בלאט 4 פון 8

געשריבן: פרייטאג יולי 29, 2011 3:38 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ים רויבער האט געשריבן:קליקו, האסט אין פלאן צו ווערן משיח?

און אויב יא, פלאנסטו נישט ארויסצוגיין?

געשריבן: פרייטאג יולי 29, 2011 5:28 pm
דורך קרעמער
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:קליקו, האסט אין פלאן צו ווערן משיח?

און אויב יא, פלאנסטו נישט ארויסצוגיין?

א שאלה?

בחרב וחנית...

געשריבן: פרייטאג יולי 29, 2011 7:11 pm
דורך שוועמל
האניג האט געשריבן:שוועמל! כ'בין כמעט אויסגעגאנגען ביים לייענען דיין ארטיקל! מתוק מדבש! לעילא ולעילא!

דאנקע.

אליבא דאמת דעם מאמר האב איך געשריבן באישון לילה ווען עטליכע ספרים זענען געווען אפן ארום מיר, כ'אב מיך אריינגעלייגט שטארק אינעם מצב און געשריבן מיט געפיהל ווען טרערן זענען געפלאסן פון מיינע אויגן.

כ'אב עס יעצט איבערגליינט טאקע וועגן דיר האניג (יישר כוח) און ווידער האט זיך צעשפילט די סטרינעס און ערוועקט יענעם געפיהל ביז טרערן.
איר קענט עס ליינען דא viewtopic.php?p=343195#p343195


לאמיר זיך שטארקן אינאיינעם אין דעם "אחכה לו" בכל יום שיבא, נישט בלויז יוצא זיין מיט א אני "מאמין" נאר באמת האפן און ארויסקוקן דערויף.
דערפאר איז דאס דער איינציגסטער עיקר וואס האט אין זיך צוויי עיקרים: גלייבן און האפן = אני מאמין און אחכה לו.

געשריבן: מוצ"ש יולי 30, 2011 11:28 pm
דורך יהיה כן
היינט געווען די יארצייט פון הייליגן ישמח משה זי״ע
סיז ידוע זיינע הייליגע ווערטער אין תפלה למשה קאפיטל קלב דאכצעך
ווי ער איז מפרש שני אנשים מתנבאים במחנה מתנבאי״ם איז ר״ת מאד תאיר נר בהיר אימת יבא משיח, והר״ת של במחנ״ה לא אוכל לגלות הנראה לי
זאגט מען נאך פון זיין אייניקל דער סאטמאר רב זי״עאז ער האט געמיינט זיך, במחנ״ה ר״ת מ׳שה ב׳ן חנ״ה, ער האט מעיד געווען אויף זיך אז ער האט געהאט נשמת משיח, זי״ע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:32 pm
דורך ווינקל
שוועמל! עס איז נישט קיין מציאות צו ליינען דיין תגובה אן טרערן!

אוי האט דער רבי געוויינט, מ'זאל חלילה נישט נדחה ווערן! מ'זאלמיר די זכיה האבן, אההה, צו זיין פון די וואס וועלן זוכה זיין במהרה לראות בישועת כל ישראל ושמחתן!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 7:49 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 6:37 am
דורך msp
פאטאקי
ווער איז דער הרב יקותיאל פיש
אין חב"ד אינפא זאגט איינער דארט אז אויף זיין ספר סוד החשמל האט ער הסכמות
ובתוכם הגר"מ הלברשטאם זצ"ל
איט בעגגערס בעליעוו
ווען עטליכע "רבנים" האבען עסטאבלישד א סנהדרין האבען זיי אויך באהויפטעט אז הגר"מ ה"ש האט מסכים געווען צו דעם
ווייסטו וואס
איך בין מסכים אז תשע"ב זאל זיין א שנת גאולה וישועה....

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 11:30 am
דורך שוועמל
ווער איז הרה"ג ר' ישראל מקרית יואל נ.י.?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 12:17 pm
דורך יהיה כן
משיח נאו
כ׳וויל נישט ווארטן ביז תשע״ב
אחכה לו בכל יום שיבא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 4:34 pm
דורך מאבערקא
ס'דא א וויץ מסתם שוין געהערט אבער.....

א חסיד מיט א ליטפאק האבן זיך געטענה'ט וועמענס דרך איז אמת
זאגט אים די חסיד מילא איך אז כעל זעהן אז משיח איז א ליטפאק
לויף איך אהיים אין איך שנייד מיר אפ די בארד

אבער די וואס העסטי טין אויב משיח העט זיין א חסידשער
קענסט דאך נישט לאזן וואקסן די בארד אין 5 מינוט!!!! הא

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 5:49 am
דורך msp
איך האב אמאהל געהערט
די וואס ווייסען זאגען נישט
און די וואס זאגען ווייסען נישט....
השי"ת יצילנו מכל מיני קאבאליסטען, באבאס ורבי'לעך....

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:22 am
דורך ריק פערי
ווען משיח צדקינו וועט קומען וועט זיין א 'התגלות המלכות', כמבואר און אלע תפילות ווי מ'איז מתפלל אויף די גאולה, כגון און תפילת עלינו לשבח 'ויקבלו כולם את עול מלכותיך ותמלוך עליהם לעולם ועד כי המלכות שלך הוא וכו', אזוי אויך בתפילת ימים נוראים ותמלוך אתה הוא ה' אלוקינו על כל מעשיך וכו', אדער שפעטער ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל 'מלך ומלכותו' בכל משלה, זעה מיר א ענין פון אז הקב"ה וועט ווערן מלך על 'כל' הארץ ווי ס'שטייט ותמלוך אתה וכו' על 'כל מעשיך'.

זענען מסביר די חסיד'ישע ספרים ענין 'ביאת וימות המשיח' און באזינדער די ענין פון 'לעתיד לבוא' אזוי, אונז זאגן יעדן טאג עטליכע מאל שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד און דערנאך ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, איז מסביר באריכות דער תניא, אז די חיליק פון שמע ישראל און ברוך שם, ובלשונו יחודא עילעא און יחודא תיתעא איז אזוי, הקב"ה האט באשאפן א וועלט ביימער ערד חיות מענטשן וכו' וכו' ווערט שווער א קשיא אונז ווייסן דאך אלע אז הקב"ה איז א יחיד, און יחידות מיינט ער און נאר ער, נו וויאזוי בין איך און דו דא אויף די וועלט? למעשה בין איך א מציאות נפרד נו איז דאך אויס אחדות? איז דא צוויי תירוצים, איינס באמת ביסטו בכלל נישטא, נישטא אזא מציאות ווי א מענטש אדער א מציאות פון א נברא, אלעס מאכט הקב"ה דו זאלסט מיינען אז ס'דא עפעס א ממשות עפעס א מציאות ווי א נברא, דאס הייסט 'צמצום' און דאס א חלק און שלימותו יתב"ש, אבער איז גארנישט דא נישט דו נישט קיין וועלט נישט ביימער און אפי' העכער, נישטא קיין עולם הבריאה עולם אצילות וכו' אלעס אלעס איז איין זאך 'הקב"ה'.

נאך א תירוץ, יא ס'יא דא א וועלט ס'דא א איך און דו נאר יעדע זאך ווערט אנגעהאלטן במציאות דורך הקב"ה ד.ה. ווי דער תניא איז מסביר ואתה מחיה את כולם, אז יעדע רגע ווערט נשפע השפעות, און די השפעות איז מחיה אלע נבראים, וואלט הקב"ה נישט משפיע געווען פאר איין רגע וואלט די גאנצע בריאה אונטערגעגאנגען.

איז די תניא מסביר אז דאס איז די חיליק פון שמע ישראל און ברוך שם, שמע ישראל הערט אויס אידן, ה' אלוקינו ה' אחחחחחחד! נאר דא איין איינציגע באשעפער, און חוץ אים איז 'גארנישט' נישט דא אחדות אמיתי ממש, איין מינוט נאכדעם טאנצט מען אריין צירוק אין די טבע און מ'זאגט יא, ס'יא דא א וועלט, נאר הקב"ה איז דאס מחיה, און דאס איז ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, וואס מלכות שמים איז דאס, מדת המלכות אז ס'איז יא דא א טבע כידוע אז מדת המלכות איז שם אלוקים וואס איז בגימטריא הטבע, נאר הקב"ה איז אלעס מחיה.

פארשטייט יעדער איינער אז די צוויי וועגן איז א גראבע סתירה, ווייל וויאזוי קענסטו איין מינוט אויסשרייען נישטא גארנישט, און א סעקונדע נאכדעם זאגן שטילערהייט, ניין ס'יא דא א גאנצע וועלט און א פילע בריאה, איז מסביר די תניא אז אונז אידן בני אברהם זאגן די סתירה יעדן טאג, אבער מיט דעם אלעם גלייבן אונז און הקב"ה, ער איז מסביר אז דאס איז די סיבה פארוואס א גוי קען נישט זיין קיין מאמין, ווייל א גוי קען נישט גלייבן אין א סתירה, משא"כ אונז ווייל אונז זענען זרע אברהם אבינו גלייבן אונז אין די סתירה, ער איז מסביר באריכות אז דאס הייסט 'אמונה' ד.ה. אזאך וואס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין, ווייל אויב קען מען עס פארשטיין ע"פ שכל, אפי' די פארשטייסט עס נישט, נאר עפעס א חכם מחוכם, אבער מ'קען עס פארשטיין, איז דאס שוין נישט קיין 'אמונה', אמונה איז נאר אזאך וואס מ'קען נישט פארשטיין.

ע"כ פאר יעצט איך וועל ממשיך זיין א צווייטע מאל צו ענדיגן די נושא וואס כ'האב אנגעהויבן.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:26 am
דורך msp
שכויעך
דאס זענען גאר טיעפע ענינים....

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 2:28 pm
דורך האניג
נאך אזא שיין שטיקל וועט נאך זיין איינער וואס וועט נישט שטימען פאר ריק פערי?...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:46 pm
דורך ווינקל
(הייסט עס אז ריק פערי דרייט זיך ביי הרב ק....)

כ'האף דו פלאנסט אנצוקומען צום קעפל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 6:33 pm
דורך ריק פערי
נו, גילוי!!!!!

---------------------

הבהרה! איך בין נישט קיין אנהענגער אין הרב קלוגער, און כ'האב נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט א שיעור פון אים.

----------------------

יא איך פלאן אנצוקומען צו די קעפל.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 8:22 am
דורך msp
דרך אגב איז דאס נישט תלוי אין די מחלוקת פון גר"א מיטען בעה"ת איבער דער פשט אין השגחה פרטיית און אין צמצום

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 1:17 am
דורך leiby
שיינע שיעור, זיי ממשיך.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 7:49 am
דורך msp
נו ריק
מיר ווארטען...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:27 pm
דורך שוועמל
גאנץ אינטערעסאנט.
http://www.divshare.com/download/15709255-dbd

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 6:16 am
דורך msp
טאקע אינטערעסאנט
לענ"ד שטייט אין רמב"ם אז מען וועט יא נאך קענען תשובה טוהן נאך ביאת המשיח
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=817
אבער נאך איז אינטערעסאנט פארוואס האט נישט הרב וואזנער שליט"א וכדומה די סארט חלומות?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 10:56 am
דורך ריק פערי
---המשך---

יעצט, ווען משיח וועט קומען וועט זיך אראפלאזן א התגלות כבוד שמים, א התגלות המלכות, ד.ה. די גאנצע בריאה גייט זיך טוישן און דיין מוח, די זעלבע ערד, די זעלבע בוים, און די זעלבע מענטש, אבער מיט א נייע בליק, יעדע זאך וועט זיין מקושר אין דיינע אויגן צו הקב"ה, און אזוי וועט זיין די גאנצע בריאה, יעדע גוי וועט (אויף א געוויסע מדרגה) איינזעהן אין יעדע זאך אז דער אייבערשטער האט דאס באשאפן, און נאך מער, אפי' די דומם און צומח און חי וועלן האבן א געוויסע השגה און הקב"ה און וועלן פארשטיין אז הקב"ה איז אחד יחיד המחיה את הכל, אזוי ווי ס'שטייט וידע 'כל פעיל' כי עתה פעלתו, דאס איז די דומם, ויבין 'כל יציר' כי אתה יצרתו, דאס איז די צומח, ויאמר כל אשר נשמה באפו, דאס זענען חי ומדבר.

דאס איז ביאת וימות המשיח, דאס קען מען נאך פארשטיין און דערהערן, לעתיד לבוא, איז די בחינה פון ביטול לגמרי בבחינת יחודא עילעא, אז ה' אלוקינו ה' אחד, און גארנישט חוץ אים, אזאך וואס איז שווער פאר אונזערע חומרים צו פארשטיין אדער דערהערן.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 2:10 pm
דורך ווינקל
שוועמל האט געשריבן:גאנץ אינטערעסאנט.
http://www.divshare.com/download/15709255-dbd

רפושבתושח"י.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 3:07 pm
דורך ריק פערי
msp האט געשריבן:דרך אגב איז דאס נישט תלוי אין די מחלוקת פון גר"א מיטען בעה"ת איבער דער פשט אין השגחה פרטיית און אין צמצום


איך פארשטיי נישט, זיי ביטע מסביר.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:41 am
דורך msp
אין היכל הבעש"ט איז דא א לאנגע אריכות וועגען דעם
אויך הרב דעסלער אין מכתב מאליהו איז מאריך אין דעם
צו דער צמצום איז נאר לעין אדער אויך טאקע במציאות
ד"ה צו ס'איז דא במציאות ערטער ווי עס איז נישטא קיין א-לקות
אויך איז דא א מחלוקת צו ס'איז דא השגחה פרטיית אויך אלצדינג צו נאר א השגחה כללית
אזוי ווי ביי די מעשה פון דאס בלעטעל וואס איז אראפגעפאלען פון בוים...