תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:22 am
ווען משיח צדקינו וועט קומען וועט זיין א 'התגלות המלכות', כמבואר און אלע תפילות ווי מ'איז מתפלל אויף די גאולה, כגון און תפילת עלינו לשבח 'ויקבלו כולם את עול מלכותיך ותמלוך עליהם לעולם ועד כי המלכות שלך הוא וכו', אזוי אויך בתפילת ימים נוראים ותמלוך אתה הוא ה' אלוקינו על כל מעשיך וכו', אדער שפעטער ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל 'מלך ומלכותו' בכל משלה, זעה מיר א ענין פון אז הקב"ה וועט ווערן מלך על 'כל' הארץ ווי ס'שטייט ותמלוך אתה וכו' על 'כל מעשיך'.
זענען מסביר די חסיד'ישע ספרים ענין 'ביאת וימות המשיח' און באזינדער די ענין פון 'לעתיד לבוא' אזוי, אונז זאגן יעדן טאג עטליכע מאל שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד און דערנאך ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, איז מסביר באריכות דער תניא, אז די חיליק פון שמע ישראל און ברוך שם, ובלשונו יחודא עילעא און יחודא תיתעא איז אזוי, הקב"ה האט באשאפן א וועלט ביימער ערד חיות מענטשן וכו' וכו' ווערט שווער א קשיא אונז ווייסן דאך אלע אז הקב"ה איז א יחיד, און יחידות מיינט ער און נאר ער, נו וויאזוי בין איך און דו דא אויף די וועלט? למעשה בין איך א מציאות נפרד נו איז דאך אויס אחדות? איז דא צוויי תירוצים, איינס באמת ביסטו בכלל נישטא, נישטא אזא מציאות ווי א מענטש אדער א מציאות פון א נברא, אלעס מאכט הקב"ה דו זאלסט מיינען אז ס'דא עפעס א ממשות עפעס א מציאות ווי א נברא, דאס הייסט 'צמצום' און דאס א חלק און שלימותו יתב"ש, אבער איז גארנישט דא נישט דו נישט קיין וועלט נישט ביימער און אפי' העכער, נישטא קיין עולם הבריאה עולם אצילות וכו' אלעס אלעס איז איין זאך 'הקב"ה'.
נאך א תירוץ, יא ס'יא דא א וועלט ס'דא א איך און דו נאר יעדע זאך ווערט אנגעהאלטן במציאות דורך הקב"ה ד.ה. ווי דער תניא איז מסביר ואתה מחיה את כולם, אז יעדע רגע ווערט נשפע השפעות, און די השפעות איז מחיה אלע נבראים, וואלט הקב"ה נישט משפיע געווען פאר איין רגע וואלט די גאנצע בריאה אונטערגעגאנגען.
איז די תניא מסביר אז דאס איז די חיליק פון שמע ישראל און ברוך שם, שמע ישראל הערט אויס אידן, ה' אלוקינו ה' אחחחחחחד! נאר דא איין איינציגע באשעפער, און חוץ אים איז 'גארנישט' נישט דא אחדות אמיתי ממש, איין מינוט נאכדעם טאנצט מען אריין צירוק אין די טבע און מ'זאגט יא, ס'יא דא א וועלט, נאר הקב"ה איז דאס מחיה, און דאס איז ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, וואס מלכות שמים איז דאס, מדת המלכות אז ס'איז יא דא א טבע כידוע אז מדת המלכות איז שם אלוקים וואס איז בגימטריא הטבע, נאר הקב"ה איז אלעס מחיה.
פארשטייט יעדער איינער אז די צוויי וועגן איז א גראבע סתירה, ווייל וויאזוי קענסטו איין מינוט אויסשרייען נישטא גארנישט, און א סעקונדע נאכדעם זאגן שטילערהייט, ניין ס'יא דא א גאנצע וועלט און א פילע בריאה, איז מסביר די תניא אז אונז אידן בני אברהם זאגן די סתירה יעדן טאג, אבער מיט דעם אלעם גלייבן אונז און הקב"ה, ער איז מסביר אז דאס איז די סיבה פארוואס א גוי קען נישט זיין קיין מאמין, ווייל א גוי קען נישט גלייבן אין א סתירה, משא"כ אונז ווייל אונז זענען זרע אברהם אבינו גלייבן אונז אין די סתירה, ער איז מסביר באריכות אז דאס הייסט 'אמונה' ד.ה. אזאך וואס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין, ווייל אויב קען מען עס פארשטיין ע"פ שכל, אפי' די פארשטייסט עס נישט, נאר עפעס א חכם מחוכם, אבער מ'קען עס פארשטיין, איז דאס שוין נישט קיין 'אמונה', אמונה איז נאר אזאך וואס מ'קען נישט פארשטיין.
ע"כ פאר יעצט איך וועל ממשיך זיין א צווייטע מאל צו ענדיגן די נושא וואס כ'האב אנגעהויבן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)