מאמע ראטעווע מיך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאר זאפטיג. א דאנק.
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

יו ציסטו מיך אן... איך קען שוין קוים ווארטען אויף ווייטער...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די ביזט עפעס נישט סתם גוט. איך קען קוים ווארטן אויפן נעקסטן.
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

Wow!!! ביסט מומחה אנצוציען די נערוון אויף די העכסטע גראד!

פליז לאז אונז נישט ווארטן, ווייל איך זיץ אויף שפילקעס...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כהאב שוין אנגעהויבן שפירן אז די מצב גייט אונטער קאנטראל ציען זיי אפ פונם מאטעל! אויש!

רבותי זייט ממשיך צו בעטן נאך....
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך ווארף מיך פאר שרעק!
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

Thank you very much, please keep on
נו געגאַנגען
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

איך קען קוים ווארטן אויפן נעקסטן.... אבער ווען???
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

שמויגער האט געשריבן: אבער ווען???
נו געגאַנגען
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

די מעשה האט געכאפט אזא 180'גער אז איך האב מיר שיעור איבערגעקוצקעט צוזאמען מיט מיין טעלעפאון, יוש איז דעיס שרעקעדיג!
קיפ איט אפ!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

קודם כל וויל איך דיר נאכאמאל באדאנקן, ס'איז אויסטערליש און מורא'דיג שיין און איך קען שוין קוים ווארטן אויפן קומענדיגן! איך האף אז עס וועט נישט נעמען צולאנג!
איך וויל דיר נאר דערמאנען, אז ביי די נעקסטע פארזעצונג דארף זיך די מעשה שוין ענדיגן! וויבאלד עס גייט זיין די אכטע פארזעצונג...

אב זקן האט געשריבן:א גוט יאר טייערע חברים.
מיר זענען ווידער דא צו מעלדן די גוטע נייעס אז מיר האבן אנגעפאנגן צו שרייבן א נייע פארזעצונג,
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן.

נישט וואו ביז יעצט גייען מיר האבן די נייע פארזעצונג אויף א קורצערן פארמאט פון בערך 6-8 פארזעצונגן,

מיר האבן געפינען אז אסאך פארלירן זיך און ווערן צומישט מיט אזא לאנגע פארזעצונג, האבן מיר באשלאסן צו פראבירן מיט דעם נייעם גאנג.

"מאמע ראטעווע מיך"

זכור לך עתה, אתמול אשר דברת...
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

מ'ברויך דיך האבן וואס צו ליינען חול המועד!!!!!! :o
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פארזעצונג # 8

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

.

סים זיצט אונעם מאטעל און ווארט אויף זיין בעה"ב ריטשארד זאל אנקומען, ריטשארד האט ביי זיך און די קאר צוויי פב"א אגענטן און ער איז פינעף מינוט אוועק פונעם מאטעל.

בען האט אויסגעפאלגט טאמי'ס פארלאנג און זיך אריין געזעצט און זיין קאר און אריין געלייגט חיים און די טראנק און אזוי אוועק געפארן פונעם מאטעל.
טאמי איז אויפ'ן וועג צום נייעם דעסטענאציע מיט רפאל און די קאר.

יעצט ליינט ווייטער.


ריטשארד איז נאך מיט סים אויפ'ן טעלעפאון, ריטשארד פארלאנגט פון סים זיך אריין צוזעצן און קאר און זיי נאכפארן.
פארשטייט זיך אז דו דארפסט האלטן א דיסטענס אז ער זאל נישט באמערקן אז דו פארסט אום נאך האט ריטשארד אנגעזאגט פאר סים, אבער מאך זיכער אז דו פארלירסט זיי נישט.
און איך גיי נאכפארן די אנדערע קאר וואו רפאל מיט מיגעל זענען.

ריטשארד קוקט אריין אונעם קאמפיויטער און זאגט פארן דרייווער זאל מאכן א יו טורן,

*

טאמי שטייט נאך אלס און די זייט און קוקט זיך איין אויפן גרויסן אויסגעצויגענעם מאפע וואס ער האט אויף זיין שויס, ער זוכט א גוטע פלאץ וואס זאל זיין שטיל אז קיין פרעמדע זאלן זיך דארט נישט דרייען אזוי אז מ'זאל קענען דורך פירן די מקח שנעל און שטיל. זיין אויג איז געפאלן אויף א ליידיגן שטח צוואנציג מייל פון דא, ער הייסט פאר רפאל אהין צו פארן ער וויל אויסשמעקן דאס פלאץ, טאמי האט געקלערט צו זיך אז א ליידיגע פעלד איז זייער גוט ווייל אזוי קען ער האלטן א אויג און זעהן צו קיין פרעמדע קומען נישט.

פארענדיג האט טאמי אנגערופן בען און אום געמאלדן וואו די נייע פלאץ איז און ער זאל אהין פארן.

*

חיים זיצט אונעם טראנק אייגעבויגן און דריי, די מוזיק פון די קאר זעצט אום אין קאפ ער שפירט אז ער גייט נישט צו לאנג אזוי קענען זיצן.. ס'גייט אום צוטרעטן צו די נערווען.. די פחד און טראמא וואס ער איז דורך די לעצטע פאר טאג האט אנגעהויבן האבן א שלעכטע ווירקונג אויף אום..
יעצט -טראכט ער צו זיך דערביטערט- זיץ איך דא איינגעקנייטשט און מ'טראגט מיך וואו א זעקל קארטאפל, נישט האבענדיג די מינדעסטע אנונג וואו.

אבער איין זאך איז יעצט בעסער פון פריער אז בען האט אום נישט געהעריג געקייטעלט, בען האט זיך זייער געיאגט ביים אריין לייגן און ער האט נישט און אכט גענימען אז חיים איז נישט איינגעבינדן..
ס'איז טאקע שטאק פינסטער חיים האט גארנישט געקענט זעהן אבער מיט די הענט האט ער זיך גענימען ארום טאפן אויף אלע זייטן, טאפענדיג האט זיך זיין הענט אנגעשטאלפערט און א שטיקל אייזן. חיים האט עס פראבירט צו רוקן און דרייען און נאך א מינוט האט ער געהערט א קליק...
חיים איז געווארן פארפרוירן..
ער האט געהאפט אז בען האט גארנישט געהערט..

נאכן ווארטן אפאר סקונדעס זעהנדיג אז ער הערט נישט קיין שום רעאקציע האט חיים געדאנקט דעם באשעפער אז בען האט די מוזיק אנגעצינדן אזוי הויעך.. חיים ריקט נאך אמאל די אייזן און ער זעהט וואו די טראנק עפענט זיך.....

חיים האט פראבירט אנצוהאלטן די דאך אז ס'זאל זיך נישט עפענען אינגאנצען, ער האט זיך געלייגט אויף א פאזיציע אז מיט איין הענט האט ער אנגעכאפט די דאך און אזוי איז ער געלעגן און ארויסגעקוקט..
ער האט זיך נאך נישט דערוואגט צו עפענען אסאך נאר איין שפאלט אז ער זאל קענען זעהן עפעס....

*

סים האט זיך גראד אריין געזעצט אונעם קאר און אנגעפאנגען נאכצופארן די אנדערע קאר...
ער האט זיכער געמאכט אז יענער באמערקט אום נישט אבער אויך זיכער געמאכט אז ער פארלירט נישט יענע קאר פאר איין רגע.
סים איז געווען און קאנטאקט מיט ריטשארד די גאנצע צייט און געווארט צו הערן פון אום וואס די פלענער זענען ווייטער, אבער ריטשארד האט דערווייל נישט געהאט קיין פלענער, וואו ריטשאר האט אום מסביר געווען איז נישט שייך צו האבן קיין פלענער פאר ער ווייסט נישט וואו די דעסטענאציע איז, און לויט די סיטואציע וועט מען דארפן מאכן פלענער..
ס'איז גאר מעגליך אז מיר וועלן דארפן לאזן אז רפאל זאל געבן פאר מיגעל דאס געלט און ווען ביידע וועלן זיין אויף די פריי דאן וועלן מיר קענען אריין גיין און זיי פארכאפן.
איך וויל נישט אז ס'זאל דארפן צו קומען צו דעם ווייל לויט די היסטאריע פון אזאנע מאפיאנערן גייט קיינמאל אזא מקח נישט דורך אנאדעם וואס זיי הארגענען איינעם, אבער דא האף איך וועט אנדערש זיין.
און אויב וועלן מיר זעהן אז עפעס גייט נישט גלאטיג וועלן מיר מוזן דעמאלטס אריין טאנצען, אבער וואו געזאגט ס'מיז נישט זיין אז ס'איז אזוי אפשר וועלן מיר נאך יא קענען עפעס טוען פארדעם, ס'זעהט אבער נישט אויס ווייל לויט וואו איך פארשטיי וויל ער גיין ערגעץ א פארשטיפטע פלאץ, און אויב איז ער דארט פאר אונז וועלן מיר נישט קענען אנקומען אן דעם וואס ער זאל אונז באמערקן.

איך וויל זייער נקמה נעמען און זיי האט סים געזאגט שוימענדיג פאר כעס...
איך האב א עצה האט זיך סים אנגערופן.. איך גיי אפשטעלן די קאר וואס איך פאר נאך.. איך גיי אום בעטן פאר זיין לייסענס רעגיסטראציע וואו למשל איך בין א פאליציי אפיציר און דאן וועל איך קע.....

איין רגע....
איך זעה עפעס....
איך מיין אז די דאך פונעם טראנק האט זיך יעצט געריקט....
איין מינוט....

אקעי ריטשארד איך גיי מיך יעצט נענטער ריקן צו די קאר.. איך בין כמעט זיכער אז דער חיים האט געעפענט די טראנק...
יא... די טראנק דאך איז אפן..
טאקע ממש א טראפ אבער איך קען זעהן וואו ס'ווארפט זיך און ס'טאנצט..

דאס טויג נישט האט סים געזאגט פאר ריטשארד פארלוירן...
איינס, ווייל אויב בען זעהט דאס שיסט ער אום אויפן פלאץ, אבער דאס קען איך נאך צוריק האלטן ווייל אויב זעה איך וואו ער קומט ארויס צום טראנק שיס איך אום אראפ אן קיין קלער...
אבער איך האב מער מורא אז חיים גייט ארויסטאנצען אינמיטן פארן.. און דאס קען זיין טויטליך..
הער אויס רופט זיך ריטשארד אן,
אויב איז דאס די קעיס דאן איז נישטא קיין צווייטע ברירה, איך גיי אריין רופן פאר א ראוד בלאק. איך גיי פארלאנגן אז זיי זאלן אינטערזוכן יעדע קאר אבער איך גיי זיי נישט אנגעבן די סיבה.
אזוי פארדין איך אז די טרעפיק זאל פארן שטאטער אז אויב פלאנט ער יא צו שפרינגן זאל עס נישט זיין פאטאל. וואס איך וויל איז אז וואו נאר די קאר שטעלט זיך אפ אונעם טרעפיק שפרינג ארויס איבעראש בען און ארעסטיר אום!
אבער דו מיזט דאס מאכן געשיקט אז ער זאל נישט האבן קיין צייט איינצומעלדן פאר זיין בעה"ב וואס עס פאסירט, אזוי וועלן מיר פארדינען אז חיים וועט זיין און זיכערע הענט און מיט אום דא וועלן מיר מוזן האנדלן ווייטער.

ריטשארד האט זיך טאקע נישט געזוימט און אריין גערופן די לאקאלע פאליציי און פארלאנגט א ראוד בלאק אויף רוט 103 נארט,
סים האט זיכער געמאכט צו זיין א קאר הינטער חיים'ס קאר אזוי ער זאל גראד קענען ארויסשפרינגען און איבעראשן בען ווען ס'וועט זיין די מינוט, און וואו אויך צו קענען האלטן א אויג צו חיים טוט נישט קיין ווילדע שריט.
און טאקע נאך אפאר מינוט פארן האט סים אנגעפאנגן צו באמערקן אז פון דערווייטנס ווערט אנגעלייגט מיט טראפיק, אלע קארן האבן אנגעפאנגן אראפ צו שטאטערן זייער ספיד.

*

חיים ליגט אזוי פארבויגן אונעם טראנק. אין זיין קאפ לויפט דורך די פאסירונגען פון די לעצטע טאג צוויי, חיים מאכט אפ ביי זיך גענוג איז גענוג!
ער גייט ארויס טאנצען פון דא!

חיים קלערט צו זיך פארביטערט, איך זעה דאך שוין אז דא גייט נישט גיין אזוי גלאטיג וואו ער האט עס אראפגעלייגט, פאר עפעס א סיבה האבן זיי מיך געברענגט צו דעם מאטעל און דאן מיט איילעניש אוועק געפירט, דא גייט נאך אסאך זאכן פארקומען פאר איך גיי זיין אויף די פריי, -אויב גייט עס אמאל זיין-, אלזא איך קען נישט דערלייגן פון טאנצען און ערגסטן פאל וועט ער מיך הארגענען..

חיים נעמט זיך גרייטן צו זיין אקציע. ער מאכט צו זיין אויגן און אין זיינע מחשבות לויפן שנעל דורך בילדער פון זיין טאטע מאמע שוועסטערס..
אבער חיים געט נישט פאר זיין מח קיין צייט צופיל ווייל אט אט און די קאר שטעלט זיך אפ...

*

סים דרייט זיך אויס צו זיין בעק סיעט און נעמט ארויס פון דארט זיין סיילענסער (דאס איז אזא טעכנאלאגיע וואס מאכט דעם שאס פונעם גאן שטיל,) מאכענדיג זיך דעם חשבון אז אויב זאל ער עס דארפן ניצן זאל עס כאטש נישט מאכן קיין איבריגע גרידער,
ער קוקט איבער צו די גאן איז פיל און מאכט זיך באקוועם אויף זיין פאזיציע גרייטענדיג אויף ס'קימענדיגע.

*

בען זיצט רואיגערהייט, די מוזיק איז אויפ'ן העכסטן, יעצט גייט א ליד וואס ער גלייכט זייער, און בען נעמט זיך מיטשאקלן מיט ביעט.
ער זעהט אז עפעס טרעפיק רוקט זיך אינטער אבער ער האפט אז דאס איז פאר צייטווייליג.
די טרעפיק פארט שטייט...
דערנאך נאך שטאטער...

די ספיד איז געפאלן צו פיפצען און דאן צו צען....

*

חיים זעהט יעצט די געלעגענהייט צו נעמען שריט.. ער טראכט נישט קיין צוויי, ער זעהט אז די קאר פארט גענוג שטייט אז די טאנץ זאל נישט פאטאל..
זיין הארץ נעמט זיך קלאפן גאר שנעל.. ער ווייסט אז ער לייגט זיך יעצט אריין און א סכנה.. אבער ער האט נישט געלאזט זיין מח צו לאנג טראכטן, זיין געוויסן האט אום געשטיפט טאנצען...

איינס צוויי.... טאנץ!!!

*

סים איז געווען די ערשטע צו באמערקן די טאנץ, ער האט האסטיג געגעבן א שטעל אפ זיין קאר אריין געלייגט די קאר אויף פארק און געעפענט די טיר...

*
בען זיצט רואיג קוקענדיג פאראויס צו זעהן וואו לאנג די טרעפיק ציט זיך נאך, אינמיטן שפירט ער א שטארקע שאקל אין די קאר...
ער הייבט אויף זיין קאפ צום שפיגל וועלענדיג זעהן צו איינער האט אפשר אריין געריקט אין אום בטעות אבער וואס ער האט געזען און שפיגל האט אום פארפרוירן....

וווואאאאסססס.....!!!!

די טראנק איז אפען!!!

בען געט א כאפ זיין גאן און מיט אן אויסטערלישן כעס געט ער א לייג די קאר אויף פארק און שפרינגט ארויס פון קאר.

*

חיים האט געלאנדעט אויפ'ן פלאר מיט א זעץ, ער האט געשפירט שטארקע ווייטאגן אין די הענט, קוקענדיג האט ער געזעהן אז ער איז היפש ציבלוטיגט און זיין העמד האט זיך צוריסן..
אבער ב"ה ער לעבט!
חיים פראבירט זיך אויפצושטעלן וועלענדיג זיך נעמען אנטלויפן וואו די אויגן טראגט אום...

דערווייל איז געווארן א שטיקל בהלה, נאך קארס האבן זיך אפגעשטעלט זעהנדיג אזא סצענע, צוויי פרעמדע מענטשען זענען צוגעלאפן צי חיים זעהן וואס פארא הילף ער דארף, אנדערע האבן גערופן פאליציי..
חיים האט זיך געטראפן ארום גענומען מיט א שיינע פאר מענטשען...

*

בען שפרינגט ארויס פון קאר מיט די גאן אין זיין הענט, אבער א זעץ אויפ זיין הענט האט פאראורזאכט די גאן אראפצוטראסקענען מיט קראפט. בען טרעפט זיך שטיין קעגן די ריז וואס ער האט געזעהן אונעם מאטעל, סים כאפט אן בען און דריקט אום צו מיטן פנים אויסגעדרייט צום קאר.
הער דו מיך אויס האט סים געשריגן, דו ביסט יעצט א פארטיגער! איך קען יעצט מאכן א ענדע צו דיין לעבן אבער איך וועל דאס נישט טון, פאלג וואס איך הייס דיר אויב ווילסטו נאך אמאל זעהן די שיין פון די זון.
און אזוי רעדענדיג האט סים ארויף גערוקט קייטלען אויף בען'ס הענט און אום אויסגעטאפט די טאשן.
די ערשטע זאך האט סים אוועק גענומען זיין טעלעפאון, אזוי אז בען זאל אויף קיין וועג נישט קענען אנרופן זיין בעה"ב און אום דערציילן וואס האט פאסירט, דערנאך האט אום סים אריין געווארפן און די זייט פונעם ראוד, בען האט געלאנדעט אויפן פלאר מיט א זעץ.
דאן האט סים צוגעוואקט צו חיים און פארשיקט אלע נייגעריגע מענטשען.
חיים האט נישט געוואוסט ווער דער ריז איז, חיים האט זיך גענומען ביטערליך וויינען מיינענדיג אז דער איז אויך פון די וואס ארבעטן אינאיינעם מיט די מאפיאנערן. אבער סים האט אום שנעל בארואיגט און אום געוויזן זיין אפיציעלן איידי אז ער איז דא אום צו ראטעווען. חיים האט אום נישט געוואלט גלייבן, אבער וואו נאר סים האט אום געוויזן וואו בען ליגט אויף דער ערד געקייטעלט האט זיך חיים בארואיגט.
סים האט אבער נישט געהאט קיין צייט, ער האט זיך אריין געזעצט און בען'ס קאר עס צו ריקן אראפ פונעם ראוד צו ערמעגליכן די טראפיק ווייטער צו פארן דאן האט ער אריין געריקט זיין קאר און ווען אלעס איז ווייטער געפארן און אלע נייגעריגע זענען שוין נישט דארט געווען האט זיך סים געוואנדן צו חיים און אום געפרעגט צו אלעס איז גוט מיט אום, חיים האט נאר געוואלט וויסן וואס עס טוט זיך מיט זיין טאטע צו אלעס איז גוט, סים האט געוואוסט אז ער קען אום נישט ענטפערן ווייל דאס קינד איז גענוג צובראכן און ער וועט עס נישט פארנעמען צו הערן אז זיין טאטע איז נאכנישט ארויס פון די סכנה.
סים האט געקוקט אויף חיים'ס הענט און נאכן זיכער מאכן אז חוץ א שטיקל קראץ איז אלעס גוט מיט חיים, האט ער אום געהייסן זיך אריין זעצן און זיין קאר און זיך בארואיגן און אפאטעמען.
חיים האט נאר געוואלט רעדן צו זיין טאטע אדער צו זיין מאמע, אבער וואו פארשטענדליך האט סים אפגעזאגט.

סים האט דערנאך אנגערופן ריטשארד אום צו דערציילן אז אלעס איז גוט דורך און חיים געפינט זיך און זיכערע הענט, ריטשארד האט אום געזאגט אז ער ווייסט דערפון ווייל ער האט געהערט אויף די פאליס ראדיא אז ס'איז אריין געקומען אפאר היסטערישע קאללס פון מענטשען וואס זאגן אז זיי האבן געזעהן א קינד ארויסטאנצן פון א טראנק...
סים האט זיך צושמייכעלט..
איך האפ אז דו האסט געקענסעלט די קאללס האט סים געזאגט סארקאסטיש, נעה האט ריטשארד געענטפערט, א פלאטע פון קארן זענען אויפ'ן וועג...
פיין, וויצן אין אז זייט געלייגט, איך האב זיי אלע געקענסעלט.
יעצט, וואס מיר דארפן ווייטער טוען איז, דו דארפסט זיכער מאכן אז דער חברה מאן וועם דו האסט דארט, אגב לאז מיך דיר פרעגן, דו ווייסט שוין זיין נאמען?
יא, וואו איך האב פארשטאנען רופט מען אום בען.
גוט, איך וויל דו זאלסט זיכער מאכן אז דער בען פארשטייט און וואסערע סיטואציע ער געפונט זיך, און אז ער איז א פארטיגער, איין אפציע וואס איז אום געבליבן איז אויב גייט ער קאאפערירן דאן האט ער נאך איין טשאנס אז מ'זאל אום עפעס פארשוינען, וואו נאר דאס איז קלאר פאר אום רופ מיך צוריק און מיר וועלן רעדן די ווייטערדיגע פלענער, אבער פראביר עס צו מאכן וואס שנעלער ווייל איך ווייס נישט וואו לאנג די זאך דא גייט זיך נאך ציען, און איך וואלט זייער געוואלט אויסמיידן אז מיגעל זאל ווערן פארדעכטיגט.
נישט קיין פראבלעם, איך פארשטייט אויפן ווינק און איך האפ ביז א מינוט צוויי צוריק צורופן.
וואו נאר סים האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון האט ער זיך געוואנדן צו בען אום אנגעכאפט און אויפגעשטעלט.
הער מיך צו האט סים געזאגט האסטיג,
איך האב קיין צייט זיך צו שפילן מיט דיר, ביסטו גרייט צו פאלגן יעדע זאך וואס איך גיי דיר הייסן אן אויסנאם איז גוט, אויב נישט איז אונזער דיסקוסיע פארטיג, און דא איז דיין לעצטע טשאנס צו אטעמען פרישע לופט, ווייל פון דא וועסטו געפירט ווערן צו אן איינזאמע צעל און דארט וועסטו אפשימלען דיין איבערגעבליבענע יארן.
אויב מיינסטו אז א טראנק איז א קליין פלאץ וויל איך דיר זאגן אז דו האסט א גרויסע טעות, דיין צעל וועט זיין האלב די גרויס, דו וועסט דיך וואונטשן צו פארמאגן אזא ברייטקייט.
איך ווארט יעצט פון דיר א ענטפער. איך גיב דיר צוויי מינוט אויפ'ן זייגער עס דורך צוקלערן.
בען קלערט צו זיך; איך בין און א שרעקליכן פארלעגענהייט, פון איין זייט בין איך דא אויף גרויסע צרות, איך בין פארכאפט און דער דא סטראשעט מיך מיטן ארגסטען, פון די צווייטע זייט ציטער איך פון מיין בעה"ב, זאל ער אויף עפעס א וועג געוואויר ווערן אז איך האב מיך פאררעדט וועט ער מיר דאס אין קיין פאל נישט מוחל זיין, ער וועט נקמה נעמען פון מיר און פון מיין פאמיליע... וואס טוה איך דא?
סים זעהט אויף בען אז ער האלט זיך ביים ברעכן, סים בייגט זיך צו צו זיין אויער און רעדט צו אום ווייטער.
איך ווייס נישט וואס דיין קלער איז, דיין בעה"ב איז ארום גענומען פון אלע זייטן, ס'איז נישטא קיין וועג אז ער זאל זיך ארויסזעהן אדער ארויסדרייען פון אונזערע הענט, ער גייט ביז אפאר שעה אדער זיין פארכאפט אדער טויט! אלזא, אויב איז דאס פארוואס דו האלטס דיך צוריק דאן איז דיין שרעק אומזינסט.
הערענדיג די ווערטער האט זיך בען געבראכן..
איך בין גרייט מיטצוארבעטן מיט דיר, אבער דו דארפסט מיר צוזאגן אז מ'גייט זיך רעכענען דערמיט און קאורט,
אודאי, אויב פאלגסטו אלעס אויס וואס איך גיי דיר הייסן וועט מען זיכער זיך רעכענען דערמיט ביים ארויסגעבן דעם פסק. סים טראכט צו זיך, הא הא, מ'גייט אום געבן נאר איינמאל לעבנסלענגליכע טורמע אנשטאט פיר מאל, אבער דאס הייסט נאך אלס זיך גערעכנט מיט אום.... הא הא

סים זוימט זיך נישט און רופט גלייך אן ריטשארד און גיט אום איבער אז בען איז גרייט מיטצוארבעטן.
ריטשארד האט נישט אינטערעסירט מיט וואסערע מעטאדן סים האט אום געמאכט קאאפערירן, די עיקר איז אז ער פאלגט.
פיין, זאגט ריטשארד.
איך וויל יעצט אז דו זאלסט אום אויפבינדן און ער זאל זיך צוריק אריין זעצן אין זיין קאר און פארן ווייטער, ער זאל שפילן דעם שפיל וואו ער האט חיים מיט זיך אין די קאר, וואו נאר ער וועט אנקומען צום דעסטענאציע זאל ער זיכער מאכן אז מיגעל קומט צו זיין קאר און דאן וועלן מיר אום פארכאפן.
האסט ארויס מיין ציהל?
יא! זייער קלאר, האט סים געענטפערט איך וועל דיך צוריק רופן ווען מיר וועלן זיך ארויסלאזן און וועג.

סים לייגט אראפ די טעלעפאון און ווענדט זיך צו בען און זאגט אום וואס זיין פלאן איז, בען שאקלט צו מיטן קאפ.
יעצט זעץ דיך אריין אין דיין קאר און פאר ווייטער, אבער געדענק, דו דארפסט שפילן וואו למשל דא קומט גארנישט פאר, און איך ווארן דיך נאכאמאל אויב ווילסטו היינט ארויסגיין לעבעדיג פון דא דאן פאלג וואס איך הייס, ווייל וויסן זאלסטו אז מיר זענען לעגאל בארעכטיגט דיך צו הארגענען, איך פלאן עס נישט צו טוהן נאר אויב איך וועל זעהן פאר נייטיג, אבער געדענק דו לעבסט יעצט אויפ געבארגטע צייט.

אזוי רעדענדיג האט סים אריין געווארפן א אינטערהער אפאראט און בען'ס קאר, און ווען בען האט נישט געזעהן האט סים מיטגעווארפן א קליין באטעל, די באטעל האט ענהאלטן א קליין מאס אויפרייס מאטריאל וואס און נויטפאל זאל דאס סים קענען אקטיוועיטן פון זיין קאר און אומברענגן בען. סים האט געקלערט צו זיך אז ער האפט עס נישט צו ניצן אבער גרייטן דארף מען זיך אויף אלעם.

בען זעצט זיך צו צום רעדל. סים זעצט אריין חיים אין זיין קאר, און טוט זיך אן די העד סעט, און ביידע לאזן זיך ארויס.

*

טאמי וואונדערט זיך פארוואס בען רופט אום נישט זאגן וואו ער האלט, ער האט אבער גארנישט חושד געווען ס'איז אום נאר אינטערעסאנט געווען.

נאך צעהן מינוט האט אום בען אריין גערופן, טאמי פרעגט אום וואו ער איז געווען ביז יעצט, סים האט אויסגעהערט די שמועס און געווארט צו הערן צו בען וועט ענטפערן וואו אפגעשמועסט אדער ער וועט זיין א חכם וואס דאן וועט ער מוזן מאכן א סוף צו זיין לעבן...
אבער בען האט אויך געוואוסט אז ער קען נישט דא שפילן, ער האט געוואוסט אז סים הערט יעדעס ווארט.
'איך בין אריין געפאלן און א צודרייטן טרעפיק, ס'האט נישט געהאט קיין זין דיך צו רופן, יעצט האט זיך עס גענומען פארן האב איך דיך גערופן'
גוט, קום דא אראפ צו עקזיט 6 ביי די צווייטע רעכטס נאך די עקזיט וועסטו זעהן א דרייוו וועי, דארט פאר נאך פינעף מינוט, ביי יענע דעד ענד וועלן מיר זיך טרעפן, פארשטייט זיך אז דו זאלסט זיכער מאכן אז קיינער פארט דיך נישט נאך. די ראוד איז א טינקעלע און ליידיגע ס'וועט זיין זייער גרינג צו באמערקן אויב איינער פארט דיך נאך, אויב יא לאז מיך וויסן און מיר וועלן זעהן וואו אזוי צו האנדלן דערמיט,

פיין האט בען געענטפערט, איך בין דארט ביז צעהן מינוט.

וואו נאר בען האט אראפ געלייגט די טעלעפאון פון טאמי האט אום סים אריין גערופן, סים האט אום געזאגט אז ער זאל זיך אפשטעלן פאר די צווייטע רעכטס, נאך פאר ער פארט ארויף אויפ'ן דרייוו וועי,

סים האט אנגערופן ריטשארד און אום דערציילט וואס מיגעל'ס פלענער זענען, ריטשארד האט אום געזאגט אז ער האט שוין געזען דעם בראך, ווייל ער זעהט וואו מיגעל'ס קאר איז שוין דארט געפארקט, און ווארט שוין אויף בען.
נישט קיין פראבלעם האט סים אויפגעבליצט מיט א געדאנק,
איך גיי אריין גיין אונעם קאר צוזאמען מיט בען, וואו נאר טאמי וועט נאנט וואקן צו בען'ס קאר וועל איך אום ערלעדיגן מיט א שאס! דאס איז די איינציגסטע אפציע געבליבן אז די זאך דא זאל זיך ענדיגן אן קיין פעטאלן.

געוואלדיג האט ריטאשרד געשריגן, אויב אזוי וועלן מיר זיך טרעפן גראד נאכן עקזיט, און דארט וועל איך איבער נעמען חיים מיט דיין קאר און דו וועסט גיין און בען'ס קאר, אבער ביסט זיכער אז דו ביסט גרייט דיך אינטערצונעמען אזא אקציע?
יא! דאס איז מיין פערזענליכע אקציע, איך גיי זיי פייטן ביזן סוף!

פיין גיימיר זיך טרעפן ביי די עקזיט איך בין דארט ביז א מינוט,
גוט, איך אויך.


עקזיט 6

אויף א שטילע ראוד אראפ ביים עקזיט זעהט זיך דריי קארס געפארקט, פאר א פשוטע פארבייפארער וואלט דאס נישט ארויסגעברענגט קיין פארדאכט אבער פאר געוויסע האט דאס געהאט גאר א טיפן באדייט, און איין קאר איז געזעצן ריטאשרד מיט צוויי פב"א אגענטן, אין די צווייטע קאר איז געזעצן חיים פארלוירענערהייט נישט וואוסענדיג וואס דא שפילט זיך אפ. איין זאך האט אום סים געזאגט אז מ'ארבעט יעצט ארום צו באפרייען זיין טאטע און גארנישט זאל געשעהן מיט אום, סים האט צוגעווארפן אז חיים זאל בעטן זיין באשעפער אז אלעס זאל גיין געשמירט און זיין טאטע זאל ארויסקומען אומבאשעדיגט פון די היינטיגע אקציע.
חיים איז גוט דערשראקן געווארן פון די ווערטער, אבער ער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו וויינען, דאס וואס ער האט מיטגעמאכט די לעצטע פאר טאג איז געווען פאר אום מער וויפיל זיין מח האט געקענט דערהייבן, און יעצט זיך נאך זארגן פאר זיין טאטע האט ער געשפירט אז ער קען נישט, ער האט געשפירט אז זיינע געפילן זענען וואו פארגליווערט, זיין טרערן קוואל איז פארטריקענט. מיט אום איז געזעצן סים און די קאר.
אין די דריטע קאר איז געזעצן בען.

אלע דריי זענען געשטאנען ביי די זייט פונעם ראוד, סים האט צוגעוואקט צו ריטשארד'ס קאר און ער האט אראפגעלייגט זיין פלאן. ריטשארד האט מסכים געווען צום פלאן אבער ער האט פארראכטן אפאר קלייניגקייטן.
ער האט אפגעשמועסט אז סים זאל טאקע זיין מיט בען און די קאר, אבער אנשטאט ניצן א געהעריגע גאן איז בעסער אז ער זאל ניצן א "טעיסער גאן" דאס טוט די זעלבע וואו א גאן, דאס לייגט אוועק דעם מענטש, די חילוק איז נאר אז אס לייגט נישט אוועק אויף אייביג נאר אויף א מינוט צוויי, גענוג אז מ'זאל אום קענען בייקומען.

די פלאן איז טאקע בעסער געפאלן פאר סים, ווייל וואו געשמועסט האבן ביידע זייער געוואלט אום האבן לעבעדיג.
אויך האט ריטשארד צוגעלייגט, אז ער מיט איין אגענט וועלן זיין אינטער זיי, זיי וועלן זיך מיטכאפן מיט די קאר ביז כמעט אויבן פון די דרייוו וועי, דערנאך וועלן זיי צווואקן ביז די עק פונעם ראוד און זיי וועלן דארט זיין ארויסצוהעלפן סים אויב עפעס פארפלאנטערט זיך.

נאך אלעם איז געבליבן אז איין אגענט וועט בלייבן היטן אויף חיים. די אנדערע אגענט מיט ריטשארד וועלן זיין די בעק אפ טיעם פאר סים, און סים וועט זיין מיט בען אין די קאר....

די פלאן איז אריין און קראפט!


סים גייט צו צו בען און זאגט אום און קורצן וואס די פלאן איז, בען האט אויף אלעמען צוגעשאקלט מיטן קאפ. סים האט אבער געוואלט זיכער מאכן אז ער פארשטייט האט ער אום געהייסן איבערזאגן די פלאן, בען האט וואו א דריי יעריג קינד איבערגעזאגט יעדעס ווארט.
נאכדעם וואס סים האט געזען אז בען קאאפערירט אינגאנצען האט זיך די סוויטע ארויסגעלאזט צום דרייוו וועי, אונטן פונעם בארג האט יעדער גענימען זיין פאזיציע בען האט זיך אריין געזעצט אונעם בעק סיעט און ווען ריטשארד מיט די אגענט זענען שוין געווען פעסט אנגעכאפט האבן זיי געגעבן א ווינק פאר סים אז מ'קען פארן.
א וואלקן רויעך האט זיך געזעהן פון אינטער די קאר. צוויי קארס זענען געבליבן זיצן אנפאנג דרייוו וועי, איין אגענט איז געבליבן היטן אויף די צוויי קארן און אויף חיים.

בען'ס קאר פארט שטאטערהייט ארויף אויפן בארג, סים האלט די גאן אויסגעשטרעקט צו בען'ס ריכטונג אבער גענוג אראפגעבויגן אז אויפן ערשטן בליק זאל קיינער נישט זעהן אז דא ליגט איינער, דערווייל האט סים אויפגעסעט זיין 'טעיסער גאן' זיך גרייטענדיג עס צו ניצן.

נאך א צוויי מינוט פארן האט זיך בען'ס טעלעפאון צוקלינגן טאמי זאגט אום אז ער זעהט שוין זיין קאר דורך די העד לייטס, סים האט גלייך געגעבן א ווינק פאר ריטשארד אז ער זאל אראפשפרינגן פון די קאר ווייל אט אט דערגרייכט מען שוין די שפיץ.... ביידע האבן אראפ געשפרינגן און געבליבן שטיין.....


*

רפאל זיצט געבינדן אונעם קאר מיט טאמי, וואס רפאל איז דורך אין די לעצטע צוויי שעה איז שווער אראפ צולייגן, טאמי האט געטרינקן זיין בלוט, און נאך מער, רפאל האט געציטערט וואס דא גייט זיין, ער האט געוואוסט אז די פב"א ארבעט פלייסיג אבער ווער ווייסט צו זיי וועלן זיך קענען א עצה געבן דא יעצט.
און נאכמער פון אלעם האט רפאל געציטערט פאר זיין חיים, ער האט נישט געקענט טראכטן אז היינט נאכט זאל זיך ענדיגן מיט א קאטאסטראפע און חיים זאל חלילה זיין די קרבן.
ער האט זיך שוין גענומען קלערן אז אפשר וואלט ער טאקע נישט געדארפט גיין צו די פאליציי נאר גלייך פארהאנדלן מיט די מאפיאנערן און אזוי וואלט אלעס געגאנגען געשמירט, אבער דאס האט ער גראד אפגעווארפן, ווייל דאס וואלט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, זיי וואלטן נישט זאט געווארן.

אזוי זיצענדיג צובראכן ווען זיינע מחשבות לויפן זעהט ער פלוצלינג וואו ס'ווערט ליכטיג, א קאר קומט צו פארן און זיין ריכטונג...
רפאל'ס הארץ נעמט זיך קלאפן גאר שנעל... אין די קאר זיצט זיין בן יחיד'ל חיים.... באשעפער, העלף אלעס זאל דורך גיין בשלום...
מיר זאלן ביידע איבערלעבן...
די קאר קומט נענטער....

די קאר שטעלט זיך אפ...
סים כאפט די לעצטע בליק אויפן גאן זיכער צו מאכן אז אלעס איז גוט אנגעשטעלט..


טאמי שטייט ביי זיין קאר און ווארט אז בען זאל ארויסקומען...
בען ווייסט נישט וואס צו טוען, געפלאנט איז געווען אז טאמי גייט קומען צו זיין קאר, אבער דערווייל ווארט ער אז בען זאל גיין צו אום.
סים ליגט איינגעקנייטשט אין די בעק סיעט, ער ווארט צו זעהן וואס דא גייט זיך אויסקאכן,

טאמי שלעפט ארויס זיין גאן...
לייגט עס און פארנט פוו זיך און אזוי קומט ער צו וואקן צו בען'ס קאר...

רפאל זעהט אלעס.. ער מאכט צו זיין אויגן.. ער קען נישט זעהן וואו טאמי גייט אפשיסן זיין חיים פאר זיין נאז..
טערן גליטשן זיך אראפ אויף רפאל'ס באקן, זיין ליפן שעפשעט קאפיטליך תהלים..

טאמי קומט אן צו בען'ס קאר און הייסט אום ארויסקומען אבער אפילו בען זאל וועלן קען ער שוין נישט ארויסקומען, סים האט אום געבידנן די הענט אז ער זאל זיך נישט קענען רירן, סים האט געקלערט אז ער נעמט נישט קיין טשאנס.

טאמי קומט נענטער... ער זעהט אז בען רירט זיך נישט, ער בייגט זיך אריין פון די פענסטער צו זעהן וואס ס'גייט פאר מיט בען...
אויף די סקונדע האט סים געווארט...
סים געט א שיס מיט זיין גאן....

טאמי האט זיך גענומען ווארפן וואו א בלעטל.. די גאן איז אום ארויסגעפלויגן און ער איז אומגעפאלן מיט א זעץ...

סים איז יענע רגע ארויס געשפרינגן פון די קאר און נאך פאר טאמי האט זיך געקענט אויפשטעלן און שטעלן א ווידערשטאנד איז ער שוין געווען געקייטעלט און ארום גענומען מיט דריי מענטשען...

די ערשטע זאך האט סים דורך געקוקט אלע זיינע טאשן און ארויסגעווארפן אלעס וואס קען זיין שעדליך..

ריטשארד האט גלייך צוגעוואקט צו רפאל, ווען רפאל האט געזעהן ווער ס'איז האט ער אויסגעבראכן און א יאמערליכן געוויין... ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן...
ער האט נאר געוואלט וויסן ווי זיין חיים געפינט זיך, ריטשארד האט אום פארזיכערט אז חיים איז אין זיכערע הענט.

סים האט אריין געווארפן טאמי אין די קאר און אינאיינעם זענען אלע אראפגעפארן זיך צו טרעפן מיט די אנדערע אגענט, ריטשארד האט אנגעברייט רפאל אז ער גייט זיך יעצט טרעפן מיט זיין זוהן, ער האט אום געבעטן ער ער זאל גארנישט פארציילן פאר חיים וואס ער איז דורך, ווייל אויף יעצט איז חיים נאך צו שוואך.

*
חיים זיצט אין די קאר מיטן אגענט, זיי האבן קיין סאך נישט גערעדט, חיים איז בכלל לעצטענס געווארן זייער פארמאכט און צוריק געצויגן, ער האט געזוכט וואו ווייניגער צו האבן סיי וואס פארא פארקער מיט מענטשען..
אבער ווען די אקציע אויבן איז פארטיג געווארן האט די אגענט באקומען א קאלל פון ריטשארד אז ער זאל צוגרייטן חיים פאר די באגעגעניש מיט זיין טאטע.

די אגענט איז פון אייביג אן געווען א פאסיווער קאלטע מענטש, געפילן האבן געשפילט א קליינע ראלע ביי אום. ער האט איבער געגעבן טריקענערהייט פאר חיים אז זיין טאטע איז אויפן וועג...

חיים האט אוועק געשטופט די מחשבות, ער האט נישט געלאזט זיין געפיל זיך צושפילן. וויפיל מאל אין די לעצטע פאר טאג האט ער זיך געפרייט און ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט לופט.
אלזא, וואו לאנג ער זעהט נישט זיין טאטע גייט ער זיך נישט לאזן איינרעדן..

אבער ווען ער האט געזען די קאר קומען צו פארן צו זיין ריכטונג האט אום זיין הארץ געזאגט אז דאס מאל איז עס יא עפעס...
חיים האט קאנצעטרירט זיין אויגן אויפ'ן קאר, ער זעהט וואו די קאר שטעלט זיך אפ, דער ריז וואס האט אום געראטעוועט שפרינגט ארויס און עפענט די בעק טיר....

יא... זיין טאטע וואקט ארויס פונעם קאר....

חיים קלערט נישט קיין צוויי עפענט אויף זיין טיר און שפרינגט ארויס און לויפט קעגן זיין טאטע....

רפאל זעהט וואו די טיר פונעם צווייטן קאר עפענט זיך...
און זיין חיים'ל שפרינגט פון דארט ארויס...
רפאל עפענט ברייט זיינע ארעמעס און חיים געט א שריי.... ''''טאטי'''''
און געט א שפרינג אריין דערין.....

ביידע זענען געשטאנען אזוי ארום גענומען און געוויינט....

יעדער וואס איז געשטאנען ארום האט זיך געווישט די טרערן...

אפילו די קעלטסטע אגענטן האבן נישט געקענט צוריק האלטן זייערע טרערן צוזעהנדיג די סצענע.
יעדער דא האט געוואוסט וואס דא איז פארגעקומען און וואו שווער ס'איז געווען זיי צוריק צאמצוברענגן.

נאך אפאר מינוט האט רפאל אויפגעהויבן חיים און צוזאמען זיך אריין געזעצט אונעם קאר וואס רישטארד האט אנגעוויזן אז דאס איז פאר זיי.
רפאל האט צוריק געבעטן זיין טעלעפאון וואס ריטשארד האט געהאט אוועק גענומען אנפאנג אקציע אלס מורא אז דאס קען שטערן די אקציע.
רפאל האט אהיים גערופן צו דערציילן אין שטוב די פרייליכע נייעס אז ב"ה יעדער איז געזונט און אויף די פריי..

*
שבת קודש


א שטילקייט האט דורך געשניטן דעם שערי צדק שוהל ווען מ'האט אויסגערופן רפאל בן יצחק זאל ארויפקומען עולה זיין. נאכן ענדיגן די ברכה האט זיך געהערט א וויינעדיגע קול און רפאל האט געבענטש גומל...
די אמן האט אפגעהילכט מיילן...

נאכן דאווענען האט די גבאי אויסגעקלאפט אז רפאל לאדענט דעם גאנצן עולם צום קידוש דא אין שוהל...
רפאל האט זיך געלאזט וואויל גיין און געגעבן פון אלעם גוטן.
דערנאך האט רפאל צוגערופן זיין חבר עיב און מיט טרערן אין די אויגן אום אפגעגעבן א יישר כח פארן אום ארויסהעלפן פון די ערשטע מינוט אן...
דער עולם איז געווען און זייער א גוטע שטימונג..
יעדער איז שטיל געווארן ווען רפאל האט אויסגעקלאפט און שטיל געמאכט.
רפאל האט זיך גענומען דערציילן די מעשה...

א שטילקייט האט געהערשט, קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן א ווארט.
אבער יעדענס אויגן האבן זיך ספאנטאן אויסגעדרייט צום טיר צו זעהן ווער ס'האט אריין געוואקט...
ביים טיר האבן זיך באוויזן צוויי גוים, איינער איז געווען זייער מערקבאר וועגן זיין געשטאלט... קיינער האט נישט געוואוסט ווער זיי זענען.
אבער וואו נאר רפאל האט זיי באמערקט איז ער צוגעשפרינגן צו זיי און זיי ארום געהאלזט...
ער האט זיי געזעצט אויבן אן און פארגעזעצט מיט זיין ערציילונג...
פאר איבער צוויי שעה איז דער עולם געזעצן צוגענאגעלט און זיך צוגעהערט...
פון אלע זייטן האט מען געזעהן מענטשן זיך ווישן די טרערן...

אבער ווען ס'איז געקומען די פרייליכע ענדע האט זיך געזעהן א ברייטע שמייכעל אויף יעדענס פנים.

ווען רפאל האט געענדיגט מיט זיין מעשה האט ריטשארד געבעטן רשות צו ער קען צולייגן אפאר ווערטער.
דאן האט ריטשאד דערציילט זיין חלק פון די מעשה, דערנאך האט ער פארציילט אז דער מיגעל וואס זיי האבן אום אייביג געקענט אויף דעם נאמען איז א גאר אלטע פארברעכער און ער האט געטוען זיין פארברעכן מיטן נאמען טאמי...

מיר האבן א ליסטע פון פארברעכנס וואס ער האט געהאט א שייכות דערמיט מיר ארבעטן נאך אויפ'ן קעיס אבער אויב זאל ער געפינען ווערן שולדיג אויף אלע קלאגעס קען אום ווארטן פון לעבנסלענגליכע טורמע צו טויט שטראף...
מיר ארבעטן נאך דעראויף אבער דער גייט די שיין פון די זון מער נישט זעהן....

דער גאנצער עולם האט אום הילכיג אפלאדירט פאר זיין געניטע ארבעט
און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און פייערליכן טאנץ:

חסדי ה' כי לא תמנו.....


! ענדע !
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אה! ענדליך!

יישר כח!!!

א פרייליכן יו"ט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

א אמת'ן ריזיגן יישר כח כבוד הרב אב זקן!!

איך האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן, השם ישלם לך.

ביטע האלט אן, מיר ווארטן אויף נאך.

============

ווארד האקט..
ער האט מיר אויסגעכאפט
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דאס האב איך געהאט ביי מיר און איך לייג עס יעצט ארויף אז אויב איינער צומישט זיך זאל ער קענען דא קוקן.


רפאל- די טאטע פון חיים
חיים- די פארכאפט קינד
בען-ארבעט פאר טאמי
טאמי-די הויפט מאפיאנער
ריטשארד- די דיטעקטיוו
סים- ריטשאארד'ס מיטארבעטער
מיגעל- טאמי'ס לעגאלע נאמען
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

WOW!!!! אב שכח!! מורא'דיג גיט אראפ געלייגט! אזא ציענדע מעשה מיט אזויפיל שפאנונג, מיט אזא פרייליכע ענדע!!
===========
יעצט ווארט מען נאר אויף די קאווער.....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

סאיז ווערט געווען דאס ווארטן
טענקס עמיליאן
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוין געליינט חול המועד, אבער זיך איינגעהאלטן פון מגיב זיין ביז יעצט.

א שיינעם דאנק פארן הערליכן פארזעצונג!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כקרעמער כשמערי. כ'האב אזאנס הנאה געהאט. נאכאמאזל ס'האצעך אזוי גוט געענדיגט.

אין איין ווארט: WOW
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ריזן דאנק!

געהאלטן געשפאנט אבנארמאל!!!
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

א ריזיגן ישר כח פאר די פארזעצונג
אין נאך מער פארן מאכן 8 לאנגע פארזעצונגן אנשטאט 20 קליינע
אין נאך מער פארן מיך איינרעדן אז די מעשה ענדיגט זיך שוין אין דערנאך מאכן א 180 דעגרי צוריק צו כמעט אנהויב. האלט אהן זיי מהנה דעם גאנצן עולם הקטנים עם הגדולים
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

ישר כח WOW
נו געגאַנגען
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

איך האב פארגעסן פריער צו לייגן פין די גרינע
נאך אמאל א גרויסן יישר כח !!! KEEP ON!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אבי;
שטארק הנאה געהאט פונעם ענדע...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”