נאר איין פאטש
א.
דער פאטש
מיט בערך דריי הונדערט יאר צוריק האט אין שאריגראד געלעבט א רב מיט'ן נאמען רבי דוד צבי אויערבאך. ער איז געווען א גרויסער למדן, אבער אויך א גרויסער קפדן – א נוח לכעוס. די הנהגה פונ'ם רב איז געווען אויפצושטיין יעדן טאג בעלות, אפצודאוונען ביחידות ביז "ברוך שאמר". דערנאך זיך זעצן לערנען און ווארטן ביז משה שמש זאל קומען, אנקלאפן אין פענצטער און זאגן: "רבי, דער עולם ווארט!" דעמאלט האט דער רב ר' דוד צבי מפסיק געועון דאס לערנען, אויף גיך זיך אנגעטאן זיין קאפאטע אויף איין ארבל און זיך געאיילט אין בית-המדרש, וואו דער עולם האט אויף אים געווארט ביי "ברוך שאמר".
אט אזוי איז עס אנגעגאנגען פיהל יארן. ר' דוד צבי, דער רב, איז געווען א גרויסער זהיר אין תפילה בציבור און קיינמאל נישט געדאוונט ביחידות. שבת פרשת שמות, האט זיך דער פרנס-חודש געגרייט אויפצורופן, צו דער חתונה פון זיין זון, דעם חתן עולה לתורה זיין, ווי דער מנהג איז פון קדמונים אן. האט ער געשיקט משה שמש צו פערבעטן אלע שענסטע בעלי-בתים פון שטאט. איז דער שמש געווען שטארק טרוד און האט פארגעסן צו רופן אין צייט דעם רב צום דאוונען. קהל האט, ווי שטענדיק, געווארט א שטיקל צייט, און אז מ'האט געזען, אז דער רב קומט נישט, האט מען געמיינט, אז ער איז, חלילה, נישט אינגאנצן געזונד, האט מען מער נישט געווארט און ממשיך געווען דאס דאוונען. ווען מ'האט שוין געהאלטן ביי "ברכו", האט זיך דער שמש געכאפט אויף זיין זכרון, וואס ער האט פארגעסן צו רופן דעם רב, איז ער, מיט גרויס פחד און מורא פארן אלטן רב, געלאפן צו אים און אויפן געוויינטליכן אויפן אנגעקלאפט אין פענצטער: "רבי, דער עולם ווארט!". רבי דוד צבי האט ווי זיין שטייגער שנעל ארויפגעכאפט זיין קאפאטע און זיך געאיילט צום דאוונען. דער שמש איז אים נאכגעגאנגען. ווען דער רב איז צוגעקומען נאנט צום בית-המדרש אין דערהערט, אז קהל זאגט שוין "ברכו", איז ער געווארן מלא חימה אויפן שמש, אים שטארק געזידלט, און ווען דער שמש האט זיך געוואלט פארענטפערן, איז דער רב אריין נאך אין א גרעסערע הקפדה, דערלאנגט דעם שמש א פראסק אין באק, אויף שנעל אריין אין בית המדרש, געשטעלט זיך אויף זיין מקום קבוע, נעבן ארון-הקודש, אייגעהילט זיך אין טלית און אנגעהויבן דאוונען. אבער זיין תפילה, וואס איז שטענדיג געווען מיט התלהבות און גרויס דביקות, איז דאסמאל געווען קאלט און אן א טעם.
ב.
די עלי' פון שלישי
אין יענע צייטן איז געווען דער מנהג אויפצורופן דעם רב יעדן שבת אין אים געבן "שלישי". אויך דעם שבת איז דער רב עולה לתורה געווען צו "שלישי". געמאכט די ברכות מיט גרויס כוונה און זיך מרכז געווען צו הערן און נאכזאגן יעדעס ווארט פונ'ם בעל-קורא. מ'האט געליינט די סדרה "שמות". און פלוצים איז דער רב שטארק דערשראקען געווארן ווען ער האט דערהערט ווי דער בעל קורא ליינט: "ויצא ביום השני והנה שני אנשים עברים נצים, ויאמר לרשע למה תכה רעך" א דערשראקענער איז ער געשטאנען, נאכגעזאגט דעם בעל-קורא ווארט ביי ווארט: "רשע למה תכה רעך", און פאר זיינע אויגן זענען מיטאמאל אויפגעשווימען אלע צעווארפענע מימרא'ס פון תלמוד און מדרשים וואס האבן א שייכות צו דעם פסוק. "ר' חנינא זאגט דאס וואס פאטשט די באק פון זיין חבר איז גלייך ווי ער וואלט געפאטשט די באק פון די שכינה" (סנהדרין נח) "ריש לקיש זאגט דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר, אפילו ווען ער האט אים נישט געשלאגן, ווערט אנגערופן רשע" [מדרש רבה, טו] און נאך אזעלכע מאמרים חז"ל.
איז אים בשעת'ן ליינען קלאר געווארן, אז ער איז באגאנגען א גרויסע עוולה און אז מן השמים איז מען אים מרמז, אז ער איז א זינדיקער... איז ווי אזוי וועט ער קענען קוקן דעם שמש אין פנים אריין? ווי אזוי וועט ער, דער רב, קענען ווייטער זיין דער מורה-הוראה, און מורה-דרך פון זיין עדה אידן? די גמרא זאגט דאך בפירוש: "אויב א רב איז נישט געגליכן צו א מלאך, טאר מען נישט פארנעמען קיין תורה פון זיין מויל" [מועד קטן יז]. ער האט זיך אבער באלד געשטארקט, געטראכט, עס איז שבת היינט, טאר מען זיך נישט מצער זיין – דער באשעפער וועט זיך דערבארעמען. דער בעל-קורא האט געענדיקט די פרשה, דער רב האט געמאכט די צווייטע ברכה, אראפ פון דעם באלעמער, פארענדיקט דאס דאוונען, אהיימגעגאנגען און אנגעהאלטן דעם שבתדיקן געמיט צושטאנד ביז נאך הבדלה.
ג.
דער רב גייט אין גלות
יעדן מוצאי-שבת פלעגט דער שמש קומען צום רב זיך נאכצופרעגן וועמען מ'דארף מזמין זיין צו א דין תורה, אדער טאן א אנדער שליחות בית-דין. איז אויך דעם מוצאי שבת דער שמש, ווי אלעמאל, געקומען צום רב אין הויז. דאס הארץ האט אים געקלאפט, ער האט זיך געריכט אויף א עונש פונ'ם רב, דער קפדן, פאר דעם מכשול, וואס ער האט אים גורם געווען עובר צו זיין דעם זמן-התפילה. באלד אבער ווי דער רב האט אים דערזען, האט ער אים אריינגערופן אין זיין חדר מיוחד, אנגעהויבן זיך בעטן ביי אים מיט טרערן אין די אויגן, אז ער זאל אים מוחל זיין פאר דעם וואס ער האט אויף אים געהויבן די האנט. ער וועט נישט קענען ווייזן זיין פנים פאר קהל, אויב ער וועט אים נישט מוחל זיין פאר זיין רשעות, - האט דער רב זיך געבעטן מיט טרערן.
וואס מער אבער דער רב האט זיך ביי אים געבעטן, אלץ מער איז דער שמש מבולבל געווארן, ער האט בשום אופן נישט געקענט באגרייפן ווי אזוי איז דאס מעגליך, אז דער רב, דער למדן, דער קפדן, וואס די גאנצע שטאט איז אונטערטעניק צו אים און ציטערט פאר זיינעם א ווארט, אז ער דער רב זאל גאר שטיין און זיך בעטן מיט טרערן און תחנונים, אז ער, דער שמש, דער פראסטאק, זאל גאר אים מוחל זיין. אדרבא, דער שולדיקער איז דאך ער און נישט דער רב!
עפענט זיך ביים שמש א קוואל פון טרערן און ער צווויינט זיך און בעט ביים רב רחמים אויף זיך און אויף זיינע בני-בית, ער זאל אים נישט מעביר זיין פון זיין שמשות. ער איז גרייט צו נעמען אויף זיך יעדן עונש, וואס דער רב וועט אויף אים ארויפלייגן, אבי נישט צו פארלירן זיין מקור פון פרנסה.
- "רבי! כ'האב חלילה קיין בייז נישט געמיינט! בלויז צוליב גרויסער טירדה פון די שמחה האב איך זיך מסיח-דעת געווען! רבי, האט רחמנות!".
און בשתע מעשה האט ער זיך באגאסן מיט זודיקע טרערן און געכליפעט אויפן קול ווי א קליין קינד.
אט אזוי זענען זיי געשטאנען איינער אנטקעגן צווייטן איבער א שעה. דער רב בעט מחילה ביים שמש און דער שמש בעט א תשובה ביים רב. עס האט זיך דעם רב בשום-אופן נישט איינגעגעבן ארויס צו קריגן פונ'ם שמש, אז ער איז אים מוחל.
אויף מארגן, זונטיק, אזי די גאנצע שטאט שאריגראד געגאנגען אויף רעדלעך: דער אלטער רב איז נישטא! מ'האט אים שוין געהאט געזוכט אין בית-מדרש, אין מקוה, אויפן הייליקן ארט, אינ'ם ביקור חולים, אינ'ם הקדש, און אין אנדערע קהל'ישע ערטער, אבער אין ערגעץ אים נישט געפונן.
האט מען פארשטאנען, אז נישט אומזוסט איז דער רב פארשוואונדן, מסתמא איז ער אוועק אפצוריכטען גלות. האבן אלע באדויערט, וואס זייער מורה-דרך האט זיי פארלאזן, און מ'האט געהאפט, אז עס וועט לאנג נישט דויערן ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף די פאריתומטע קהילה, און צוריק ברענגען זייער רב, דעם צדיק.
ד.
דער אורח ביים פרנס
און ר' דוד צבי איז טאקע אוועק אפריכטן גלות. ווי געאגט – נישט גענכטיקט, און וואו גענעכטיקט – נישט געטאגט. געוואנדערט מעיר לעיר ומכפר לכפר. אין א קורצער צייט איז זיין שיינער גרויער קאפ און זיין הדרת-פנימדיקע בארד געווארן ווילד פארוואקסן, זיין ליכטיקער איידעלער צורה – געווארן פיל מיט קנייטשן און אפגעצערט. זיינע קליידער צעריסן אויף פיצלעך, קרוע ובלוי – דאך האט מען דערקענט אין אים דעם תלמיד-חכם און אים אומעטום נוהג כבוד געווען.
אזוי זענען אריבער דריי יאר.
נאכדעם ווי די דריי יאר זענען אריבער, האט דער רב געזאגט צו זיך אליין: "שוין דריי יאר ווי איך בין נע-ונד און עס איז מיט מיר נישט געשען אזעלכעס, וואס כ'זאל קענען באטראכטען ווי א עונש אויף מיין גרויסן חטא, איז דאך מסתמא דער רצון פון דעם באשעפער, אז כ'זאל מקבל זיין מיין עונש, דווקא אויפן ארט פונ'ם חטא, וועל איך זיך דעריבער אומקערן אהיים, און ווארטן אין דערהיים אויף מיין עונש. און דער, וואס עפענט דעם טויער פאר די וואס קלאפן אן מיט תשובה, וועט איינזען מיין פיין און וועט מיך נישט פארלאזן אין דער צייט פון מיין זקנה.
ערב שבת, פרשת שמות, פאר ליכט-בענטשן, איז ער אנגעקומען צוריק קיין שאריגראד, אריינגעגאנגען אינ'ם גרויסן בית-המדרש. וואו ער האט געדאוונט אלע יארן פון זיין רבנות. אוועקגעלייגט דאס פעקעל אין פאליש און א בארוהיגטער זיך געשטעלט דאוונען אין א ווינקעל, פיל מיט האפענונגען, אז די טעג פון זיין פיין וועלן לאנג נישט דויערן.
קיינער האט אים נישט דערקענט, מ'האט אים אנגענומען ווי א געוויינטליכן ארעמאן, א חוזר על הפתחים. נאך קבלת שבת האט דער שמש, ווי דער מנהג איז געווען אין יענע צייטן, צושטעלט די אנגעקומענע ארעמעלייט, די פרעמדע אורחים צווישן די בעלי-בתים מתפללים. חשובע ארעמעלייט האט ער געשיקט צו חשוב'ע בעלי בתים, און די פראסטע ארעמעלייט צו פשוט'ע בעלי בתים. איז דער שמש צוגעגאנגען צום רב און געזאגט: "ר' איד, די היינטיקע סעודה וועט איר עסן ביים פרנס, אט דארטן גייט ער, גייט אים נאך".
איז ר' דוד צבי נאכגעגאנגען דעם פרנס. אריינגעקומען גלייך מיט אים אין הויז, געזאגט "גוט-שבת" און נאכן "שלום עליכם" האט מען, כנהוג, געמאכט קידוש, געזונגען זמירות און צווישן איין געריכט און צווייטן גערעדט דברי-תורה. האט דער פרנס געזען, אז זיין אורח איז א בר-אוריין, א איד א תלמיד חכם, האט ער נאכן עסן צו אים אזוי געזאגט: "ווי וועט איר אין אזא קאלטער, פראסטיקער נאכט ארומזוכן דעם "הכנסת אורחים" צום שלאפן. עס איז גאנץ ווייט פון דאנען, נעכטיקט-זשע איבער שוין דא ביי מיר און אים ירצה השם, מארגן אין דערפרי, וועלן מיר צוזאמען גיין אין בית המדרש דאוונען און איר וועט שוין אויך עסן ביי מיר די אנדערע צוויי שבת'דיקע סעודות".
מ'האט אויסגעבעט א געלעגער, טאקע אינ'ם עס צימער, און ר' דוד צבי האט זיך א מידער געלייגט שלאפן.
ה.
א פאטש פאר א פאטש
דער שבת פרשת שמות, איז אויך דער שמש אינדערפרי געקומען צו פארבעטן די פרוי פונ'ם פרנס מיט איר יונגער שנור, וואס האט חתונה געהאט מיט איר זון מיט דריי יאר צוריק צו א שמחת שבע ברכות ביי איינעם פון די גאר חשוב'ע בעלי בתים. דער שמש האט זיי געזאגט זיך נישט צו זוימען לאנג, ווייל מ'וועט ווארטן אויף זיי צו פירן די כלה אין שול אריין. האט מען אויף שנעל אפגעטרונקען די שבת'דיגע קאווע און זיך גענומען אנטאן אין די בגדי שבת. ווען די יונגע שנור האט געהאלטן אין אנטאן איר צירונג, האט זי זיך געכאפט, אז דאס שנירל פערל, די מתנה פון איר שווער, - פעלט. זי געדענקט קלאר, אז נעכטן אוונט האט זי אנידערגעלייגט דאס שנירל אונטערן טישטאך, נעבן די זילבערנע לייכטער און איצט איז עס נישטא.
מורמלט מען – אפשר האט די דינסט געגנבעט. זאגט די באלעבאסטע, די פרוי פון פרנס, ניין! דאס איז נישט מעגליך. צוואנציק יאר, אז זי באדינט אונז, זי האט מיינע קינדער דערצויגן, מיר פארלאזן זיך אויף איר ווי אויף א כשרער אידישער טאכטער. ניין, זי האט דאס נישט געטאן, זי וועט ביי אונז נישט גנבענען.
"אפשר דער שמייסער, דער פערד טרייבער?" – האט מען געפרעגט, "ניין! עס איז דאך היינט שבת, און שבת קומט ער נישט!" – האט דער בעל הבית אינפאמירט. "אפשר דער אלטער שומר, דער גוי וואס איז געקומען איינהייצן דעם אויוון?". "דאס קען אויך נישט זיין" – טענה'ט דער פרנס – "ער איז מיין באליבסטער דינער שוין פון כמה יארן, פאר אים קען איך גאראנטירן!".
בקיצור דער טומל איז גרויס. די שנור וויינט, די שוויגער טרייסט איר. די דינסטן און משרתים זוכן אין אלע פארבארגענע ווינקעלעך. דער פרנס, ר' דן, בארוהיגט אלעמען און זאגט צו דער שנור, צו קויפן איר א אנדער שנירל פערל און בעט זיך: "הערט אויף צו וויינען און האבן צער, עס איז שבת היינט, טאר מען זיך נישט מצער זיין, און נאך מער טאר מען נישט חושד זיין בכשרים!". דערווייל זיצט ר' דוד צבי דער רב אין א זייט און זאגט תהלים, דערווייל איז איינער פון די אנגעשטעלטע צוגעגאנגען צו ר' דוד צבי'ן און גיט ביי אים א פרעג: "פעטער, אפשר ווייסט איר וואו די פערל זענען אהינגעקומען? אפשר האט איר באמערקט ווער עס איז גאנץ פרי דא געווען? איר זענט דאך די גאנצע צייט נישט ארויס געגאנגען און געזעסן זענט איר דא אליין!".
ר' דוד צבי האט געענטפערט מיט עניוות און מיט א געבראכן הארץ, אז ער האט די פערל נישט געזען. עס איז טאקע אמת, אז ער איז פון ארט נישט אפגעטראטן, אבער ער האט נישט געזען, אז אימיצער זאל זיי האבן גענומען. האבן די משרתים אנגעהויבן צו מורמלען: "אפשר טאקע דער אורח?...".
אינמיטן פון דעם אלעמען לויפט גיך אריין דער שמש און הויבט אן שרייען אויפן קול: "איילט זיך, איילט זיך! די כלה און אלע ווייבער ווארטן אויף אייך מיט פירן זי אין שול אריין. אויך קהל ווארט מיטן דאוונען. איילט-זשע זיך, זייט מוחל, און קומט שנעל!".
אז מ'האט אים געזאגט, אז דאס שנירל איז פארלארן געווארן, האט ער זיך צובייזערט מיט א געשריי: "נו, איז וואס! וועט זיין גוט אן די פערל. די שנור פונ'ם פרנס וועט מען אויפנעמען מיט גרויס כבוד אויך אן דעם שנירל פערל. קומט! קהל ווארט! מ'טאר נישט מעכב זיין!".
דערווייל האט ער דערהערט ווי מ'שושקעט זיך וועגן אלטן ארעמאן. די משרתים ווארפן א חשד אויף אים. האט ער זיך אריינגעמישט און א זאג געטאן: "ס'לייגט זיך אויפן שכל, אז עס איז זיין ארבעט, ווייל ווער דען האט דאס געקענט צונעמען אויב נישט ער? לאזט נאר מיך רעדן מיט דעם תמעוואטען אידן, איך קען זיי, די חברה. זיי קענען מאכן דעם אנשטעל פון אומשולדיגע רחמניות'דיגע מענטשן!".
און משה שמש איז מיט א כעס צוגעגאנגען צו ר' דוד צבי'ן, אים אנגעכאפט ביי דער בארד און געזאגט מיט א רוגזה: "ר' איד, איך קען אייער גלייכן און איך ווייס אלע אייערע גנבישע שטיק. פאלגט מיך בעסער און גיט אפ ברצון דאס שנירל פערל, און טאקע באלד, תיכף ומיד, ווייל אויב נישט, וועל איך אייך דערלאנגען ווי עס בעדארף צו זיין!".
און נאך איידער ר' דוד צבי האט ארויס גערעדט א ווארט האט דער שמש אויפגעהויבן די האנט, אים דערלאנגט א פראסק אין באק און זיך געגרייט צו דערלאנגען אויך א צווייטן. דא האט זיך ר' דוד צבי געגעבן א שטעל אויף אין זיין פולער הויך, אנגעכאפט דעם שמש ביי דער האנט און אויסגעשריגן: "האלט, משה שמש! מער ווי איין פאטש קומט מיר נישט!"...
אלע זענען געבליבן דערשטוינט, מ'האט געקוקט מיט שרעק אויפן אורח. ר' דוד צבי האט געקוקט אויף אלעמען מיט אפענע ליכטיקע אויגן. זיין פנים האט געלויכטן מיט קדושה. ער האט אנגענומען משה שמש ביים אקסל און געזאגט מיט גרויס הקפדה: "משה שמש! זאלסט וויסן זיין, אז דוד צבי, דער רב פון שאריגראד און אומגעגנט, לעבט נאך! איך בין נאך אלץ שאריגראדער רב, לכן בין אויף דיר גוזר בגזירת הרב, זאלסט תיכף ומיד אומקערן די גנבה, דאס שנירל פערל, וואס דו האסט געגנבעט היינט אינדערפרי ווען דו ביסט געקומען פארבעטן די נשים צו פירן די כלה אין שול אריין!..."
משה שמש איז געבליבן שטיין ווי א דונער וואלט אים געטראפן. ער האט באלד אויסגעבראכן אין א יאמערלעכן געוויין. זיך מודה געווען, אז ווען ער איז געקומען אין דער פרי און קיינער איז נישט געווען אין דער גרויסער שטוב, און דאס שנירל פערל האט ארויסגעשטעקט פון אונטערן טישטעך, האט ער געמיינט, אז דער אורח שלאפט, האט ער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און די פערל צוגענומען. ער האט נישט אויפגעהערט צו וויינען און גיסן טרערן. האט אים דער רב ארומגענומען, באפוילן אויפצוהערן וויינען: "מ'טאר נישט פארשטערן דעם שבת". ער האט אלעמען געהייסן זיך צואיילן, כדי נישט צו מעכב זיין קהל פון תפילה, ער אליין אין זיינע צעריסענע בגדים איז געגאנגען אין בית מדרש אריין. פארנומען זיין בכבודיק ארט, וואס איז די גאנצע דריי יאר געשטאנען ליידיג, מ'האט אים ווידער גערופן עולה לתורה צו זיין שלישי, און די גאנצע שטאט האט זיך געפרייט מיט זייער צוריק געקומענעם רב.
ו.
איינער נעבן דעם אנדערן
אויף מארגן האט רבי דוד צבי גערופן צו זיך די פרנסים מיט די חשוב'ע פירער פון קהל, זיי דערציילט צוליב וואס ער האט אפגעריכט גלות און וואס עס איז מיט אים אין משך די דריי יאר געשען. ער האט מפציר געווען נישט מרחיק צו זיין משה שמש פון זיין חזקה אויף שמשות, און אויך געבעטן נישט צו באשטראפן אים פאר די גניבה.
ר' דוד צבי האט צוליב דעם מכשול מער נישט געוואלט טראגן די קרוין פון רבנות. האט ער איבערגעגעבן זיין חזקה צום איידעם זיינעם, א מוסמך להוראה, זיך מער נישט געמישט אין קהלישע ענינים, אינגאנצן זיך איבערגעגעבן צו תורה ועבודה, ער האט זוכה געווען צו אריכת ימים און זיין משמש איז כל ימיו געווען טאקע דער זעלבער משה שמש.
ווען ער האט דערפילט, אז בא קצו, זיין סוף איז נאנט, האט ער גערופן צו זיך די ראשי הקהל און אנגעזאגט, אז מיט זיין קבורה זאל זיך מטפל זיין – משה שמש און אז לאחר מאה ועשרים שנה זאל משה שמש געפינען זיין אייביקע רו נישט ווייט פון זיין קבר.
האבן זיך געפונען טאקע די ביידע קברים איינער נעבן צווייטן. די מצבות שוין האלב איינגעזונקען. די אויפשריפטן אפגעריבן און אפגעשווענגט פון די שטורעמס און רעגנס, וואס זענען אייבער זיי אריבער אין משך פון אזויפיל יארן. אבער די מעשה וועגן רב און זיין משמש זענען געווען נאך פריש אין זכרון פון די זקני-שאריגראד, פון וועמענס מיילער די מעשה איז פארשריבן געווארן אויף א אייביגע זכרון.