וואס טוט איר אויב משיח קומט "יעצט" ?!?!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

תגובהדורך ספיקער » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 8:43 am

אפטימיסט האט געשריבן:איך האף אז עס גייט געשעהן א נס, אויב נישט גיי איך מיך נעמען ברעכן פון פחד!

פילסט נישט גוט ?

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 9:39 am

ריק פערי האט געשריבן:
msp האט געשריבן:א

וועגן די מחלוקה איבערן צמצום האב איך נאך גארנישט געהערט דערוועגן, איך על מיר פרייען אז די וועסט עס מיר קלאר שטעלן, איך פארשטיי נישט אזא מושג ווי א מקום (וואס מקום איז נאר וועגן צמצום) זאל זיין צמצום לגמרי.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=52

אין דעם בריוו שרייבט דער ליובאוויטשער רבי וועגען וואס הרב דסלר האט געשריבן וועגען צמצום
אבער איז ניט מסכים מיט דעם
און איז מבאר די שיטות אין צמצום

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 6:14 pm

צום פותח האשכול:
איך וואלט געפרעגט די קשיא פארקערט, וואס טוה איך טאמער ער קומט נישט "יעצט"??

אונז האמיר שטארקע הערצער אז אונז קענען עס דורעך טראגען.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 6:25 pm

zugurnish האט געשריבן:
ריק פערי האט געשריבן:
msp האט געשריבן:א

וועגן די מחלוקה איבערן צמצום האב איך נאך גארנישט געהערט דערוועגן, איך על מיר פרייען אז די וועסט עס מיר קלאר שטעלן, איך פארשטיי נישט אזא מושג ווי א מקום (וואס מקום איז נאר וועגן צמצום) זאל זיין צמצום לגמרי.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=52

אין דעם בריוו שרייבט דער ליובאוויטשער רבי וועגען וואס הרב דסלר האט געשריבן וועגען צמצום
אבער איז ניט מסכים מיט דעם
און איז מבאר די שיטות אין צמצום

אין די חדר פון תורה ודעת איז דא לענגס און ברייטס

איר קענט נאך פרעגן הרב געלדצעהלער שליטא בעל קדשי יהושע, ער שרייבט דערפון ערגעצוואו
תלמידי רבי שרגא פייויל זצ"ל האבן דאס אויפגעקומען מיט אים, אין שלוחא דרחמנא ווערט עס געברענגט.

כידוע האט ער ברוב פקחותו געמאכט מיזוג בין חסידים לליטאים בימיו, והולך יפה לשיטתו. ואכן התלמידים שדבקו בדרכו השכילו עשות.

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מאנטאג מאי 04, 2015 2:09 pm

אורח האט געשריבן:דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז אלס געווען גרייט מיטן שטעקן און בגדי שבת
פאר די פטירה האט זיך אויסגעדריקט וואלט ער וועהן געוויסט אז משיח וועט נישט קומן בימיו וואלט ער דאס נישט אויסגעהאלטן
האט ער געזאגט "א חכמה אויסצו'נער'ן אן אלטע נער"

אורח האט געשריבן:אוי באשעפער לאמיר שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן ווי אמשנעלסטן
ווי מען זאגט נאך פון צדיקים הייליגער באשעפער לייז אונז אויס ווילאנג די האסט נאך וועם
עוד מעט..... און עס וועט שוין נישט זיין וועמן חלילה...

מ'זאגט נאך א נוסחא;
פון רבי'ן ר' בונם פון פרשיסחא,
ווי ער האט זיך אויסגע'טענה'ט מיטן נורה עלילה;
זיי בעסער צופרידן;
און לייז אונז אויס אלס אידן,
ווי איידער אלס גוים חלילה.
עץ חיים הוא למחזיקים בה

שיינע שרייבער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:07 pm

תגובהדורך שיינע שרייבער » מאנטאג מארטש 14, 2016 2:12 am

פארשטענדליך האט געשריבן:פאר א קנאפע צוויי טויזענט יאר צוריק, איז דער הייליגער הויז, דער בית אלקינו, די הייליגע ביהמ"ק חרוב געווארן דורך די רשעים די רוימים צוליב אונזערע חטאים.

אין זינט דאן אין יעדע געלעגנהייט, צו איז דאס דורך אויס דער וואך אין א שווערע מינוט, צו שבת ביי 'והנחלינו', א יו"ט, ווער רעדט נאך, א שמחה, טראכט צו זיך דער איד מיט נאסטאלאגיע, ווען דערלעבט מען שוין ? ווען וועט מען שוין זוכה זיין ? און מען גלייבט באמונה שלימה אז משיח וועט קומען, האפענטליך, נאך אין אונזער דור. און עס וועט שוין ענדליך זיין דער סוף פון דעם ווי פעך שווארצער גלות.

און א סאך פעלער דורך אויס דעם יאר כאפט דער גליסט צום ווידער אויף בוי פונעם ביהמ"ק א גרעסערן חלק עולם אויף אמאל, ווי למשל, ת"ב, ביי מאנכע אויך אין סוכות, ווען מ'זינגט זיך אונטער מיט אזא מין גליסטעניש און נאסטאלאגיע דעם "אוי, הרחמן, היא יאאאהאקים לנו, את סוכת דוד האנויפאוואלעעעס..." אדער גאר חנוכה זיצענדיג ביי די הייליגע חנוכה ליכט, ביי אנדערע איז דאס פסח ביים סדר ביי שפוך חמתך ווען מען האפט אז אפשר דאך, וועט היי יאר א-לי-ה-ו הנביא קומען זאגן די גוטע בסורה...

מיר האט דאס געכאפט היום יום, ווען פאר דעם סעודת צהרים האט מען מיר סערווירט פיינע פרישע 'מצה חרעמזלעך' לכבוד פסח שני, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם 'בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו 'הוא' יצא'. און איך האב זיך גענומען טראכטן, אז אפשר טאקע? אפשר וועט טאקע דער באשעפער זיך דערבארעמען אויף זיינע קינדערליך נאך היי יאר, און טאקע שוין יעצט ?

אין מיין מוח האט זיך שוין גענומען שפינען די געדאנקען, ווי איך הער דעם שופר של משיח, דער גאנצער עולם לויפט אין ביהמ"ד שנעל תשובה טוהן, איך כאפ א תהילים און איך לויף און ביה"ח טרעפן מיין לייט זעליגן טאטע'ן ז"ל, די וואלקענעס לאזן זיך אראפ פארנט פון ביהמ"ד, מען פליט קיין א"י, די אראבער גיבן זיך אונטער אן א פיפס, די 'UN' פארדאמט די אקציע... (למ"ד עולם כמנהגו נוהג), משה רבינו שטעלט אפ די זון אז מ'זאל נאך האבן צייט מקריב צו זיין דעם קרבן פסח, די היתר פון די סנהדרין אז וויבאלד עס איז א מצב פון רוב ישרא' טמאים מעג מען מקריב זיין דעם ק"פ אפילו מען איז זיך נישט מטהר מיטן אפר פרה (ע' הילכות ק"פ), דערוילעם לויפט קויפן שעפעלעך, די לויים זינגען הערליכע נגינים אין ביהמ"ק, דער עולם איז משלים אלע קרבנות וואס מען איז שילדיג געבליבן אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר (ונשלמה פרים שפתינו - ע' במפרשי התפילה), די לאנגע ליין אין עזרה... וכו' וכו'...

וואס זאל איך ענק זאגן ? די מצה חרעמזלעך האבן געהאט עפעס א זעלטענעם 'טעם'... אך ווי שיין, אוי ווי הערליך. אבער ווען, ווען, ווען וועט מען שוין זוכה זיין ? האפענטליך בקרוב, בב"א.

נ. ב. עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונעם עולם ווי אזוי דער געדאנק האט זיי געכאפט, למשל, וואס איר האט געטראכט ווי אזוי צו ריעקטן אויב (האפענטליך טאקע) משיח קומט אן ווען איר האלט אינמיטן ליינען דעם ארטיקל, א. ד. ג. אדער נאך איידיעס ווי אזוי עס וועט אויסקוקן אין די גליקליכע מינוט ווען משיח וועט קומען, וכו' וכו', יישר כח פון פאראויס.


איך האב א אנדערע שאלה וואס טוסטו אויב משיח קומט נישט יעצט??? דע שאלה דרוקט מיך אסאך מער

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 2:10 pm

שוועמל האט געשריבן:משיח וועט נישט קומען בעפאר די גוטע בשורה פון אליהו אז "ער גייט קומען".

טא איז אונזער פלאן אזוי, ווי גלייך אליהו קומט וועלן מיר לויפן מיט אלע אידן אין שול אריין פאסטן דריי טעג נאכאנאנד און זיך אויסוויינען ביים תהלמ'ל, תשובה טוהן אויף אלע חטאים, אפצאלן אלע חובות פון אלע גלגולים, איבערבעטן יעדן, די נשים וועלן בלויז גיין אראפגעבינדן, מען וועט זיך עקלען פון אלע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער. כולי האי ואולי וועט מען זוכה זיין צו דערלעבן דעם גרויסן טאג ווען משיח אליינס וועט נתגלה ווערן, ווי א עני רוכב על החמור, און בלאזן מיט א ריזיגן שופר א תקיעה וואס וועט אפהילכן אין די גאנצע וועלט.

די מידיא וועט באריכטן איבער דעם מאדנעם קול וואס איז געהערט געווארן. עס וועלן זיין פולע קליפס אויף יוטוב דערפון. על קאידא וועט נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף. איזראעל וועט סטראשענען מיט חוצפה אלע אראבער. די ענווייראנמענטאליסטן וועלן זאגן אז דאס איז א רעזולטאט פון די גלאבאל ווארמינג ווען די אייזבערג צעלאזן זיך און רייבן אריין איינס אין צווייטן שאפענדיג דעם גריצלדיגן קול. בלומבערג וועט בארואיגן יעדן אז 'ניו יארק סיטי איז פארזיכערט, מיר ארבעט געוואר צו ווערן פון וואו דער קול קומט, מעגליך פון א אלטע סטעלייט אין ספעיס, דערווייל זאל יעדער צוריקגיין צו ביזנעס עז יוזשעל'.

נאך דעם גרויסן קול וועלן זיך הימלען עפענען, א געוואלדיגע ליכטיגקייט וועט זיך באווייזן אויף דעם אונטערשטען וועלט, דאס העכסטע און הייליגסטע וואס שייך, די מטרה פון יעדן אידישן נשמה וועט זיך באווייזן מיטן פולסטן פראכט ווי קיינמאל פריער. יא דארט זעט מען די שכינה הקדושה, זה א-לי ואנוהו! וועט זיך ספאנטאן ארויסרייסן פון אלעמענס מיילער וועט די נשמה פליעט ארויס פון גרויס מתיקות. ביליאנען מלאכים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן אנפילן די הימלישע פארענטשעס, וועלנדיג מיטהאלטן די שמחת עולם על ראשם. פון דארט וועט מען זיך א לאז טון צו דעם מערדערישן שווארצן מלאך מיט 997 אויגן, ווייל דריי אויגן האט אים שוין משה אויסגעפאנטש בעפאר ער איז אוועק פון דער וועלט. מען וועט אים בינדן די הענט און פוס און אויסשטעכן די איבריגע אויגן, ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות, דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את השם.

דער צוים אינעם מערת המכפלה וועט זיך פלוצים עפענען און פיר פארן וועלן ארויסשפאצירן גלייך צום אויבנאן פונעם היינטיגען היסטארישן מאמענט. איינער פון זיי וועט זיין אזא ריז וואס וועט גרייכן מסוף העולם ועד סופו, מיט זיין האנט וועט ער פארכאפן עראפלאנען און סעטעלייטן איבער אלע הימלען און זיי צעקנייטשן ווי א פאפיר. די אנדערע דריי האבן א גאר ענליכן אויסזען אז ס'יז שווער צו דערקענען א חילוק צווישן זיי, אלע טראגן שניי ווייסע בערד, ציצית ביז דער ערד, קיין קנייטש אויפן פנים, זעלטענע יפי תואר און באצויבערן יעדן איינעם, המשכילים יזהירו כזוהר הרקיע. די ווייבער וועלן גיין בענעזאם ווען טרערן פון פרייד גיסן זיך פון זייערע ריינע הייליגע אויגן זיך אומקוקנדיג מיט מוטערליכע ליבשאפט אויף זייערע מיליאנען אייניקלעך פאר וועם זיי האבן אזוי שווער געהארעוועט. פון אן אנדער ריכטונג וועט צושפאצירן נאך א פרוי קוקנדיג דירעקט אין די אויגן פון די אינגסטע פון די פיר, "לאה! דאס ביסטו?!" וועט רחל אויסשרייען, די צוויי געטרייע שוועסטער וועלן זיך ארויפווארפן איינער אויפן צווייטן און מיט זודיגע טרערן זיך מיטפרייען צו זען די פירות פון זייערע שווערע ארבעט וואס זיי האבן איינגעריסן וועלטן צוליב זייערע אייניקלעך. שמועסנדיג וועלן אלע פיר מאמעס פארציילן זייערע שווערע איבערלעבענישן, ועיני לאה רכות וועט לאה שרייען, רחל וועט צייגן דעם פסוק קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה, רבקה וועט פארציילן אם כן למה זה אנכי, און מיט דורשט וועט יעדער צוהערן צו די עלטער באבע שרה ווי זי פארציילט די גאר שווערע איבערלעבענישן וואס זי איז דורך, וויפיל נסיונות זי מיט איר מאן האבן געהאט ביז צום סוף האט מען אראפגעברענגט א פון הימל-געבענטשטע קינד, כי ביצחק יקרא לך זרע.

פון אן אדער ווינקל קומט אריין פרישע נייעס פון עגיפטן און סואדי אראביע, די ראדיאס האבן נארוואס געמאלדן א גאר מערקווירדיגער עפיזאד, נעמליך ביי איין געוויסער ארט אין די דעזערט גערופן 'הר נבו' איז געזען געווארן א מאן ארויסקומען פון א הייל שפאצירנדיג צפון צו ארץ ישראל. לויט עדות איז דער מאן געווען זייער הויך ארום צוואנציג פוס, כאטש ער זעט אויס אלט דאך איז זיין פנים געווען ציכטיג ריין אן קיין קנייטש, זיינע אויגן האבן געשטראלט און זיין פנים האט געלויכטן ווי דער זון אליינס, אין האנט האט ער געטראגן א לאנגער שטעקן וואס איז געווען איינגעקריצט דערינען אייניגע ווערטער. לויט ווי איין וויטנעס האט אפגעכאפט מיט זיין קעמקארדער זענען דאס געווען אידישע אויתיות וואס די עגיפטישע שפיאנאזש קוועלער האבן דעשיפרירט אלס א מיסטעריעזע קאוד דצ"ך עד"ש באח"ב. ער איז נישט געגאנגען אליינס נאר א יונגערער באגלייטער איז מיטגעגאנגען מיט אים ווי עס שיינט אלס א באדינער, ומשרתו יהושע בן נון נער לא ימוש מתוך האוהל. דער וויטנעס האט אויך פארציילט אז משה האט זיך אינמיטן אויסגעדרייט צו אים און געלאכט אין פנים אריין זאגנדיג איך געדענק נאך גוט ווי נישט לאנג צוריק האט עטס געכאפט מיט דעם שטעקן אזוי צום געדענקען, למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים.

מדינת ישראל וואלט ווען געלייקענט דעם באריכט ווען נישט דער פאקט אז ביי זייער טעריטאריע האט פאסירט גאר ענליכעס. א מאן געקליידעט אין ציכטיג ווייסע קליידער האט ארויסשפאצירט פון 'הר ההר' שפאנענדיג אין ריכטונג פון מדבר. לויט א רעפארטער האט דער מאן געטראגן אין האנט א גאלדענער קוישעלע מיט שמעקעדיגע קטורת דערין. דארט האט ער זיך באגעגענט מיט אן אנדערן מאן, וראך ושמח בלבו, זיי זענען ארויפגעפאלן אויף זייערע העלזער און געוויינט מיט גרויס פרייד אויף די ישועה וואס מען ווארט שוין אזוי לאנג. אינאיינעם האבן זיי געשפאנט ווייטער ביז זיי האבן דערגרייכט די גבולות פונעם הייליגן לאנד, דארטן האבן זיי זיך ביידע אראפגעווארפן און געקושט די הייליגע זאמד און געמאכט הויך די ברכה ברוך הטוב והמטיב. די צוויי הייליגע ברודער משה און אהרן האבן יעצט די ערשטע מאל געטראטן אינעם הייליגן לאנד ארץ ישראל! א קלייניקייט! ווער נאך ווי משה האט אזוי שטארק געוואלט אריינקומען אהער, ואתחנן אל השם בעת ההוא, און ווער נאך ווי משה פארשטייט ווי הייליג דאס לאנד איז, ארץ אשר ה"א דורש אותה תמיד, עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. ווי גליקליך זענען זיי יעצט ווען ענדליך האבן זיי געהאט די זכיה אריינצוקומען אין דעם הייליגן לאנד פון אברהם יצחק ויעקב וואס גראדע זענען זיי שוין אויך דא לעבעדיג און ערווארטן זייער אנקום.

די שמחה וועט זיין געוואלדיג, מען וועט קענען טאפן מיט די האנט די פרייליכקייט, עס וועט האבן א ממשות. מוזיקאנטן פון אלע סארטן וועלן זיין אויסגעשורה'ט ביים מעמד און שפילן הארציגע מעלאדיעס וואס צעגייען אין די נשמה. דער אנפירער פונעם בענד וועט זיין נישט קיין אנדערע ווי דער גרויסער קעניג דוד, וואס גייט גראדע באלד שפילן אליינס מיט זיין הארף מיט וואס ער האט אזוי געטריי געדינט דעם רבוש"ע אלע יארן. זיין זון שלמה שטייט אונטער אים און קוקט זיך צו צו די הייליגע עבודה פון זיין פאטער דוד, והמלך דוד מפזז ומכרכר בכל עוז לפני השם. נעבן זיי שטייען די לעכטיגע אייניקלעך פון די 'ראיאל פעמילי' די צדיקים וקדושים פון מלכי בית דוד. אוי הלואי זאל מיר זוכה זיין כאטש א בליק טאן אויף זייער הייליג געשטאלט, דאס זענען די מעכטיגע קעניגן ווי אסא, יושפט, עוזיה, יותם, יואש, חזקיה, יאשיהו, צדקיהו, יכניה, אזוינע לייבן, אזוינע צדיקים גמורים וואס האבן געקענט מהפך זיין העולם לזכות!

הארט דערנעבן וועט זיין די "נביאים טעיבל" וואס האבן געלעבט אזוי ביינעזאם מיט די הייליגע מלכים, עס וועלן געזען ווערן שמואל הנביא וואס מיט זיין גדלות וועגט ער איבער משה און אהרן צוזאמען, משה ואהרן בכהניו ושמואל בקראי שמו. נעבן אים זיצט זיין תלמיד נתן הנביא, עדו, עמוס, הושע בן בארי, ישעיה הנביא, אליהו מיט זיין געטרייער תלמיד אלישע, יונה, חבקוק, יחזקאל, ירמיה הנביא, דניאל, חגי וזכריה ומלאכי, און נאך פולע נביאים פון אלע דורות וואס וועלן באלייכטן דעם גאנצן אטמאספער ביום שכולו ארוך ביום שכולו טוב.

אויפן הר הזיתים וועלן זיך קברים נעמען שאקלען, מענטשן געקליידעט אין ווייסן וועלן ארויסשפאצירן מיט לעכטיגע זון-שטראלענדע פנימ'ער און זיך ביקן צום גרויסן לעכטיגקייט מיט אויסטערליש פרייליכע הערצער. ענליכעס וועט זיך אפשפילן אויפן הר המנוחות און אין אנדערע בתי חיים איבער דער וועלט, ווען מאסן ווייסע מענטשן מיט טליתים און קיטלעך שפאצירן מאסנווייז צו זייערע אנגעגעבענע פלעצער ווי הימלישע סדרנים וועלן זיי אראפזעצן צום מעמד בכבוד מלכים. צווישן זיי וועלן זיין אזוינע גרויסע און באקאנטע פיגורן ווי רבי שמעון, רבי אלעזר, רבי ישמעאל כהן גדול, רבי עקיבא, הלל ושמאי, רבי יהודה, רבי יוחנן הסנדלר, ריב"ל, רבי יוסי וכו'. הונטער זיי וועלן שפאצירן מיט אויפגעהייטערטע געמיטער די ברייט באקאנטע רב און שמואל, ר' יוחנן ור"ל, רב כהנא ורב אסי, רב חסדא, רב ששת, אביי ורבא, און נאך פולע טויזענטער צדיקים קדושים וטהורים וואס וועלן אינאיינעם פארברענגען איבערחזר'ן די קושיות און איבעא'ס וואס זענען געבליבן אומפארענטפערט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די טיפזיניגע דרשה פונעם אורח הכבוד אליהו התשבי וואס וועט אלעס וואונדערליך פארענטפערן ביי דעם גרויסן סעודה דארף אט אט פארקומען בימות המשיח.

אבער כדי צו קענען אריינקומען צו אט דער גרויסער און וואונדערליכער סעודה ברויך מען זיך רעזשיסטערן, מען דארף האבן א ספעציעלע איינטריט קארט, דאס באקומט מען נאר נאכן דורכגיין דעם גרויסן ציטערדיגן פארהער, א שרעקליכער יום הדין וועט פארקומען פאר אלע ברואים פון דער וועלט, קיין זאך איז נישט פארהוילן, יעדעס קלייניגקייט קומט אפיר, א טרערעלע פאר א אידנס וועגן, א שמייכעלע פאר א צעבראכענעם איד, יעדעס פיצינקע זאך נעמט מען אפיר און ווערט ארויפגעלייגט אויפן ריזיגן וואגשאל. דאס איז דער ריזיגע יום הדין הגדול והנורא וואס דער רבוש"ע אליינס וועט משפט'ן יעדן לעבעדיגן בריה און דן זיין כל אחד לפום דרגא דיליה. די וואס קומען ארויס זכאי בדין זענען פון די גאר גליקליכע וואס וועלן זוכה זיין זיך מיטצופרייען מיטן זיו השכינה, דאס איז דאך די גרעסטע אמת'ע שמחה וואס שייך!

הלואי הלואי זאל מיר אלע זוכה זיין ארויסצוקומען זכאי בדין, יראו עינינו וישמח ליבנו ותגל נפשנו בישועתך באמת!
אבער נישט געזארגט אידן, דאס איז די ארבעט פון אליהו הנביא ווען ער קומט מבשר זיין די בשורה טובה אז די אידן זאלן מחזיר למוטב זיין, "והשיב לב אבות על בנים" דער טאטע אין הימל וועט זיך צוריקקערן צו זיינע קינדער, אבער וויאזוי? "ולב בנים על אבותם" ווען די קינדער וועלן תשובה טון צום טאטן אין הימל, דאן וועט כביכול דער טאטע אויך תשובה טוהן "שובו אלי ואשובה אליכם" און ווי דער נביא בעט זיך ביים רבוש"ע "השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם".


טייערע אידן! פרעגט נישט וואס טוט איר ווען משיח וועט קומען, נאר הערט שוין אויף זינדיגן, לערנט פלייסיג, וויינט אייך "יעצט" אויס, רייסט איין הימלען אבער שוין יעצט, נישט ווארטן אויף דאן ווייל עס וועט שוין זיין פול שווערער, איר וועט פארשווערערן די ארבעט פאר אליהו און עס קען זיך חלילה נישט גוט אויסלאזן. יעדער זאל טון עפעס צו פארבעסערן זיינע מעשים, זיין שטוב, וועט ער נאר קומען שנעלער און גיכן במהרה בימינו אמן.


צפית בישועה??

ארויף לכבוד'ן תענית, יה"ר שיתהפך לששון ולשמחה בעגלא.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:56 pm

שמערי בערי האט געשריבן:מרן בעל דברי יואל מ'סאטמאר האט אמאל אין א שמועס געזאגט, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז משיח קומט שוין און מ'וועט און מ'וועט... האט דער רבי זיך אנגערופן: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זיך אלע באהאלטן אין מויזן לעכער..."

איך ווייס נישט וואס, קען זיין אז סאיז אמת, אבער מיין מאמע האט מיך געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין גוט (סאיז א אמתע מאמר פון איינער פון די פריערדיגע צדיקים).
וואס איך וועל טון? פיינעלי אנטלויפן פון זיך אליינס בע"ה.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 1:00 pm

דאכצעך מיר אז ס'געווען ביי ר' דודל טאלנער זצוק"ל, אז די חסידים האבן אויסגעדריקט זייער זארג אז זיי האבן מורא פאר ביאת המשיח לפי המצב וואו זיי געפונען זיך, האט ער גענטפערט אז ס'נישטא וואס צו זארגן, ווען משיח וועט קומען וועט אראפקומען אזא אור אויפן וועלט, אז יעדע איד אפי' אין די נידעריגסטע מדריגה וועט קענען נתקרב ווערן [איך געדענק נישט פונקטליך די לשון - איך וועל עס בל"נ נאכקוקן און צוריקקומען] און ער האט אויסגעפירט אז עס איז א מצוה דאס צו מפרסם זיין.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:22 pm

איך האב עס געהערט פון ר' מרדכי דוד ז"ל, ווען ער האט אמאל אראפ געלייגט וואס עס מיינט יענע וועלט,
און ער האט אביסל אראפ געלייגט וואסערע עונשים עס קומט פאר איין קליינע עבירה (איך מיין עס איז געווען וואס עס מיינט די גחלי רתמים פון אויסרעדן א ווארט אינמיטן לערנען)

האבן די בחורים אויפגעציטערט אויב פאר אזא קלייניקייט קומט אזעלכע עונשים לא מצינו ידינו ורגלינו בביהמ"ד,

האט ר' מרדכי דוד גע'ענטערפט די אייבערשטער איז א גוטער, און ער האט באשאפן די מענטש להיטוב עמו, סא למעשה גייט יעדער ווערן מתוקן, כי לא ידח ממנו נידח, און די טוב איז 100 מאל אזויפיל.

יעדער גייט טאקע ליידן אבער עס לוינט זיך.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:06 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז ס'געווען ביי ר' דודל טאלנער זצוק"ל, אז די חסידים האבן אויסגעדריקט זייער זארג אז זיי האבן מורא פאר ביאת המשיח לפי המצב וואו זיי געפונען זיך, האט ער גענטפערט אז ס'נישטא וואס צו זארגן, ווען משיח וועט קומען וועט אראפקומען אזא אור אויפן וועלט, אז יעדע איד אפי' אין די נידעריגסטע מדריגה וועט קענען נתקרב ווערן [איך געדענק נישט פונקטליך די לשון - איך וועל עס בל"נ נאכקוקן און צוריקקומען] און ער האט אויסגעפירט אז עס איז א מצוה דאס צו מפרסם זיין.

אקעי, נאכגעקוקט. דאס ווערט געברענגט אין ספר ליקוטים יקרים פונעם מחבר הרה"ג ר' ארי' לייב שוחט מראדיווקא ז"ל וואס איז געדרוקט געווארן אין שנת תרפ"ד [דער ספר ענטהאלט דברי תורה אין סיפורים פון די תלמידי הבע"ש]. וז"ל:
שמעתי שפעם אחת שאלו החסידים להרב הר' דוד מטאלנע זלה"ה זי"ע, למה לנו לבקש על משיח הלא בבואו נצטרך להסתר במסתרים ובמחבאות שלא יראה אותנו. ואמר להם בזה הלשון: תאמינו לי שברגע הזאת שיבוא משיחנו תהי' כל כך הזדככות המוחין בעולם שאפי' פחות שבפחותין יהי' ביכלתו להתקרב א"ע לפני מלך המשיח, ובקש מהם שיפרסמו את הדבר הזה לפני בני ישראל משמו.

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 10:29 pm

איך וועל אפ אטעמען
שרייב אין מעק

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך ינואר 01, 2020 6:49 am

יעצט געליינט שוועמל'ס באשרייבונג גע'פדף'ט זאלן אנדערע הנאה האבן
צוגעלייגטע
שוועמל – איי וועלט.pdf
(48.81 KiB) דאונלאודעד 70 מאל
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:18 am

גרינע בוים האט געשריבן:יעצט געליינט שוועמל'ס באשרייבונג גע'פדף'ט זאלן אנדערע הנאה האבן

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אַ געשעפט האָב איך............

יקר מציאות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

תגובהדורך יקר מציאות » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:25 am

גרינע בוים האט געשריבן:יעצט געליינט שוועמל'ס באשרייבונג גע'פדף'ט זאלן אנדערע הנאה האבן

שכוח @שוועמל...
ישועת ה' כהרף עין, מיר גלייבן און האפן אז היינט איז דער טאג וואס 'הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא'!

שיעלע בהמה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג ינואר 05, 2020 11:30 am

וואס איך וועל טון? איך וויס נישט.
אבער דאס איז זיכער, משיח וועט ווייזן מיט די פינגער......
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

א פרישע יונגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 11:31 am

תגובהדורך א פרישע יונגערמאן » מאנטאג ינואר 06, 2020 2:34 pm

איך גיי קוקן ווי משיח גייט ווייזן מיט די פינגער.
און עס גייט לכאו' נישט זיין נאר אויף איין ספעציפישע קרייז...

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » מאנטאג ינואר 06, 2020 2:36 pm

א פרישע יונגערמאן האט געשריבן:איך גיי קוקן ווי משיח גייט ווייזן מיט די פינגער.
און עס גייט לכאו' נישט זיין נאר אויף איין ספעציפישע קרייז...

וואס איז די לכאורה? ער גייט זיכער יא זיין

א פרישע יונגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 11:31 am

תגובהדורך א פרישע יונגערמאן » מאנטאג ינואר 06, 2020 3:12 pm

''לכאורה'' האלטן נישט אלע קרייזן אזוי...

א פרישע יונגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 11:31 am

תגובהדורך א פרישע יונגערמאן » מאנטאג ינואר 06, 2020 3:13 pm

נאר לכאורה...

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:49 pm

אורח האט געשריבן:דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז אלס געווען גרייט מיטן שטעקן און בגדי שבת
פאר די פטירה האט זיך אויסגעדריקט וואלט ער וועהן געוויסט אז משיח וועט נישט קומן בימיו וואלט ער דאס נישט אויסגעהאלטן

אוי באשעפער לאמיר שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן ווי אמשנעלסטן
ווי מען זאגט נאך פון צדיקים הייליגער באשעפער לייז אונז אויס ווילאנג די האסט נאך וועם
עוד מעט..... און עס וועט שוין נישט זיין וועמן חלילה...

די הייליגע ישמח משה האט געזאגט פאר די פטירה באשעפער איך האב מיין גאנצע לעבן געמיינט אז משיח וועט קומען אין מיינע צייטן, באשעפער האסט מיר אויסגענארט, וואס האסטו פון דעם אז די האסט אויסגענארט אן אלטן נאר???
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מאנטאג ינואר 13, 2020 9:58 pm

הזוה״ק בפרשתן פ׳ שמות מתאר האיך יהא נראה ביאת המשיח.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מאנטאג ינואר 13, 2020 10:50 pm

איך וועל אים געבן שלום עליכם מיט א קיש אויף זיין הייליגע האנט.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך ינואר 15, 2020 12:42 pm

שמערי בערי האט געשריבן:מרן בעל דברי יואל מ'סאטמאר האט אמאל אין א שמועס געזאגט, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז משיח קומט שוין און מ'וועט און מ'וועט... האט דער רבי זיך אנגערופן: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זיך אלע באהאלטן אין מויזן לעכער..."

יעצט ס'ערשטע מאל געזעהן דעם ווארט!
געכאפט האט מיר א שרעק!
:oops:

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך ינואר 15, 2020 12:52 pm

שוועמל האט געשריבן:משיח וועט נישט קומען בעפאר די גוטע בשורה פון אליהו אז "ער גייט קומען".

טא איז אונזער פלאן אזוי, ווי גלייך אליהו קומט וועלן מיר לויפן מיט אלע אידן אין שול אריין פאסטן דריי טעג נאכאנאנד און זיך אויסוויינען ביים תהלמ'ל, תשובה טוהן אויף אלע חטאים, אפצאלן אלע חובות פון אלע גלגולים, איבערבעטן יעדן, די נשים וועלן בלויז גיין אראפגעבינדן, מען וועט זיך עקלען פון אלע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער. כולי האי ואולי וועט מען זוכה זיין צו דערלעבן דעם גרויסן טאג ווען משיח אליינס וועט נתגלה ווערן, ווי א עני רוכב על החמור, און בלאזן מיט א ריזיגן שופר א תקיעה וואס וועט אפהילכן אין די גאנצע וועלט.

די מידיא וועט באריכטן איבער דעם מאדנעם קול וואס איז געהערט געווארן. עס וועלן זיין פולע קליפס אויף יוטוב דערפון. על קאידא וועט נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף. איזראעל וועט סטראשענען מיט חוצפה אלע אראבער. די ענווייראנמענטאליסטן וועלן זאגן אז דאס איז א רעזולטאט פון די גלאבאל ווארמינג ווען די אייזבערג צעלאזן זיך און רייבן אריין איינס אין צווייטן שאפענדיג דעם גריצלדיגן קול. בלומבערג וועט בארואיגן יעדן אז 'ניו יארק סיטי איז פארזיכערט, מיר ארבעט געוואר צו ווערן פון וואו דער קול קומט, מעגליך פון א אלטע סטעלייט אין ספעיס, דערווייל זאל יעדער צוריקגיין צו ביזנעס עז יוזשעל'.

נאך דעם גרויסן קול וועלן זיך הימלען עפענען, א געוואלדיגע ליכטיגקייט וועט זיך באווייזן אויף דעם אונטערשטען וועלט, דאס העכסטע און הייליגסטע וואס שייך, די מטרה פון יעדן אידישן נשמה וועט זיך באווייזן מיטן פולסטן פראכט ווי קיינמאל פריער. יא דארט זעט מען די שכינה הקדושה, זה א-לי ואנוהו! וועט זיך ספאנטאן ארויסרייסן פון אלעמענס מיילער וועט די נשמה פליעט ארויס פון גרויס מתיקות. ביליאנען מלאכים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן אנפילן די הימלישע פארענטשעס, וועלנדיג מיטהאלטן די שמחת עולם על ראשם. פון דארט וועט מען זיך א לאז טון צו דעם מערדערישן שווארצן מלאך מיט 997 אויגן, ווייל דריי אויגן האט אים שוין משה אויסגעפאנטש בעפאר ער איז אוועק פון דער וועלט. מען וועט אים בינדן די הענט און פוס און אויסשטעכן די איבריגע אויגן, ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות, דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את השם.

דער צוים אינעם מערת המכפלה וועט זיך פלוצים עפענען און פיר פארן וועלן ארויסשפאצירן גלייך צום אויבנאן פונעם היינטיגען היסטארישן מאמענט. איינער פון זיי וועט זיין אזא ריז וואס וועט גרייכן מסוף העולם ועד סופו, מיט זיין האנט וועט ער פארכאפן עראפלאנען און סעטעלייטן איבער אלע הימלען און זיי צעקנייטשן ווי א פאפיר. די אנדערע דריי האבן א גאר ענליכן אויסזען אז ס'יז שווער צו דערקענען א חילוק צווישן זיי, אלע טראגן שניי ווייסע בערד, ציצית ביז דער ערד, קיין קנייטש אויפן פנים, זעלטענע יפי תואר און באצויבערן יעדן איינעם, המשכילים יזהירו כזוהר הרקיע. די ווייבער וועלן גיין בענעזאם ווען טרערן פון פרייד גיסן זיך פון זייערע ריינע הייליגע אויגן זיך אומקוקנדיג מיט מוטערליכע ליבשאפט אויף זייערע מיליאנען אייניקלעך פאר וועם זיי האבן אזוי שווער געהארעוועט. פון אן אנדער ריכטונג וועט צושפאצירן נאך א פרוי קוקנדיג דירעקט אין די אויגן פון די אינגסטע פון די פיר, "לאה! דאס ביסטו?!" וועט רחל אויסשרייען, די צוויי געטרייע שוועסטער וועלן זיך ארויפווארפן איינער אויפן צווייטן און מיט זודיגע טרערן זיך מיטפרייען צו זען די פירות פון זייערע שווערע ארבעט וואס זיי האבן איינגעריסן וועלטן צוליב זייערע אייניקלעך. שמועסנדיג וועלן אלע פיר מאמעס פארציילן זייערע שווערע איבערלעבענישן, ועיני לאה רכות וועט לאה שרייען, רחל וועט צייגן דעם פסוק קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה, רבקה וועט פארציילן אם כן למה זה אנכי, און מיט דורשט וועט יעדער צוהערן צו די עלטער באבע שרה ווי זי פארציילט די גאר שווערע איבערלעבענישן וואס זי איז דורך, וויפיל נסיונות זי מיט איר מאן האבן געהאט ביז צום סוף האט מען אראפגעברענגט א פון הימל-געבענטשטע קינד, כי ביצחק יקרא לך זרע.

פון אן אדער ווינקל קומט אריין פרישע נייעס פון עגיפטן און סואדי אראביע, די ראדיאס האבן נארוואס געמאלדן א גאר מערקווירדיגער עפיזאד, נעמליך ביי איין געוויסער ארט אין די דעזערט גערופן 'הר נבו' איז געזען געווארן א מאן ארויסקומען פון א הייל שפאצירנדיג צפון צו ארץ ישראל. לויט עדות איז דער מאן געווען זייער הויך ארום צוואנציג פוס, כאטש ער זעט אויס אלט דאך איז זיין פנים געווען ציכטיג ריין אן קיין קנייטש, זיינע אויגן האבן געשטראלט און זיין פנים האט געלויכטן ווי דער זון אליינס, אין האנט האט ער געטראגן א לאנגער שטעקן וואס איז געווען איינגעקריצט דערינען אייניגע ווערטער. לויט ווי איין וויטנעס האט אפגעכאפט מיט זיין קעמקארדער זענען דאס געווען אידישע אויתיות וואס די עגיפטישע שפיאנאזש קוועלער האבן דעשיפרירט אלס א מיסטעריעזע קאוד דצ"ך עד"ש באח"ב. ער איז נישט געגאנגען אליינס נאר א יונגערער באגלייטער איז מיטגעגאנגען מיט אים ווי עס שיינט אלס א באדינער, ומשרתו יהושע בן נון נער לא ימוש מתוך האוהל. דער וויטנעס האט אויך פארציילט אז משה האט זיך אינמיטן אויסגעדרייט צו אים און געלאכט אין פנים אריין זאגנדיג איך געדענק נאך גוט ווי נישט לאנג צוריק האט עטס געכאפט מיט דעם שטעקן אזוי צום געדענקען, למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים.

מדינת ישראל וואלט ווען געלייקענט דעם באריכט ווען נישט דער פאקט אז ביי זייער טעריטאריע האט פאסירט גאר ענליכעס. א מאן געקליידעט אין ציכטיג ווייסע קליידער האט ארויסשפאצירט פון 'הר ההר' שפאנענדיג אין ריכטונג פון מדבר. לויט א רעפארטער האט דער מאן געטראגן אין האנט א גאלדענער קוישעלע מיט שמעקעדיגע קטורת דערין. דארט האט ער זיך באגעגענט מיט אן אנדערן מאן, וראך ושמח בלבו, זיי זענען ארויפגעפאלן אויף זייערע העלזער און געוויינט מיט גרויס פרייד אויף די ישועה וואס מען ווארט שוין אזוי לאנג. אינאיינעם האבן זיי געשפאנט ווייטער ביז זיי האבן דערגרייכט די גבולות פונעם הייליגן לאנד, דארטן האבן זיי זיך ביידע אראפגעווארפן און געקושט די הייליגע זאמד און געמאכט הויך די ברכה ברוך הטוב והמטיב. די צוויי הייליגע ברודער משה און אהרן האבן יעצט די ערשטע מאל געטראטן אינעם הייליגן לאנד ארץ ישראל! א קלייניקייט! ווער נאך ווי משה האט אזוי שטארק געוואלט אריינקומען אהער, ואתחנן אל השם בעת ההוא, און ווער נאך ווי משה פארשטייט ווי הייליג דאס לאנד איז, ארץ אשר ה"א דורש אותה תמיד, עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. ווי גליקליך זענען זיי יעצט ווען ענדליך האבן זיי געהאט די זכיה אריינצוקומען אין דעם הייליגן לאנד פון אברהם יצחק ויעקב וואס גראדע זענען זיי שוין אויך דא לעבעדיג און ערווארטן זייער אנקום.

די שמחה וועט זיין געוואלדיג, מען וועט קענען טאפן מיט די האנט די פרייליכקייט, עס וועט האבן א ממשות. מוזיקאנטן פון אלע סארטן וועלן זיין אויסגעשורה'ט ביים מעמד און שפילן הארציגע מעלאדיעס וואס צעגייען אין די נשמה. דער אנפירער פונעם בענד וועט זיין נישט קיין אנדערע ווי דער גרויסער קעניג דוד, וואס גייט גראדע באלד שפילן אליינס מיט זיין הארף מיט וואס ער האט אזוי געטריי געדינט דעם רבוש"ע אלע יארן. זיין זון שלמה שטייט אונטער אים און קוקט זיך צו צו די הייליגע עבודה פון זיין פאטער דוד, והמלך דוד מפזז ומכרכר בכל עוז לפני השם. נעבן זיי שטייען די לעכטיגע אייניקלעך פון די 'ראיאל פעמילי' די צדיקים וקדושים פון מלכי בית דוד. אוי הלואי זאל מיר זוכה זיין כאטש א בליק טאן אויף זייער הייליג געשטאלט, דאס זענען די מעכטיגע קעניגן ווי אסא, יושפט, עוזיה, יותם, יואש, חזקיה, יאשיהו, צדקיהו, יכניה, אזוינע לייבן, אזוינע צדיקים גמורים וואס האבן געקענט מהפך זיין העולם לזכות!

הארט דערנעבן וועט זיין די "נביאים טעיבל" וואס האבן געלעבט אזוי ביינעזאם מיט די הייליגע מלכים, עס וועלן געזען ווערן שמואל הנביא וואס מיט זיין גדלות וועגט ער איבער משה און אהרן צוזאמען, משה ואהרן בכהניו ושמואל בקראי שמו. נעבן אים זיצט זיין תלמיד נתן הנביא, עדו, עמוס, הושע בן בארי, ישעיה הנביא, אליהו מיט זיין געטרייער תלמיד אלישע, יונה, חבקוק, יחזקאל, ירמיה הנביא, דניאל, חגי וזכריה ומלאכי, און נאך פולע נביאים פון אלע דורות וואס וועלן באלייכטן דעם גאנצן אטמאספער ביום שכולו ארוך ביום שכולו טוב.

אויפן הר הזיתים וועלן זיך קברים נעמען שאקלען, מענטשן געקליידעט אין ווייסן וועלן ארויסשפאצירן מיט לעכטיגע זון-שטראלענדע פנימ'ער און זיך ביקן צום גרויסן לעכטיגקייט מיט אויסטערליש פרייליכע הערצער. ענליכעס וועט זיך אפשפילן אויפן הר המנוחות און אין אנדערע בתי חיים איבער דער וועלט, ווען מאסן ווייסע מענטשן מיט טליתים און קיטלעך שפאצירן מאסנווייז צו זייערע אנגעגעבענע פלעצער ווי הימלישע סדרנים וועלן זיי אראפזעצן צום מעמד בכבוד מלכים. צווישן זיי וועלן זיין אזוינע גרויסע און באקאנטע פיגורן ווי רבי שמעון, רבי אלעזר, רבי ישמעאל כהן גדול, רבי עקיבא, הלל ושמאי, רבי יהודה, רבי יוחנן הסנדלר, ריב"ל, רבי יוסי וכו'. הונטער זיי וועלן שפאצירן מיט אויפגעהייטערטע געמיטער די ברייט באקאנטע רב און שמואל, ר' יוחנן ור"ל, רב כהנא ורב אסי, רב חסדא, רב ששת, אביי ורבא, און נאך פולע טויזענטער צדיקים קדושים וטהורים וואס וועלן אינאיינעם פארברענגען איבערחזר'ן די קושיות און איבעא'ס וואס זענען געבליבן אומפארענטפערט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די טיפזיניגע דרשה פונעם אורח הכבוד אליהו התשבי וואס וועט אלעס וואונדערליך פארענטפערן ביי דעם גרויסן סעודה דארף אט אט פארקומען בימות המשיח.

אבער כדי צו קענען אריינקומען צו אט דער גרויסער און וואונדערליכער סעודה ברויך מען זיך רעזשיסטערן, מען דארף האבן א ספעציעלע איינטריט קארט, דאס באקומט מען נאר נאכן דורכגיין דעם גרויסן ציטערדיגן פארהער, א שרעקליכער יום הדין וועט פארקומען פאר אלע ברואים פון דער וועלט, קיין זאך איז נישט פארהוילן, יעדעס קלייניגקייט קומט אפיר, א טרערעלע פאר א אידנס וועגן, א שמייכעלע פאר א צעבראכענעם איד, יעדעס פיצינקע זאך נעמט מען אפיר און ווערט ארויפגעלייגט אויפן ריזיגן וואגשאל. דאס איז דער ריזיגע יום הדין הגדול והנורא וואס דער רבוש"ע אליינס וועט משפט'ן יעדן לעבעדיגן בריה און דן זיין כל אחד לפום דרגא דיליה. די וואס קומען ארויס זכאי בדין זענען פון די גאר גליקליכע וואס וועלן זוכה זיין זיך מיטצופרייען מיטן זיו השכינה, דאס איז דאך די גרעסטע אמת'ע שמחה וואס שייך!

הלואי הלואי זאל מיר אלע זוכה זיין ארויסצוקומען זכאי בדין, יראו עינינו וישמח ליבנו ותגל נפשנו בישועתך באמת!
אבער נישט געזארגט אידן, דאס איז די ארבעט פון אליהו הנביא ווען ער קומט מבשר זיין די בשורה טובה אז די אידן זאלן מחזיר למוטב זיין, "והשיב לב אבות על בנים" דער טאטע אין הימל וועט זיך צוריקקערן צו זיינע קינדער, אבער וויאזוי? "ולב בנים על אבותם" ווען די קינדער וועלן תשובה טון צום טאטן אין הימל, דאן וועט כביכול דער טאטע אויך תשובה טוהן "שובו אלי ואשובה אליכם" און ווי דער נביא בעט זיך ביים רבוש"ע "השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם".


טייערע אידן! פרעגט נישט וואס טוט איר ווען משיח וועט קומען, נאר הערט שוין אויף זינדיגן, לערנט פלייסיג, וויינט אייך "יעצט" אויס, רייסט איין הימלען אבער שוין יעצט, נישט ווארטן אויף דאן ווייל עס וועט שוין זיין פול שווערער, איר וועט פארשווערערן די ארבעט פאר אליהו און עס קען זיך חלילה נישט גוט אויסלאזן. יעדער זאל טון עפעס צו פארבעסערן זיינע מעשים, זיין שטוב, וועט ער נאר קומען שנעלער און גיכן במהרה בימינו אמן.


צפית בישועה??

(תוקן עקב שגיאות כתיב)

פאר דעי תגובה אליינס האט זיך געלוינט די אלע מאל שטויביג ווערן ביים קלעטערן אין די קעלערן!
@שוועמל! האסט מיר געקאסט אפאר טרערעלעך! :cry: :grin:


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט