ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

אה מיי גאד!!! דו ציהסט אן די אמעריקאנער ליינער אויפן העכסטן גראד.

ווי זאגט נאך "אגענט מארס" יו...... עס קען דאך בעסער פון דעם נישט זיין....

אזוי אינטערסאנט און ציענד.

די קומענדיגע פארזעצונג מוז זיין פאר שבועות.
א חתימה ברויך מען האבן ?
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

יויש!!! פונקט דא האסטו זיך געמוזט אפשטעלן??? כ'מיין, פליז.... וויפיל איז די שיעור אונז אנצוציען??

אב, הער מיך גוט צו, אדער שרייבסטו 'שוין' ווייטער, אדער.... עםעעעם... יא... עם, כ'ווייס נישט וואס........ האסט געהערט?!!!! (כ'קוק שטרענג)

ביסט איבערמעכטיג!!
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

אב סמעכטיג מיט א יעדע פארזעצונג ווערט עס מער שפאנונג

הערשעלע פריי זיך אז ער האט דא געסטאפט ווייל ווען ער שרייבט
ווייטער וואלסטו געווארן סאך מער אנגעצויגען
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

מיר ווילן ווינטשען פאר אלע ליינערס א זיס און לעכטיגן יום טוב,

מ'האף מיר נאך יו"ט אנצוגיין ווייטער מיט אייבערשטענס הילף,

די פארזעצונג נאך יו"ט וועט זיין גאר אינטערעסאנט אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'ווייס באמת נישט וואס צו שרייבן, דיין פאנטאזיע איז עפעס געוואלדיג, כ'נעם דיין ווארט אז נאך די נעקסטע פארזעצונג גייט זיין 'גאר אינטערעסאנט', כ'האף אז דו ווייסט שוין פון מיינע פריערדיגע תגובות וואס פאר מיר איז אינטערעסאנט.

יישר כחכם. גיי אן, אבער מאך מיר נישט צופיל בושות, כ'נעם די אמעריקאנער פערזענליך, (כאטש כ'בין נישט קיין היגער געבוירענער.)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אונזער פרעזידענט זאגן מאנכע אז ער איז נישט קיין אמעריקאנער געבוירענער, דאך נעמט ער עס פערזענליך... (ווער ווייסט?)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פיר און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

פארזעצונג פון פריער.

לואיס מיט זיין טיעם ליגן און לאקערן אויף עלי,

"אגענט מארס" באקומט די אפדעיטס אז לואיס מיט זיינע מענטשען זענען ארום גענומען, און די פלאן לויטעט אז מארגן נאכט גייט פארקומען די מעכטיגע איבעפאל אויף לואיס, און וואו אויך גייט מען פארכאפן די אגענטן וואס קומען אריין פון די גרעניץ..

מאחמוד מיט זיין מיטארבעטער אבאס זענען און די האטעל רום און ווארטן צו הערן פון דעני וואס די ווייטערדיגע פלענער זענען,

מאחמוד'ס ווייב און די אגענט ווארטן אויף דעני'ס אקעי צו גיין ווייטער מיטן ארויסראטעוון.

יעצט ליינט ווייטער....


לאמיר אביסל צוריק מישן און זעהן וואס דא האט זיך באמת אפגעטון.

איז דעני טאקע גרייט אפצושטעלן און ברעכן זיין צוזאג פון ארויסראטעווען מאחמוד די שנעלסטע וואס מעגליך, אלעס צוליב זיין עגאו און זיין נקמה געפילן?

עמער יעצט צוריק מישן אפאר טעג און זעהן וואס דא האט זיך אפגעטון אינטער די קוליסן.

דעני זיצט ביי זיך און אפיס און קלערט וואו אזוי זיך אן עצה צוגעבן, מ'האט ארויפגעלייגט אויף אום גאר א שווערע ארבעט, ער דארף זיך יעצט ספראוונען מיט'ן ארויסראטעוון אן אגענט מיט זיין משפחה פון איראן, דאס איז א אויפגאבע וואס ער האט זיך נישט גערישט, ס'איז אזאך וואס ער האט און זיין לעבן נאך נישט געטוהן און אפילו נישט עפעס ענליכס צו דעם,
אסאך פלענער זענען אום דורך געלאפן און קאפ, אבער קיין איינס איז נישט געווען גענוג פארזיכערט אז ער זאל שפירן אז מ'קען גיין ווייטער דערמיט,
קודם האט ער אראפגעשיקט איינע פון זיינע מענטשען, אז ער זאל זיך דארט דרייען און שמעקן אינפארמאציע, וואו אויך האט ער אריין געשיקט דריי פון זיינע אגענטן אז זיי זאלן כאפן בילדער פון מאחמוד און זיין משפחה גרייט צו מאכן די פאלשע פאספארטן, און ער האט געהאפט אז מיט די אינפארמאציע פון לואיס וועט ער עפעס קענען אויסארבעטן,

זיצענדיג און אפיס און טראכטענדיג וואס ווייטער צו טון, איז אריין געקומען די טעלעפאון קאלל פון מאחמוד וואס דאס האט אינגאנצן צושטערט זיינע פלענער.....
אבער דאס האט אום אויך געגעבן די ענדגילטיגע וועג וואו אזוי ארויסצוראטעוון מאחמוד,

מאחמוד האט אום דערציילט אז זיין נאנסטע מענטש עדי וואס און זיין לעבן וואלט ער נישט געקלערט אז ער איז נישט געטריי...
טאקע ער איז גאר א פאררעטער און ער רופט זיך "אגענט מארס".......

דעני האט דאס קודם נישט געוואלט גלייבן....
אבער מאחמוד האט אום צוגעזאגט אז ער מיינט עס זייער ערענסט און ווען ער וועט האבן א געלעגנהייט וועט ער אום שיקן באווייזן.....

דעני, הערענדיג די אינפארמאציע, האט ער זיך געמיזט אראפזעצן און איבער טראכטן וואס ער האט נארוואס געהערט, ס'האט זיך אום נישט געלאזט גלייבן אז זיינס א נאנסטע מענטש זאל זיין איינער וואס איז גאר א פאררעטער..

אבער וואו נאר דעני האט אנגענומען די ווערטער און אפגעמאכט אז ער גלייבט וואס מאחמוד זאגט, איז אום בייגעפאלן גאר א גוטן פלאן,
ער גייט ניצען עדי (אגענט מארס) זאל אום העלפן ארויסראטעווען מאחמוד פון דארט!!

און דעמאלטס איז אויפגעשווימען די "אזוי גערופענע" פלאן פון פארכאפן עלי.....

דעני איז אריבער געגענגן צו די העסכסטע פב"א פירער און אום געבעטן זיין הילף, און פון יעצט און ווייטער האט דעני אנגעפאנגן צו ארבעטן אויף א דאפעלטן אקציע,

אונעם אפיס פון סא"ע פירט מען די "אזוי גערופענע" אקציע פון פארכאפן עלי, און פון די פב"א אפיס פירט מען די ריכטיגע אקציע פון ארויסראטעווען מאחמוד....

די ערשטע זאך וואס דעני האט יעצט געטון איז געווען אריין צופלאנצן א אינטערהער אפאראט און עדי'ס רעקל, דאס האט דעני געטון נאך יענע טאג,
און פון דארט און ווייטער האט זיך אנגעפאנגען די "פאלשע אקציע" פון פארכאפן עלי,

וואו יעדער געדענקט האט דעני געבראכן די נייעס ביי א מיטינג ווען ער האט פארלאנגט פון זיינע מענטשען אפצושטעלן די גאנצע פלאן פון ארויסראטעוון מאחמוד און יעדער האט זיך געדארפט נעמען ארבעטן אויף די נייע פלאן פון פארכאפן עלי...
קיינער און אפיס האט און וואוסטן חלום נישט געקלערט אז דאס איז נאר א שפיל....
יעדער האט אויפגענומען די נייעס זייער צומישט נישט וואוסענדיג וואס מיט דעני איז געשעהן....

וואו שטארק האט זיך דעני געפריידט צו זעהן ווען איינער דארט האט זיך ארויסגעגליטשט פונעם בילדינג און נאכדעם וואס ער האט זיכער געמאכט אז קיינער פאלגט אום נישט נאך האט ער ארויס געשלעפט זיין טעלעפאון צו מאכן די קאלל צו זיין קאנטעקט מענטש און איראן....

קיינער האט טאקע נישט נאכגעפאלגט זיינע טריט אבער יעדעס ווארט וואס ער האט גערעדט איז אפגעכאפט געווארן דורך דעני....
יעצט האט שוין דעני נישט געהאט קיין ספק און עדי.... ער האט שוין גוט געהערט וואו געטריי די מענטש איז....

דעני האט זיך זייער געפריידט אז זיינע פלענער ארבעטן זיך אויס...
זאל עלי מיט זיין טיעם יעצט ביזי ווערן מיט זיך און פארגעסן פון מאחמוד....

---

וואו דערשראקן איז דעני געווארן ווען ער האט געהערט ביים אינטערהערן די צווייטע פאון קאלל פון עדי אז זיינע אגענטן זענען געווען פארמישט און א שיסעריי מיט אגענטן פון עלי'ס גרופע... דאס איז די ערגסטע זאך וואס קען יעצט זיין...

אבער וואס האט נאך מער דערשראקן דעני איז געווען די נעקסטע פאון קאלל פון עדי,
ער האט געהערט וואו עדי אידענטעפאצירט זיך מיטן קלינגעדיגן צונאמען "אגענט מארס" און ער רעדט צו איינעם אויפן טעלעפאון וואס דעני האט פארשטאנען איז דאס געווען עלי
און עדי זאגט אום מיטן גרעסטן מאס פרעכהייט אז אבאס איז א שפיאן!!!

ווען נישט וואס דעני האט נאך די אויפגאבע אויף זיך פון ארויסראטעווען מאחמוד וואלט ער יעצט אריבער געגאנגען און דערשטיקט עדי'ן אויפן פלאץ!

דאס אז עדי איז א שפיאן האט שוין דעני געשלינגן אבער איבער צוגעבן אזאנע אינפארמאציע מיט אזא פרעכהייט..! דאס איז א זאך וואס דעני האט נישט געוואלט אזוי שנעל שלינגען, אבער דעני האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין צוויי ברירות,
דעני האט זיך אבער ערלויבט צו פארטראכטן א מינוט און קלערן וואו אזוי ס'וועט אויסזעהן ווען אלעס וועט זיין פארטיג און מ'וועט ארויספירן עדי מיט קייטליך, און און קארט רום וועט מען אוישפילן די טעיפ וואו אזוי ער רעדט אויפן טעלעפאון און געט איבער די אינפארמאציע....

---

די נעקסטע זאך וואס דעני האט געטון איז געווען אנצורופן לואיס און אום זאגן אז די אקציע פון ראטעווען מאחמוד איז אויף האלד,
דעני האט געקלערט צו זיך אז זאגן דעם אמת פאר לואיס האט ער צייט שפעטער, יעצט איז וויכטיג אז לואיס זאל ארבעטן אינטער די באוואוסטזיין אז דא גייט באמת פארקומען א פארכאפונג....

---

איין טראגישע טעות האט דעני געמאכט מיטן לאזן ווייטער אנגיין די אקציע פון ארויסראטעווען מאחמוד'ס משפחה, דעני האט געקלערט צו זיך אז ס'וועט נישט שלעכטס פאסירן אויב ער וועט לאזן די פאמיליע גיין ווייטער,
דעני האט זיך געמאכט א חשבון אז ער גייט צוזאם רופן יעצט ביינאכט נאך א מיטינג מיט אלע זיינע מענטשען...
און דאס איז זיכער אז עדי גייט גלייך גיין אנרופן עלי דערציילן דערוועגן,
און דאס אלעס וועט אוועק נעמען עלי'ס קאפ אינגאנצן פון טראכטן וועגן מאחמוד און זיין משפחה....

דעני האט געהאט א פיינע פלאן און זיין חשבון האט געשטימט ביז....
ביז די זאך האט זיך פארפלאנטערט מיט די אפשטעל און די ארעסט פון זיין אגענט...
דאס איז געווען א פאנטשער וואס האט היפש דערשראקן דעני,


ביי די מיטינג האט דעני גענומען מארק איינע פון זיינע מענטשען צו פירן די אקציע, דעני האט דא געטון א שטיקל נארישקייט ווייל דאס מיינט אז עדי גייט דארפן טון ווילדע שריט צו קענען באקומען צוטריט צו די אינפארמאציע,

דעני האט אבער ביי די מיטינג איין זאך ארויסגעגעבן אז ער האט שוין דריי מענטשען און איראן וואס לאקערן אויף עלי...
די סיבה פארן ארויסגעבן די אינפארמאציע איז געווען ווייל דעני האט געוואלט געוואונען צייט, ער האט געוואוסט אז עדי איז נאך אזוי קליג און וועט נישט טון קיין שריט וואו לאנג די אקציע איז נאך רוי,
ער האט געוואוסט אז עדי מיט עלי וועלן אויסווארטן ביז זיי וועלן וויסן פינקטליך די פלענער פון די אקציע און נאר אזוי וועלן זיי גיין ארעסטירן...

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט, ווען דעני האט געפארטיגט ביי די מיטינג האט זיך טאקע עדי ארויסגעכאפט און ווידער אנגערופן עלי אום איבערצוגעבן די לעצטערע אפדעיטס,
דעני האט זייער געשמייכלט ווען ער האט געהערט וואו "אגענט מארס" זאגט פאר עלי אז ער זאל גארנישט טון דערווייל....
דאס איז פונקטליך וואס ער האט געוואלט הערן....
אבער די לעצטע פאר ווערטער פון "אגענט מארס" האט זייער דערשראקן דעני....

עדי האט ארויסגעגבן א פארלאנג צו ארעסטירן אבאס...
דעני האט נישט געקענט טראכטן פארוואס עדי זאל דאס טון...

אבער יעצט איז נישט קיין צייט צו טראכטן מדארף טון למעשה,
דעני האט גענומען די טעלעפאון אנצורופן אבאס און אום ווארענען, דעני האט נאר נישט געקענט טראכטן פון א גוטע סיבה וואס ער גייט זאגן פאר אבאס פון וואו ער האט באקומען די אינפארמאציע, אבער דא האט זיך זיין טעלעפאון צוקלינגן און מאחמוד איז געווען אויף די ליין...
דעני האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן אויף די איבערגעגעבנקייט פון מאחמוד, פארשטייט זיך אז דעני האט נישט געזאגט קיין ווארט פאר מאחמוד אז ער ווייסט שוין פון דעם, און פאר אבאס האט ער טאקע געזאגט אז ער האט דאס נאר געהערט פון מאחמוד...

----

דערווייל איז דעני געזיצן ביי די פב"א און דורך געגאנגען די לעצטע דעטאלן ווען ס'איז די בעסטע אנצופאנגן די ריכטיגע אקציע, ווען ער איז פארטיג געווארן דארט איז ער צוריק געגאנגען צו זיין אפיס ביי די סא"ע צו הערן פון מארק וואס די פלענער זענען,
נאכן ענדיגן איבערגיין מיט מארק האט ער אום געלאזט אהיים גיין,

דא איז אריין געקומען די קאלל פון סעם אז איינע פון זיינע אגענטן זענען יעצט ארעסטירט געווארן, דעני איז געווארן היפש פארלוירן....
דערנאך האט דעני באקומען א קאלל פון איינע פון די פב"א אגענטן וואס זענען נאכגעפארן עדי אז ער האט זיך יעצט אריין געכאפט ביי מארק אינדערהיים...
די ביידע זאכן האבן היפש צושאקלט דעני, ער האט אפגעמאכט אז ער לייגט די אקציע פון מאחמוד'ס ווייב אויך אויף האלד דערווייל...
און אויך אז די נעקסטע מיטינג גייט ער אריין רופן עדי אז ער זאל קענען מיטהאלטן אלעס און זיך נישט דארפן באניצן מיט אזאלכע ווילדע שריט צו באקומען די אינפארמאציע...

---

למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט בעסער וואו דעני האט מורא געהאט,
און ווען דעני איז געזעצן ביי די פב"א און אפיס איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז מאחמוד'ס ווייב מיטן אגענט זענען געווען אינדערויסן,

און אבאס איז זיך אויך געלונגען ארויסצודרייען פון זיינע נאכפאלגערס,

און עדי האט קיינעם נישט געשעדיגט ביים ארויסנעמען די אינפארמאציע..

דעני האט טאקע אפגעשטעלט די אקציע פון מאחמוד'ס ווייב,
און וואו אויך האט ער פארלאנגט פון לואיס זיך צו טרעפן מיט סעם און זיי געהייסן צוזאמען שפיאנירן אויף עלי..

(נ.ב.
צווישן די ווערטער האבן מיר אפאר מאל פראבירט מרמז צו זיין אז מ'זאל קענען כאפן אז עפעס האט זיך געקאכט אינטערן טיש.. דא האט איר וואס מיר האבן געשריבן אונעם פארגין ארטיקל:
דעני איז געווען און אן אבמארמאלן גוטע גיסטע, אלעס זאל נאר אזוי גוט פארן,
ס'קען נישט גיין בעסער...
דעני פארטיגט איבעצוקוקן די לעצטע פאר דעטאלן און מיט א שמייכעל האט ער צוגעקנאקט די פאלדער.. און געריכטעט זיינע טריט צו די קאר וואס האט אום געפירט צו זיין אפיס און די סא"ע הויפקוואטיר... וואו איר ווייסט יעצט איז די מיטינג פון וואס מ'רעדט געווען ביי די פב"א.... )

ווען דעני איז צוריק געקומען און אפיס האט אום מארק אפגעווארט מיט דעטאלן, און דעמאלטס איז אויך אריין געקומען די דעטאלן פון לואיס,
פארשטייט זיך אז דעני האט זיכער געמאכט צו האבן א מיינונגס פארשידענהייט מיט מארק אזוי האט ער געקענט אריין רופן עדי צו זיין די פארמיטלער....
ווען עדי האט מסכים געווען צו וואס דעני האט פארגעשלאגן אז מ'דארף אריין שיקן נאך מענטשען פאר די אקציע האט זיך דעני געדארפט איינהאלטן מיט אייזענע קייטן אום נישט אראפצולאזן א פראסק און פרצוף!
אבער דאס איז פינקטליך וואס דעני האט געוואלט,
למעשה ביי די מיטינג איז געבליבן אז די אזוי גערופענע אקציע גייט פארקומען איבערמארגן נאכט,
די סיבה פארוואס דעני האט דאס געמאכט איז געווען ווייל דאס מיינט אז מארגן נאכט וועט נאך יעדער זיין רואיג און דעמאלטס וועט זיין די בעסטע צייט ארויסצוראטעווען מאחמוד,

אבער דעני איז געווארן געכאפט און א סורפרייז ווען ער האט געהערט וואו עדי שלאגט פאר אז די אקציע זאל פארקומען שוין מארגן נאכט!
דאס איז נישט געווען און זיין פלאן!

אבער דעני'ס קאפ איז אויך נישט געשלאפן און ער האט אפגעמאכט אז דאס גייט נאך בעסער זיין פאר אום...
ער האט שנעל ארויסגעפרינט א פאלשן צעטיל, מיט פאלשע דעטאלן, און געלאזט אויף זיין טיש,
דערנאך איז ער אראפגעגאנגען אויפזוכן עדי....
און אום געבעטן א טובה צו מאכן קאפיס, פון דארט איז דעני געפארן צו די פב"א אפיס איבערצושמוסען די לעצטערע דעטאלן...

די טעלעפאון קאלל האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען...
עדי האט נאכגעזאגט מיטן גאנצן ערענסקייט יעדעס ווארט וואס ער האט געטראפן אויפן צעטיל,
דעני האט זיך צולאכט ווען ער האט געהערט אז עדי האט אפילו ג'פעקסט די צעטיל עלי....

פאר לואיס און זיין טיעם האט דעני גארנישט דערציילט אבער ער האט געוואוסט זיכער אז היינט ווען זיי גייען זיין אויף זייער שפיאניר אקציע גייען זיי ווערן זייער נאנט נאכגעפאלגט,

דעני האט זיך טאקע נישט ג'נער'ט...



צו וועט געלונגן פאר דעני זיין פלאן?

פארזעצונג קומט אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך קען פלעין זאגן שכוח! גארנישט מער! עס איז מעכטיג, איין שטיק עקשאן!
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

אב, דו האסט מיר סופרייזט. האסט געזאגט אז עס גייט זיין אינטערסאנט.

איך האב מיר נישט געקענט פארשטעלן אינעם ווילדסטן חלום פאר אזא אינטערסאנטע פארזעצונג.

דו ביסט נישט נארמאל גוט...

א שטיק קאפ!!!

א ריזן יש"כ..
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיר האבן עפעס אזוי פארשטאנען. זייער זיס. קיפ איט אפ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך האב יעצט געליינט די לעצטע צוויי פארזעצונג: wow
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

אלטער פאטער

זייער אינטערעסאנט א שכח
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

זאג נאר!! וויפיל קאסט א טיקעט קיין איראן ??
דעס מיז מען מיטהאלטן לייפ!!!!!!
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אב, וואויל וואויל, א הארציגן יישר כח, האבעך נישט געליינט צווישן די שורות, ס'קענעך טון?

גראדע, האבעך געטראכט אז מאחמוד גייטעס געוואר ווערן דורך זיין זיך איינברעכן אינעם סיסטעם, נו שוין, האסטעס דערווייל בעסער געספינט, יישר כחכם נאכאמאל. מיר האבן זייער הנאה.
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

נאר יעצט געליינט, אב, דאס איז עפעס א קאפשטיק!!
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

וואס איז די דילעי? שוין נישט געוועהן פאר דריי טאג א פארזעצונג.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

שמערי בערי האט געשריבן:למען יעמדו ימים רבים... האב איך ארויף געלייגט ס'מעשה אין פארעם פון א ביכל, שיין אויסגעשטעלט ס'זאל זיין באקוועם צו ליינען, און ווי אויך פארראכטן צענדליגער און הונגערטער טייפאו'ס און טעותים.

דאונלאוט עס פון "דיוושעיר"



אפשר לייגסטו צו יעדע פארזעצונג דא?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

מיין (ווילדער) קאפ דרייט זיך......... אפשר הערסטו זיך שוין אויך צו דרייען, פליז...
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

א גוטע וואך.

מיר האבן נישט פארגעסן פון אייך, מיר וועלן אי"ה צוריק זיין די וואך.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
police
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך police »

thanks in advanced
looking forward
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יויש, כאשוין געמיינט, אז כ'גיי האבן יעצט עפעס צו ליינען.... :cry:
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יעצט געענדיגט ליינען, אב איך בין ספיטש'לעס, די ביזט ריזיג, איך בעט דיר, קום צוריק צו אונז ווי פריער מיט אן אפדעיט.
א דאנק.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פינעף און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

פארזעצונג פון פריער.

לואיס מיט זיין טיעם ליגן און לאקערן אויף עלי,

"אגענט מארס" באקומט די אפדעיטס אז לואיס מיט זיינע מענטשען זענען ארום גענומען, און די פלאן לויטעט אז מארגן נאכט גייט פארקומען די מעכטיגע איבעפאל אויף לואיס, און וואו אויך גייט מען פארכאפן די אגענטן וואס קומען אריין פון די גרעניץ..

מאחמוד מיט זיין מיטארבעטער אבאס זענען און די האטעל רום און ווארטן צו הערן פון דעני וואס די ווייטערדיגע פלענער זענען,

מאחמוד'ס ווייב און די אגענט ווארטן אויף דעני'ס אקעי צו גיין ווייטער מיטן ארויסראטעוון.

יעצט ליינט ווייטער....



די נעקסטע אינדערפרי,

עלי שטייט אויף און פארופט א מיטינג...
די מיטינג איז געווען זייער א געהיימע,
עלי האט איינגעמאלדן פאר זיינע אגענטן אז זיי זאלן זיין גרייט אויף זיין רוף, ער גרייט זיי נאר צו אויף אזויפיל אז היינט נאכט גייט פארקומען א מעכטיגע אפעראציע סיי דא און לאנד און אויך ביי די גרעניץ....
ער האט זיי אזויפיל געזאגט, אז ווען ער גייט ארויסגעבן די קאוד זאלן זיי זיין גרייט איבער צופאלן די אגענטן וועם זיי האבן נעכטן נאכגעפאלגט און די צווייטע סעט מענטשן זאלן זיין גרייט ביים גרעניץ און דארט ווארטן אויף זיינע ווייטערדיגע באפעלן....

---

דעני איז געזעצן מיט די פב"א און איבער געגאנגן די לעצטע פאר דעטאלן... יעצט דארף מען אנרופן מאחמוד און אום איינמעלדן די פלענער אז ער זאל זיין גרייט....
דערנאך דארף מען איינמעלדן פאר לואיס וואס די ווייטערדיגע פלענער זענען.....

דעני האט זיך נישט געזוימט, ער האט אנגערופן מאחמוד און אום געבעטן צו צופארן צום שטאט וואס איז נעבן די גרעניץ דארט וואו זיין ווייב ווארט אויפ אום, מאחמוד האט איבער געפרעגט דעני וואס די פשט איז, דעני האט אום נישט געוואלט אלעס זאגן אלס מורא אז אפשר דאך וועלן זיך זאכן פארהאנקענען, דעני האט אום אזויפיל געזאגט אז ס'איז דא עפעס א פלאן אויפן טיש און כדי די פלאן זאל גיין ווייטער דארף מען אז די זאלסט זיין און יענע שטאט, אבער האט דעני צוגעלייגט, מאך נישט קיין שום קאנטאקט מיט דיין ווייב!!
זי טאר אפילו נישט וויסן אז די ביסט און די שטאט..!!

מאחמוד האט אראפ געלייגט די טעלעפאון זייער צומישט, ער האט נישט פארשטאנען וואס די פשט איז, אבער ער האט געוואוסט אז ער דארף פאלגן, ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז דא און דעם שטאט האט ער במילא נישט וואס זיך צו סאך צו דרייען אום איז בעסער שוין ארויסצופארן און זיין דארט און יענע שטאט און ווארטן אויף דעני'ס ווייטערדיגע אינסטראקציעס...
מאחמוד האט זיך צוזאמגעפאקט די פאר זאכן וואס ער געהאט און צוזאמען מיט אבאס האבן זיך ארויף געזעצט אויף די שטאטישע באס, ביידע האבן זיך אנגעטון זין גלעזער און באקעדט די פנים און אזוי זיך אראפ געזעצט פאר די זעקס שעה'גע רייזע....

לואיס האט זיך דערוועקט צו זיין טעלעפאון קלינג, אויף די אנדערע זייט איז געווען דעני, דעני האט און קורצן געזאגט פאר לואיס וואס די פלענער זענען....
לואיס האט נישט געקענט גלייבן ווי פיפיג און אויסגערעכנט יעדע ריר פון דעני איז געווען...
פאר לואיס האט נישט געשמעקט אז נעכטן ווען ער האט נאכגעקוקט עלי האט ער נישט באמערקט אז איינער קוקט אום נאך, דאס איז אזאך וואס פאסט נישט פאר א אגענט... אבער ער האט עס געשלינגן...
דעני האט מסביר געווען פאר לואיס אז ס'קען זיין אז זיי ווערן יעצט נאכגעקוקט, וואס לואיס דארף טון איז זיך אפשאקלן פון זיינע נאכפאלגערס און זעהן אנצוקומען מיט זיינע מענטשען צו די שטאט וואס איז נעבן די גרעניץ...
אבער זיי אנדערש וואו מאחמוד, זיי קענען נישט ניצן די שטאטישע טרענספעטאציע, זיי דארפן דארט אנקומען מיט צוויי קארס....

לואיס הערט אויס וואס דעני הייסט אום ער וועקט אויף זיינע אגענטן און דערציילט זיי וואס די נייעס איז,

לואיס האט אראפגעשיקט איינע פון זיינע אגענטן אויסצושמעקן צו ער זעהט איינעם פארדעכטיגט.

די ענטפער איז געווען יא, איינער אונטן און די לאבי זעהט אויס זייער פארדעכטיגט...

לואיס פאלט ביי א פלאן,
ער גייט אראפ אונטען און די לאבי און פרעגט ביים דעסק צו זיי קענען אום באשטעלן א קאר סערוויס ער וויל ארום פארן דא לאקעל גיין שאפינג, ביים דעסק האט מען גיענטפערט פאזאטיוו און ביז פינעף מינוט גייט א קאר דא זיין, לואיס ענדיגט רעדן און ער זעהט וואו דער פארדעכטיגטער דרייט זיך נעבן די דעסק, און ווען ער האט געהערט וואס לואיס וויל איז ער ארויס און זיך אריין געזעצט און זיין קאר....

לואיס האט ארויסגעקוקט פון זיין פענסטער אויבן און זעהט וואו זיין קאר סערוויס קומט אן, און ער האט אויך געזען וואו אזוי די וויידל שלעפט זיך נאך נאך די קאר סערוויס...

לואיס קאלט אראפ ביים דעסק, און בעט זיי צו זיי קענען זאגן פארן קאר סערוויס אז ער זאל קומען צו די בעק טיר ווייל דארט גייט זיין גרינגער ארויסצוגיין...
וואס לואיס האט געוואלט זעהן איז, אויב גייט דער זעלבער אום נאכפארן אדער האבן זיי א צווייטן וואס ווארט ביי די בעק טיר...
לואיס זעהט וואו זיין קאר סערוויס פארט ארום די בילדינג און די צווייטע קאר שלעפט זיך נאך ניטאמאל מאכענדיג עס גוט...

וואו נאר די קאר האט זיך אפגעשטעלט ביי די בעק טיר האט לואיס געגעבן א וואונק פאר זיינע חברה און אלע דריי זענען אראפגעלאפן און ארויסגעוואקט פון די מעין טיר....

נאכן אריבער שפרייזן די גאס און זיכערמאכן אז קיינער קוקט זיי נישט נאך, האט לואיס אריין גערופן צוריק צום דעסק און מיט אנטשולדיגונגס געזאגט אז ער מיז יעצט קענסלען די קאר ווייל ס'האט זיך געמאכט אן אמערדזשענסי אבער דאס יא, די קאר זאל זיין גרייט בערך זעקס אזייגער נאכמיטאג....

--


וואו מיר האלטן יעצט איז לואיס מיט זיינע צוויי אגענטן אויפן וועג און מאחמוד מיט אבאס זענען אויך אויפן וועג, מאחמוד'ס ווייב און קינד מיטן אגענט זענען שוין דארט....

דאס מיינט אז א שאצונג פון אכט מענטשען גייען זיין ביים בארדער....

---

ביי דעני און אפיס טוט זיך מעכטיגע צוגרייטונגן, אויסערליך זעהט מען גארנישט אבער און דעני'ס הארץ שטורעמט.... ער האפט אז זאכן גייען גיין וואו געפלאנט, דא אונעם סא"ע אפיס קען ער קיין סאך נישט טון אבער ער האפט אז די נויטיגע צוגרייטונגן ווערן געטון.

"אגענט מארס" איז אויך נישט רואיג און זיך, ער ווייסט אז היינט ביינאכט דארף פארקומען די אקציע און אויב אלעס זאל קלאפן גייט עס זיין זיין קרעדיט, וואס ער גייט בעטן דערפאר האט ער נאכנישט אפגעמאכט,

און די קעמערליך פון זיין מח האט זיך אבער געדרייט שווערע שילד געפילן וואס ער האט די גאנצע צייט פראבירט צו דערשטיקן אבער וואו נענטער ס'קומט צו די מינוט וואס די אקציע גייט געשען אלס מער דערקוטשעט אום עס...

פארוואס טוה איך דאס פרעגט זיך און אום די קשיא... וואס האבן מיר מיינע מיטארבעטערס געטון אז איך זאל זיי אזוי שלעכט באהאנדלן?
ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ צו זיין קשיא, אבער עפעס א אינערליכע דראנג האט אום ווייטער געשטופט...

ער נעמט ארויס זיין טעלעפאון און רופט אן עלי,

וואס הערט זיך וואו האלטסטו ביסט שוין גרייט?

יא זאגט עלי, די פישעלעך זענען און זייער שטייג און איך האב א פישערמאן זיי צו באגלייטן... דערווייל רוען זיי זיך אויס.... איך וואלט זיי געראטן אריין צוכאפן אביסל פרישע ליפט ווייל שלאפן וועלן זיי קענען און זייער צעל ביז זייער טויט....

דעני האט אויסגעהערט די שמועס און זיך אינטערגעשמייכלט, לואיס האט אום שוין פריער אינפארמירט וואסערע אקציע ער האט געטון זיך ארויסצוזעהן פונעם האטעל און יעצט הערט ער אז ס'האט פיין געארבעט....

יא יא זאגט "אגענט מארס", דערווייל גייט אלעס וואו געראכטן די פלאן איז אז די אקציע זאל זיך אנפאנגן בערך ניין אזייגער ביינאכט דעמאלטס איז די צייט וואס די דריי אגענטן דארפן אנקומען צום גרעניץ, איך וועל דיך האלטן אינפארמירט און וואו נאר איך וועל וויסן די פינקטליכע זייגער וועל איך דיר לאזן וויסן....
מיר וועלן זיין און קאנטאקט.....

זייער גוט זאגט עלי, איך האב מיינע מענטשען אנגעגרייט דארט און וואו נאר איך ווייס אז זיי זענען אונעם בילדינג פונעם טשעק פוינט גיי איך באפאלן די בילדינג און זיי דערווישן.. און די זעלבע צייט גיי איך באפאלן די חברה וואס זענען שוין און לאנד....

די מידיע האסטו שוין איינגעמאלדן פרעגט "אגענט מארס"?
ניין איך גיי יעצט, וואס זאג איך זיי?
גארנישט! זאג זיי נאר אז זיי זאלן זיין גרייט בערך האלב צעהן ביי דיין הויפקוואטיר און דארט זאלסטו זיכער מאכן צו האבן אלע פארכאפטע אויסגעשורהט.... די וואס ווערן פארכאפט ביים גרעניץ ברענג אריבער מיט א העליקאפטער אזוי אז די אלע זאלן שטיין געבינדן פארנט פון די קעמרעס.....
איך וועל מיטהאלטן די נייעס פון דא.....

גוט! עמער רעדן שפעטער!


8:30PM

בערך זעקסע צייט איז די קאר סערוויס צוריק געקומען צום האטעל וואו לואיס איז איינגעשטאנען, אזויוואו אפגעשמועסט האט לואיס אום צוריק גערופן פאר זעקסע, פארשטייט זיך אז דער וואס איז געשטעלט געווען נאכצוקוקן לואיס איז אויך געווען גרייט און זיך אריין געזעצט און זיין קאר ווארטענדיג אויף לואיס מיט זיינע מענטשען אראפצוקומען, נאכן ווארטן אפאר מינוט זעהנדיג אז קיינער קומט נישט איז די דרייווער אריין צום סעקראטערי און געבעטן אז זי זאל ארויף קאלן לואיס אום זאגן אז זיין קאר ווארט שוין אויף אום,
נאך א מינוט האט די סעקרעטאר געזאגט פארן דרייווער אז ס'זעהט נישט אויס אז איינער זאל זיין און די רום, קיינער הייבט נישט דארט אויף....
די קאר סערוויס דרייווער האט אוועק געוואקט זייער אויפגעבלאזן, שוין דאס צווייטע מאל היינט וואס מ'שפילט אום אויס דא,
ער זעצט זיך אריין און זיין קאר און מיט כעס איז ער אוועק געפארן,

די אגענט וואס איז געווען דארט נאכצופארן לואיס האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר פארוואס קומט לואיס נישט ארויס....
ער איז מיט א געמאכטע העפליכקייט צוגעגאנגן צום קאר סערוויס דרייווער און מיט א פאלשן שמייכעל פרעגט ער אום וואס גייט פאר? שוין די צווייטע מאל וואס איך זעה דיך דא היינט און ביידע מאל ביסטו אוועק געפארן ליידיג.. ??

איך ווייס אויך נישט זאגט די קאר סערוויס דרייווער מיט א קרעכץ, מיין קליענט האט מיך שוין די צווייטע מאל אויסגעשפילט היינט, יעצט זאגט די סעקרעטאר אז ס'זעהט נישט אויס וואו ער איז דא אונעם האטעל....

וואו נאר די אגענט האט דאס געהערט האט ער אריין גערופן עלי און אום דערציילט אז וואו ס'שיינט האט זיך עלי ארויסגעגליטש פונעם האטעל.....

וואו געראכטן האט די אגענט אריין געכאפט א גוטן פארציע פון עלי פארן זיין פארנאכלעסיג און נישט גענוג אבאכט געבן... אבער דאס איז נישט יעצט די פוינט... מיר דארפן ווייטער גיין...
מאך זיכער אז אויף אכט דרייסיג ביסטו אויף דיין נעכטיגע פאזיציע און זיי גרייט אויף מיין באפעל....

---



8:45

דעני זיצט ביי זיך און אפיס אנגעצויגענערהייט..... ביז פיפצן מינוט דארף אלעס קלאפן.... ער האט באקומען קאנפארמאציע פון זיינע גרופעס אז יעדער איז יעצט ביים גרעניץ שטאט, און זיי אלע ווארטן אויף זיין באפעל......

--

"אגענט מארס" זיצט ביי זיך און אפיס און זיין הארץ באכעט אום... ער האט נאך פיפצן מינוט... זאל ער אריין לויפן צו דעני און אום דערציילן וואס ס'ווארט אום אפ און אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אום זאל ער שוין אפשטעלן די אקציע?....
פון די אנדערע זייט האט אום א אינערליכע שטימע געשטופט צו גיין ווייטער.....

אגענט מארס האט אפגעמאכט ביי זיך אז ער לאזט די זאך לויפן...

ער האט נאר נאכאיינמאל צוריק גערופן עלי זיכער צומאכן אז אלעס קלאפט, עלי האט אום געזאגט אז יא, יעדער איז שוין אויף זייערע פאזיציעס.... יעדער איז גרייט וואו נאר די מינוט קומט אן....

---

לואיס'ס טעלעפאון האט זיך צוקלינגן אויף די אנדערע זייט איז געווען איינער וואס האט זיך אידענטעפאצירט מיטן נאמען דזשעב ער האט גראד אנגעפאנגן מיט די קאוד פון "אפעראציע פייגל" וואס דאס האט זייער דערשראקן לואיס....
דזשעב איז גראד געקומען צום ווארט און און קורצן איבער געגעבן פאר לואיס פונקטליך וואס די גייט פאר...
און אז מאחמוד און אבאס און זיין ווייב אלעס איז יעצט און דעם שטאט און אלע גייען זיך ארויסלאזן צוזאמען צום גרעניץ און בערך פינעף מינוט....
אויב דארפסטו סיי וואספארא הילף רופ מיך ווייל דעני גייט נישט קענען רעדן צו דיר.... דער שוויין זיצט אום דארט אויפן קאפ.....

איך וויל אז אלע פון ענק זאלן פארן און עקסטערע גרופעס...
דאס מיינט,
גרופע איינס, מאחמוד'ס ווייב, קינד, אגענט.
גרופע צוויי, מאחמוד,אבאס, אגענט,
גרופע דריי, לואיס מיט איין אגענט

אלע זאלן ארויספארן עקסטער... זיין אפגעקירט ביים גרעניץ יעדער פונעם צווייטן מיט אפאר קארס....
און נאך א קלייניקייט מאך זיכער אז מאחמוד קראכט די קאמפיוטער סיסטעם פאר מ'פאנגט אן דורך צוגיין די גרעניץ.....

לואיס הערט אויס... די זייגער ווייזט שוין 8:52 מ'דארף גיין......

ער רופט אן זיינע אגענטן....
יעדער זעצט זיך אריין און א צווייטן קאר.....

מ'לאזט זיך ארויס......

דריי קארס לאזן זיך ארויס און א קאראוואן.... פארשטייט זיך אז זיי זענען אפגעקריקט איינע פונעם צווייטן אזוי אז אויסערליך דערקענט מען גארנישט אז די דריי קארס האבן עפעס א פארבינדונג.....

לואיס האט אפן א דיירעקט ליין צו דזשעב ער וויל אלעס מיטהאלטן....

די צווייטע אגענט וואס זיצט מיט לואיס און די קאר האט אויך זיין בלו טוט אנגעצינדן... ער איז פארבינדן מיט גרופע איינס און צוויי.....

און ער איז גרייט צו באריכטן פאר לואיס אויב ס'וועט אויספעלן....
איבעראל הערשט א טאטאלע שטילקייט....
קיינער רעדט נישט..

--

דעני זיצט אויף שפילקס.... ער קען נישט אנרופן הערן וואס טוט זיך ווייל אגענט מארס דרייט זיך יעדע פאר מינוט דורך.....

--

עלי שטייט נערוועזערהייט..... ער ווארט צו באקומען די קאנפארמאציע פון אגענט מארס אז די אקציע קען זיך אנפאנגן......


8:58
די ערשטע גרופע מאחמוד'ס ווייב, זענען יעצט אריין געפארן צום בודקע..
גראד נאך אום געציילטע קארן אפגעריקט איז גרופע צוויי, וואס איז באשטאנען פון מאחמוד און אבאס זיי זענען אויך אריין געפארן אהין.....

לואיס האט אויסגערעכנט צו זיין די לצטע וואו א ריכטיגע פירער... אויב מאכט זיך סיי וואס פארא פראבלעם זאל ער קענען העלפן......


קאר איינס האט יעצט קאנפורמד מיט לואיס אז זיי אפראטשן די געיט....

---

עלי קוקט אויף זיין טעלעפאון ער זעהט אז זיין אגענט וואס איז געשטעלט צו פארכאפן די מענטשן און לאנד רופט אום,
עלי הייבט אויף און יענער דערציילט אום אז די חברה זענען נישטא....
קיינע פון די דריי חברה זענען נישט אויף זייערע פאזיציעס....
עלי הערט וואס יענער זאגט אבער זיין קאפ האט נישט פינקטליך אויפגעכאפט אז דאס דארף פאר אום זיין אן אלערט...
עלי'ס קאפ איז געווען פארנומען מיט די גרופע וואס גייט איבער פאלן ביים גרעניץ.....
ווארט אויף זיי, זיי גייען אנקומען ביז א סקונדע,

9:00

קאר איינס האט יעצט געפעסט די גרעניץ אן קיין אפהאלט.....

קאר צוויי קומט יעצט אן צום געיט...

מאחמוד שלעפט ארויס זיין קאמפיוטער און נאך צוויי מינוט.......

קראך!!!!!!

די סיסטעם איז געגאנגן שלאפן.....

----

"אגענט מארס" שיקט פאר עלי אז די אגענטן דארפן יעצט אנצוקומען צום גרעניץ.... שטעל אפ די גרעניץ.... אינטער זיך יעדעם וואס קומט אריין....

עלי געט א שריי אריין און זיין ראדיא....
"עקשאן"

אונעם טערמאנאל איז פליצלינג ארויסגעוואקסן אנגעוואפענטע פאליציי און מיט די ביקסן אינדערויסן האבן זיי זיך גענומען שרייען אויף אלע וואס האבן געווארט אריין צוקומען און לאנד אז יעדער זאל זיך שוין אראפלייגן אויף דער ערד!!!!!

צוויי מעכטיגע העליקאפטערס האבן זיך באוויזן העכערן גרעניץ.....
מיט שטארקע לעקטערס האט עס ליכטיג געמאכט דעם גאנצן געגענט....

די כאאס און צופארעניש איז געווען דארט אויפן העכסטן גראד......

קינדער האבן געקוויטשעט.... מאמעס זענען געווען פארלוירן.... די געשרייען זענען געווען ביזן דאך.....
פאליציי האבן יעדעם אראפגעלייגט אויף דער ערד מיטן פנים אראפ....

צו אלע צרות איז די סיסטעם געווען דאון....
מאחמוד שטייט אזוי פארן אפיציר יענער האט ניטאמאל געקוקט אויף זיינע פאפירן....
די צופארניש איז געווען אויפן העכסטן גראד......
די אפיציר איז נאר געווען פארנימען אריבער צו קוקן אויף די צווייטע זייט זעהן וואס דארט גייט פאר.... זיין קאפ איז אינגאנצן נישט געווען צו קוקן אויף וואס ער שרייבט אינטער.....
נאך א מינוט האט מאחמוד'ס פאספארט באקומען די זיגל און אזוי איז קאר צוויי דורך געפארן די גרעניץ.......

מאחמוד'ס קאר און זיין ווייב'ס קאר ביידע זענען שוין געווען דורך די גרעניץ......

די אקציע וואלט ווען גערופן געווארן א הינדערט פארצענט סוקסעס ווען נישט דאס וואס און די לעצטע רגע האט זיך עס פארהאנקעט.....

וואס איז געשען די לעצטע רגע??

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

מורדיג שיין

אב זקן האט געשריבן:
וואו נאר די אגענט האט דאס געהערט האט ער אריין גערופן עלי און אום דערציילט אז וואו ס'שיינט האט זיך עלי ארויסגעגליטש פונעם האטעל.....


וואו נאר די אגענט האט דאס געהערט האט ער אריין גערופן עלי און אום דערציילט אז וואו ס'שיינט האט זיך עלי צ"ל לואיס ארויסגעגליטש פונעם האטעל.....
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זאלעך נאכאמאל שרייבן אז מיין הארץ פאפמט ווי משוגע? סידעך ממש די זעלבע זאך וואס כ'האב שוין געשריבן אמאל? אבער וואס זאלעך טון, ס'פאמפטעך טאקע ווי משוגע?

טאטעלע, דיין ראולע קאוסטער איז מורא'דיג. א הארציגן יישר כח.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”