א קאסטבארע מיסיע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

א קאסטבארע מיסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

אזוי ווי ס'זעט נישט אויס ווי איך וועל קענען שרייבן ווייטער אין די נאנטע צוקונפט האב איך געקלערט ארויף צו לייגן וואס איך האב און אז איינער וויל קען ער גיין ווייטער

ובזה החלי

1:30AM

די נאכט שטילקייט איז איבער געריסן געווארן מיט א קלינג פון די טעלעפאון, מעקס איז ארויס געשפרינגען פון בעט אויפהייבן די קאלל, איינמאל ער האט געזען די נאמען אויף די איידי האט ער נישט געדארפט מער, די נאמען האט שוין אלעס געזאגט, "קום אריין אין אפיס די שנעלסטע וואס מעגליך, איך וועל דארט זיין ביז אפאר מינוט." מעקס האט געקענט די קול און דאס איז געווען נישט קיין צווייטער נאר זיין מענעדזשער, און ווען זיין מענעדזשער רופט האט ער געוואוסט אז ס'איז נישטא קיין צווייטע ברירה נאר זיך הייבן און גיין.
דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי הענרי און קארל אינדערהיים, די מענעדזשער האט זיי אויפגעוועקט און געהייסן זיך גרייט מאכן און זיין אין אפיס וואו אמשנעלסטן, נישט דורך קיין צוואנציג מינוט און אלע דריי זענען געווען אין אפיס און געווארט צו הערן פון די מענעדזשער וואס די עמערדזשענסי איז, די מענעדזשער האט נישט לאנג געלאזט הענגען און איז גראד געקומען צום ווארט. " איר גייט יעצט צוריק גיין אין די 'באט' טרעינינג פאר צוויי וואכן און דערנאך גייען מיר אייך שיקן אויף א מיסיע, און צו קענען טון די מיסיע מוזט איר איבערגיין געוויסע טרעינונגען." אלע דריי האבן געעפענט גרויס די אויגן און זיך געוואונדערט וואס די פשט איז "זענען מיר נישט פון די בעסטע שפיאנען אין לאנד וואס האבן שוין דורך געפירט אומצאליגע מיסיעס איבער די וועלט? וואס פעלט אויס נאך א טרעינינג קלעס יעצט?" האט הענרי גענומען די דרייסט צו פרעגן.
" דו ביסט גערעכט" האט זעוואדי זיך אנגערופן מיט א קענטיגע שמייכל אויפן פנים, "דאס מאל איז עס עפעס מער פון א פשוטע אקציע, דאסמאל איז עס עפעס וואס עטס ווארטס שוין דעראויף פון ווען איר זענט אין די אגענטור און דאס איז "איראן!!" די פרעזידענט האט איבערגעגעבן א פערזענליכע פארלאנג אז ער וויל ענק האבן אין איראן און אויספירן געוויסע געהיימעניסן פאר אים זענט איר אלע מסכים דערצו?" האט זעוואדי אויסגפירט ענטוזעיאסטיש.
"זיכער" האבן אלע דריי געשריגן, וואס איז שייך עפעס מער וואו אריין גיין שפיאנירן אין איראן.

די דריי האבן זיך גלייך גענומען צו די ארבעט, זיי האבן געוואוסט וואס דאס מיינט "באט טרעינינג" דאס איז די טרעינינג וואס יעדע נעווי סיעל גייט דורך און פון וואס רוב מענטשען פאלן ארויס ווייל זיי קענען נישט אויסהאלטן די פיין, מעקס קארל און הענרי זענען דאס שוין אויך דורך בעפאר זיי זענען געגאנגען ארבעטן פאר די געהיימע עליטא סי-איי-עי דיוויזיע, אבער יעצט וואוסענדיג אז זיי גייען אריין דא אין די פיסק פון לייב און זיי גייען דארפן ניצן יעדע מיטל וואס זיי האבן זיך געלערענט האבן זיי אלע מסכים געווען איבערצוגיין די טרעינונג, כאטש זיי האבן געוואוסט אז דאס איז ווייט פון לייכט.
די טעג זענען שנעל דורך, דאס טאנצען פון טויזענטער פיס הויעך, אדער דאס ליגן אונטער די אייז קאלטע וואסער פאר שעות אין איין צי און דערנאך ארויסשלעפן מיט זיך א הונדערט פונטיגע פעקל פונעם וואסער אפגרינד, איז געווארן ביי זיי א רוטין. און יעדע פרייע מינוט האבן זיי אויסגעניצט זיך צו לערנען און קענען פליסיג די אראבישע שפראך און זייער לעבנס שטייגער, און פארשטייט זיך אז און די זעלבע צייט האבן זיי זיך געלאזט וואקסן די בארד אז ווען זיי קומען אן דארט זאלן זיי זיך קענען אויסמישן מיטן המון אן קיין פראבלעם.
איין טאג זיצענדיג אין די באראקן קומט זעוואדי אריין און לאזט זיי וויסן אז ס'איז צייט זיך צו פאקן ווייל די מיסיע גייט היינט אריין אין קראפט, אן קיין איבריגע שאלות האבן זיך אלע דריי צוזאמגעפאקט און זיך געמאכט גרייט צו גיין "וואו טראגט איר די פעקלעך? כאפטס אלעס אן און שיקטס עס אהיים מיט יו-פי-עס. זייטס אין מיין אפיס ביז פינעף מינוט, איך וועל דארט דורך גיין די דעטאלן"

אלע דריי זענען געשטאנען און אויסגעהערט יעדעס ווארט
"מארגן נאכט קומט פאר אין פאריז א גרויסע צוזאמקום פאר אסאך פראפעסארן פון די וועלט, ביי די קאנפרעס קומען זיך צוזאם פרעפעסארן פון אסאך לענדער, איראן גייט אויך האבן א גאר גרויסע פרעפעסאר וואס גייט זיך באטייליגן דארט. ער גייט זיין אונזער וועג אריין צו די איראנע נוקלער פראיעקט! מעקס דו קומסט מיט מיר דיין פליגער פארט ארויס פון דא ביז אפאר מינוט, דו גייסט פליען קיין פאריז אלס פראפעסער. מיר האבן דיך געגעבן א פאלשע אידענטיפעקאציע קארטל און דו ביסט אויף די ליסטע פון די געלאדענטע פראפעסערס, דיין מיסיע גייט זיין אנצוקלעבן א טרעקער אויפן פראפעסער אז ווען ער גייט צוריק קיין איראן זאלן מיר אים קענען טרעקן.


הענרי און קארל, ענקער פליגער הייבט זיך אויך ביז אפאר שעה. עטס וועטס פליען קיין אפגאניסטאן און פון דארט דארפט עטס טרעפן א וועג אריין קיין איראק, ווען מעקס וועט פארטיגן מיט זיין מיסיע אין פאריז וועלן מיר אים אפשיקן קיין איראן און דארט וועט איר זיך צוזאמטרעפן און ארבעטן אינאיינעם. אבער געדענקטס, איינמאל עטס טרעטס אריין אין איראן זענט איר מער נישט פאררעכענט אלס אמעריקאנע בירגער, אויב פאלט איר אריין אין אומגעוואונטשענע הענט וועלן מיר ענק קיין סך נישט קענען העלפן. עטס ארבעטס דארט אויף ענקער אייגענע אחריות און איר זאלט נישט ערווארטן קיין הילף פון קיינעם. יעצט איז אייער לעצטע שאנס צו זאגן ניין, אדער אז איר ווילט עס איבערטראכטן, איינמאל מ'גייט ארויף אויפן פליגער איז עס פארטיג"
מיט א שנעלע בלינק האבן אלע דריי גלייך מסכים געווען "מיר זען דיר אויס וואו אזאנע פחדנים אז דו דארפסט אונז אזוי דערשרעקן?" האט הענרי זיך אנגערופן סארקאסטיש. "חברה, דאס איז נישט קיין פראנקרייך אדער אן ארץ ישראל מיסיע. דא איז נישטא קיין וועג צוריק אויב פארפלאנטערט מען זיך..."
"טרייב נישט איבער, מיר זענען נישט קיין חדר אינגלעך." האט מעקס זיך ערלויבט אפצוווארפן זעוואדיס ווערטער. "פיין דאן מאכט אייך גרייט, לאזט איבער ווארימע וואונטשען פאר אייערע פאמיליעס ווייל איך ווייס נישט ווען עסט קומטס אהיים. מעקס דו קום מיט מיר ווייל די קאר צום ערעפארט ווארט שוין אויף דיר"

מעקס האט נישט געהאט קיין סך צייט זיך צורעכט מאכן, די קאר צום ערעפארט האט אים אפגעווארט, ער האט אנגעטון זיין שיינע רעקל און זיך אויסגעגראדט זיין שניפסל און נאכן אנטון זיינע גלעזער האט ער זיך געקוקט אין שפיגל און זיין געשטעל איז אים געפאלן. איינער וואס קען אים נישט וואלט ערענסט געקלערט אז דא רעדט מען פון א שטודירטע פראפעסער.
פארשטייט זיך אז דורך גיין די פליגער מיט די פאפירן איז געווען קיין פראבלעם, זיינע הארן האבן זיכער געמאכט אז אלעס זאל קלאפן, אבער ווען די פליגער האט זיך געהויבן און מעקס האט אראפגעקוקט אויף די שיינע פאנערמע האט א קליין ווערימעל זיך אריין געכאפט 'ווער ווייסט צו איך וועל נאך אמאל זען דאס פלאץ? ווער ווייסט צו דאס איז נישט דאס לעצטע מאל וואס איך פאר אזוי ארום פריי?' אבער מעקס האט גלייך אפגעווארפן די מחשבה, און זיך אריין געלייגט און שטודירן די פלענער פון די רייזע. ער איז איבער געגאנגען די מיסיע אין קאפ. ער גייט אנקומען אין פאריז און דארט וועט ער אויף עפעס א וועג מוזן נאנט ווערן מיט די איראנע פראפעסער און אנטשעפענען אויף אים א קליינע דיווייס וואס מיט דעם וועט ער מיט זיינע חברים קענען נאכגיין דעם פראפעסער ווען ער וועט זיין צוריק אין איראן און זען וואו ער דרייט זיך. ווען מעקס האט געזען אז ער פארשטייט בערך וואס זיין ראלע איז האט ער זיך פארמאכט די אויגן צו כאפן א דרימל, וואוסענדיג אז די נעקסטע דרימל גייט זיין ערגעץ אין פאריז אדער אויב וועט ער זיין גענוג מזל'דיג וועט עס זיין שוין אויפן וועג קיין איראן.

די דרימל איז געווען קערצער וואו מעקס האט געוואלט, נאך אפאר שעה וואס פאר אים האט דאס אויסגעזען ווי מינוטן האט די פילאט יעדעם באגריסט און געהייסן זיך גרייטן פאר די לאנדונג. מעקס האט זיכער געמאכט אז ער זעהט אויס די בעסטע וואס שייך און מיט זיכערע טריט האט ער אראפגעטרעטן אויף די פאריזע באדן. פון די ערעפארט האט ער גענומען א טעקסי צום האטעל. פארשטייט זיך אז אנקומענדיג אין די האטעל איז זיין נאמען שוין געווען אין די סיסטעם און מ'האט אים צוגעוויזן די שטוב וואס מ'האט אוועק געלייגט פאר אים, מעקס האט געוואוסט אז די ערשטע זאך וואס ער דארף טון איז ארויסבאקומען די געסט ליסט און טרעפן דעם איראנע פראפעסער און זען וועלכע שטוב ער שטייט איין. דאס איז נישט גרינג סתם אזוי ווייל די זאכן זענען זייער קאנפעדאנציאל, די סיבה איז טאקע פאר די זעלבע סיבה פארוואס מעקס איז דא. נעמליך, יעדע לאנד ווייסט אז אין אזא פלאץ וואו די קעפ פון די וועלטס לענדער קומען זיך צוזאם איז אייביג דא לענדער וואס וועלן אויסניצן די געלעגענהייט צו רעקרוטן אדער סתם שפיאנירן אויף א צווייטע לאנד. און אלע לענדער ניצן די מאקסעמום סעקיורעטי אפצוהיטן זייערע פראפעסערס פון אזאנע אומגעוואונטשענע עלימענטן, און ווער רעדט נאך פון אזא לאנד ווי איראן וואס ווייסט אז זיי האבן נישט קיין סך פריינט אין די דרויסענדע וועלט, זיי היטן אפ זייערע פראפעסארן מיט אפאר צענדליגע וועכטער און זיי לאזן אים נישט קיין רגע אליין. מעקס האט דאס אלעס געוואוסט אבער ער האט געוואוסט אז ער האט א מיסיע אויסצופירן און ער וועט דאס טון.

