א בריוו צו מיין כנגדו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
א בריוו צו מיין כנגדו
יא, אזוי ווי דו הערסט, לא זכה, אז איך האב נישט זוכה געווען, כנגדו, האסטו קגען מיר אלע זכותים...(קוק נישט נאך אין צאינה וראינה, אז איך זאג אזוי, איז דאס דער פשט!)
און אז ס'איז שוין יא אזוי וויל איך דיר בעטן אפאר זאכן, ביטע נעם עס נישט צום הארצן, ווייל ס'איז מיר גרינגער צו לעבן מיט א שווערע שלום בית ווי צו זיין אן אלמן... (אדער ווארט כאטש צו ביז איך ווער א מעמבער ביי ''ערבים''...)
ראשית כל ווייס איך נישט וואס איז מיט אונז געשעהן, ווען מיר האבן חתונה געהאט מיט יארן צוריק זענען מיר געווען אזא געשמאקע ''יאנג קאפל'', שווער און שוויגער האבן צוגעשטעלט נאכטמאל, דו ביזט געווען א טיטשער האב איך סיי געהאט מנוחה במשכ'ן טאג, און סיי ס'האט געדעקט די רענט פונעם 4 רום דירה וואס איז אויך געווען צו גרויס פאר אונז, און עפעס דורכאויס די יארן האט זיך אלעס געטוישט, קודם האסטו מיר אריינגעשמוגלט איין קינד נאכן צווייטן, איז מיר די דירה געווארן צו קליין, האמיר געדארפט מופן צו א 7 רום דירה, האט זיך די רענט געדאפלט, די קינדער האבן זיך געטריפלט, און די גויטע קומט שוין אויך 3 מאל א וואך, און אוודאי אלעס אויף מיין פיקל, פארשטייט זיך אז נאך איינס אהאלב קינדער האסטו אויפגעהערט צו ארבעטן, (אוודאי איך האב געדארפט זיין א שיינער איד און עס פארלאנגען...)
דא ביזטו מחנך די קינדער אז מ'דארף גיין נארמאל אנגעטון, קען איך זיי נישט קויפן קיין שמאטעס, שיך לאזטו זיי נישט גיין מיט לעכעריגע, מוז איך כסדר ספאנסערן נייע, און איבער אלעם ציעסטו מיר אויף א דור מיט הונגעריגע וועלף! פארוואס קען נישט זיין גענוג א פעקל ברויט און א באטל מילך א וואך?! פארוואס קענען זיי נישט עסן א קען טונא פאר נאכטמאל?! וויאזוי פלעגט מיין ראש ישיבה זאגן, אונזערע זיידעס אין לאגער האבן זיך געפרייט מיט די הארטע ברויט! (קען זיין ווייל דעמאלס איז עס נאך געווען פריש...)
און אז איך רעד שוין צו דיר וויל איך דיר נאך עפעס זאגן, געדענק גוט, ס'וועט קומען א צייט ווען איך וועל זיי אלע ארויסווארפן פון שטוב, איך וועל זיי אלע חתונה מאכן איינע נאך די אנדערע און פארטיג! וויפיל קען מען ליידן! איך וועל ענדערש איינמאל געבן א ספענד אריין א פיפיציג אלפים פער קינד, און געענדיגט! זאלן זיי האבן זייערע אייגענע הייזער, אייגענע קינדער, אייגענע דאגות, צו מיר זאלן זיי נאר קומען ווען זיי דארפן געלט... (ווי מיין טאטע טענה'ט שטענדיג...)
זעה'סט למשל אונזער שכן שמערלער, דארט איז ממש א מחי', 18 קינדער און אלעס קלאפט ווי א זייגער, איר מאן טראגט ארויס די גארביטש יעדן טאג, ער העלפט לייגן שלאפן די קינדער, גייט מיט זיי שפאצירן, פיטערט זיי נאכטמאל, אזוי דארף זיין! פארוואס קענסטו מיין טייערע כנגדו נישט טון די אלע זאכן?! פארוואס דארף אלעס פאלן אויף מיר? פארוואס דארף פונקט איך מאכן קידוש פאר אלע קינדער? מ'קען דאך הייזעריג ווערן! הא! פאר דיר האסטו גענומען אזא שיינע זאך ווי צינדן ליכט... טוסט דיר אן א ווייסע פארטוך א ווייסע טיכל, ווערסט מיר הייליג, לייגסט די הענט אויף די אויגן, וויינסט אביסל, (דער בדחן קוקט נישט, ער וועט עס ממילא זאגן אויף דיר, קענסט שוין סטאפן...) דערנאך גיבן דיר אלע קינדער א קוש אין די האנט, ממש א מחי' א באליבטע מאמע, און איך דארף זיי פארהערן... זיין דער שטרענגער טאטע... נישט אומזיסט שלאף איך אלעמאל איין אינדערמיט, איך חלום זיך אז באלד באקום איך א קוש פון אים....
און פאר איך ענדיג קען איך זיך נישט איינהאלטן פון דיר זאגן איינמאל פאר אלעמאל! דו קאכסט צו גוטע עסן! ווי איז געהערט געווארן אז א פרוי באקט קאקאש קעיק, קאפ קעיק, מארבל קעיק, און אלעס נאך לכבוד שבת... פארוואס מאכסטו מיר אזא גוטן טשולענט! קענסט מיר זאגן ווער האט דיר געהייסן מאכן אזא געשמאקן אווער נייט קיגל יעדע וואך! ווילסט א משל? קוק ווי אומגעשמאק איך מאך די אייער-צוויבל יעדע וואך, אזוי דארף מען מאכן! ווייניג זאלץ, אומבאלומפערט, אומבאכלעפטשעט, אנע טעם, וועסטו זעהן אז די קינדער וועלן נישט זיין איבערוואגיק...
שוין, ס'ווערט שפעט, ס'שוין באלד שבת, און איך דארף נאך גיין אפברענען די ליכט פאר דיר... און כ'האב מיר נאכנישט געשוירן די נעגל, אוי איז דא אסאך צו טון, וואס דארפסטו טון אין א פרייטאג? הא? גיבן א קאך אפ דעם שבת, א באק חלות, א טו אן די קינדער שבת'דיג, אביסל אויפרוימען, און שוין! דאס איז עס, און אייביג ווערסטו פארטיג די לעצטע מינוט, משא"כ איך, כ'דארף שניידן די נעגל! אפברענען די ליכט! פוצן די שיך! (הגם ע"פ רוב פיצטי עס שוין פאר מיר, לאמיר עס לאזן אויף אן אנדערס מאל...) מעביר סדרה'זיין, ליינען די נייעס, הערן קול מבשר, (כ'קען דאך נישט אנקומען שבת אין שוהל ווי א שאינו יודע...) וכו' וכו' שאי אפשר לפורטם כי אינם חיים וקימים... און דאך בין איך פארטיג אין צייט, 13 מינוט נאכן צווייטן פייף...
כ'מיין פאר אונזער שלום בית וועגן, וועל איך בלייבן ביי דעם...

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
-
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 8:13 pm
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1115
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
מבין נומ 1 האט געשריבן:דער האט אן ערנסטן פראבלעם מיט זיין כנגדו, ס'טשוין באמערקט?
אייאיי גראדער, אז דו ווילסט שטארק קעניך אפשר אריבער קומען העלפן אין דיין קורצן פרייטאג, איך וועל הערן דעם קול מעבאשער, און דו וועסט רואיג זיך קענען גיין צולייגן לכבוד שבת...
עה איך װאלט ענדערש געהאלפען פטור װערען פֿינעם געשמאקען טשאלענט,אויװערנײט,קיכען אין חלות
בד״װ גראדער אין מקוה גײסט די נישט עש״ק? אדער איז דאס שוין נאך די 13 1/2 מינוט?
- אונגארישער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
- לאקאציע: אין שאראש פאטאק
שויתי'ניק האט געשריבן:וואס 'כנגדו' האט צוריק געענטפערט ווילסטו נישט שרייבן. הא?
דאס געהערט שוין אין די משפחה פאסט
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי