רבותי!! מ'מעג שוין!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

רבותי!! מ'מעג שוין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז דא געוויסע מענטשען וואס זענען אביסל צוריק געבליבן און פארגעסן אדער זענען זיי פשוט אומוויסענד, זיי ווייסן נישט אז יעדע זאך האט זיין צייט.
ס'איז טאקע דא זאכן וואס און געוויסע זמנים טאר מען נישט, אבער איינמאל די זמן איז פאריבער מעג מען שוין!
און צו אט די אידן שטעל איך דא ארויף מיין אנאנס.

רבותי!! מ'מעג שוין!

יעדער ווייסט אז פאר קנאפע צוויי וואכן צוריק איז כלל ישראל געווען איינגעהילט און טרויער, אידן האבן געקלאגט אויפן חורבן ביהמ"ק.
און שו"ע שטייט אז און די ניין טעג טאר מען נישט טוישן וועש און נישט כאפן קיין טוש,

רבותי!! די ניין טעג זענען פארטיג! מ'מעג שוין טוישן וועש!!

איר ליינט דא מיינע ווערטער און איר קלערט אוודאי וואס איז מיט אום נעבעך געשען, וואס וויל ער דא?
איך וויל נישט גארנישט! איך וויל נאר אז מיינע פאר ווערטער דא זאלן אנקומען צו מיין שכן און שוהל, איך וויל און איך האפ אז מיין שכן וועט ליינען די פאר ווערטער און דאן וועט ער פארשטיין פארוואס איך דריי ארויף די עיר קאנדישן יעדעס מאל ער קומט אריין און זעצט זיך אוועק נעבן מיר.

דער איד פון וועם איך רעד איז א וואוילער איד אבער מיין געוויסן זאגט מיר אז ער ליידט אויפן אף, ווען נישט וואלט ער זיך נישט דערטראגן!

מעשה שהי' כך הי':
היינט ביך איך אויפגעשטאנען עטוואס פריער פון יעדן טאג.
די מקווה ב"ה האט געקלאפט, די וואסער איז געווען די טעמפאטער וואס איך האב געהאפט, יאגן האב איך זיך נישט געדארפט ווייל וואו ערווענט האבן צוריק באקומען היינט די נשמה מיט אפאר מינוט פריער.
די קאווע איז אויך געווען געלונגען..פיין הייס..
מ'האמער נאך געהאט צייט אריין צוכאפן אפאר קאפיטליך תהלים, אלעס איז געפארן פיין און שמייכעלדיג, ביז..
ביז מיין שכן -מיר וועלן אום רופן מר. שטינקער- איז אנגעקומען.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער איז אנגעקומען שפעט און זיך געיאגט ביים מאכן די עטיפה און איך האב זוכה געווען צו א שמייס פון די ציצית, דאס פארגיב איך אום מיטן גאנצן הארץ.

אבער באשעפער... פון וואו נעמט מען אזא גרוך??
וויאזוי פיט אויף אזא קליינע מענטש אזויפיל גרוך??
ווי קומט צו א מענטש דארנעשטיג צופרי א אייער צוויבל/פיש זאפט גרוך??
שבת נאכמיטאג החרשתי, אבער דארנעשטיג צופרי ווי שאפט מען דאס??
פארוואס דארף מיין נאכטמאל ארויף קומען אינמיטן ויושע?

מר. שטינקער, ווייסט איר אז פיצן די ציין מאכט פריש דאס מענטש? פראבירט עס, איר וועט מיר דאנקבאר זיין. ווען ארכעלאגן זאלן טרעפן אייערע ציין וואלטן זיי באשטעטיגט אז דאס איז ציין פון צייטן פון בית ראשון.

אלזא מר. שטינקער פארשטייט מיך ווען איך מאך ארויף די עיר קאנדישן, מיר איז אויך קאלט אבער קעלט פארנעם איך בעסער וואו גרוך! דאס איז מיין טבע. נישט אז ס'העלפט אסאך, אבער אויף אזויפיל טוט עס אויף אז כאטש צושפרייט עס די גרוך אז נאך אידן זאלן נהנה זיין, ס'איז בבחינת מיגי דזכי' לנפשי' וכו'.

אבער היינט נאכן דאווענען איז מיר בייגעפאלן אז אפשר איז דער איז נישט שולדיג, אפשר ווייסט ער פשוט נישט אז מ'מעג שוין?
אויף די א"י אידן זאגט מען דאך אז די סיבה פארוואס זיי ארבעטן נישט איז ווייל מ'האט אמאל אויסגערופן א ביטול מלאכה דארט, אבער מ'האט קיינמאל נישט אויסגערופן אז מ'קען צוריק גיין.
נו, אויז אזוי איז דער איז גארנישט שולדיג, ער האט געלערענט און שו"ע אז און די ניין טעג נעמט מען נישט קיין שויער, און אז תשעה באב בארשט מען נישט די צאן און ביי דעם איז געבליבן,
וועגן דעם בין איך דא און איך רוף אויס:

רבותי!! מ'מעג שוין!

יא, די ניין טעג זענען פארטיג. תשעה באב איז אויך פארטיג! מ'מעג שוין טושן און פיצן!
בל תשקצו איז אויך א לאוו!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

געלעגער, איך שטעל מיך צו צו דיין אויסרוף

הערליך צוברייטלט מיט א געשמאק אזאש מיין קיבארד האט זיך גענומען ש.... אינמיטן ליינען..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קענטיג אויף דעם ארטיקל אז מען מעג שוין זיין בשמחה... אבער נאך ווי בשמחה... איך האב שוין לאנג נישט געלאכט אזוי ווי פון דעם ארטיקל (איך מיין דאס איז די ערשטע ריכטיגע קרעטשמע ארטיקל אויפן צייטווייליגן וועלטל).
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יושששששששש ער איז גוט!!

מר. שטינקער; נאר לעבן אים זאלסטו זיצן!!!! :lol: :lol:
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שטינקער? א מיאוס'ער נאמען, איך העט עם געווען געראטן ר'זאל זיך טוישן דעם נאמען.

פון:

חיים שטינקער

צו:

משה שטינקער

...דוי לאכט מען (אינספירירט פון: די לעצטע געדאנק)

נ.ב. אויך די וועש מעג ער זיך טוישן; מעגליך, אז דער נאמען וועט זיך מיט טוישן באופן אויטאמאטי...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די ערד איז געווארן מיין געלעגער ביים ליינען דעם אשכול... ר׳ איד, איר זענט גוט! 
An article a day keeps the babies away
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

אמג!!! וואס דו האסט געטוהן צו מיר, האט שוין קיינער לאנג נישט געטוהן!

געלעגער'ל דיינע סחורה זענען דאך אזוי זאפטיג, א שאד אז דו טרעפסט דיך נישט אן מער אפט מיט אזעלעכע שטינקערס למיניהם!

ומכאן יצא הדבר צו אלע שטינקערס וכיו"ב, זוכט איר א גוטן פלאץ אין ביהמ"ד? האט איר נישט לעבן וועם צו זיצן? דאן ווייסט איר אייער אדרעס, זוכטס אויף געלעגער'ס פלאץ, די פלאץ דערנעבן דארף לכאורה זיין ליידיג נאכדעם וואס ער האט הירשט פארשיקט איינעם פון דארט, און מאכט אייך באקוועם.

געלעגער איך ווארט שוין אויפן קומענדיגן!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

געלעגער שוין לאנג נישט געלאכט אזוי :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

די האסט שוין פארגעסען די מנהג פארוואס מען זאגט מיטוואך ביי די יום לכו נרננה זיך צוציגרייטען פאר שבת סאו אפשר איז זיין מנהג צו עסן אייער צוויבעל מיט פיש יאך לכבוד די יום פון מיטוואך????? :wink: :wink:

נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געלעגער, ;l;p- ;l;p-
הערשעלע האט געשריבן:ומכאן יצא הדבר צו אלע שטינקערס וכיו"ב, זוכט איר א גוטן פלאץ אין ביהמ"ד? האט איר נישט לעבן וועם צו זיצן? דאן ווייסט איר אייער אדרעס, זוכטס אויף געלעגער'ס פלאץ, די פלאץ דערנעבן דארף לכאורה זיין ליידיג נאכדעם וואס ער האט הירשט פארשיקט איינעם פון דארט, און מאכט אייך באקוועם.

געלעגער, און וועלכע ביתעמעדרש דאווענסטו?
איך האב חשק איינעם פון מיין ביתעמדרש צו שיקען צו דיין......
the SCY is the limit
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

געלעגער, איך האב דאס געהאט באקומען פאריגע וואך אויף בבמ איך האב פיין צאמגעלאכט, יעצט זעה איך פון ווי ס'קומט, מעככככטיג!
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

והיה פינו מלא כשטינקי במלאו מובן השטינק.

מיט איין סניס וואלט ער אפגעהארגעט דיין שמעק נאטור, הא? שטעל דיך פאר ער סניסט ווען אזוי מיט א שארפקייט? וואס וואלטן מיר געקריגן.
אוי דיין ארטיקל קוקט ארויסגעשמיסן אינמיטן א שטינקאכץ. ס'טייטש א אנשיקעניש מיט שטינקעניש. ס'ארא שטינק!

גאו שטינקי!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שטארק זיך האט געשריבן:שטינקער? א מיאוס'ער נאמען, איך העט עם געווען געראטן ר'זאל זיך טוישן דעם נאמען.

פון:

חיים שטינקער

צו:

משה שטינקער

...דוי לאכט מען (אינספירירט פון: די לעצטע געדאנק)

נ.ב. אויך די וועש מעג ער זיך טוישן; מעגליך, אז דער נאמען וועט זיך מיט טוישן באופן אויטאמאטי...


שטארק זיך, יוי האסטו מיך דערמאנט גוטע צייטן....

איך האב שוין לאנג געהאט די קשיא, ווי זענען נעלם געווארן די אלע אלטע זאפטיגע עקטערס, ובראשם זעמל? פארוואס הערט מען מער נישט פון זיי??

און בכלל ווייסט איינער צו ס'איז דא א ווידיאו פון די לעצטע געדאנק?
הנותן לשכוי בינה...
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

דא קען מען דאס באקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

דא קען מען באקומען די CD פון די באוואוסטע פלעי "די לעצטע געדאנק".

ווייסט אפשר איינער וואו קען מען באקומען די טעיפס דערפון?
אטעטשמענטס
די לעצטע געדאנק.jpg
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

געלעגער אגב איך קען אזא נעשה פון איינעם וואס איז נישט געגאנגען אינמיטן וואך און א שאוער, און עס האט זיך געטראגן פון עם א שווערן גערוך, און איינמאל איז אויסגעקומען אז א פארשטענדליכע יוד איז געזיצן נעבן עם און זייענדיג אפן מיט עם האט ער עם געזאגט ר' איד זאלסטו וויסן אז די שטינקסט, און יענער יוד האט דאס נישט געוויסט און ער האט עם זייער דאנקבאר געווען, און זינט דאן איז ער נהפך לאיש אחר, ער שאוערט זיך, פוצט זיך די ציין,

געלעגער א מענטש זעהט נישט זיינע חסרונות, די בעסטע וואלט ווען געווען ווען די ביסט עם ווען מעורר
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

איך מיין אויך אזוי אז א מענטש וואס ווייסט נישט אז ער שטינקט קען מען עם עס רואיג זאגן ער וועט נישט ווערן באליידיגט ער וועט קוים כאפן אז ער שטינקט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואו איז געווען די ארטיקל עד היום? דאס איז דאך געוואלדיג! געלעגער שוין ס'צווייטע מאל היינט וואס איך לאך, אבער דא האבעך ממש עקספלאודעד!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב אויך ערשט נעכטן געליינט (צרות רבות חצי נחמה..... וואסערע צרות ? )
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

עס זאל נישט פאררעכנט ווערן אבער אלץ בחור האב איך אמאל געשיקט מיין חברותא טוישן א פאר זאקן...

איך שטעל זיך צו צו דעם מיינונג אז יעדער איז דאנקבאר אז מען זאגט אים, רוב מאל ווייסט מען נישט אליינס, עס דארף אבער זיין מיט שכל און טאקט, אז יענער זאל ח"ו נישט פארשעמט ווערן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גיי ווייס וואו דער ארטיקל איז אהינגעקומען? פארוואס האב איך דאס נישט געזעהן ביז יעצט??

זעהנדיג דעם קעפל האב איך שוין געמיינט אז געלעגער איז אויפגעקומען אז מ'מעג שוין רעדן ביים דאווענען.. אדער אז איינער האט געשישקעט אויף אים שוין ווען מ'האט געמעגט רעדן.. (נו, האסטע נאך א טעמע) כ'האב געהאפט אז ער האט זיך נישט בא'נארישט נאכמאל און נישט געשריבן דערוועגן..

עניוועי. גוט אז די האסט אים דערמאנט, איך גלייב אז ער האט געקריגן די מעסדעזש ווייל איך זעה נישט אז עס זאל נאכפאלגן נאך א ווארענונג..

געלעגער. נאר לעבן דיר זאלן זיי זיך זעצן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

געלעגער האט געשריבן:פארוואס דארף מיין נאכטמאל ארויף קומען אינמיטן ויושע?


:lol: :lol:

ווען ארכעלאגן זאלן טרעפן אייערע ציין וואלטן זיי באשטעטיגט אז דאס איז ציין פון צייטן פון בית ראשון.

:wink: :roll:
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

צוקער זיס
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מען מעג שוין???? אקעי דא האסטע איינס........ ;l;p-
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

יוי'ש איז דאס א גוט'ס
אבער סך הכל איז א רחמנות אויף דיר
איך בין זיך מצטרף מיט אלע קוראים וואס בעטן אז דו זאלסט איהם זאגן אויף א שיינעם אופן
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יא, וואס פארשעמסטו מיר ברבים? כ'האב דיר עפעס שלעכט געטון?
רבי, נעקסט טיים זאג מיר אין בעסמעדרעש אז איך שטינק, און פארשעם מיר נישט בפני כל עם ועדה!
:oops: :oops: :oops:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:יא, וואס פארשעמסטו מיר ברבים? כ'האב דיר עפעס שלעכט געטון?
רבי, נעקסט טיים זאג מיר אין בעסמעדרעש אז איך שטינק, און פארשעם מיר נישט בפני כל עם ועדה!
:oops: :oops: :oops:

קודם הער אויף טאנצן וועסטו נישט שמעקן אזויפיל.
א פשוטע איד.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”