מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער... מיט א פרישן האק...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער... מיט א פרישן האק...

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 4:34 pm

א נקודה פאר איר לייענט:
ס'איז נישט קיין געפארטיגטע זאך, ס'פעלט אסאך מקורות, און אסאך זאכן שטייט פון פריערדיגע און איך האב נאר דעם פונקטליכן מקור פונעם שפעטערדיגן, ווערט נישט ברוגז...
די מטרה איז צו דערציילן פאר די קינדער די פרשה אויף אן אינטערעסאנטן וועג מיט די מדרשים, און אפילו פאר זיך איז עס אינטערעסאנט צו לייענען, איר וועט זיך שפעטער איבערצייגן אז ס'איז דא צענדליגער פרטים פונעם מבול וואס איר האט קיינמאל נישט געוואוסט.
דער יעצטיגער שטיקל איז נאר די הקדמה... האפענטליך וועט מארגן זיין א המשך.
איך ווארט צו הערן הערות...

מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער...

גייט זיך מתולאל שפאצירן מיט זיין 10 יעריגן מרד'ן, שוין א לאנגע צייט וואס מתולאל האט צוגעזאגט פאר מרד אז אויב ער וועט אים העלפן מיט די גניבות וועט ער אים נעמען אויף א שפאציר אין שטאט און ער וועט אים ווייזן נייע געגענטער וואו מ'קען זיך גרינג אריינכאפן אין הייזער און פעלדער צו בא'גנב'נען דעם עולם.

"טאטע ווער וואוינט אין דעם טונקעלן גאס? פארוואס איז דא אזוי ליידיג, מ'זעהט נישט קיין קינדער זיך שפילן אין די פעלדער אזוי ווי אין די אנדערע גאסן?" פרעגט מרד מיט וואונדער.

"הער זיך צו מרד'ל" זאגט מתולאל, "אין דעם גאס איז נישט אינטערעסאנט אריינצוגיין, דא וואוינט א אלטער איינזאמער מענטש, ער איז שוין נאנט צו די 500 יאר און ער האט נאכנישט קיין קינדער, ער וואוינט זייער ארים אן קיין שום באקוועמליכקייטן (א) ס'נישטא וואס צו גנב'נען דארטן, לאמיר גיין ווייטער"

"אבער טאטע איך זעה דארט ווי איינער שלעפט זיך מיט גאר אסאך ביימער, ס'קוקט אויס ווי ער גייט מאכן ברעטער דערפון, לאמיר אים צוגיין פרעגן וואס ער פלאנט צו בויען."

"הער זיך איין מרד, דער נח איז זייער א פארפרומטער, און איך האב נישט קיין כח צו הערן וואס ער האט צו זאגן, אבער אז דו ווילסט אזוי שטארק וועלן מיר גיין רעדן צו אים."

מתולאל מיט מרד זענען נענטער געגאנגען צו נח'ן, "הער נח" שרייעט מתולאל פון די אנדערע זייט גאס, "וואס זענען די אלע קלעצער וואס איר שלעפט אזוי, זענט איר ענדליך געקומען צום שכל און איר גייט זיך בויען א שיינעם פאלאץ אנשטאט דיין קליינעם חורבה'לע?"

נח לייגט אראפ דעם זעג מיט וואס ער האלט אינמיטן צוגרייטן די ביימער, ער זעצט זיך אראפ אויף א גרויסן קלאץ, ער גראדט זיך אויס דעם בארד, און ער נעמט זיך מסביר זיין.

הער זיך צו מתולאל, ס'נישט קיין סוד אין שטאט אז דו ביזט א גרויסער גנב, און נישט נאר דו, נאר דיין טאטע, ברודער, פעטער און פלימעניק זענט איר אלע גנבים איינס גרעסער פון צווייטן, און ווי איך זעה האסטו שוין מצליח געווען אריינצונעמען אויך דיין קליינעם מרד'ל אין געשעפט, זאלסטו וויסן, דער רבש"ע וואס האט באשאפן די וועלט האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, אויב וועט איר נישט בקרוב אויפהערן מיט די גניבות און תשובה טון באצייטנס גייט קומען א מבול און פארפלייצן די וועלט! (ב)

חא חא חא... פלאצט מתולאל אויס אין א געלעכטער, א נייע מעשה, עפעס א מבול איז דיר אריין אין קאפ, וואס מבול ווען מבול, הער אויף צו דערשרעקן מענטשן, קום מרד, לאמיר גיין פון דא, צופיל חכמה וועסטו נישט איינקויפן דא.

נח האט זיך בכלל נישט פארשעמט, ער ווייסט אז ער טוט דעם רצון ה', דער רבש"ע האט אים בפירוש געזאגט אז ס'גייט קומען א מבול אויף די וועלט, און ער זאל אויפבויען א גיגאנטישע תיבה וואס וועט ארייננעמען אים מיט פארלעך פון אלע חיות און בהמות, "איך דארף ווייטער טון דעם אויבערשטנס באפעל" ברומט זיך נח אונטער, און נאך א טשוואק איז געווארן אריינגעהאקט אינעם יסוד פונעם צוקונפטיגן תיבה.


10 יאר שפעטער.
דער קליינער מרד'ל איז שוין גארנישט אזוי קליין, ער איז שוין א 200 פיס (66 מעטער) הויעך, (ג) ער העלפט שוין לאנג נישט זיין טאטן, פארקערט גאר, לעצטנס האט ער מיט זיין גרופע גנבים גאר אויסגעליידיגט זיין טאטנס אוצרות, יעצט איז ער אויפן וועגן דורכצופירן עפעס א נייעם שווינדל, ער לויפט אזוי צווישן די געסלעך אנגעצויגענערהייט, "ווער האקט דא אין קאפ אריין?" פרעגט ער נערוועזערהייט, "כ'מיין ס'קומט פון יענעם געסל דארט אין די זייט" ענטפערט הלאלך, "לאמיר זעהן וואס דארט גייט פאר, אפשר קען מען נאך פארדינען א האמער אינטערוועגנס..."

"אוי מיין באשעפער!" שרייעט מרד אויס, "דער אלטער נח, כ'גדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד האט ער עפעס געדרשן'ט פאר מיין טאטן איבער א מבול, לאמיר צוגיין צו אים, אפשר האט ער עפעס אינטערעסאנטס צו דערציילן..."

"הרב נח, וואס בויעט איר דא?" פרעגט מרד ווי גלייך ער ווייסט נישט, "הערטס אויס קינדער" זאגט נח, ס'דאך נישט קיין סוד אז די וועלט איז ליידער זייער זינדיג, און ווי איך הער האסטו שוין היינט אליינס א גאנצע גרופע וואס גייט ארום גנב'נען און בארויבן רעכטס און לינקס, דער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט האט באשלאסן אז ער וועט עס מער נישט דולדן, ס'גייט קומען א מבול, דאס הייסט א גאס רעגן וואס וועט פארשוועמען די גאנצע וועלט, איך בעט אייך, טוט באצייטנס תשובה וועט איר בלייבן לעבן."

מרד פלאצט אויס אין א הילכיגן געלעכטער, קום הלאלך, מיר וועלן גארנישט פארדינען פון רעדן שטותים דא מיט דעם אלטן, זאל ער ווייטער האקן אין זיין תיבה אריין, און מיר וועלן האקן אין מענטשליכע טעשער...

מרד, הלאלך, און יקנעין האבן געהויבן פיס און זיך געלאזט צום מארק, דארט וועלן זיי ווארשיינליך קענען טרעפן א גרינגן ציהל צו בא'גנב'נען, ווען זיי זענען נאך געווען גאנץ ווייט פונעם מארק האט שוין מרד מיט זיינע שארפע בליקן באמערקט ווי דער פויער נובל שלעפט א גאנצן וואגן מיט פולע זעק בונדלעך, (אין יענע צייטן ווען מענטשן האבן געגעסן נאר געוויקסן איז בונדלעך געווען א טייערער ארטיקל) מרד איז גלייך אריין אין די כלים, "הערטס אויס חברה, לאמיר מאכן א פלאן וויאזוי אריבערצופירן די זעק פון נובל'ס וואגן צו אונזער סטארידש." (ד)

הלאלך איז אבער גארנישט געווען אזוי פרייליך מיט די גאנצע מעשה, "הער זיך איין מרד, ס'איז דא איין קליינער פראבלעם מיט דיין גאנצן פלאן, גיב א גוטן קוק וועסטו זעהן ווי דארט ביים אריינגאנג צום מארק זיצט דער גאנצער בית דין מיט אלע דיינים, דער נובל וועט גלייך לויפן צו בי"ד, און זיי וועלן ניטאמאל דארפן זוכן עדות אונז צו באשולדיגן נאכדעם וואס די דיינים וועלן מיט זייערע אייגענע אויגן צוזעהן וואס מיר האבן דא אפגעטון, זיי וועלן גלייך שיקן די פאליציי אונז צו ארעסטירן, און איך דארף דיר נישט זאגן וואס מ'וועט אלס טרעפן ביי אונז אויב מ'וועט זוכן...

מרד גיבט א קראץ זיין ציגעלע בארד, ס'איז אונטערגעקומען א שווערער פראבלעם, אזוי קען מען נישט ווייטער פירן קיין געשעפטן, אויב די דיינים וועלן ערענסט זיך מטפל זיין מיט די גניבות קען דער גאנצער ביזנעס נאך גיין באנקראט, און וואס וועט זיין מיט די אלע עבירות זיינע וואס ער דארף האבן אסאך געלט דורכצופירן? ניין! מ'דארף טרעפן אן עצה! אויף עפעס א וועג דארף מען קענען ווייטער אנגיין מיט די ארבעט אן דעם וואס דער בי"ד זאל שטיין אין וועג.

פלוצלונג איז דער שטילער יקנעין אויפגעשפרינגען, "איך האב א געדאנק!" מיט קורצע ווערטער האט ער איבערגעגעבן זיין פלאן, מרד האט אים געגעבן א ברודערליכן קלאפ אין די פלייצע, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אויספירן דעם פלאן.

נובל איז געווען א ארימער פויער, וויפיל ער האט פרובירט צו גנב'נען איז עס אים קיינמאל נישט געלונגען, ער איז נעבעך געווען א שלימזל, האט ער מחליט געווען בלית ברירה מ'דארף דאך דאך האבן עפעס צו גיבן פאר די קינדער אין מויל אריין, וועט ער פרובירן האנדלן אויפן גראדן שטייגער, ער האט פארקויפט זיין האלבן הויז, און מיטן געלט האט ער געקויפט אפאר זעק בונדלעך, ער לאזט זיך ארויס צום מארק, און ער האפט עס צו פארקויפן מיט אביסל ריוח וועט ער כאטש קענען גיבן פאר זיינע קינדער וואס צו עסן.

ווען ער איז אנגעקומען נעבן מארק האט ער געזעהן פונדערווייטנס דעם טרויעריג בארימטן גנבים גרופע פון מרד מתולאל'ס, אבער ווען ער האט געזעהן די בימה מיט די דיינים ווי זיי באוואכן דעם מארק האט ער זיך געשפירט רוהיג, קיינער וועט זיך נישט דערוואגן צו רויבן ממש אין פנים פון דעם בי"ד.(ה)

פלוצלונג, ווי פון אונטער דער ערד, א גאנצע גרופע פון הונדערטער חברה האבן ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן, זיינע זעק זענען צועפנט געווארן, און יעדער האט געכאפט... 1 באנדל, נובל ווייסט נישט צו ער זאל לאכן אדער זאל וויינען, ער לויפט שנעל צו די דיינים, "העלפט מיר" שרייעט ער, ווי זענען די פאליציי?! פארוואס ארעסטירט מען נישט די חברה?!

"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה" האט ער דער עלטסטער דיין געענטפערט, נובל אראפגעלאזט די נאז, קוקט אויס איך וועל שוין פארבלייבן א שלימזל ווילאנג איך לעב... און מרד מיט זיין גרופע האבן אויפגענומען נאך אפאר הונדערט ארבעטער אין זייער גרופע...

20 יאר שפעטער
אינדרויסן פון שטאט אין ריזיגע געצעלטן פירט זיך דער גרויסער סטארידש פון ''מרד מתולאל'ס כאפ און רויב'' קאמפעני, הונדערטער ארבעטער ארבעטן שעות צו סארטירן די אלע גע'גנב'עטע חפצים וואס אנדערע הונדערטער ארבעטער כאפן און רויבן איבערן גאנצן לענג און ברייט פון די שטאט, מרד פירט א פונקטליכן חשבון וויפיל שעה יעדער ארבעטער פארברענגט און לויט דעם ווייסט ער וויפיל זיי צו באצאלן, יעדער ארבעטער שרייבט ארויף אויפן גרויסן טאוול ביים אריינגאנג פונקטליך ווער ער איז געקומען און געגאנגען יעדן טאג, און ער חתמ'ט זיין אינטערשריפט.

ביינאכט ווען אלע ארבעטער זענען שוין אהיים הייבט זיך אן די נאכט ארבעט, מרד האט א קינצליכן פעלשער וואס גייט צו צום גרויסן טאוול, און פאכמאנישט גנב'עט ער אראפ גאנצעטע שעות פון די ארבעטער, ער מאכט פונקטליך נאך זייער שריפט און חתימה, אזוי אז סוף וואך ווען די ארבעטער שרייען חי וקים אז זיי האבן געארבעט מער שעות, ווייזט זיי מרד זייער אייגענע חתימה אויף דעם סכום שעות...

און מיינט נישט אז די ארבעטער זענען אזעלכע נארנים, ביים טיר שטייען טאקע באוואפענטע שומרים פון "חברת תובל קין" (ו) און באוואכן די טויערן אז קיינער זאל נישט קענען ארויסטראגן קיין סחורה, אבער אינטער דער ערד איז דא א ברייטפארצווייגטער נעץ פון טונעלן וואס ציען זיך פון געצעלט צו געצעלט, און גאנצעטע אייזעלן פול מיט סחורה פארלאזן דעם פלאץ יעדן טאג ממש ''אינטער'' די נאז פון מרד...(ז)

מרד איז שוין דאן געווען 40 יאר און ער האט ענדליך מחליט געווען צו נעמען א וואך וואקאציע פון די ביזנעס צו חתונה האבן, נאכן גנב'נען אלע שטאפיר, מתנות, וכו' האט מען ענדליך באשטימט די חתונה, און אין א מזל'דיגע שעה האט מרד חתונה געהאט מיט זיין פרוי צידה.

אין די וואך פון שבע ברכות האט זיך דער נייער פארפאלק ארויסגעלאזט אויף א שפאציר, דער חתן האט געוויזן פאר זיין נייע כלה די שיינע גאסן פון שטאט, פלוצלונג נעמט זי זיך שרייען און לויפן ווי א חסר דעה, מרד קען איר קוים נאכלויפן, ווער ער איז ענדליך מצליח איר צו כאפן פרעגט ער איר מיט איין אטעם וואס גייט פאר? וואס האסטו זיך אזוי דערשראקן? צידה קען קוים ארויסרעדן א ווארט, זי ווארפט זיך פאר שרעק, זי ווייזט אים נאר מיט די הענט אריבער די גאס, מרד כאפט א בליק, ער וואונדערט זיך שוין וואס האט איר אזוי דערשראקן, וואס זעהט ער? א שעפסעלע ראנגעלט זיך מיט א קאץ, דער שעפס עפענט א מויל ווי טיגער, און צופליקט דעם קאץ אויף שטיקער, מרד גיבט א מאך מיט די האנט, נע, דאס איז דאך א נארמאלע ערשיינונג ביי די היינטיגע שעפסן, ווארט נאר ווארט ווען דו וועסט זעהן וויאזוי די קיען פארציקן די שעפסן! אוי וועסטו דעמאלס שפרינגען. (ח)

די חתן כלה זענען ווייטער געגאנגען, נאך דעם אינצידענט מיטן ווילדן שעפס האט שוין מרד מורא געהאט נאכאמאל צו דערשרעקן זיין נייע ווייב, האט ער איר געטראגן איבער די שטילע געסלעך פון שטאט, ענדליך האט זי זיך אנגעהויבן צו בארוהיגן, און דער שפאציר איז צוריק געווארן איינגענעם.

גייענדיג ביי א געוויסע גאס טראכט מרד צו זיך "עפעס איז מיר די גאס קענטליך, לאמיר אריינגיין זעהן וואס דא קומט פאר, אפשר איז דא אן אלטער קליענט וועם איך פלעג העלפן אויסליידיגן זיין דירה, אה איך כאפ שוין... וויאזוי רופט ער עס נאר? אה, א תיבה... וואו איז ער דער נח, אה, דארט שטייט ער און האקט..."

"קום צידה" זאגט מרד, "איך וועל דיר ווייזן עפעס אינטערעסאנט," "וואס מיינסטו, דעם נח מיט'ן תיבה? איך געדענק אים נאך פאר 40 יאר צוריק אלץ קינד ווען ער האט אנגעהויבן צו בויען דעם תיבה... שוין דעמאלס האבן אלע געלאכט פון אים..."
"ס'שוין גארנישט קיין געלעכטער" רופט זיך אן דער איבער 500 יעריגער נח, ס'ווערט נענטער און נענטער דער טאג וואס ער מבול וועט אנקומען, און די גאנצע וועלט וועט פארשוועמט ווערן, מרד מרד! שטעל אפ דיינע גניבות און טוה תשובה באצייטנס! אפשר אזוי וועט דער רבש"ע נישט ברענגען דעם מבול."
ווען נח האט געענדיגט רעדן איז שוין מרד לאנג נישט דארט געווען, און נח האט זיך געוואונדערט וואו זיין נייער היטל איז נעלם געווארן...

וואס איז געווארן ביים סוף?

ווער איז געווען דער נח?

איז מרד אריין אין די תיבה?

ווארט מיט שפאנונג, המשך יבא.

מקורות
א. כלי יקר בראשית ו. כ"א, שהרי וודאי לא הי' לנח מותרות. ב. לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. ג. בעל הטורים מ'שחיתם א'ת ה'ארץ ר"ת מאה, שהי' קומתם מאה אמה, ד. ב"ר ל"א. ה. כלי יקר, ותשחת הארץ ''לפני'' האלהים, שהיו גוזלים ממש בפני הדיינים. ו. עיין רש" בראשית ד. כ"ב. ז. ספורנו, הבעלים גוזלים את האריס בכח, והאריס גוזל את הבעלים במרמה. ח. רמב"ן ו. י"ב, והי' כל הבהמה טורפת.
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג אוקטובער 28, 2011 6:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 5:12 pm

גראדער אייזן! מעכטיג! שפאנענד!

האסט אפשר דעם מקור פון די לעצטע זאך מיט מיט נח'ס היטל?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 5:20 pm

דאס איז גוטע סחורה!

דאס איז אנטשאט די וועכענטליכע מעשיות צו דערציילן ביים שבת טיש?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 5:21 pm

WOW
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 5:27 pm

שכוח שכוח

מגיימער עס ארויספרינטען אין געבען שבת פאר די קינדער
כמיין אז נאכדעם וועל איך קענען שלאפן אביסל
Liberalism is a mental disorder

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 5:31 pm

"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 8:04 pm

אברהם שלמה האט געשריבן:
"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:


פאר די מבול זענען די גוים נישט געווען נח'ס קינדער..........
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 8:23 pm

גראדער האט געשריבן:גייט זיך מתולאל שפאצירן מיט זיין 10 יעריגן מרד'ן,


מיינסט מסתמא צו זאגן מיט דעם 100 יעריגן ראצער'ל מרד...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 8:52 pm

גראדער איז צוריק דא ב"ה!
איך מיין אז דאס זאגט שוין אלעס.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 9:19 pm

שלום עליכם הרב גראדער

די ארטיקל איז מורא'דיג!
הערליך אראפגעלייגט
מלא תוכן

האלט אן ווייטער, מיר קוקן ארויס דערויף
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:08 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:
"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:


פאר די מבול זענען די גוים נישט געווען נח'ס קינדער..........


גמ סנהדרין נו ע"ב "מויצו ה אלהים על אדם אמר מכל עץ הגן אכול תאכל, ויצו אלו הדינין.... מכל עץ הגן ולא גזל.
סאדע_באטל; כשאמרתי בן נח התכוונתי גם על גוים שלפני נח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:59 pm

טאמער דו געסט דאס נישט ארויס צווישן הארטע דעקלעך, שיק איך מרד דיר צונעמען דאס היטל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 12:09 am

פרינטער פרינט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 12:33 am

שוועמל האסט נאך טאונער ?
פרינט שנעל, ווייל באלד קומט יעדער איינער פון "מרד און מתואל כאפ און רויב" פרינטן נאר איין פאפיר און בלייבסט אן פאפיר און אן טאונער....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 1:01 am

זאג, דיין באטל האט ער שוין געגנב'ט אז דו רעדסט אזוי ברייט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 8:59 am

קוק דא viewtopic.php?p=261744#p261744 וועסטו זעהן אז מיט א באטל קענען זיי זיך נישט אזוי פשוט אן עצה געבן....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 9:25 am

איך ווייס נישט פארוואס איך האבעס נישט באמערקט ביז היינט, דאס איז מעכטיגע סחורה!!! איך האף אז דו גייסט עס פינישן פאר שבת, אזוי וועלעך קענען דראמאטיש אראפלייגן פאר די חברה די מעשה פון די מבול די וואך ביים טיש!

גראדער, וואונדעבאר!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 9:29 am

גראדער, דאס א ריכטיג פיינע סחורה.

איך אלץ יערליכע ליינער פון ילקוט מעם לועז און ספר ה"ישר" גלייך זייער די מעשיות.

גיי אן, מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע חלק.
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 10:38 am

קרעמער האט געשריבן:טאמער דו געסט דאס נישט ארויס צווישן הארטע דעקלעך, שיק איך מרד דיר צונעמען דאס היטל!


און שמעלקא פסק'ט אז אויב הער גראדער איז נישט ממשיך איז ער א גוזל את הרבים, אזאנע סחורה זעהט טרעפט זיך נישט יעדן טאג, גראדער, כה לחי, גיי אן, ביזט מעכטיג און אהאלב!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 10:43 am

נאכנישט געלעזט דעם ארטיקל, אבער פונקט נעכטן געלערנט אין מגילה י"ג ע"א אז בתיה בת פרעה האט חתונה געהאט צו כלב, און כלב ווערט אנגערופן מרד על שם שמרד בעצת מרגלים, אמר הקב"ה יבא כלב שמרד בעצת מרגלים וישא את בת פרעה שמרדה בגלולי בית אביה.

http://he.wikisource.org/wiki/%D7%9E%D7 ... %92_%D7%90
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 11:16 am

גרויזי, כ'האנישט געוואוסט אז דו לערנסט דף היונה.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 11:20 am

מעידזשעררררררררררררררר
ריזיגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגגג

;l;p-

צום נייעם יאר וועל איך ענדליך עפעס קענען רעדן צו מיינע קינדער ביים שבת טיש

שכרך הרבה מאד

קיפ אפ די גוט ווארק
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 11:26 am

אברהם שלמה האט געשריבן:
"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:

עירובין ס"ב מימרא דרבי יוחנן. מחלוקת רש"י ותוס' אויב ס'איז דוקא א גוי פון א איד אדער א גוי פון א גוי אויך עיי"ש.

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 11:43 am

די אויגן שווינדעלט מיר נאך פון ליינען אויף דער עלטער אזויפיל זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט געוויסט.
יישר כח הרב הגאון ר' גראדער שליט''א.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 1:10 pm

אברהם שלמה האט געשריבן:
"מיר קענען נישט משפט'ן ווען מ'גנב'עט ווייניגער ווי די ווערט פון א פרוטה

יישר כח. איין קשיא האב איך. די הלכה איז דאך אז א בן נח איז נהרג על גניבה של פחות משוה פרוטה? :smile:


מיין רבי וואלט דיר געגעבן א קניפ אין בעקעלע... האטס צוגעטראפן א קשיא וואס דער אור החיים הקדוש ברענגט בשם די קדמונים, עיין שם עה"פ ותמלא הארץ חמס.

האפענטליך וועט באלד קומען דער המשך.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט