כ'האב נייעס פאר דיר: דער באשעפער קען אליין!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קודם א דיסקלעימער: איך טענה מיך מיט דיר, נישט ווייל איך וויל מיך טענה'ן, נאר ווייל איך וויל פשוט זיכער מאכן אז דו בלייבסט א היזיגער...

לענינינו, לייען די ספעציפישע מעשה וואס איך האב אראפגעברענגט, אז איינער האט "געמיינט" אז מ'קען געהאלפן ווערן אפילו ווען מ'העלפט נישט "צדקת צדקה", אבער ער איז אנטוישט געווארן הערנדיג אז איינער האט געגעבן צדקה לזכותו, און באמת קען מען טאקע נישט געהאלפן ווערן דורכ'ן רבש"ע אליין, נאר דוקא דורך זיין עקסלוסיוו פארמיטלער, צדקת צדקה.
An article a day keeps the babies away
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

שוין....וואטעווער.


ווער ביסטו צו זאגן איך זאל בלייבן א היזיגער. דו ביסט דאך אויך קוים אנגעקומען....
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

משקע בעסער ווי גיט,

דער עיקר מען מיז האבען א רעסיט ביכל, און אן דעם זאל ער אויסגיין פאר הינגער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

זעלטענע געלעגנהייט!


עס איז אלעמען וואויל באקאנט די אנגענומענע סגולה פון 'פרשת בלק' צו געהאלפן ווערן מיט נארהאפטיגע
מאשקע ארטיקלען

עס איז אויך באקאנט די אור-אלטע סגולה פון תש"ע צו געהאלפן ווערן אויף א גאנץ יאר. אין אלע ספרים ווערט געברענגט די געוואלדיגע ישועות וואס אידישע קינדער האבן אויסגעבעטן אין אלע תש"ע'ס ביז היינט!

איצט -פרשת בלק תש"ע- האט איר די איינמאליגע געלגענהייט צו נוצן די סגולה צו פועלן
'מאשקע ארטיקלען'
פאר א גאנץ יאר!

סדר הסגולה עפ"י הוראות גדולי הדור:

-נעמט אין די האנט די נדבה וואס איר ווילט געבן פאר צדקת צדקה.

-שטעלט אייך אויף די רעכטע פיס און כאפט אן מיט די רעכטע האנט די מזוזה.

-מיט די לינקע האנט רופט אן 'צדקת צדקה'.

-צדקת צדקה וועט האבן א קבוצה פון חשובע יונגעלייט וואס וועלן שטיין אויף די לינקע פיס אין מירון, און מיט די לינקע האנט אנכאפן די מצבה פון תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

-אינאיינעם אויפן טעלעפאן וועט איר צוזאמען מיט די חשובע אינגעלייט זאגן קאפיטל כ', נאכדעם בלאזן שופר, נאכדעם וועט איר זאגן אינאיינעם מאשקע, מאשקע , מאשקע, און ביי יעדן מאל וואס איר וועט זאגן 'מאשקע' וועט איר צולייגן נאך אן הוספה צו די נדבה.

-מיר וועלן מפרסם די מעשה אין א בראשור און עס אפשיקן צו מאשקע'ן אהיים.

נאך ארטיקלען זענען גאראנטירט!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מאשקע דער ארטיקל איז מורא'דיג, ווייסט עס אליין און כ'דארף דיר עס זיכער נישט זאגן...

ס'דערמאנט מיר די מעשה פון איינעם וואס האט זיך ארומגעדרייט דעם בלאק 10 מאל און ער האט נישט געקענט טרעפן קיין פארקינג, היות ער האט זיך מורא'דיג געיאגט, האט ער פארשטייט זיך גלייך אנגעקאלט דעם האט ליין פון צדקת צדקה, א וואלענטיר האט גענומען דעם טעלעפאן און צוגעזאגט צו שיקן 40 תלמידי חכמים 50 טאג און א ציה אויף 60 מקומות הקדושים וכו' וכו', אין די מינוט וואס מ'האט זיך פארגליכן אויפן פרייז זעהט דער איד פלוצלונג נישט מער און נישט ווייניגער, א ליידיגע פארקינג ספעיס! ער שרייט שנעל אריין אין טרייבל, ס'גוט, ס'פעלט שוין נישט אויס... כ'האב שוין א פארקינג... און דער וואלענטיר איז געבליבן מיטן טרייבל און א דייל טאון...

דאס הייסט אויסגעשפילט דעם סיסטעם...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי גראדער, זאגטעך אזא גוט ווארט, אבער הרג'סטעס...

די מעשה גייט אז א יוד האט געזוכט פארקינג, און ער זאגט רבש"ע, איך גיב 10 דאללער פאר ר' מאיר בעל הנס אז איך זאל טרעפן א פארקינג, און וואו נאר ער זאגטעס ארויס, פארט ארויס א קאר פון א פארקינג ממש נעבן עם.

ער זאגט, רבש"ע, נעווער מיינד, כאשוין א פארקינג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

Moshkah, i've got news for you. my blackchary fall into the s'kise today, so I can't type yiddish now. however, i contected "Tzidkas Tzadakah" and they promised me that if I’ll donate a huge amount for them, the s'kise will be okay bez"h
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קיינער לאכט נישט פון האומר סלע זו לצדקה על מנת שיחי' בני, המובא בחז"ל
וכן קיינער לאכט נישט פון ר' מאיר בעל הנס וכדו'
וכן קיינער לאכט נישט פון ילך אצל חכם
מען לאכט, אדער מען ברעכט, פון דעם אופן פון מארקעטען, און פון מאכן אן אבערגלויבען וכו'
אפי' א מזוזה עיין בהפוסקים איך הוא שומר, שמזוזה אינו שומר, רק הקב"ה שציווה וכו'
למה זה תשאל לשמי...
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

די אמת איז אז נישט נאר צדקת צדקה איז דער פראבלעם, די ישיעות אינעסטרי איז דראסטיש געשטיגען אין די לעצטע יארן, איך רעדט שוין נישט פון די חי רוטל וואס מאכט טרעפן טענטס, נאר איעדע ארגענעזאציע שפילט לעצטענס אויף ישיעות טיילעראציע
ספאנסערסט א קינד ביי בית לצדקות ווערסטו א חתן ביז פינף מינוט, א פאלעסי ביי רופא צדקות א קינד אפילו נאך צוואנציג יאר, א אלף'ל פאר בוני צדקות ווערסטו א מיליאנער, א כיתה אין מוסדות צדקה, ווערסטו א רבי, אא"וו די ח' ארגענעזאציעס שפילן אויף מענטשענס פראבלעמען און זאגן צי וואס די ווילסט נאר פאר אפאר דאללער.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

איך האב שוין ערווענט דעם ענין אין דיזן אשכול.

אוודאי האב איך נישט די פעדער און שפראך וואס מאשקע האט אבער דאס האב איך געמיינט מיט די ווערטער:
גימעל האט געשריבן:וואס יא, 'ס'פארקויפט' זיך צדקה לאטא'ס, 'מ'ארגאנעזירט' טייערע אוקשענ'ס לרחצה יאפאנעזע אדער כינעזע, מ'אראנדזירט א קומזיץ אדער קאנצערט פארשטייט זיך אליין אז אלע הכנסות זענען מוקדש פאר צדקה, אדער פארקויפט זיך הבטחות פאר ערליכע געזונטע אור אייניקלעך, אבער נישט צדקה!

עכ"פ אזוי זעט עס אויס...
"


און אין א ווייטערדיגע תגובה:
גימעל האט געשריבן:די רעדע איז איבער די פארלוירענע גלאנץ פון די הייליגע מצוה פון צדקה, היינט האט מען זיך צוגעוואונט אז מ'גיבט באקומט מען, אז מ'באקומט נישט גיבט מען נישט.
ריין צדקה לשם צדקה איז מער נישט אקצעפטירט.


הגם מאשקע ברענגט ארויס די די שוואכקייט פון די צווייטע זייט מטבע (דהיינו די ארגענעזאציעס).
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די זאך לעבט!
מאשקע יענטאש אינטער איין דאך.
ס'איז דא וואס צו ליינען און לאכן,
יעדער געט ארויס זיין ווייטאג מיט וואסערע שטותים מ'שטאפט לעצטענס אונזערע קעפ אלעס צו מאכן אפאר טאללער, אמאל האט ווערטער געהאט א גרעניץ, נישט יעדער שמויגר איז געווען רשכבה"ג און נישט יעדער וועם דו האסט נישט ליב איז געווען א מלשין און מסור. היינט איז אלעס איינס,
יעדע צוועק זאגט דיר צו די גאנצע וועלט + שיפינג דו דארפסט נאר געבן פיר מאל וואס דיין נאמען איז גימאטריא מיט דריי מאל שי טבילות....

דערמאנסט מיך פון חי רוטל, זאגט מיר א איד אז ווען מ'איז געקומען בעטן פון אום שטיצע אויף חי רוטל מיטן אויסרייד אז מ'געט אומזינסט טרינקן פאר אזויפיל אידן. האט ער זיך אנגערופן לאמיר מאכן א חשבון, א איד וואס פארט קיין אר"י אויף ל"ג בעומר קאסט אום די גאנצע מעשה אן ערך פון צוויי דריי טויזנט דאלער נו האלטס אז א באטל פון צוויי דאלער קען זיך די איד נישט ערלויבן?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אן אריין גיין אינעם דיון, עלעך מיך פלעין באדאנקען פאר מאשקע'ן, פארן ארויף ברענגען א שמייכל אויף מיינע לעפצן.

יישר כחכם.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

עפעס א תחיית המתים היינט, מאשקע, יענטאש, איזאק, איך הער...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איינער האט פשוט צוריקגעריקט דעם קרעטשמע זייגער מיט אפאר יאר.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איי מאשקע!!!!
א מחי' יעדעס ווארט, פשוט אז דו שרייבסט איז שוין גוט,
ווי גוט איז עס נאך אז דיינע פונקטן זענען אזוי אמת, מ'נעמט תמימי לב מ'ניצט אויס דעם עולם'ס תמימות צו פארקויפן לאקשן, און ס'מאכט וועלן לייקענען אפי' אין אנגענומענע סגולות, דהיינו אז מענטשן וואס האבן ביז היינט געגלייבט מאבות אבותינו אין פארשידענע עכטע סגולות צב"ש רמבה"ן וכדומה, און אזא פאריקטע מארקיטינג איז גורם אז מענטשן זאלן בועט זיין אין אלע אנדערע עכטע סגולות ווען זיי וועלן שרייבן א גרויסע סגולה צו טון....

כמדומה איז דא טעלעפאן נומערן ביי יעדע מעשה און מופת צו קענען קאלן דעם מענטשן וואס איז כלומרשט געשעהן די נס, פראבירט'ס נאר אויס די נומ' צו קאלן אהין איך מיין אז מ'וועט גלייך אנקומען צו זייערע אפיסעס.....
אבער דאס ווייסט נישט יעדער אז דער קאמפאני האט געדינגען דאהי א שרייבער זאל מאכן און פאבריצירן די אלע מופתים וואס די שרייבערן האט פארציילט בפי' אז דאס איז אירע אייגענע מעשיות מיט איר דמיון.... נו פרעג איך דיר...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

מאשקע א מעכטיגע ;l;p-

ס'איז א סגולה צו ליינען מאשקעס ארטיקל פארן געבן צדקה מ'וועט זיך זיכער סעווען אפאר דאללער
_________________________x
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ווען די שרייבסט לייענט מען עס דורך מדאשקע למאשקע, נאך אזא ארטקעל קענסטו עפענעם א בראוקריטש פירמע, "אויב איר שרייב אכטצן ארטיקלען וועט ר'עולם האבן וואס צו ליינען", טשויקעך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אנטשולדיגט ר' מאשקע,

איך מוז מחולק זיין מיט דיר, נישט ווייל די ביסט נישט גערעכט, אבער כך הוא דרכו של מארקעטינג, פונקט ווי אלע פארקויפן אויפן עדווערטייזמענטס זייערע בלאוני און מאקאראני, פארוואס טאר די צדקה צוועקן נישט ניצן די זעלבע מעטאדען..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פריילאך האט געשריבן:אנטשולדיגט ר' מאשקע,

איך מוז מחולק זיין מיט דיר, נישט ווייל די ביסט נישט גערעכט, אבער כך הוא דרכו של מארקעטינג, פונקט ווי אלע פארקויפן אויפן עדווערטייזמענטס זייערע בלאוני און מאקאראני, פארוואס טאר די צדקה צוועקן נישט ניצן די זעלבע מעטאדען..

ווייל עס ברענגט זלזול און א דבר קדוש שהוא צדקה
ועוד יותר איינער פון די ישראלישע צייטונגען האט פאראיאר פאר פורים געהאט א הלצה, כאילו רב אלישב זאל האבן געזאגט אז מען מעג שרייבן בלאני און די אלע מעשיות, בבחי' כופין על הצדקה, און זיי זענען געשפרינגן און פארלאנגט מען זאל עס צוריקציען
http://www.kikarhashabat.co.il/6112.html
למה זה תשאל לשמי...
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

האבען זיידעך יא א כח
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

--------------------------------------------------------------------------------

דורך געלעגער אום זונטאג יוני 27, 2010 10:14 pm

געקריגן אויף מעסענדזשער! מאשקינו וכו;

כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1531


--------------------------------------------------------------------------------

דורך cano אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:48 am

אוי איז דאס גוט, ווען מאשקע און יענטאש מיט צדקות צדקה קומען זיך צאם אינטער איין דאך די דריי גרעסטע לצים פין דור, פארשטייט זיך שוין איינמאל פארוואס דער שמייכעל באווייזט זיך אונטער מיינע וואנצען.

קרעמער שרייבט מען האט צורוקגערוקט דעם זייגער פין קרעטשמע אפאר יאר, הלואי הלואי, איך האלט שוין איצט ביים צווייטען מאשקע היינט, און נאר ווייל איך האב געפינען וויכי'ן אין ער האט מיר געזאגט מאשקע איז אלל אווער די פלעיס.

דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
cano
שר האלפיים
הודעות: 2197

--------------------------------------------------------------------------------

דורך אלטעבחורל אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:53 pm

יעפ! די כרוז האט אויסגערופן די פאלאואינג:

מ'בעט די גאנצער עולם זאל אריינגיין טאנצען!!

נישט פלעין טאנצען, א האראדיגן טאנץ! הארא הארא יעעעעס!
מאשקע פירט אהן די טענץ ער שטייט אינמיטן מיט אן אפגעווישטן טיכל אין שאקלט מימין לשמאל, זיינע אייזערנע טעפס רייבן אין די ערד אריין ער לאזט איבער סימני מאשקע. פון די עק קומט צו גיין רעב קלמן יענטאאש מיט די ריזן וואלקן בארד, ער האט עפעס א לאנגער בעקישע וואס קוקט אויס ווי אן איטאיליענער טעפיסטרי. ער גייט פאמעליך צו צום גרויסן רינג, אאאָ... ער גיבט אזא בייג ס'רעכטע האנט אויף ארויף "נו הייב אן די פארקלאוזשער ניגון". מאשקע נוצט איבער די טיכל צו אפווישן די פרישע קוואל זאלץ-וואסער שווייס בלע"ז. יאלא! ארויף... דער עולם איז אין די לופטן, ס'דונערט.

קרעמער שטייט ביי די זייט אין פאטשט אויף א פאר-ביט איידעלע קלאפערלעך קומן פון זיינע גלאטע הענט, זיין שמייכל איז גרויס ווי א שיסל 8 קווארט. ער קלאאטשט אנע אויפהער! ער שמייכלט צו אלע צושויער.

וויכי פארטיילט סעלצער פאר די ארומיגע, יאפ! שיין דערלעבט דער גרויזמאער קנאקט בילדער מיט זיין בלעקבערי. אין צייטליך שטייט אין בעק פון אים אין כאפט בילדער וויאזוי גרויזאמער כאפט בילדער.

קוקט מיר נישט אהן? גייט טאנצען!!! אוי ווי בין איך דא? איך בין אוועק געשווימען דא, דער מאשקע מיט זיינע ארטיקלן האט מיר אריינגעטראגן אין עפעס א פושקע. ווי בין איך דא!! העעעעעעעלפ. אקעי איך זאג צו פופציג צענט פאר ... .... אויב זעה איך מיר ארויס פון דא.

ווען 'רגַלי' זאל ווען טאקע מיינען 'מיי-פוט' - וואלט די וועלט ווען געשטאַנען אויף 'הינער' פוס. אזוי?! "מיי פוט..."
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
הודעות: 1074


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מאשקע אום מאנטאג יוני 28, 2010 5:38 pm

באלד באקום איך א קאמפלימענט פאר'ן צוריקברענגען אלטעבחורל...

העבודה והחופש - העבודה קובעת!
מאשקע
מ. ראש הקהל
הודעות: 11492
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ווינקל האט געשריבן::lol:
שקויעך פארן אהערשטעלן מיין היינטיגן טאג-לאך מיט אלע הידורים!

וויכטיג; ;l;p-

מבין; ;l;p-

און א עקסטערן דאנק פאר "צדקת צדקה" פארן אהערשטעלן אזא ארטיקל...
עס עפעס האט געשריבן:מאשקע, כהאב נייעס פאר דיר: מיר דא אין איי וועלט קענען נישט אן דיר...
צייטליך האט געשריבן:מאשקע. האלט אן. די לעבסט אויף די קרעטשמע.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

גיי_ווייס האט געשריבן:מאשקע א מעכטיגע ;l;p-

ס'איז א סגולה צו ליינען מאשקעס ארטיקל פארן געבן צדקה מ'וועט זיך זיכער סעווען אפאר דאללער
פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנעפלט »

זיס און אמת!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חאחאחאחא, ממש יעצט געהערט א מעשה.

א יוד איז געקומען צו הרב קנייבסקי (נאר א נמשל) אז זיין ווייב איז ממש פאריקט געווארן, יעדע זאך וואס ס'פאסירט נאר, איז 18 שקלים פאר .... ...., די וועש איז נאכנישט טריקן, 18 שקלים פאר .... ...., די בעטערי ארבייט נישט, 18 שקלים פאר .... ...., ער זאגט אז ער ברענגט אהיים זיין געהאלט, גייט קודם העלפט אראפ פאר .... .... וואס מ'איז שולדיג פון פאריגע וואך, און נאך א חלק וואס מ'איז שולדיג פון היינט...

זאגט עם רב קנייבסקי, איך האב פאר אייך א סגולה בדוק ומנוסה, גיבט 18 שקלים פאר .... .... און איר זענט א געהאלפענער...

מאשקע, קיפ אפ דע גוד ווארק!

וואסי נייעס…
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”