בלאט 1 פון 1

הצלה ראטעוועט.. מיין/דיין טייערע משה'לע .....!!

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 6:34 am
דורך קאפמאן
קים משה'לע, כאפ אן טאטיס הענט שיין...
מע גיימער אין חדר..
קים דא אין די קאר סיט... לאמיר דיר גיט ציבינדען...

אזא הייסע טאג ווי היינט איז דאך א רעקארד... די שווייס גיסט זיך ווי וואסער....
מען קען דאך ח"ו אויסגיין פאר הוץ..
מיט די פענסטערס אפען וועל איך מיך נישט באגאניגן, לאמיר פארמאכן די פענסטערס אין אנצינדן די עיר קאנדישאן אויף די העכסטע...
אהה א מחיה פיין קיל....

פינגגג!!! די רויטע גאז לעמפל האט זיך אנגעצינדן...  עס קיקט נישט אויס ווי איך וועל דאס מאכן ביזן חדר.. לאמיר אריינפליסן דריי פיר גאלן פאר דערווייל...
אין א וועיגס וועל איך שוין קויפן א קאלטן וואסער....

לאמיר ארויסנעמען די שליסל,  ס'איז דאך ממש א שאד די גאז זאל ברענען
אימזינסט....
....

איצי וואס מאכסטע?! וואס גייט פאר מיט דיר
איך טריי דיר שוין צי ריפן צוואציג מאל..

הע איך האב שוין דריי מאל געטשענזשט נומערס זייט דריי יאר ציריק...

סא וויזוי גייט עס אזוי...

וואס דארפען מיר שטיין דא אינדרויסן עס איז דאך קעלטער אינעווייניג נישט אזוי?!...
...

טאטי ס'הייס..! טאטי ס'הייס! איך וויל ארויסגיין... טאאטי טטאאאטטטייי!!
מיין קאפ טיט וויי.... טטטאאאאטטטייי....!!!
טאטי איך וויל ארויסגיין אבער כ'בין ציגעבינדן....טטאאאאטטטייי....!!
טרערן געמישט מיט שווייס גיסן זיך פינעם קליינעם זיסן משה'לע, אבער טאטי האט אינגאנצן פארגעסן פין אים......

או קעי איצי איך דארף לויפן אין זשאב ווי וויל טאלק...

...
אוי משה'לע איך האב אינגאנצן פארגעסן פין דיר... משה'לע משה'לע הערסט
נישט
טאטי??.... משה'לע...!! הצלה משה'לע....
ביז צוויי מינוט איז שוין משה'לע געוועין אינעם הצלה... אין טאטי האט מען נעבעך איינגעשפארט אין אנגעקלאגט פארן איבערלאזן א קינד אין א קאר פאר איבער א
שעה. וואס איז געוועין איבער 120 דעגראד.....

הצלה אין עסקינים האבן ארויסגעגעיבן א רוף צו פארמיידן אזאלאכע ווייטערדיגע טראגעידיעס ב"ה...

* אין קיין שום פאל נישט איבערלאזן א קינד אליין אין קאר, אפילו פאר א מינוט.


* אייביג פארמאכט די קאר, אין מאכט זיכער צו האלטן די שליסלען אויף א פארזיכערן ארט, אז אייער קינדער זאלן נישט קענען ציקימען דערצו.

* ווארן אייער קינדער נישט צו שפילן אין אדער ארום קארס

*לייגט אריין א trunk release mechanism  אזוי די קינדער קענען נישט פארכאפט ווערן

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 7:00 am
דורך קראצער
קויפן קויפט מען ביי קויפמאנן

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 7:01 am
דורך ווער בין איך?
פארוואס צוויי מאל די זעלבע אשכול און פארוואס אין פארברענגען?

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 8:54 am
דורך גראדער
פארוואס אהער און פארוואס אהין פארוואס דא און פארוואס דארט, דער עיקר איז צוויי זאכן, איינס אז דער נושא איז א "ברענענדיג" וויכטיג יעדער זאל עס גוט ארייננעמען אין קאפ, און צווייטנס, ס'איז הערליך שיין אראפגעלייגט...

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 10:03 am
דורך פונקטליך
גאר גוט ארויסגעברענגט און זייער הערליך אראפגעלייגט, ספעציעל פאר די ערשטע תגובה.

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 10:33 am
דורך געלעגער
הערליך שיין.
זייער הומאריסטיש.

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 12:32 pm
דורך חיים של פרנסה
פארוואס הומאריסטיש? סאיז א שרעק.

יעדער וואס גייט אריין אין א קאר טעגליך ווייסט נעבעך וואס ער מיינט.

אוי סווערט מיר הייס..

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 12:56 pm
דורך שמערי בערי
שרעקעדיג... א אויטענטישע געשטיכטע?

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 1:43 pm
דורך סתם_אזוי
זייער שרעקעדיג!

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 2:59 pm
דורך צום זאך
אוי א שרעק!
א טייערע נשמה משה'לע האלצבערג שיחי'.

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 9:56 pm
דורך גיי_ווייס
שלום עליכם
זייער א שיינע אשכול
קיפ אופ

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 10:28 pm
דורך פינטעל
שכח קאפמאן, עקספיריענס און ארענטלעך

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 10:42 pm
דורך טרעגער
שרעקעדיג, און אמת'דיג.

קאפמאן, גוט אראגעלייגט, כאף סאל מער נישט פאנסירן.

געשריבן: מיטוואך יוני 09, 2010 8:47 am
דורך פעטריטשקע
שמערי בערי האט געשריבן:שרעקעדיג... א אויטענטישע געשטיכטע?


מ'האמיר שוין ליידער געהערט אזאנע אויטענטישע געשיכטעס,
דאכצימער פאראיאר אין לעיקוואד? נעבעך אוועק.....

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 9:10 am
דורך נו גוט נו שוין
מענין לענין

זייער וויכטיג

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 9:29 am
דורך ברוינע באנאנע

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:40 am
דורך שטומפיג
ווער בין איך? האט געשריבן:פארוואס צוויי מאל די זעלבע אשכול און פארוואס אין פארברענגען?

ווייל מ'האט שוין אזויפיל מאל געזאגט און דערוילעם פארשטייט נאכאלץ נישט, ברויך מען זאגן נאכאמאל.
זייער גוט אראפגעלייגט, ליינט זיך געשמאק.
שכח