א רפואה אומזיסט (שבועות תשע"ב)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
א רפואה אומזיסט (שבועות תשע"ב)
א רפואה אומזיסט (שבועות תשע"ב)
שוין יארן וואס דער דאקטער פרייסקי האט ערפינדן זיינע מעדעצינישע היילונגען וועלכע ער האט אליין אויספראבירט נאך אסאך שטודיעס און ער איז פארזיכערט אז זיינע רפואות העלפט ווירקליך פאר כמעט יעדע מחלה, דר. פרייסקי האט אבער צו זיין שלעכט מזל זיך באזעצט אין א שטאט ווי יעדער באניצט זיך מיט נאטירליכע און אלטנאיווע מיטלען זיך צו היילן, דערפאר איז אין זיין שטאט נישטא קיין פלאץ צו פארשפרייטן און פראקטיצירן די ערפידענע היילונגען.
איין טאג זיצט זיך דר. פרייסקי אין קליניק און ליינט א נייעס באריכט אז אין א געוויסע שטאט אין די אנדערע זייט וועלט הערש א געפערליכע אפעדעמיע, עס מענטשן פאלן ממש ווי די פליגן פון די ביטערע מחלות און קרענק, די דארטיגע שפיטעלער זענען פיל און די לאקאלע דאקטורים זענען ממש אובד עצות, זיי האבן שוין אפעלירט פאר וועלטליכע הילף אבער ביז דערווייל איז נישטא קיין ענדערונג צום גוטן.
דר. פרייסקי כאפט זיך ארויף אויף דעם שטיקל נייעס'ל און מאכט א שנעלע באשלוס ער גייט זיך אריבער כאפן אהין אין יענע מדינה און זיך נעמען פראקטיצירן זיין לאנג יעריגע שטודיעס און אזוי איינמאל פאר אלעמאל וועלן זיינע מיטלען געניצט ווערן צום גוטן, אומר ועושה ער פארט אהין און גלייך ביים אנקומען לייגט ער אן אנאנס אין די צייטונג אז "הנה רופא בא", דער בארימטע דר. פריינסקי עפנט א קליניק אין די שטאט און פארזיכערט א היילונג מיטל פארן יעדן איינעם, מאן דבעי סמא דחיי.
עס לויפן די טעג און וואכן די פלעשעלעך מעדיצן ליגן אויפן פאליציע און ווארטן געדולדיג אז א פאציענט זאל אריין קומען און ווערן געהיילט דורך זיי, אבער אין קול ואין עונה, עס רופט זיך נישט אן קיין מענטש נישט, ס'איז ממש צום שטוינען, מענטשן פאלן ווי פליגן און דא שרייט דער דאקטער ער האט א מיטל צו היילן און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווייזט אויס אז קיינער גלייבט אים נישט אז ער קען טאקע היילן די אלע קרענק.
איין טאג שטייט דר. פריינסקי אין די גאס פארנט פון זיין אפיס און קוקט זיך אום ימין ושמאל אולי ירחם אפשר וועט שוין איינער אריין קומען זיך היילן, מיטאמאל קומט אים אקעגן א מענטש א סקעלעטן אן קיין צורות אנושי וואס דאס גאנצע געשטאלט האט עדות געזאגט אז ער איז אנגעשטעקט אין איינע פון די ביטערע מחלות וואס דרייען זיך ארום אין שטאט, ממש א שרעק צו קוקן אויף אים, דער דאקטער טראכט נישט קיין סאך ער כאפט אן דעם מענטש און גיבט אין א שלעפ אריין אין קליניק און ציט אים אויס אויפן מעדעצינישע בעטל און הייבט אן אריין צו געבן זיינע טראפן מיט זיינע רפואות, ווינדער איבער ווינדער ממש נאך אפאר מינוט דער חולה הייבט אן צו שפירן פארשידענע הרגישים און טיפע ענדערונגען אין זיין קערפער, אוי!!! שרייט ער אויס! איך גלייב נישט הער דאקטער וואס דא טוט זיך, ממש איך הייב אן צו שפירן בעסער, איך בלייב דא ביי אייך אין אפיס ביז איך ווער געזונט פולקאם.
גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט דער דר. פריינסקי באהאנדלט דעם חולה מיט געטריישאפט, ביז דער געוועזענע חולה האט געזאגט הער דאקטער איך שפיר איך בין שוין גענצליך געזונט, ממש ס'איז נישטא דאס געלט אויף די וועלט מיט וואס איך קען אייך באצאלן, זאגט דער דאקטער זייער גוט זאל זיין ווי דו זאגסט, דו מוזסט טאקע נישט באצאלן, יעצט גיי נאר ארויס אין די גאס און צייג פאר דיינע באקאנטע דיין יעצטיגן צושטאנד, ווייז פאר די שטאט וואס איז געשעהן מיט דיר אין איין טאג.
מ'קען זיך פארשטעלן וואס פארא מהפכה ס'איז געווארן אין שטאט ווען דער געוועזענע קראנקע איז ארויס פונעם דאקטאר'ס אפיס, פילע מאסן זענען געקומען צו לויפן יעדער האט געוואלט זיין די ערשטע צו ווערן געהיילט, און דר. פריינסקי האט מיט זיין געניטע כח, און ברייטע אויסוואל פון מעדעצין געהיילט די גאנצע שטאט, און פארשטייט זיך ער איז נתעשר געווארן מיט א ריזיגע פארמעגן עד סוף כל הדורות.
דער בורא כל העולמים דער בורא רפואות האט באשאפן די תורה וואס איז דער מקור הרפואה ווי דער פסוק זאגט (משלי ד') כי חיים הם למוצאיהם ולכל בשרו מרפא, די תורה האט אין זיך יעדע גשמיות'דיגע ברכה ונתתי גשמיכם בעתם וגו', אבער אויבן אין הימל דארטן ווי די מלאכים געפינען זיך דארט איז בכלל נישט קיין פלאץ ווי מ'קען ניצן די אלע ברכות און סגולות, די מלאכים זענען כולו דביקות און קיין גשמיות פארנעמט נישט קיין ארט.
האט קב"ה כביכול איינגעזעהן אז מ'דארף אראפ ברענגען די תורה מיט אירע רפואות אויף דעם עולם השפל דער עולם העשי', כביכול האט געשיקט דעם מלאך מיט עדווערטייזמענט ביי אלע פעלקער, "ווער וויל זיך קומען היילן"? ווער דארף די תורה?. אבער אין קול ואין עונה, קיינער קומט נישט און קיינער קימערט נישט, מיטאמאל זעהט דער באשעפער אידישע קינדער וואס זענען אקארשט ארויס געקומען פון מצרים, ואת ערום וערי' צוקלאפט און צובליטיגט, במ"ט שערי טומאה, האט כביכול געגעבן א כאפ אידישע קינדער און געגעבן דעם שבת קודש במרה גלייך נאך יציאת מצרים, מתנה טובה ישי לי בבית גנזי - א גוטע מעדעצין, און ווי נאר אידן האבן געהאלטן דעם שבת גאנצע 24 שעה, זענען זיי נתקדש געווארן בקדשתו של שבת קודש, אזש גלייך דערויף האבן אידישע קינדער מיט א געשריי געקומען צו לויפן און אויסגעשריגן "נעשה ונשמע", ראו כי נתן לכם את השבת, נאכן טועם זיין קדושת שבת איז שוין לייכט מקבל צו זיין די תורה.
(עפ"י סדורו של שבת שורש א' ענף ב')
פארדעם איז פארשטענדליך וואס מיר זאגן אין די הגדה אילו נתן לנו את השבת ולא קרבנו לפני הר סיני דיינו, ווארום דער שבת אליין איז שוין די גרעסטע הכנה צו קבלת התורה, ווי אויך איז פארשטענדליך וואס חז"ל זאגן הכל מודים דבשבת נתנה תורה, מיטן כח פון שבת האט מען געגעבן די תורה, בפרט היי יאר איז דאס קדושה משולשת, ווען ערב שבועות איז ביום השבת און גלייך פון שבת גייט מען אריין אין זמן מתן תורתינו, די דריי טעג זענען 3 מאל 24 שעה צוזאמען איז דאס 72 שעה, בגימ' בכן, ובכן אבוא אלך המלך, ובכן יתקדש שמך.
(אמרי ש"ם – שאץ מאץ)
איצט אויפן גראם
(ניגון שומרי)
שומרי, יום מנוחתינו רצה,
שומרי מצותי' ינחלו,
פאר קבלת התורה די הכנה,
די שבת א מתנה,
הטוב כי לא כלו,
--ס'איז געוועהן אמאל אין א געוויסע צייט,
א דאקטאר וואס האט רפואות געהאט,
יעדע מחלה געקענט אויסהיילן,
אבער אין זיין ארט,
האט מען נישט געדארפט דעם סארט,
נישט געוועהן פאר וועמען אויסצוטיילן,
"איז ער געפארן אין א ווייטע מדינה,
וואס איז געוועהן מחלות אסאך מיני,
מענשטן זענען געוועהן קראנק און שוואך,
געלאזט מעלדן אז א דאקטער איז געקומען,
אבער קיינער פארשטייט נישט דעם סימן,
אזוי האט ער געווארט טעג אסאך,
*אהוי איין טאג זעהט דער דאקטאר א מענטש א חולה,
וואס אסאך קרענק זענען אויף אים תולה,
האט ער אים אריין גערופן צו זיך,
און זיך געוועהן מטריח,
אויסצוהיילן איז ער געוועהן מצליח,
*אויסגעהיילט דעם מענטש אין איין טאג,
יעצט קענסטו דערציילן פאר די גאס געט ער א זאג,
אין די גאנצע שטאט ארום געלאפן,
א דאקטער צו היילן האב איך געטראפן,
אז יעדער וועט ווערן אויסגעהיילט מ'קען שוין האפן,
=זה האות, קוקט'ס נאר מיך אָן בלויז,
איך בין אויסגעהיילט מיט די גאנצע רפואה,
כך הוי דעם עולם איז געקומען צו לויפן,
זיך היילן אויפן בעסטן אופן,
און דער דאקטאר האט פארדינט ווי א מציאה,
(שבת הייליגע שבת – אחים ווערצבערגער)
--דער באשעפער דער בורא רפואות,
באשאפן די וועלט מיט דעי מציאות,
די תורה די רפואה משמים,
מרבה תורה מרבה חיים,
--אויבן אין הימל צווישן די מלאכים,
קען מען נישט ניצן די תורה מיט זיינע דרכים,
אראפ געשיקט די תורה וזרח משעיר למו,
אבער קיינער רופט זיך נישט אָן ער דארף די תורה מסתמא,
"אידישע קינדער קומען ארויס פון מצרים,
אנפאנגען א לעבן א נייעם,
ארויס פון די שערי טומאה,
ס'הייבט זיך אן א פרישע אומה,
בדחולי וברחימו,
"אוי שבת הייליגער שבת,
דער באשעפער געט א מתנה לרבות,
א טאג אזוי הייליג און גרויס,
ביני ובין בני ישראל אות,
ושמרו בני ישראל את השבת לעשות,
"פון דעם שבת הייליגע שבת,
האבן אידן באקומען א התלהבות,
צו קענען שרייען אין יענע צייט,
ובאו כולם בברית יחד,
נעשה ונשמע אמרו כאחד!!!!

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שלומי אמוני ישראל
- שר האלף
- תגובות: 1410
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
- לאקאציע: אונטער מיין הוט
מורא'דיג אין מילים
מצורף לטובת הציבור
מצורף לטובת הציבור
- אטעטשמענטס
-
- א רפואה אומזיסט.pdf
- א רפואה אומזיסט
- (54.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 246 מאל
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 325
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 168
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am
מכטי1 האט געשריבן:שאץ! געוואלדיג!!! יעצט מען צוגיין צום שבועות!!!
שכוח!
יישר כח שאץ (ביזט נאך דא ערגעץ אין געגענט) פאר די ווארעמע ווערטער?
פאסט פאר א גיטע השלמה צו מיין ערב שבועות דרשה
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 439
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am