וואס טוט איר אויב משיח קומט "יעצט" ?!?!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג מאי 25, 2010 8:22 am

רבי חנינא בן דוסא פארציילט די גמרא, האט געשארפט א שטיין צו העלפן בויען די ביהמ"ק הגם ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי עס אהין צו שלעפן, ער איז געווען בזמן החורבן וכנראה האט ער עס געבויט פאר די ביהמ"ק פון בן כוכבא\כוזיבא

אויך האבן אידן נאכן חורבן געמאכט שמן זית בטהרה פארן ביהמ"ק כדי עס זאל זיין גרייט פארן יום המקווה

איך וויל הערן אדרבא, זאגט מיר בשם אייער רב\רבי אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן מיין מיינונג, אפשר וועט מען לאכן, אבער אלע וואס האבן נאר געהויבן א האנט און עפעס אויפגעטוהן קענען אייך פארציילן ווי מען האט געלאכט פון זיי

הרב כהנמן זצ"ל האט געבויט די פאנעוויזשע ישיבה פאר א קומץ בחורים, און היינט איז נישט דא אפילו איין חכם וואס זאל בויען א קהילה\ישיבה\ביהמ"ד מיט א פלאן פון א ווייטע בליק, אלע בויען אויף זיכערע פאנדאמענטן וואס ער וועט גלייך אויס זעהן ווי א מוצלח, עכ"פ פארוואס זאלן מיר נישט בויען א וועלטל וואס איז באמת לויט אונזערע בעסטע אויסקוק אויפן לעתיד,
לאמיך אייך פרעגן ווען איר וואלט געווען בזמן חורבן הבית, וואס וואלט איר געטוהן צום אידישן פאלק אז זיי זאלן וויסן און געדענקן אז אין יעדע מינוט איז דא האפענונג בממשות איבערצובועין די בית המקדש? האט איר דען א בעסערע פלאן פאר די תנאים בזמן חורבן הבית אריינצוברענגען אין כלל ישראל אזא דעה צו וויסן אז מזאל אין קיין שום מצב נישט אויפגעבן אויף די בניית המקדש, און אין די זעלבע צייט האבן אונזערע חכמים געמוזט אויך אכטונג געבן אז עס זאל נישט זיין קיין דורכפאל ווי שבתי צבי ימש און נאך, און עס זאל נישט קאסטן קיין אידישע נפשות וואס איז ליידער געווען, נאר ווען מען האט א געלעגענהייט זאל מען טוהן אלעס וואס שייך צו האלטן אלעס וואס אנהאלט בניית המקדש ועבודתה? אזויפיל לימוד ותפילה דרייט זיך ארום דעם, רבי יוחנן בן זכאי האט דאך געזאגט אז מכלל דדרישה בעי, וואס מעער וואלטן זיי געקענט טוהן רבונו של עולם!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג מאי 25, 2010 8:30 am

קרעמער האט געשריבן:ווען דאס וואלט נישט געווען געשריבן אויף אידיש, וואלט איך געקענט צוזאגען אז דאס האט געשריבן א פלאם פייערדיגער מזרחי'סט. (און יעצט?)

נישט א פלאם פייערדיגע חב"דסקער ? (פונעם לעצטן רבין....)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 25, 2010 10:40 am

קליקו
איך ווייס נישט ווער דיין 'רועה נאמן זי"ע' ווי דו באטיטלסט עם איז, אבער ס'קענטליך אז דו האסט דעם ספר פון דעם סאטמארען רבין זי"ע 'ויואל משה' קיינמאל נישט געלערנט, ווייל ער האט דאך אין דעם א גאנצן אריכות גדול וועגן בנין ביהמ"ק בידי אדם, און כבודו דערמאנט נישט פון זיינע הייליגע רייד קיין מילה אחת
און ווידער דאס איבעריגע וואס כבודו פירקלט ארום, האסט שוין פארגעסן א גראבע גרויסע שטיק היסטאריע ווען הגאון ר' צבי הירש קאלישער האט געקערט א וועלט, עס איז דא דערוועגן פון אלע גדולי עולם בימיו, הגרעק"א זי"ע הג' בעל שאילת דוד (וועלכער האט אין זיין ספר א ריזיגער אריכות דערוועגן און איז מוכיח אז ס'יז פשוט נישט במציאות צו בויען דעם ביהמ"ק ובגדי כהונה כהלכתן בזמנינו) בעל ערול"נ ועוד ועוד.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 25, 2010 11:53 am

קליקו,
דער רועה נאמן זי"ע וואס איר מיינט ווייסעך נישט, אבער רביהנו הק' מסאטמער זי"ע האט אונז געלערנט אז ציונת איז א פראבלעם וואס ווען מ'רעדט נישט דערפון איז עס נאך ארגער.
איר לייגט אראפ כאילו ס'איז שוין ברור ביי יעדעם (הלואי) חומר הדברים פון א געכאפטע גאולה פאר די צייט, מילא איז שוין נישטא דער פראבלעם פון זיך גיין באזעצן אהין מיט א קבוצה, ס'וועט גאר זיין אן אתחלתא רח"ל מהאי דעתא. אבער די גמ' זאגט דאך אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הלזה, כל זמן די שמד רעגירונג הערשט אויפ'ן לאנד, איז עס א עיכוב נורא צו ביאת גואלינו ופדות נפשינו, און די אלע צרות וואס אידן ליידן נעבעך מיט חלאים קשים ומרים אינעם ביטערן גלות, איז אדאנק זייער השחתה אויף כלל ישראל, מיטן מדחה זיין דעם קץ.

אנשטאט זיין פארנומען מיט זאכן וואס געהערן נישט צו אונז, לאמיר ליבערשט בעטן ביים אב הרחמן, הרחמן הוא ישלח לנו את אליהו הנביא בב"א
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 25, 2010 12:12 pm

קליקו האט געשריבן:רבי חנינא בן דוסא פארציילט די גמרא, האט געשארפט א שטיין צו העלפן בויען די ביהמ"ק הגם ער האט נישט געוואוסט ווי אזוי עס אהין צו שלעפן, ער איז געווען בזמן החורבן וכנראה האט ער עס געבויט פאר די ביהמ"ק פון בן כוכבא\כוזיבא



ר' חנינא בן דוסא איז געווען א תלמיד פון ר"י בן זכאי, און איז קלאר געווען בזמן הבית (ראה סדר הדורות בערכו, ויש מבוכה על אביו ר' דוסא אם זה ר' דוסא בן הרכינס שמבואר במס' יבמות דף טז שכיבד את רבי עקיבא לישב כשהיה בזמן זקנותו, ור"ע היה אחר החורבן, והוא אמר שם שעל מדוכה זו ישב חגי הנביא, הרי שראה את חגי הנביא וכן סובר הרמב"ם שר' דוסא בן הרכינס ראה את חגי הנביא, אבל היעב"ץ כותב שר' דוסא אביו של רחב"ד לא היה ר"ד בן הרכינס, אבל זה ברור שרחב"ד היה בזמן הבית עוד קודם רבי עקיבא שהיה תלמידו של ר' אליעזר תלמידו של ריב"ז)

וועלכע ביהמ"ק האט בן כוכבא געבויט\געוואלט בויען.... דו ווייסט וואס דו רעדסט??

די מעשה מיט ר' חנינא בן דוסא געשארפט א שטיין שטייט נישט אין די גמרא, סארי, עס שטייט אין מדרש רבה אנהויב קהלת, און דארט ענדיגט זיך די מעשה 'נכנ ללשכת הגזית ושאל בשבילם', נו פרעג איך דיך, אחר החורבן איז דען געווען א לשכת הגזית????, די סנהדרין האט שוין אוועק געמאפט פון לשכת הגזית א שיינע יאר צענדליג פארן חורבן.....
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 25, 2010 6:04 pm

קליקו האט געשריבן:דער וואס האט אביסל געקוקט אין די עדיטאריעלס פון די פרייע פוררקי עול פון יענע תקופה

נאך די ווערטער פארשטיי איך שוין די גאנצע ארטיקל....

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך מאי 26, 2010 10:34 am

די געדאנקענגאנג פאדערט נישט צו זיין קיין תלמיד חכם, עס פאדערט נישט צו זיין א חכם
פונקט ווי עס ווערט נישט געפאדערט פון א איד צו זיין א תלמיד חכם אדער א קלוגער מענטש, א איד ווערט געפאדערט
צו זיין ערליך און פאלגן די ת"ח פון זיין דור

יעצט די מגיבים טוהן דא גארנישט אדרעסירן צו אוועקווארפן די רעיונות וואס ווערן דא ארויפגעברענגט
ולהוי ידוע אז די מזרחי און חב"ד באוועגונגען טוהן אויך נישט זיך איידענצופינדירן מיט די מהלך

איך האב נאכנישט געהערט פון א קבוצה אידן וואס זאלן ברענגען ביכורים ביז ווי ממעג ,בהמון חוגג, כדי צו טוהן דאס מערסטע וואס שייך עד שידינו מגעת, די וואס האבן געברענגט שתי הלחם שבועות אויפן הר הבית זענען נישט אין איינקלאנג מיט רובן של מזרחי וחב"ד, זיי זאגן אז די פירער פון מזרחי האט געזאגט אז לגבי הר הבית איז ער אינגאנצן סאטמאר

דאס אז רבי אברהם הרופא האט געשריבן א גאנץ ספר ווי אזוי צו טוהן די עבודה בפועל ממש, מיט טכסיסי מלחמה, און אלע עבודות אין ביהמ"ק טוט דאך עפעס ווייזן

און איך רעד שוין איבער די מחלוקת פון רב הירש קאלישער, די חולקים עליו האבן נישט געהאלטן אז מדארף נישט ארויפגיין קיין ארץ ישראל, די עדה החרדית געט דאך הכשרים אויף גערטנער פון ארץ ישראל, פארוואס טוט נישט בייפאלן פאר א היימישער יונגערמאן צו מקיים זיין בפועל אנגרייטן א עדה קדושה אין גליל, איך רעד פון די אידן וואס וואוינען אין א"י און קענען נכשל ווערן אין ציונות אין מאה שערים פונקט ווי אין גליל, האט די רבי זי"ע דען געאסרט זיך צו קאכן אין קדושת א"י?
עס איז דא א בריוו פון הגה"ק ר שמואל צבי ווייס פון מונקאטש נאך פארן גרינדונג פון ציונות אז וואוינען אין א"י ברענגט איתחלתא דגאולה, אוודאי איז עס פארעקלט ווען פורקי עול טוהן זיך אנהענגען אויף דעם פונקט ווי עשרת הדברות האבן חז"ל אוועקגענומען די דגוש וועגן גרופעס וואס האבן עס געוואלט פארשמייליגן איבער די תורה, אין אזוי אין יעדע דור, אבער ס,איז דאך א הימל געשריי אז מזאל איגנארירן ביאת המשיח מיט ביאת המשיח, און עס אוועקלייגן אין א שופלאד נאכאמאל פארוואס איז מען נישט חושש לשיטת הרמב"ם אז עס קען זיין בדרך הטבע, אפשר איז אפיקורסות איינצוטיילן פארן אייביירשטן אז עס וועט נישט קומען בדרך הטבע, איז דען פארן אייבערשטען פארשלאסן ווי אזוי צו ברענגען די גאולה?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 26, 2010 12:18 pm

עס איז א שאד דיך צו פארענטפערן ווען אלע תשובות זענען געדריקט אין א ספר ס'הייסט 'ויואל משה' בעיקר אין דעם ערשטן מאמר ג' שבועות, לערן דארך די ערשטע הונדערט סימנים, וואו דיין רועה נאמן איז מבאר כשמלה מדברי הראשונים (ניקס פון מייסעלעך און בריוועלעך) בנוגע די שבועה 'שלא יעלו בחומה' ווען דו ענדיגסט עס דורכלערנען קום צוריק אהער, שטאנען!
נאך א קליינע (גרויסע) טעות וואס כבודו מאכט, טייטשסט אויס די שיטה פון די ראשונים (רמב"ם) אז לעתיד לבוא עולם כמנהגו נוהג און אלעס וועט ווייטער זיין 'בדרך הטבע' מיינט אז כביכול דער רבוש"ע דארף אנקומען צו די הילף פון אונז מיר זאלן העלפן בויען אר"י כדי די גאולה זאל זיין בדרך הטבע, סארי ס'אבער פאלש געלערנט פשט.......
די ראיה וואס כבודו ברענגט פון ספרים וועלכע האבן באשריבן די סדר העבודה אין ביהמ"ק, במחכ"ת זייט נישט ברוגז אבער איר האט פארזעהן א גמרא אין מנחות דף קי כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה, דאס וויל דער אויבערשטער מען זאל לערנען קדשים און הלכות מעשה הקרבנות מען זאל קענען די הלכות, פאר צווויי סיבות איינס, ווייל דאס עצם לערנען ווערט ביים רבוש"ע גערעכנט 'כאילו הקריב עולה', צוליב דעם זענען באשאפן געווארן (שוין נאכן חורבן) א מסכת זבחים מנחות בכורות ערכין וכו' און אסאך ספרים קדושים אויף עניני ביהמ"ק וירושלים וסדר העבודה
און צווייטנס (וואס איז כידוע געווען דעם חפץ חיים'ס שיטה) מען זאל וויסן די הלכות ווען 'דער אויבערשטער וועט ברענגען די גאולה שלימה און ביהמ"ק ירד בנוי ומשוכלל מן השמים' מען זאל דאמאלטס קענען די הלכות, און אויף דעם לעצטן האט טאקע נישט יעדער אזוי געהאלטן, אויסער דער חפץ חיים און דער בריסקער רב כידוע.
יא, סיז גענוי ווי דו הייבסט אן 'די געדאנקען גאנג פאדערט נישט צו זיין קיין תלמיד חכם' - ווייל נאר אן עם הארץ שלא קרא ולא שנה קען אזוי פארדרייען א דאשיק....
עם-הארצות, כ'ווייס נישט פון וועלכע 'קבוצה' אידן כבודו רעדט, (אם לא מן המזרחיים) צי ברענגען ביכורים ביז וואו מען מעג... האסט שוין אמאל באגעגנט ערגעץ אין רמב"ם אין גאנצן ספר עבודה אדער ספר קרבנות, אזא מין הקרבת ביכורים צו ברענגען 'ביז וואו מען מעג'...... ס'ארא מצוה איז דאס??? ניטאמאל פאר רבי עקיבא יוסף שלעזינגער איז דאס נישט בייגעפאלן...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מאי 26, 2010 12:39 pm

דו רעדטסט וועגן ברענגען ביכורים, איך האב נישט ארויס וואס איז דיין שטעלונג ביי דעם.
דער רמב"ם פסק'ט קלאר, (זרעים הל' ביכורים פ"ב א) ואין הביכורים נוהגין אלא בפני הבית ובארץ ישראל בלבד, שנאמר "ראשית, ביכורי אדמתך, תביא, בית ה' אלוהיך"
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג מאי 30, 2010 11:57 am

איר רעדט וועגן בויען דעם בית המקדש בידי אדם, צו זאגט איר נחם יעדע תשעה באב? צו האט איר אינזין וואס איר זאגט? וויאזוי טיישט איר די ווערטער
כי אתה ד' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה
?

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג מאי 31, 2010 11:02 am

יהיה כן האט געשריבן:האסט שוין אמאל באגעגנט ערגעץ אין רמב"ם אין גאנצן ספר עבודה אדער ספר קרבנות, אזא מין הקרבת ביכורים צו ברענגען 'ביז וואו מען מעג'...... ס'ארא מצוה איז דאס??? ניטאמאל פאר רבי עקיבא יוסף שלעזינגער איז דאס נישט בייגעפאלן...

וואסארא עבירה איז דאס? וואסארא עבירה איז געוועהן פאר הגה"ק מריבניץ זי"ע צו האלטן א שעפסעלע גרייט פאר א קרבן פסח?

וויפיל נייע סגולות און מצוות זענען אפירגעקומען די לעצטע יאר הונדרעט, וואס האבן נישט קיין הענט און פיס? נאר ביזנעס מעיקינג, אבער ווילאנג אידן טוהען עס מרצונם הטוב איז מהיכי תיתי, אבער מיין קשיא איז פארוואס פלאקערט נישט א פייער צו טוהן וויפיל מען קען?

עס איז דא אסאך צו אפענטפערן געוויסע מאמרים דא, אבער פארוואס גיין אין סירקעלס, קודם הער איך נישט קיין אפפרעג אויף די געדאנקעגאנג היות עס שטימט מיט הלכה, אפגעפארענע אידן פון אונז איז דא ליידער לרחצה אבער אויף דעם מהלך בכלל איז פאר קיינעם נישט איינגעפאלען, איך זעה אין דעם נישט מער ווי א משוגעת אין ערגסטען פאל, נו פארוואס וועקט מען זיך נישט אויף?

אין פארוואס קענען היימישע אידן וואוינען אין ארץ ישראל לרוח רביה"ק זי"ע און מקיים זיין מצוות התלויות בארץ ברוב אהבה וחיבה, און מיר האבן נישט די רעכט דערויף פארוואס? און פארוואס גלוסט זיך נישט פאר קיינעם זיך אהינצוצוען וואוינען צוזאמען מיט שלומי אמוני ישראל בדרך ישראל סבא אויף א באשיידענעם פארנעם?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 31, 2010 11:25 am

אה, דו פאלגסט נישט, איך האב דיר שוין געשריבן זאלסט קודם דורכלערענען וואס דיין רועה נאמן שרייבט וועגן 'עליה בחומה' אין די ערשטע הונדערט סימנים אין ויואל משה, נאכדעם זאלסטו צוריק קומען שרייבן דא, פון דיינע לעצטע שורות זעה איך אז דו פאלגסט נישט

מארגן אי"ה אין דבר יום ביומו:
א נייע סגולה מען גייט טראגן ביכורים צום כותל, סי'ז מסוגל אויף........

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 31, 2010 11:34 am

סי'ז מסוגל אויף........ווארפען עפעליך אויפען וואנט......
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

השבת אבידה

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:06 pm

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום מאנטאג יוני 28, 2010 6:21 am

ליפשיץ האט געשריבן: אבער מער פון אלעם האט איר אלע לכאורה פארזען דעם פראבלעם אז מ'טאר לכאורה נישט מאכן קיין פלענער וויאזוי עס וועט אויסקוקן נאך ביאת המשיח. וויאזוי דער סדר וועט זיין. בכלל איז דאך באקאנט די מחלוקה אין די גמרא, אין מס' שבת, צי לאחר ביאת המשיח וועט זיך טוישן די סדרי בראשית צי נישט. דער רמב"ם האלט דאך אין בין וכו' אלא שעבוד מלכיות, און אויסער דעם וועט גארנישט באזונדערס פאסירן (לויט די שיטה וועט תחיית המתים זיין אין א באזונדערער זמן). עכ"פ עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מהלכים ושיטות אינעם סדר וויאזוי דאס וועט צעשטאנד, ואין לנו לעשות שום ציורים ע"ז.

ליפשיץ, וואו איז די מקור שלא לעשות שום ציורים ע"ז?
אדרבה אין פירוש המשניות צעלייגט דעם רמב"ם זייער שיין דער סדר התחיות, משיח וכו', וכן בהרבה ספרים.
ווי אויך ווייסן מיר פון דעם באקאנטן ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?... אויב טאר מען נישט וואלט רבינו שליט"א נישט געלאזט דעס זינגען ביי זיינע טישן.
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
--------------------------------------------------------------------------------


דורך ליפשיץ אום זונטאג יולי 04, 2010 4:32 pm

שוועמל האט געשריבן:ליפשיץ, וואו איז די מקור שלא לעשות שום ציורים ע"ז?
אדרבה אין פירוש המשניות צעלייגט דעם רמב"ם זייער שיין דער סדר התחיות, משיח וכו', וכן בהרבה ספרים.

וז"ל הרמב"ם בהלכות מלכים, פי"ב הלכה ה':
"ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן, ולא ישימם עיקר; שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה. וכן לא יחשב הקיצין. אמרו חכמים, תפוח דעתן של מחשבי קיצין. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר, כמו שביארנו".

ועיי"ש באריכות בהלכות הקודמין. וז"ל שם הלכה ב':
"וכן כל כיוצא באלו הדברים הכתובין בעניין המשיח, משלים הם; ובימות המלך המשיח ייוודע לכול לאיזה דבר היו משל, ומה עניין רמוז בהן".
שוועמל האט געשריבן:ווי אויך ווייסן מיר פון דעם באקאנטן ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?... אויב טאר מען נישט וואלט רבינו שליט"א נישט געלאזט דעס זינגען ביי זיינע טישן.

אויב כ'מעג פרעגן, ווער איז דער "רבינו שליט"א" צו וועם איר באציט זיך?

--------------------------------------------------------------------------------
the SCY is the limit

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 10:14 am

יהיה כן האט געשריבן:עם-הארצות, כ'ווייס נישט פון וועלכע 'קבוצה' אידן כבודו רעדט, (אם לא מן המזרחיים) צי ברענגען ביכורים ביז וואו מען מעג... האסט שוין אמאל באגעגנט ערגעץ אין רמב"ם אין גאנצן ספר עבודה אדער ספר קרבנות, אזא מין הקרבת ביכורים צו ברענגען 'ביז וואו מען מעג'...... ס'ארא מצוה איז דאס??? ניטאמאל פאר רבי עקיבא יוסף שלעזינגער איז דאס נישט בייגעפאלן...


מצינו בחידושי הר”ן לסנהדרין .בגמרא) שם יא ,ב (מסופר
"מעשה ברבן גמליאל שהיה יושב על גב מעלה בהר הבית והיה יוחנן סופר הלז עומד
:,לפניו ושלוש אגרות חתוכות לפניו מונחות ,אמר לו ,טול איגרתא חדא וכתוב ...לאחנא”
(בני גלוותא בבבל ולאחנא דבמדי ולשאר כל גלוותא דישראל שלומכון יסגא לעלם
מהודעין אנחנא לכון דגוזליא רכיכין ואימריא עדקין) הגוזלות רכים והכבשים קטנים
.”וזימנא דאביבא לא מטא) זמן האביב לא הגיע (ושפרא מלתא באנפאי ובאנפי חביריי
:ואוסיפית על שתא דא יומין תלתין
מהגמרא שם מוכח שהמעשה היה ברבן גמליאל דיבנה ,לא ברבן גמליאל הזקן ,והקשה הר”ן
- אם כן הרי היה זה לאחר החורבן ,ומה להם לגוזלות בשביל מחוייבי תורים ובני יונה לקרבן
,ומה להם לכבשים בשביל קרבן פסח ,שבשבילם מעברים את השנה ?אלא - אומר הר”ן
שאף לאחר החורבן היו מסתכלים בדברים הצריכים אילו בית המקדש היה קיים
.”שאם יבנה הבית בימיהם יהיו הענינים על מכונם ,כמו שאמר לעניין יום הנף שיהיה”
כולו אסור מטעם מהרה יבנה המקדש

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 5:18 pm

הרב קליקו
וועגן די ר"ן וואס כבודו צייכנט צו
זעה דערוועגן אן אריכות נפלא בשו"ת שאילת יעבץ חלק א' סי' פ"ט, עיי"ש ותמצא נחת

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 6:35 pm

אנטשולדיגט איך האק אריין, נאר איין סעקונדע...

שאץ מאץ האט געשריבן:ווען משיח קומט היינט?

קוים דראפ איך מיין מארגעטש רייט עוויעי,
דערנאך זעץ איך מיר אריין אינעם פני יושע'ס כולל,

אפשר מעגעך פרעגן, וואו איז דעי כולל פני יושע?
און פארוואס פונקט דער כולל??
כעל מיך פרייען פאר אן ענטפער...
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 2:24 pm

אוי רבש"ע ועדיין לא נשענו
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
נארוואס דען
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 1:33 am
לאקאציע: אין היכל הנגינה

תגובהדורך נארוואס דען » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 2:23 am

וואס איך טוה איך באגראב מיך פאר בישה ליידער
so my sweetest brothers and sisters
קרעדיט די רבי ר שלמה'לע

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג יולי 05, 2011 1:44 pm

שוועמל! כ'בין כמעט אויסגעגאנגען ביים לייענען דיין ארטיקל! מתוק מדבש! לעילא ולעילא!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך יולי 13, 2011 5:07 am

[qu
[/quote]
ליפשיץ, וואו איז די מקור שלא לעשות שום ציורים ע"ז?
אדרבה אין פירוש המשניות צעלייגט דעם רמב"ם זייער שיין דער סדר התחיות, משיח וכו', וכן בהרבה ספרים.
ווי אויך ווייסן מיר פון דעם באקאנטן ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?... אויב טאר מען נישט וואלט רבינו שליט"א נישט געלאזט דעס זינגען ביי זיינע טישן.
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
--------------------------------------------------------------------------------


דורך ליפשיץ אום זונטאג יולי 04, 2010 4:32 pm

שוועמל האט געשריבן:ליפשיץ, וואו איז די מקור שלא לעשות שום ציורים ע"ז?
אדרבה אין פירוש המשניות צעלייגט דעם רמב"ם זייער שיין דער סדר התחיות, משיח וכו', וכן בהרבה ספרים.

וז"ל הרמב"ם בהלכות מלכים, פי"ב הלכה ה':
"ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן, ולא ישימם עיקר; שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה. וכן לא יחשב הקיצין. אמרו חכמים, תפוח דעתן של מחשבי קיצין. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר, כמו שביארנו".

ועיי"ש באריכות בהלכות הקודמין. וז"ל שם הלכה ב':
"וכן כל כיוצא באלו הדברים הכתובין בעניין המשיח, משלים הם; ובימות המלך המשיח ייוודע לכול לאיזה דבר היו משל, ומה עניין רמוז בהן".
שוועמל האט געשריבן:ווי אויך ווייסן מיר פון דעם באקאנטן ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?... אויב טאר מען נישט וואלט רבינו שליט"א נישט געלאזט דעס זינגען ביי זיינע טישן.

אויב כ'מעג פרעגן, ווער איז דער "רבינו שליט"א" צו וועם איר באציט זיך?

--------------------------------------------------------------------------------[/quote]
ביזט לכאו' גערעכט מיט דיין שטעלונג. און איך מיין איבעראל- צו איז דאס ביי יציאת מצרים- מכות. אאז"וו.
נאר ביטע ברענגט נישט ראיות פון קיין ניגונים, און תנועות, און נאך מיט הוכחה על גבי הוכחה - וויבאלד ער האט עס צוגעלאזט צו זינגען מוז זיין... ווען די באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן.
און ייעצט צו קליקו איר זענט פארטיג מיט אלעם וואס איז דא צו פארעכטן לאמיר נישט אריינגיין אין א דיסקוסיע צו ס'איז יא אויסגעהאלטן אין הלכה.. - מיין רבי. דיין רבי. ווייל די שפייעכץ דערויף איז אבי אויסגעווארפן. קיינער וועט קיינעם גארנישט איבערווייזן. מיין איינציג פראגע איז, לשיטתך איז נישט געבליבן פאר אונז וואס מער אויפצוטוהן פּרֵיאֶר יושוב הארץ ? און לאמיר נישט פארגעסן.. השם האט אונז געשיקט אין גלות צו זיין אינטערדריקט אינטער די גוים. (זעצעך אויס אז נאכן לעבן אַזאָ געשמאק לעבן די לעצטע 60 יאר ביסטו שוין אביצקעלע פארקאלכט געווארן. ) און מיר דארפן זיך אויסלייטערן. אלזא אויב ווארטסטו טאקעאזוי שטארק ארויס אויף ביאת משיח.
דאן פרוביר צו וואוינען אין א ארט ווי די טוהסט נאך אביסל שפירן דעם עול הגלות. די געדאנק פון נישט זיין בעה"ב. נישט אזוי? און די אלע געוואלדיגע מצוות לאז איבער פאר די צייטן ווען די וועסט שוין זיין א מושלם'דיגער אויסגעארבעטער איד
ווי ר' חיים מצאנז זצ"ל האט געזאגט קודם האב איך געמיינט אז איך וועל פארעכטן די וועלט וכ"ו מיין שטאט וכ"ו ביז כ'האב איינגעזעהן . כ'קען נישט פאררעכטן די וועלט,באט קודם מיך.
זעה קודם אז זיך ארויסצוציעהן פון שטאט מיט נאך א קבוצה דרייסטע אינגעלייט אזוי ארום צו קלאפן די געשוואלענע רענט פרייזן . דאס וועט זיכער זיין חושיבער ביי דער פון אויבן. מאכן גרינגער דאס לעבן פאר אברכי תורה
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » מיטוואך יולי 13, 2011 7:18 am

וואס איך טוה ?!
צו איז דא א פאסיגערע צייט ווי "יעצט" ???
זאל ער שוין קומען אפווישן אינזערע טרערן !!!

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 29, 2011 11:48 am

ווי איז געווען די שמועס ווי מהאט געברענגט א חת"ס אז אפילו איינער וואלט זיך אויסגעארבעט אין דור צו זיין ראוי כדבעי וואלט ער געווען משיח, אבער ליידער איז נישט געווען נאך אזא מציאות

אין ספר כתבי קודש ברענגען די פשעווארסקע רביס אז מהר"א מבעלז האט געזאגט פרשת נשא אדער נאך שבועות אז אין יעדע דור איז דא איינער ווואס איז ראוי נאר ער טוט זיך נישט מגלה זיין ווייל ער לאזט עס אויף שפעטער כדי סזאל זיין ברחמים גדולים.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג יולי 29, 2011 12:43 pm

קליקו, האסט אין פלאן צו ווערן משיח?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג יולי 29, 2011 1:23 pm

ים רויבער האט געשריבן:קליקו, האסט אין פלאן צו ווערן משיח?

האסט אין פלאן אויפהערן טשעפען?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט