א געהיימע און קאמפליצירטע מיסיע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

א גרויסען יישר כח אב זקן
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

5'טע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דזשעק'ס מאמע זיצט רואיג אינדערהיים ווען פלוצים באקומט זי א טעלעפאון קאל. וואו נאר זי האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון האט זי געכאפט איר טאשקע און ארויסגעלאפן פון הויז. זי האט גענימען א טעקסי און געבעטן צוצופארן צום שפיטאל.. זי האט נארוואס ערהאלטן א טעלעפאון קאל אז איר מאן איז אראפגעקלאפט געווארן און ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערע מצב...

דזשעק'ס מאמע איז געווען צו שאסן. זי האט נארוואס געענדיגט שלינגן די ביטערע נייעס וועגן איר זון וואס איז אומגעקומען אין די פייער.. און יעצט דא ווידער אזא טראגעדיע...
ווען זי האט פראבירט צו פרעגן די דאקטער מער דעטאלן וועגן די עקסידענט האט ער נאר געוואוסט צו זאגן אז מ'האט אים אריין געברענגט און די אפיציר וואס האט אים געברענגט האט געזאגט אז ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך איינעם און יענער איז אנטלאפן....

ס'האט נישט גענימען לאנג און דזשעק'ס ווייב איז געוואויר געווארן אז איר געוועזענע מאן'ס טאטע איז אריין געפירט געווארו אין שפיטאל נאכן ווערן אראפגעקלאפט... דזשעק'ס ווייב האט תיקף חושד געווען אז ס'איז גאר מעגליך אז די זעלבע וואס האבן געהארגעט איר מאן שטייען יעצט אינטער די עקסידענט פון זיין טאטע... ווער ווייסט...??
פארצווייפעלטערהייט האט זי אנגערופן נאכאמאל די זעלבע נאמבער וואס זי פראבירט שוין אפאר טאג.. דאס איז די נאמבער פון אלען.. אבער אזוי וואו אייביג איז זי גלייך אנגעקומען צו די וואויס מעיל..

אבער דאסמאל איז איר בייגעפלאן א נייע זאך. זי האט זיך געכאפט אז דזשעק פלעגט אסאך רעדן פון זיין מיטארבעטער דול, אפשר וועט ער קענען העלפן דא? און אז נישט אפשר וועט כאטש קענען איבערגעבן אדער ברענגן עפעס נייעס פון אלען.

ס'האט נישט גענימען לאנג און זי האט געטראפן די הויז נאמבער פון דול. דזשעק'ס ווייב האט קיין סאך נישט געטראכט נאר אנגערופן די נאמבער. דול'ס ווייב האט אויפגעהויבן און ביידע האבן זיך אידענטעפעצירט. דזשעק'ס ווייב האט גלייך אנגעפאנגען זיך אויסוויינען און דערציילט אלעס פאר דול'ס ווייב. זי האט איר דערציילט וואס זי האלט וועגן די פייער און ווי אויך יעצט מיט די עקסידענט האלט זי אז דאס איז פארבינדן...
דול'ס ווייב האט אויסגעהערט און אין איר קאפ האט זיך אנגעפאנגען צוזאם שטעלן א פאזל. זי האט גערופן דזשעק'ס ווייב זאל אראפ קומען צו איר אינדערהיים ווייל זי האט איר עפעס צו דערציילן.

ווען דזשעק'ס ווייב האט זיך באקוועם געמאכט ביי דול אינדערהיים האט דול'ס ווייב איר דערציילט וואס איז געווען איין נאכט ווען אלען איז אראפגעקומען און פארגעהאלטן דול פאר'ן פראבירן נאכצופארשן א קעיס. "דעמאלטס האב איך נישט פארשטאנען פון וואס די רעדע איז. יעצט שטעל איך צוזאם. דול האט פראבירט נאכצופארשן צו דיין ווערסיע איז אמת אבער עפעס זעהט אויס אז זיין מענעדזשער איז אויסן אים נישט צו לאזן דערגיין דעם אמת..."

"אהה.. און דאס איז די סיבה פארוואס ער רופט מיך נישט צוריק און ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר" האט זיך דזשעק'ס ווייב אנגערופן..

"זארג דיך נישט" האט דול'ס ווייב געזאגט "איך גיי זיכער מאכן אז דול לייגט זיך צוריק אריין אין די זאך און ער גייט נאך אלעס. און גלייב מיר אז ווען דול וויל עפעס וועט ער עס טרעפן. איך פארלאז מיך אויף אים אז אויב איז טאקע דא עפעס מער וועט ער עס טרעפן. איך גיי אים נישט לאזן זיך פארדרייען פון זיין מענעדזשער.."

דזשעק'ס ווייב איז ארויס פון איר הויז עטוואס רואיגער וויסענדיג אז זי האט כאטש איינער וואס פארשטייט איר און וועט איר העלפן.. זי האט אבער נישט באמערקט די קאר וואס איז געזעצן קעגן די טיר פון די הויז...


*

"איך וויל דיר נאר זאגן ראבערט, אז דזשעק'ס ווייב איז נארוואס ארויסגעקומען פון דול'ס הויז.."

"פיין, דו ווייס וואס דו האסט צו טון"

א שטילע קלאפ אויף דול'ס טיר הויז האט צוגעשלעפט זיין ווייב צום טיר צו זעהן ווער ס'קלאפט.. אנקומענדיג צו טיר האט זי נישט געזען קיינעם אבער א קליין צעטל איז געלעגן אויף די טיר הענטל... אויף די צעטל איז געשטאנען און קליינע ווערטער; שטיי ווייט פון זאכן וואו דו באלאנגסט נישט! דאס איז א ווארענונג וואס דו זאלסט נישט איגנארירן!

דול'ס ווייב האט זיך דערשראקענערהייט ארום געקוקט אבער מער וואו זען א קאר אוועק פארן האט זי גארנישט געזען... דערשראקענעהייט איז זי צוריק אריין געלאפן אין די הויז און אנגערופן איר מאן... דול האט נישט אויפגעהויבן.. זי האט אים אריין געלאזט א היסטערישע מעסעדזש. "דול, קום שוין אהיים... עפעס געפערליך גייט פאר... דזשעק'ס טאטע איז אראפגעקלאפט געווארן... און יעצט איז איינער דא און ער סטראשעט אונז..."

*

דזשעק איז געזעצן רואיגעהייט אין אפיס און געווארט צו הערן פון ראבערט צו די באנק רויבעריי איז דורך מיט הצלחה. ווען זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן האט ער גראד אויפגעהויבן. אבער אויף ראבערט'ס קול האט ער שוין געהערט אז עפעס איז נישט גוט דורך..
"קוק אויף די אימעל וואס איך שיק דיר יעצט" האט ראבערט געזאגט כעס'יג.

דזשעק האט געוואוסט אז עפעס נישט גוט קומט יעצט...
ער היא געעפענט די אימעיל און ער האט געמיינט אז ער פאלט אנידער.... א בילד וואו זיין טאטע ליגט אין א קאלוזש פון בלוט...
דזשעק האט נישט געקענט קוקן דעראויף... די איינציגסטע זאך וואס ער האט געקענט ארויס שרייען פון מויל איז געווען... "פארוואס...?!!!"

"דו פרעגסט נאך פארוואס? האבן מיר נישט אפגעשמועסט אז אויב עפעס גייט נישט גוט גיין גייסטו זיין פאראנטווארליך? יעצט וועסטו איינזען אז מיר מיינען ביזנעס און איך האלט ווארט!"

"אבער.. אבער.."

"אן קיין אבער. איך האב דיר געזאגט אז אויב עפעס גייט נישט גוט וועסטו באצאלן די פרייז! דאס איז די פרייז!
און איך זאג דיר קלאר, די פרייז גייט ארויף גיין....!!!"

מיט א כעס האט דזשעק אראפגעקנאקט די טעלעפאון.. אין הארץ האט ער געשוואוירן נקמה אין ראבערט. 'איך ווייס טאקע נישט ווער דאס איז, איך ווייס נישט וויאזוי ער זעהט אויס און אין וועלכע קאנטינעט ער געפינט זיך, אבער ס'וועט נישט נעמען לאנג און די טאג וועט קומען ווען איך וועל נקמה נעמען אין אים!'

די איינציגסטע האפענונג איז יעצט געווען אז דול וועט פאלגן זיין פארלאנג און גיין צום סעפטי דיפאזיט באקס....

*

ראבערט איז געזעצן צופרידן אין זיין אפיס. ער האט הנאה געהאט פון דזשעק'ס פנים ווען ער האט אראפגעלייגט די טעלעפאון. זיין פנים האט געשריגן ווייטאג און פארלוירענקייט.. דאס איז וואס איך וויל פון אים.. ווייל ווען די טאג וועט קומען וועל איך וועלן ער זאל וויסן אז ער דארף מיך פאלגן אן קיין חכמות!

אזוי זיצענדיג האט זיך ראבערט טעלעפאון צוקלינגן אויף די איידי איז ארויף געקומען 'אגענט A'. "יא, וואס זאגסטו?"

"ראבערט, דאס איז נישט געווען די חלק פון אונזער פלאן! פארוואס האסטו אראפגעקנאקט דזשעק'ס טאטע? דו ווייסט אז דאס גייט קען נישט ברעגנן קיין גוטס. אונזער אפמאך איז געווען אז איך גיב דיר דזשעק און דו ווישט אפ אלע שפירן און פארטיג! דאס הארגענען נאך פון זיין משפחה קען נאר ברענגן אויגן ברעמען אויף אונז.. דו ווייסט דאס!"

"הער מיך גוט צו, דו ווייסט אויך אז ס'וועט קומען די טאג וואס יעדער אין אמעריקא וועט וויסן די נאמען 'טריפל איי'. די נאמען וועט שאקלען וועלטן און מאכן צוטערן יעדען אמעריקאנער... סעפטעמבער דעם עלעפטן וועט זיין א וויץ אויף וואס מיר פלאנען.. דו ווייסט דאס!
אלזא, איך קען מיך נישט ערלויבן אז דזשעק זאל זיך שפילן מיט מיר. איך האב אים געדארפט לערנען איינמאל פאר אלעמאל אז איך מיין עס גאר ערענסט. איך האב אויך געקענט באשטיין אז ס'זאל נישט קומען צו דעם אבער אויב איז עס שוין יא אזוי האב איך נישט קיין ברירה!"

"און דאס אז דול'ס ווייב איז שוין אויך אריין געמישט אין דעם ווייסטו?"

"יא זיכער, זי וועט נישט לאנג זיין א פראבלעם... אויב גייט זי נישט שטיל זיין וועלן מיר איר מוזן פארשווייגן..!"

"ראבערט, איך מיין אז דו גייסט אויף א געפארפולע וועג.."

"נאכאמאל, איך האף אז ס'וועט נישט אויספעלן. אבער אויב וועט יא אויספעלן בין איך גרייט מיט דעם אויך"

דול האט געהערט דעם פאון קאל האט ער זיך אויפגעהויבן און אהיים געלאפן... אנקומענדיג אינדערהיים האט אים זיין ווייב דערציילט אלעס וואס דזשעק'ס ווייב האט איר דערציילט. און דערנאך וויאזוי ווען זי האט ארויסגעוואקט האט זי פלוצלינג געהערט א קלאפ אויפן טיר און די צעטל איז דארט געלעגען. "איך זאג דיר דול, עפעס ערענסט גייט דא פאר און דו טארסט ער נישט פארשווייגן! איך ווייס אז דו האסט שוין געארבעט דעראויף אבער דו האסט אויף געגעבן. איך בעט דיר גיי עס נאך ווייל ס'פאנגט שין אן צו קומען אונזער וועג און איך ציטער וואס גייט ווייטער זיין"

דול איז געשטאנען און אויסגעהערט יעדעס ווארט.. זיין הארץ האט אים געזאגט אז ער טרעט דא אריין אין א פלאנטער וואס איז נישט דא קיין גרינע וועג ארויס אבער ער האט אפגעמאכט אז ער קען דאס נישט לאזן לויפן. "איך וועל זען וואס איך קען טון" האט דול געזאגט פאר זיין ווייב.
דול האט געוואוסט אז ער טאפט א וואנט. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געוואוסט וואס ער קען טון יעצט איז, פאלגן די מעסעדזש וואס ער האט היינט באקומען אין זיין טשעיס אקאוט. וואו ס'שיינט ווייסט יענער עטוואס אינפארמאציע וואס דא גייט פאר און אפשר וועט אים דאס פירן צום שפיץ פונעם נאדל.

די זייגער האט געוויזן נאנט צו דרייע און דול האט געוואוסט אז אויב וויל ער ערענסט אנפאנגן עפעס צו טון דאן דארף ער זיין דרייע אין באנק. דול האט אפגעשריבן אויף א צעטל "פון היינט און ווייטער קענען מיר מער נישט רעדן אינדערהיים וועגן דעם. אויב דארפסטו עפעס וועט עס מוזן זיין דורך שרייבן. איך מיין אז איך האב א שטיקל פלאן ביסטו גרייט מיטצוארבעטן מיט מיר?"

נאכן באקומען א שאקל מיטן קאפ אלס צייכן פון יא האט דול ווייטער געשריבן. "גיי אין גראדזש און נעם מיין קאר. איך וויל דו זאלסט פארן צו די גראסערי מיט מיין קאר. איך וויל זעהן צו איינער פארט דיך נאך, און אויב יא וויל איך וויסן וויפיל מענטשען. קענסטו עס טון פאר מיר?"

"זיכער"

דול האט זיך געשטעלט באהאלטענערהייט ביי די פענסטער און זיין ווייב איז אריין אין זיין קאר. דול האט זיך טאקע נישט גענארט. וואו נאר זיין ווייב איז ארויסגעפארן האט נאך א קאר ארויסגעפאלט פון זיין פארקינג ספאט און אנגעפאנגן נאכצופארן. די ערשטע זאך האט דול אפגעשריבן די פלעיט נאמבערס און דערנאך האט ער גענימען א טעקסי און געגעבן די אדרעס פון די באנק. דול איז שטאטערהייט דורך געגאנגען אין זיין מח וואס דא גייט פאר; 'אנגעפאנגן האט זיך עס מיט א מיסטירעזע פייער וואס איינע פון זיינע מיטארבעטערס זענען געשטארבן. פון דארט האט זיך עס דערקייקלט אזש יעצט האלט עס שוין אז מ'קוקט אים שוין נאך... ווער זענען די חברה? איז ער נעקסט אויף זייער ליסטע וועם מ'דארף הארגענען? און אויב יא, וועט ער זיי קענען אפשטעלן באצייטנס..?'

אנקומענדיג אין באנק האט ער געבעטן די שליסל צו דיפאזיט באקס 53. נאכן עפענען די באקס האט דול געזען דארט א קליין מאשינקע, ס'האט אויסגעזען מער וואו א טעלעפאון. דול האט עס איינגעפאקט ביי זיך אין טאש און מיט שנעלע טריט פארלאזט די באנק. ער האט געדענק וואס די אימעיל האט אים אנגעזאגט אז ער זאל נישט אנצידן די מאשין נאר ווען ער איז אויף א פארזיכערטע פלאץ.

*

ראבערט האט אנגערופן דזשעק אין אים געהייסן אז מארגן זאל ער איבערמאכן די זעלבע שפיצל מיט א צווייטן באנק. "דאס מאל וועט די טרענספער זיין נאר צוואנציג טויזענט דאלער, דאס וועט נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט. און אין די נעקסטע פאר וואכן גייען מיר ארבעטן אויף אסאך בענק מיט אזאנע קליינע סומעס ביז איך וועל גרייכן צו מיין סומע וואס איך האב געפלאנט"
דזשעק איז געווען גרייט צו פאלגן יעדע זאך וואס ראבערט האט אים געהייסן ער האט געוואוסט אז וואו לאנג ער זיצט דא וועט נישט זיין קיין צווייטע ברירה. אבער, האט זיך דזשעק געטרייסט, ס'וועט קומען די טאג וואס איך וועל שטארק נקמה נעמען אין אים. דזשעק האט געוואוסט אז דערווייל איז דאס א ווייטע חלום אבער דאס איז געוווען די איינציגטסע מחשבה וואס האט אים געהאלפן דורך שטופן די טעג.
ווען די זייגער האט געוויזן דרייע איז דזשעק געווארן אנגעצויגן. ער האט זיך אריין געהעקט אין די באנק און געטוישט נאמען פון די סעפטי דיפאזיט באקס אויף דול. אבער ער האט נישט געוואוסט צו דול וועט למעשה קומען נעמען וואס מ'האט אפגעשמועסט. דזשעק איז בייגעפאלן אן עצה. ער איז געבליבן נאכקוקן די אקטיוויטעטן פון די אקאונט און אויב וועט דול קומען נעמען עפעס פון די אקאונט וועט זיכער ארויף קומען עפעס דערוועגן.
דאס זיך דרייען אויף די באנק'ס וועב זייטל האט נישט ארויסגערופן קיין פארדאכט ווייל ראבערט האט דאס פארלאנגט פון אים.
דזשעק האט זיך טאקע נישט גענארט און בערך צען נאך דריי האט ער געזען א נייע נאוט אין די אקאונט אז די בעל הבית פון די אקאונט האט ארויסגענימען די זאכן פון די דיפאזיט באקס. ווען דזשעק האט געזען די נאוט האט ער זיך שנעל אויפגעשטעלט און אריין גערופן זיינע וועכטערס און זיי געזאגט אז ער שפירט זיך נישט גוט און ער וויל אראפגיין זיך אראפלייגן....

דזשעק איז געזעצן איינגעשפארט אין זיין שטוב און יעדע פאר מינוט געקוקט אויף זיין האנט זייגער... ער האט געווארט אויף די סיגנאל... ס'איז דורך צוואנציג מינוט און פון צוואנציג איז געווארן דרייסיג.. און פערציג... אבער דערווייל זעהט נישט אויס אז דול האט אנגעצינדן די מאשין... אפשר גאר ארבעט עס נישט...???
ווער ווייסט צו די גאנצע האפענונג איז נישט צופלויגן וואו א זייפן בלאז??
דול.... וואו ביסטו...??

*

ראבערטס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן. "ראבערט, איך מיין אז דול שמעקט שוין עפעס. מיר זענען יעצט נאכגעפארן זיין קאר און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין ווייב האט עס געדרייווט און ער האט דאס געניצט צו אנטלויפן פון זיין הויז. מיר האבן נישט קיין טרעק אויף אים יעצט"

"אהא... דו ווייסט וואס דו האסט צו טון..."

*
דול האט גענימען א טעקסי אהיים פון די באנק. אנקומענדיג פארנט פון זיין הויז האט ער געטראפן דארט פאליציי זוכן אים... זיי האבן אים איבער געגעבן די גאר שלעכטע נייעס אז זיין ווייב איז נארוואס געווען פארמישט אין א ביטערע עקסידענט. מ'האט איר אין איילעניש אריין געפירט אין שפיטאל וואו זי ראנגלט זיך מיט איר לעבן....

דול האט נישט געדארפט צו לאנג טראכטן.... זיי זענען דא נאך מיר...


פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

אב עס יוזשעאול ביסטו מעכטיג, איי לאוו איט איך ווארט די זאלסט פארטיג ווערן וועל איך קענען מהנה זיין מיין שטוב מיט דיינע מעשיות אזוי ווי איך האב געטוהן און די פארגאנגענהייט
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קריעטיוו נאוועל!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אב, די ביזט עפעס נישט סתם גוט, מיין הארץ באמבעט אוועק ציטער'דיג אויף וואס קומט נעקסט.
איין זאך נאר קומענדיגע מאל די טרעפסט דול, שיק אים צו מיר, איך וויל אים זייער וויכטיג זאגן עפעס וואס קען אים צוניץ קומען.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אב'נארמאל!!!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א רררררררררררריייייייייייייייייייייייייייייזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזייייייייייייייייייייייייגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן (ריזיגן) שקויעח!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

אב די בוסט אן ריעל
קיעפ אן מיר האבן הנאה
שכוח

נ.ב. לייג ארויף אביסל מער אין יעדן פארזעצונג אויב סע נישט שווער

עניווע שכוח נאכאמאל
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פארפרוירן
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פאטאקי08 האט געשריבן:פארפרוירן

אלט-קאנראל-דעליעט
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

פאטאקי08 האט געשריבן:פארפרוירן


אב איבער מעכטיג

אב'ס צולאזטקייט האט פארפרוירן פאטאקי
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

נישטא קיין ווערטער!!!!

יישר כח

מ'ווארט מיט שפאנונג!!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

יישר כח אב!

אזוי ווי יעדער איינער דא האב איך נישט קיין ווערטער, ס'איז מורא'דיג!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו האסט אנגעגרייט גענוג שפיטאל בעטן?

גיי אן, מיר ליינען מיט שפאנונג!
אוועטאר
נארוואס דען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 1:33 am
לאקאציע: אין היכל הנגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארוואס דען »

איך_הער האט געשריבן:אב, נאכן קאמפלימענט, און נאכאמאל איבער קוקן חלקים פון די מעשה, האבעך פראגעס.

1) ווען איז אלען געווארן איינגעשפאנט פאר ראבערט? ווען עריז געקומען רעדן צו זשעק'ס ווייב, האטעך איינער זיי נאכגעקוקט, און יענער האט געלאזט וויסן פאר ראבערט דערוועגן.

אב האט נישט גענטפערט סאו לעטס טריי עמיר נאכדעם הערן פון אב צו כבין גערעכט
ווי דערמאנט האט זיך אגענט aקיינמאל זיך נישט אינדענפעצירט סאו דער אנדערע אגענט האט נישט דעוואוסט ווער דאס איז עניוועי טענקיו אב קיפ אן גאו יו אר גרעיט
so my sweetest brothers and sisters
קרעדיט די רבי ר שלמה'לע
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אב אנריעל!!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

איך גיי יעצט ליינען די פארזעצאנג
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

עס איז אַמייזינג, איך טאָן ניט האָבן די רעכט קאָמפּלימענט פֿאַר אַזאַ אַ פאַנטאַסטיש באַל - כאַלוימעס
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

wowowow

this is good
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דיינע מעשיות זענען משוגע צו ווערן. יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

6'טע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

אלען האט זיך ארום געדרייט אנגעצויגן. ער האט נארוואס אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט דול.
דול האט אים דערציילט אז זיין ווייב איז נארוואס אריין געפירט געווארן אין שפיטאל נאכן זיין פארמישט אין אן עקסידענט. אלען האט געוואוסט וועמענס ארבעט דאס איז... ס'האט אים זייער געבאדערט אז ראבערט גייט אזוי ווילד.. פארוואס זעהט ער נישט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג. איין טאג וועט איינער קומען און און צוזאמשטעלן די שטיקלעך פונעם פאזל און דאן וועט יעדער ליידן.... אלען האט געציטערט פון די פאקט אז ס'קען קומען א טאג וואס איינער וועט אויפדעקן וואס איז באמת פארגעגאנגען מיט דזשעק'ס טויט... דאס איז די לעצטע זאך וואס אלען האט געוואלט טראכטן.

"ראבערט, דא רעדט 'אגענט A' נאכאמאל"

"יא, וואס זאגסטו?"

"ראבערט, זאג מיר אז דיין האנט איז פארשמירט מיט די נארוואס פארגאסענע בלוט פון דול'ס ווייב.."

"יא! וואו שוין געשמועסט, איך בין דא אויסצופירן מיין פליכט. אין איך בין גרייט צו באזייטיגן נאך צענדליגע מענטשען אויב וועלן זיי מיר שטיין אין וועג. איך וויל נישט באקומען פון דיר יעדעס מאל די זעלבע טעלעפאון רוף פון דיר! וואס מיר טון איז א הייליגע פליכט און דו ווייסט דאס! איך זוך אויך נישט צו הארגענען קיין מענטשען סתם אזוי, אבער אויב שטערן זיי דעם ארגינעלן פלאן איז דאס די איינציגסטע לעזונג."

"ראבערט, איך מיין אז ס'איז צייט אז דו זאלסט דיך נעמען ארבעטן אויף די גרויסע אקציע. דו וועסט נישט קענען צו לאנג זיין באהאלטן. ס'איז צייט אז דו זאלסט זיך נעמען גרייטן...."

"איך מיין אויך אזוי.. ביז אפאר טאג וועל איך דיך צוריק רופן מיט דעטאלן.."

*

דול איז געזעצן ביי זיין ווייב'ס בעט אין שפיטאל.. זיין הויט האט אים געברענט וואוסענדיג אז ער האט אין טאש די מאשין און ער דארף עס אנצינדען... אבער ער האט אויך געוואוסט אז ווילאנג ער איז נישט אויף א שטילע און פארזיכערטע פלאץ קען ער גארנישט טון דערמיט. ס'איז קלאר געשטאנען אין די מעסעדזש אזוי...

נאך אפאר שעה ווען ער האט געזען די מצב האט זיך אביסל סטאבלאזירט האט ער זיך אוועק געכאפט פונעם בעט און אריין אין א זייטיגע שטוב. נאכן זיך ארום קוקן און זען אז אלעס איז פארזיכערט האט ער אנגעצינדן די מאשין.....
די מאשין האט ארויסגעלאזט א קליינע פייף און א קליינע סקרין האט זיך אנגעצינדן....

*

דזשעק האט שוין אויפגעגעבן און פארזויערטערהייט האט ער זיך אריין געווארפן אין בעט.. וואס האט געקענט פאסירן מיט דול?? האבן אים די מחשבות דערקוטשעט.. ער האט עס גענימען פון די דיפאזיט באקס אבער וואו איז ער געגאנגען פון דארט??
דזשעק האט געוואוסט אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז די מאשין ארבעט פשוט נישט. נאך אלעם איז עס קיינמאל פריער נישט געטעסט געווארן. דזשעק האט געוואוסט אז די מאשין האט ער געבויט וועלענדיג אויפקומען מיט א נייע פאטענט אבער די מאשין איז קיינמאל נישט אויספראבירט געווארן צו דאס ארבעט טאקע גוט. אבער דזשעק האט נישט געוואלט דורך לאזן די מחשבה ווייל דאס האט אים אריין געווארפן אין דיפרעסיע.. אבער וואו לענגער ס'איז געווארן און וואו שפעטער די צייט האט זיך גערוקט איז דאס געבליבן די איינציגסטע פארשטענדליכע הסבר... און דאס האט געפערליך צובראכן דזשעק...

אזוי ליגענדיג אין בעט האט זיך זיין זייגער צוקלינגן... א קליין גרין לעמפל האט געגעבן א בליטשקע וואס דאס האט אנגעדיידט אז איינער האט אקטיוועזירט און אנגעצינדן די מאשין. דזשעק האט אויפגעשפרינגן.....

דזשעק האט אויסגעווארט צו הערן די קאוד פון דול זיכער צו מאכן אז ער רעדט מיטן ריכטיגן מענטש. 'JK18' האט דזשעק געהערט פון זיין זייגער..

"דול, איך בין געווען זייער דערשראקן נאכן זען אז דו האסט גענימען די מאשינקע אבער דו האסט דיך נישט געלאזט הערן... איז אלעס אקעי ביי דיר?" האט דזשעק אריין געזאגט אין זיין זייגער...

דול קוקט אויף די מאשין און ווארט צו זעהן וואס עס גייט געשען נאכן אריין דריקן די קאוד. ס'האט נישט לאנג גענימען און אויפ'ן סקרין האט זיך אויפגעשריבן; דול, איך בין געווען זייער דערשראקן נאכן זען אז דו האסט גענימען די מאשינקע אבער דו האסט דיך נישט געלאזט הערן... איז אלעס אקעי ביי דיר.

דול נישט וואוסענדיג מיט וועם ער רעדט האט ער נישט געוואלט ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע. "ווער ביסטו? פאר איך ווייס נישט מיט וועם איך רעד גיי איך נישט ווייטער" האט דול צוריק געפרעגט.

דזשעק האט געוואוסט אז די שאלה גייט קומען. ער האט געוואוסט אז ס'איז דא א מעגליכקייט אז דול האט נישט קיין אנונג ווער ס'שטייט אונטער די אימעיל'ס. ער האט אבער אויך געוואוסט אז ער קען נישט שיסן די באמבע גראד יעצט....
דזשעק האט אריין געזאגט אינעם זייגער "איך בין א נאנטע חבר מיט דזשעק און איך קען דיר העלפן טרעפן דעם אמת"
דול האט נישט געוואוסט צו ער זאל גלייבן.. "אויב קענסטו אזוי גוט דזשעק אפשר גיבסטו מיר מער אינפארמאציע וועגן אים?"

דזשעק האט הנאה געהאט אז דול לאזט זיך נישט סתם אזוי פארדרייען דעם קאפ...

"דזשעק האט נישט לאנג צוריק דיר געהאט געזאגט אז ער ארבעט אויף א נייע קאמיונעקאציע אפאראט וואס מ'קען קאמיונעקירן דורך דעם וואס איינער רעדט און וואס ער זאגט שרייבט זיך אפ. און ווען יענער ענטפערט דורך טעקסט באקומט עס דער צווייטער צוריק דורך הערן ער האט עס דאן גערופן 'טעקסט טו וואויס' געדענקסט דעם פראיעקט?"

"יא" האט דול געענטפערט.
"אקעי, וויסן זאלסטו אז דו ניצט יעצט די טעכנעלאגיע. דזשעק האט שוין געפארטיגט איינס אבער נאך נישט אנגעקומען עס צו טעסטן פאר ער איז אנטרינען געווארן. אבער מיר ניצן יעצט זיין דיווייס"
"ביסט גערעכט. אבער פון וואו ווייסטו דערפון? לויט וואו ער האט געזאגט ווייסט קיינער נישט דערפון. דאס האט געדארפט זיין א געהיימע סוד.."

"פון ווי איך ווייס איז נישט דיין דאגה. אלזא, יעצט גלייבסטו מיר אז איך בין גוט מיט דזשעק?" האט דזשעק צוריק געפרגט.

"יא! וואס ווייסטו וועגן אים?" האט דול צוריק געטייפט.

"וואס ווילסטו וויסן וועגן אים?"

"ווער האט אים באמת געהארגעט? וואס איז געשען ביי די פייער?"

"גארנישט! קיינער האט אים נישט געהארגעט......."

"וואס הייסט..??" איך בין געווען ביי זיין לוי'"

"ביי א לוי' אבער נישט ביי זיין..."

"איך האף אז דו ווייסט וואס דו רעדסט... דאן ווי איז ער?"

"איך ווייס וואס איך רעד.... דו רעדסט יעצט צו אים...."

"ו-ו-א-ס......?????!!!!!
דזשעק... דאס ביסטו..??? ווי ביסטו??

דזשעק איז איבערגעהאק געווארן דורך א ביפ פון ראבערט....

*

ראבערט האט געווארט צו הערן פון ראלף צו ער האט שוין געטראפן וואס דול האט געטון אין די צייט וואס ער האט ארויסגעשיקט זיין ווייב מיט זיין קאר. נאך א האלבע שעה האט ער באקומען די טעלעפאון קאל "דול איז געווען אין באנק. ער האט עפעס ארויסגענימען פון די סעפטי דיפאזיט באקסעס.... די טעלער האט נישט מער געוואוסט צו זאגן נאר דאס אז ער האט עפעס ארויס גענימען פון באקס 53..."
"צו וועם געהער באקס 53?"
"דאס ווייס איך נישט"
"ווער מיר געוואויר. עפעס באהאלט ער אז ער האט אונז געמוזט פארנארן... איך וויל דערגיין וואס.."
"פיין, איך וועל פראבירן צו דערגיין"

*

ראבערט האט געפעידזשט דזשעק אז ער זאל ארויף גיין אין אפיס ווייל ער וויל רעדן צו אים. דזשעק האט פראבירט צו זאגן אז ער שפירט נישט גוט אבער ראבערט האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
ווען דזשעק איז אנגעקומען אין אפיס האט שוין ראבערט געווארט אויפן ליין. "איך זע אז דו האסט אסאך עקסטערע צייט אז דו קענסט שוין טראכטן פון דיין געזונט. הער מיך צו, דיין חבר דול פארשאפט מיך אביסל קאפ וויי. ער האט זיך ווידער גענימען מישן אין זאכן וואס ער דארף נישט... איך האב אים יעצט געשיקט א מעסעדזש אז ער זאל איינרוען, אבער איך ווייס נישט ווי לאנג דאס וועט אים האלטן שטיל.. אלזא ס'איז צייט זיך צו נעמען צו די צווייטע פאזע. וואו דו פאשטייסט האב איך דיר נישט דא געברענגט צו רויבן בענק און ראטעווען פון תפיסה. איך האב אסאך גרעסערע פלענער פאר דיר. זיי גרייט אויף מארגן ניינע אינדעררפרי, דו גייסט מארגן ווערן באקרוינט אלס העלד אויב וועסטו פאלגן וואס איך הייס.
פארשטייט זיך אז איך דארף דיר נישט נאכאמאל זאגן אז דו האסט סייווי נישט קיין צווייטע ברירה. אויב גלייבסטו מיר נישט קענסטו פרעגן דיין חבר דול.. אדער קענסטו איבער קוקן דיין טאטנ'ס בילד...."

דזשעק האט נאך נישט געהאט געהערט אז דול האט שוין אויך באקומען צו קאסטן פון ראבערט'ס נעגל און דאס האט אים זייער וויי געטון. אבער פון די אנדערע זייט האט ער געקענט זיין חבר און ער האט געוואוסט אז אזא זאך וועט אים נאר שטערקער מאכן צוזאמען צו ארבעטן..

"יעצט קענסטו דיך גיין אויסרוען, אבער מאך זיכער צו זיין גרייט מארגן ניין אזייגער... די טאג גייט זיין א גרויסע טאג וואס גייט אריין גיין אין די ביכער."

וואו נאר דזשעק איז צוריק געווען אין זיין רום האט ער צוריק אנגעצינדן זיין זייגער און געווארט צו באקומען די גרינע סיגנאל אז דול קען רעדן.

*

דול איז געשטאנען אויף זיין פלאץ געפלעפט.... ס'האט זיך געשפירט וואו ער רעדט צו א נשמה... ער קען זיך נאך נישט גלייבן אז ער האט נארוואס גערעדט צו דזשעק... דער זעלבער דזשעק וואס איז אזוי טראגיש געשטארבן.. די זעלבע דזשעק וואס יעדער האט באוויינט... און דא לעבט ער... יעצט האבן זאכן אנגעפאנגן צו קלעבן.. די טיר ביי די פייער איז טאקע נישט געווען אויפגעבראכן דורך פייער לעשערס. אודאי האט אלען נישט געוואלט אז איך זאל זען די ווידיאו טעיפס...
אבער יעצט שטעלט זיך די שאלה.. ווי איז דזשעק..? וואס גייט דא באמת פאר..?

דול איז געשטאנען נאך צען מינוט און געווארט אז דזשעק זאל צוריק קומען, אבער זענדיג אז ער קומט נישט צוריק איז דול צוריק צו זיין ווייב'ס בעט. אבער זיין מח איז געווען ווייט אוועק פון די שפיטאל בעט. יעדער פאר מינוט איז ער ארויסגעלאפן קוקן צו דזשעק איז שוין צוריק. ענדליך נאך א שטיק צייט האט ער געזען אז דזשעק איז שוין צוריק און ער איז גרייט צו רעדן ווייטער. "דזשעק, זאג מיר וואס גייט פאר.. איך בין צומישט..."
"דול, איך קען דיר נאר זאגן אין קורצן איך ווייס נישט מער. ווען די פייער האט אויסגעבראכן האבן מיך צוויי מענטשען פארכאפט. פון דארט האט מען מיך ארום געפירט איך האב נישט קיין אנונג וואו. דערנאך האט מען מיך ארויף געזעצט אויף א קליינע פליגער און און מיך פארטראגן צו אן אינזל. איך האב נישט קיין אנונג אין וועלכע פלאנעט איך געפין מיך. איך קען נישט קאמיונעקירן מיט קיינעם. איך האב נאר איין מענטש מיט וועם איך רעד און יענער גיט מיך ארדערס. און די סיבה פארוואס מיין טאטע איז אראפגעקלאפט געווארן איז, ווייל ער האט מיך געוואלט שיקן א מעסעדזש אז איך זאל אים פאלגן. ווייל איך האב אים היינט געדארפט דורך פירן א רויבעריי אויף א באנק דורך אריין פאוסטן א פאלשע טרענספער און די זאך איז דורך געפאלן.. האט ער געניצט מיין טאטע מיך צו ווארענען..

ער ניצט מיין העקן טאלאנט אז איך זאל אים אויספירן שליחות'ער. אויף מארגן זאגט ער האט ער ערענסטע פלענער איך ציטער וואס ער מיינט...

דאס אלעס וואס איך קען דיר דערציילן. וואס איך וויל הערן פון דיר איז, וואס מאכט מיין ווייב און קינדער? וויאזי שפירט מיין טאטע? און צום לעצט איז יעדער אין דיין פאמיליע אקעי? לויט וואו איך האב פארשטאנען פון ראבערט האט ער דיר אויך וויי געטון.. וואס גייט פאר?"

דול האט שטאטערהייט געליינט יעדעס ווארט און נישט געגלייבט וואס ער זעט.. "דיין ווייב און קינדער זענען פיין, דיין טאטע ווערט בעסער און זיי געבן גרויס האפענונג אז ער וועט זיך אינגאנצן אויסהיילן. מיין ווייב איז אויך נארוואס געווען פארמישט אין אן עקסידענט נאכדעם וואס איך האב זיי אויסגעשפילט. די דאקטער זאגט אז זי וועט עס מאכן. ס'איז טאקע נאך צו פרי צו וויסן פונקטליך וואס איז געשעדיגט געווארן אבער ס'איז נישט לעבנס געפאר"
"איך בין זייער פרייליך צו הערן. דול, זאג מיר ביסטו גרייט צו העלפן? לויט וואו ס'זעהט אויס גייט דאס זיין א לאנג פארצויגענע קאמף, דו שפירסט אז דו קענסט דאס? אז נישט וועל איך מיך ווענדן צו אלען פאר הילף."

"דו האסט דיך נישט צו וועם צו ווענדן.. אלען האט דיך פארקויפט.... ער איז די פאררעטער דא....!!! פון די ערשטע מינוט האט ער מיך געשטערט פון טרעפן דעם אמת. ער האט אונטער געלייגט שטיינער וואו ער האט געקענט..! אבער זארג נישט איך בין דא פאר דיר"

יעצט איז געקומען די צייט אויף דזשעק צו ווערן פארפרוירן... אלען.. פארוואס..?? פארוואס האסטו עס געטון פאר מיר..?? דזשעק האט געשפירט וואו די טרערן שטיקט אים...
דול האט געוואוסט אז דזשעק וועט קענען יעצט ניצן אביסל צייט דאס צו שלינגן "דזשעק, מיר וועלן רעדן מארגן. איך דארף גיין"
"גוטע נאכט" האט דזשעק געענטפערט קורץ.

דול איז ארויסגעקומען פון די צימער און צוריק געגאנגען צו זיין ווייב'ס בעט... "העלאו דול" האט ער פלוצים געשפירט א קלאפ אין רוקן... "איך זוך דיך שוין ארום א שטיק צייט.. ווי דרייסטו דיך.."
"אלען, וואס זוכסטו דא?" האט דול זיך אנגערופן פארדעכטיגט. דול האט געוואוסט אז ער איז נישט אראפגעקומען דא זען וויאזוי זיין ווייב שפירט. "גארנישט ספעציעל, איך בין געווען אין געגנט האב איך געקלערט אריין צו קומען זען וואס דו מאכסט" דול האט געוואוסט אז דאס איז א גראבע ליגנט. "אז איך בין שוין דא וואלט איז געוואלט פרעגן. וואס האסטו ארויסגענימען פון דזשעק'ס דיפאזיט באקס...?"
"פון וואס רעדסטו אויב מעג איך וויסן?"
"דול, מיר ביידע ווייסן אז איך ווייס וואס איך רעד. שפיל נישט ארום מיט מיר. זאג מיר וואס דו האסט גענימען פון דארט!"
"אלען, איך מעג וויסן פארוואס דו קוקסט מיך נאך? האב איך דען נישט קיין רעכט צו גיין ווי איך וויל און טון וואס איך וויל?"
"דו האסט יא, אבער נישט ווען עפעס איז אונטער אויספארשונג. דו ווייסט אז איך האלט אינמיטן נאכגיין די טויט פון דזשעק און דיין זיך אריין שטעקן די נאז הארגעט אלעס. אלזא, זאג מיר וואס דו האסט געטון ביי זיין דיפאזיט באקס.. וואס האסטו גענימען פון דארט..?"
"אז דו ווילסט קענסטו דא ווארטן אויף מיר און ווען איך וועל אהיים גיין וועל איך דיר ווייזן" האט דול געענטפערט אויפגעברויזט...
"פארוואס פעלט אויס אהיים צו גיין? לויט וואו איך האב געהערט ביסטו נישט אריין אינדערהיים נאר תיקף אהער געקומען דא אין שפיטאל צו דיין ווייב. אלזא וואס דו האסט גענימען דארף ליגן דא יעצט אויף דיר.... קען איך עס זען...???"



פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יעצט איז געקומען די רייע אויף מיר צו בלייבן זיצן געפרוירן....
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

יוש מיין הארץ קלאפט ווי א פויק סע שרעקוודיג
איך ציטער
איך ציטער
נא לייג צו נאך 1 שורה
איך בין פארפרוירן
איך קען קוים טייפן
די הענט ציטערט מיר
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווואאאאאסססס גגגיייייטטט דדדדדדאאאאא גגגגגגגעעעעעעעששששששששעעעעןןןןןןן????????
מיין הארץ באמבאדירט מיר, די נעמסט אונז גוט אויף א רייד.... די ביזט עפעס נישט סתם גוט.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איינער זעהט דא א וועג ארויס אז אלען זאל נישט זיין דער אגענט A ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”