א בריוו צום גיבור פון חדר און די גאס

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

א בריוו צום גיבור פון חדר און די גאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר זיי העלפן, אזוי אז זיי זאלען ביי אונז בלייבן.
וואס פארא מחשבות לויפן אים אין די מחשבות ארום און פארוואס.
צו האמיר אים מקרב געווען אלס קינד, צו איז ער די פאנני אינגל פון די גאס געווען.
ביזט טאקע שטערקער פון אים, אבער צו מוזטו אים מיט א שטעך ווארט פון די וועלט פארשניידן צוליב דעם?
צו האסטו ליב אזוי פון א גרעסערן און שטערקערן שלעכט באהאנדלט צו ווערן? איך גיב אייך דעם ענטפער אן אייער רשות. ניין, ניין און ניין.
צו ווייסטו אז דיין פריינט פון חדר, דער גנב, רויבער, שייגעץ, דראג-עדיקט און אלע שלעכטע זאכען, איז אזוי געווארען צוליב א קרום ווארט וואס האסט אים אמאל בטעות געזאגט.
ער איז דאן רויט ווי א בוריקע געווארען, און דו האסט דיך אויפן פלייצע געקלאפט, אה איך האב איצט גוט צוגעפיקסט. דו האסט אים געפיקסט? דו האסט איצט אים קאלטבלוטיג געהארגעט.
געהארגעט? ער לעבט דאך. יא, יא ער לעבט כדי פון די וועלט זיך קענען נוקם זיין. ער געדענקט דיך און די גאנצע וועלט גייט ליידען דעריבער.
פארוואס זאל ער מענטשן ליב האבען, אז מען האט אים קיין ליבשאפט קיינמאל געצייגט.
פארוואס זאל ער פילינגס פארשטיין, אז מען האט אים קיינמאל אזא זאך געטוהן ווייזען.
די שוואכסטע גייסטישע נשמה, קען זיין קאלעגע פארשטיין, אויב טוט מען אים ליבשאפט צייגן.
און דער שטארקסטער מאן קאן דעם געוויסען פארלירן, אויב זאל מען אים א שטעך ווארט זאגען.
מיט א גוט ווארט קען מען איינעם דעם לעבן שענקן.
און מיט א קרום ווארט קאן מען עטליכע לעבנס פארשניידן.
לאמיר יעדנס לעבן זיס מאכען, אזוי וועט אונז אויך זיס זיין.
א גוט ווארט, א שמייכל, און אמאל איז גענוג אז מען טוט אים כאטש קיין קרום ווארט נישט זאגען, דאס קלייניגקייט קאן איינעם דאס לעבן ראטעווען.
ער קען שוין פארזינקען זיין אין אלע שווארצע פלענער וואס וועבן זיך אים אין קאפ. אבער, דו האסט אים א שמייכל געגעבן און אלעס איז צום גוטן איבערגעדרייט געווארען.
לאמיר דעם שוואכערן ליב האבען, דאס ברענגט א גוטע פילינג פארען געבער אויך. יעדער קען אביסל עקסטערע ליבשאפט פארנעמען.
כמים פנים אל פנים כן לב האדם לאדם.
דיך האבען אנדערע ליב, אבער זיי האבען נאך אנדערע וועם זיי האבען אויך ליב, אלזא קענען זיי דיר נאר אביסל עקסטערע ליבשאפט שענקן.
דער צעבראכענער זעהל האט נאר דיך, גיב אים אביסל ליבשאפט און ער וועט דיר זיין גאנצע ליבשאפט צוריק שענקן, ווייל ער האט נישט נאך איינעם אויף דער וועלט. אזוי וועסטו האבען נאך אסאך ליבשאפט אין דיין רעזערוו פאר נאך אנדערע צובראכענע נשמות אויפצולעבן.
דאס איז א ראד וואס דרייט זיך, מען קען זיי אזוי ראטעווען.
ראטעוועט פאר ס'יז צו שפעט.
פראעסיאנאלען זאגען, אז דער גרעסטער פראצענט פון מענטשן וואס שעדיגן אנדערע איז צוליב וואס זיי זיינען אין זייער יוגענט געטשעפעט אדער אונטערדריקט געווארען. נישט אז דאס איז א ענטפער אויף זייער אקט, אבער א בארוהיגונגס אויף זייערע קראנקע קעפ, אז זיי האבען זיך איצט אין די וועלט נוקם געווען, צוליב וואס מען האט זיי וויי געטוהן.
לאמיר אליין זיך אפהיטן פון אנדערע וויי טוהן, און ווייטער אונזערע קינדער איבערגעבן, אז א קינד/מענטש איז מער פון סתם א שטיק פלייש, הויט און ביין. א מענטש איז א געבוי פון פיל זאכען און די שטערקסטע דערפון זיינען די פילינגס זייערע. לאמער די פילינגס זייערע נישט הארגענען, און אזוי ראטעווען סיי די צובראכענע נשמות און סיי די וואס זיי וועלן שעדיגן אויב ווילן מיר זיי יא טשעפענען.
ואהבת לרעך כמוך, וואס דו האסט נישט ליב פאר דיר טוה נישט פאר יענעם.
האסט ליב א שמייכל, גיב אויך פאר יענעם. און דאס איז א קאמאדיטי וואס קאסט נישט קיין געלט, ביזדערווייל. לאמיר אריינכאפען ווילאנג ס'יז נאך אומזיסט.
א גוט ווארט איז ווי באלזאם אויל, ס'מאכט אז אנדערע שלעכטע זאכען זאלען זיך אויך אראפגליטשען, און אפילו אויב איז עס פערזשאווערט דאן קען עס פאררעכטן פאר א קורצע וויילע ביז מען פאררעכט עס אינגאנצען. א קרום ווארט איז אן אטאם באמבע, ווילאנג מען גיבט זיך גוט אפ דערמיט איז עס רוהיג, אויב גיט מען אבער א דרוק דעם ריכטיגן/אומריכט יגן קנעפל, דאן שיסט עס אויף און ס'נעמט מיט אלעס וואס שטייט אין וועג. ס'איז אן איינצעלנער מענטש וואס גיט א דרוק דעם קנעפל און די גאנצע וועלט ליידט דעריבער. איי וועסטו פרעגן, פארוואס מוז די גאנצע וועלט ליידן צוליב וואס איינער טשעפעט? איך האב נישט קיין ענטפער דערויף, און קיינער האט נישט. אלזא, וואס בלייבט אונז איבער צו טון איז אזוי. באלזאמירן די גוטע אז זיי זאלען בלייבן פריש, די פארזשאווערטע מיט אביסל שטערקערע באלזאם שמירן אז זאלען אביסל פארראכטען ווערן, און אזוי אום א גאנצע וועלט ראטעווען, מיט אונז אינאיינעם.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

שקויעך פארן מעורר זיין!! גוט ארויסגעברענגט
בינעך א ליימענע גולם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פיין געזאגט, א דאנק
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

דאס צווייטע ארטיקל וואס רייסט פון מיר שטיקער, וואו די שרייבער ברענגן ברייט ארויס דעם ענין וואס איז אזוי אפגעשוואכט ביי אונז פון "אויפהייבן די צובראכענע".

דער אמת איז דאך אזוי; מיר לעבן אין א וועלט וואס יעדער איז צובראכן אויף זיין שטייגער, זה בכה וזה בכה ובכה ליידער. אז דו וועסט הייבן די נשמות וואס דו שפירסט אז זיי זענען צובראכן, וועט אויטאמאטיש דער וואס איז העכער דיר אויך הייבן דיין נשמה וואס איז צובראכן, אויף דיין גאטונג, און אזוי למעלה ולמעלה. ביז דער בוכ"ע אליינס וועט מער נישט האבן קיין ברירה, נאר אויפהייבן אונז אלע צוזאמען, מקימי מעפר דל, דאס ארים פאלק ישראל, און ארויפטראגן ברום המעלה אז ס'זאל מער נישט זיין קיין צובראכענקייט ביי אונז אידעלעך.

א גרויסן דאנק פאר די ווארימע און אויפריכטיגע דיבורים!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט,

שכח פאר די אמתע דיבורים
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

האסט מיך דאס הארץ ארויסגענומען ביים ליינען די שורות, א גרויסן דאנק פאר די דברי התעוררות, אי"ה מיט א פעסטע קבלה ח"ו נישט נכשל ווערען אין רציחה דורך א ווארט
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יעצט געליינט.

זייער קלארע און אמת'ע ווערטער, וויפיל מען חזר'ט עס איז עס נישט גענוג.
א גרויסן יישר כח
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

hobech nisht yidish yetz, but ahz er zugt git, mizechem badanken.
ziyer fien geshriben, yasher koyech
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

יא , הערליך ארויסגעברענגט. !!!
כ'וועל מיך נישט שעמען צו זאגן, וויבאלד, אויסער מיין קאמפיוטער קיבאורד, קען מיך קיינער במילא נישט.
איך אליין האב אויך געהאט א שווערע יוגנט - משום כמה סיבות, און די איינציגסטע זאך וואס האט מיר מחזק געווען אין געהאלטן, איז געווען די גוטע ווערטער פון די מלמדים, און מגידי שיעורים, עס האט אריינגעבלאזן א חיות און א ווילן צו אנגיין.
און לסוף, ווערן טאקע אט אזעלכע, וואס אין פארקערטן פאל וואלטן זיי אויסגעוואקסן, פיינט פון די מענטשהייט, וואקסן זיי, אין ענדע אויס, ליבנדיג די מענטשהייט, דאנקענדיג די וועלט אויף די מיטלייד וואס זי האט צו אים ארויסגעוויזן בעת צר. און אפצאלענדיג באותו מדה, טוען זיי אויך זיך פארמיידן פון וויי צו טוהן אנדערע. (ברענגט מיר נישט קיין ראיה פון אנדערע מקומות, עס איז נישט מיר, אין ריעל לייף)
און אויב וועט מישהו, אנרופן דעם תגובה - גאווה!. וואונטש איך פאר יעדעם - הלוואי אזעלכע גאווה.!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

א בריוו פון די שוואכער פון גאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

יישר כח פאר דיין ארטיקל, גאר באנומען געווארן

יעצט פון די אנדערע זייט מטבע בעטן מיר די שוואכע פון די גאס [אזא סדר ווי קליקו] אונז נישט צו אויסלאכן מיט א הילכיגער געלעכטער, נאר ווען מיר רעדן נישט צו (די) [ענקער] זאך זאל מען נאר ענטפערן ריכטיגע דיבורים, ווייל אויב אמתע ריכטיגע דיבורים העלפן נישט דאן וועט טשעפערייען [אכטונג לעיקוואודער...] אוודאי נישט העלפן, נאר פשוט וויי טוהן און דער געווייטאגטער ווייסט ניטאמאל וואס צו טוהן ווייל ער פארשטייט אנדערש ווי די.
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

צו געזונט; הערליכע דיבורים, זייער שיין ארויסגעברענגט.
ס'איז טאקע הזמן גרמא, יעצט אין די דריי וואכן וואס מען דארף ארבעטן אויסצורייסן שנאת חנם, וואס האט צוגעברענגט צום חורבן בית שני כמבואר בחז"ל. איז ארויס העלפען א צווייטן צו במעשה צו מיט א גוט ווארט וועט זיכער צו העלפן צום בנין ביהמ"ק שיבנה במהרה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”