תשובה יכול לעשות ג"כ תיכף.

ט) יראת שמים, לקיים מה שנאמר ויראת מאלקך אני ד'.

י) הכנעת היצה"ר תיכף בבואו היצ"ט ביום שנכנסת לעול התורה והמצות.

יא) הגאון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל צוה להבר מצוה לומר כל התרי"ג מצות ביום הראשון.

וכל הני דכתב ומופרש לעיל בו תרמוז במקרא שלפנינו, והי' כי תבוא אל הארץ אשר ד' אלקך נתן לך נחלה לרשתה, "והי'" בעת השמחה שבן הנעשה גדול יקבל "נחלה לרשתה" הוא הנחלה של ב' עולומות היצ"ט מוסיף על יצה"ר, והכתוב סופר ומונה "ולקחת מראשית" איזהו דבר יכול לעשות מראשית תיכף ביום הראשון?, ע"ז ממשיך הקרא,

א) ושמת בטנא – הוא אמירת דברי תורה, טנ"א ר"ת 'טעמים 'נקודות 'אותיות (כ"כ בתפארת שלמה) טנא בגימ' ס' רמז לס' מסכת.

ב) והלכת אל המקום אשר יבחר לשכן שמו שם – כיבוד אב ואם, דאז"ל השוה כבודם לכבוד המקום, לכן הוי מצות כיבוד אב ואם מקום אשר יבחר לשכן שמו שם, דהשוה כבודו,

ג) ולקח הכהן הטנא והניחו לפני מזבח ד' אלקיך – הוא הנחת תפילין, וצונו להניח על היד שהוא כנגד הלב שנקרא בספרי מוסר מזבח הלב, והניחו לפני מזבח וגו',

ד) וענית – עניית אמן,

ה) ואמרת – ברכת המזון,

ו) ארמי אובד – הכנעת היצה"ר שמדבר בלשון מרמה,

ז) וירד מצרימה – קר"ש וזכירת יצ"מ,

ח) ועתה – אין ועתה אלא לשון תשובה, הוא הקבלה טובה שמקבלים במקום תשובה,

ט) הנה הבאתי – הוא מדת השמחה, דבמד' איתא הנה הבאתי בשמחה (הנה לשון שמחה).

י) את ראשית פרי – יראת שמים כמ"ש ראשית חכמה יראת ד'.

יא) ושמחת בכל הטוב – אמירת כל התרי"ג מצות, אין טוב אלא תורה, ושמחת "בכל" הטוב, בכל מצות התורה,
(אמרי ש"ם – שאץ מאץ)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג יולי 23, 2012 2:49 pm

פשי אהא! שוין לאנג נישט געהערט פון דיר.

דאס קוקט אויס העכסט פראפעסיאנאל. א שיינעם דאנק.

פרינטער פרינט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 23, 2012 2:58 pm

קודם פאר איך ליין עס, מוז איך זיך באדאנקן פארדיר פארן צוריק נעמען דעם פעדער אין האנט אריין, און נאך דערצו א לאנג'ס און א ברייט'ס. 34,249 קערעקטער'ס.
יעצט קען מען גיין ליינען.

שעפעלע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2012 3:30 pm

תגובהדורך שעפעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 3:06 pm

איך האלט נאך נישט ביים בר מצוה מאכען אבער עס איז אייזען שטארק
קיף אף יאר גאוד ווארק!!
יו"ר הזאלץוואסער באוועגונג לשעבר

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 23, 2012 3:15 pm

כ'באדאנק מיך שוין פאראויס [שוין לאנג מוחזק]

אבער ווי זענען די בעלי מפדפים?

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מאנטאג יולי 23, 2012 3:45 pm

שאץ'ל, קודם זעה איך אז דו גרייטסטעך בר מצוה צו מאכן דעם קומענדיגן פר' כי תבוא..

די געדאנק און טייטשן אין די סדרה איז "געוואלדיג!" עס איז נישט דא די ריכטיגע סמיילי אינדערזייט וואס פאסט זיך צו באנוצען אויסצודריקן ווען מבאלעקט זיך מיט אזא בליציגן טייטש, ואתכם הסליחה.. באמת א שיינעם צוזאמשטעל.

ואחת שאלתי אויב מעגליך זאלסט מיר אויך אהערשטעלן אזאנס אויף די דעמאלסדיגע סדרה ווען איך וועל אי"ה בר מצוה מאכן..

איך האב נאכנישט גענומען די צייט אדורכצולערנען יעצט במדויק דעם גאנצן סימן (פון דיין קיצור שו"ע בהלכות החיים), אבער איך גלייב אז עס איז גארנישט שוואכער פון די פריערדיגע. ואיישר חילך פארן דא זיין נאכאמאל אונז מהנה צו זיין כדבעי. כה לחי!
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג יולי 23, 2012 4:09 pm

יישר כח הרב שאץ!!! ס'גיסט זיך הדרכה און השקפה פון יעדן פאראגראף!
כאטשיג איך האלט נאכנישט ביים בר מצוה מאכן איז עס געווען גאר באלערנד.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג יולי 23, 2012 4:21 pm

העמיר עס לעזן ווען דער צייט וועט ערלויבן, ייש"כ.

און פאר ווער ס'האט געזוכט האטעץ דא:
(נישט נעמען מער ווי איינס, ס'דארף בלייבן גענוג פאר אנדערע...)
צוגעלייגטע
א טאטע ביי א בר מצוה.pdf
(235.64 KiB) דאונלאודעד 448 מאל

און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:19 am

תגובהדורך און וואס נישט » דינסטאג יולי 24, 2012 1:38 am

שאץ זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט
און פאר דעת זקנים שכח פאר די פי די עף

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג יולי 24, 2012 4:15 am

נאכנישט געליינט אבער איך שטעל אויפן חזקה אז ס'איז געוואלדיג!
און א הערצליכען מזל טוב צום בר מצוה זאלסט זעהן פון איהם און פון אלע קינדער אסאך אסאך לייכט אידיש נחת!!!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יולי 24, 2012 7:19 pm

הערליך הערליך. ב"ה שאץ איך זע אז די נאמען פארן ספר איז שוין דא. יעצט ווארטן מיר שאץ זאל חתונה מאכן און מיר וועלן האבן א פארטיגן ספר מיט הנהגות אויף יעדע טריט און שריט פונעם לעבן. יישר כח און די זכות פון מזכה זיין דעם רבים זאל דיר ביישטיין

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » מיטוואך יולי 25, 2012 1:11 am

הייליג

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מיטוואך יולי 25, 2012 10:15 am

נעכטן נאכט דורכגעליינט, הערליך געשמאק געשריבן און שיין מסודר, ייש"כ.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 25, 2012 1:09 pm

מכטי1 האט געשריבן:נאכנישט געליינט אבער איך שטעל אויפן חזקה אז ס'איז געוואלדיג!
און א הערצליכען מזל טוב צום בר מצוה זאלסט זעהן פון איהם און פון אלע קינדער אסאך אסאך לייכט אידיש נחת!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג יולי 27, 2012 8:07 am

אקעי נעכטן נאכט דורכגעליינט, הערליך איז נישט דאס ווארט, איך האלט דיך שוין באלד דארט, מען קען נוצן אסאך עצות אין טיפס אויפן ריכטיגן ארט

צוויי הערות
1) איך הער דא די ערשטע מאל פון אזא מנהג אז מען גייט מיט א ווייסע העמד פון נאך שבת פאר די בר מצוה, אין מיינע צייטן איז דאס זיכער נישט געווען, מן הסתם האט עס מיט אכשר דרא
2) בנוגע אריינזינגען בייםן פשט'ל האב איך כמ"פ געהערט פון אידן אז דער ברך משה האט אמאל גערעדט דערפון ברבים און געזאגט, ממילא א חתן איז דא א ענין שלא לבייש, אבער א בר מצוה בחור, אדרבה מען דארף אים אויסלערנען אהבת התורה און אים מחזק זיין אז ער זאל יא זאגן, און מען זאל נישט לאזן אריינזינגען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:26 pm

ארויסגעפרינט דעם פדף (יישר כח בעל דעת). לויט די התחלה פונם ארטיקל בין איך שוין גאנץ נאנט דערצו בס"ד, העמיר עס מוזן דורכלערנען געהעריג.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:40 pm

איינער שרייבט מיר אין אישי אז איך האב אויסגעלאזט דעם פונקט אז היינטיגע צייטן דארפן טאטעס אויסלערנען בר מצוה קינדער וויאזוי צו צובינדן שיך....
היות ביז די בר מצוה גייט מען מיט שיך וואס האט נאר וועלקרא, פשוט די קינדער קענען נישט מאכן דעם דאבל קניפ מיט א מאשני...
א וועלט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 4:52 pm

שוין געליינט, הערליך און געוואלדיג עז יושועל!

כמו הערה'לעך.
-נאכן באדאנקן די חברת מתמידים פארן צוגרייטן דיינע חברה, האקסטו אריין איך זאל אליינס מיר אבגעבן מיט מיינע אינגלעך, אתממה?
-איי וואו נעמט מען די השתוקקות צו די תפלין פון יענע טעג...
-מיר האט טאקע געדריקט די רצועות מיט די בתים אויפן קאפ א היבשע וויילע ביז כ'האב מיר צוגעוואוינט.
-ר' חיים יעקב רובין האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן ענין פון אויספיצן די קינדער, "ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן" ואכמ"ל.
-בילדער האסטו זעט אויס מקיים געווען מצות שלא לומר דבר שאינו נשמע...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:13 pm

-אפשר איז כדאי אביסל צייט אפגעבן אויך פארן ענין פון דאווענען פארן עמוד. (פשוט פריער געהאט א בחור {זעט שוין אויס נענטער צו די 17} און זאגט נאך ביי קדיש די באקאנטע "סקאַט-סקאַטש מיי רבָּה!")

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מארטש 06, 2013 11:53 pm

היות איך מאך בר מצוה ערגעץ אין די תקופה, האב איך דאס צוזאמען געשטעלט אלץ א חלק פון מיין דרשה,
להנות בהם בני אדם, די גאנצע פיוט פון אחד מי יודע מקושר מיט די בר מצוה.

להקדים המדרש הידוע ויהי ערב, זה יצה"ר, ויהי בוקר זה יצ"ט, יום אחד, הוא בשנת הי"ג (גי' אחד), היינו זה שהיצה"ר בא לאדם קודם ואח"ז היצ"ט זהו חלק מן הבריאה שברא ד' את עולמו קודם ערב ואח"ז בוקר,

אחד מי יודע, אח"ד הוא י"ג, מי יודע, למה בא רק עכשיו היצ"ט ולא בשעה ראשונה, ע"ז אמר אחד אלקינו בשמים ובארץ, דגם בריאת שמים וארץ הי' קודם ערב ואח"כ לילה.

שני לוחות הברית, הלא בתורה כתב והמכתב חרות על הלוחות, אל תקרא חרות אלא חירות, אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, בן חורין הוא חירות מן היצה"ר ואימתי הוא, ביום הב"מ שמגיע לו היצ"ט.

שלשה אבות, ארבע אמהות, כת' החיד"א (בס' דברים אחדים דרוש י"א) דלכן נקרא הבחור בשנת י"ג "בר מצוה" דאותיות של אברהם יצחק יעקב הם י"ג, וגם אותיות של שרה רבקה רחל לאה הם י"ג, ובנעשה י"ג ומחיוב במצות נקרא בן להאבות ואמהות, וזהו שלשה אבות ארבע אמהות.

חמשה חומשי תורה, התורה מסיים באות ל' ומתחיל באות ב', ופי' היט"ל ברב טוב, זאת חקת התורה, דביחד הם ל"ב, עיקר התורה הוא הלב, ומה נקרא הלב, שני לבביך היינו היצה"ר והיצ"ט, ומתי נתקיים הלב של התורה?, ביום הבר מצוה בעת שמגיע לו היצ"ט.

ששה סדרי משנה, ידוע הם דברי החיד"א בס' פתח עינים, דלכן מתחיל המשנה בקר"ש של ערבית דמצוה ראושנה שהבחור מקיים כשנעשה י"ג שנים הוא קר"ש של ערבית, ובה מתחיל המשנה, וזהו ששה סדרי משנה.

שבעה ימי שבתא, כנזכר, דבכל יום בא קודם הערב ואח"ז היום, וגם אצל האדם, קודם היצה"ר ואחריו היצ"ט, וזהו ביום הב"מ,

שמונה ימי מילה, יש ערלת הגוף ויש ערלת הלב, ערלת הגוף, הוא ביומא דמהילתא, אך ערלת הלב הוא ביום הב"מ, וזהו שמונה ימי מילה. והעיר לי מו"ר מח"ס ברכת התורה שביש"מ כת' דנאמר י"ג בריתות על ברית מילה לרמז על הבר מצוה וד"ל.

תשעה ירחי לידה, אמת ונכון בשעת הלידה מגיע גם נשמה קדושה לכל ילד, אבל להבר מצוה מגיע נשמה חדשה, כמו שכ' בזו"ח שרשב"י אמר כן בעת הבר מצוה של בנו ר' אלעזר.

עשרה דבריא, בעשרת הדברות יש תר"ך אותיות כמנין כתר, לכל איש ישראל יש כתר על ראשו, ואלו תפילין שבראש, ואימתי מתחיל להניח תפילין שהוא כת"ר, ביום הבר מצוה.

אחד עשר כוכביא, הלא יש יותר כוכבים מן י"א, אך ראיתי בס' א' די"א כוכבים הם נגד י"א אלופי עשו ע"כ, וראה ראינו הפעם ראשונה שראו כל העולם ההבדל בין יעקב לעשו הי' בזמן ויגדלו הנערים, שהי' אז שנות הי"ג שלהם כמ"ש רש"י שם, וזהו אחד עשר כוכביא.

שנים עשר שבטיא, מהיכן לומדים שאיש נקרא גדול, מן שמעון ולוי אצל שכם כתיב שם איש ופרש"י שהי' גדול בשנת הי"ג, וזהו שנים עשר שבטיא דמן השבטים למדים זאת.

שלשה עשר מדיא, בדרשות הר"י אבן שועיב (פ' תרומה) דיש י"ג סימנים אצל המשכן נגד י"ג מדות של רחמים ולכן הנער כשנעשה י"ג שנים נתמנה על תרי"ג מצות שהתורה ג"כ נדרשת בי"ג מדות, וזהו שלשה עשר מדיא.

הנני מודים לד' אלקי בתוך רבים וכו' שב"ה בני היקר עולה מעלה מעלה, ויעזור כן להלאה, כמ"ש התולדות והבנ"י ומקורו באריה"ק אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר, שקאי על שנות הבחרות אחר הבר מצוה, וזהו ענין ג"כ של שבעת ימים תאכל מצות רומז על הז' שנים מן י"ג עד כ' שצרית שמירה יתירה כמו מצות שמירה,
נזכה בין גאולה לגאולה לגאולה שלימה, ואור חדש על ציון תאיר במהרה.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 12:21 am

געוואלדיג!! הערליך שיינע רעיונות!

איז דאס די פשעטל וואס דער בר מצו-ה בחור גייט זאגן...?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 1:35 am

געוואלדיגע געדאנק. און מזל טוב צום בר מצוה, זאלסט שעפן פולע הויפענעס נחת פון די קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 4:06 am

למעלה משבעים האט געשריבן:געוואלדיגע געדאנק. און מזל טוב צום בר מצוה, זאלסט שעפן פולע הויפענעס נחת פון די קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 11:41 am

למעלה משבעים האט געשריבן:מזל טוב צום בר מצוה, זאלסט שעפן פולע הויפענעס נחת פון די קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 5:08 pm

ווינקל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מזל טוב צום בר מצוה, זאלסט שעפן פולע הויפענעס נחת פון די קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט