וואס וועלן מיר זאגן צו די תוה"ק?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

וואס וועלן מיר זאגן צו די תוה"ק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

תורה, מיין געליבטער תורה: ווי וואלטן מיר אויסגעזעהן אן דיר? אם לא בריתי יומם ולילה חוקת שמים וארץ לא שמתי, אן דיר איז נישטא קיין סיבה פאר הימל און ערד, פאר די גאנצע וועלט.

תורה, מיין געליבטער תורה: פון פאר די וועלט איז באשאפן געווארן, מיט א צוויי טויזענט יאר, ביזטו שוין געווען גרייט און האסט געווארט אז אידישע קינדער זאלן ווערן דיינע לערנער.

תורה, מיין געליבטער תורה: דו ריינגיסט דאך יעדע הארץ, זויבערסט די נשמה, דו ביזט מטהר מיינע געדאנקן, פארלענדסט דעם שלעכטן יצר ווי דער ספר חסידים זאגט: כי דברי תורה יפה לטהר הלב מיצה"ר. בראתי יצר בראתי תורה תבלין כנגדו.

תורה, מיין געליבטער תורה: מיט דיר גייען מיר שוין דעם שווערן וועג טויזענטער יארן ומינה לא תזיע, מיט דיר וועלן מיר בקרוב טאנצן קעגן משיח צדקינו. ה' עוז לעמו יתן, דו ביזט דער שטארקער פריינט וואס האלט אונז אן צו יעדער צייט, אין יעדע מצב, אין יעדע מדינה ווי אונזער גלות איז אונז באשערט.

תורה, מיין געליבטער תורה: אין דיר טוען מיר טרעפן אונזער טרייסט, סיי אין גליק סיי אין אומ-גליק, כי הוא מעוזכם, דו מאכסט אונז פרייליך, שישו ושמחו בשמחת התורה, ואין שמחה כהתרת הספיקות, ווייל דו תורה גיסט אריין א פרייליך גייסט אין די וואס לערנען דיר.

תורה, מיין געליבטער תורה: דו ביזט אונזער לעבן, עץ חיים הוא למחזיקם בה, די אלע וואס שטרעבן צו דיר ווערן אטאמאטיש דערהאלטן ביים לעבן, חיים של תורה ברענגט חיים של ברכה, חיים של פרנסה, חיים שיש בהם אהבת תורה ויראת שמים.

[מ'דערציילט א מעשה אז אמאל איז געווען א גרויסער עושר, געהייסן האט ער ר' חיים, געווען א איד מיט תורה וגדולה ממש, פארטיילט ריזיגע סכומים לצדקה און אלעס בסבר פנים.

מאכט זיך אמאל אז ר' חיים האט געדארפט קומען אין א קליין שטעטל. ס'איז געווען ותהום כל העיר, ר' חיים וועט קומען און אלע נצרכים וועלן ממש אויפגעראכטן ווערן מנבת לבו פון ר' חיים.

בעלי עגלות האבן זיך אנגעהויבן קריגן ווער ס'זאל האבן די זכיה צו גיין אפנעמן ר' חיים ווען ער קומט אן ביים באן שטאנציאן. איך האב א שענער וואגן, זאגט פייטל דער בעל עגלה, ס'פאסט נישט אז אזא גביר און נאכדערצו אזא צדיק ווי ר' חיים זאל פארן אין אזא צובראכענע וועגעלע, פארענדיגט ער מיט א פעסקייט, זייענדיג זיכער אז ווען ר' חיים וועט פארן מיט וועט ער באקומען א שיינע מתנת יד.

נאך א לענגערע קריגעריי איז גארנישט געבליבן, און ווען דער טאג וואס ר' חיים האט געדארפט אנקומען איז אנגעקומען זענען אלע בעלי עגלות ארויס צום באן הויף מיט זייערע וועגענער, אולי ואולי וועט ר' חיים קומען מיט מיין וואגאן.

שטייט זיך דארט א ארימער בעל עגלה מיט אן אלט צובראכן וועגעלע און אן אויסגעמאגערט פערדעלע, ער חלומ'ט נישט אז ר 'חיים וועט קומען מיט זיין וואגן, אבער ער מוז דאך נעבעך האבן אפאר טאלער חתונה צו מאכן זיין טאכטער ולרש אין כל, בכן וועט ער טוען עפעס השתדלות, ער וועט כאטש שטיין דארט.

דער באן קומט אן און ס'הייבן אן ארויסצושטראמן מענטשן.
דער ארימער בעל עגלה באמערקט אז צווישן אלע מענטשן קומט אראפ פונעם באן א איד וואס מ'קען זעהן איז ער א איש מורם מעם, א איד מיט א צורה פון א ת"ח וירא שמים. ער מאכט שנעל א באשלוס, ר' חיים וועט זיכער נישט קומען מיט מיר, זאל כאטש אן ערליכער איד פארן מיט מיר. ער גייט צו דעם איד און פרעגט אים: אפשר קומט איר מיט מיר, ס'וועט מיר זיין א זכיה?
דער איד איז נישט מסרב און מ'איז שוין גרייט צו פארן, אבער דא זעהט מען שוין ר' חיים דער עושר אראפקומען, און ס'אשאד נישט א בליק צו טאן אויפ'ן גרויסן גביר.

ר' חיים קומט אראפ פון באן און אלע בעלי עגלות לויפן אים אקעגן, עלי יניח ר' חיים את ראשו, יעדער וויל האבן די זכיה.
אבער ר' חיים זאגט ניין! אויפ'ן באן האב איך געזעהן דעם גרויסן גאון ר' חיים בריסקער און כ'וואלט געוואלט פארן מיט אים אין איין וואגן צו קענען פארברענגן מיט אים.

ס'הייבט זיך אן א געזוכעניש נאך ר' חיים בריסקער, יעדער וויל אים נעמן און די זכיה האבן אז תורה וגדולה זאל זיך צוזאם קומען ביי אים אין וואגאן.
אבער ר' חיים געפינט זיך אינעם ארימער וועגעלע פונעם ארימאן, און ער זאגט: איך בלייב דא!
ער האט מיר געוואלט נעמן ווען איר האט נאר געזוכט ר' חיים דעם גביר, וועל איך פארן מיט אים.
בלית ברירה האט מען געמוזט מסכים זיין, און דער גביר ר' חיים איז געפארן מיטן ארימאן מיטן גרויסן גאון וצדיק ר' חיים בריסקער.

האבענדיג א געלעגנהייט האט דער ארימאן פארגעצויגן זיינע בקשות פאר ר' חיים, און ר' חיים בטוב לבו ובעז"ה האט אלעס ממלא געווען.
דער איד האט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיט א הרחבה, און אפי' געקויפט א נייע בעסער פערד און וואגן.

דאן האט מען געזאגט, ווען ס'דא דער חיים שיש בהם אהבת תורה, אויב מ'האט דעם גאון ר' חיים, אהבת תורה, איז מען זוכה צו חיים של עושר וכבוד!]

תורה, מיין געליבטער תורה: דו ווערסט אנגערופן רוחניות שברוחניות, דו ביזט דער שפיץ צו יעדע דבר טוב, אלעס דארף געטאן ווערן לויט דיין פארלאנג, דיין השקפה און דיין קדושה איז משפיע אז מ'זאל קענען אפהיטן דיינע פילע געבאטן.

תורה, מיין געליבטער תורה: ס'איז אונז א זכיה אז טראץ מיר זענען אזאליכע שפלים ונבזים קענען מיר אין דיר לערנען, תורה נמשלה למים, פונקט ווי וואסער גייט אויף אראפ, אזוי אויך תורה גייט צו סיי וועם, נישט קיין חילוק ווי נידריג מ'איז, און ער טרונקט אים אן.

תורה, מיין געליבטער תורה: דיר איז מען נאר קונה מיט די ריכטיגע וועגן.
בשלשה דברים ניתנה תורה זאגט דער מדרש, אש, מים ומדבר.
אש ווייל א פלאם פייער גייט אויף ארויף, מרומז אויף א איד ווען ער איז ברום המעלה, ער איז מובדל ומופרש פון הבלי עולם הזה, ווען די קניני תורה זענען שוין אסאך גרינגער.
מים ווייל וואסער פליסט אויף אראפ, מרומז אויף די וואס זענען נאך במקום נמוך זאלן אויך קענען אנקומען דערצו, און די אש התורה, הלא כה דברי כאש, וועט זיי צוריק ארויפברענגן לעלות בהר ה'.
מדבר ווי דער הייליגער מנח"א זאגט אין שער יששכר אז דער מדבר איז נישט משועבד צו קיינעם, און ווען א מענטש וויל זוכה זיין צו פארשטיין און קענען תורה דארף ער זיך אפטיילן פון אלעס ארום און זיך א ווארף טאן צו די תוה"ק, פארמאך דיין סעלעפאון, פארגעס פון אלע דאגות, יעצט איז דיין איינציגע דאגה א שטיקל תוספות.

תורה, מיין געליבטער תורה: איך גיב דיר מיין הבטחה, אז אפי' די יאר וואס איז געווען האב איך ליידער נישט אזויפיל קובע עתים געווען, וועט מען היי יאר יא מאכן השתדלות צו לערנען אין דיר, ווי דער אוחה"ק זאגט אז תורה קומט נאר מיט עסק אדער השתדלות, ס'מוז זיין מיט אן עקשנות און א פעסטער רצון, און נאר אזוי איז מען באמת זוכה לתורה.

ובזכות התורה זאלן מיר אלע זוכה זיין לאור באור החיים, לעבן א חיי נצחי בביאת משיח צדקינו, ווען עתיד כל ישראל ללמוד תורה מפי הקדוש ברוך הוא, במהרה דידן אמן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

שוין לאנג דיר געוואלט זאגן שמעלקע אז דיין רייכע שריפט און דיין ווארימע פעדער גלייך איך זייער
זעה אנצוהאלטן ווייל מיר דארפן נאך פון די סארט
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווערטערלאז!!!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערליך הערליך.

יישר כחכם.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

אה, ר' שמעלקא. עיניו כיונים על אפיקי מים...
א גוט יום טוב!
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

מן הלב
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

WOW
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זייער הארציג!
the SCY is the limit
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זוכענדיג א אשכול וועגן לימוד התורה, זוכענדיג אביסעלע חיזוק פאר מיינע שיעורים (היינט האמיר ליידער געשפעיטיגט מיט א האלבע שעה, מילא ווארט איך נישט אויף קיין כבוד, נאר מ'זוכט שוין א לעזונג) האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם אשכול, ס'איז באמת א בחינה פון שלך לחמך... פון מיינע ערשטע אשכולות/תגובות אין קרעטשמע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאל עס טאקע זיין להרמת קרן התורה.

פון די ד' דברים הצריכים חיזוק בכל יום!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יעלה בהר השם ומי יקום במקום קדשו, מענינא דיומא!

איי בענקט זיך אהער, געהאט ווי צו האלטן מיינע דרשות...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דו האסט נאך היינט אויך ווי

קום אריין
פתח פיך ויאירו דבריך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויף ווארטן אידן ווארטן ווארטן (אחוץ אויף משיח צדקינו)?
אויף שמעלקא!!!!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

זייער ווארעם ר שמעלקע
לייג נאר ביטע צו נאך עפעס לכבוד מתן תורה
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שלום חברים,

שמעלקא איז אריינגעקומען פאר אפאר מינוט מעלה צו זיין עפעס וואס ער האט געשריבן שוין זייער לאנג צוריק, ווען מיר האבן זיך נאך פון צייט צו צייט מבשם געווען פון דעם מקום חשוב, אבער היינט ווען ס'איז קוים דא צייט אבער מ'גרייט זיך צום הייליגן יו"ט שבועות, דערמאנט מען זיך אז מ'האט אמאל געשריבן עפעס דא, מ'האט זיך אמאל דא מחזק געווען און אנגעווארעמט. מילא, מעלה צו זיין דעם זכרון און מעלה צו זיין דעם אשכול, קומען מיר אהער און מיר טוען אייך באגריסן.

זאל הקב"ה העלפן אז איר אלע, נייע חברים וועם איך קען נישט און אלטע וואס זענען נאך דא פון יענע צייטן, האבן א לעכטיגער זיסער יו"ט, מען זאל זיך קענען מקבל זיין און איינהאלטן צו לערנען זייער פלייסיג די הייליגע תורה, לערנען און לערנען און לערנען, און אין דעם זכות וועלן מיר זיין אפגעהיטן פון אלעס בייזן, און השי"ת וועט העלפן אז בזכות התורה וועלן מיר טאנצן בקרוב קעגן משיח צדקינו בב"א.

כ"ד ידידכם הטמיר והעלם,

ה' שמעלקא טויב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אב זקן האט געשריבן:שוין לאנג דיר געוואלט זאגן שמעלקע אז דיין רייכע שריפט און דיין ווארימע פעדער גלייך איך זייער
זעה אנצוהאלטן ווייל מיר דארפן נאך פון די סארט


ליינענדיג די ארטיקל, האב איך געמיינט אז די גאנצעארטיקל איז א נייער [נישט אויפגעכאפט די דעיט אין טיים] און אזוי זעהנדיג אב זקן'ס תגובה האט מיין הארץ כמעט אויפגעהערט קלאפן, אז ער איז צוריקגעקומען.


אבער............
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הארציגע דיבורים!

ר' שמעלקא; ס'איז מיר א כבוד דיר צו באגריסן! (ווענעווער דו קומסט אריין דא...)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיינסט אז ס'קומט זיך אזוי?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ארויסגעפרינט לכבוד יו"ט.

שמעלקא קום צוריק אפטער, מיר ווארטן שטארק אויף דיינע ארטיקלן!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אויפריכטיג האט געשריבן:ארויסגעפרינט לכבוד יו"ט.

שמעלקא קום צוריק אפטער, מיר ווארטן שטארק אויף דיינע ארטיקלן!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מאנ-יימער האט געשריבן:ארויסגעפרינט לכבוד יו"ט.

און נאכער געליינט אום יו"ט און צוגעזאגט פאר'ן הייליגן תורה די זעלבע זאך, מיר האפן ס'זאל אנהאלטן

יישר כח הרב שמעלקא
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שטייענדיג יעצט ערב דעם גרויסן טאג פון מתן תורה ברענגן מיר ארויף איינע פון אונזערע ערשטע אשכולות דא אין וועלט'ל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געהאט אמאל צייט צו שרייבן מער...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”