א טאטע ביי א שמחה – קידוש / ט.ב. שאץ מאץ

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע ביי א שמחה – קידוש / ט.ב. שאץ מאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:05 pm

א טאטע ביי א שמחה – קידוש / ט.ב. שאץ מאץ

דאס יאר פון אונזער ערשטע ארטיקל א טאטע ביים שבת טיש ביז יעצט איז שוין ב"ה פאראיבער בכי טוב, ווי מיר האבן געשריבן עפ"י בקשת חברינו היקרים איבער די טעמעס פון זיין א טאטע דורכאויס די ימים טובים, איצט האמיר ערהאלטן פילע פארלאנגען זיך צו נעמען איבער די טעמע פון א טאטע ביי א שמחה, וחפץ ד' בידינו תצליח בסייעתא דשמיא,

איצט שטעלט זיך נאר די פראגע פון ווי זאל מען אנהייבן, מיר גייען נישט אנהייבן פון די חתונה, ווארט, תנאים, באווארפן, ווייל אונזער קעפל איז דאך "א טאטע ביי א שמחה" און ביי די אייגענע חתונה איז ער דאך נישט קיין טאטע (אפשר אין ישיבה איז ער געוועהן א טאטע בחור.. אבער מיר רעדן פון א עכטע טאטע), דעריבער וועלן מיר אנהייבן ביי די שמחה פון געבורט און דערנאך גיין צום אפשערן, בר מצוה, און אזוי ווייטער.

צדיקים טייטשן וישישו בשמחה, א שמחה וואס מ'מאכט זאל זיין טאקע בשמחה וטוב לב, צומאל מאכט זיך אז א מענטש איז טאקע זוכה צו א שמחה אבער ווען די שמחה ווערט געפראוועט איז עס שלא בשמחה, זאגט דער פסוק וישישו בשמחה מ'זאל פרייליכערהייט מאכן די שמחה, דאס איז דער עיקר תפקיד פון א בעל שמחה, אז זיין שמחה זאל געפראוועט ווערן ריכטיג בשמחה, און זיך נישט לאזן אוועק שלעפן פון די טרדות הזמן.

ווען א איד איז זוכה צום געבורט פון א געזונט קינד, איז דאס א שמחה עצומה, און מ'דארף דאס נעמען אויף די מחשבה אז דאס איז כלו טובת ד', און נישט קלערן אז דאס איז בלויז די סדר העולם און דרך הטבע, דער דרכי היצר איז אלעס צו מאכן דרך טבע און מאכן דעם מענטש פארגעסן אז יעדע אטעם איז א טובה פון קב"ה ועל כל נשימה ונשימה תהלל ק"ה, ממילא ראשית דבר גלייך נאכן געבורט פון זיין געזונט לעכטיג קינד איז א איד שולדיג א שבח והודאה פאר קודשה ב"ה, די מעשה איז נאר אז די מציאת הזמן והמקום איז גורם אז ווען א מענטש האלט דא אז זיין ווייב האט אין א מזל'דיגע שעה געהאט א קינד איז מען טרוד מיט אסאך טרדות און די בהלה מאכט פארגעסן א מענטש ווי ער שטייט, קודם איז ער מיד פון די שלאפלאזע נאכט (און אמאל מער ווי א נאכט) פון זיין אין שפיטאל ביים געבורט, דערנאך ווערט מען טרוד מיט צוטיילן די קינדער, ווי אויך צוגרייטן די שמחה אליין, רופן מענטשן וכדומה, און דאס מאכט פארגעסן פון דעם עיקר אז מ'איז שולדיג א שבח והודאה על כל החסד אשר עשית,

א איד א בעל השגה האט מיר געזאגט אז זיין שכן האט געהאט א קינד הערשט 10 יאר נאך די חתונה, דער שכן איז געוועהן א בעל יכולת ער האט זיך געלאזט וואוילגיין, פארשטייט זיך ער האט געגעבן א גרויסן קידוש און געטיילט גרויס געלט פאר צדקה, קיצור געמאכט א טראסק, האט דער איד דער בעל השגה מיר געזאגט ער מאכט זיך א חשבון מה דאך דער שכן האט געווארט 10 יאר אויף א קינד מאכט ער אזא טראסק און טוט אלע פעולות אין די וועלט ארויס צו ברענגען זיין שמחה, איך וואס איך האב געהאט מיין קינד בלויז נאך איין יאר על אחת כמה וכמה דארף איך זיין בשמחה פיל מער ווי יענער.... אז מ'מאכט אז חשבון איז די מעשה גאר אנדערשט.

ס'וואלט געוועהן א גוטע זמן דעם ערשטן שבת נאך די לידה צו ווידמען לכה"פ איינמאל מסיים צו זיין תהלים אלס א שבח והודאה ווייל אז מ'באשטומט דעם ערשטן שבת פאר א שבח והודאה איז דאס א שטיקל צוריקהאלט פון ווערן אפגעשטופט, במשך דעם שבת קען מען אלץ טרעפן א זמן פון צוויי שעה אויסצוזאגן תהלים, תהלים איז נישט בלויז א געבעט תהלים איז א שבח והודאה,
הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א פארציילט: אז ווען ער איז געוועהן א בחור אין א"י און געהאט פראבלעמען זיך ארויסצודרייען פון דינען ביי די דארטיגע מיליטער האט ער געטון די עצה הידוע פון זיך משוגע מאכן, ער איז אזוי געגאנגען אהין צואמען מיט זיין פאטער ע"ה און למעשה האבן זיי אים צום סוף באפרייט, אנקומענדיג אהיים איז ער פארשטייט זיך געוועהן פארמאטערט פון אזא שווערע איבערלעבניש האט ער זיך געוואלט גיין אראפ לייגן כאפן א דרימל, האט אים זיין פאטער געזאגט יוסף חיים! דו ביסט געווארן באפרייט יעצט גיי זאג אויס תהלים אלס א שבח והודאה!!!,
כמו כן דארף א איד וואס איז זוכה צו מאכן א שמחה נעמען די פאר מינוט צו זאגן א שבח והודאה ווי רש"י זאגט שאינך כפוי טובה.

די עיקר צומישעניש ווערט ווען אלעס פאלט ארויף אויפן קאפ פונעם טאטן און מ'ווערט טרוד, הן צוטיילן די קינדער, זיי אוועק שיקן אין זייערע אכסניא'ס, באגלייטן און צוהעלפן די יולדות, און צוגרייטן די שמחה, בנוסף פון די טאג טעגליכע טרדות, לכן מוז מען זיך צו דעם אלעם אביסל מסדר זיין, צו אויף פאפיר, צו אין די מחשבה, וואס מ'דארף ערלעדיגן היינט און מארגן, אסאך מאל דריקט דער מח אז מ'דארף מסדר זיין אסאך זאכן און מ'ווייסט נישט ווי אנצוהייבן, אבער ווי נאר מ'שרייבט אלעס אראפ זעהט מען אז ס'איז נישט געפערליך מ'קען אלעס גאנץ פיין מסדר זיין, (מיר גייען נישט שרייבן וויאזוי מ'באהאנדלט א שוואכע יולדות וואס אירע גיסטעס זענען עולה ויורד.....) די עיקר איז זיך צו האלטן מסודר,

איך וויל מיך אפשטעלן אויף א נקודה וואס ווערט בזמנינו שטארק אפגעשוואכט ס'ווערט אזוי קאמערשול, דאס איז רופן מענטשן בזמן שמחה, צו מודיע זיין איבער די מז"ט, צו איינלאדענען באקאנטע צו די שמחה, איך באקום אסאך מאל טעקסט מעסעדשעס מזל טוב איטס א באוי....., א רגע, אויב בין איך גענוג נאנט צו דיר אז דו האלסט אז ס'איז כדאי מיך מבשר צו זיי די בשורה איבער דיין בן זכר, דאן רוף מיר אויפן טעלעפאן אדער זיך מיר אפיר אין ביהמ"ד און זאג מיר פערזענדליך די גוטע בשורה און איך וועל דיר ווארעם צוריק אנוואונטשן מזל טוב, ווידער אויב בין איך נישט גענוג נאנט צו דיר אז דו זאלסט זיך שפירן פאר א פליכט אויפצוהייבן א טעלעפאן און קאלן, צו וואס שיקסטו מיר בכלל א טעסט?...., דער טעקסט נעמט אוועק דעם גאנצן געפיל און נאנטקייט פון איין מענטשן צום צווייטן, וויפיל מער טעם האט דאס ווען איינער רופט אן זיין חבר, ברודער, שוואגער, האלאו א גוטן דעיס איז דוד ס'קומט מיר א מזל טוב,
אה! מזל טוב, וואס?,
א אינגל, ב"ה,
ב"ה ב"ה, די וויפלטע קע"ה?,
די פיפטע, קעניינעהארע, ב"ה,
יא ב"ה געזונטערהייט אי"ה אויף שמחות,
נאר אויף שמחות זאלסטו מיך רופן, כל טוב בשורות טובות,
אידן וואונטשן זיך ברכות בשמחה ובטוב לב אהין און צוריק א אידישע ברכה גייט נישט לאיבוד, ווידער דער טעקסט מעסעדש הרג'עט אלעס אפ און לייגט אוועק אין די זייט אזויפיל אידישע ברכות, ס'איז ממש א שאד...

אפגערעדט אז ס'שטייט אין מאור עינים פ' ויצא אז ווען א איד איז מבשר א גוטע בשורה ווערט נתלבש אין אים א ניצוץ פון אלי' הנביא, א פחד פון א לשון וזל"ק כי באמת איש המגיד בשורה טובה נתלבשה בו בחי' ניצוץ אלי' ממש כי הוא המבשר כל הבשורות טובות שבעולם רק שמתלבש במגיד ההוא, שפעטער זאגט ער וזל"ק וגם האיש שנתבשר הבשורה נכנס בו הניצוץ אלי' בקרבו, ונרחבה דעתו ג"כ יוכל לדבק אל הבורא ית' עכל"ק, סך הכל אז דער מבשר איז א שלוח פון אלי' הנביא און באקומט א כח פון אלי' הנביא, און דער וואס הערט דאס באקומט אויך א ניצוץ פון אלי' הנביא, נו נעמט מען אזעלכע גוטע מתנות און הייליגע ניצוצת און שליחות'ער פון אלי' הנביא און מ'ווארפט אים אריין אין א בעלק בערי?, ס'איז א עכטע שאדן אויף דעם.

די זעלבע זאך איז ווען מ'טוט רופן דורך א טעקסט מעסעדש א באקאנטן זאל ערשיינען צו די שמחה איז דאס א טויטע רוף, דער סעלפאן געט א דריזל און ס'קומט ארויף א טעקסט פון מיין בעסטע חבר וואס שיקט ארויס די זעלבע טריקענע מעסעדש פאר אלע זיינע באקאנטע, און האלב באקאנטע, וכמו באקאנטע, אדער סתם גאסן גריסער, און אפי' גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, יעדע באקומט דעם זעלבן טריקענעם נוסח, "יו אר אינווייטעט טו מיי קידוש דיס שאבעס אין ספינקא שול", אמת, ס'איז גאנץ באקוועם מ'שיקט ארויס א טעקסט פאר אלע קאנטאקטס און מ'ווייסט זיכער אז יענער האט דאס באקומען ס'נעמט נאר איין מינוט און אראפ א עול פון קאפ, אבער דאך ווען מ'הייבט אויף א טעלעפאן און מ'רופט יענעם אן האט דאס גאר א אנדערן טעם,
האלו משה? דא רעדט יענקל איך מאך קידוש דעם שבת,
אה! (משה ווייזט ארויס זיין פרייד) מזל טוב!, אסאך נחת, ביי דעי און ביי אלע, ווי איז דער קידוש?
אין ספינקא,
(וועלכע?.......) גוט, אי"ה אויף שמחות, שכוח פאר רופן, ביי,
ווי אנדערשט קומט משה אן צו די שמחה נאך אזא טעלעפאן קאל פון יענקל, די קשר צווישן די צוויי מענטשן זענען אסאך שטערקער ווי פריער, און דער קשר ווערט נאך מער און מ'פרייט זיך צוזאמען מער ווי פריער, ווידער ווען א חבר, ברודער, קרוב, וואס קומט צו א שמחה בלויז דורך א טעקסט מעסעדש איז ער געקומען קאמערשול, נישט מתוך פערזענדליכע געפיל, ס'איז א טויטע מעשה אן קיין טראפ געפיל, אבער גיי פיקס די וועלט... לכה"פ כאטש זאל מען וויסן אז מ'הרג'ט אפ מענטשליכע געפילן, מ'ווערט פארוואנדלט אין קאמפיאטער ראבאטן וואס קומען און גייען, אנע ברעקל הארץ און געפיל, (כאטש וואס איך בין מודה אז די האלבע גוטע פריינד וועמען מ'איז נישט גענונג נאנט צו רופן פערזענדליך ווידער א טעקסט איז יא א שטיקל וועג, אדער נאכן רופן פערזענדליך זאל דער טעקסט דינען פאר א דערמאנונג, עכ"ז איז נישט קיין מהלך צו רופן נאנטע און גוטע פריינד בלויז דורך א טעקסט).

קידוש
לאמיר אנהייבן צו די עצם שמחה מיטן בת תחילה, סוף כל סוף זאגן דאך חז"ל בת תחילה סימן יפה לבנים, יעדע זאל טון אזויווי זיין מנהג ומנהג אבותיו, אדער צו געבן קידוש שבת קודש אדער גאר אינמיטן די וואך ביי קריאת התורה, אבער הכל מודים אז מ'קען נישט סתם אזוי אפכאפן אזא שמחה, צדיקים האבן מפקיד געוועהן אויב מ'האט פארפאסט א קידוש זאל מען דאס משלים זיין צב"ש מ'גיבט א נאמען יו"כ, זאל מען געבן קידוש שבת, כדי צו האבן די געלעגנהייט ווען אידן זאלן וואונטשן ברכות לרוב,

געווענדליך קומען די נאנטע בני המשפחה אויך צום דאווענען שחרית אינעם ביהמ"ד ווי דער בעל שמחה מאכט דעם קידוש, אויב דער ביהמ"ד איז א קליינע ביהמ"ד איז כדאי פארן בעל שמחה צו קומען גענוג פרי איינצוטיילן די זיץ פלעצער פאר זיינע געסט זיי זאלן זיך נישט אראפ זעצן אויף פלעצער ווי אנדערע מתפללים זיצן יעדע וואך, ס'מאכט זיך אלץ עטליכע פלעצער ווי מ'קען פלאצירן די געסט דארף דער בעל שמחה קעיר נעמען אז מ'זאל זיך טאקע דארטן זעצן און נישט צונעמען מקומות קבועות, ווי אויך דארף דער בעל שמחה האלטן קאפ אויב ס'איז דא א פעטער אדער א נאנטע קרוב המשפחה וואס האלט זיך א בעל תפלה אים צו געבן דעם כיבוד (א שטייגער ווען שאץ מאץ איז א קרוב...), אדער איינער וואס ווערט מכובד דורך אן עלי' אים צו געבן אן עלי', (מאך נישט צופיל הוספות ווייל דאס גייט אויף די נערוון...).

ויקרא שמה בישראל שרה שפרינצא בת.... בעבור... לחופה ומעש"ט ונאמאהאאאאאר אמן... מזל טוב! מזל טוב!, וויאזוי הייסט די בעבי?, (וואס איז דיין חילוק? איך לאך אלץ ווען סתם מענטשן פרעגן א בעל שמחה וויאזוי הייסט דער בעבי?, וואס איז דיר א חילוק וויאזוי דעי מיידל הייסט?, מילא א משפחה מיטגליד וויל דאך וויסן ער מוז דאס פארציילן אינדערהיים פארן ווייב, אבער דו? וואס אין דיר א נפק"מ?.... אקעי, באלד וועט מען זאגן אז איך לאך אפ פון מנהגי ישראל),
למען האמת שטייט אין תשובות והנהגות פון הגאון הראב"ד ירושלים שליט"א (ח"ב סי' קל"ב) צוויי טעמים איבער דעם קידוש שבת, איינס זאגט ער איז פונקט ווי ביי א פדיון הבן שטייט ס'זאל זיין מיט א פירסום אז ער איז נפדה געווארן די זעלבע זאך איז ביי קריאת השם, וויבאלד א מענטש איז זיין נאמען און זיין גאנצע בריאה דעריבער דארף דאס זיין מפורסם, און די צווייטע טעם איז משום סעודת הודאה, אז די יולדת איז ארויס פון די לידה געזונטערהייט, (דא איז ער אויך מעורר אז מ'זאל נישט מאכן קיין טייערע קידושים ווייל ס'איז מעורר עין הרע'ס וכו')

דער אמת איז אז דער גאנצע קידוש געדויערט נישט מער ווי א שעה אדער אביסל מער, דעריבער איז לדעתי נישט כדאי זיך משוגע צו מאכן מיט גרויסע אויסברענגעריי מיט געלט פארשווענדענישן, מענטשן עסן זיך אן אומזיסט און ס'שטערט די אמת'ע סעודת שבת, מ'האט שפעטער חרטה, צו וואס פעלט עס אויס?, בכלל איז טשאלענט ביי א קידוש א נייע זאך וואס איז אלט קוים אפאר יאר, אדרבה פרעגט'ס ענק נאך ביי סיי וועלכע מענטש וואס געדענקט עפעס מער פון 20 יאר צוריק, צו ס'איז געוועהן אזא זאך א קידוש מיט טשאלענט, אמת, מ'פלעגט געבן ביי א קידוש קוגל מיט געפילטע פיש אבער נישט קיין טשאלנט,

ס'איז א ווייטאג און ס'איז בכלל נישט קיין אידישע מנהג זיך אנצוטרינקען מיט שארפע משקאות שבת ביים קידוש, און דא זעהט מען נאך היינטיגע צייטן בעלי שמחה האלטן א פלעשל שארפע משקה און כאילו ס'איז גאר א מצוה מן המובחר גיסט מען אן דעם עולם מיט משקאות וואס מאכט פארלירן דעם באלאנס, און איין כוס שלעפט דאס צווייטע און די תוצאות איז קענטליך, ס'איז נישט אידיש ס'איז נישט ערליך, אידן האבן זיך קיינמאל נישט אנגעשיכור'ט שבתים, ס'איז דא זמנים וואס מ'האט אין אלע דורות געטרינקען, ווי פורים, שמחת תורה, ביי חתונות, אבער שבת? איז קיינמאל נישט געוועהן אזא זאך פון טרינקען משקה המשכר,
(דער דברי ישראל ממאזדיץ שרייבט פ' וירא אויפן מדר' אין לך שבת ושבת שאין קורין בפרשתו של לוט, אז וויבאלד אידן זענען זיך מורה היתר צו טרינקען גרויסע כוסות יי"ש אין שבת, מוז מען זיי ווארענען יעדן שבת בפרשת לוט, זיי זאלן נישט ווערן שיכור ווי לוט אין שבת....) אסאך מומחים טענה'ן אז דאס שטערט טייל מאל שלום בית פון מענטשן און ס'צוברעכט שטובער ווייל וואס פארא פנים האט א טאטע פאר זיין קינד ווען א קינד אהיים שבת צופרי אנגעיאשקנט (מ'דארף נישט קיין שלום בית מומחה דערצו ס'איז פשוט שכל), פארוואס זאל ארויס קומען א מכשול פון דיין שמחה, צו וואס מוז מען זיך זיכן נייע התחכמות'ער, וואס איז שלעכט אזא קידוש ווי אמאל?

דער עיקר איז דאך די ברכות וואס מענטשן וואונטשן, נעם אן די ברכות וואס אידן וואונטשן, און אלס בעל שמחה וואונטש צוריק מיט הארץ און געפיל, א בעל שמחה האט דאך א כח צו וואונטשן (פרעג אלע בדחנים....), און אויף דעם איז כדאי צו לייגן דעם דגוש, א איד וואס האט זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה דארף מען דאס שעצן און זיך באדאנקען, איך וואלט געזאגט אז דאס איז מסתמא די שווערסטע זאך ביי א שמחה אינזינען צו האבן יעדן יחיד וואס האט זיך באטייליגט אין דיין שמחה, אסאך מאל גייען מענטשן אוועק פון א שמחה מיט א שווער געפיל, איך האב מיך מטריח געוועהן צו קומען צו זיין קידוש און ער מאכט זיך ניטאמאל וויסנדיג פון מיר?, דעריבער דארף מען פראבירן צו לייגן א דגוש אויף די יחידים וואס האבן זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה, און זיך באדאנקען און ווייזן אז מ'איז דאנקבאר אז יענער האט זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה.

זייער אסאך מאל מאכט זיך דורכפעלער ביי א שמחה, למשל מ'האט באשטעלט איין זאך און ס'איז נישט אנגעקומען, איינע פון די משפחה האט נישט געברענגט וואס דו האסט אים געבעטן, דו האסט אים למשל געהייסן פאר שבת ברענגען א גלאז פאר קידוש און יענער האט פארגעסן, מ'קען ווערן מלא תערומות אויף יענעם (און מ'קען זיין אפי' 100 פראצענט גערעכט) עכ"ז דארף מען זיך קענען באהערשן און מקבל זיין באהבה, חז"ל זאגן אדם ניכר בכוסו בכיסו ובכעסו זאגט מיר א קלוגער איד אז א בעל שמחה האט אלע דריי ס'איז כיסו ס'קאסט אים געלט, ס'איז כוסו ער טרינקט ער עסט למעלה מן המדה, ס'איז בכעסו ער ווערט עמאשענול (כעס מיינט נישט דוקא ווען ער ווערט גערעגט, כעס קען מיינען פשוט זיין געפיל איז שטארק יעצט) זיינע געפילן זענען העכער און שטערקער ווי געווענדליך,

אט יעצט איז דער זמן ווי א מענטש ווערט דערקענט, און טאקע ביי א שמחה דארטן קען איך כאפן דעם תוך תוכיות פון א מענטש, צומאל האב איך א בליק אויף איינעם אלס איש פשוט מאד אבער ביי זיין שמחה זעה איך זיינע מידות און זיין באנעמונג ווי ער רעכנט זיך מיט יעדן יחיד ווי ער איז נישט מקפיד אויף די אלע שטערונגען פשוט איך כאפ התפעלות פון דעם מענטש, ווידער זייער אסאך מאל איז ממש להיפך, מענטשן וועמען איך האב געהאלטן פאר חשוב'ע וואוילע אידן אבער איצט ווען איך קוק אים אן ביי זיין שמחה זעה איך אז דער יוד איז ל"ע גארנישט מיט גארנישט, ער האט נישט קיין ברעקל מדות, ער האט אין זיך אזא שלעכטן נאטור, ער קערט נישט פאר א צווייטן ער רעכנט זיך נישט מיט א צווייטן, בעת ווען ער איז טרוד אין די שמחה כאפט ער נישט וואס ער טוט און ער האט נישט אזוי דעם קאפ צו בלאפן און צו האלטן זיין מאסקע ווי געווענדליך און ס'קומט ארויס זיינע נישט גוטע מדות אין די עפנטליכקייט, פארדעם זאג איך מ'דארף זיך היטן מ'זאל נישט פארלירן דעם מח אפי' ביי א שמחה,

כ'האב געזעהן א טייטש וזכינו לקבל וכו' מתוך רוב שמחה, די אויתיות וואס זענען בתוך "שמחה" איז "מח" מ'זאל האבן דעם מח בעת רוב שמחה, און קענען פראווענען א שמחה ווי א איד, דעם אשר בחר בנו מכל העמים זאל ארויסשרייען פון דיין שמחה, און דער יעצטיגע שמייכל זאל זיך נישט אפטון פון דיר ביז ווען דו וועסט זעהן דיין טאכטער אונטער די חופה ועד בכלל, ויה"ר אז מ'זאל טאקע מאכן שמחות בשמחה וישישו בשמחה, און מגדל זיין דעם טאכטער לבעל תורה ולחופה ולמעש"ט, זי זאל וואקסן א ערליכע אידישע מאמע, און א געזונטע אלטע באבע, ביז 120 יאר,

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:14 pm

מזל טוב שאצי אי"ה ביי דיר אויף שמחות געזונטערהייט

די וויפלטע?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:24 pm

אזאנס צאמצוווארפן?!! wow!!
איך האב נישט דאס ווארט אין מויל
ס'איז הערליך!

א ריזיגן יישר כח
מיר ווארטן שוין אויפן זכר (אשרי מי שבניו זכרים)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:28 pm

א שאד, א שאד, א שאד, אז איך האב דאס נישט געהאט פארן מאכן א קידוש פא מיין מיידעלע תחי', אבער בעטער לעיטער דען עווער און ביטע שליח ציבור! זעהט אז ווען איך וועל מאכן די נעקסטע זכר אי"ה זאל איך שוין האבן עטוואס ערפארונג
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:30 pm

זייער שיין, זייער שיין, ממש נישטא וואס צוצוגעבן (אויסער אריינצובייסן אינעם קידוש. ווי יענער האט געפרעגט: וואס איז די בעסטע זאך אריינצולייגן אין א זיבן-שורה קוכן? ענטפער: די ציין)

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

wow אזוי שיין צו צונעמען מיט א יעדן דיטעיל
א ריזיגן שכח

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג אוגוסט 13, 2010 5:11 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אידן וואונטשן זיך ברכות בשמחה ובטוב לב אהין און צוריק א אידישע ברכה גייט נישט לאיבוד, ווידער דער טעקסט מעסעדש הרג'עט אלעס אפ און לייגט אוועק אין די זייט אזויפיל אידישע ברכות, ס'איז ממש א שאד...


ווער זאגט אז צוריק באקומען א ברכה דורך טעקסט איז נישט די זעלבע חשוב???

מען קען שיקען זייער א שיינע ברכה אויף ענגליש.....
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22370
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 13, 2010 6:32 pm

יישר כח הרב המגיד דמתא, ביי אייך אויף שמחות אי"ה.

לגבי טעקסטן, דארפט איר נעמען צו קענטעניס אז נישט אלעמאל ערלויבט די צייט א יעדן אנצורופן פערזענליך, משא"כ א טעקסט וואס ווער עס ווייסט ווי אזוי קאן ארויסשיקן, צענדליגער אויף איינמאל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוגוסט 15, 2010 2:55 am

WOW!!!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 15, 2010 11:08 am

זייער שיין!

אבער די וואס באלאנגען צו גרויסע קהילות און מאכן די קדישים ביי זייערע רבי'ס, איז דער ארטיקל נישט אקטועל. דער בעל שמחה דארף גארנישט טון, אויסער באקומען אביסל שיריים ביים קידוש פון רבי'ן און עולה זיין לתורה, רוב בית-המדרש ווייסט ניטאמאל אז ער גיבט קידוש.

אפשר וואלט שאץ געדארפט מאכן אן ארטיקל ווי אזוי א טאטע דארף זיך פרייען אין אזא מצב, ווען ער פילט אפילו נישט אז ער מאכט א שמחה און האט נישט אזא שטארקע געלעגנהייט זיך ארויסצוברענגען און לויבן ברבים השם-יתברך.

דער עיקר איז אז מיר זאלן אלע קענען טון שמחות מיט שמחה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 15, 2010 12:48 pm

שאץ, איך האב שוין אפאר מאל אנגעפאנגן מגיב צו זיין אבער אייביג צוריק געצויגן. איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער זיך צו באדאנקן, און סתם זאגן יישר כח איז נישט.
יעצט אזוי וואו איך זעה אז די ווערטער קלאפן זיך עפעס נישט צוזאם, און לאזן אן מגיב זיין איז נישט קיין אפציע,
מיז איך יעצט דא זאגן יישר כח. איך האב מורא'דיג הנאה געהאט, יעדעס ווארט האט זיך געליינט מיט א געשמאק.

דאס איז וואס איך קען יעצט צומקראצן, אבער באמת ליגט ציר סאך מער אויפן צינג..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 15, 2010 12:53 pm

זיס האט געשריבן:זייער שיין!

אבער די וואס באלאנגען צו גרויסע קהילות און מאכן די קדישים ביי זייערע רבי'ס, איז דער ארטיקל נישט אקטועל. דער בעל שמחה דארף גארנישט טון, אויסער באקומען אביסל שיריים ביים קידוש פון רבי'ן און עולה זיין לתורה, רוב בית-המדרש ווייסט ניטאמאל אז ער גיבט קידוש.

אפשר וואלט שאץ געדארפט מאכן אן ארטיקל ווי אזוי א טאטע דארף זיך פרייען אין אזא מצב, ווען ער פילט אפילו נישט אז ער מאכט א שמחה און האט נישט אזא שטארקע געלעגנהייט זיך ארויסצוברענגען און לויבן ברבים השם-יתברך.

דער עיקר איז אז מיר זאלן אלע קענען טון שמחות מיט שמחה.

אין אזא פאל קומט מען אויף אידישע וועלט און מען גרינדעט אן אשכול אפצונעמען מזל טוב פונעם עולם, סייווי דארף מען ענדערש דעם היזיגן עולם ביים שמחה ווי דעם שכן אין שוהל.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:25 pm

!!WOW! Tnx so much! I have no words
;l;p-

דעריבער וועלן מיר אנהייבן ביי די שמחה פון געבורט און דערנאך גיין צום אפשערן

I'm making iy"h Upshern in a few weeks, b4 rosh hashana, if possible please make your Upshern article as soon as possible
!I'll appreciate it
http://www.teoria.com/ Music Theory

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:56 pm

הרב 1 ביי 1 איך האף דו וועסט אפנעמען דא מזל טוב פון אנ"ש אזויווי קרעמער האט געשריבן
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 5:09 pm

און איך האף אז דו וועסט ברענגן דאס קינד לעקן האניג אין בית יאנאש..

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 5:23 pm

1x1 האט געשריבן:!!WOW! Tnx so much! I have no words
;l;p-

דעריבער וועלן מיר אנהייבן ביי די שמחה פון געבורט און דערנאך גיין צום אפשערן

I'm making iy"h Upshern, b4 rosh hashana, if possible please make your Upshern article as soon as possible
!I'll appreciate it


גם אני מצטרף לבקשתך
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:26 pm

איינער האט א איבערטייטש אין "ספּאַניאָן" אויף "בלי מילים"?! דאס איז וואס איך וויל שרייבן!! מוראדיג, הערליך.

עטס זעטס ער ברענגט עס ארויס, אז די עיקר שוועריגקייט איז "דאס אינזין האבן יעדן יחיד באזונדער"! אוי ווי אמת דאס איז. מען האלט דעמאלטס נאכן אנגרייטן אלעס, די קאפ איז שוין נישטא, און פונקט דעמאלטס קומט דער עולם וואונטשן אלע ברכות.. דאס איז טאקע שווער. אבער - שאץ - העסט מיר מודה זיין: הלואי אויף אלע אידן אזעלכע שוועריגקייטן!! ונאאאאאאאאאאאאאמר אמן!!

*
בנוגע איבערפרעגן דעם נאמען: איך האלט אז ס'איז זייער נארמאל, [והא ראי': איך אליין טוה עס!], ס'געט מער צו צום געשמאק, איינס: ווייל פלעין צו וואונטשן ווי יעדער טוט, וועט נישט מאכן דעם בעל שמחה ער זאל דיך געדענקן א וואך שפעטער, איך פרעג: נאָ? די נאמען?
בעל שמחה: דבורה גענענדל!
איך: נאך די באבע, אהא? הוי טאנצט זי בעולם העליון!!
ער געט א שמייכל און ער וואונטשט שוין פארן נעקסטן.

זאת ועוד. מען קומט אהיים דערמאנט מען אז יואלי אן איידעם ביי מיכלאוויטש האט געמאכט א קידוש און די בעבי הייסט: רויזא [גארנישט מיט "גרויזאמער"..], האט עס שוין גאר שיין פשט. מ'נעמט זיך חקר'נען נאך וועמען וכו' וכו', און די אייער צוויבל עסט זיך געשמאק

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:38 pm

קודם שאץ די ארטיקל איז ווערט אלע געלטער, זאל דער אייבישטער העלפן ס'זאל זיין אקטועל ביי יעדן יחיד בזמנו,

עניוועי צירוק צים ענין, איך פיר מיך געווענדלעך אז אויב באקים איך א טעקסט פין א חבר צי וועמען כ'אב שוין נישט גערעדט יאאארן שיק איך עים געווענדליך צירוק " are you sure you send me the invitment ??? " איך מיין איך וויל דאך נישט אנקימען דארט אין יענער זאל דארפן טראכטן צוויי מאל ווער איך בין....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:52 pm

שאץ! הערליך!
נעקסטע ט.ב. ארטיקעל איז "א זיידע ביי א שמחה?" :wink:
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:54 pm

1x1 האט געשריבן:I'm making iy"h Upshern in a few weeks, b4 rosh hashana,

שאץ האט דאך יעצט געשריבען אז איינלאדען זאל קומען אדער פערזענליך אדער אויפען טעלעפאן, נישט און א טעקסט....
the SCY is the limit

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 8:23 pm

זייער זייער שיין.
כן יעזור ה' להלאה.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 9:56 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:צדיקים טייטשן וישישו בשמחה, א שמחה וואס מ'מאכט זאל זיין טאקע בשמחה וטוב לב, צומאל מאכט זיך אז א מענטש איז טאקע זוכה צו א שמחה אבער ווען די שמחה ווערט געפראוועט איז עס שלא בשמחה, זאגט דער פסוק וישישו בשמחה מ'זאל פרייליכערהייט מאכן די שמחה, דאס איז דער עיקר תפקיד פון א בעל שמחה, אז זיין שמחה זאל געפראוועט ווערן ריכטיג בשמחה,

שמחות מתוך שמחה, שמחות מיט פרייליכע הערצער וכדומה.

ליידער ביי אידן עם חסרון כיס עד כדי כך אז עס טרעט זיי צו ביז צו דעם געזונט, האבן די אויבן דער-מאנטע מער וואו איין מיינונג.
ועמך כולם צדיקים

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש אוגוסט 21, 2010 11:12 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ווען א איד איז זוכה צום געבורט פון א געזונט קינד, איז דאס א שמחה עצומה, און מ'דארף דאס נעמען אויף די מחשבה אז דאס איז כלו טובת ד', און נישט קלערן אז דאס איז בלויז די סדר העולם און דרך הטבע, דער דרכי היצר איז אלעס צו מאכן דרך טבע און מאכן דעם מענטש פארגעסן אז יעדע אטעם איז א טובה פון קב"ה ועל כל נשימה ונשימה תהלל ק"ה, ממילא ראשית דבר גלייך נאכן געבורט פון זיין געזונט לעכטיג קינד איז א איד שולדיג א שבח והודאה פאר קודשה ב"ה, די מעשה איז נאר אז די מציאת הזמן והמקום איז גורם אז ווען א מענטש האלט דא אז זיין ווייב האט אין א מזל'דיגע שעה געהאט א קינד איז מען טרוד מיט אסאך טרדות און די בהלה מאכט פארגעסן א מענטש ווי ער שטייט, קודם איז ער מיד פון די שלאפלאזע נאכט (און אמאל מער ווי א נאכט) פון זיין אין שפיטאל ביים געבורט, דערנאך ווערט מען טרוד מיט צוטיילן די קינדער, ווי אויך צוגרייטן די שמחה אליין, רופן מענטשן וכדומה, און דאס מאכט פארגעסן פון דעם עיקר אז מ'איז שולדיג א שבח והודאה על כל החסד אשר עשית,

ס'וואלט געוועהן א גוטע זמן דעם ערשטן שבת נאך די לידה צו ווידמען לכה"פ איינמאל מסיים צו זיין תהלים אלס א שבח והודאה ווייל אז מ'באשטומט דעם ערשטן שבת פאר א שבח והודאה איז דאס א שטיקל צוריקהאלט פון ווערן אפגעשטופט, במשך דעם שבת קען מען אלץ טרעפן א זמן פון צוויי שעה אויסצוזאגן תהלים, תהלים איז נישט בלויז א געבעט תהלים איז א שבח והודאה,
הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א פארציילט: אז ווען ער איז געוועהן א בחור אין א"י און געהאט פראבלעמען זיך ארויסצודרייען פון דינען ביי די דארטיגע מיליטער האט ער געטון די עצה הידוע פון זיך משוגע מאכן, ער איז אזוי געגאנגען אהין צואמען מיט זיין פאטער ע"ה און למעשה האבן זיי אים צום סוף באפרייט, אנקומענדיג אהיים איז ער פארשטייט זיך געוועהן פארמאטערט פון אזא שווערע איבערלעבניש האט ער זיך געוואלט גיין אראפ לייגן כאפן א דרימל, האט אים זיין פאטער געזאגט יוסף חיים! דו ביסט געווארן באפרייט יעצט גיי זאג אויס תהלים אלס א שבח והודאה!!!,
כמו כן דארף א איד וואס איז זוכה צו מאכן א שמחה נעמען די פאר מינוט צו זאגן א שבח והודאה ווי רש"י זאגט שאינך כפוי טובה.

געפונען אין קדושת לוי די וואכעדיגע סדרה דעם ענין, והא לך לשונו הקדוש:
כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך. הכלל הוא, כשמגיע לאדם איזה שמחה מהבורא ברוך הוא אזי יראה לדבר דבורים להביא השמחה באותיות בתורה ובתפלה ושירות ותשבחות בכדי לדבק השמחה למעלה בבורא ברוך הוא. וזהו הרמז כי תבנה בית חדש, כשמגיע לך שמחה חדשה. ועשית מעקה, לעלות השמחה על ידי אותיות כנ"ל. וזהו מעקה, כי המעקה יבנה למעלה למעלה. וזהו הרמז לגגך, כדי להביא השמחה באותיות. וידוע, כי כח המנענע בכל האותיות הוא השם הוי"ה ברוך הוא הרצון באותיות משם הוי"ה. וזהו גג"ך, גימטריא כ"ו:

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 22, 2010 1:16 am

הערליך שיין אידאס ווארט!!!

אלץ איינער וואס האט שוין געמאכט עטליכע קידושים בחסד ד' עלי קעניך נאר מיטשטימען ווי אלעס שטימט...

בנוגע טעקסט מעסעדשעס, איך האב אויך געשיקט כמנהג העולם היינט אבער דייקא פאר גוטע פריינד, ווען איך באקום פון א נישט באקאנטער רעגט עס מיך אויף וואס מאכט ער משוגע?! איך האב מיט דיר גאניש ווייל די האסט מיין נומער מיינט עס נישט אז דארפסט מיר שיקן ווייסט אז כ'גיי נישט קומען און די קומסט נישט ווען איך מאך א שמחה... לאמיך אפ.
דאגעגן א גוטע פריינד ביניך זייער העפי צו באקומען א טעקסט זייער אסאך מאל האביך נישט די צייט/געדולט צו הייבן די טעלעפאן משא"כ ליינען א טעקסט.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 5:23 pm

1x1 האט געשריבן:!!WOW! Tnx so much! I have no words
;l;p-

דעריבער וועלן מיר אנהייבן ביי די שמחה פון געבורט און דערנאך גיין צום אפשערן

I'm making iy"h Upshern in a few weeks, b4 rosh hashana, if possible please make your Upshern article as soon as possible
!I'll appreciate it


זאל איך שוין אויפגעבן?
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קארפענטער און 2 געסט