דער ברודער-קריג

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

דער ברודער-קריג

תגובהדורך גראדער » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 5:48 pm

כ'האב נאכנישט געהאט צופיל צייט צו שרייבן די וואך, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, לייגן מיר ארויף כאטש דאס.



"זאג נאר ענר, ווי גייען זיי דארט?"

"וואס הייסט וואו? דו זעסט נישט אויף דער עלטער אשכול ברודער, זיי גייען ארויף דעם בארג!"

"פארשטייסטו נישט וואס איך פרעג, פארוואס גייען זיי ארויף דעם בארג?"

"כ'פארשטיי דיר נישט אשכול, דו פרעגסט קשיות אויף דעם יצחק, ער איז דאך א הייליג קינד."

"אוי ענר ענר, א קינד רופסטו אים, ער איז דאך שוין ניין און פופציג יאר אלט."

"און איך געדענק נאך ווי היינט ווען ער איז געבוירן געווארן, ס'קוקט מיר אויס ווי נעכטן, כ'דערמאן זיך אפילו א גוטער וויץ וואס די ליצים האבן דאן פארשפרייט."

"יא ענר, דו מיט דיין זכרון, נו זאג מיר איבער דעם וויץ, לאמיר הערן."

"איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער וויץ איז געווען, אבער עפעס האט זיך עס גערעדט אז יצחק איז באמת א זון פון אבימלך, יעדער האט געלאכט האב איך מיטגעלאכט... כ'ווייס נאך יעצט נישט פארוואס."

"כ'פארשטיי נישט, ער קוקט דאך אויס פונקט ווי אברהם, וויאזוי קענסטו זאגן אז ער איז אבימלך'ס?"

"איך האב דען געזאגט עפעס? כ'זאג דיר דאך אז די ליצים האבן געזאגט, הקיצור ווייס איך נאך אלץ נישט, וואס עפעס שלעפט ער זיך ארויף דעם מורי' בארג, (פרקי דר"א לב) אפשר וויל ער זיך נאכמאל לאזן שחט'ן דארט?"

"נע, צו דעם וואלט ער נישט מיטגענומען זיין ווייב, וואס עפעס שלעפט ער מיט רבקה'ן?"

"איך האלט די בעסטע זאך וואלט געווען אים שטיל נאכגיין, און נאכקוקן וואס ער גייט דארט טון."

"נו גוט, לאמיר גיין"

"ווילסט זיך באהאלטן דא אונטער די שטיינער?"

"ניין, כ'מיין ס'נישט קיין גוטער פלאץ, ווייל כ'זעה ווי יצחק שלעפט שטיינער, קוקט אויס ווי ער וויל עפעס בויען דא."

"מן הסתם א מזבח, (זוה"ק) כ'געדענק נאך ווי זיין טאטע אברהם פלעגט בויען כסדר מזבחות, מקריב געווען קרבנות, און געלויבט דעם באשעפער, כ'מיין אז אויף דעם בארג האט ער שוין אויך געבויעט א מזבח טאקע ביי די עקידה פון יצחק'ן."

"יא יא, ער האט דאך מקריב געווען א איל דעמאלס, כ'געדענק נאך ווי ער האט געזאגט ביי יעדע זאך, זאל זיין דער שחט'ן אנגענומען ווי גלייך איך וואלט גע'שחט'ן מיין יצחק, זאל זיין דער שפריצן די בלוט אנגענומען ווי איך וואלט געשפריצט יצחק'ס בלוט, זאל זיין דער פארברענען..."

"נו אוודאי געדענק איך, אויב ווייס איך גוט איז אברהם נישט געווען דער ערשטער וואס האט געבויעט א מזבח דא אויפן בארג, כ'מיין אז אדם הראשון האט שוין דא געבויעט א מזבח, און דאכט זיך אז נח נאכן מבול האט אויך דא געבויעט א מזבח."

"אינטערעסאנט וואס יצחק וויל דא יעצט טון מיט דעם מזבח, איך זעה ער איז מקריב א קרבן,"

"ששש, ער נעמט זיך רעדן, לאמיר הערן..."

"אוי, כ'זעה ווי רבקה שעפשעט אויך עפעס."

"איך הער אויס יצחק'ן, און דו הער אויס רבקה'ן,"

"גוט."

"רבש"ע, באשעפער פון די וועלט, דו האסט דאך צוגעזאגט פאר מיין טאטן אברהם אז זיינע קינדער וועלן זיין אזוי סאך ווי די שטערן אין הימל, און האסט דאך אים געזאגט אז די קינדער וועלן זיין פון מיר, ווייס איך דאך אז איך וועל האבן קינדער, אבער איך בעט דיר טאטע געטרייער, העלף מיר אז די קינדער זאלן זיין פון די צדקת רבקה, די קינדער וואס די גיבסט מיר זאל זיין פון איר." (ספורנו)

אין די צווייטע ווינקל איז געשטאנען רבקה און געבעטן "רבש"ע, איך בעט דיר, אויב דו ווילסט מיר גיבן קינדער, ביטע, פון דעם הייליגן יצחק."

יצחק האט נישט אויפגעגעבן, שעות לאנג איז ער געשטאנען אויפן הר המורי', און איינגעריסן ביים רבש"ע, "רבש"ע, איך ווייס אז מיין פרוי איז אן עקרה, אבער דאך בעט איך דיר העלף אונז ווייל מיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר."

"זאג מיר ענר, דער יצחק האט דאך שוין חתונה געהאט א צוואנציג יאר, וואס עפעס פונקט יעצט רייסט ער אזוי איין פאר קינדער?"

"איך וועל דיר זאגן אשכול, די האסט דאך א גוטן זכרון האמיר געשמועסט, געדענקסט דאך אוודאי ווי אלט רביצין רבקה איז געווען ביי די חתונה?"

"זיכער, גאנצע דריי יאר מיט דריי טאג." (מס' סופרים)

"נו, פון דא און ווייטער איז דאך דער חשבון פשוט, קודם האט יצחק געווארט א צען יאר רבקה זאל אלט ווערן דרייצן יאר און זיין פאסיג צו האדעווען קינדער, דערנאך האט ער געווארט א צען יאר אפשר וועט זי האבן קינדער נאטורליך."

"ס'שטימט טאקע, כ'געדענקט ווען אונזער פריינט אברהם איז געקומען ביי די פינף און זיבעציג יאר אויף ארץ כנען האט ער אויך געווארט ביז די פינף און אכציג, און הערשט דאן גענומען הגר'ן, האט ער אויך געווארט א צען יאר שרה זאל האבן נאטורליך."

"יא טאקע, דער יצחק גייט טאקע און זיין פאטער אברהם'ס וועגן."

"ווי לאנג האלטסטו וועט יצחק נאך איינרייסן דארט? כ'ווער שוין מיד, ער בעט דאך שוין אזוי לאנג."

"קוקט אויס אז ער ווארט צו שפירן אז ער איז געהאלפן געווארן, נו, לאמיר גיין."

"לאמיר האפן בקרוב צו הערן גוטע בשורות, ס'שוין צייט אז אברהם זאל ביי די הונדערט זעכציג זעהן עפעס אן ערליכן אייניקל."

טרערן האבן זיך געגאסן ווי א קוואל, ביז יצחק הייבט אויף זיינע הייליגע אויגן, און רופט זיך אן: "איך שפיר אז אונזערע תפלות זענען געווארן אנגענומען, דו מיין הייליגע פרוי ביזט טאקע גאר חשוב אין הימל, אפילו דו קומסט פון אזא שטוב ווי בתואל און לבן דאך ביזטו אויסגעוואקסן אזוי ערליך און פרום, דאך שפיר איך אז די תפילות זענען יעצט אנגענומען געווארן אין זכות פון מיין טאטן אברהם, נו שוין, לאמיר אהיימגיין און זיין פרייליך אז די ישועה איז נאנט."

7 חדשים זענען אריבער, און רבקה האט געשפירט אז זי טראגט עס נישט אריבער, רבקה האט איבערגענומען די ארבעט פון איר שוויגער שרה, זי פלעגט ארומגיין נעבן די עבודה זרה הייזער צו פרובירן איבעררעדן מענטשן זיי זאלן איינזעהן דעם אמת, אפלאזן די געטשקעס און קומען דינען דעם גרויסן באשעפער, (ש"ך) יעצט ווען זי איז דארט אריבער האט זי געשפירט שרעקליכע יסורים ווי דאס קינד וויל ארויסקומען, אבער ווען זי איז אריבער א בית המדרש האט זי געשפירט דאס זעלבע, "וואס טוט זיך דא?" האט זי זיך געוואונדערט, וועט דער קינד זיין א צדיק אדער א רשע?

פון גרויס פארביטערונג איז זי געלאפן צום זיידן שם, זי האט נישט אויסגעזאגט פאר יצחק (רמבן, כז ד) און זי האט זיך מזכיר געווען און מתפלל געווען (רמב"ן) ביים צדיק, "הייליגער רבי, דער קינד וויל לויפן סיי צו די עבודה זרה, און סיי אין ביהמ"ד, א צומישטער מענטש וועט ער זיין, ער וועט נישט גלייבן אז ס'איז נאר דא איין איינציגער הייליגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט, נו, מיט וואס בין איך דעמאלס אנדערש פון אלע כנענישע פרויען, וועל איך האבן א קינד אן עובד עבודה זרה ווי זיי? צו וואס פעלט מיר אויס די גאנצע מעשה?"

שם הערט אויס רבקה'ס צובראכן הארץ, ער פארגלייזט זיך די אויגן, פאלט אריין אין א דבקות, ער איז יעצט מקבל דעם דבר ה'...

"דער הייליגער באשעפער זאגט" הערט זי ענדליך פון שם, "צוויי פעלקער וועסטו געבוירן, און די צוויי זענען שוין יעצט צוטיילט, איינער ציעט שוין צו קדושה, און דער אנדערער ציעט שוין צו שלעכטס, זיי וועלן זיך שטארקן איינער איבערן אנדערן, אבער רוב צייט וועט דער גרעסערער דער עובד עבודה זרה דינען דעם אינגערן דעם צדיק."

"אוי הייליגער רבי" צואוויינט זיך די הייליגע באבע רבקה, דאס איז וואס איז ארויסגעקומען פון מיינע תפלות? פארוואס דארף איך דעם קינד דעם רשע, איז נישט בעסער ער זאל בכלל נישט אראפקומען אויף די וועלט?"

"זאלסטו וויסן רבקה אז יעדע זאך איז מיט א חשבון פון הימל" זאגט שם, "פונעם צדיק וועט טאקע ארויסקומען א גאנצער פאלק מיט צדיקים, אזעלכע הייליגע נשמות ווי רבינו הקדוש, אבער דיינע תפלות האבן אויפגעטון אז אויך פונעם שלעכטן קינד וועלן זיין גרים, ווי דער גרויסער גר צדק אנטונינוס וואס וועט משמש זיין און לערנען מיט רבינו הקדוש." (כלי יקר)

"האסט געהערט די נייעס ענר?"

"וואס? ציה מיר נישט אן אשכול."

"געדענקסט א יאר צוריק בערך ווען מיר האבן געזעהן יצחק'ן איינרייסן ביים באשעפער צו האבן קינדער?"
"יא, אוודאי,"

"א צווילינג איז געבוירן געווארן! צוויי אינגלעך, איינער איז אן עשו, א רויטער, האריג פון קאפ ביז פיס, און דער צווייטער האט אנגעכאפט זיינע פערשט, רופט מען אים יעקב."

"מזל טוב! מזל טוב! לאמיר האפן אז זיי וועלן זיין געראטן אין זיידן אברהם, נישט אין דעם פעטער לבן."

"דער עשו האט שוין אויסגעקוקט ווי א קליינער רשע'לע, אזא מערדער, (רש"י בשם ב"ר) איך האב מורא אז ער וועט נאך איבערשטייגן דעם פעטער זיינעם, אבער דער יעקב האט יא אן איידעלע צורה, לאמיר האפן אז ער וועט כאטש ממשיך זיין די גאלדענע קייט."

"נו, וועלן מיר מוזן צואווארטן ביז זיי וועלן אונטערוואקסן."
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 5:50 pm

דו ביסט גוט ענר... כ'מיין גראדער

כ'קוק א אשכול "ברידער קריג" וועם באשרייבט מען דא

נאדיר איינס ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 6:03 pm

סהייבט זיך אן זייער אונטערסאנט... א דאנק!!! קיפ איט אפ!!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 6:14 pm

גראדער האט געשריבן:"נו, וועלן מיר מוזן צואווארטן ביז זיי וועלן אונטערוואקסן."


איך קען קוים ווארטן.....

א גרויסע דאנק, ס'ליינט זיך טאקע היבש געשמאקער ווען די מקורות זענען אין די ארטיקעל.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 7:11 pm

דער קעפל איז געוואלדיג!!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 10:24 pm

ביוריפעל, זעט אויס זייער עכט, כ'האב כמעט געזען די בארג פון וואס ענר האט גערעדט.

יישר כחכם.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 10:08 am

גראדער די זייגער רוקט זיך. מ'האט שוין היינט געזאגט די יום חמישי, איר דארפט זיך א שאקל געבן. הונדערטער אידן ווארטן אויף אייך.
אפאר אידן זענען מיך שוין געקומען פרעגן צו איך גיי עס די וואך אויך האבן.

מיר ווארטן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 10:24 am

גראדער, מיר זענען בשו"א נישט מוותר פינטל! המתחיל במצוה אומרים לו געמיר נאך, (קרעדיט ש"מ).
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 10:26 am

ס'איז ליידער געווען גאר שטארקע עיכובים די וואך, אבער מ'פרוביר מיר מיט אלע כוחות אויפצוקעטשן, איך האף ביז א שעה ארויפצולייגן נאך שטיקל ביז נאך די מכירה פון די בכורה מיט א שמוץ אריבער...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 11:48 am

די קינדער זענען צוביסלעך עלטער געווארן, יעדן אינדערפרי האט רבקה אמנו זיי געשיקט אין חדר מיט א ווארימען קוש, זי האט זיי אנגעגרייט א געשמאקן סענדוויטש, געמאכט די פיאות, און מיט א טרער זיי ארויסבאגלייט, "זאלט איר אויסוואקסן ערליכע אידן ווי דעם זיידן אברהם" האט זי זיי אנגעזאגט יעדן טאג.

אזוי זענען זיי געגאנגען אין חדר ביז כיתה ט', אבער ווען זיי זענען אלט געווארן דרייצן יאר און יצחק איז זיי געגאנגען איינשרייבן אין ישיבה איז שוין די מעשה געווען גאר אנדערש, צוביסלעך האבן די משגיחים אנגעהויבן איבערצוגעבן שלעכטע גריסן פון עשו, עשו האט טאקע פרובירט אפענערהייט צו הייסן א פיינער בחור, אבער באהאלטענערהייט איז ער שוין געווען היבש פארדארבן, (מזרחי, אותן שתי שנים –בין י"ג לט"ו – עשה בצנעה).

ביי הפסקה פלעגט ער זיך ארויסכאפן פון ישיבה, אריינ'גנב'נען אין וואלד, און פאנגען פייגלעך, הערשן, און ווען ס'איז אים גוט געגאנגען האט ער זיך אפילו פארטשעפעט מיט לייבן און בערן... ער האט ליב געהאט צו טון פעלד ארבעט, איינפלאנצן ביימער און בלומען, (ספורנו) אלעס, חוץ לערנען, אבער דאך האט נאך קיינער נישט גע'חלומ'ט וואס פון דעם בחור וועט נאך אויסוואקסן.

אפילו ביי די פיפצן יאר ווען עשו האט שוין אינגאנצן אויפגעהערט צו גיין אין ישיבה, ער איז שוין אפען געווארן א ליידיגייער, (רש"י ד"ה איש שדה – אדם בטל) אבער פארן טאטן יצחק האט ער ווייטער אנגעשטעלט א פנים ווי ער איז דער פרומסטער בחור אין ישיבה.

ער האט ארומגעווילדעוועט אין די וועלדער, אבער ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער געמאכט אן ערענסטן אנשטעל.

"א גוטן טאג עשו, פון וואו קומסטו יעצט?" האט אים יצחק געפרעגט.

"וואס הייסט פון וואו, פון ישיבה," (תנחומא) אוי האט מען פלייסיג געלערנט היינט, איך האב דיר טאקע געוואלט פרעגן טאטע, וויפיל מעשר דארף מען גיבן פון זאלץ?"

"זאלץ דארף מען נישט מעשרן, מיין טייער קינד."

"און פון שטרוי? וויאזוי מעשר'ט מען עס?"

"אוי ביזטו א מחמיר מיין טייערער עשו, שטרוי איז אויך נישט מחוייב במעשר."

יצחק האט געשפירט אז עשו שטייגט נישט אזוי אין תורה און יר"ש ווי יעקב, אבער דאך האט ער געהאלטן אז דורכדעם וואס ער וועט אים ארויסווייזן ספעציעלע ליבשאפט וועט ער צום סוף פרומער ווערן און זיך פארבעסערן. (ילמע"ל)

עשו האט אלעמאל שטארק אכטונג געגעבן צו בלייבן גוט מיט זיין טאטן יצחק, ווען ער האט געפאנגען א גוטן הערש, האט ער צוגעגרייט א געשמאקע סעודה פארן טאטן, אלעמאל האט ער אים אונטערגעקויפט מיט זיינע בלאפערייען, און ס'האט טאקע געארבעט, יצחק האט אים זייער ליב באקומען.

עשו איז אבער נישט געווען קיין נאר, ער האט געוואוסט אז אויב די מאמע רבקה וועט זעהן ווי ער חנפ'עט דעם טאטן וועט זי אים דערציילן אלע זיינע מעשים טובים, האט ער אלעמאל אכטונג געגעבן רבקה זאל נישט זעהן ווי ער פאפט אפ יצחק, ער האט זיך כמעט נישט געדרייט נעבן רבקה, (כלי יקר) אזוי אז פאר רבקה איז נישט איינגעפאלן צו דערציילן פאר יצחק ווער עשו איז באמת. (אוה"ח)

צוביסלעך האט אנגהויבן ארויסגיין אין די גאס עשו'ס מעשים טובים, מער און מער מענטשן האבן אנגעהויבן געוואר ווערן וואס ער טוט אפ, פון מויל צו אויער איז ארומגעגאנגען די ביטערע שמועה אז עשו, עלטסטער זון פונעם צדיק יצחק, איז ארויס לתרבות רעה.

איין טאג איז עשו אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, די בלוט האט אים געקאכט, און א רחמנות איז געווען אויף וועם ס'איז אריינגעפאלן אין זיינע הענט, פארוואס איז ער געווען אזוי אנגעצויגן? ס'האט אים פשוט געווארט א שווערער טאג.

א צייט פריער ווען עשו פלעגט ארומגיין אין די פעלדער פאנגען חיות האט ער זיך כסדר אנגעשטויסן מיט נמרוד, דער קעניג פון בבל, נמרוד האט געהאלטן דער פאך פון פאנגען חיות איז זיינס, און טאקע נאר זיינס, א צווייטער טאר זיך נישט אפגעבן דערמיט, און יעדן מאל וואס ער האט געכאפט עשו פאנגען חיות האט אויסגעבראכן א ויכוח צווישן זיי.

איין טאג האט נמרוד באשלאסן צו מאכן א סוף מיט דעם מחוצף, ער האט באשטימט א טאג, און ער האט מודיע געווען פאר עשו אז יענעם טאג גייט ער קומען מלחמה האלטן מיט אים, אין גרויס פארלוירנקייט איז ער געלאפן צום ברודער יעקב.

"וואס טו איך דא? ווי קען איך קוים א פופצן יעריגער בחור פארמעסטן מיטן גרויסן צוויי הונדערט פופצן יעריגן נמרוד? גיב מיר אן עצה יעקב, אז נישט בין איך א פארטיגער.

יעקב האט אים געזאגט, "הער זיך צו עשו, איך וועל דיר פונקטליך דערציילן פון וואו נמרוד'ס גבורה נעמט זיך, ווען דער זיידע אדם הראשון איז געווען אין גן עדן האט אים דער רבש"ע געמאכט א הערליכן אנצוג, אויסגעצירט מיט בילדער פון אלע חיות און פייגלעך, ווען דער מבול איז געקומען האט נח מיטגענומען דעם קלייד אין תיבה אריין, חם, דער גרויסער גנב, האט עס גע'גנב'עט נאכן מבול, און ער האט עס געגעבן פאר נמרוד'ן, (פדר"א פכ"ד) זאלסטו וויסן, ווילאנג נמרוד האט אן דעם קלייד וועסטו אים נישט קענען באזיגן."

עשו האט געפאלגט יעקב'ס עצה, ווען מען איז אנגעקומען אין פעלד האט עשו געזאגט פאר נמרוד, "ס'נישט קיין חכמה מיר צו באזיגן ווען דו האסט אן דעם קלייד, לאמיר זעהן צו דו קענסט מלחמה האלטן מיט מיר אויך אן דעם בגד."

דער בעל גאווה נמרוד האט עס תיכף אויסגעטון, איז ביז א מינוט איז ער געלעגן טויט אונטער עשו'ס הענט. (דעת זקנים מבע"ת)

ווען נמרוד'ס באגלייטער האבן געזעהן אז עשו האט דער'הרג'עט זייער קעניג, האבן זיי אנגעהויבן נאכצולויפן עשו, עשו האט געגעבן א כאפ נמרוד'ס טייערע קלייד פון אדם הראשון, און ער האט געהויבן פיס און אנטלאפן. (ספר הישר)

אויב קאלטבלוטיג מארדן א מענטש איז נישט געווען גענוג, האט ער נאך אויפן וועג אהיים אוועקגעכאפט א כלה פונעם חתן, און נאכדערצו אריינגעכאפט צו דינען עבודה זרה אויך, ער האט אראפגעווארפן דעם מאסקע פון זיך, און ער איז אפען געווארן א רשע.

אין הימל איז געווארן א גרויסער רעש, וואס טוט מען דא? אברהם האט באקומען א הבטחה פון רבש"ע אז ער וועט אויסלעבן די יארן מיט א גוטן עלטער, און ווי ביטער וועט אים ווערן ווען ס'וועט אנקומען צו זיינע אויערן וואס האט פאסירט מיט עשו, ער וועט דאך ווערן זייער צובראכן, און אז ער האט א הבטחה פון רבש"ע פאר א ''שיבה טובה'' קען דאך נישט זיין ער זאל אריבערגיין אזא צער.

האט דער רבש"ע באשלאסן אז ס'איז געקומען די צייט אברהם זאל ארויפקומען אין עולם האמת.

אברהם האט אנגעהויבן זיך שלעכט צו שפירן, די געדערים זענען אים קראנק געווארן, (מדרש רבה סב) און צוביסלעך צוביסלעך איז ער געווארן שוואכער און שוואכער, (ימע"ל בשם יפ"ת) ער האט איינגעדרימלט, און דער אויבערשטער האט אים אנגעהויבן ווייזן דער גאנצער גוטער שכר וואס ווארט אים אפ אויף אלע זיינע מעשים טובים, די אלע הערליכע היכלות אין גן עדן וואס איז אנגעגרייט פאר אים, (מדרש רבה סב) ביז ער האט אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה נאך יענעם טאג, פאר ער האט געהאט די געלעגנהייט צו הערן עשו'ס רשעות.

די גרעסטע מלכים און שרים זענען זיך צוזאמגעקומען צו די לוי' (גמ' ב"ב צא) שם ועבר זענען געגאנגען פאראויס פאר די מטה און מ'האט אריינגעפירט אברהם אין מערת המכפלה נעבן דעם קבר פון שרה אמנו. (מדרש רבה סב)

"ענר דו ביזט אויך דא?" פרעגט אים א שכן.

"אז דו בן חת ביזט דא, פארוואס זאל איך נישט זיין דא."
"א אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, ממש ''יעדער איינער'' וואס איז געווען אכט און דרייסיג יאר צוריק ביי די לוי' פון שרה, איז יעצט אויך דא, ''קיינער'' איז נישט געשטארבן אינדערצווישן, ס'דא ממש די זעלבע מענטשן, ס'קוקט ממש אויס ווי דער זעלבער לוי'." (מדרש רבה סב)

אויפן וועג אהיים פון די לוי' האט יעקב געטראכט צו זיך, "וואס קען איך עפעס טרייסטן דעם טאטן? אה, איך וועל הייסן איינע פון די קנעכט אפקאכן א טאפ לינזן, און דער טאטע וועט כאפן דעם רמז, אזוי ווי די לינזן זענען רינדעכיג און ס'דרייט זיך ארום אויף אלע זייטן, אזוי אויך יעדער מענטש אויף די וועלט דארף אמאל טרויערן אויף זיינע עלטערן. (גמ' ב"ב ט"ז)

ווען יעקב איז אנגעקומען אין געצעלט האט ער געטראפן ווי אלע קנעכט שלאפן, (קוקט אויס זיי זענען געווען אויסגעמיטשעט נאך די גרויסע לוי',) האט יעקב מיט זיין גאלעדענע מדות און גרויס עניוות קיינעם נישט געוואלט אויפוועקן. (מדרש הגדול) "סיי ווי איז א גוטע זאך איך זאל אליינס קאכן פארן טאטן" האט יעקב געטראכט צו זיך.

"דער עשו פאנגט דאך דעם הייליגן טאטן יצחק'ס הארץ ווייל ער קאכט אים אלעמאל געקעכץ, יעצט ווען דער טאטע איז א אבל דארף מען דאך אים קאכן לינזן, לאמיך שנעל גיין קאכן א טאפ לינזן פארן טאטן, אזוי וועט ער מיר אויך ליב באקומען." (אוה"ח)

קוים וואס די לינזן זענען געווען אפגעקאכט א דריטל, איז עשו געקומען צו לויפן א מידער אפגעמיטשעטער פון די מלחמה מיט נמרוד.

"יעקב, דו שטייסט ביים טאפ?! זייט ווען ביזטו געווארן א קעכער... און וואס עפעס קאכסטו פונקט רויטע לינזן?"

"דער זיידע אברהם איז היינט געשטארבן, און ניטאמאל ביזטו געווען אויף די לוי', דער טאטע זיצט און קלאגט אויף זיין הייליגן גרויסן טאטן, קאך איך לינזן אים צו טרייסטן, און איך וועל דיר זאגן נאך א זאך, ווען ס'וועט קומען די צייט און דער זיידע אברהם וועט אויפשטיין תחיית המתים, זאל ער וויסן וויפיל איך האב געטרויערט נאך אים און ער זאל מיר ליב האבן דערפאר." (פסיקתא רבתי פי"ב ד)

"דו שוטה דו" האט עשו געלאכט פון אים, "דו מיינסט אז נאכדעם וואס א מענטש שטארבט ווערט ער צוריק לעבעדיג?"

"ביזטו שוין געווארן א כופר אין תחיית המתים אויך! אוי וויי! נאך א מזל אז דער זיידע אברהם האט נישט דערלעבט עס צו זעהן, ער וואלט דאך עס נישט אויסגעהאלטן."

עשו האט זיך געגעבן א שטרעק אויס אויף די שטרוי, "הער זיך איין יעקב, איך בין זייער הונגעריג, איך עפן מיין מויל, און דו נעם דעם טאפ און גיס אריין פונעם רויטן געקעכץ... (מ"ר פ' פנחס) איך זעה אז דו האסט אויך א גוטן רויטן וויין דארט, נו גיס אויך אריין א פלאז וויין אין מיין גארגל אריין." (ילמ"ל בשם חופת אליהו וש"ך)

"הער זיך צו עשו, נישט קיין לינזן, נישט קיין וויין, גארנישט באקומסטו נישט, איך האב עס צוגעגרייט פארן טאטן, קענסט צואווארטן אביסל ביז דער טאטע וועט ענדיגן עסן, און וואס בלייבט קענסטו נעמען." (ילמ"ל)

"איך האב נישט קיין כח צו ווארטן, איך שפיר איך גיי שטארבן, יעקב! גיב מיר עפעס אין מויל אריין, שנעל!"

"הער זיך איין עשו, אומזיסט איז גארנישט דא, אויב ווילסטו מאכן א געשעפט קען מען רעדן."

"נו, זאג שוין וואס דו ווילסט."

"דו ווייסט דאך עשו אז דו ביזט דער בכור, דאס הייסט אז נאכדעם וואס דער טאטע וועט ארויפגיין אין עולם האמת און מיר וועלן זיך צוטיילן מיט די ירושה באקומסטו דאפעלט, אויך וויבאלד דו ביזט דער בכור וועסטו איבערנעמען דעם טאטנס פלאץ און דעם טאטנס כבוד, (רבינו בחיי)."

"און וואס נאך האב איך פון די בכורה?"

"נאך גרויסע זאכן, דו ביזט א כהן פארן גרויסן באשעפער, קענסט מקריב זיין קרבנות, דו האסט די מצוות און אויך דארפסטו זיין געווארנט צו טון די עבודה בטהרה, נישט אנגעטרינקען, און אזוי..."

"ענדיג שוין צו רעדן! זעסט נישט איך בין הונגעריג! צו וואס דארף איך די גאנצע בכורה, פון די הלכות אליינס קען מען שטארבן, און וועגן דעם טאטנס געלט, און זיין מלוכה, הער וואס איך טראכט, איך גיי דאך יעדן טאג פאנגען אויף אזעלכע מסוכנ'דיגע פלעצער, אויב דער גאנצער ריוח פון די בכורה איז נאכן טאטנ'ס פטירה, מן הסתם וועל איך קיינמאל נישט דערלעבן עס צו באקומען, איך גלייב אז איין טאג וועל איך נאך אומקומען סאך פאר דעם טאטן, (רבינו בחיי, אבן עזרא, רשב"ם, רמב"ן) נאדיר די בכורה און גיב שוין אהער די לינזן."

"שווער מיר אז דו וועסט נישט צוריקציען"

עשו האט געשוואוירן, און די בכורה איז אריבער פון עשו צו יעקב.

איין נאכט ווען עשו איז אהיימגעקומען נאך א טאג ארבעט האט ער געזעהן ווי יעקב זיצט אין ווינקל פון געצעלט אין איז פארטיפט אין דאווענען א התלהבות'דיגן מעריב.

"אוי יעקב מיין ברודער, דו זיצט דא פארקוועטשט, לערנסט און דאווענסט א גאנצן טאג, קום אביסל בארדענען מיט מיר אין פעלד, וועסטו געוואר ווערן וואס מאכן א לעבן מיינט..."

"הער זיך צו עשו, דו ווייסט דאך אז אונז זענען מיר אינגאנצן אנדערש."

"יא יא, אלעמאל דארפסטו זיך קריגן מיט מיר, נאך פאר מיר זענען געבוירן געווארן האבן זיך שוין אונזערע נשמות פעסט ארומגעאמפערט."

"אמת, מיט רשעים טאר מען נישט לעבן בשלום! און שוין דעמאלס האסטו געוואלט לויפן צו די עבודה זרה."

"איך מיין אבער לויט ווי איך געדענק האבן מיר געשלאסן עפעס א פשרה ביים סוף, נישט אזוי?"

"יא, מיר האבן געמאכט אן אפמאך, די וועלט, דאס הייסט אלע תענוגי עולם הזה איז דיינס, און יענע וועלט, דאס הייסט עולם הבא איז מיינס."

"גוט" זאגט עשו, "איך וועל זיך האלטן צום אפמאך, איך וועל אויסניצן אלע תענוגי עולם הזה ביזן סוף..."

און עשו האט געהאלטן ווארט, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פון גארנישט, וואס ס'איז אים נאר אריינגעקומען אין קאפ אריין האט ער געטון, גע'גנב'עט, גע'גזל'ט, גע'הרג'עט, זיך געשלאגן מיט וועם ס'האט זיך נאר געלאזט, און אין די איבריגע צייט איז ער ארומגעפארן אין וואלד מיט זיין פערד און געפאנגען חיות וויפיל ס'האט זיך נאר געלאזט.

און יעקב פון די אנדערע זייט האט אויך געהאלטן ווארט, ער האט זיך אריינגעווארפן אין לערנען מער און מער, ביז ער איז געווארן א גרויסער ראש ישיבה, ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה מיט הונדערטער תלמידים, און דער קול תורה האט געשפאלטן הימלען.

איין טאג איז עשו ארומגעפארן אין וואלד מיט זיין פערד פאנגען חיות, אלעס איז געווען ווי געווענליך, אויסער איין זאך, ער איז בטעות אראפ פונעם ריכטיגן וועג, און ער האט זיך גענומען בלאנדשען, ס'איז געווען אינמיטן טיפן ווינטער, א שטורעמישער שניי האט געבוזשעוועט, א פראסט האט אים ארומגענומען אין אלע ביינער, אבער ער האט נישט געטראפן דעם וועג ארויס.

ס'איז אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, זיין עסן האט זיך שוין אויסגעלאזט, קוים וואס ער האט צולאזט אביסל שניי צו נאך מאכן זיינע ליפן, ער האט געציטערט פון קעלט, ער האט געשפירט ווי ער ווערט ממש פארפרוירן צום טויט.

ס'איז געווארן פארנאכט, ס'האט זיך אראפגעלאזט א פינסטערניש אין וואלד, איז עשו מיט זיינע לעצטע כוחות ארויפגעקראכן אויף א בוים, אפשר דאך וועט מען זען עפעס א ליכטיגקייט, אפשר דאך איז דא עפעס א יישוב אין די נאנט.

און יא! פונדערוויינטס זעהט זיך אן עפעס א שיין, עשו איז געווארן פרייליך, ער האט באקומען פרישע כוחות, ער זעצט זיך ארויף אויף זיין הונגעריגן פארפרוירענעם פערדל, ער גיבט אים אפאר רוצחישע שמיץ ער זאל זיך אנווארימען, און ער נעמט זיך רייטן צום ריכטונג פונעם ליכטיגקייט.

ענדליך איז ער אנגעקומען צום ליכטיגן פלאץ, מיד, הונגעריג, ציטערנדיג פאר קעלט האט ער זיך אריינגעשלעפט אין די ישיבה "בית יעקב אבינו"...

מיט זיינע לעצטע כוחות קריכט ער אראפ פון פערד, ער שלעפט זיך צו צום גרויסן טיר, און קוים קוים וואס ער עפנט עס אויף.

ער גייט אריין אין בית המדרש, אהה, ס'ליכטיג, פיין אנגעווארימט... אהה... און גלייך האבן זיך אים די כוחות אויסגעלאזט, ער איז געפאלן אין חלשות.

ס'איז געווארן א מהומה אין בית המדרש, א מענטש קומט אריין און פאלט אין חלשות גלייך ביים טיר, האט יעדער איבערגעלאזט די גמרות איינער איז געלאפן ברענגען ווארים וואסער, איינער א דיקן צודעק, איינער פרישע קליידער צו בייטן פון זיינע דורגעווייקטע פארפרוירענע בגדים, יעדער האט געטון וואס מ'האט נאר געקענט אים צוריקצוברענגען צום באוויסטזיין.

מ'האט אים אריינגעטראגן אין א זייטיגן צימער, מ'האט אים געברענגט א קאכעדיגן הייסע קאווע, א ווארימע זופ, א געשמאקע פארציע פלייש, ביז ער האט צוביסלעך אנגעהויבן צו קומען צו די כוחות.

ווען ער איז שוין געווען אביסל ביי זיך האט איינער פון די תלמידים געכאפט א שמועס מיטן גאסט.

"ווער זענט איר? אויב מעג איך פרעגן."

"זיכער מעגט איר פרעגן, איך בין עשו, דער עלטערער ברודער פונעם ראש ישיבה."

"אה, אזא גאסט, לאמיר שנעל לויפן צום ראש ישיבה אנזאגן די בשורה ווער ס'איז אים געקומען באזוכן."

ווען יעקב האט געהערט ווער ס'איז דא, האט ער אנגעזאגט מ'זאל גיבן פאר עשו'ן א געשמאקע צימער, א פיינעם בעט, גוטע מאלצייטן, און אלעס וואס ער דארף.

עשו האט זיך גוט אויסגעריעט, ער איז ענדליך געקומען צו די כוחות, האט ער באשלאסן צו כאפן א שפאציר אין ישיבה, "לאמיר כאפן א בליק וואס מיין ברודער טוט דא אויף מיין וועלטל" האט עשו געטראכט.

און וואס האט ער געזעהן? ער איז אריין אין גרויסן בית המדרש, זעהט ער ווי הונדערטער תלמידים זיצן, ס'איז שא שטיל, אויבן אן זיצט דער ראש ישיבה רבי יעקב און זאגט א טיפן שיעור, מ'האט פונקט געהאלטן דעמאלס ביי די סוגי' פון "היתה לו שעת הכושר" אין מס' בבא קמא פרק מרובה, ס'דא דארט איין שורה גמ' און א גאנצער עמוד תוס', יעקב גיבט א לעבעדיגן שיעור, אלע תלמידים הערן זיינע ווערטער מיט דורשט, און א הימלישע שמחה און רוהיגקייט נעמט זיי אלע ארום.

עשו האט צוגעווארט ביזן סוף שיעור, דערנאך איז ער געגאנען נעמען שלום פונעם ראש ישיבה, ווי נאר ער האט באגעגנט יעקב אבינו, האט ער זיך געעפנט א מויל...

"דו שווינדלער דו, מיר האבן דאך געמאכט אן אפמאך אז איך באקום די וועלט און דו האסט נאר יענע וועלט, יענע וועלט האב איך נישט, און די וועלט האב איך זיכער נישט! איך וואנדער ארום מיט מיין פערד און וואגן אין די וועלדער און פעלדער, איך דארף גיין אויף אלע סכנה'דיגע פלעצער פאנגען חיות, איך שטארב פון הונגער און קעלט, און דו – וואס באמת דארפסטו נישט האבן די וועלט – זיצסטו דיר אין א שיינעם פיינעם ווארימען בנין, ארומגענומען מיט הונדערטער תלמידים וואס זענען דיר אזוי מכבד, לערנסט דיר אזוי געשמאק, און דיינע תלמידים באדינען דיר און טוען דיר אלעס וואס דו ווילסט, ווינטער איז דא פיין ווארים, זומער איז געשמאק לופטיג, ס'פעלט דא נישט קיין עסן און קיין טרינקען, וואו איז דער יושר?? דו ברעכסט אונזער אפמאך!"

"הער זיך איין עשו" האט אים יעקב געענטפערט, "ביזט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיינע טענות, און איך בין טאקע שוין גרייט זיך צו בייטן מיט דיר, דו גיב מיר דיין פערד און וואגן, און איך גיב דיר די מינוט איבער די גאנצע ישיבה מיט אלע תלמידים."

עשו האט זיך צושמייכלט, "אזא תמים דער יעקב, שוין ווידער מאכט ער אזעלכע נארישע געשעפטן..."

יעקב האט גענומען דעם פערד און וואגן, און די ישיבה האט ער געלאזט ביי עשו.

דער טאג איז אריבער, ס'קומט מארגן און מ'דארף גיין זאגן דעם שיעור, אלע תלמידים זיצן אין בית המדרש אין מ'ווארט דער נייער ראש ישיבה זאל אריינקומען ממשיך זיין דעם גרויסן תוס'... ווען מ'זעהט אז ער קומט נישט אן, זענען אפאר תלמידים אריין אינעם חדר מיוחד און געפרעגט דעם ראש ישיבה:

"ווען קומט דער רבי אריין צום שיעור? דער עולם ווארט שוין."

"איר ווייסט דאך אז איך בין קוים אנגעקומען פון אזא שווערן וועג, ס'קוקט נישט אויס אז היינט וועט זיין א שיעור."

דעם אנדערן טאג האט זיך איבערגע'חזר'ט די זעלבע מעשה, ווען מ'איז געקומען פרעגן עשו'ן ווען ער קומט פארלערנען דעם שיעור האט ער געענטפערט, "איך האב זיך נאכנישט געענדיגט פארקוקן... אבער מארגן וועט זיין א שיעור אזאנס אין אזעלכעס..."

מארגן האט עשו געזאגט "ווי טיפער איך גיי אריין אין די סוגי' זעה איך אז מ'קען גיין נאך טיפער... און נאך טיפער... ס'לוינט זיך צו ווארטן נאך א טאג ס'זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שיעור..."

און איבערמארגן... און סוף וואך, און די אנדערע וואך... די תירוצים האבן זיך נישט געענדיגט, ביז די תלמידים האבן אנגעהויבן צו כאפן מיט וועם זיי האבן דא צו טון, אין איינער נאכן אנדערן האבן זיי זיך ארויסגעשלייכט פון די אונטער טירלעך, ביז די ישיבה איז געבליבן אינגאנצן ליידיג...

ס'האט נישט גענומען לאנג ביז די תלמידים האבן געטראפן זייער באליבטן ראש ישיבה, יעקב האט זיך געטראפן א בית המדרש אינעם דערנעבנדיגן דארף, און ער האט זיך געזעצט לערנען דארט מיט גרויס התמדה, צוביסלעך זענען אנגעקומען נאך און נאך פון די אלטע תלמידים, און די ישיבה איז ווייטער אנגעגאנגען מיטן פולען ברען...

אבער ביי עשו, אז ס'נישטא קיין תלמידים איז אויס ישיבה... מ'האט אויפגעהערט צו אנצוהייצן דעם בית המדרש, מ'האט אפגעהאקט די לעקטער... מ'האט אויפגעהערט צו ברענגען עסן, ביז עשו האט זיך געטראפן זיצן אינעם ליידיגן בנין הונגעריג, דורשטעריג און ציטערנדיג פון קעלט...

"ס'דאך שוין געווען בעסער ווען איך בין געריטן אויף מיין פערד, כ'האב כאטש געפאנגען עפעס צו עסן, כ'מיין אז איך זאל זיך צוריקבייטן מיט יעקב'ן..."

גערעגט, אנגעצויגן, הונגעריג, דארשטעריג, פארפרוירן, איז עשו ארויס פון בנין פון די ישיבה, און ער האט זיך גענומען זוכן יעקב'ן, גאנץ שנעל האט ער געהערט דעם קול תורה, ער איז נאכגעגאנגען דעם קול און ער האט ווידער געטראפן יעקב'ן זיצן ארומגענומען מיט הונדערטער תלמידים.

"מיר זענען דאך ברודער" האט עשו אנגעהויבן דעם שמועס מיט יעקב'ן, "צו וואס זאלן מיר זיך קריגן, גיב מיר צוריק דעם פערד, און איך גיב דיר צוריק דעם ישיבה, און לאמיר בלייבן גוטע פריינט."

יעקב האט אבער נישט אזוי שנעל מסכים געווען, "אויב ווילסטו ווערן אויס ראש ישיבה איז עס דיין באשלוס, אבער דעם פערד און וואגן גיב איך נישט צוריק, א געשעפט איז א געשעפט..."

עשו האט נישט געהאט קיין ברירה, און מיט אן אנגעבלאזענע פנים, און ליידיגע הענט, האט ער פארלאזט דעם פלאץ...

(כל זה סיפר הרה"ק החקל יצחק מספינקא בכל שנה פרשת תולדות בשם הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימאנוב זצוק"ל)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 12:37 pm

גראדער האט געשריבן:מ'האט אים אריינגעטראגן אין א זייטיגן צימער, מ'האט אים געברענגט א קאכעדיגן הייסע קאווע, א ווארימע זופ, א געשמאקע פארציע פלייש, ביז ער האט צוביסלעך אנגעהויבן צו קומען צו די כוחות.

קודם א גרויסן יישר כח,
שוין געטראפן עפעס א הערה. אחוץ אויב די קאווע האט נישט געהאט קיין מילך.
(די יעצטיגע יישר כח איז נאר פון מיר
מיין שטוב וועט עס לכאורה הייסן איבערגעבן נאך שבת.)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 1:27 pm

גראדער: די האסט מיך ציגענאגעלט ביזן סוף ... אבער עס האט זיך געלוינט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 3:43 pm

יישר כח לידידי הרב שאץ מאץ שליט"א פארן צושיקן אפאר אינטערעסאנטע מראי מקומות.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 5:21 pm

לאמיר אריינכאפן די מצוה פון האבן א חלק אין מזכה זיין דעם רבים

דא איז א פדף שיין מסודר ביז אהער,

לאמיר האפן ס'קומט נאך......
צוגעלייגטע
דער ברודער קריג.pdf
(129.94 KiB) דאונלאודעד 300 מאל
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 6:16 pm

צוויי טויזנט הונדערט איין אין זיבעצעיג יאר פון בריאת העולם, י"ד ניסן ערב פסח, קרית ארבע חברון.

ס'איז ערב פסח, דער געצעלט גלאנצט שוין, אבער דער הייליגער צדיק יצחק זעהט עס נישט, זיינע הייליגע אויגן זענען פארטונקלט געווארן, מיט 86 יאר צוריק איז יצחק געלעגן געבינדן אויפן מזבח ביים די עקידה, ווען די מלאכי השרת האבן געזעהן אז יצחק גייט גע'שחט'ן ווערן האבן זיי פארלאזט הייסע טרערן, א טרער איז אריינגערינען אין יצחק'ס אויגן, און יעצט האט עס געהאט די השפעה, ער האט פארלוירן דעם זעה קראפט. (מדרש רבה ס"ה)

און נישט נאר מיט די פליישיגע אויגן איז יצחק בלינד געווארן, נאר אויך זיין רוח הקודש איז געווען אביסל פארשטעלט, ער האט נישט געזעהן וואס זיין באליבטער עשו טוט אפ אונטער זיין רוקן, ער האט נישט געזעהן ברוח הקודש וואס ס'וואקסט אויס פונעם דריי און זעכציג יעריגן עשו. (מדרש הגדול)

יצחק האט אריינגערופן עשו צו זיך אין צימער, "איך וויל רעדן צו דיר שטיל קיינער זאל נישט הערן" האט ער אים געזאגט. (אוה"ח)

"דעם מארגענדיגן טאג ווער איך אלט הונדערט דריי און צוואנציג יאר, מיין מוטער שרה איז נפטר געווארן ווען זי איז געווען מיט פינף יאר עלטער ווי איך בין יעצט, דארף איך זארגן אפשר קומט שוין אויך מיין צייט צו פארלאזן די וועלט, דו ווייסט דאך אז דער באשעפער פילט אן פאר די צדיקים די יארן אז זיי לעבן גאנצע יארן מיט פולע טעג, (ש"ח בשם מהרש"ל) האב איך מורא אז מארגן איז דער צייט וואס איך דארף פארלאזן די וועלט.

היות דו ביזט מיין בכור, מיין עלטסטער קינד, (רמב"ן) וויל איך דיר בענטשן פאר מיין פטירה, און היינט נאכט איז פונקט דער פאסיגער נאכט דערפאר, אין די נאכט פון ט"ו ניסן שטייען די גאנצע פמליא של מעלה און לויבן דעם גרויסן באשעפער אויף די ניסים וואס ער גייט טון פאר די אידן ביי יציאת מצרים, און אויך איז דאס די נאכט ווען די השפעה פון טל עפענט זיך, דעריבער איז עס ממש די פאסיגסטע געלעגנהייט איך זאל דיר בענטשן. (פרקי דר"א, מדרש שכ"ט, תרגום יונתן)

איך וויל דאך אז די ברכות זאלן מקויים ווערן, דארף דאך די ברכות זיין מיט רוח הקודש, און רוח הקודש האט מען ווען מ'איז בשמחה, דעריבער גיי ארויס אין פעלד, פאנג מיר עפעס, און גרייט צו א געשמאקע סעודה." (רבינו בחיי)

"טאטע, איך גיי גערן ארויס אין פעלד פאנגען, אבער פאנגען איז דאך א גאנצע טירחא און ס'נעמט א לאנגע צייט, פארוואס זאל איך נישט אריינגיין דא אין שטאל און נעמען איינע פון די בהמות וואס מיר פארמאגן, ס'וועט דאך זיין סאך גרינגער און שנעלער?" האט עשו געפרעגט.

"מיין טייער קינד, צוויי טעמים האב איך דערביי, איינס, איך וויל אז דו זאלסט זיך פארדינען די ברכות וואס איך גיי דיר בענטשן, און דורכדעם וואס דו וועסט זיך פלאגן מיר צו פאנגען און צוגרייטן דו סעודה וועסטו האבן דעם זכות פון כיבוד אב, (ספורנו)

און צווייטנס, אן ערליכער איד טאר זיך נישט צוגעוואוינען צו עסן כסדר פלייש, אויב ס'וועט אנקומען אזוי גרינג, סתם מ'גייט אריין אין שטאל און מ'שחט, קען מען ח"ו ווערן אריינגעשלעפט אין תאוות, אויך ברענגט דער עסן פלייש אפט אריין שלעכטע מדות אינעם מענטש, אויב ס'קומט אבער אן שווער, מ'דארף גיין פאנגען, עסט מען נישט צו אפט. (כלי יקר)

דעריבער בעט איך דיר מיין טייער קינד, שארף אויס דיין שווערד, גארטל דיר אן מיט דיין פייל, און גיי פאנג מיר עפעס, איך זאל דיר קענען בענטשן פאר מיין פטירה."

"אבער טאטע, דו ווייסט דאך אז איך בין א גלייכער מענטש, איך האב נישט ליב צו מאכן קיין דריידלעך, אבער מיין ברודער יעקב, ער איז שוין גארנישט אזא צדיק ווי מיר, ער איז א אויבער חכם און א דריי קאפ, דו טאטע קענסט דאך נישט זעהן, וויאזוי קען מען זיך באווארענען ער זאל נישט בא'גנב'ענען מיינע ברכות?"

"קודם כל, מיר רעדן דאך דא אזוי שטיל, פון וואו זאל יעקב וויסן אז מ'רעדט בכלל פון ברכות, צווייטנס לאמיר אפשמועסן א סימן, דו ווייסט דאך אז דיין ברודער יעקב האט אזא איידעלע שפראך, און דו רעדסט מער פראסט, אויב יעקב וועט דיר וועלן אויסכאפן די ברכות וועט ער מן הסתם נאכמאכן דיין שפראך, דעריבער לאמיר אפשמועסן אז ווען דו קומסט זאלסטו רעדן אזוי איידל ווי יעקב, און נאר אויב איך וועל הערן א איידעלע שפראך וועל איך וויסן אז דו ביזט עס טאקע און איך וועל בענטשן מיטן גאנצן הארץ." (אוהב ישראל בשם ר' נחמן קאסאווער זצוק"ל)

עשו איז געווען צופרידן, "יעצט וועל איך איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר יעקב'ן ווער ס'איז דער בכור דא אין שטוב."

די צדיקת רבקה האט אבער נישט געדארפט קיין אויערן צו הערן דעם שמועס, מ'האט נישט געדארפט רעדן צו הויעך אז זי זאל זיך דערוויסן פון די גאנצע מעשה, מיט רוח הקודש האט זי זיך אלעס דערוואוסט, (תרגום יונתן) אפילו פון דעם סימן וואס מ'האט אפגעשמועסט... אזוי אז זי האט פונקטליך געוואוסט וואס זי האט צו טון.

יצחק האט נאך אנגעזאגט פאר עשו ער זאל אכטונג גיבן כשר צו שחט'ן (בעל הטורים) און אפילו אויב ער טרעפט נישט וואס צו פאנגען זאל ער למען השם נישט גיין גזל'נען, ווייל היות ער וויל מיט דעם יוצא זיין דעם קרבן פסח, און דעם קרבן פסח קען מען נישט יוצא זיין מיט קיין ג'גזל'טע בהמה, (כלי יקר) און עשו האט זיך ארויסגעלאזט גרייט צו פאנגען.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 6:18 pm

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:לאמיר אריינכאפן די מצוה פון האבן א חלק אין מזכה זיין דעם רבים

דא איז א פדף שיין מסודר ביז אהער,

לאמיר האפן ס'קומט נאך......


כאפ נישט קיין הייסע לאקשן... טראכט גוט וועט זיין גוט... ס'וועט אי"ה זיין מארגן ביז נאך די ברכות אי"ה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 8:36 pm

רב גראדער, דיין לינק אויף טוויטער ארבעט נישט.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 5:03 am

אדם אוסר את שלו.

איך האב הנאה ווען די תושבי הקרעטשמע האבן נוצן פון מיין ארבעט, און אפילו ווען מ'צושיקט עס צווישן די קרובים און ידידים, להרמת קרן הקרעטשמע ותושבי'. אבער נישט ווען אן ארגענעזירטער סיסטעם (למשל גלגל...) צושמירט מיין ארבעט אויפן נעץ, מחמת כמה טעמים, אויב ס'וועט ווערן נאכאמאל ארומגעשיקט דורך זיי וועל איך זיין געצווינגען אויפצוהערן פאוסטן דא די פרשה, איך וועל נאך צוענדיגן די פרשה די וואך מיט די האפענונג אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 5:16 am

1x1 האט געשריבן:רב גראדער, דיין לינק אויף טוויטער ארבעט נישט.


איך ווייס נישט פארוואס, איך קאפיע אריין דעם אדרעס פון אויבן, אבער ווען מ'דריקט דערויף טענה'ט ער אז דער אשכול געפינט זיך נישט, גיי ווייס ווער ס'באהאלט אים...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 7:53 am

When the menahalym are moving the ashkol to journal, the link is probably getting changed

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 8:19 am

רבקה האט געלאזט רופן יעקב:

"מיין טייערער הייליגער זון, דו ווייסט דאך אוודאי אז היינט נאכט איז גאר א גרויסער און הייליגער נאכט, ס'איז דער נאכט פסח, אין הימל טוט זיך א גרויסער רעש, מלאכים ושרפים זאגן הלל שירות ותשבחות פארן גרויסן באשעפער, און אלע השפעות טובות ווערן געעפנט די נאכט."

"יא מאמע, אוודאי ווייס, איך גרייט זיך שוין טאקע צו מיט א גרויסע הכנה צום הייליגן פסח נאכט."

"הער אויס מיין קינד, איך האב פריער געהערט ווי דער טאטע לאזט רופן דיין ברודער עשו, און ער זאגט אים אז היות די השפעות זענען גרויס די נאכט, וויל ער אים בענטשן, און איך ווייס אז די ברכות וואס דער טאטע בענטשט וועלן אוודאי מקויים ווערן, און אויב וועט עשו באקומען די ברכות וועלן דו און דיינע קינדער שטענדיג ליידן פון אים. (רמב"ן)

"אבער מאמע, וויאזוי קענסטו עס צולאזן, פארוואס זאלסטו נישט אריינגיין צום טאטן און אים דערציילן ווער עשו איז, דער הייליגער טאטע וועט דאך זיכער נישט וועלן אז איינער וואס איז שטענדיג עובר אויף עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, זאל באקומען זיינע טייערע ברכות, פארוואס זאלסטו נישט פרובירן בעטן ער זאל מיר בענטשן אנשטאט."

"איך וועל דיר זאגן דעם אמת מיין קינד, איך האב קיינמאל נישט דערציילט דעם טאטן די נבואה וואס מ'האט מיר געזאגט פאר איר זענט געבוירן געווארן אז דו וועסט זיין סאך חשובער פון עשו, איך האב מורא אויב איך וועל יעצט קומען צו אים און אנהייבן מסביר צו זיין אז זאל דיר בענטשן אנשטאט עשו וואס ער האט אזוי ליב, וועט ער באשליסן אז ער בענטשט נישט קיינעם, ער וועט שוין לאזן דער רבש"ע זאל מחליט זיין ווער ס'זאל זיין דער געבענטשטער, איך וויל אבער יא דו זאלסט באקומען די ברכות פון אים מיטן גאנצן הארץ. (רמב"ן)

"גוט מאמע, וואס איז דיין עצה."

"מ'וועט דארפן מאכן אביסל א שפיל, דו וועסט גיין צום טאטן און זאגן אז דו ביזט עשו, וועסט אים ברענגען די מטעמים וואס ער האט געבעטן פון עשו, איך וועל דיר אפקאכן צוויי ציגן איינס פארן קרבן פסח און איינס פארן קרבן חגיגה, און דער טאטע וועט דיר בענטשן."

"הייליגע מאמע, איך בעט דיר, האט זיך יעקב גענומען וויינען, (מדרש רבה) ווי קען איך זאגן ליגנט, וויאזוי קען איך פאפן דעם גרויסן טאטען, ער וועט דאך גלייך דערשפירן אז איך בין נישט עשו."

"דו ווייסט דאך יעקב אז דער טאטע איז בלינד, און דו ביזט דאך א צווילינג מיט עשיו, איז דיין קול גאנץ ענליך צו זיינע, (רשב"ם) און אז דו וועסט זיך אנשטרענגען קענסטו אינגאנצן נאכמאכן עשו'ס קול. (רמב"ן)

אבער נאר דעם קול זאלסטו נאכמאכן, די ווערטער זאלסטו רעדן איידל, נישט פראסט ווי עשו, ווייל דער טאטע מיט עשו האבן אפגעשמועסט א סימן צווישן זיך אז נאר אויב דער וואס ברענגט די מטעמים וועט רעדן איידל וועט דער טאטע וויסן אז ס'איז עשו." (אוהב ישראל כנ"ל)

"אבער מאמע טייערע מאמע, אויב דער טאטע וועט מיר וועלן גיבן א קוש, וועט ער מיר ארומנעמען, אדער גיבן א גלעט אויפ פנים, וועט ער גלייך שפירן אז איך בין נישט אזוי פול מיט האר ווי עשו. (רמב"ן)

דער טאטע וועט באמערקן אז איך פאפ אים אויס, און אנשטאט בענטשן וועט ער מיר גאר שעלטן ח"ו."

"זארג זיך נישט מיין קינד, אויב דער טאטע וועט דיר ח"ו שעלטן וועל איך אריינגיין צו אים און איך וועל אים דערציילן אז עשו איז דער רשע און דו ביזט דער צדיק, איך וועל זיכער פויעלן ער זאל אראפנעמען די קללה, (מדרש רבה סה) און אויב ער וועט נישט מסכים זיין נעם איך די קללה אויף מיר.

און באמת, פארוואס זאל דיר דער טאטע שעלטן? סך הכל וועסטו אים ברענגען א גוטע סעודה צו עסן, אבער איך האב דאך יא פארוואס זיך אויפצורעגן אויף דיר, איך הייס דיר עפעס און דו פאלגסט נישט! (חזקוני)

יעצט גיי מיין קינד און ברענג דו ציגן איך זאל עס קענען צוגרייטן."

"אויב מעג איך פרעגן מאמע, פארוואס דווקא ציגן? איז נישט שעפסן פלייש בעסער?"

"אמת, שעפסן פלייש איז טאקע בעסער, אבער איך וויל דאך אז דער טאטע זאל טראכטן אז דו האסט עס געפאנגען אין וואלד, און ציגן פלייש האט אן ענליכע טעם צו הערשן פלייש, וואס מ'פאנגט אין פעלד."

נאך אלץ האט יעקב וואס איז געווען אזא אמת'ער מענטש נישט געהאט קיין חשק צו גיין פאפן זיין טאטען.

"יעקב, איך זאג דיר, גיי אין צו די ציגן." האט רבקה באפוילן.

און יעקב האט געפאלגט, ער איז געגאנגען... און דארט איז ער געבליבן...

"יעקב, נעם שוין די צוויי ציגן!" האט רבקה ווידער געזאגט.

יעקב האט ווידער געפאלגט, דארט אין שטאל האט ער גענומען די צוויי ציגן...

"ברענג דו ציגן צו מיר!"

האט יעקב שוין נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געברענגט די ציגן צו רבקה. (ת"ש בשם אור האפלה)

רבקה האט צוגעגרייט די ציגן, איינס האט זי געשטעלט קאכן, און די אנדערע צו בראטן. (שם)

"זאג מיר מאמע" האט יעקב געפרעגט, "מיר גרייטן צו די עסן אזוי רוהיג, וויאזוי האסטו נישט מורא אז עשו קומט שוין באלד אהיים מיט זיין סעודה, און דער טאטע וועט אים שוין באלד בענטשן."

"דארפסט זיך נישט זארגן מיין טייער קינד, איך וועל דיר זאגן וואס עס קומט יעצט פאר אין וואלד, עשו פאנגט חיות, ער פאנגט א הערש, ער בינדט עס צו צום בוים, און ער גייט פאנגען נאך איינע, האט דער רבש"ע אראפגעשיקט דעם שטן, ער בינדט שנעל אויף דעם ערשטן הערש, און ווען עשו קומט צוריק מיטן צווייטן הערש טרעפט ער א ליידיגן שטריק... בינדט ער גוט שטארק צו דעם פרישן הערש, און ער גייט פאנגען נאך איינע, און ווידער בינדט עס דער שטן אויף... דארפסט זיך נישט זארגן, ווילאנג דו וועסט נישט האבן די ברכות וועט עשו נישט האבן קיין הערשן... (תנחומא)


נאך א זאך וועל איך דיר זאגן, דו געדענקסט אוודאי דעם מאנטל וואס עשו האט צוגענומען פון נמרוד."
''יא אוודאי, דעם טאג וואס ער האט אים גע'הרג'עט.''

''יא, יעדן טאג טוט ער עס אן ווען ער גייט פאנגען, אזוי ציטערן אלע חיות פון אים, זיי פאלן אראפ און ער פאנגט זיי גרינג, אבער היינט האט ער עס פארגעסן אנצוטון, וועט ער זיכער נעמען לענגער צו פאנגען. (זוה"ק)

איך טראכט טאקע א גוטע געדאנק, לאמיר דיר אנטון דעם מאנטל, דער טאטע איז צוגעוואוינט אז עשו האט עס אן, וועט ער טאקע מיינען אז דו ביזט עשו.''

''דער מאנטל ליגט דעם דא? פארוואס האלט ער עס נישט ביי זיך אינדערהיים?"

"דו מיינסט אז עשו איז נישט קיין מבין אויף זיינע ווייבער, ער טראסט נישט קיינעם פון זיי, א טייערע זאך וואס ער וויל נישט מ'זאל גנב'נען האלט ער נאר ביי אונז אין שטוב.''

"און וועט זיין אויב דער טאטע וועט אנכאפן מיינע הענט, אדער מיין האלז?"

"קום, לאמיר ארויפלייגן פון די ציגן הויט, ס'האט זייער ענליכע האר צו מענטשן."

יעקב האט אנגעטון דעם מאנטל פון אדם הראשון, עשו איז דאך געווען סאך העכער און דיקער פון יעקב, האט עס רבקה יעצט פארראכטן ס'זאל פאסן פאר יעקב. (אוה"ח)

רבקה האט אנגעגרייט דעם טאץ עסן, זי האט עס איבערגעגעבן פאר יעקב אין די האנט, און זי האט אים באגלייט ביזן טיר פון יצחק'ס געצעלט. "ביז אהער האב איך דיר געהאלפן, פון דא און ווייטער זאל דיר דער באשעפער העלפן" (מדרש רבה סה) און יעקב איז ציטערדיג אריין אין יצחק'ס געצעלט.

"טאטע"

"יא, ווער ביזטו מיין קינד?"

"איך ברענג דיר דא, עשו דיין בכור, איך האב געטון וואס דו האסט מיר געבעטן טאטע, יעצט בעט איך דיר, ביטע זעץ זיך אויף, עס עפעס פון מיין געפענגעניש, כדי דיין נשמה זאל מיר בענטשן''

יעקב האט געטראכט צו זיך, "דער טאטע וויל דאך בענטשן דעם בכור, רופט ער עשו ווייל ער מיינט ער איז דער בכור, איך האב דאך אבער אפגעקויפט די בכורה פון עשו, בין איך יעצט עשו, און ס'איז ווי גלייך דער טאטע האט טאקע געבעטן פון מיר." (אוה"ח)

"אה, זאג מיר נאר מיין קינד, וויאזוי האסטו אזוי שנעל געטראפן צו פאנגען היינט?"

"דער רבש"ע דיין באשעפער האט מיר געמאכט טרעפן."

"עפעס שטימט נישט, דער קול איז נישט אינגאנצן ווי עשו." האט יצחק געטראכט צו זיך. (רמב"ן)

"קום נענטער צו מיר, לאמיר דיר אנכאפן מיין קינד"

יעקב איז אריינגעפאלן אין א מורא'דיגע פחד, יעצט גייט אים דער טאטע באטאפן און אפשר וועט ער דערשפירן אז ס'איז בכלל נישט עשו, ער האט זיך גענומען ווארפן פון שרעק און ער שיעור אראפגעפאלן, האט דער אויבערשטער געשיקט מלאך מיכאל זאל אים אונטערהאלטן פון די רעכטע זייט, און מלאך גבריאל פון די לינקע זייט, און דער אויבערשטער אליינס האט אים אנגעהאלטן פון אונטן, "האב נישט מורא יעקב," האט אים דער אויבערשטער געזאגט, "איך בין מיט דיר." (תנחומא)

יצחק האט אנגעכאפט יעקב, און ער האט געשפירט אז ער איז פול מיט האר אזוי ווי עשו, "יא דו ביזט עס טאקע מיין קינד עשו, און דער סימן וואס מיר האבן אפגעשמועסט שטימט, דער קול, רעדסטו די ווערטער איידל ווי יעקב, און די הענט שפירט זיך ווי עשו, גוט, איך בין מסכים דיר צו בענטשן.

ברענג מיר דאס עסן, איך וועל טועם זיין, און איך וועל דיר בענטשן מיין קינד."

יעקב האט אראפגעלייגט דאס עסן וואס רבקה אמנו האט ציגעגרייט.

דער מלאך מיכאל האט געברענגט א גוטן וויין, יין המשומר וואס ליגט נאך אוועקגעלייגט פון בריאת העולם, (תרגום יונתן) כדי נאכן טרינקען וויין זאל יצחק נישט זיין אזוי קלאר און נישט כאפן אז ער גיבט די ברכות פאר יעקב אנשטאט עשו. (חזקונו) און יצחק האט געטרונקען די ארבע כוסות לכבוד פסח. (פרדס יוסף)

"קום נענטער מיין קינד, און גיב מיר א קוש" האט יצחק געבעטן.

יעקב איז צוגעגאנגען צום טאטן יצחק, און ער האט אים געגעבן א קוש אין שטערן.

"אהה, אזא געשמאקער גערוך, א ריח פון קטורת... (תרגום יונתן) א ריח פון גן עדן, ממש דער ריח וואס איך האב געשפירט ביי די עקידה." (ילמ"ל)

יצחק אבינו האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויפן קאפ פון זיין הייליגן זון יעקב אבינו, און ער האט אים געבענטשט:

"דער באשעפער זאל די גיבן נאך און נאך פון די גוטע טל וואס קומט פון הימל, און די בעסטע קוועלער וואס קומען פון דער ערד, ס'זאל מאכן גאר גוט וואקסן אסאך תבואה און טרויבן צו מאכן גוטע וויין.

דיינע ברודער'ס קינדער זאלן זיין קנעכט ביי דיר, אויך די אייניקלעך פון לוט און ישמעאל און אפילו די לענדער וואס וועלן נישט זיין משועבד צו דיר, (ספורנו) זאלן זיך אויך בוקן און זיין אינטערטעניג צו דיר, דו זאלסט זיין א הער איבער דיינע ברידער, און אפילו אויב דיין מאמע וועט נאכאמאל חתונה האבן און האבן קינדער נאך מיין טויט, (חזקונו) זאלן זיי זיך אויך בוקן פאר דיר.

און אז דו וועסט זיין אזוי גרויס, דו וועסט פירן די וועלט, וועלן דאך זיכער זיין אסאך וואס וועלן פון קנאה דיר שעלטן, (רבינו בחיי) זאלן די וואס שעלטן דיר זיין פארשאלטן, און די וואס בענטשן דיר זאלן זיין געבענטשט!"

אין די רגע וואס יצחק האט געענדיגט די ברכות, האט יעקב באמערקט ווי עשו קומט, ער האט שוין נישט צו שטארק מורא געהאט פון אים, ווייל תיכף ווען יעקב האט באקומען די ברכות זענען זיינע ביינער שטערקער געווארן, און ער איז פלוצלונג געווארן א גיבור חיל, (פרקי דר"א לב) אבער דאך האט ער זיך נישט געזוכט פונקט יעצט צו טרעפן מיט עשו, נאך א מזל אז דער געצעלט פון יצחק האט געהאט טירן אויף צוויי זייטן, (מדרש רבה סו) אזוי אז ווען עשו איז אריינגעקומען פון איין טיר האט זיך יעקב ארויסגעשלייכט פון די אנדערע זייט.

רבקה אמנו האט אים שוין אפגעווארט אינדרויסן, ווען זי האט געזעהן ווי עשו דערנענטערט זיך און יעקב איז נאך אינעווייניג האט איר הארץ אנגעהויבן קלאפן אויפן שטערקסטן טעמפא, "ס'זאל נאר נישט צושטערט ווערן דער גאנצער פלאן אין די לעצטע רגע"

"אה, יעקב, וואס איז געווארן, האסטו באקומען די ברכות?" האט רבקה אים געפרעגט.

"אזא נס האט פאסירט" האט יעקב דערציילט, ''ווען דער עשו קומט אן א מינוט פריער וואלט געווען צרות, אבער פון הימל האט מען געפירט אז ער איז אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע סעקונדע. (רשב"ם)

יצחק ליגט אנגעשפארט אויפן פאטעל, נאכ'ן אויפעסן די מטעמים און אויסטרינקען די וויין האט ער איינגעדרימלט, (חזקוני)

"שטיי אויף טאטע!" הערט ער פלוצלונג עשו'ס גראבע קול. "איך האב דיר געברענגט מטעמים צו עסן דו זאלסט מיר בענטשן! יעצט עס!"

יצחק האט געכאפט א שרעק, ער האט זיך גענומען ציטערן, אפילו ווען זיין טאטע אברהם האט געהאלטן דעם מעסער העכער זיין האלז ביי די עקידה האט ער נישט אזוי געציטערט, (ילמ"ל בשם יפ"ת וזוה"ק) ער האט געשפירט ווי דער גיהנם איז אריינגעקומען צו אים אין געצעלט, פלוצלונג האט ער פארשטאנען ווער עשו איז, פלוצלונג האט ער זיך דערוואוסט אז מיט עשו'ן גייט דער גיהנם מיט, ס'איז ממש געווארן הייס, די ווענט זענען אנגעהיצט געווארן פונעם גיהנם וואס עשו האט מיטגעברענגט מיט זיך. (מדרש רבה)

''ווער איז דא געווען און מיר אויסגעפאפט? ער האט מיר געברענגט צו עסן פאר דיר, און איך האב אים געבענטשט, איך שפיר אז די ברכה האט חל געווען אויף אים, (רמב"ן, ספורנו) נו, זאל ער שוין זיין געבענטשט!"

"עשו האט זיך גענומען מאכן יאמערליכע קולות, "טאטע, בענטש מיר אויך!"

"ס'נישטא וואס צו טון עשו, דיין ברודער האט דיר איבערגעקלוגט, ער האט באקומען דיינע ברכות, דו ביזט געגאנגען פאנגען, און צום סוף ביזטו גאר געפאנגען געווארן." (תנחומא)

"דער יעקב! דאס איז דער וועג וויאזוי ער האנדלט, ווען ער וויל עפעס ארויסשווינדלען פון איינעם קויפט ער אים אונטער מיט עסן, ווען ער האט מיר בא'גנב'עט פון מיין בכורה האט ער עס אויך געקויפט דורך א טעלער לינזן, און יעצט האט ער מיר גע'גנב'עט די ברכות מיט א טעלער מטעמים, איז דאס די סיבה וואס ער הייסט יעקב? ער זאל מיר כסדר איבערקליגן?

איך גלייב טאטע אז ווען דו האסט מיר געפלאנט צו בענטשן האסטו מיר נישט געוואלט גיבן אלעס, זיכער האסטו געפלאנט עפעס א ברכה צו גיבן פאר יעקב אויך, גיב מיר כאטש די ברכה טאטע" האט זיך עשו געבעטן. (ספורנו)

"וואס קען איך דיר שוין גיבן," האט אים יצחק מסביר געווען, "איך האב דיר שוין געמאכט פאר א קנעכט פאר יעקב, ממילא וואס איך זאל דיר נאר וואונטשן וועט ממילא אנקומען צו דיין הער, א קנעכט האט דאך נישט קיין שום אייגענע זאכן, אלעס געהערט פאר זיין הער."

עשו האט זיך גענומען וויינען הויעך אויפן קול, "האסטו טאקע נאר איין ברכה טאטע..."

יצחק האט געוואלט בארוהיגן זיין זון, ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי ער וויינט, האט ער אים געזאגט, "מ'קען עס אנקוקן אויך מיט א פאזעטיווע בליק, אויב דו וועסט זיין א קנעכט ביי אזא רייכן הער, וועסטו קיינמאל נישט דארפן זארגן אויף פרנסה, נישט אויף עסן אדער שלאפן, דיין הער וועט דיר אלעס צושטעלן, זאלסט נאר אכט געבן אים נישט אויפצורעגן, ווייל דעמאלס וועסטו ווערן באשטראפט."

דער אויבערשטער האט עס געהערט האט ער געזאגט פאר יצחק, "וואס גייט דא פאר, דו זאגסט אן עשו אז ער זאל זיך נישט קריגן מיט יעקב פשוט פאר זיין אייגענע טובה, דער עשו איז א רשע! און אויף א רשע טאר מען נישט רחמנות האבן."

"אבער דאך האט ער אלעמאל מקיים געווען מצוות כיבוד אב ואם, קומט זיך דאך אים מ'זאל רחמנות האבן אויף אים."

האט אים דער אויבערשטער געענטפערט, ''זאלסט וויסן אז דער עשו וועט נאך קומען אויף ירושלים חרוב מאכן דעם הייליגן בית המקדש!''

''אויב אזוי'' האט יצחק געזאגט, ''זאל ער טאקע באקומען אסאך גוטס אויף די וועלט, כדי אויף יענע וועלט זאל ער באקומען נאר די שטראף אויף זיינע עבירות. (מדרש רבה)

האט אים יצחק טאקע געבענטשט: זאלסט באקומען דעם לאנד איטאליע וואס איז גאר א גוטער לאנד, און אויב דו וועסט זיך נישט קריגן מיט יעקב'ס קינדער זאלסטו מצליח זיין אין דיינע מלחמות, און זאלסט מצליח זיין מיט דיין פאנגען, און ווען ס'וועט קומען א צייט וואס יעקב'ס קינדער וועלן זיך נישט אויפפירן ווי ס'דארף צו זיין, קענסטו אראפווארפן זיין יאך פון דיר."

עשו האט באקומען א שרעקליכע שנאה צו יעקב, ער האט געמאכט פלענער אים צו הרג'נען, "איך וועל נישט זיין קיין נאר" האט ער געטראכט, "איך וועל נישט הרג'נען יעקב ווילאנג דער טאטע לעבט פאר אפאר סיבות, קודם כל וויל איך נישט מצער זיין דעם טאטן, צווייטנס אויב דער טאטע וועט געוואר ווערן וועל איך גארנישט האבן פון יעקב'ס ברכות, ווייל דער טאטע וועט מיר זיכער שעלטן, (רמב") דריטנס, אויב איך וועל הרג'נען יעקב ווילאנג דער טאטע לעבט, אפשר וועט נאך דער טאטע נעמען נאך א פרוי און האבן נאך קינדער, (תרגום יונתן) דעריבער האט עשו מחליט געווען צו ווארטן ביז דער טאטע וועט שטארבן און דאן הרג'נען יעקב.

עשו האט אבער נישט געהאט קיין געדולד צו ווארטן ביז יצחק וועט נאטורליך שטארבן, האט ער געמאכט אזא פלאן, ער איז א חתן געווארן מיט מחלת, די טאכטער פון ישמעאל, עשו האט געפלאנט נאך די חתונה אנצוהעצן זיין שווער ישמעאל קעגן זיין טאטען יצחק, אז יצחק האט צוגענומען זיין גאנצע ירושה, ביז ישמעאל וועט ווערן אנגעהיצט און וועט הרג'נען יצחק, דעמאלס וועט קומען עשו און הרג'נען ישמעאל ווייל ער וועט זיך אננעמען פאר זיין טאטנ'ס כבוד... און פארשטייט זיך אז נאך אין די שבעה וועט ער הרג'נען יעקב, און אזוי וועט די גאנצע וועלט זיין זיינס. (תנחומא)

דער פלאן איז אבער נישט געלונגען, ישמעאל איז געשטארבן פונקט פאר די חתונה...

רבקה האט זיך דערוואוסט מיט רוח הקודש אז עשו מאכט פלענער צו הרג'נען יעקב, האט זי אים געלאזט רופן און געבעטן, "דיין ברודער עשו וויל דיר הרג'נען, בעט איך דיר דו זאלסט גיין אויף א שטיקל צייט צו מיין ברודער לבן אין חרן ביז עשו וועט זיך בארואיגן, דעמאלס וועל איך שיקן מ'זאל דיר רופן פון דארט.''

רבקה איז אריין צו יצחק און געצעלט און אים געזאגט, "איך האב זיך ממש פארעקלט פון די חת מיידלעך דא אין כנען, ס'גייט מיר ממש און לעבן אריין אז יעקב זאל נישט חתונה האבן מיט זיי."

יצחק האט געלאזט רופן יעקב, און ער האט אים געזאגט ער זאל גיין קיין חרן און נעמען איינע פון די טעכטער פון בתואל פאר א פרוי.

יצחק זיך געזעגנט מיט יעקב, און ער האט אים אנגעוואונטשן: "די אלע ברכות וואס מיין טאטע אברהם האט באקומען פון אויבערשטן און ער האט עס מיר איבער געגעבן, זאל מקויים ווערן ביי דיר און ביי דיינע קינדער."

ביי די דריי און זעכציג יאר האט זיך יעקב געזעגנט פון זיין מאמע רבקה, ער האט נישט געוואוסט אז דאס איז די לעצטע מאל וואס ער זעהט איר...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 8:36 am

לתועלת די וואס ווילן עס ארויסדריקן.

ס'איז דא אסאך הוספות ותיקונים אינעם פידיעף וואס איז געשריבן געווארן נאכן ארויפשטעלן די פריערדיגע ארטיקלען.
צוגעלייגטע
Medresh Toldos.pdf
(163.91 KiB) דאונלאודעד 425 מאל
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 8:39 am

א גרויסן ישר כח הרב גראדער, עס איז געווארן א חוב אהיימצוברענגן דיינע צעטעלעך, מיר זענען זיך מחי' דערמיט.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 9:36 am

תודה רבה הרב ישר!

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 10:39 am

א הערצליכע יישר כח מיינע קינדער טרינקען מיט דארשט טעגליך די הייליגע רייד


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט