חסד מעמבער אדער טאטע אין שטוב?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויכי;

ליין איבער באזעסענער'ס תגובה. מען רעדט דא פון היטשעס צווישן וומ"ס און ב"פ, נישט די "חסד" טריפס וואס דו מיינסט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אההה, לויט דעם חשבון האב איך איבער 1000 טריפס א יאר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וויכי, דו פארסט טעגליך, אהין און צוריק צוויי מאל, און יעדעס מאל נעמסטו היטשעס ?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!?

אויב נישט שטימט נישט די חשבון פון איבער 1000 טריפס א יאר....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאדע באטל, ניין, איך פאר נישט אזויפיהל מאל.

צווישן חסד, א רייזע, און היטשעס, פלאס פריוואטע טריפס האב איך איבער 1000.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך שפאר מיך איך נישט אז CHARITY BEGINS AT HOME אבער דער מחרוזת לשון כמדומה שטאמט פון א גוי
אוודאי האט עס א מקור גדול בתורה, קרוב קרוב קודם בהל' צדקה, ומבשרך אל תתעלם (וידוע הרמז שר"ת אמ"ת שמי שהוא בעל חסד אמת מקיים זה), עושה צדקה בכל עת, זה הזן ומפרנס אשתו ובניו
וידוע הווערטל שאחד בא במאוחר לביהמ"ד, ושאל אותו אחד למה בא במאוחר, והתחיל לספר מעשה ממש כדמות ר' משה ליב סאסובער, שעל הדרך לביהמ"ד שמע ילד בוכה, ולא הי' מי שיחמול עליו, כי אמו היתה יולדת, ונכנס להבית און האט אנגעפיטערט די קינדער וסייע לנקות וכו', ושאל אותו חברו "אזוי" והשיב זה הי' בביתי
אולם הפתגם הזה בלשון הזה כמדומה אין לזה מקור, ואדרבא אם יש מקור אהנה
ולסיום לגופו של ענין בלי לזלזל ח"ו עם אלו העושים חסד כי פעמים למאות נהניתי מה, ובירא דשתית וכו', אולם מצד השני של המטבע, ידוע מעשה שהי' עסקן בירושלים שציוה לבניו לפני מותו שלא יהיו עסקנים, ואמר כי בתחילת כשבא אלמנה מרוב רחמנות לא הניח עד אשר עזר לה, ולבסוף כשלא הי' אלמנה האט עס אים אויסגעפעלט, וצריכים לידע כי בכגון דא נאמר "כל ערום יעשה בדעת"
וכידוע מצידקים שאסור להיות צו, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

סאדע_באטל האט געשריבן:וויכי, דו פארסט טעגליך, אהין און צוריק צוויי מאל, און יעדעס מאל נעמסטו היטשעס ?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!?

אויב נישט שטימט נישט די חשבון פון איבער 1000 טריפס א יאר....

לקיים זה אין צריכים לנסוע דווקא מוומ"ס לב"פ וחזרה, רק יכול להיות סתם ער גיבט א יוד א רייד, ואם לוקח שני אנשים בין איך נישט קלאר הוא שני טריפס או אחד?
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ואם הוא נוהג 'באס' או 'סאבוועי' - כאשר נראה מניקו המופרז, וויכטיג מאכער - יעלה המספר לרבבות...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

והוא פלאי: וויכי האט זיך באצויגן צו קרעמער, אז אויב פון ווילי קיין ב"פ האט ער איבער 1000, וע"ז מוסב דברי.

שטארק זיך: אבער א באס און א סאבוועי איז נישט קיין חסד רייד....

---
אריין אין פארברענגן...????
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לא הבנת, אויב פון וומ"ס קיין ב"פ הייסט א חסד רייד, היינו אז מען מוז נישט באלאנגען צו אן ארגענעזאציע אדער פארן אין שפיטאל עס זאל הייסן א חסד רייד, האט ער 1000, ווייל פון אלט ווילי קיין ניי ווילי איז אויך חסד
בנוגע א באס, דער קאלישיצער רב האט אמאל געזאגט א בעל קרעטשמער, ביסט א מכניס אורח, האט דער יוד געזאגט איך נעם געלט, ענה לא, דו נעמסט געלט די זאלסט וויטר קענן טון, וההבנה בזה. אז די "אטיטאד" בלע"ז מאכט אויס, ואחר כוונת הלב הן הן הדברים
אויסר דעם ער איז דאך א זן ומרנס אשתו ובניו, איז ער אן עושה צדקה בכל עת
פארברענגען? מה זה?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

הערסט וויכי וואס פלאי זאגט,
די "אטיטאד" מאכט אויס...................
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

ווער וואגט זיך צו רעדן אויף א חסד דרייווער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

טייערע אידן! עס קוקט אויס ווי איך שרייב ווי א שירעם נאך א רעגן, נאך א היפשע וויילע זינט עס האבן זיך אנגעהויבן די ויכוחים דא... אבער איך האב דאס ערשט יעצט באמערקט, און איך שטיי און איך שטוין, ווי וואגט זיך א מאן דהוא צו רעדן אויף א חסד מעמבער?...
איך האב ליידער פיל מיטטגעמאכט, געזיצן מיט א נאענטן אין עטליכע שפיטעלער, אזעלכע וואס איך וויל נישטאמאל דערמאנען, און איך האב מיטגעמאכט ביטערע נעכט, ווען בלויז די געפיל אז א "חסד דרייווער" איז גרייט מיט מיר פארטאגס און ביינאכט, ער ברענגט צום חולה די משפחה א גאנצן טאג, ווען אין בלויז א האלבן יאר האבן מיר געמאכט א חשבון אז חסד האט אונז אהערגעשטעלט "הונדערטער טריפס", עס לאזט זיך נישט זאגן וואס דאס האט געמיינט פאר אונז, עס האט אונז מחזק געווען אויף א אופן וואס איך קען נישט שרייבן... און יעדעס מאל איז דאס געגאנגען מיט אזא געטריישאפט און די שווערסטע זמנים, מיט אזא איבערגעגעבנקייט, צו וואגט זיך איינער דאס אפצופרעגן?, צו וואגט זיך איינער אריינווארפן א ווארט נעם א טעקסי עס איז נישט פיקוח נפש?!... וואס טעקסי ווען טעקסי, מען רעדט דא פון הודערטער טריפס, ווען יעדע טריפ קאסט צווישן דרייסיג און פערציג דאללער, און פון ווי קען דאס דער פארמוטשעטער שטוב פון א חולה דעקן?!... ווען ליידער זעצט מען אן די פרנסה אינצווישן זיצנדיג אין שפיטעלער?...
שעמן זאלן זיך די אלע וואס וואגן ארויסצורעדן א ווארט אויף א חסד דרייווער, און אשרי חלקכם טייערע יונגעלייט וואס זענען זיך מפקיר פונקט ווי די הצלה צו מחי' זיין די צובראכענע און פארווייטאגטע נפשות, יהי חלקנו עמכם...
עד כאן אומרים!...
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

מבקש קיינער רעדט נישט אויף די חסד ארגאנעזאציע אדער אויף חסד "מעמבערס", דא רעדט מען פון א יעדן מעמבער אויף א אינדיווידזועל סקעיל, פאר איינעם טויג עס און פאר איינעם נישט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

מבקש. ס'טוט אונז זייער וויי צו הערן אט די שלעכטע נייעס אז איר האט געהאט שוועריגקייטן. און ס'פריידט אונז צו הערן אז מיר היימישע אידן האבן געקענט לינדערן אייערע שמערצן.

אבער מיר כאפן נישט צו וועם איר צילט, די רעדע דא איז געווען צו 'יעדער' אן אויסנאם איז די ריכטיגע פערזאן צו טון אזאנע זאכן אפילו אין די זעלבע צייט ווארפט מען איבערן דראנג די ווייב קינדער און אלעס ארום.

דאס אמאל זיכער אז איינער וואס האט נישט די פראבלעם און טוט נישט קיין חסד מיט א צווייטן וועט ער געשמיסן ווערן אויף יענע וועלט. אבער איז דען דאס געזאגט פאר יעדעם? יעדער דארף זיך און זיין שטוב קענען און דערנאך קען ער טראכטן פון חסד.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלום עליכם הרב מבקש. בארואיגט אייך...

איך בין א אקטיווע חסד מיטגליד און איך פארשטיי פונקטליך וואס דו האסט געשריבן. (אויב דו רעדסט פון די לעצטע האלבע יאר, ביסטו מסתם געפארן מיט מיר א שיינע פאר מאל)

דאס וואס מ'האט ארומגערעדט דא נעמט גארניש אוועק פון די געטריי'שאפט פון א חסד מעמבער "אלץ חסד מעמבער", מ'רעדט דא די געטריישאפט וואס דער חסד מעמבער האט "אלץ טאטע אין שטוב".

ס'איז קלאר ווי די טאג אז רוב מעמבערס מיינען נאר גוטס, און טוהן דאס מיטן גאנצן הארץ, און זייער איבערגעגעבענקייט איז עד אין לשער... אומבאשרייבליך!

אבער ס'איז אויך דא א קליינע חלק וואס זוכן פשוט צו אנטלויפן פון שטוב, זיי גיבן זיך טאקע איבער פאר זייערע מיטרייזענדע, אבער זייערע קינדער ווארטן אויף א חסד פון זייער טאטע... און ער איז נישט עוועילעבעל...

און פון דעם האט מען דא גערעדט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברענעריי האט געשריבן:דאס אמאל זיכער אז איינער וואס האט נישט די פראבלעם און טוט נישט קיין חסד מיט א צווייטן וועט ער געשמיסן ווערן אויף יענע וועלט. אבער איז דען דאס געזאגט פאר יעדעם? יעדער דארף זיך און זיין שטוב קענען און דערנאך קען ער טראכטן פון חסד.

שמייסן פארן נישט טון?
נישט אזוי זיכער, שב ואל תעשה עדיף...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

חסד איז טייער און הייליג פונקט ווי אנדערע ארגאניזאציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

טייערע אידן! איך האלט נישט ביים פירן קיין דילעמא'ס דא מיט קיינעם, איך האב ניטאמאל דורכגעליינט יעדע באמערקונג, איך בין נישטאמאל אזא אפטע באזוכער אויפן פארום, אבער היות איך האב יא באמערקט די יעצטיגע פארום וואס האט מיר שטארק געצויגן זייענדיג אליינס געוואלדיגע איבערגענומען פון זייער ארבעט, בין איך געווען זיכער אז מען וועט דא רעדן פון די וואונדערליכע געטריישאפט פון חסד, און דא קומט דער "שוועמל" און הייבט אן זיך צו באקלאגן אויף חסד, ווען ער שילדערט וויאזוי זיין שרייבער'ס ברודער איז געווארן א חסד דרייווער, און ער שרייבט בלשון זלזולו: ... די סיבה וואס האט אים באוואויגן צו ווערן א חסד מעמבער איז נישט באקאנט, ער איז נישט געווען קיין שווער קינד, גוט געלערענט, קען זיין ער ברויך אביסל אויפמערקזאמקייט ביי די מסיבות וכדומה אדער געוואונען די ווערטפולע ראפלעך דארטן, ווייס איך נישט, אבער ס'יז זיכער אז זיין פרוי איז נישט געווען דער וואס האט אים צוגערעדט דערצו...
פארשטייסט חשוב'ער "וויכטיג מאכער" (איך רעד צו דיר ענדערש ווייל צווישן די אלע תגובות זעט מיר אויס אז דו פארשטייסט מיר דאס מערסטע, און טאמער בין איך מיט דיר געפארן זאג איך דיר נאכאמאל השי"ת זאל דיר באצאלן כפלי כפלים און נאך אסאך מער) דאס אין א "פלעינעם קאפ" גייט נישט אריין עפעס אנדערש נאר אז א חסד דרייווער האט פראבלעמען.
קען זיין אז עס איז דא אזעלכע וואס נוצן דאס אויס פאר אנדערען צוועקן, אבער איך האב נישט געזען קיינעם דאס שרייבן אויף "הצלה" אדער אויף אנדערע!
מיר קוקט עפעס אויס ווי פילע מיינען אז חסד איז עפעס א זייטיגע גאנץ א פיינע זאך (איך האב נישט קיין טענות ווייל איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, ביז איך בין ליידער שנעל געוואר געווארן אז נישט) איך וויל דא פעסטשטעלן "חסד" איז א פיקוח נפש זאך, און עס פאדערט זיך מער צו רעדן דערפון, טאקע ווייל "הצלה" שאצט יעדער שענער אפ, מה שאין כן די חסד דרייווער זעהן מענטשן גארנישט עפעס ספעציעל.
איך האב געהאט דרייווערס וואס זענען געפארן אינמיטן תענית פון שבעה עשר בתמוז, און גאר א טייערע יונגערמאן וואס איז געפארן אינמיטן די קינות אהין און צוריק (אזא איינעם וואס איך וואלט נישט געזאגט ער האט נישט געהאט קיין נערווען, נאר ענדערש ווייל דאס הארץ האט אים וויי געטון אז עס איז דא איינער וואס דארף אזוי קריטיש הילף, און איך האב שוין חרטה געהאט פארוואס איך האב נישט גענומען קיין טעקסי, אבער איך האב שוין געהאט באצאלט פאר צוויי טריפס יענע טאג, ווען אנדערע קרובים זענען געפארן, און איך האב פרובירט צו טראכטן אפשר וועט חסד מיר העלפן, און זיי זענען געקומען!) איר פארשטייט דאס איז "חסד"!
אלזא מיין טענה איז אז עס קומט נישט צו ליפטערן אזוי גלאט קריטיק אויף א חסד דרייווער! און בעיקר וואס מיר האט געבאדערט דאס וויאזוי עס הייבט זיך אן די פארום דורך דעם "שוועמל", וחסל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב מבקש, שוועמלס תגובה האב איך שוין בשעתו פארדאמט! מיט דעם ביסטו שטארק גערעכט.

און אויף דיין ברכה העלעך ענטפערן בקול רם אמן!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

רבותי מיינע צוויי סענס, עס האט בכלל נישט ציטון מיט חסד אין אויך נישט מיט הצלה אדער מיט עני אנדרע מוסד אלעס איז וויכטיג (נישט וויכי) און אלעס איז פיקוח נפש אבער די ערשטע זאך מיז די שטוב מסכים זיין צי וואס מטיט סאיז ביי מיר קלאר אז אן דעם איז די גאנצע מצוה גארנישט ווערד
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מבקש,
שלום עליכ'.

ביטע זייט מיר מוחל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

jkup50 האט געשריבן:רבותי מיינע צוויי סענס, עס האט בכלל נישט ציטון מיט חסד אין אויך נישט מיט הצלה אדער מיט עני אנדרע מוסד אלעס איז וויכטיג (נישט וויכי) און אלעס איז פיקוח נפש אבער די ערשטע זאך מיז די שטוב מסכים זיין צי וואס מטיט סאיז ביי מיר קלאר אז אן דעם איז די גאנצע מצוה גארנישט ווערד

עיין לעיל
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך פארשטיי אינגאנצען נישט פארוואס איינער פילט זיך -אדער האלט אז ער האט -באליידיגט איינעם
סך הכל אין יעדע מוסד ווי סאיז דא וואלנטירס איז דא צווישן די וואס טיען עס מיט מס''נ אזאלעכע וואס דארפן אביסל אנטענטשין אדער אדורעך שטופען דעם טאג וכדומה אין טוען עס נאר פארדעם (אין מהייסט נאך א "עסקן")אבער דאס נעמט נישט אוועק פין די וואס טוען מיט מס"נ. אין דאס איז וואס שועומעל'ס מעסידש האט געמיינט צי זאגען אז ער איז נישט פון די טייפ וואס ארבטען צליב אזאנע פראבלעמן
יאנקעל די פופציגער
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

פארדרייען איז נישט קיין איבערצייגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

דאמירן בעלמא!שוועמל האט געשריבן אז "צוליב אומבאקאנטע סיבות איז ער געווארן א חסד דרייווער, ווייל ער איז נישט געווען קיין וכו'"... איך פארשטיי נישט אויב האט ער געהאלטן אז עס איז דא א טייפ פון מסירות נפש אידן פאר עסקנות, פארוואס איז אים נישט בייגעפאלן פשוט! יענער מיינט עס ערנסט!... נאר אזוי איז עס, ביז מען כאפט נישט קיין פליק מיינט מען אז מען פארשטייט אלעס, דעטס איט!!! ער האט געמיינט אז א חסד דרייווער איז פשוט א רייסער! און ער איז געוואר געווארן אז עס איז דא מענטשן וואס האבן פשוט א "רצון" צו העלפן אידן אין שווערע מצבים, השי"ת זאל העלפן אז מען זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו!...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב מבקש, פאר אייער אינפערמעישן, שוועמל דרייווט אויך פאר חסד.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מבקש האט געשריבן:דאמירן בעלמא!שוועמל האט געשריבן אז "צוליב אומבאקאנטע סיבות איז ער געווארן א חסד דרייווער, ווייל ער איז נישט געווען קיין וכו'"... איך פארשטיי נישט אויב האט ער געהאלטן אז עס איז דא א טייפ פון מסירות נפש אידן פאר עסקנות, פארוואס איז אים נישט בייגעפאלן פשוט! יענער מיינט עס ערנסט!... נאר אזוי איז עס, ביז מען כאפט נישט קיין פליק מיינט מען אז מען פארשטייט אלעס, דעטס איט!!! ער האט געמיינט אז א חסד דרייווער איז פשוט א רייסער! און ער איז געוואר געווארן אז עס איז דא מענטשן וואס האבן פשוט א "רצון" צו העלפן אידן אין שווערע מצבים, השי"ת זאל העלפן אז מען זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו!...

דאס מיינט נאך נישט אז א יעדער טיט'ס וויל ער פשוט אזא שטארקע רצון!
יאנקעל די פופציגער
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

איך וויל נישט פוגע זיין אין שוועמיל! ח"ו בודאי אויב ער איז א דרייווער זאל אים השי"ת באצאלן פאר זיינע גוטס, אבער באדעם ליין עס איז פארט יא דא "אסאך" וואס טוען מיט א גוטן רצון זייערע וועגן, און עס איז מעגליך אז דער פעזראן פון וועם שוועמל איז איינע פון אט די, אלזא איז מיין פראבלעם פארוואס קען נישט בייפאלן אז דער יענגיער איז איינע פון די...
עניוועי! איך קום נישט איבערקייען ווי א מעלה גרה, און א גוטן טאג!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”