מעקס איז ארויף צו זיין צימער און זיין גראד גענומען צו די ארבעט, ער האט אראפגעריפן צו די דעסק זיך אפרעדן אז ס'פעלט די האנטוכער פון זיין שטוב, ער האט געוואוסט אז צומאל דרייען זיך די האטעל ארבעטערס ארום מיט א ליסטע פון זאכן וואס זיי דארפן טון און אזוי גייען זיי ארום די שטאקן אויספירן זייער פליכט, מעקס האט געהאפט אז די איראנע האט אויך עפעס געבעטן און אפשר וועט אים געלונגען צו כאפן א בליק אויף 'טו דו ליסט'. מעקס'ס פלאן האט אבער נישט געארבעט, די ארבעטער האט טאקע ארויף געברענגט האנטוכער פאר אים און זיך אפילו אנטשולדיגט פאר אים, אבער קיין ליסטע האט ער נישט פארמאגט.

מעקס האט געזען אז גראדערהייט וועט דאס נישט גיין, ער האט זיך צוריק אנגעטון זיין מאנטל און אראפגעפארן מיט די עלעוועיטאר, ער האט געקלערט אז אפשר אויפן גאס וועט ער עפעס מער זען אדער כאטש טרעפן איינעם וואס וועט אים קענען העלפן..
מעקס שלעפט ארויס א גרויסע ציגאר פון טאש, דאס האט מען אים מיטגעגעבן זאגענדיג אז פראפעסארס רייכערן דאס. מעקס האט זיך כמעט דערשטיקט פון די מאס רויך וואס די ציגאר האט אים אריין געגעבן אין די לינגען, אבער מעקס האט געוואוסט אז אויב וויל ער שפילן די שפיל וועט ער דאס מוזן דורך טראגן. די צייט איז געלאפן און אזוי אויך איז די ציגאר שטייטערהייט אויסגעגאנגען אבער פאר מעקס איז דערווייל נישט געלונגען צו טרעפן איינעם אדער אפילו אויפקומען מיט עפעס א פלאן. זעענדיג אז ס'איז נישטא קיין צווייטע אפציע האט מעקס געטון די עלסטע טריק וואס איז דא אין די ביכער, ער איז צוריק אריין אין די האטעל און ווען די לאבי איז געווען ליידיג נאכן זיכער מאכן אז קיינער דרייט זיך נישט דארט האט ער געגעבן א צי אראפ די פייער צינגל און די פייער אלארעם האט זיך גענומען יאמערן מיט קולות. די טריק האט געארבעט א-ווי אייביג און פון אלע שטיבער האט מען געזען פראפעסארן ארויס לויפן שנעלערהייט און זיך אראפ יאגן צו די ארויסגאנג. מעקס האט געוואט רואיגערהייט אבאכט געבענדיג נישט צו פארפאסן די איראנע פראפעסער. אבער זיין ווארטן האט זיך נישט אויסגעצאלט...

רום 478
אין די שטוב זענען געזעצן פיר באוואפענטע גארדס וואס זענען מיטגעקומען מיט פראפעסער אבו-אלי, די פיר זענען געשיקט געווארן פון די איראנע רעגירונג צו האלטן אן אויג אויפן פראפעסער יעדעס מאל וואס די פראפעסער איז ארויסגעפארן פון לאנד, די פראפעסערס רום איז געווען 476 זיי זענען געווען איין שטוב דערנעבן און זיי האבן געהאט אויגן און אויערן צוגעטשעפעט צו די פראפעסערס שטוב צו קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט וואס די פראפעסער רעדט, אזוי אויך האבן זיי געהאט ארום געלייגט איבער די גאנצע האטעל קליינע קעמרעס אז זיי זאלן קענען זען אויף יעדע שטאק וואס ס'טוט זיך. אבו-אלי האט געוואוסט אז ער ווערט נאכגעקוקט יעדע מינוט פון די פיר און צוואנציג שעה וואס די טאג האט, אבער דאס האט אים נישט געשטערט ווייל ער האט געוואוסט אז ער איז דא אין לאנד וואס די שטן (אמעריקע) פארלייגט זיך שטארק אויף די גלויביגע (איראנע) און די אלע זענען דא אים צו היטן..

מעקס האט נישט געוואוסט אז ווען ער האט געצויגן די פייער בעל האבן אפאר שארפע אויגן פון רום 478 אלעס מיטגעהאטלן און יעצט איז ער שוין אויף זייער שווארצע ליסטע. "מיר האבן געטראפן איין פאלשע פראפעסער וואס איז דא מיט שלעכטע מאטיוון און מיר האלטן א נאנטע אויג אויף אים" האט זיך געליינט די באריכט וואס די גארדס האבן ארויסגעשיקט ביינאכט צו זייער הויפט קוואטיר אין איראן. מעקס איז געגאנגען שלאפן פארביטערט אז ער האט גארנישט אויפגעטון דעווייל, ניטאמאל ווייסט ער די רום # אויף אנצופאנגען.
אין רום 478 האט מען זיך נישט געלייגט, מען האט אראפגעשטעלט איינעם וואס זאל נישט אראפ נעמען קיין אויג פון דעם פאלשן פראפעסאר..

*

קארל און הענרי האבן זיך אראפגעלאזט מיט פערישאטן העכער די אפגאניסטאנע בערג. נאכן לאנדן זיכערעהייט אין אפגאניסטאן האבן זיי ארויסגענומען זייער קאמפאס און צוזאמען האבן זיי צושפאצירט צו צו די בארג וואס גרעניצט זיך מיט איראן.
די וועג איז געווען זייער א שווערע און אן אויסגעמוטשעטע, זיי האבן זיך געפריידט אז זיי זענען נאכאמאל דורך געגאנגען די טרענירונג ווייל דאס האט זיי יעצט אסאך געהאלפן מיט די קריכן אויף די שיפע שפיציגע בערג. אבער אנקומענדיג אויפן שפיץ בארג האט זיי אפגעווארט א סורפרייז, נישט וואו זיי האבן געמיינט אז די פלאץ איז פיל מיט ביימער און זיי וועלן זיך גרינג קענען אריין כאפן אין די טינקעלקייט פון די נאכט, דא האבן זיי באמערקט אז די מצב איז נישט אזוי. די איראנע זענען ווייזט אויס קלוגער געווארן, זיי האבן אפגעשניטן די גאנצע פלאץ, ס'איז נישט געווען קיין בוים צו געפינען אין די דריי מייל ארום, און די פלאץ איז אויך באלאכטן געווארן מיט ריזיגע פראדזשעקטארס וואס האט געמאכט די פלאץ שיינען ווי אינמיטן טאג. ס'איז נישט געווען קיין שום וועג פאר קארל מיט הענרי אריבער צו גיין דעם פלאץ אן ווערן געכאפט. זייער פלאן האט געדארפט א באלדיגע טויש.

*

אין וואשינגטאן איז זאוואדי געזעצן און געווארט אויף די קאנפערמאציע פון מעקס, לויט די זייגער וואלט מעקס שוין געמעגט עפעס האבן פאר אים, ער האט געקענט מעקס און געוואוסט אז ער איז נישט איינער וואס גייט אנקומען צו די האטעל און זיך לייגן שלאפן. נו, פארוואס דאן הערט מען נאכנישט פון אים? פון הענרי און קארל האט אויך ערווארטעט צו הערן אז זיי זענען אנגעקומען בשלום. מ'האט געהאט אפגעשמועסט אז איינמאל זיי טרעטן ארויף אויף די איראנע באדן וועלן זיי לאזן וויסן אז זיי זענען אנגעקומען און דערנאך וועלן זיי אוועק ווארפן די קאמיונעקאציע אפאראט, אבער פון זיי הערט מען דערווייל אויך נישט.. וואס גייט פאר?

נישט לאנג האט ער געווארט איידער די אפאראט האט זיך צופיפן מיט א נייע מעסעדזש "מיר זענען נישט געווען סוקסעספול מיטן דורך גיין דורך די ארגינעלע פלאן, מיר ארבעטן יעצט אויף א נייע פלאן און מיר האפן צוריק צוקומען מיט רעזולטאטן בקרוב". אינטערגעשריבן דורך קארל און הענרי

זעוואדי האט אויפגענומען די מעסעדזש מיט פארלייכטערונג אז קודם האבן זיי דורך געמאכט די שפרינג און זיי זענען אינאיינעם, אויף זייער פלאן פאר די וועג אריין איז ער נישט געווען זייער נערוועז, ער האט געוואוסט אז ווען קארל מיט הענרי זענען צוזאמען וועלן זיי שוין אויפקומען מיט א פלאן.

רואיגערהייט איז ער זיך געגאנגען לייגן קלערענדיג צו זיך " וואו לאנג זיי זענען נישט דארט דארפן זיי נישט וויסן וואס זייער ריכטיגע מיסיע איז, זיי האבן צייט דאס אויסצוגעפינען ווען זיי וועלן שוין זיין אין איראן......"


פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

ווי געשריבן איז נישט געווען אין פלאן צו גיין ווייטער מיט די פארזעצונג צוליב די באגרעניצטע צוטריט צום קאמפיוטער, אבער ב"ה ס'איז מיר יא געלונגען צו גיין אביסל ווייטער. למעשה זעה איך נישט קיין וועג אז איך זאל קענען גיין ווייטער, דעריבער בין איך מכבד ווער ס'וויל גיין ווייטער, ממשיך צו זיין די פארזעצונג.

פארזעצונג פון פריער:

די סי-איי-עי האט באקומען די אויפגאבע פונעם פרעזידענט אריין צו שיקן אין איראן א קליינע געהיימע דיוויזיע און זיי זאלן אויספירן די פליכטן מיט אלעס וואס מען ברויך דארט האבן.

מעקס הענרי און קארל זענען געווען פון די סי-איי-עי'ס בעסטע און געשולטסטע, זיי זענען אויסגעקליבן געווארן דורך זייער לויטענענט זעוואדי אויסצופירן די מיסיע.

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט דעם אז קארל און הענרי זענען אפגעפלויגן קיין אפגאניסטאן וואס פון דארט איז זייער פלאן געווען זיך אריבער צו כאפן די גרעניץ קיין איראן און דארט אפווארטן זייער דריטע שותף מעקס וואס איז קודם געפארן קיין פאריז זיך טרעפן מיט אן איראנע פראפעסער וואס ער האט געדארפט ארויף לייגן אויף אים א קליינע טרעקער אז ווען ער דרייט זיך אין איראן זאלן זיי וויסן וואו אים צו טרעפן. די ערשטע פראבע פון מעקס איז דורך געפאלן ווען פראפעסער אבו-אלי איז נישט ארויס געקומען פון זיין האטעל רום טראץ וואס די פייער אלארעם האט זיך צוקלינגען אין די האטעל. וואס מעקס האט נישט געוואוסט איז אז די איראנע האבן געלייגט אן אויג אויף אים זינט זיין שלעפן די פייער אלארעם צינגל.

אין אפגאניסטאן איז אויך נישט געגאנגען ווי געפלאנט, די ערשטע פראבע פון קראסן קיין איראן איז נישט געווען סוקסעספול. קארל און הענרי האבן יעצט געמוזט טרעפן א נייע וועג דאס צו טון.

און יעצט ליינט ווייטער.

קארל און הענרי האבן איינגעזען אז גראדערהייט וועלן זיי נישט אנקומען קיין איראן, זיי האבן זיך פארבינדן מיט די סי-איי-עי הויפקוואטיר און פראלאנגט א טרענספער קיין איראק און פון דארט האבן זיי געפלאנט צו טרעפן א וועג אריין קיין איראן דורך די הארמוז קאנאל וואס שלענגעלט זיך פון איראק גראד אריין קיין איראן. זייער פארלאנג איז נאכגעגעבן געווארן און זיי האבן געטוישט די רייזע פלענער קיין איראק.

*
רום 478 האט נארוואס צוריק באקומען אן ענטפער פון די איראנע אינטעליגענטע שפיאנאזש קאמיטע, זיי האבן געהייסן אז מ'זאל לאזן דעם פאלשן אמעריקאנע פראפעסער צוקומען צו פראפעסער אבו-אלי און זען וואס ער וויל, "אפשר וועלן מיר גאר פארדינען פון דעם" האט זיך געליינט די מעמאו, "זייט זייער פארזיכטיג און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון אים, אבער לאזט אים אנקומען וואו ער וויל און לאמיר זען וואס זיין פלאן איז" די גארדס האבן איבערגעגעבן די באפעל פאר פראפעסער אבו-אלי. זיי האבן אים אנגעזאגט אז ער זאל זיך זייער אבאכט געבן פון דעם אמעריקאנער, אבער ער מוז אויף עפעס א וועג אנקניפן א באציאונג מיט אים.

מעקס איז געשטאנען אינדערויסן און געצויגן פון זיין לילקע, זיין מח האט שווער געארבעט אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי אנצוקומען נאנט צום איראנע פראפעסער און אים ארויפקלעבן די טרעקער דיווייס, אבער ער האט נישט צו לאנג געדארפט קלערן, די פיש איז אליין אריין געקומען אין נעץ.

"פראפעסער, אין צוויי מינוט קענסטו צווואקן צום אמעריקאנער, ער שטייט אינדערויסן און רייכערט זיין לילקע, גיי צו צו אים און בעט אים פייער. מיר וועלן דא שטיין און דיך היטן, זארג נישט מיר האבן מענטשען אויף אלע זייטן פון די האטעל ער קען דיר קיין שלעכטס נישט טון, און אויב עפעס גייט נישט גוט האבן מיר א סנייפער וואס האלט די פינגער ביי די צינגל גרייט אים אראפצורוימען, גיי צו צו אים ווי גארנישט וואלט געווען און בעט אים צו ער האט פייער, פון דארט און ווייטער לאז אים פירן די שמועס. פארשטאנען?"

די פראפעסער האט געשאקלט מיטן קאפ און געווארט אויף די אקעי פון זיינע גארדס צו ער קען ארויס וואקן צום אמעריקאנער. "פראפעסער, דו קענסט ארויסגיין די פלאץ איז אין אונזערע הענט", פראפעסער אבו-אלי איז צוגעקומען צו אים און גערייכט די הענט " איך בין פראפעסער אבו-אלי פון איראן, אפשר האסטו פייער פאר מיין לילקע אויך?" "זיכער אזוי פראפעסער. ס'איז מיר א כבוד דיר צו באדינען." מעקס האט געכאפט די טרעקער וואס ער האט געדארפט ארויף לייגן אויפן פראפעסער און עס צוגעטשעפעט צום צינדער וואס ער האט געהאט מיט זיך און מיט א געמאכטע העפליכקייט זיך אנגערופן, "איך וועל אייך אוועק שענקען מיין צינדער, דאס זאל בלייבן פאר אייך אלס געדענקעניש אז מיר האבן זיך אמאל געטראפן אין פאריז." "ביסטו זיכער אז דו דארפסט דאס נישט?" האט אבו-אלי געפרעגט מיט א געמאכטע העפליכקייט "ניין זיכער נישט, נעם עס אהיים אלס געדענקענישט"
די פראפעסער האט געענדיגט אפרייכערן זיין לילקע און ארויף צו זיין צומער, דארט האבן אים זיינע גארדס אפגעווארט און איבער גענומען פון אים די צינדער.

מעקס האט אפגעאטעמט ווען ער איז פארטיג געווארן מיט זיין אקציע, ער האט געלאזט וויסן פאר וואשינגטאן אז זיין מיסיע איז געווען סוקסעספול און ער פארט קיין אפגאניסטאן אנצוקומען קיין איראן. די ענטפער פון וואשינגטאן איז געווען אז ער זאל פארן קיין איראק ווייל די אנדערע צוויי זענען אויך דארט, און צוזאמען זאלן זיי אלע דריי זיך אריין כאפן קיין איראן דורך די הארמוז שטרויז.

רום 478 האט ארויסגעשיקט זייער סטעיטמענט קיין איראן הויפקוואטיר "דער אמעריקאנער איז דא געווען און זיין ציל איז געווען ארויף צולייגן א טרעקער אויפן פראפעסער, ער האט דאס באוויזן צו טון דורך שענקען פארן פראפעסער א צינדער וואס האט פארמאגט אויף זיך די טרעקער. מיר האבן יעצט די טרעקער אין אונזער הענט, ביטע לאזט אונז וויסן וואס מיר זאלן ווייטער טון." די ענטפער איז געקומען געשווינד און קלאר "פראפעסער אבו-אלי זאל טראגן מיט זיך די טרעקער און ער זאל אהיים קומען אין די ערשטע געלעגענהייט, מיר ווילן נאכקוקן ווער אין לאנד עס קוקט נאך די טרעקער."

*
מעקס האט געכאפט די ערשטע פליגער ארויס פון פאריז און געפארן קיין איראק זיך טרעפן מיט זיינע קאלעגעס וואס האבן דארט געווארט אויף אים.
אנקומענדיג דארט האט ער זיך פארבינדן מיט די אנדערע צוויי און זיי האבן זיך פאראייניגט, צוזאמען האבן זיי זיך אראפגעזעצט אויסארבעטן די פלענער וויאזוי זיך אריין צובאקומען אין איראן.
נאכן זיצן אפאר טאג און באטראכטן די גאנצע סיסטעם פון די שיפן וואס קומען און גייען דורך די הארמוז שטראז איז געבליבן אז ס'איז נישטא קיין צווייטע ברירה נאר זיך אריין צולאזן אין די טיפע וואסרען און זיך נעמען שווימען צו די ריכטונג פון איראן, אויפן וועג אויב וועט זיי געלונגען וועלן זיי זיך מיטכאפן מיט א שיף וואס גייט יענע וועג אן די שיף'ס וויסן און ביים בארטן פון איראן וועלן זיי שנעל אפלאזן די שיף און צושווימען צו די בארטן..

נאכדעם וואס אלע דריי זענען איינגעגאנגען אז דאס איז די איינציגסטע וועג פאר זיי געבליבן און אלע דריי האבן צוגעשטימט צו די פלאן האט קארל געזאגט אז ער וועט לאזן וויסן פאר לויטענענט זאוואדי אז דאס איז זייער פיינעל פלאן און מארגן ביינאכט לאזן זיי זיך אריין אין וואסער, און דאס וועט זיין זייער לעצטע קאנטאקט מיט אמעריקע ביז זייער צוריק קער אהיים ווי אפגעשמועסט. א-חוץ אויב עס וועט זיך מאכן עפעס אויסטערליש האבן זיי באקומען א ספעציעלע קאוד וואס זיי קענען ניצן צו אנקניפן א קאנטעקט מיט אמעריקע, אבער ווי מ'האט זיי אנגעזאגט איז דאס טאקע נאר געמאכט געווארן אין צייט פון נויט פאל..

די טאג איז דורך געלאפן און די נאכט איז צוגעפאלן, קארל מעקס און הענרי האבן זיך געגרייט אויף די מינוט וואס יעדער וועט זיין גרייט אריין צו טאנצען און זיך נעמען שווימען.. שטילערהייט האט יעדער ווידער געדאנקט דעם לויטענענט פארן זיי צוריק אריין שטעלן אין די באאט טרעינינג פראגרעם, דאס איז זיי יעצט פיין צוניץ געקומען ווען זיי האבן געוואוסט אז זיי גייען יעצט אריין גיין אין וואסער און זיי האבן נישט קיין אנונג וואו לאנג זיי גייען זיין אינעווייניג.
קארל האט ארויסגענומען זיין קאמיונעקאציע אפאראט און אריין געזאגט זיין קאוד נאמען און איבער געגעבן פאר לויטענענט די באשלוס. די לויטענענט האט זיי זייער שיין באגריסט און אנגעוואונטשען אסאך הצלחה, און צוגעלייגט די לעצטע די פאר ווערטער: "קארל, געב איבער פאר די אנדערע אויך ענקער מיסיע איז דארט מער ווי סתם שפיאנירן און נאשן סודות, מיר האבן דאס נישט געוואלט זאגן ביז יעצט ווייל דאס איז א סוד וואס ווייניג אין אמעריקע ווייסן און מיר האבן נישט געוואלט אז די סוד זאל זיך דרייען דא אויב למעשה קומט עטס נישט אן קיין איראן, אבער יעצט אז איר זענט שוין ביים אריין טאנצען וויל איך דיר זאגן און גיב עס איבער ווייטער. ענקער מיסיע דארט איז אנצוקניפן א באציאונג מיט איינע פון די סייענטיסטן.... מיר האבן באקומען א מעסעדזש פון איינע פון די סייענטיסטן אין איראן אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט אונז און אונז דערציילן סודות וואס מיר קענען שטארק ניצן. ער זאגט אבער אז ער האט נישט קיין וועג ארויס צוטראגן די זאכן וואס ער האט מיט זיך ער מוז האבן איינעם אין איראן וואס ער זאל קענען איבערגעבן די זאכן און יענער זאל עס טראגן ווייטער. ער זאגט אז ער ווי אלע אנדערע סייענטיסטן אין אירן ווערן נאכגעקוקט פיר און צוואנציג שעה א טאג און אפילו די איין מעסעדזש וואס ער האט אונז געשיקט האט ער זיך אויך איינגעשטעלט דאס לעבן. אלזא, ענקער מיסיע איז אנצוקניפן באציאונגען מיט אים און הערן און נעמען פון אים וואס ער האט צו פארקויפן, און נישט ווי עטס האטס ביז יעצט געמיינט, נאר איר וועט שטענדיג זיין פארבינדן מיט אונז אין וואשינגטאן, דער סייענטיסט זאגט אז ער האט א דיווייס וואס מ'דארף נישט מורא האבן זיך צו באניצן דערמיט, ער קען עס נאר נישט ניצן אבער איינמאל איר וועט זיין אין קאנטאקט מיט אים וועט ער ענק ווייזן וואס ער מיינט."

קארל איז געזעצן ערשטוינט.. ער האט זיך נישט געראכטן אויף אזאנס, ער איז נישט געווען געוואוינט אז צו אזאנס אז מ'טוישט פלענער אינמיטן א מיסיע. אבער ער האט גוט פארשטאנען אז באמת איז דא קיין שום טויש אין פלענער נישט געווען, דאס איז געווען די ארגענעלע פלאן נאר מ'האט אים פשוט נישט דערציילט דערוועגן. "און וויאזוי גייען מיר וויסן וועם צו קאנטעקטן? וואו טרעפט מען איין מענטש צווישן די מיליאנע מענטשען אין איראן?" האט קארל געפרעגט האלב דערביטערט נאכן געוואויר ווערן אזוי די לעצטע מינוט אז די גאנצע מיסיע האט א דראסטישע טויש "די סייענטיסט לייגט אריין יעדע וואך א קליינע עד אין די לאקאלע פאפיר אין טעהעראן. די אנאס איז ווער עס איז וויליג אפצוקויפן א געניצטע קאר זאל ביטע רופן א נאמבער. די נאמבער ווען מ'רופט עס טראגט עס נישט אין ערגעץ, מ'קען אריין לאזן א מעסעדזש. איר זאלט אריין לאזן א מעסעדזש אז איר זענט וויליג עס צו קויפן אבער פאר נישט מער פון דריי הונדערט דאלער. דאס איז די קאוד אז ער זאל וויסן אז איר זענט שוין אין איראן, פון דארט און ווייטער זאלט עטס ווארטן אויף אים ער וועט אייך קאנטאקטן און אפשמועסן וואס ווייטער.

און נאך איין קלייניגקייט, מיר ווייסן נישט אויף זיכער אז דאס איז נישט קיין טרעפ. מיר האבן נאר באקומען א סיגנאל אז ער איז גרייט מיטצוארבעטן מיט אונז, אבער איראן האט שוין באוויזן אין די פארגאנגענהייט אונז אייצורעדן מיט דאפעלטע אגענטן, איר וועט דארפן זיין זייער פארזיכטיג מיט יעדע ריר וואס איר גייט טון."

ווען קארל האט געענדיגט די שמועס האט ער צוטרעטן די דיווייס און די איבריגע חלקים האט ער אריין געווארפן אין ים, ער האט איבער געגעבן פאר זיינע חברים די אינהאלט פון די שמועס. קיינע פון זיי זענען נישט געווען זייער פרייליך מיט די נייעס וועגן די נייע מיסיע, אבער זיי האבן געוואסט אז זיי דינען זייער לאנד און זיי האבן געשוואוירן געטריישאפט אפילו עס שמעקט זיי נישט. אבער נאכאלעם האבן זיי זיך געפריידט אז מ'האט זיי אויסגעקליבן פאר אזא געהיימע צוועק...

אזוי שמועסנדיג ביים עק פון טייך האבן זיי געזען א גרויסע שיף קומען צו פארן אין זייער ריכטונג און פארט אויפן וועג קיין איראן... אלע דריי האבן זיך ווארעם צושיידט און איינס נאכן צווייטן האבן זיי אריין געדייווט אין וואסער...

די וואסער איז געווען פראסטיג קאלט און אלע דריי האבן פראבירט די שנעלסטע וואס מעגליך צו כאפן די שיף וואס קומט אין זייער ריכטונג מיט א שנעלקייט, זיי האבן געוואוסט אז אויב פארפאסט מען דאס וועט מען דארפן ווארטן אויף א צווייטע שיף און אויך מיינט דאס אז די גרופע וועט צוטיילט ווערן, און דאס האט קיינער נישט געוואלט. אין די וואסער האבן זיך די דריי צושפרייט און געווארט אז די שיף זאל דורך פארן און זיי זאלן זיך קענען ארויף כאפן דעראויף.
*

פראפעסער אבו-אלי האט נארוואס געלאנדעט אין איראן, ביים עירעפארט האט מען שוין אפגעווארט און איבער גענומען די טרעקער דיווייס פון אים, די אנאליסטן אויפן פלאץ האבן גלייך באמערקט אז די דיווייס איז נישט די סארט וואס זיי האבן אין אנפאנג געקלערט אז דאס טראגט ארויס די אינפארמאציע אינדערויסן פון לאנד. נאר דאס איז גאר א דיווייס וואס איינער אין לאנד גייט נאכגיין... דאס מיינט אז איינער אין לאנד איז א שפיאן...

*
ר יעקב זיצט אין אפיס און גייט איבער די באנק סטעטמענטס. וואס ער זעט איז נישט קיין חידוש פאר אים אבער דאך מאכט עס אים ווייס די בארד און שווארץ דאס לעבן. זיין ביזנעס דערלייגט יעדע חודש געלט, און אויב זאל דאס אנהאלטן אזוי נאך אזוי אפאר חדשים קען ער פארמאכן זיין ביזנעס און פיילן טשעפטער 11 און בלייבן שולדיג פאר די גאנצע שטאט. דאס קען נישט אזוי ווייטער גיין, קלערט ער צו זיך. אן קיין ברירה שלעפט ער ארויס די ביזנעס קארטל פון טאש און רופט די נאמבער וואס שטייט דארט. "העי, וואס האט דיך געמאכט מיך רופן יעצט?" הערט ר' יעקב א גראבע מיסטירעזע שטימע. "איך גיי איין אויף די ביזנעס דיל" האט ר' יעקב געזאגט טריקן און קענטליך צובראכן. "פיין, איך וועל אראפשיקן איינע פון מיינע מענטשען דיך אויפפיקן, ווארט אין די פארקינג לאט קעגן דיין אפיס. ווי דו פארשטייסט קענען מיר נישט רעדן די זאכן איבער די טעלעפאון".

יעקב האט מיט שווערע טריט פארמאכט זיין קאמפיוטער און פארלאזט זיין אפיס, ער האט געוואוסט אז ער האט יעצט געטון א שריט וואס ער וועט מעגליך שטארק חרטה האבן אויב ער וועט דערלעבן צו חרטה האבן, אבער די מחשבה פון זיך זען דרייען אין שטאט אלס עני וואס איז שולדיג פאר יעדע צווייטע מענטש וואס האט אינוועסטירט אין אים האט אים מער דערשראקן.

ער האט שטאטערהייט אריין געוואקט אין די פארקינג לאט און געווארט אויף די קאר וואס זאל אים אויפפיקן. אבער איינמאל ער האט דורך געוואקט די טיר פון די פארקינג לאט האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגען "נעם די דריטע קאר וואס איז געפארקט אויף די רעכטע זייט, די שליסל ליגט אין די קאר. נעם דיך פארן און איך וועל דיר זאגן וואו צו גיין." דערשראקענערהייט האט ער זיך אריין געזעצט אין די קאר און עס אנגעצינדן... אין זיין קאפ לויפט שנעל דורך וויאזוי ער האט זיך געטראפן מיט דעם סעילס אגענט וואס האט אים אנגעטראגן צו טון אביסל אונטערן טיש זאכן פאר גאר א גרויסע פארצענט. ר' יעקב דערמאנט זיך וויאזוי ער האט צוריק געווארפן די אנבאט און אים ארויסגעשייגעצט פון אפיס, אבער אין די לעצטע רגע האט ער אראפ געווארפן א ביזנעס קארטל און געזאגט אז איך זאל עס נעמען און אפשר איין רעגענדיגע טאג וועל איך דארפן אנקומען דערצו. ר' יעקב האט זיך נישט געקענט גלייבן אז די טאג איז אזוי שנעל געקומען. 'איך גיי נישט' מאכט ר' יעקב אפ ביי זיך שארף. דאס איז א סכנה און איך גיי עס נישט טון. ר' יעקב האט אויסגעלאשן די קאר און ארויסגעוואקט דערפון.

ער האט נישט עספיעט צו וואקן מער ווי געציילטע טריט און זיין טעלעאפון האט זיך צופיפן.. "וואס איז געשען? איך זע אז דו ווילסט נישט קומען צו מיר? אדער איז דאס נישט קיין גוטע צייט פאר דיר?"
"איך האב אפגעמאכט אז איך בין נישט גרייט און פארטיג" האט ר' יעקב פראבירט צו ענטפערן שטייף. "אממ... שוין צו שפעט יעצט גייסטו שוין קומען אן דיין ווילן.. איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז דו זאלסט קומען פריי וויליג ווייל אז נישט וועסטו קומען אויף מיינע באדינגונגען, גיי שוין צוריק אריין אין פארקינג לאט און זעץ דיך אריין און פאלג מיינע אנווייזונגען!"

ר' יעקב האט אראפ געהאקט די טעלעפאון און ארום געקוקט צו קיינער קוקט אים נישט נאך, און זיך גענומען לויפן.......

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

ביטע נישט קאמענטירן דא, עס איז דא א באזונדערע געהענגל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אפשר קען זיך איינער דערבארעמען אין גיין ווייטער פון דא ??
@איש החסד ביסט מכובד !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

eller האט געשריבן:אפשר קען זיך איינער דערבארעמען אין גיין ווייטער פון דא ??
@איש החסד ביסט מכובד !

פאלט מיר ביי, אפשר מאכן א רעיס צווישן איש החסד און שמואל זאפטיגער, ווער ס'וועט קענען בעסער שפאנען דעם המשך המעשה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

שמו האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אפשר קען זיך איינער דערבארעמען אין גיין ווייטער פון דא ??
@איש החסד ביסט מכובד !

פאלט מיר ביי, אפשר מאכן א רעיס צווישן איש החסד און שמואל זאפטיגער, ווער ס'וועט קענען בעסער שפאנען דעם המשך המעשה.

*שמעלקא
א פשוטע איד.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך זע דיר אויס א בעל דמיון?!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך זע דיר אויס א בעל דמיון?!

בעל דמיון, ווייס איך נישט, אבער א גוטער שרייבער זיכער
און אפשר קען מען צאמשטעלן כיד הדמיון הטובה,

פראביר און מיר וועלן דערנאך זאגן אונזער מבינות
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

שמעלקא לעבן!
הער צי די געשריי פין די מיטגלידער דא אין אייוועלט
און נעם אן די בקשה
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דערמאן מיר נאך די פארמעסט, אפשר דעמאלט וועל איך עס ליינען און ממשיך זיין.
(אויב כ'וועל געווינען און זען אז דערוילעם איז טאקע נייגעריג אין מיינע ווערק...)
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

און אז דו געווינסט נישט, איז מען נישט נייגעריג?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!

שטעל ביטע נישט אפ דעם 'די מיסטריעזע טאשקע', בעסער ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן, נאכדעם קענסטו זיך נעמען דאס ענדיגן, (אדער אפשר ארבייטן אויף ביידע צוזאמען אויב מעגליך)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

דאפעלט איז שטערקער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!

שטעל ביטע נישט אפ דעם 'די מיסטריעזע טאשקע', בעסער ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן, נאכדעם קענסטו זיך נעמען דאס ענדיגן, (אדער אפשר ארבייטן אויף ביידע צוזאמען אויב מעגליך)

!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!

שטעל ביטע נישט אפ דעם 'די מיסטריעזע טאשקע', בעסער ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן, נאכדעם קענסטו זיך נעמען דאס ענדיגן, (אדער אפשר ארבייטן אויף ביידע צוזאמען אויב מעגליך)

גם אני מצטרף להחברים היקרים
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

eller האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!

שטעל ביטע נישט אפ דעם 'די מיסטריעזע טאשקע', בעסער ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן, נאכדעם קענסטו זיך נעמען דאס ענדיגן, (אדער אפשר ארבייטן אויף ביידע צוזאמען אויב מעגליך)

!

!!
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

גא''מ קודם ענדיג מיט די טאשקע, כ'קענישט שלאפן ביינאכט, און נאכדעם דאס, נישט צוזאמען
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך זע דיר אויס א בעל דמיון?!


ווער מיר געוואר יעצט איז די מיסטעריעזע טאשקע איז א אמתע(חלום) מעשה!!!!!

וואס ווייסט שמעלקעלע פון דמיונות צו זאגן...............
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

כסליו האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער ציבור וויל ענדערש "די מיסטריעזע טאשקע" אדער "א קאסטבארע מיסיע"?!

שטעל ביטע נישט אפ דעם 'די מיסטריעזע טאשקע', בעסער ענדיג וואס דו האסט אנגעהויבן, נאכדעם קענסטו זיך נעמען דאס ענדיגן, (אדער אפשר ארבייטן אויף ביידע צוזאמען אויב מעגליך)

גם אני מצטרף להחברים היקרים
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
ערליכע אידיש קינד
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:34 pm

צייט צו ענדיגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכע אידיש קינד »

ליידיג גייער האט געשריבן:גא''מ קודם ענדיג מיט די טאשקע, כ'קענישט שלאפן ביינאכט, און נאכדעם דאס, נישט צוזאמען
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

יעצט אז שמעלקא איז שוין נישט דא איז נישט דא קיין איינס.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:יעצט אז שמעלקא איז שוין נישט דא איז נישט דא קיין איינס.

חבל על דאביון
וואס טוט מען קען איינער וואס קען אים און ריעל לייוו אים זאגן און בעטן אז ער זאל פארענדיגען כאטש די מעשות וואס האלט אינמיטן
איך קען נישט איינשלאפן פאר נייגעריקייט
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

בשעה שי.ש האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:יעצט אז שמעלקא איז שוין נישט דא איז נישט דא קיין איינס.

חבל על דאביון
וואס טוט מען קען איינער וואס קען אים און ריעל לייוו אים זאגן און בעטן אז ער זאל פארענדיגען כאטש די מעשות וואס האלט אינמיטן
איך קען נישט איינשלאפן פאר נייגעריקייט


ליין דיין אייגענע אינטערשריפט.

(ער ווערט נישט באצאלט)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א קאסטבארע מיסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

גייט נאך קומען דא אן אפדעיט?
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”