שובבים – ערב שבת פארן זמן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
שובבים – ערב שבת פארן זמן
שובבים – ערב שבת פארן זמן
אין א שיינע זומערדיגן פרייטאג נאכמיטאג די זון שיינט מיטן גאנצן קראפט, די וועטער איז פונקט גוט צוגעפאסט ס'איז נישט צו הייס און נישט צו קאלט, יעצט איז די פאסיגסטע צייט וואס מ'קען אראפ שיקן די קינדער שפילן אין הויף די פאר שעה וואס איז נאך פארבליבן צום זמן שב"ק, די מאמע די שטארק פארנומענע בעל הבית'טע מאכט זיך א חשבון וואס מ'דארף נאך יעצט שנעל טון מיט די שבת הכנות, און נאך א שנעלע החלטה איז זי מחליט אז עס לוינט זיך יעצט קודם אנצוטון די צוויי יונגלעך שבת'דיג אראפ שיקן שפילן אין הויף, אזוי וועלן זיי נישט שטיין אונטער די פיס ביי די לעצטע הכנות צום שבת,
אהרן'לע און מושי!!! שרייט די מאמע ארויס צו די קינדער, קומטס מאמי גייט ענק אנטון שיין שבת'דיג, די מאמע נעמט ארויס דאס ווייסע העמד'ל מיט די שייינע שבת הויזן מיט די וועסטלעך און טוט אן די קינדער שיין שבת'דיג און זאגט זיי קינדער עס איז נאך דא 2 שעה צום שבת, ענק קענען ארויס גיין אביסל שפילן אין הויף, אבער, ווארנט זיי די מאמע מיט די צווייטע פינגער, איך ווארן ענק! חלילה מאכט'ס ענק נישט שמוציג די שיינע שבת'דיגע זאכן, אקעי?, יא זיכער מאמי זאגן די קינדער אונז זעמיר שוין אמת'דיג גרויס, אונז וועלן מיר וואטשן צו בלייבן זויבער, יעי אונז גיימיר ארויס אין הויף שפילן מיט די בייק'ס יעי..., די קינדער לאזן זיך ארויס מיט א געלויף צום הויף אנגעטון מיט די שבת קליידער,
די זייגער רוקט זיך מ'הערט שוין די ערשטע פייף פונעם שבת פייפער, די מאמע שטייט שוין כמעט גרייט צום שבת, די טעפ זענעם אויפן פלאם די לעכט זענען גרייט, די פלאר שוין געמַאפּט זויבער, ווי זענען די קינדער טראכט זי, אינמיטן לויפט אריין דער קליינער אהרן'לע מיט א געוויין, מאמי! קוק עה עה העעעע.... מיט געהאקטע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן שילדערט ער, איך בין פלעין געפארן מיט מיין בייק אבער די בייק האט זיך עפעס אוועק געדרייט אינמיטן פארן ס'איז געווארן אזוי שיף און איך בין אראפ געפאלן אויף די זאמדיגע פלאר, מאמי! קוק מיין ווייסע העמעד איז אינגאנצן שווארץ איך קען נישט אזוי גיין שבת... אזוי וויינט ער מיט טרערן, די מאמע מיט רחמנות ווישט אים אפ די טרערן און זאגט אים מיט ליבשאפט אהרן'לע איך האב נאך א העמד וויין נישט קום שנעל איך וועל דיר טוישן לכבוד שבת, אבער וויין נישט,
די מינוטן רוקן זיך די צווייטע שבת פייף צינדט זיך אן און בלאזט מיט א שטארקן קראפט, די מאמע צינדט שוין אן די שוועבעלע גרייט צו צינדן די שבת לעכט, פלוצלינג געט זיך די טיר א פראל אויף, און מושי שפאצירט אריין מיט א אויסגעגאסענע שמייכל אויפן פנים די רויטע באקן מיט די אפענע אויגן שרייט ארויס אז ער האט הערשט געהאקט א לעבן, די מאמע געט נאר א בליק אויף דעם לאכעדיגע מושי, אוי רבונו של עולם! נעמט זי זיך שרייען, קוק דיך אן מושי!, קוק אן דיין העמד!, קוק אן דיין שבת'דיגע הויזן!, אוי איין שטיק מאראסט, אזוי זעהט מען אויס?, קענסט נישט וואשטן וואס דו טוסט? דיינע שבת'דיגע זאכן זענען אזוי שמוציג, כ'האב דיך געבעטן זאלסט וואטשן נישט צו ווערן שמוציג, יעצט קוק דיך אן..., הער אויס מושי איך גיי דיך נישט טוישן, וועסט מוזן בלייבן א שמוציגע יונגל ביז מארגן צופרי, וועסט נישט קענען גיין אין שול היינט נאכט ווייל דיין העמד פון ביינאכט איז שוין שמוציג,
מ'קען זיך פארשטעלן די צער און חרטה וואס מושי האט געהאט יענעם פרייטאג צונאכט'ס וואס צוליב זיין ווילדקייט האט ער גורם געוועהן צו האבן שמוציגע וועש און נאך דערצו די מאמע איז גאר ברוגז אויף אים, אבער ער ווייסט אז ער איז זיך אליין שולדיג ווייל ווען ער זאל טון וואס זיין ברודער אהרן'לע וואלט געטון און זיך בעטן ביי די מאמע מיט תחנונים וואלט זי אים זיכער מיט רחמנות געגעבן זויבערע זאכן לכבוד שבת,
אלע פארשטייען דעם אויספיר, מיר שטייען אין דעם גלות סוף אלף השישי, ס'איז ערב שבת פארן זמן, אלע סימנים ווייזן אז משיח קומט שוין אט אט, פונקט ווי אין יעדע אידישע שטוב וועט מען אין די לעצטע שעה ערב שבת טון מער וואס מ'טוט אגאנצן טאג, מ'כאפט צוזאמען אלעס שנעל לכבוד שבת, כמו כן ווען מ'הערט לעצטנס אזעלכע צרות שונות ומשונות זעהט מען קלאר אז פון אויבן איילן מען זיך צו שנעל צו מאכן א אלע תיקונים צו ברעגן די גאולה דער יום שכולו שבת ומנוחה, אזעלכע צרות וואס וואלטן אמאל גענומען יארן לאנג נעמט היינט טעג און וואכן,
דער באשעפער טוט אונז אן שבת'דיג און גיבט אונז א נשמה און שיקט אונז אראפ לגור בארץ ערבה, מיר זאלן ארויס גיין שפילן אין הויף ארום צו טאנצן אין די גרויסע וועלט, אבער פאר מיר גייען ארויס אויף די וועלט כביכול די מאמע די שכינה ווארנט אונז מיט א שבועה תהי' צדיק ואל תהי' רשע, איך בעט דיר ברחמים האלט דיינע שבת'דיגע קליידער זויבער און ריין לכבוד שבת ליום שכולו שבת ומנוחה,
א קינד איז דאך א קינד און א מענטש איז דאך א מענטש, מ'לויפט ארום מ'שפילט זיך אין די וועלט און ס'ווערט נעבאך פארשמירט די קליידער, אבער די צייט רוקט זיך ס'ווערט נענטער וואס א טאג צו די גאולה, ס'קומען טעג וואס זענען מסוגל צו פועל'ן די גאולה, ווייל הקריאה מעורר הזמן וכימי צאתנו מארץ מצרים אראנו נפלאות, איז דא א קלוג קינד ווי אהרן'לע און נעמט ארויס א תהלים'ל און הייבט אן אשרי האיש אשר לא הלך וגו' און מיט א צובראכן געמיט זאגט ער רבוש"ע קוק מיך אן, באשעפער מאמע מיינע! דו זעסט דאך ווי אזוי איך זעה אויס, איך קען דאך נישט אזוי אריין גיין צום שבת קודש, קב"ה ברוב רחמיו וחסדיו שיקט גלייך א מחילה סליחה און וואשט אונז אפ און שענקט אונז נייע בגדים לכבוד שבת,
וואס טוט זיך אבער מיט אזא קינד ווי משה'לע, אוי לאמיר נישט רעדן, וועט דען נישט זיין א בושה אז משיח געט זיך א קום אן פלוצלינג און מ'האט נישט קיין זויבערע שבת קליידער?..., טייערע חבירים לאמיר שוין זיין א מודה ועוזב, און אויסניצן די צייט צום גוטן, און זיך מאכן גרייט צו גרויסן שבת, ליום שכולו שבת ומנוחה,
מיוסד עפ"י דברי הרה"ק ר' הערשעלע ספינקא זצ"ל (קונטרס דברי תורה)
איצט די זעלבע געדאנק אויפן גראם
(רחם רחם בחסדך)
די ימי הושבבים בהאי יומא,
משל למה הדבר דומה,
א מאמע האט אנגעטון פאר שבת די קינדער שיין,
געזאגט קינדערלעך איך בעט ענק האלט'ס די בגדים ריין,
--די קינדער זענען ארויס שפילן זיי האבן זיך נישט צוגעהערט,
פארשמירט זייערע קליידער מיט בלאטע און ערד,
דערנאך זענען די קינדער אין שטוב אריין,
ערב שבת שוין באלד פארן זמן,
"דאס ערשטע קינד נעמט זיך וויינען און שרייען,
מאמע איך קען מיר נישט אזוי ארום דרייען,
קוק מיינע קליידער זענען אזוי פארשמירט,
מיט הייסע טרערן ער פארפירט,
"זאגט די מאמע וויין נישט מיין טייער קינד,
וויש אפ די טרערן וואס רינט,
איך וועל דיר דיינע קליידער ריין מאכן,
לכבוד שבת אנטון מיט נייע זאכן,
"א צווייטער קינד אן קיין שכל,
קומט אריין און אויפן פנים א שמייכל,
די מאמע הייבט אן שרייען פארוואס האסטו נישט צוגעהערט,
פארשמירט דיין קלייד מיט בלאטע און און ערד,
"איך האב דיר געבעטן די בגדים ריין צו האלטן,
איך וועל דיר מוזן געבן אויף שבת א בגד אן אלטן,
דאס קינד איז נעבעך אריין שבת טרויעריגערהייט,
די מאמע איז ברוגז און געגעבן א אלטן קלייד,
(אין ערוך)
כלל ישראל אין גלות אין דעם אלף השישי,
גרייט זיך צום שבת מיט א כח א פרישע,
יום שכולו שבת וועט זיך שכיח,
לימות המשיח,
--די נשמה די טייערע ווערט באשוירן,
תהי' צדיק איידער זי ווערט געבוירן,
צו בלייבן ריין אין יעדע שעה,
אוי לחיי העולם הבא,
"אבער אונזערע קליידער, ליידער ליידער,
ווערן פארשמירט מיט עביורת חלילה,
א תפלה מ'בעט, ס'איז נישט צו שפעט,
געב אונז א זויבערע קלייד מיט סליחה ומחילה,
"אפס בלתך גואלינו,
מקבל זיין משיח מיט א קלייד א ריינע,
זיך גרייטן צום שבת לאמיר זיין אל הלב משים,
לתחיית המתים,

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
(אין ערוך)
אין ערוך לך
וואו דיר שאץ מאץ
אזויפיל תוכן דא
און יעדן זאץ
ואין זולתך
מיט אזויפיל טעם
אראפ געשריבען האסטעך דא
אזוי שיין אויפן גראם
--א משל אזוי שיין
און אזוי און פלאץ
אראפצולייגען מיט אזויפיל חן
דארף מען הייסן שאץ מאץ
אזעלכע הערליכע דיבורים
פון ר' הערשעלע זצ"ל
זיך צוריק צוקערן צום יוצר יצורים
צום יושב בשמים ממעל
"די קענסטעך יא אזוי גוט
פלעגט מיין רעבע סטראשען
באהאלטעך ניט
און געב אונז נאך צו פאשען
ואין דומה לך
און קרעטשמע דא
אזוי גוט צו שפילען
אויף אונזערע געפילען
" א זכות א גרויסע
טוסטע פארמאגען
גדול המעשה יותר מן העושה
אזעלכע שיינע מוסר רייד צוזאגען
ואין דומה
לך שאץ מאצינו
זאל מיר שוין צוריק גיין צו אונזער חומה
במהרה בימינו
אין ערוך לך
וואו דיר שאץ מאץ
אזויפיל תוכן דא
און יעדן זאץ
ואין זולתך
מיט אזויפיל טעם
אראפ געשריבען האסטעך דא
אזוי שיין אויפן גראם
--א משל אזוי שיין
און אזוי און פלאץ
אראפצולייגען מיט אזויפיל חן
דארף מען הייסן שאץ מאץ
אזעלכע הערליכע דיבורים
פון ר' הערשעלע זצ"ל
זיך צוריק צוקערן צום יוצר יצורים
צום יושב בשמים ממעל
"די קענסטעך יא אזוי גוט
פלעגט מיין רעבע סטראשען
באהאלטעך ניט
און געב אונז נאך צו פאשען
ואין דומה לך
און קרעטשמע דא
אזוי גוט צו שפילען
אויף אונזערע געפילען
" א זכות א גרויסע
טוסטע פארמאגען
גדול המעשה יותר מן העושה
אזעלכע שיינע מוסר רייד צוזאגען
ואין דומה
לך שאץ מאצינו
זאל מיר שוין צוריק גיין צו אונזער חומה
במהרה בימינו
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 153
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:שכח שאץ עס איז א הערליך ווארט, (ר' הערשעלע וועט דיר זיכער מכיר טובה זיין פארן אזוי שיין און באטאמט ארויסברענגען זיינע ווערטער.)
עס האט מיך באמת אנגעווארעמט, מ'וועט אי"ה אויסזאגן תהילים פרייטאג/שבת
ר' הערשעלע זצ"ל האט נאר געזאגט דעם משל, אין דעם קונטרס דברי תורה (עטליכע תורות אויף אידיש) איז דער משל בארוכות, אבער איך האב עס אביסל צוגעפיצט כדי מיין נמשל זאל מיר בעסער אויסקומען, איך נאר אביסל מוסיף נופך געוועהן....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
מיין טייערע ידיד נפש הנקוב בניקו שאץ,
אייערע ווארימע ווערטער זענען אויף מיר געווען כמים קרים על נפש עייפה. האסט מיר ארויסגענומען טרערן פון די אויגן ליינענדיג יעדעס ווארט. איי ווי מיר זעהן ליידער אויס מיט אונזערע פארשמירטע נשמות און אונזערע פארקריפעלטע הערצער, אבער כל זמן מ'וויינט דערויף, מ'איז צובראכן און מ'בעט דעם טאט'ן אין הימל "הרף כבסינו וטהרנו מפשעינו" טוט ער אונז אן מיט נייע קליידער, מיט נייע נשמות און נייע גופים. אויב מען וויינט אויף אונזער מצב, מ'מאכט זיך נישט פארגעסן, מ'זאגט נישט לא איכפת לי, העלפט דער גוטער טאטע, אוי, קום שוין טאטע צו אונז, יא מיר וויינען, טאקע נישט א יעדער אלעמאל מיט די אויגן, צומאל נאר אין הארצן, אבער ווער דען איז דער בוחל לבות וכליות אויב נישט די טאטע? ס'זאל שוין זיין די גאולה בקרוב במהרה.
און פאר דיר שאץ, נאר מיט אזאליכע ווערטער, געפלאכטן חיזוק מיט מוסר ביינאזאם קען מען זיך דערהאלטן, ישר כוח!
מנאי ידידיך השפל דמתקריא שמעלקא טויב.

- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:מורא'דיגע רייד!!!
א גרויסן יישר כח ידידי הרב שאץ, איך האף דאס ארויסצופרינטן (צוזאמען מיט גראדער'ס קלעפ...) און מ'וועלמער עס זינגן מיט'ן גראם אי"ה פרייטאג צונאכט.
אויפריכטיג, עס איז טאקע זייער אגוטע עצה.
א) אפשר וואלט כדאי געווען אז איינער זאל פון דעים אויך מאכן א פי די עף.
ב) והיא העיקר, אז שאץ זאל אינז יעדע וואך געבן אזא פארציע (בפרט בימי השובבים).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm
WOW !! הערליך הערליך!! איך בין באמת איבערגענימען פינעם משל ונמשל.
שכח רב שאץ מאץ!!!
שכח רב שאץ מאץ!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
א הארציגן יישר כח הרב @שאץ און פארן צאר ירום הודו פארן ארויפברעגן.
און צו אייך @אונגארישע פיל הצלחה....
און צו אייך @אונגארישע פיל הצלחה....
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר