דער גרינדער פון אידשן פאלק. מיט א פרישן גרינד...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מוצ"ש אוקטובער 16, 2010 9:14 pm

פארגעליינט די וואך ביים שבת טיש פאר די קינדער
איבעריג צי זאגען אז זיי זענען געזיצן מיט אפענע מיילער!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש אוקטובער 16, 2010 11:02 pm

איבערליינענדיג איז מיר שווער געווארן.
וואס איז נמרודס חשבון טאקע געווען? נאכן אריין לייגן אברם אינעם גריב וואס האט אים גענאכט טראכטן אז אברם גייט נאך זיין ביים לעבן?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מוצ"ש אוקטובער 16, 2010 11:52 pm

ארויס געפרינט פאר שבת און אדורך געליינט במשכ'ן שבת, מורדיג הנאה געהאט (אויך מיין אידינע האט שטארק הנאה געהאט)
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 12:02 am

ארויסגעפרינט ערב שבת, געגעבן פאר די גרויסע קינדער אליינס צו ליינען, אליינס געליינט פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה, געגעבן פאר די אידענע צו ליינען, אלע זענען פול מיט לויב ווערטער.

גיי אן ביטע.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 17, 2010 12:23 am

גראדער, מיין אינגל האט מיר געהייסן איבערגעבן אז ער האט זייער הנאה געהאט און זאלסט עס מאכן יעדע וואך

שוין, עשיתי שליחותי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 1:14 am

די פאלגענדע דאנק בריוועלע האב איך באקומען דורך טעקסט מעסעדזשעס (עס איז געקומען צוטיילט אין עטליכע מעסעדזשעס):

what an amazing article. thanks r' gruder. the oneg shabbes we all had is on ur credit (so far i don't have a nick & i don't have his cell. so please forw

such a nice peaceful shabbes table having all of my kids from all ages included my rebetzen zz"g. nailed down to the chairs. wow. chazak vamots! thank you

i have no words to thank enough for the wonderful sweet article from harav r' grudar.. i never had...

(קוקט אויס ווי עס קומט נאך באלד א המשך...)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג אוקטובער 17, 2010 9:02 am

נו אז גראדער וויל פיט_בעק עלעכעס מיזן געבען, עפטער אלל איז ער עס ווערד א טויזענט מאל, (אין ביסיידס וואס איך וויל דאך האבן קימענדיגע וואך דע פרשה, סאוי איך מיין מין אויך, בבחינות גם לי גם לך....)

ההממ... אאממ..!!(קלאפ אויפ'ן מייק)

אין נאמען פין די אלע יודן וואס ליינען מיט דארשט די הערליכע וועכענטליכע ביישרייבונג פין די סדרה געשריבן מיט א הערליכען רייכן שריפט געשריבן דורך איינע פין אינזערע בעסטע מגיד שעורים!! הלא היא מורינו הרב גראדער שליט"א השם יעריך ימיו!! ווילן מיר זיך באדאנקען פין טיפען הארצען פארן חשובע'ן מגיד שיעור! פארן אינז ביילייכטן די אויגן (שוין צים 2'טן מאל די יאר) מיט די אטעם פארכאפענדען סדרה אריינגעפלאכטן הערליכע פשטים, אין מאמרי חז"ל אין חסידישע ספרים אשר מהם אנו חיים.

שכוח רב גראדער!!!!

זאל דער אייבישטער דיר באצאלן מיט אלעם גיטען אן קיין מאס, אין און זכות פין לערנען פאר כלל ישראל תורת השם, זאלסטו זוכה זיין צי אלעם גיטען, בני חיי ומזוני וסיעתא דשמיא בכל אשר תפנה,

אין דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט קענען ממשיך זיין ביז די 120 געזונטערהייט, אין גרינגערהייט,אין אינז זאלמער אלע ציזאמען אנטקעגען גיין דעם גואל צדק בב"א

ווי עס ווינטשט שמאטע (בשם די אלע יודן וואס האבן נישט די "ווערטער" צי דאנקען, ווייל זיי ווייסן נאכנישט וויאזוי זיי הייסן....)

א גיטען טאג אין א געזינטע וואך!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 17, 2010 10:13 am

יישר כח מעימקא דליבאי וליבא דכל עמך בית ישראל הנפוצים בארבע פינות העולם (- איי וועלט...) הם ונשיהם ובניהם ובנותיהם.
השם יעזור שתזכה גם להלאה להשריש אמונתינו ותורתינו בלבינו ולהלהיב אותנו אל אבינו שבשמים. שכרך הרבה מאוד!
חזק ואמץ! ואל תהרוף! כלל ישראל מצפים ומיחלים להופעת מאמריך בכל שבוע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 10:30 am

קרעמער, די מעסעדזשעס גייען פון אונטן ארויף, ס'קומט נישט קיין המשך! קוק העסטע פארשטיין.

יא גראדער, ס'רעבעצין האטעס נעכטן געליינט, ווילסט וויסן צו זי האט הנאה געהאט? די שוויגער האט שוין געבעטן צו איך קענעס ארויספרינטן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 12:37 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קרעמער, די מעסעדזשעס גייען פון אונטן ארויף, ס'קומט נישט קיין המשך! קוק העסטע פארשטיין.

יא גראדער, ס'רעבעצין האטעס נעכטן געליינט, ווילסט וויסן צו זי האט הנאה געהאט? די שוויגער האט שוין געבעטן צו איך קענעס ארויספרינטן.

ביסט גערעכט. אינטערסאנט אז די אויבערשטע איז אבער אנגעקומען בעפאר די צווייטע.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אוקטובער 17, 2010 1:03 pm

גראדער, איך הייב שוין אהן צו דמיונ'ען וויאזוי גייט עס הייסן די המשך פון פרשת וירא... אפשר "די דריי פארשטעלטע געסט" אדער "א קינד אויף דער עלטער"... אה איך ווייס שוין... "א בשורה איבערן טעלער צונג"......

עניוועי גראדער קיפ איט אפ, איך ענדזשוי יעדע ווארט!....
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 2:26 pm

הרב גראדער
א ריזיגע יישר כח אייך פין די גאנצע אונגארישע געמיינדע ,כהאב נאכקיינמאל נישט געהאט אזלעכע שיינע זאכן, מיר האבן געהאט א ריכטיגע עונג שבת

חזק ואמץ
Liberalism is a mental disorder

gagongan
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

תגובהדורך gagongan » זונטאג אוקטובער 17, 2010 5:04 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג אוקטובער 17, 2010 6:27 pm

ס'איז אנריעל. אין די אלע יארן האט נאך קיינער נישט באוויזן צו מאכן אזא געלונגענע ארבעט געפלאכטן מיט אזויפיל מדרשים און אזוי קלאר באשריבן ווי גראדער מאכט דא.

זאל עס אים ביישטיין
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 4:32 am

קודם א פערזענדליכע שכוח, דערנאך בשם מיינע קינדער, ובשם מיינע פריינד וועמען איך האב עס אהין געשיקט,
איך האב עס דערציילט, שטייצעך ביי דור הפלגה ווי דו האסט אויסעגלאזט בין איך געוועהן א אויבער חכם און יא דערציילט, אזש די קידנער האב געלאכט פון דא ביז קאנארסי, איך האב אראפ געלייגט ווי איינער בעט א האמער און מ'ברענגט אים נעגל וואסער..., איינער בעט א סקרו דרייווער און מ'ברענגט אין א פאר שטרימפ..... אזוי אז די דור הפלגה זאל אויף געדעקט ווערן...

גוטע און געשמאקע וועכנטליכע פרשה רייד,
ריין און פיל מדרשים וספרי ראשונים באגלייט
אויף יעדן פסוק האט ער געפינען זיין באדייט
דער אייבישטער זאל דיר באצאלן גליקליכערהייט
עס זאלן זיך פארמערן דיינע ארטיקלען און ווערן פארשפרייט
רייך זאלסטו זיין אבער א שרייבער זאלסטו בלייבן ביז.....

ממנו הק' שאץ ומאץ דק"ק ביקסאד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 9:53 am

א ריזיגען יישר כח רב גראדער. זייער אינטערסאנט געווען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 2:36 pm

א שיינעם דאנק פאר'ן ניק וואס האט מיר אהערגעלינקט פאריגן פרייטאג.

א גרויסן ישר כח הרב גראדער, מיר און די ב"ב האבן זייער הנאה געהאט פון דיינע ווערק, וואס ליגט זיכער א געוואלד מיט ארבייט, צייט און כח. מיר האבן עס געליינט מיט דורשט און געהאט דערפון אן עונג שבת. זי האט שוין פארלאנגט אויף קומעדיגע וואך אהיימצוברענגן.

עצה טובה קמ"ל, אי"ה ווען איר וועט ענדיגן אלע ארטיקלען, גיב עס ביטע ארויס א בוך, איך גלייב עס וועט זיין א פוליצער בוך... וועט איר אין פאקט הנאה האבן פון די גרינע...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 3:03 pm

נאך נישט דא גארנישט אויף די וואך?
איך בעט דיר גראדער ווען ס'דא עפעס שרייב אלס ביי די פריערדיגע וואך, פשוט מען זאל כאפן אז מען לערנט שוין ווייטער

די ארטיקל האב איך ערשט געכאפט א פאר טעג שפעטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אוקטובער 19, 2010 5:16 pm

מי יודע האט געשריבן:נאך נישט דא גארנישט אויף די וואך?
איך בעט דיר גראדער ווען ס'דא עפעס שרייב אלס ביי די פריערדיגע וואך, פשוט מען זאל כאפן אז מען לערנט שוין ווייטער

די ארטיקל האב איך ערשט געכאפט א פאר טעג שפעטער


http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=12362&p=373865&sid=cbfa0bd6c878b51e3678b0cc5880b5db&sid=cbfa0bd6c878b51e3678b0cc5880b5db#p373865
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:09 am

הער גראדער ביטע שרייב אויכעט פאר די וואך פרשת לך לך אונז דערקוויק מיר זיך יעדע וואך באזונדער מיט די שיינע סדרה

יישר כח
פון א שטענדיגע "ליינער"
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 12:05 pm

קינדער: טאטי די וואך גיי זיין נאך פון די צעטלעך...??
פריילאך: איך ווייס נישט, מיר האפן אז יא
קינדער: טאטי פרעג דעם גראדער, און זאג איהם אז מיר מוזן עס האבן.
פריילאך: אקעי, איך גיי פרעגן....און בעטן...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 9:34 pm

רב גראדער מיר ווארטן מיט שפאנונג, איז דא אויף וואס?...

א לעכטיג יאר אויף דיר

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 1:24 am

מוטשע נישט האט געשריבן:רב גראדער מיר ווארטן מיט שפאנונג, איז דא אויף וואס?...

א לעכטיג יאר אויף דיר

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 6:53 am

בעזהשי''ת

ויהי כל הארץ שפה אחת

שנת אלף תתקצ''ו לבריאת העולם.

דריי הונדערט פערציג יאר איז איז שוין אריבער פון ווען פיר מענטשן, נח, שם, חם און יפת האבן ארויסשפאצירט פון די תיבה, במשך די פארגאנגענע יארן זענען צו זיי געבוירן געווארן קינדער, אייניקלעך און איר אייניקלעך, א גאנצער נייער דור האט אנגעפילט די וועלט, די אינגווארג האט בכלל נישט אינטערעסירט וואס די עלטער זיידעס נח אדער שם האבן צו פארקויפן, זיי האבן זיך געלאזט פירן לויט זייערע פארדרייטע קעפ.

אויף געוויסע זאכן האט זיך נאך דערקענט אז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט זענען די אלע מענטשן געווען פאמיליע, אלע מענטשן אויף דער וועלט האבן גערעדט דעם זעלבן לשה''ק שפראך, מ'האט געוואוינט כמעט נאר אין די זעלבע געגנטער, אבער עפעס מחלוקת האט זיך שוין אנגעפאנגען.

נמרוד דער אייניקל פון חם איז געווען גאר א גרויסער גיבור, ער האט געפירט מלחמות, גע'הרג'עט מענטשן רעכטס און לינקס, ביז דעמאלס האט יעדער מענטש געלעבט פאר זיך, קיינער איז נישט געווען בעל הבית אויף קיינעם, נמרוד האט אנגעהויבן איינצונעמען שטאט נאך שטאט און איינפירן אזא זאך אז ס'איז דא א קעניג וואס געוועלטיגט אויף די מענטשן, (רמב''ן י, ט.) ביז ס'איז אים געלונגען צו ווערן דער איינציגער גרויסער קעניג און ער האט געוועלטיגט אויף די גאנצע וועלט. (פרקי דר''א פי''א)

איין טאג האט נמרוד צוזאמגערופן אלע זיינע גרויסע שרים און חכמים צו א וויכטיגע אסיפה. (זאת היתה עצת שרי הדור, ספורנו יא, ב.)

''מיינע חשובע הערן'' האט נמרוד אנגעפאנגען, ''איר ווייסט דאך אלע אז אינעם יעצטיגן מאמענט בין איך, דער גרויסער גיבור נמרוד, דער איינציגער קעניג אויף אלע מענטשן פון די גאנצע וועלט, מיר דארפן אויפקוומען מיט א פלאן אז דאס זאל אזוי אנהאלטן פאר אייביג''.

''האט דער קעניג געהערט פון עפעס א פלאן פאר אן אויפשטאנד?" האט זיך איינער פון די שרים אנגערופן פארוואונדערט.

''ניין!'' ענטפערט נמרוד, ''וועלכער נאר וועט זיך דען דערוואגן צו טראכטן פון אזא זאך, איר זעהט דאך אז אפילו בהמות און חיות ווען זיי זעען מיר דעם גרוין נמרוד אנגעטון און מיין שיינעם פעלץ פאלן זיי אוועק פון גרויס פחד. (שהי' לו הבגד, כתנות עור, שהלביש הקב''ה לאדם, אדם מסרה לחנוך, חנוך למתושלח שמסרה לנח, (ספר הישר) ונח הכניסה לתיבה, וחם גנב אותה ומסרה לנמרוד) איך וועל אייך זאגן פון וואס איך האב יא מורא, אפשר במשך די יארן וועלן פארמערט ווערן די מענטשן אויף די וועלט, מענטשן וועלן אנהייבן זיך אוועקצוציען אויף ווייטע לענדער, וועל איך נישט קענען האבן קיין קאנטראל אויף זיי, מ'דארף אויפקומען מיט א פלאן וויאזוי מיר זאלן בלייבן הערשן אויף יעדן מענטש וואס לעבט אויפן ערד קוגל!''

"אדוני המלך'' האט איינער פון די שרים זיך אנגערופן, ''איך האלט אזוי, מיר דארפן גיין זוכן א גרויסן ליידיגן שטח וואו מ'קען אויפבויען א גרויסע שטאט, אינעם יעצטיגן מאמענט וועלן מיר בויען אזוי גרויס אז יעדער לעבעדיגער מענטש זאל קומען וואוינען נאר אין די שטאט, און במשך די שפעטערדיגע דורות וועט מען נאר צובויען צו דעם שטאט, אזוי אז קיינער וועט נישט גיין וואוינען ערגעץ אנדערש, דאס זאל בלייבן דער איינציגער באוואוינטער פלאץ אויף די וועלט!'' (אוה''ח יא, א. ועי' רד''ל בפרקי דר''א כ''ד)

"דאס הייסט א חכם?!'' האט נמרוד געדינערט מיט שיין שטייפע שטימע, ''פארוואס זאלן מענטשן וועלן וואוינען דווקא אין דעם שטאט? וואס וועט ציען מענטשן צו קומען וואוינען דווקא דארט?!"

''אדוני המלך, ס'דא נאך פראבלעמען מיט דעם פלאן'' רופט זיך אן אן אלטער גרייז גרויער חכם, ער גיבט זיך א צי דעם בארד און ער זאגט, "אויב אלע מענטשן פון די גאנצע וועלט וועלן זיך באזעצן אין איין שטאט וועט דער שטאט זיין אזוי גרויס אז מ'וועט פארלוירן ווערן דארט, קיינער וועט נישט וויסן וויאזוי אנצוקומען פון איין עק צום צווייטן, ס'וועט זיין אזויפיל גאסן אז איינער וועט וועלן אנקומען אהיים וועט ער נישט וויסן צו ער דארף גיין רעכטס אדער לינקס, מזרח אדער מערב, נע, ס'נישט קיין גוטער פלאן''.

איינער פון די אינגע שרים מיט א היציגע קאפ האט זיך געגעבן א האסטיגן שטעל אויף, ''אדוני המלך, אויב דער קעניג גיבט מיר רשות האב איך אן עצה וואס זאל לייזן ביידע פראבלעמען!"

''רעד מיין קינד רעד'' האט נמרוד געזאגט.

''אדוני המלך, איך וויל זאגן פאר אלע מיינע ברודער דא, אייניקלעך פון כוש און כנען, (ויאמר איש אל רעהו, מי אמר למי, מצרים אמר לכוש, מ''ר לח, ובמפרשים שפי' בני משפחותיהם דיברו ביניהם.) ס'איז דא נאך אפאר פראבלעמען וואס מיר אלס די וועלט פירער מוזן לייזן, איר ווייסט דאך אלע אז פאר דריי הונדערט פערציג יאר צוריק איז געווען א גרויסער פארפלייצונג אין וואס כמעט די גאנצע וועלט איז אפגעווישט געווארן, נאר דער זיידע נח וואס מיט זיין חכמה האט ער געקענט דעם וועטער און פארשטאנען וואס גייט פאסירן האט ער זיך געבויעט אזא גרויסן מעכטיגן תיבה שיף, נאר ער מיט די חיות וואס ער האט זיך מיטגענומען זענען געראטעוועט געווארן, מיר קענען נישט צולאזן אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן אריבערגיין דעם זעלבן דורכגאנג!''

א צווייטער שר וואס האט זיך געהאלטן א גאנצער אויבער חכם אין וועטערלאגיע האט זיך אראפגעריקט די ברילן אויף די צווייטע העלפט נאז און זיך אנגערופן, ''יא, מיר ווייסן פונעם פראבלעם, די וועלט איז באשאפן געווארן מיט אזא דעפעקט, יעדע טויזנט זעקס הונדערט זעקס און פופציג יאר גיבט זיך די הימל אזא שאקל, דאן פאלט אראפ אזא שטראם מבול וואסער וואס מאכט חרוב די וועלט''.

''איך האב געמיינט דו האסט אן עצה, אנשטאט דערמאנסטו מיר פון נייע פראבלעמען'' שרייעט נמרוד אויפן אינגן שר.

''אדוני המלך, איך האב נאכנישט געענדיגט מיינע ווערטער'' פארענטפערט ער זיך מיט פחד, ''איך האלט, אינמיטן דעם גרויסן שטאט זאל מען אויפשטעלן א מעכטיגן הויכן טורעם, ממש פון דער ערד ביזן הימל, אזוי וועלן מיר לייזן אלע פראבלעמען.

''מענטשן האבן ליב צו וואוינען אין א שטאט וואס האט אין זיך עפעס א ספעציעלע אינטערעסאנטע געביידע, (כלי יקר) וועלן זיי קומען וואוינען דווקא אין דעם שטאט.

''דער טורעם וועט זיך ארויסשטעקן העכער אלע געביידעס, אזוי אז וואו איינער וועט וועלן גיין אינעם ריזיגן גיגאנטישן שטאט וועט ער עס אויסרעכענען לויט וועלכע זייט פונעם טורעם מ'דארף גיין. (אוה''ח) אויך די פאסטוכער אינדרויסן פון שטאט, וואו ווייט זיי וועלן נאר גיין וועלן זיי אלץ טרעפן דעם וועג צוריק לויטן טורעם. (אב''ע)

''און איבער אלעם וועט עס דינען אלס א גוטער האלטער פאר די הימל, דער טורעם וועט אונטערהאלטן דעם הימל ער זאל זיך נישט נאכאמאל צושפילן און פארמבלען די וועלט...''

''דו האלטסט אז איין אזא טורעמ'ל וועט זיין גענוג אנצוהאלטן אזא גרויסן ברייטן הימל?" האט נמרוד שוין אביסל אין א רואיגערן טאן זיך אויסגעדרייט צו איינע פון די חכמים וואס איז אויך געווען אן אינזשעניר און פארשטאנען צו בויען גרויסע בנינים.

''ניין, זיכער נישט! איין אזא טורעם וועט נישט זיין גענוג, ס'קלאר אז מ'דארף בויען פיר טורעמ'ס אויף אלע פיר זייטן פון די וועלט, דאס וועט זיכער זיין גענוג אונטערצוהאלטן דעם הימל''. (מ''ר לח, א.)

ווי נאר דער פלאן האט אנגעהויבן צו באקומען הענט און פיס האט זיך געהערט קולות און וויכוחים אין אלע זייטן, די שרים האבן אנגעהויבן זיך צו קריגן צווישן זיך, יעדער האט געהאט עפעס אנדערש צו זאגן איבער די טורעמ'ס, זייער שווער איז אנגעקומען פאר נמרוד צו בארואיגן די געמיטער צו קענען פירן ווייטער די אסיפה.

''וואס טענה'ט מען זיך דא?!'' האט נמרוד פארלאנגט א קלארן ענטפער.

''אדוני המלך, אלע זענען מסכים צום פלאן פון בויען א טורעם, ס'נאר דא מיינונגס פארשידענהייטן וואס מ'זאל טון מיטן טורעם, ס'איז דא דריי מיינונגען, א חלק שרים זאגן ווען מ'קומט אן צום הימל זאל מען דארט אריינשטעלן אן עבודה זרה, א געטשקע, ער זאל קענען גוט אכטונג גיבן אויף אונז אראפקוקענדיג פון הימל. אנדערע זאגן איינמאל מיר קומען אן אויבן זאלן מיר ערקלערן קריג מיטן באשעפער וואס וואוינט דארט, מיר זאלן אנהייבן מיט אים א מלחמה. די איבריגע שרים זאגן זייער פשוט, פארוואס בויען א שטאט אויף דער ערד, אז מיר קומען שוין אן צום הימל לאמיר זיך דארט באזעצן...'' (ג' כיתות וכו', גמ' סנהדרין קט)

דער קעניג נמרוד האט באשטעטיגט דעם פלאן, און די ארבעט האט זיך אנגעהויבן.

הבה נבנה לנו עיר ומגדל

די ארבעט האט זיך אנגעפאנגען...

צו בויען אזא מעכטיגן טורעם האט זיך אויסגעפעלט א מעכטיגע כח פון מענטשן, זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זענען זיך צוזאמגעקומען ארויסהעלפן מיט די שווערע ארבעט. (ספר הישר) (בסדר הדורות מובא בשם האבן עזרא שגם אברהם נח ושם מבוני המגדל היו, וכן הוא לשון האב''ע יא, א. ואם כן הי' אברהם מבוני המגדל, ואל תתמה, כי נח ושם היו שם, כי לא מת שם עד שהי' יעקב אבינו בן נ' שנה ויותר, עכ''ל, אבל אינו מוכרח שאכן כוונתו שאכן ''היו מבוני'' המגדל, אולי ר''ל שחיו בימים ההם כדמשמע מסיום דבריו, וצ''ע)

אזוי ווי אין בבל איז נישטא קיין שטיינער מיט וואס צו בויען האט מען אויפגעשטעלט א ריזיגן ציגל פאבריק, מעכטיגע ריזיגע אויווענעס האבן געבראטן ציגל פארן נייעם טורעם.

דער טורעם איז געווארן העכער און העכער פון טאג צו טאג, ס'איז געבויעט געווארן מיט א מורא'דיגע שנעלקייט, זיי האבן זיך אליינס נישט געגלייבט ווי שנעל ס'גייט, אין די צייט וואס געווענטליך נעמט צו לייגן איין ציגל האבן זיי געלייגט צוויי, (מ''ר לח) אזוי יעדע זאך וואס זיי האבן געטון האבן זיי אנגעיאגט דאפלט אזוי שנעל ווי ס'נעמט נארמאל, ביז ס'האט אויסגעקוקט ווי דער טורעם אליינס לייגט צו א פלייצע און העלפט זיך בויען...

דער טורעם איז שוין אנגעקומען אזוי הויעך ווי זיבעציג מיל! (פרקי דר''א) ס'האט גענומען א יאר צייט ארויפצושלעפן ציגל ביזן שפיץ! (ספר הישר) ס'איז געווען טרעפ אויף ביידע זייטן, פון מזרח איז מען ארויף מיט די בוי מאטריאל, און פון מערב זייט איז מען צוריק אראפ ברענגען פרישע מאטריאל. (פרקי דר''א)

בויענדיג אזוי הויעך איז נישט געווען אזוי גרינג, אין די הויכע ספערן איז גאר קאלט און גאר ווינטיג, אבער זייער רשעות'דיגע ווילן ווידערצושפעניגן אין אויבערשטן האט זיי נישט אפגעהאלטן פון גארנישט, אויב ס'האט זיך געמאכט אז די ווינטן האבן אראפגעבלאזן א מענטש וואס פארשטייט זיך אז ס'איז נישט מעגליך געווען איבערצולעבן, האט קיינער ניטאמאל געקוקט דערויף, אויב אבער א ציגל איז אראפגעפאלן איז געווארן א געוויין און א יאמער... גאנצע הספדים זענען געזאגט געווארן אויף דעם ציגל וואס האט נישט זוכה געווען צו ווערן א חלק פונעם גרויסן טורעם... (פרקי דר''א)

ווען דער טורעם איז שוין געווען גאר הויעך איז נמרוד אליינס בכבוד ובעצמו געקומען באזוכן, די ארבעטער האבן ווייטער געארבעט נישט וועלנדיג פארלירן קיין איין רגע, אין די זייט איז אבער פארגעקומען א גרויסער פאראד פארן מעכטיגן קעניג, נמרוד איז געווארן גאר פרייליך ווען ער האט געזעהן ווי הויעך דער טורעם האט שוין דערגרייכט, די גאווה איז אים אריין אין קאפ, מיט גרויס חוצפה האט ער ארויסגענומען זיין פייל און בויגן, ''טייערע בירגער'' האט נמרוד'ס שטימע אפגעדינערט אינעם גאנצן ארומיגן געגנט, ''יעצט איז שוין געקומען די צייט מקיים צו זיין דעם ציל צו וואס מיר האבן בכלל אנגעהויבן מיט די גאנצע ארבעט פון בויען דעם טורעם, איך וועל יעצט מיט דעם פייל אריינשיסן אין הימל אריין, לאמיר זעהן ווער עס קען זיך פון מיר ארויסדרייען..." עפ''ל

נמרוד האט געגעבן א שיס ארויף דעם פייל, דער רבש''ע וואס לאזט די רשעים זיך פירן לויט זייער רשעות האט געמאכט א נס, דער פייל איז צוריק אראפגעפאלן אינגאנצן בלוטיג! (ספר הישר) יעצט איז נמרוד געווען זיכער אז ער האט דער'הרג'עט דעם וואס זיצט אויבן, זיין שטאלץ און חוצפה האט נישט אויפגעהערט צו וואקסן פון מינוט צו מינוט.

"ברענגטס אהער דעם גרעסטן געטשקע וואס מיר פארמאגן" האט נמרוד באפוילן, ''שטעלטס אים אוועק דא אויפן שפיץ טורעם, לייגטס אים אריין א ריזיגן שווערד און זיין אויסגעשטרעקטע האנט, זאל יעדער זעהן אז מיר פירן מלמחה מיטן באשעפער פון די וועלט!'' עפ''ל.

ווען נמרוד איז שוין געווען אויפן וועג אראפ האט ער געהערט עפעס א רעש.

"וואס איז דער גרודער דארט אונטן?" פרעגט נמרוד.

''נישט געפערליך'' ענטפערט אים איינער פון די באדינער, ''דער קעניג ווייסט דאך זיכער אז איינער פון די געטרייע בויער'ס דא איז דער קריגס מיניסטער תרח, (עי' רד''ל בפרקי דר''א) יעצט איז זיין ווידערשפעניגער זון אברם אים געקומען באזוכן, פארשטייט זיך אז דער גאנצער געדאנק פון פירן קריג מיט זיין באשעפער געפעלט אים נישט, האט ער אנגעהויבן זאגן א מוסר דרשה...''

קולות האבן זיך געהערט פון אלע זייטן:

"גיי דיר די קינדערלאזער מענטש!"

"גיי זאג מוסר פאר די קינדער וואס דו האסט נישט"

"פארוואס קומסטו צו אונז, וואו זענען דיינע קינדער?" (מ''ר לח)

אברם האט געזעהן וואס דא קומט פאר, זיין הארץ האט אים מורא'דיג וויי געטון פון דעם מורא'דיגן חילול השם וואס קומט דא פאר, האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט "רבש''ע, זיי קענען נאר בויען דעם טורעם און דיר אזוי דערצערענען וויבאלד זיי רעדן אלע דעם זעלבן שפראך, איך בעט דיר באשעפער, בלע ה' פלג לשונם, (תהילים נה) פארמיש זיי, גיב זיי אנדערע שפראכן צו רעדן, אזוי זאלן זיי נישט קענען אנגיין מיט די שרעקליכע ארבעט וואס דא קומט פאר.

אזוי ווי די ווערטער זענען ארויס פון אברמ'ס מויל האט זיך עפעס שרעקליך אפגעשפילט...
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג נובעמבער 04, 2011 6:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 6:55 am

א הארציגן דאנק. עס קומט נאך?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט